☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » המבלי אין קברים???

המבלי אין קברים???

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3102

יואב » זונטאג מערץ 3, 2013 9:51 pm

· #92424
המבלי אין קברים???
דורך בלעטערנדיג די אשכולות אונעם געזעלשאפט אפטיילונג האב איך באמערקט א נייעם אשכול באציענדיג זיך צו די סעגרעגאציע אונערהאלב קרית יואל ביה"ח, איך בין נאכנישט אנגעקומען עס צו ליינען אבער דאס האט מיר דערמאנט איבער דעם נושא איו אלגעמיין, עס לייגט זיך פשוט מיר נישט אויפן שכל דער גאנצע באערדיגט ווערן סומאטוכע וועלעכע פארנעמט א פראמינענטע מקום און אונזער טעגליכע דאגות, קען מיר איינער מסביר זיין דער דיפערענץ וועלכער קען מיר אפעקטירן אונטערערדיש - נעמליך וועלעכע סארט ווערים וועלן געניסן פון מיין קערפער? המבלי אין קברים? האט מען זיך שוין אלצדינג מסדר געווען אויפן לעבן אז דווקא דער טויט זאל זיין דער שליסל פאר פילע קהילות'דיגע-משפחות'דיג-פינאנציעלע מחלוקות און ראבערייען? איך אטאקיר נישט און איך בין נישט סארקאסטיש. איך פרעג מיטן מאקסימום מאס תמימות פשוט זיך אוסצוקלארן און אזא האקעלע נושא וואס קעגן יעדע ערווארטונג ווערט עס בלויז מער און מער קאמפליצירט מיט יעדן פארבייגייענדע טאג, איך בין נישט צו באהאווענט תורה'דיג איבער דעם נושא אבער איך פארשטיי אז ליגן צווישן אידן איז געוויס מן המובחר וכו'. אבער אין וועלעכע אידישע בית החיים?????

משולם שטיינפעלד » זונטאג מערץ 3, 2013 11:14 pm

· #92462
גלייבסטו טאקע נישט אין השארת הנפש?

יואב » זונטאג מערץ 3, 2013 11:44 pm

· #92474
במחילת כבודך הרב משולם שטיינפעלד, איידער איר באפאלט מיר מיט אזוינע סענסיטיווע זאצן וואלט כדי געווען איר זאלט ציטירן מיינע ווערטער וועלעכע האט אייך געטריבן צו הייבן די אויגן ברעמען איבער מיין אמונה אויף השארת הנפש??

נולד מאוחר » זונטאג מערץ 3, 2013 11:48 pm

· #92476
משולם שטיינפעלד
גלייבסטו טאקע נישט אין השארת הנפש?

די גלייבסט אז די נפש בלייבט באגראבן אינטיר די מצבה?!

יואב » מאנטאג מערץ 4, 2013 12:35 am

· #92499
יעדער מיט אויגן וואס האט אדורכגעליינט וואס איך האב געשריבן זעהט אז איך רעד בכלל נישט פון עפעס וואס גרעניצט זיך מיט טעאלאגיש אדער סיי וואספארא פיליזאפישע קשיות, איך האב דירעקטירט מיין קשיא בענין א פראמינענטע דאגה אונערהאלב אונזער געזעלשאפט. איך האב געבעטן אויב עמיצער קען מיר עס אוסקלארן, דאס האט זיך אבער געליינט פאר געוויסע ווי אן אטאקע אויף דעם יודישע אמונה, איך וואלט זייער געוואלט די יעניגער זאל אנצייכענען פון ווי עס איז משמע אזוי, אנטשולדיגט פארן זיך פארענטפערן

ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 4, 2013 1:34 am

· #92519
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Poe's_law">http://en.wikipedia.org/wiki/Poe's_law</a>

