☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » באדעקן גויאישע פנימ'ער

באדעקן גויאישע פנימ'ער

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #31

שרגא » מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:15 pm

· #156
באדעקן גויאישע פנימ'ער
קוקנדיג יעצט דעם נייעם "שטערן", באמערק איך ווי אלע פנימ'ער פון גוים זענען בלוירי. ווער האט יעצט פריש געלייגט דרוק?
די היימישע צייטונגען און מאגאזינען זענען ב"ה געשטיגן אין קוואליטעט אין די לעצטערע יארן, מיט דער פרישער מעלה פון באדעקן יעדן גויאישן פנים. אנשטאט נאכמאכן יענעמ'ס גוטע איידיעס אדער ארטיקלעך, זוכן היינט אלע נאר נאכצומאכן און איבערשטייגן יענעמ'ס משוגעת'ן. יעצט וועלן מיר שוין מער נישט נכשל ווערן מיט די ראיות אסורות... אמת'דיג, עס פעלן דען ערנסטע קאמפיינען און וויכטיגע גדרים צו מאכן אין דער היינטיגער וועלט? וואס קומט נעקסט, נישט שרייבן אויף אשר-יצר פאפיר, אדער אפשר זאל מען מוזן טובל'ען די פאפיר? עס נעמט דאך נישט קיין עק.

עדיוקעטעט » מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:59 pm

· #166
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
It's a shame what a few stupid ppl can do to us. Campaign against digital camera. Ami magazine. And now with blurring pictures of men What's next making us believe that there is noting besides us??? and pictures in the news papers will only be 3d sketches like our smybol here
It's time the 99% should stick up for normality

טעמפא » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 8:00 am

· #181
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
נו, אז מען רעדט שוין פון באדקן דאס פנים.... <a class="postlink" href="http://www.koshercamera.com/">http://www.koshercamera.com/</a> געט א קליק אויף "order now"....

ידען » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 6:19 pm

· #234
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
טעמפא,

דער לץ האט געמאכט גאר שיינע גרעפיק פאר זיין וויץ. אפשר קענסט אים אהערברענגען צו דעם פורום?

חיים נחום:

איך וועל נישט מקבל זיין דעם לשון הרע אז דער שטערן לייגט בכלל אריין בילדער פון רשעים.....

שרגא » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 11:04 pm

· #245
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
טעמפא
נו, אז מען רעדט שוין פון באדקן דאס פנים.... <a class="postlink" href="http://www.koshercamera.com/">http://www.koshercamera.com/</a> געט א קליק אויף "order now"....

צוקער זיס! אבער איך בעט אייך: געט נישט נאך איידיעס פאר די חברה, דעי מייט לייק איט!

אנאנים » פרייטאג מערץ 2, 2012 11:38 am

· #278
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
זיי האבן זיך מיאוס באנארישט. לויט ווי איך הער האבן זיי געוואלט אראפנעמען דעם חרון אף פון די קראנקע קנאים אבער ס'האט זיי נעבעך געהאלפן א מכה.
שטעלט זיך ארויס אז זיי האבן געגעסן די פארשטינקענע פיש און ס'האט זיי געהאלפן א מכה ווייל די משוגעים זענען אינגאנצן נישט אראפגעקראכן פון זיי, און אלע ליינערס זענען גערעגט אויף זיי.

ווען איך האב אריינגעקאלט געבן א פסק, האבן זיי מיר געזאגט אז זיי האבן באקומען גאר אסאך טעלעפאן קאלס וועגן דעם, און איך האף טאקע אז עס וועט אויפטון און קומענדיגן חודש וועלן זיי צוריקלייגן די בילדער און בכלל גייען זיך אנפייפן אויף די משוגעים און זיך נאר רעכענען מיט די ליינערס און מיט זייער רב, הרב יעקב זיידא שליט"א, וואס ער גיט זיי די אנווייזונגען וואס זיי מעגן יא און וואס זיי טארן נישט טאן.
איך האף אז זיי וועלן טאקע אזוי טון, און ווייטער אנגיין מיט זייער גוטע קוואליטעט ארטיקלען און בילדער.

