☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » האבן מיר פיינט אונזערע קינדער?

האבן מיר פיינט אונזערע קינדער?

42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3067

Starbucks » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:37 pm

· #91095
האבן מיר פיינט אונזערע קינדער?
דא אין דעם קליפ זעהט מען א שכן דערציילן וואס טוהט זיך אפ אינעם חדר הנ״ל. ער קען נישט פארשטיין וויאזוי מיר שיקען אונזערע קינדער אין אזא מוסד.

וואס איז די מעשה מיט אונז? זעמער גוט משוגע? האבן מיר טאקע פיינט אונזער בלוט און פלייש? אדער וויל מען פשוט נישט וויסן מקוצר רוח ומעבודה קשה??

לעמיל » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:38 pm

· #91096
און דו גלייבסט אים נאך?? טו מיך א טובה דו מיינסט אד פאבליק סקולס זענען בעסער???

Starbucks » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:47 pm

· #91100
לעמיל
און דו גלייבסט אים נאך?? טו מיך א טובה דו מיינסט אד פאבליק סקולס זענען בעסער???


ערשטנס, איז עס אן אויפטו פאר אונז אז מיר זענען פונקט ווי די פאבליק סקולס??
צווייטנס, איך האב חבירים וואס ארבייטן אין פאבליק סקולס און יא, פאבליק סקולס (סיידן אין די גאר שוואכע געגענטער) זענען בעסער.

היימישער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:57 pm

· #91108
די גויים האבן אפשר פיינט זייערע קינדער, אבער כמעט א יעדע יוד % 99.99 האט ליעב זיינע קינדער אהבת נפש.

Starbucks » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:00 pm

· #91110
[ציטאט אראפגענומען]


אוי דו מאכסט מיר דיפרעסט. 😞

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:11 pm

· #91116
די קליפ זאגט גארנישט זאכלעך.

פארוואס נישט דא לייגן kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=86618#p86618

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:02 pm

· #91139
[ציטאט אראפגענומען]

Got it

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:04 pm

· #91176
היימישער
די גויים האבן אפשר פיינט זייערע קינדער.

מהיכי תיתי?

אוי טאטי » מיטוואך פעברואר 27, 2013 9:26 pm

· #91184
פארוואס גלייבסטו דעם שכן מער ווי דעם מעקסיקאנער ארבעטער?

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:06 pm

· #91190
אוי טאטי
פארוואס גלייבסטו דעם שכן מער ווי דעם מעקסיקאנער ארבעטער?


ווייל דער שכן רעדט היבש מער נעגאטיוו קעגן אונז חסידים ווי דער מעקסיקאנער, לויט טייל חסידים האסער דא איז עס א קלארע באווייז אז ער איז ענדערש באגלייבט.

{אגב, דער שכן איז א איד אדער א גוי?}

יאיר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:10 pm

· #91191
איך זע נישט קיין חילוק צווישן די עדות פונ'ם ארבעטער אונ'ם שכן. ביידע זאגן אז מען שרייט אסאך אויף די קינדער, דער שכן לייגט צו אז די קינדער ווארפן ארויס זאכן פון די פענסטער, און אז ער וואלט נישט געשיקט זיינע קינדער אין אזא מוסד, איך מיין אז דאס איז א גאלדענע באריכט איבער די דיסציפלין פון אונזערע חדרים קעגן וואס עס קומט באמת פאר. גייט אריין אין סיי וועלכע סאטמארע תלמוד תורה און איבערצייגט זיך אליין.

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:33 pm

· #91199
איך גיי זייער אסאך, איך זע לעבעדיגע קינדער שפילען שרייען שטיפען שפילען און מאכען א לעבן, א נחת צוציזען די לעבעדיגע קינדערליך קנעה"ר, א נחת צו הערן זייער רעש און קולות ביי ריסעס אין לאנטש.

