ווערים אין די טרויבן
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #310
ווערים אין די טרויבן
ר' ברוך וואלף גרינבערגער וויל איינקויפן עטליכע קעסטלעך טרויבן צו מאכן מאסט לכבוד יו"ט, אבער ער ווערט אינגאנצן ערשטוינט פון די אומגעהויערע הויכע פרייזן, זאגט אים זיין ידיד ר' מרדכי אביגדור אפפעל וואס איז געשטאנען נעבן אים אין געשעפט: "מיר איז עס בכלל נישט קיין וואונדער... היי יאר צאלט מען אויך פאר די ווערים"... ע"כ המעשה.
יעצט ערנסט גערעדט: עולם גולם ווייסט צו זאגן אז די טרויבן זענען ווערעמיג, איי מען זעהט דאס נישט? אבער וואס הייסט ס'הענגט דאך פלאקאטן און מודעות פון יענע און יענע רב אז ס'איז ווערעמיג, נו ווילסט מיר זאגן ער ווייסט נישט וואס ער רעדט? אזוי ארום איז נשתרבב געווארן איבעראל די שמועה אז די טרויבן זענען ווערעמיג.
וויל איך אבער פארשטיין, ווען איך נעם א געהענגל טרויבן אין די הענט, און איך בין עס בודק, און איך טרעף נישט קיין ווערים, מוז איך נאך אלס גלייבן אז ס'איז דא ווערים? אין שו"ע שטייט אז אויב ס'איז נישט נראה לעינים הייסט נישט אז ס'איז ווערעמיג, ווי אויך הייסט די שו"ע נישט נעמען א פארגרעסערונג גלאז און בודק זיין, אלזא מה כל הרעש הזה? אויב האט עמעצער געטראפן אפאר ווערעמליך אויף זיין טרויבן מיינט דאס שוין אז גאנץ כלל ישראל טאר נישט עסן קיין טרויבן ווייל ס'איז ווערעמיג?
Re: ווערים אין די טרויבן
דא האט איר א פאר בילדער וואס א מומחה האט מיר געשיקט, מען דארף גוט קוקען עס צי טרעפען אז נישט קען עס אויסקוקען ווי א שמוץ, כ'מיין ער האט מיר געזאגט אז ס'דא פין געוויסע פלעצער ווי עס איז נישט אזוי פארפעסטעט,
📎 AAA.jpg 📎 BBB.jpg 📎 CCC.jpg
Re: ווערים אין די טרויבן
מומחים זאגן...
אויב א פשוט'ער מענטש זעהט דאס נישט, נאר א מומחה זעהט, הייסט דאס געזעהן?
די שו"ע איז געגעבן געווארן בלויז פאר מומחים אדער פאר יעדן איינעם?
און אפילו די מומחים זעהן עס נאר מיט א פארגרעסערונג גלאז, אין אנדערע ווערטער ס'איז בכלל נישט נראה לעינים, אלזא וואס איז די איסור?
Re: ווערים אין די טרויבן
אין די פסח'דיגע "אוצרות" איז דא א שיין ארטיקל וועגן די נושא
Re: ווערים אין די טרויבן
טאמער ס'נישט נראה לעינים איז טאקע א צווייטע זאך, אבער דא איז עס יא נראה לעינים אן א פארגרעסערונג גלאז, נאר א מומחה באמערקט עס שנעלער,
אין אלץ דיין שאלה צי די תורה איז געגעבען געווארען נאר פאר מומחים, דאס קענסטע פרעגען ביי יעדע זאך, גייסט מיט א מראה צום רב ? גייסט מיט א אתרוג צום רב? גייסט מיט א הלכות שבת שאלה צים רב ? היתכן איז דען די תורה געגעבען געווארען נאר פאר מומחים ?!