שרגא » פרייטאג מערץ 2, 2012 12:57 pm

· #289
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
[ציטאט אראפגענומען]

און וויאזוי האט סקווירער רבי זיך געטראפן מיט קלינטאן און אים געקוקט גראד אין פנים אריין? און אלע גדולי מאורי הדורות פון אלע יארן האבן זיך אלץ געטראפן און געארבעט מיט גוים, חלילה צו מקטרג זיין אויף זיי.
דו האסט שוין געזען דיין טאטן קוקן אויפ'ן הימל, בשעת ער רעדט צו זיין גוישן ארבעטער אדער דעליווערי מאן? אויב נישט, פארוואס ווערט עס ערגער אין א צייטונג. אויב עפעס, איז א בילד נאר נאך גרינגער (פונקט ווי סדא וואס זאגן לגבי הערן א קול פון א פרוי נישט לייוו , זענען דא וואס האלטן לגבי א בילד אז עס הייסט נישט ווי עכט).

אויב אפילו די רעבע ז"ל האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן קייזער, פארוואס טאר איך נישט קוקן אויף א בילד פון אים? פארוואס זענען די צייטונגען הארבער? נאר פאר איין סיבה: ווייל דארט קענען די ארבעסטלאזע ראדיקאלן באלבאטעוון און לייגן דרוק. אדער ווייל די רעדאקטארן זענען איבערגעטריבענע פחדנים און אויב איין משוגענער זאגט עפעס, פאלגט מען. אוודאי קען דער צייטונג אייגנטימער ענדערש באשטיין צו נאכגעבן דעם פארלאנג פון פארדעקן די גויאישע פנימ'ער, ווי נאכגעבן דעם פארלאנג פון גוטע ארטיקלעך. עס איז סאך גרינגער...

עס איז א בושה ווי די מנהיגי הדור האבן זיך נאכנישט געכאפט אז מען מוז אנהייבן מאכן פריאריטעטן און נישט זיין פארנומען מיט דידזשיטעל קאמערעס און אזעלכע פרישע חומרות ווי פארדעקן גואישע פנימער, נאר קודם מיט'ן איי-פאון און די אנדערע דעווייסעס וואס בחור'לעך און יונגעלייטלעך טראגן זיך ארום.

די איינציגסטע זאך איז אפשר טאקע אן אדם רשע (לכ' אפילו א איד אויך?), למשל פון היטלער אדער סטאלין, אבער מאדנע איז אז די זעלבע מסתמא וואס זענען די וואס ווילן פארדעקן יעדן גוי'שן פנים אין צייטונג, וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט אכמאדינעדזשאד. זעט אויס קוקן א בילד פון א גוי טאר מען נישט, אבער זיך האלזן מעג מען יא... דער אסור להסתכל אויב עפעס מיינט טאקע "הסתכלות", זיך איינקוקן און באטראכטן, וואס דאס גענוי טוען זיי.

אגב, טראכט איך אויך אז מ'קען נישט סתם זאגן אז א גוי איז אסור און א טמא'נע זאך צו קוקן, ווייל מען זעט דאך אז חזל האבן אפילו באשטימט א ברכה ווען "מ'זעט" א קעניג, אדער אפילו ווען "מ'זעט" א חכם. סאו ווי קען מען עפ"י הלכה מאכן א ברכה אויב מ'געט נישט א קוק אויף דעם גוישן חכם?... און גראדע וועלן די צייטונגען געווענליך ברענגען נישט סתם א בילד פון דזשאני סמיט נאר פון קעניגן, חכמים און העלדן, וואס אויף זיי איז גאר אפשר א מצוה צו קוקן, או7יב זיי זענען פון די חסידי אומות העולם האבן זיי דאך (עכ"פ לויט טייל) א חלק אין עולם הבא. נאך מער, עס איז אפילו דא א ברכה אויב מען זעט אילנות טובות אדער "בריות נאות", יא שטייט קלאר אפילו א "גוי", דארף מען מאכן א "ברכה". איר הערט גוט, מאכט א ברכה: בא"י שככה לו בעולמו! יעצט פרעג איך דיר!