אויף די אלע צר עין וואס זעען דערין עפעס שלעכט און זיכען ארויס נעגאטיוו פון יעדע זאך בלייבט נאר איבער צו זאגען צו וואנטשען: יחיו הקנאים ויתפצוצו, זאלן זיי לאנג לעבן און פלאצען פאר קנאה/כעס/הארץ עסעניש/דערביטערטקייט,

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:37 pm

· #91202
[ציטאט אראפגענומען]

דאס איז נאר געווען א מין רעטארישע פראגע פונ'ם פותח האשכול (סטארבאקס). קיינער האט נישט קיין הוה אמינא אז עמיצער דא האט פיינט זיינע קינדער. ס'איז נאר אן ענין פון געבן בעסער השגחה אויף די קינדער. דער (אידישער) שכן וועלכער האט גערעדט זייער נעגאטיוו איז סתם אויפגערעגט אז דער מוסד געפינט זיך נאנט צו זיין הויז און ער האלט אז דער טומל, וואס איז נארמאל אין א יעדן פאבליק פלאץ נעמט איהם אוועק די מנוחה. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אז שכינים פון א תלמוד תורה האלטן אז מ'שטערט זייער מנוחה.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:46 pm

· #91204
[ציטאט אראפגענומען]

איך וועל מיר אויסבארגן אן אויסדרוק פון אונזער חשוב'ן גוטן פריינט און ידיד נאמן לכל באי הקאווע שטיבל. הר"ר געפילטע פיש שי'. "מיין סארקאזם דעטעקטאר האט זיך (גאר שטארק) צופיפן. ס'נישט אז ס'איז נישט דא וואס מתקן צו זיין אין ". די הנהגה פון חינוך. אבער ווייל ס'האט זיך געטראפן אן איינצלנער פאל וואו א מנהל האט פארלוירן קאנטראל און האט איבערגעצויגן דאס שטריקל, איז נאך נישט על הכלל כולו יצא.

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 10:52 pm

· #91210
[ציטאט אראפגענומען]


מען דארף נישט פארדרייען א צווייטענס תגובה, דער פותח האשכול האט גארנישט געמיינט רעטאריש,
דער פותך האשכול האט געטיען וואס ער טוט שטענדיגע, ער האט זיך געפרייט מיר א נעגאטיווע באריכט אויף חסידשע אידן און ער האט עס פראבירט אויסניצען דאס מערסטע וואס איז שייך, מיט א פראוואקעטיווע קעפיל אא"וו.

עס איז נישט קיין יושר אוועק צו נעמען פון אים זיין פארגעניגען,

יאיר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:04 pm

· #91218
איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:13 pm

· #91223
בדחן
[ציטאט אראפגענומען]


מען דארף נישט פארדרייען א צווייטענס תגובה, דער פותח האשכול האט גארנישט געמיינט רעטאריש,
דער פותך האשכול האט געטיען וואס ער טוט שטענדיגע, ער האט זיך געפרייט מיר א נעגאטיווע באריכט אויף חסידשע אידן און ער האט עס פראבירט אויסניצען דאס מערסטע וואס איז שייך, מיט א פראוואקעטיווע קעפיל אא"וו.

עס איז נישט קיין יושר אוועק צו נעמען פון אים זיין פארגעניגען,

דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך זעה א בייזן (אויפגערעגטן) בדחן. אלע בדחנים וואס איך קען זענען לעבעדיגע, פרייליכע יודן.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:19 pm

· #91226

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:28 pm

· #91230
יאיר
איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?


סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:31 pm

· #91232
ברסלבער


און אויב ביסטע דארט נישט גערעכט דארף מען יעצט שרייבען אויף צוויי פלעצער? יענע תגובה איז הויל אן אינהאלט סתם דעמעגאגיש געשריבען.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:33 pm

· #91233
איך האב נישט געוואוסט זיכער ווי עס באלאנגט.

אבער דאס איז נישט שיין פון דיר, איך שרייב אפ א לאנגע תגובה, און דו געבסט עס אזא מאך אוועק מיט די האנט?
זאג כאטש וואס ס'באדערט דיך.

בד"וו, וואס מיינט "דעמעגאגיש"?

יאיר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:37 pm

· #91234
בדחן
יאיר
איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?


סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן דירעקט אויף מיין פראגע?