אין צים שלוס דארפסטע וויסען אז די תורה איז עצות וויזוי צי לעבען ס'איז פאר די טובה פין די מענטש, נאר אזוי ווי נישט אלעמאל פארשטייט מען וויזוי ווייל ס'שוין א לאנגע גלות אין נישט יעדער פארשטייט אלע טעמים פין די תרי"ג מצות ווערט עס אמאל לעול, אבער למעשה איז עס פאר די טובה אין ווער עס פארשטייט ווייסט אז די תורה איז א גרויסע טובה אין ס'איז עמוק עמוק, (אין דאס איז נאר וואס איך ווייס אין וואס ווייס איך שוין), אן די תורה וואלט מיר שוין לאנג נישט געווען קיין פאלק נאך אזא לאנגע אין שווערע גלות, ממילא ווען מען פארשטייט דאס פריידט מען זיך אז מ'איז געוואר געווארען אז ס'טויג נישט מיט די טרויבען ווייל אזוי וועט מען נישט נכשל ווערען, אין יעדע מאל א מענטש ווערט נכשל אפילו בשוגג האט עס א עפעקט אויף די מענטש, אין צי מתקן זיין איז שווערער ווי צי קליא מאכען,
Re: ווערים אין די טרויבן
עס איז דאך גניבה אריינצוסקענען
Re: ווערים אין די טרויבן
צו מרדכי הצדיק
ווען מען גייט מיט א אתרוג צום רב זעהן מיר ביידע די זעלבע פלעק די שאלה איז וואס פסקנט די שו"ע ביי אזא פלעק
נישט אז די רב זעהט יא דאס פלעק און איך נישט
Re: ווערים אין די טרויבן
אבער די מציאות איז אז ס'נראה לעינים, מען זעהט עפעס א פינטעל, נישט אלעמאל חאפט מען אז ס'איז א ווארים, טאמער זעהט מען גארנישט אן א פארגרעסערונג גלאזדאן איז עס טאקע נישט נראה לעינים, סימפעל
Re: ווערים אין די טרויבן
[ציטאט אראפגענומען]
תמצית איז אויך גוט
Re: ווערים אין די טרויבן
מרדכי הצדיקאבער די מציאות איז אז ס'נראה לעינים, מען זעהט עפעס א פינטעל, נישט אלעמאל חאפט מען אז ס'איז א ווארים, טאמער זעהט מען גארנישט אן א פארגרעסערונג גלאזדאן איז עס טאקע נישט נראה לעינים, סימפעל
נראה לעינים מיינט אז די אויג זעהט א ווארעם און נישט א פינטל.
לשיטתך וואלט געדארפט שטיין אין שו"ע אז אויב מ'זעהט א פינטל אויף א פרי מוז מען עס באקוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז.
נאך מער, צו ווייסטו אז די גאנצע לופט איז פיל מיט שרצים און ווערעמלעך, און אסאך מאל ווען די זוהן שיינט קען מען זעהן אזעלכע שטויבלעך פליען אין די לופט, פונדעסטוועגן איז נישט אסור צו אטעמען די לופט, און עס הייסט נישט נראה לעינים, כאטשיג מען זעהט למעשה עפעס פליען אין די לופט.
Re: ווערים אין די טרויבן
שמואל הלוי
נראה לעינים מיינט אז די אויג זעהט א ווארעם און נישט א פינטל.
לשיטתך וואלט געדארפט שטיין אין שו"ע אז אויב מ'זעהט א פינטל אויף א פרי מוז מען עס באקוקן מיט א פארגרעסערונג גלאז.
ניין טאמער קוקט מען גוט אויפען פינטעל זעהט מען א ווארעם אן א פארגרעסערונג גלאז,
שמואל הלוינאך מער, צו ווייסטו אז די גאנצע לופט איז פיל מיט שרצים און ווערעמלעך, און אסאך מאל ווען די זוהן שיינט קען מען זעהן אזעלכע שטויבלעך פליען אין די לופט,
חחחחח ס'איז טאקע שטויב איז ס'איז
נישט קיין ווערים,
שמואל הלויפונדעסטוועגן איז נישט אסור צו אטעמען די לופט, און עס הייסט נישט נראה לעינים, כאטשיג מען זעהט למעשה עפעס פליען אין די לופט.