שרגא » פרייטאג מערץ 2, 2012 1:10 pm

· #291
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
נאך א שנעלן סוירטש טרעף איך אז דער דין פון אסור להסתכל ווערט בכלל נישט געברענגט להלכה אין רמב"ם, טור שו"ע.
און קוק דאס: ובטורי אבן (שם) פירש דברי הגמרא, דאף על גב דאסור להסתכל בדמות אדם רשע, מכל מקום אי אפשר לרוב עולם לזהר בזה והיינו רבותא של רבי יהושע בן קרחה, בזה שלא הסתכל בדמות אדם רשע שזכה לאריכות ימים.
און לויט דעם טעם פונעם שערי תשובה (שער ג' אות קצג), שהאיסור להסתכל בפני אדם רשע הוא חלק מהאיסור להתחבר לאדם רשע, שעל ידי ההסתכלות יבא לידי התחברות, איז דאך ביי א בילד דאס בכלל נישט שייך. סאו קודם זאלן מענטשן אויפהערן קוקן "לייוו" אויף גוים א גאנצן טאג, דערנאך זאל מען גיין צו בלויז א בילד פון זיי. עולם הפוך ראיתי. נאו קאמען סענס וואטסאועווער.

קאווע » פרייטאג מערץ 2, 2012 1:34 pm

· #292
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
שרגא'לע שרגא'לע טייערע אהבה מקלקלת השורה, דיין גרויס אהבה צו די בילדער פארבלענדן דיינע אויגן פון צו זען דעם אמת, ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון קוקן ביז קוקן? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון זען ביז קוקן? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון לא תחנם און שחלק מכבודו? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון באשיינען דעם גוי פארן איד און זיך חנפ'נען צום גוי פאר א טובה? ווייסטו דען נישט קיין חילוק פון קנאות און עקסטרעמיסטן?

שרגא
[ציטאט אראפגענומען]

און וויאזוי האט סקווירער רבי זיך געטראפן מיט קלינטאן און אים געקוקט גראד אין פנים אריין? און אלע גדולי מאורי הדורות פון אלע יארן האבן זיך אלץ געטראפן און געארבעט מיט גוים, חלילה צו מקטרג זיין אויף זיי. ווער האט מקטרג געווען?
דו האסט שוין געזען דיין טאטן קוקן אויפ'ן הימל, בשעת ער רעדט צו זיין גוישן ארבעטער אדער דעליווערי מאן? אויב נישט, פארוואס ווערט עס ערגער אין א צייטונג. די ווייסט טאקע נישט פארוואס ס'איז ערגער? אויב עפעס, איז א בילד נאר נאך גרינגער גרינגער? אזוי גאר? און וואס איז מיט די רוח הטומאה וואס איז דא אויף בילדער? און וואס איז מיט די איסור צו קוקן די בילדער או"ח ש"ז סיעף ט"ז? (פונקט ווי סדא וואס זאגן לגבי הערן א קול פון א פרוי נישט לייוו , זענען דא וואס האלטן לגבי א בילד אז עס הייסט נישט ווי עכט ווער האלט אזוי? אפשר מעג איך וויסן?).

אויב אפילו די רעבע ז"ל ביסט קיוט ווען די שרייבסט רעבע? האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן קייזער, פארוואס טאר איך נישט קוקן אויף א בילד פון אים? חוזר על קיאו? פארוואס זענען די צייטונגען הארבער? חוזר על קיאו? נאר פאר איין סיבה: ווייל דארט קענען די ארבעסטלאזע ראדיקאלן באלבאטעוון און לייגן דרוק דיינע שארפע לשונות באשטעטיגן דיינע ווערטער?. אדער ווייל די רעדאקטארן זענען איבערגעטריבענע פחדנים און אויב איין משוגענער איין משוגענער, איין משוגענער, חזר עס, ביז יעדער וועט מיינען אז די אלע רבנים וואס האבן געהאקט דעראויף איז נישט מער ווי איין משוגענער זאגט עפעס, פאלגט מען. אוודאי קען דער צייטונג אייגנטימער ענדערש באשטיין צו נאכגעבן דעם פארלאנג פון פארדעקן די גויאישע פנימ'ער, ווי נאכגעבן דעם פארלאנג פון גוטע ארטיקלעך. עס איז סאך גרינגער...