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:39 pm

· #91237
ברסלבער
איך האב נישט געוואוסט זיכער ווי עס באלאנגט.
אבער דאס איז נישט שיין פון דיר, איך שרייב אפ א לאנגע תגובה, און דו געבסט עס אזא מאך אוועק מיט די האנט?
זאג כאטש וואס ס'באדערט דיר
שרייבסט אפ א לאנגע תגובה מיט טאלקיניג פוינטס וואס איז גוט אויסצוהערן אינמיטען האקן ניסלך אדער סיי ווען,

און די עכטע וועלט פון חינוך, דארפן קינדער פון מאל צו מאל כאפן פעטש { חוץ אויסנאם קינדער} די בעסטע מלמדים שלאגן פון צייט צו צייט, די בעסטע עלטערן שלאגן פון צייט צו צייט, עס איז א חלק פון חינוך.

ברסלבער
בד"וו, וואס מיינט "דעמעגאגיש"?

איך ווייס נישט

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:40 pm

· #91238
יאיר
בדחן
יאיר
איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?
סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן דירעקט אויף מיין פראגע?


איך כאפ נישט וואס איך האב נישט געענפערט, אויב עפעס איז דיר נאך שווער פרעג איבער.

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:46 pm

· #91240
בדחן
און די עכטע וועלט פון חינוך, דארפן קינדער פון מאל צו מאל כאפן פעטש { חוץ אויסנאם קינדער} די בעסטע מלמדים שלאגן פון צייט צו צייט, די בעסטע עלטערן שלאגן פון צייט צו צייט, עס איז א חלק פון חינוך.

איך האב גראדע גערעדט פון די עכטע וועלט פון חינוך, איך בין ב"ה א טאטע פון קינדערלעך, און יעדע ווארט וואס איך האב געשריבן איז בדוק ומנוסה.
און איך האב אויך געשריבן אז מען דארף כמעט קיינמאל נישט שלאגן, עס איז זיכער דא אויסנאם פעלער, אבער דער חינוך קען נישט זיין געבויעט אויף שלאגן, עס העלפט נישט אז די קינדער זאלן מער הארכן די עלטערן, נאר פארקערט.
די איינציגסטע זאך וואס מען דארף האבן איז א שטארקע שטארקייט.

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:48 pm

· #91241
[ציטאט אראפגענומען]


100% גערעכט

בדחן » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:54 pm

· #91243
ברסלבער
בדחן
און די עכטע וועלט פון חינוך, דארפן קינדער פון מאל צו מאל כאפן פעטש { חוץ אויסנאם קינדער} די בעסטע מלמדים שלאגן פון צייט צו צייט, די בעסטע עלטערן שלאגן פון צייט צו צייט, עס איז א חלק פון חינוך.

איך האב גראדע גערעדט פון די עכטע וועלט פון חינוך, איך בין ב"ה א טאטע פון קינדערלעך, און יעדע ווארט וואס איך האב געשריבן איז בדוק ומנוסה.
און איך האב אויך געשריבן אז מען דארף כמעט קיינמאל נישט שלאגן, עס איז זיכער דא אויסנאם פעלער, אבער דער חינוך קען נישט זיין געבויעט אויף שלאגן, עס העלפט נישט אז די קינדער זאלן מער הארכן די עלטערן, נאר פארקערט.
די איינציגסטע זאך וואס מען דארף האבן איז א שטארקע שטארקייט.


און אנדערע ווערטער מיינסטע צו זאגען אז איה"נ דיין לאנגע תגובה איז געבויעט - מיט עטליכע שארפע משלים - אז מען טאר נישט שלאגען, אבער וויבאלד דו האסט איינמאל אריינגעווארפן אינדערמיט די ווארט כמעט קענסטע עס שוין יעצט זאגען אז מען דארף פארשטיין פון דיין תגובה אז מען מעג יא שלאגען..?!