ווייל מען זעהט שטויב אין נישט ווערים, ס'איז נישט קיין ווערים, אין אפילו מען קוקט גוט זעהט מען ווייטער שטויב
Re: ווערים אין די טרויבן
מרדכי הצדיקשמואל הלוי

דו רעדסט פון בויך ארויס. שטויב איז א לעבעדיגע באשאפעניש. קוק און לערן
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=UX4fTY9FgbA&feature=youtube_gdata_player">http://www.youtube.com/watch?v=UX4fTY9F ... ata_player</a>
Re: ווערים אין די טרויבן
צוויבל מיט איי

ס'דא שטויב אין ס'דא דאסט מייטס, נישט אלע שטויב איז דאסט מייטס, דאס וואס מען זעהט אין די לופט ווען די זוהן שיינט איז מסתם סתם שטויב, דאסט מייטס וואס איז דא אויף בעטען אין דאס גלייכען קען מען טאקע נישט זעהן מיטען נאקעטען אויג, ס'איז טאקע נישט נראה לעינים
Re: ווערים אין די טרויבן
ידען[ציטאט אראפגענומען]
תמצית איז אויך גוט
דער תמצית איז אז ווערים אין די טרויבן איז שוין גאר אן אלטער פראבלעם נאך פון די צייטן פונעם רמב"ם
Re: ווערים אין די טרויבן
איך האב געהערט פון איינעם וואס האט אליינס בודק געווען אסאך אסאך טרויבן און ער האט נישט געטראפן קיין איינס. און ער זאגט מיר אז אויך אן אנדערער באקאנטער היימישער נאמען אין כשרות (וואס כ'וויל נישט מגלה זיין די נאמען, ווייל איך וואלט אויך נישט געוואלט) האט אים געזאגט אז ער האט נישט געטראפן, אבער זעט אויס אנדערע האבן יא געטראפן.
אפשר איז עס נאר פון געוויסע מקומות אדער געוויסע זמנים, און אפשר א שטיק צייט ארום זאלן זיי נאכמאל איבערקוקן און אפשר וועט די אלערט קענען אראפ פון רויט צו געל.
עניוועי, מ'פארלאז מיר זיך אויף די רבנים המכשירים. זיי האבן זיכער דורכגעטאן די נושא.
Re: ווערים אין די טרויבן
ס׳איז א פראבלעם. די רעבעס האבן נישט וואס צו לייגן אויפן טיש ווען זיי גייען באזוכן איינער דעם צווייטן. ביז אהער האט מען געקענט שאצן דאס גרויסקייט פונעם רעבן לויט וויפיל טרויבן ער שטעלט ארויס. וויאזוי וועלן מיר יעצט אפשאצן זייער גרויסקייט?? טאקע א שאד.
Re: ווערים אין די טרויבן
קרעמער1ידען
דער תמצית איז אז ווערים אין די טרויבן איז שוין גאר אן אלטער פראבלעם נאך פון די צייטן פונעם רמב"ם
און טראץ דעם האט מען גענוצט טרויבן במשך אלע דורות ביז יעצט, און אויך ביי אלע לעצטע צדיקים דאהי אין אמעריקא, טא אויב איז די פראבלעם נאך פון רמב"ם'ס צייטן וואס איז יעצט געווארן געטוישט?
Re: ווערים אין די טרויבן
ער בארירט דאס אויך. ער רעדט פון א ח-ר-ם וואס איז אמאל געווען אויף ווער עס נוצט די טרויבן בלעטער. אבער איך מיין ס'איז נישט ריכטיג דא נאכצושרייבן דעם גאנצן ארטיקל
(אפשר נאך פסח מעג מען שוין)
Re: ווערים אין די טרויבן
קרעמער1ער בארירט דאס אויך. ער רעדט פון א ח-ר-ם וואס איז אמאל געווען אויף ווער עס נוצט די טרויבן בלעטער. אבער איך מיין ס'איז נישט ריכטיג דא נאכצושרייבן דעם גאנצן ארטיקל
(אפשר נאך פסח מעג מען שוין)
טרויבן
בלעטער אדער טרויבן?