עס איז א בושה ווי די מנהיגי הדור האבן זיך נאכנישט געכאפט ווער האט זיך נישט געכאפט? אז מען מוז אנהייבן מאכן פריאריטעטן און נישט זיין פארנומען מיט דידזשיטעל קאמערעס און אזעלכע פרישע חומרות פרישע חומרות, חחח, אהבה מקלקלת השורה ווי פארדעקן גואישע פנימער, נאר קודם מיט'ן איי-פאון שרגא פארשטייט אז אייפאון איז ערגער ווי גוישע פנימ'ער 😂 נו גיי ארום צו אלע רבנים און קלער זיי אויף, דערווייל פארשטייען זיי אנדערש ווי דיר. און די אנדערע דעווייסעס וואס בחור'לעך און יונגעלייטלעך טראגן זיך ארום.

די איינציגסטע זאך איז אפשר טאקע אן אדם רשע (לכ' אפילו א איד אויך?), למשל פון היטלער אדער סטאלין, אבער מאדנע איז אז די זעלבע מקור? וויפיל איך ווייס איז עס נישט נאר נישט די זעלבע, נאר אנדערע עקסטרעם מענטשן מסתמא וואס זענען די וואס ווילן פארדעקן יעדן גוי'שן פנים אין צייטונג, וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט אכמאדינעדזשאד. זעט אויס קוקן א בילד פון א גוי טאר מען נישט, אבער זיך האלזן מעג מען יא...פארשטייסט טאקע נישט די חילוק? דער אסור להסתכל אויב עפעס מיינט טאקע "הסתכלות", זיך איינקוקן און באטראכטן, וואס דאס גענוי טוען זיי אה! עפעס פאנגט ער שוין אן צו כאפן, אחילוק פון ראי' און הסתכלות, זאג נאר ביים זיך האלצן קוקט מען מער ווי אויף א בילד אדער ס'איז א קל וחומר? אויב ס'איז א ק"ו איז עס מופרך, ווייל 2 ראנג דאסנט מעיק 1 רייט..

אגב, טראכט איך אויך אז מ'קען נישט סתם זאגן אז א גוי איז אסור ניין? מ'קען נישט? וואס זאל מען אבער טוהן אז די גמ' זאגט יא אזוי? און א טמא'נע זאך צו קוקן, ווייל מען זעט דאך אז חזל האבן אפילו באשטימט א ברכה ווען "מ'זעט" א קעניג, אדער אפילו ווען "מ'זעט" א חכם. סאו ווי קען מען עפ"י הלכה מאכן א ברכה אויב מ'געט נישט א קוק אויף דעם גוישן חכם?...א שווערע קשי', איך מיין זאלסט קוקן אין די מפרשים פאר די ציסט דא א מסקנה אז מ'מעג יא און גראדע וועלן די צייטונגען געווענליך ברענגען נישט סתם א בילד פון דזשאני סמיט נאר פון קעניגן, חכמים און העלדן, על אלה אני בוכיה וואס אויף זיי איז גאר אפשר א מצוה צו קוקן,אזוי גאר? או7יב זיי זענען פון די חסידי אומות העולם האבן זיי דאך (עכ"פ לויט טייל) א חלק אין עולם הבא און אז?. נאך מער, עס איז אפילו דא א ברכה אויב מען זעט אילנות טובות אדער "בריות נאות", יא שטייט קלאר אפילו א "גוי", דארף מען מאכן א "ברכה" חוזר חזרה. איר הערט גוט, מאכט א ברכה: בא"י שככה לו בעולמו! יעצט פרעג איך דיר! וואס פרעגסטו?

--------------------------

ער האקט אריין, מאך א שטייטערן סורטש, וועסטו זען אז ס'ווערט יא געבערנגט און געפסק'נט להלכה.

רואיק » זונטאג מערץ 4, 2012 4:28 am

· #380
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
[ציטאט אראפגענומען]
איך בין מיט דיר אנאנים אלל דע וועי! און איך לאז טאקע נישט אריין ביי מיר אין שטוב די כל העולם כולו סטייל מעגאזינען כדי מען חלילה נישט צוקומען צו א חשש הסתכלות... וואס יא, ווען איך האב לעצטענס איבערגעבויט האט מיין רעביצין געזוכט א שיינע סחורה צו מאכן א פארהאנג אין טוילעט. איך בין מודה אז דער כל העולם כולו האט יא א נוצן אלץ א סחורה קאטאלאג.