דיין תגובה איז געזאגט אבער גארנישט געזאגט, קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז חינוך איז געבויעט אויף שלאגען אזאש אז דו זאלסט דארפן קימען און עס אפווענדען,

ברסלבער » מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:58 pm

· #91245
בדחן, דו זאגסט גוט, אבער לאמיר הערן עפעס סברות/פראקטיק וואס דו ווייסט פארקערט פון וואס איך האב געשריבן.
דו האסט דאך נישט ליב ווען מען רעדט סתם אין די וועלט אריין.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:06 am

· #91250
[ציטאט אראפגענומען]


קען טאקע זיין, אבער אויף די מינוט געדענק איך נישט דיין מהלך המחשבה לאמיר דיר שטעלן פאר א שנעלע טעסט מיט זעקס שאלות כדי איך זאל דיר קענענן אינדעפעצירען און וויסען בערך מיט וועם איך רעד.


1} ר"ח היילפערן איז זיכער: 1}אומשולדיג 2}שולדיג 3}איך ווייס נישט
2}ר"נ ווב"מ איז זיכער: 1}אומשולדיג 2}שולדיג 3}איך ווייס נישט
3}אלע מוסודות זענען: 1}גוט 2}קראפעטירט 3} איך ווייס נישט
4}אלע רבנים זענענן: 1} גוט 2}.... 3} איך ווייס נישט 4} יש ויש
5}מען מען אויך ליעב האבן א חסידישער אינגערמאן: 1} יא 2} ניין 3} יש ויש
6}מעג מען דן זן לכף זכות א צווייטען איד {אינעסט אנטיל פראווען גילטי}: 1} יא 2} ניין 3}....?

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:07 am

· #91252
בדחן
יאיר
בדחן
יאיר
איך פארשטיי באמת נישט אויף וואס מען טענה'ט זיך דא. איז דא איינער וואס לייקנט אז אין סאטמארע חדרים שרייט מען אויף די קינדער?
סאטמער {ווי אימער עס איז דא צוויי, וומסב"ג/קר"י/ב"פ} גיט זייער א גיטע ווארעמע איבערגעבענע חינוך,
אמת אז די סיבה איז צוליב קאמפאטישען, אבער די קאמפאטישען גייט שוין אן איבער 10 יאר און די קינדערליך פארדינענן דערפון,

פארוואס דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן דירעקט אויף מיין פראגע?


איך כאפ נישט וואס איך האב נישט געענפערט, אויב עפעס איז דיר נאך שווער פרעג איבער.

איך כאפ נישט פארוואס דו כאפסט נישט אדער ווילסט נישט כאפן, וועל איך פרובירן נאך איינמאל מיין מזל. מיין שאלה איז אויב דו לייקנסט דאס וואס דער שכן טענה'ט אז מען שרייט גאנץ אפט אויף די קינדער אין דעם סאטמארן חדר. ביטע ענטפער יא אדער ניין, און דערנאך קענסטו מסביר זיין פארוואס דו ביסט יא אדער נישט גערעכט.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:09 am

· #91253
אה... איי עים סארי, איך וואין נישט און מאנסי איך ווייס נישט צו מען שרייט דארט מער ווי ערגעץ אנדערש,

אבער דו האס קודם געשריבען "סאטמערע חדרים" דאס מיינט איבעראל נישט נאר מאנסי דערויף האב איך געענפערט מיין כללות'דיגע תגובה,
אבער אויב איז דיין שאלה - ווי די פרעגסט יעצט - נאר לגבי מאנסי דעמלאטס ווייס איך טאקע נישט וואס צו ענטפערן.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:14 am

· #91255
דעמאלט וואס פארפירסטו אז די אלע וואס גלייבן דעם שכן זענען צרי עין און פארביטערטע מענטשן אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?
און ביי די וועי, ווי אזוי איז טאקע אין די אנדערע סאטמארע חדרים, מען שרייט טאקע נישט אויף די קינדער?

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:18 am

· #91260
יאיר
דעמאלט וואס פארפירסטו אז דער שכן איז אן אנטיסעמיט און א ליגנער אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?


קענסט קוואטען מיין תגובה ווי איך האב עס געשריבען?

יאיר
און ביי די וועי, ווי אזוי איז טאקע אין די אנדערע סאטמארע חדרים, מען שרייט טאקע נישט אויף די קינדער?