יואב » מאנטאג מערץ 4, 2013 1:42 am

· #92522
איך טראכט ס'קען זיין איך האב נישט גענוג עלעקוואנט ארויסגעברענגט מיין נקודה,דעריבער וועל איך עס פראבירן צו עלעבארירן פאר די וועלעכע זענען אומקלאר, (טענה'ט איר אז פאר OCD איז דא געוויסע טאבלעטן, נו. בקרוב,) נאך די 120 ווען די נשמה טיילט זיך פונעם גוף באערדיגט מען די קערפער ביי אונז אידן, אצינד. איך בין נישט באקאנט מיט די הלכות (אדרבה! ווי זענען די תלמידי חכמים דא אין שטיבל), איך פארשטיי אז ווערן באערדיגט אין א אידישע ביה"ח איז געוויס מער ראטזאם, (הלכה? געפיל? חומרא?) וכאן הבן שואל. היינטצייטיג שפילט זיך אפ ענדלאזע דיני דברים אונערהאלב די ראמען פון אונזער פערפעקטישע געזעלשאפט ווי מ'זאל פארקירן די נארוואס פארשטארבענע (מלפנים לעבעדיגע) קערפער, דאס האט שוין אומגליקליך געמאכט משפחות, פארפלאנטערט פינאנציעל, און פארנעמט א פראמינענטע ארט און די אזוי אויך פארנומענע דאגות מיט וואס אחבנ"י זענען פארטוהן, אזש עס קען זיך דאכטן אז מיין קערפער וועט זיין העכטס צופרידן ליגענדיג פארזינקען צום ביישפיל אין עפרא קדישא'דיגע קרית יואל'ער ערד און קעגנזאץ צו ניו דזשערסי, אדרבה! איך וואלט הנאה געהאט אויב איינער קען מסביר זיין דער טעם,

למדן » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:43 am

· #92611
די מעלה פון ליגן אין קרית יואל קעגן ניו דזשערסי איז פאר די משפחה ווייל קרית יואל איז א פארנומענע שטאט (לע"ע) און ס'איז שיירות מציות, א יאהרצייט איז אסאך גרינגער צו טרעפן מנין צו קומען ווי אויך איז א טובה פאר די נשמה ווייל מ' קומט צו אפטער צום ציון

ברסלבער » מאנטאג מערץ 4, 2013 11:53 am

· #92616
אין שלחן ערוך יורה דעה (שס"ב) ווערט גע'פסק'נט אז מען זאל נישט לייגן א רשע נעבן א צדיק און אויך נישט קיין מער ערליכער נעבן א ווייניגער ערליכער, און אפילו נישט קיין גרויסע רשע נעבן א קליינע רשע.
אויך ווערט גע'פסק'נט דארט אז מען זאל נישט באערדיגן צוויי שונאים איינ'ס נעבן צווייטן, פון דעם זעהט אויס אז עפעס האבן די שכנים אויפ'ן בית עלמין יא צו טוהן איינער מיטן צווייטן.

יואב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 1:38 am

· #94174
ברסלבער
אין שלחן ערוך יורה דעה (שס"ב) ווערט גע'פסק'נט אז מען זאל נישט לייגן א רשע נעבן א צדיק און אויך נישט קיין מער ערליכער נעבן א ווייניגער ערליכער, און אפילו נישט קיין גרויסע רשע נעבן א קליינע רשע.
אויך ווערט גע'פסק'נט דארט אז מען זאל נישט באערדיגן צוויי שונאים איינ'ס נעבן צווייטן, פון דעם זעהט אויס אז עפעס האבן די שכנים אויפ'ן בית עלמין יא צו טוהן איינער מיטן צווייטן.