קאווע » זונטאג מערץ 4, 2012 12:13 pm

· #406
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
אנאנים אלץ והייתם נקיים מיז איך ענטפערן על ראשון ראשון.

1. וואס איז די גרוילטאט פון מטשטש זיין בילדער? איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא סארט גרוילטאט....

2. איך האב בכלל נישט געשטיצט די געדאנק פון פארדעקן די בילדער, נאר איך האב ענדערש אפגעפרעגט די געדאנק אז ס'נישט קיין שום פראבלעם צו קוקן בילדער פון גוים, ס'איז קלאר יא א פראבלעם.

3. איך געדענק נישט אויף די מינוט די מקור, אבער ס'איז מיר ברור כשמש אז ס'ווערט דערמאנט אין כמה ספרים אז קוקן אויף א צורה פון א גוי איז ממשיך א טומאה אויפן מסתכל. יא רשעים נישט רשעים פונקט ווי מ'טאר נישט קוקן אויף צורת פון חיות טמאות (נאך א חידוש?) טאר מען נישט קוקן אויף א צורה פון א גוי. (קוקן לשם קוקן).

4. כל הגולם כולו איז ערגער? 100%, איך בין אייך מכבד ארויסצוקומען מיט א מחאה אין די עפענטלכקייט.

5. איך זע די ניצט אויך דעם טאקטיק פון אראפרייסן די מענטש און דאדורך איז אטאמאטיש אפגעפרעגט אלעס וואס ער זאגט. קבל את האמת ממי שאמרו.

קול גדול » מאנטאג מערץ 19, 2012 10:10 pm

· #2099
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
איך שטעל מיר פאר טאמער וואלט געווען פארקערט און אלגעמיינע צייטונגען וואלטן פארדעקט אידישע פנימ'ער וואלט גלייך געווארן א טומעל און אלע עסקנים וואלטן געשריגן אנטיסעמיטיזים.

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:08 pm

· #2942
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
"הסתכלות בפני אדם רשע", קודם דארף מען וויסען במקור דעם טיטול 'רשע' באלאנגט פאר א איד וואס טוט רשעות, ווייל א גוי איז דאך א גוי, איהם האט מען נישט געגעבען די תורה איז ער נישט פארפליכטעט זיך אויף צופירען עפ"י הנימוס, עס איז דא זאכען פון נארמאלקייט, אבער דאס ענין פון רשעות גייט אויף א איד וואס פירט זיך אויף נגד התורה.

ממילא נישט אנקוקען א גוי צוליב "אסור להסתכל בפני רשע", אפילו אם תימצי לומר דאס מיינט א גוי, אבער נישט קיין בילד זיכער נישט.

קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 6:03 pm

· #2995
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
[ציטאט אראפגענומען]

אבער דער סאטמאר רבי אליין האט דאך גענוצט זיין בילד פאר פאספארטן.

יחזקאל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:55 am

· #3424
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
קול גדול
[ציטאט אראפגענומען]

אבער דער סאטמאר רבי אליין האט דאך גענוצט זיין בילד פאר פאספארטן.

ביסט צוקער זיס

מנחם מענדיל » זונטאג אפריל 28, 2024 4:19 pm

· #560197
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 1, 2024 9:38 pm

· #560360
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
ידען #
טעמפא,

דער לץ האט געמאכט גאר שיינע גרעפיק פאר זיין וויץ. אפשר קענסט אים אהערברענגען צו דעם פורום?

חיים נחום:

איך וועל נישט מקבל זיין דעם לשון הרע אז דער שטערן לייגט בכלל אריין בילדער פון רשעים.....
זיי זענען צוערשט בודק זיינע ציצית. און זי פארהעראן איהם אין וועלכע מקוה ער גייט. וועלכע השגחה ער ניצט. און וועלכע צייטונגען ער ליינט. ערשט נאכדעים לייגן זיי אריין זיין פיקטשער אין מעגעזין. תחת פיקוח והשגחת והסכמת וועד הרבנים.