Re: ווערים אין די טרויבן
אט דאס הייסט "נראה לעינים"

Re: ווערים אין די טרויבן
I don't understand. Why is the water problem any different??
Re: ווערים אין די טרויבן
gehlungenI don't understand. Why is the water problem any different??
אסאך רבנים האלטן טאקע אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם און מען דארף נישט קיין פילטער, ובתוכם ר' ישראל חיים מנשה פר"מ-דומ"ץ וראב"ד סאטמאר וומ"ס, ר' חיים דוד כ"ץ-דומ"ץ סאטמאר ב"פ, ועוד.
Re: ווערים אין די טרויבן
נאך א ביסל וועט מען שוין נישט מעגן אטעמען ווייל מ׳וועט קענען זען פיצי פליגן אין די ליפט וואס מ׳קען אריין אטעמען ל״ע
Re: ווערים אין די טרויבן
מרדכי הצדיק #
אבער די מציאות איז אז ס'נראה לעינים, מען זעהט עפעס א פינטעל, נישט אלעמאל חאפט מען אז ס'איז א ווארים, טאמער זעהט מען גארנישט אן א פארגרעסערונג גלאזדאן איז עס טאקע נישט נראה לעינים, סימפעל
מהיכא תיתי
Re: ווערים אין די טרויבן
איז דא א בריוו פון א רב וואס איז דאס מתיר? ליגט מיר גראדע אין קאפ אז יא.
Re: ווערים אין די טרויבן
האמיר דא די OU וואס זאגט אז מען דארף נישט טשעקן קיין טרויבן, וכן אני נוהג. אפאר רבנים האבן ווערים אין די אויגן און די כלל דארף ליידן. באלד וועט מען נישט מעגן ארפשלינגען די שפייאכץ ווייל עס איז דא דארטן מייקראבן...
https://oukosher.org/blog/consumer-kosher/summary-ou-insect-checking-policies/Re: ווערים אין די טרויבן
איך האב נאכנישט געליינט וואס די OU שרייבט, אבער אגב דארף מען שוין לאנג ארויסבאקן די נארישע טעות כאילו OU איז א שוואכערע הכשר ווי אנדערע א.ג. היימישע הכשרים, או יו האט געהעריגע ערליכע רבנים, טאקע ליטוויש, אבער ערנסטע מענטשן, גרויסע תלמידי חכמים, גארנישט קיין קלענערע תלמידי חכמים ווי די א.ג. היימישע.
Re: ווערים אין די טרויבן
אינטערסאנטער #

שוואכערע הכשר? אסאך שטרענגערע השגחה פון אסאך א.ג. היימישע, ווי אויך האבן זיי מער דאטא און אינפא און כמעט אלע הכשרים דארפען צו קומען צו זיי לגבי געוויסע אינגרידיענטס, אבער דאס האט גארנישט צו טוען מיט יא אדער נישט עסן, די סיבה פון זיך מונע זיין איז וועגען געוויסע סטאנדארטען און קולות וואס אנדערע האבען נישט במסורה וכדומה, אבער פאר דער וואס האט נערווען צו מברר זיין דארף דאס אויך נישט זיין קיין עיכוב ווייל זיי באהאלטען גארנישט און זאגען קלאר זייערע פסקים און סטאנדארטען, ווי אויך קען מען זיי רופען מיט אלע סארט שאלות, א גוטן איך קום פון דא אין דארט קען איך עסן מאכל פלוני פון קאמפעני אלמוני וואס אייער הכשר, און באקומען א קלארע ענטפער.
Re: ווערים אין די טרויבן
היימלינד #
אינטערסאנטער #
איך האב נאכנישט געליינט וואס די OU שרייבט, אבער אגב דארף מען שוין לאנג ארויסבאקן די נארישע טעות כאילו OU איז א שוואכערע הכשר ווי אנדערע א.ג. היימישע הכשרים, או יו האט געהעריגע ערליכע רבנים, טאקע ליטוויש, אבער ערנסטע מענטשן, גרויסע תלמידי חכמים, גארנישט קיין קלענערע תלמידי חכמים ווי די א.ג. היימישע.