מען רעדט דאך סייווי פון באערדיגן און א יודישע ביה"ח, וואס איז שייך צדיק רשע? צו טוהן מיר אורטיילן דעם דורכשניטליכער נפטר. און אים קאטעגארירן און סעקטעס פון רשע- צדיק? ( איך ווייס אז בשעת'ן לעבן ווארפט מען זיך מיט אזאלעכע סענסיטיווע טיטלן פאר א יעדן אידילאגישן אומאיינשטומיגקייט) כלפי די צווייטע הלכה. קען מעגליך זיין אז דאס איז די סיבה פון די פארברייטענע צאל קבורה ערטער אין קרית יואל, קען זיין דאס פארענטפערט קופערניקס'ס קשיא, און א בית הקברות קען מען טאקע נישט רוהען מינהאזאם, אבער אין א ווערץ הויז יא, איי טא פארוואזשע שטעלט מען טאקע נישט אראפ א קאפע הויז דארטן? ווייל דאס זענען ביידע מסכים עס זאל נישט זיין

יואב » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 2:14 am

· #94182
איך זעה נישט וויאזוי מ'קען זיך אזוי דעטאלירט באווארענען, אלענפאלס, א גרויסן שכח פאר ברעסלבער. פארן צו ברענגען א מראה מקום,

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 8:19 pm

· #94587
ווער קען די מעשה אין די גמרא מסכת ברכות ווי צוויי נפטרים האבן געשמועסט הויך אויפן קול אינעם בית החיים, אזש תנאים האבן זיך אונטערגעהערט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:12 pm

· #94634
ברכות י"ח ע"ב, און נישט תנאים, נאר מעשה בחסיד אחד.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 9:49 pm

· #94662
סארי. כ'האב שוין לאנג נישט גע'חזר'ט... כ'האב געמיינט אז די דף היומי חברה אינעם אשכול וועלן איין טאג אנקומען צו דעם, דערווייל כאשר בא כן ילך, דער אשכול איז פארשוואונדן געווארן פונעם האריזאנט אין גאר א קורצע צייט....

בענדזשאמין פרענקלין » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:52 am

· #94790
[ציטאט אראפגענומען]

איך וואלט אנדערש געפראזט: א שטאט פון צען טויזענט אידן אן קיין איין פאפא'נער.
ראסיסטן וואס זיי זענען.

נולד מאוחר » פרייטאג מערץ 8, 2013 2:37 am

· #94804
ברסלבער
אין שלחן ערוך יורה דעה (שס"ב) ווערט גע'פסק'נט אז מען זאל נישט לייגן א רשע נעבן א צדיק און אויך נישט קיין מער ערליכער נעבן א ווייניגער ערליכער, און אפילו נישט קיין גרויסע רשע נעבן א קליינע רשע.
אויך ווערט גע'פסק'נט דארט אז מען זאל נישט באערדיגן צוויי שונאים איינ'ס נעבן צווייטן, פון דעם זעהט אויס אז עפעס האבן די שכנים אויפ'ן בית עלמין יא צו טוהן איינער מיטן צווייטן.

דאס קען זיין איז כבוד פין די לעבעדיגע, ווען זיי קומען באזיכען זייער עלטערן פאסט זיי נישט אז זייער טאטע ליגט נעבן א רשע.
איך האב א סאמער האם און כ'האב געזאגט מיינע זיי זאלן מיר ביים ווינקען פונעם יארד אריינלייגען ווען איך שטארב. מיין זין טענהט סאיז נישט ליגאל. איז ער גערעכט?

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:47 pm

· #94939
New York state allows you to establish a family cemetery provided it's less than three acres and at least 1,650 feet from a dwelling, which would appear to rule out backyards in the strict sense for anybody but the Hamptons set.

איך גלייב אז ס'קומט צו נאך רולס און רעגולעישענס געוואנדען אויף וואו דו וואוינסט.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 8, 2013 12:57 pm

· #94944
געפילטע פיש
ברכות י"ח ע"ב, און נישט תנאים, נאר מעשה בחסיד אחד.

אויב איך געדענק גוט זאגט דארט דער מהרש"א אז די גאנצע מעשה איז לא היה ולא נברא, ס'איז בלויז א בייזער חלום!

diff » פרייטאג מערץ 8, 2013 1:17 pm

· #94949
Our Father yaakov and yosef wanted only to be buried in the holy land