יאנקל בעל העגלה » מיטוואך מאי 1, 2024 10:31 pm

· #560372
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
מנחם מענדיל #
איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
לייענדיג די שריפט איבער די באזוך ביי די סיקרעט סערוויס איז מיר שטארק נישט געפאלן די "נידריגע גוי" לאזונגען וואס זיי לייגן אריין ביים באשרייבן זייער באזוך דארט, כ'טראכט צו איבערטייטשן די ארטיקל אין עס אריינשיקן צום באאמטער וואס האט זיי געטוהן די טובה אין ארום געוויזן די טרענירונג סענטער, כמיין אז די שטינק וואס דאס גייט אנמאכן וועט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פארן טוהן נאכאמאל אזא זאך...

Nanach » מיטוואך מאי 1, 2024 11:17 pm

· #560376
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
יאנקל בעל העגלה #

די פוינט איז ריכטיג, אבער אונז דארפן נישט זיין די וואס העצן אויף שנאת ישראל, בפרט אין אזא צייט.

צקון לחש » דאנערשטאג מאי 2, 2024 12:02 am

· #560387
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
Nanach #

אוודאי דארף מען עס טוהן, און מסביר זיין אז דאס קומט פון זיין א לב פנוי מן החינוך, אולי יחוס התקשורת והממשלה אולי ירחם

Nanach » דאנערשטאג מאי 2, 2024 1:10 am

· #560412
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
צקון לחש #

מיטן אריינמישען די ממשלה האט מען זיך קיינמאל נישט געריקט, אויב עפעס האט עס געטריגערט א קאנטער ריספאנס.
איך זאג עס אלס איינער וואס וויל זעהן א טויש, און פון מיין זייט טוה איך וואס איך קען אז די טויש זאל געשעהן

מנחם מענדיל » דינסטאג מאי 7, 2024 12:56 am

· #561073
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
יאנקל בעל העגלה #
מנחם מענדיל #
איך פארשטיי נישט, די מוערורים זענען נישט דער וואס קויפן "די שטערן" איז פארוואס זיך צושטעלן צו זייער זינלאזגע מישעגת'ן מען דארף זיך צושטעלן צו די ריכטיגע קונם און זיי האבן נישט קיין פראבליהם מיטן זעהן א גוישע געזיכט.
לייענדיג די שריפט איבער די באזוך ביי די סיקרעט סערוויס איז מיר שטארק נישט געפאלן די "נידריגע גוי" לאזונגען וואס זיי לייגן אריין ביים באשרייבן זייער באזוך דארט, כ'טראכט צו איבערטייטשן די ארטיקל אין עס אריינשיקן צום באאמטער וואס האט זיי געטוהן די טובה אין ארום געוויזן די טרענירונג סענטער, כמיין אז די שטינק וואס דאס גייט אנמאכן וועט זיי מאכן טראכטן צוויי מאל פארן טוהן נאכאמאל אזא זאך...
זיי האבן משוגענע פרעשער ווייל די פרומע עולם קויפט דעי אויסגאבע זיי ווילן נישט פארלירן זייער קלייענטעל

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 7, 2024 3:04 am

· #561092
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
איך וויל דא זאגן א כלליות'דיגן סטעיטמענט: דער שטערן איז בראשית דרכו געווען זייער א נארמאלע צייטשריפט. זיי האבן געוואלט הייבן דעם לעוול פון נארמאלקייט און אינטעלידזשענס ביים היימישן עולם. (אויך מאכן געלט.) האבן זיי געברענגט פארשידענע ארטיקלען פון די ברייטע (גוי'אישע) וועלט וועלכע מאכן די יוגנט (און אויך די עלטערע) פארשטיין פארשידענע זאכן וויאזוי די וועלט פיהרט זיך. אז מ'זאל זיין א מעורב עם הבריות. און אויך אז ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם.

זענען געקומען א פאר אידן. מערסטנס בעלי תשובה. וועלכע זענען געווען זייער "פרום". זיי האבן געוואלט העלפן דעם באשעפער פיהרן זיין וועלט. האבן זיי געזוכט פארשידענע קריטיק אויף די ארויסגעבער פון דער שטערן. זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן א טומל. מ'איז גלייך אריבערגעגאנגען צו "הייליגקייט". ווייל קיין "ציונות" אדער אנדערע נישט אויסגעהאלטענע בילדער אדער ארטיקלען זענען דארט נישט געווען. נו, וואס טוט מען? די עצה איז פשוט. הייב אן צו שרייען אז אידישע קינדער טארן נישט קוקן אויף גוי'אישע בילדער (מענער). זיי האבן געשריגן אזוי הויעך און אנגעמאכט אזא טומל אז זיי האבן שיעור נישט ארויסגעלייגט דעם שטערן פון ביזנעס. זיי האבן גערופן צו באיקאטירן דעם שטערן און שפאקטיוו.