דאס איז געווען דיין ארגינעלע שאלה דא, און איך האב דיר שוין געענפערט דערויף.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:20 am

· #91263
סארי, כ'האב זיך טועה געוען מיט א צווייטן וואס האט געשריבן אז דער גוי זאגט עס פשוט ווייל ער ווערט נערוועז פון זיי, (אין אנדערע ווערטער ער איז א זיכערער ליגנער, און מסתמא אויך אן אנטיסעמיט, אויב ער טראכט אויס אזא ליגן). איך האב עס שוין פארראכטן. ביטע ענטפער מיין יעצטיגע שאלה.

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:22 am

· #91265
דו האסט מיר געענטפערט אז זיי גיבן א ווארעמע חינוך, אבער נישט צו זיי שרייען אדער נישט. איך וויל דא לאדענען אלע וואס האבן געלערנט אין סיי וועלכע סאטמארע חדר צו לאזן הערן אויב מען שרייט אויף די קינדער.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:24 am

· #91267
[ציטאט אראפגענומען]


ייש"כ, אזא איד ווי די מיט אזא שכל הישר איז טאקע אייביג גערעכט, ווייל זיכער האסטע א אשת חיל מיט אזא קלארע מחשבה ווי דו וואס איז אויך אייביג גערעכט..., 🙂 🙂 🙂

[ציטאט אראפגענומען]


אמת. אבער לגבי אונזער נקודה קען מען עס יא זאגען... והבן

___

מען האקט....

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:27 am

· #91270
[ציטאט אראפגענומען]

ווען עס וואלט מיר נישט געקומען צום וויינען וואלט איך געלאכט. עס איז מיר א חידוש עצום דאס וואס איך הער יעצט פון ר' בדחן אז אין די סאטמארע חדרים שרייט מען נישט, און איך וואלט געוואלט הערן ווער נאך עס האלט אזוי.

בדחן » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:29 am

· #91271
יאיר
בדחן
יאיר
דעמאלט וואס פארפירסטו אז דער שכן איז אן אנטיסעמיט און א ליגנער אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?
קענסט קוואטען מיין תגובה ווי איך האב עס געשריבען?

סארי, כ'האב זיך טועה געוען מיט א צווייטן וואס האט געשריבן אז דער גוי זאגט עס פשוט ווייל ער ווערט נערוועז פון זיי, (אין אנדערע ווערטער ער איז א זיכערער ליגנער, און מסתמא אויך אן אנטיסעמיט,)..


איך האב הנאה פון אזא מהלך...

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:37 am

· #91272
ר' בדחן ביטע ענטפער אויף מיינע שאלות אנשטאט זיך שטעלן אויף פרטים.
יאיר
דעמאלט וואס פארפירסטו אז די אלע וואס גלייבן דעם שכן זענען צרי עין און פארביטערטע מענטשן אויב דו ווייסט אפילו נישט צו ער איז גערעכט אדער נישט?
און ביי די וועי, ווי אזוי איז טאקע אין די אנדערע סאטמארע חדרים, מען שרייט טאקע נישט אויף די קינדער?
יאיר
דו האסט מיר געענטפערט אז זיי גיבן א ווארעמע חינוך, אבער נישט צו זיי שרייען אדער נישט.

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:54 am

· #91297
[ציטאט אראפגענומען]

קופער ס'איז גוט פאר א ווערטעל, איך לייקען נישט אז ס'איז דא אסאך פראבלעמען ביי אונז, אבער ס'קומט נישט ארויס קיין איין רעכט קינד פון אונזערע מוסדות??

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:05 pm

· #94048
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

קופער ס'איז גוט פאר א ווערטעל, איך לייקען נישט אז ס'איז דא אסאך פראבלעמען ביי אונז, אבער ס'קומט נישט ארויס קיין איין רעכט קינד פון אונזערע מוסדות??

דאס איז קיין טענה נישט. דאס קען זיין טראָץ די שוואכע סיסטעם.

boxcover » מיטוואך מערץ 6, 2013 10:08 pm

· #94053
[ציטאט אראפגענומען]

99% גערעכט, וכמוש"כ ברסלבער.