שוואכערע הכשר? אסאך שטרענגערע השגחה פון אסאך א.ג. היימישע, ווי אויך האבן זיי מער דאטא און אינפא און כמעט אלע הכשרים דארפען צו קומען צו זיי לגבי געוויסע אינגרידיענטס, אבער דאס האט גארנישט צו טוען מיט יא אדער נישט עסן,
די סיבה פון זיך מונע זיין איז וועגען געוויסע סטאנדארטען און קולות וואס אנדערע האבען נישט במסורה וכדומה, אבער פאר דער וואס האט נערווען צו מברר זיין דארף דאס אויך נישט זיין קיין עיכוב ווייל זיי באהאלטען גארנישט און זאגען קלאר זייערע פסקים און סטאנדארטען, ווי אויך קען מען זיי רופען מיט אלע סארט שאלות, א גוטן איך קום פון דא אין דארט קען איך עסן מאכל פלוני פון קאמפעני אלמוני וואס אייער הכשר, און באקומען א קלארע ענטפער.
טאקע פון דעם רעד אז טאקע דאס איז נישט אמת. זיי האבן בכלל נישט מער קולות ווי סאכדעס און אנדערע, יעדער ניצט קולות ווען עס פעלט זיי אויס, און יעדער ניצט חומרות ווען זיי האלטן אז מען דארף באמת מחמיר זיין.
או יו האט נישט עפעס א ספעציעלע בוק מיט קולות וואס סאכדעס האט נישט, זיי האבן אויך רבנים ערליכע אידן וואס טוען דורך יעדע זאך על פי הלכה, און אויב זיי זענען מברר על פי הלכה אז מען קען מיקל זיין זענען זיי מיקל, און די זעלבע טוט סאכדעס מיט אנדערע. (איך רעד נישט פון חלב עכו"ם).

נישט ריכטיג
זיי האבן נישט אלע מסורות וואס חסידים האבן לגבי גאנץ אסאך זאכען
ואכמ"ל
הלכה איז נישט די נושא, יעדער ערליכער איד פירט זיך עפ"י הלכה..

למשל וואס? אפשר רעכנסטו מיך אויס עטליכע זאכן וואס או יו האט קולות וואס סאכדעס האט נישט.
Re: ווערים אין די טרויבן
אינטערסאנטער #
למשל וואס? אפשר רעכנסטו מיך אויס עטליכע זאכן וואס או יו האט קולות וואס סאכדעס האט נישט.
סקיפ די ווארט קולות, זיי גייען אליבא דהלכתא, חסידים (ועוד) האבן געוויסע חומרות וואס זיי האבן נישט אנגענומען וויבאלדט זיי סערווירען א ריזיגע פראצענט פון כלל ישראל פון אלע סארטען.
דוגמאות קענסטו זיי אליין פרעגען, אז דו ווילסט דווקא אביסעל: מילך, פלייש, געוויסע שאלות פון פיש, אסאך פסח חומרות [וואס גראדע האט איינער פון זייער גרויסע משגיחים דאס געזאגט ברבים - אז געוויסע געטראנקען איז ער שטארק מציע נישט צו טרינקען אויף פסח, די הכשר איז נאר ווייל מען מוז פאר אסאך וואס וועלען ממילט טריקען], עטליכע חילוקי דיעות בהלכות בישול עכו"ם ומה עולה על שלחן מלכים, חילוקי דיעות בנוגע כמה סוגי דז'עליטאן גענוג ?
Re: ווערים אין די טרויבן
פרעגסט צו געוג? ניין בכלל נישט גענוג. ווייל עטליכע חילוקי דיעות וואס או יוא איז מחמיר און אזוי גערופענע חסידישע פרומע זענען יא מקיל, יעדע זאך קוקן די רבנים אויף די הלכה.
פסח'דיגע חומרות קומט נישט דא אריין, מען רעדט צו עס איז הלכה'דיג דא א געוויסע חשש פאר אן ערליכע איד זיך צו פארלאזן אויף או יו, בשעת סאכדעס און נאך זענען פונקט אזעלכע מקילים ווען עס פעלט זיי אויס.