די בעלי בתים האבן געזעהן אז זיי האבן נישט קיין צוויי ברירות. האבן זיי אין פאניק שנעל גענימען און געמאכט א "וועד" פון "רבנים". און זיי האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער זייערע קאפריזן. די ערשטע זאך איז זיי האבן "באדעקט" די גוי'אישע פנימ'ער. נארכדעים האבן זיי ארויסגעווארפן א סאך ווערטפולע ארטיקלען וואס זיי האבן געוואלט שרייבן. אויך. לשם קדושת העניין האבן זיי אריינגעווארפן בזיונות' דיגע ווערטער אויף גוי'אישע מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות צום ארטיקל. כדי אריין צו פרעגלען אין מח פון די קינדער אז דער גוי איז טמא און נבזה. א זאך וואס א יעדער נארמאלער דערוואקסענער איד פארשטייט אליין. ווייל מ'ליינט אן אינפארמאטייון ארטיקל איבער מענטשן מיינט נאכנישט אז דער איד וועט וועלן נאכמאכן דעם גוי און ליעב האבן זיין לעבנסשטייגער.

צוויי » מיטוואך מאי 8, 2024 3:36 pm

· #561309
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
דיין כללית'דיגע סטעיטמענט איז אפשר חלק אמת און רוב נישט.
די ארויסגעבער פון די שטערן האבן אויך געוואלט הערן וואס דו וועד הרבנים זאגט און זיך צושטעלן צו זיי, נאר ווען ס'איז נישט געווען קיין רבנים איז בטעות אריינגעפאלן זאכן וואס קען געשעהן, אזוי אויך האט זיך געטוישט לטובה איבער מבזה זיין די לעבנסשטייגער פונעם גוי, יא, ס'איז א וויכטיגע זאך, און ביי אידישע אויסגאבעס דארף עס ווערן דערמאנט צווישן די שורות, און די ארויסגעבער זענען געווען אקעי דערמיט (די געוועזענע ארויסגעבער זיכער, די היינטיגע קען איך נישט), נאר אסאך רבנים זענען געבליבן דערקעגן אפי' נאך די שינוים לטובה.

סקעפטיקער » מיטוואך מאי 8, 2024 4:59 pm

· #561331
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
צוויי #

האב נאר נישט קיין טענות נאכדעם אויפן ניו יארק טיימס פארן מבזה זיין די לעבנסשטייגער פון א איד, עס איז א וויכטיגע זאך לדעתם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 9, 2024 1:15 am

· #561400
Re: באדעקן גויאישע פנימ'ער
צוויי #
דיין כללית'דיגע סטעיטמענט איז אפשר חלק אמת און רוב נישט.
די ארויסגעבער פון די שטערן האבן אויך געוואלט הערן וואס דו וועד הרבנים זאגט און זיך צושטעלן צו זיי, נאר ווען ס'איז נישט געווען קיין רבנים איז בטעות אריינגעפאלן זאכן וואס קען געשעהן, אזוי אויך האט זיך געטוישט לטובה איבער מבזה זיין די לעבנסשטייגער פונעם גוי, יא, ס'איז א וויכטיגע זאך, און ביי אידישע אויסגאבעס דארף עס ווערן דערמאנט צווישן די שורות, און די ארויסגעבער זענען געווען אקעי דערמיט (די געוועזענע ארויסגעבער זיכער, די היינטיגע קען איך נישט), נאר אסאך רבנים זענען געבליבן דערקעגן אפי' נאך די שינוים לטובה.
דו זאגסט דאך אליין אז א סאך רבנים זענען געבליבן אקעגן דעם שטערן און שפאקטיוו אפילו נאכדעים וואס זיי האבן געמאכט די אלע שינויים "לטובה". (וועמענ'ס טובה?). האלאו. א נייעס צייטשריפט איז נישט קיין מוסר ספר. ס'איז דא א צייט און פלאטץ ווען מ'קען עס ליינען.