☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פאפולערע יודישע אויסדרוקן

פאפולערע יודישע אויסדרוקן

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #303
בלאט: 1 2

קרעמער1 » פרייטאג מערץ 30, 2012 8:24 am

· #3562
פאפולערע יודישע אויסדרוקן
אפטמאל קען אויסקוקן ווי א פאפולערע זאץ האט נישט קיין הענט און פיס, אבער ווען מען דערגרונטעוועט זיך דערין זעהט מען פון וואו עס קומט במקורו.

למשל אויף דעם אויסדרוק "דא ליגט דער הונט באגראבן", זאגן מאנכע פשט אז דער אויסשפראך שטאמט פון דייטש וואו "הונדע" (Hunde) מיינט אן אוצר.

Da liegt der Hunde bargraben איז כפשוטו, דא איז באהאלטן דער אוצר. מיט דערצייט איז פון hunde געווארן hund-הונט. און פון דארט איז געווארן "דא ליגט דער הונט באגראבן".

(אזוי ווי איך קאן נישט דויטש, נעם איך נישט קיין אחריות דערויף).


וואס איז פשט אינעם אויסדרוק "איך האב דיר אין בוידעם"?

איחוד פעלד » דינסטאג יוני 12, 2012 8:37 am

· #17423
Re: פאפולערע יודישע אויסדרוקן
לא דובים ולא יער
איז פון א מעשה און נ"ך.
א שווארץ יאר?
גיי דיך צו אלע רוחות?
ער'ז געווארען א גאנצע שאץ מאץ?
קנאקערס?
שיסערס?


Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

טעפל » דינסטאג יוני 12, 2012 11:00 am

· #17486
[ציטאט אראפגענומען]

כ'מיין אויך אזוי.

מאמע לשון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:56 pm

· #17939
און וואס איז "מיטן פוטים אראפ"? (בכלל איז עס פיטום אדער פיטער?!)
א נעכטיגער טאג
איך האב דיך אין בארד... (שטעלט אייך פאר א מגולח זאגט דאס..)
א מכה און א רעטעך
וכו' וכו'

יידל » דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:35 pm

· #17950
מאמע לשון
און וואס איז "מיטן פוטים אראפ"? (בכלל איז עס פיטום אדער פיטער?!)
א נעכטיגער טאג
איך האב דיך אין בארד... (שטעלט אייך פאר א מגולח זאגט דאס..)
א מכה און א רעטעך
וכו' וכו'

און איך פלעג אלץ זאגן/הערן "איך האב דיך אין באָד".
אזוי אויך "א מכה אין א רעטעך" נישט "און א רעטעך". אדער א "מכה בדופן".

מאמע לשון » דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:05 pm

· #17956
באד מאכט נישט דעם אויסדרוק מער פארשטענדליך... (אדער איז עס גאר דער גאליציאנער חיתוך הדיבור פון אויסלאזן דעם ר')

און/אין, מען דארף זיין אין א בחינה פון רואים את הקולות צו זען דעם י' אדער ו',אבער העיקר איז וואס איז פשט פונעם אויסדרוק 'אידער וועי'?

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:45 am

· #39378
די עלטערע דור פלעגט מער נוצן אידישע אויסדריקן. דער יונגער דור דארף זיך אביסל צולערנען.

מאמע לשון » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 4:10 am

· #43465
די אינטערעסע און ווארימקייט צום שפראך בכלל ווערט אלס ווייניגער ביים יונגווארג, די אידן פונעם אלטן דור האבן זיך געזשאלעוועט מיט יעדן ווארט, געלעבט מיט יעדן אלטן אויסדרוק.
זיי האבן געלעבט מיטן שפראך ווייל דאס איז וואס זיי האבן געהאט.

על המחיה » מיטוואך סעפטעמבער 5, 2012 10:50 am

· #43540
פון וואנעט נעמט זיך די פאלגענדע אויסדריקען?

ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער
קינד און קייט
סטראשע די גענז
רעדען צום לאמפ

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:38 am

· #44899
זעה דא פאר נאך שאלות

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=823">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=823</a>

(זעה שאלה 9 און 19, צווישן אנדערע)

גוטזאגער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:40 pm

· #46952
די אויסדריק פון קינד און קייט ווערט באהאנדעלט אין די מעלות פון תשרי ע"ג אינעם רובריק "מאמע לשון"
מיטען פיטום אראפ קען מען זאגען אז עס מיינט מיטען פיטער אראפ דהיינו אז ער איז אזא שלימזל אז ווען זיין ברויט פאלט אראפ פאלט עס אויף די זייט וואס עס איז ארויפ געשמירט די פוטער (און די צייטשריפט ע"ה איז געווען א בהאנדלונג אויב סאיז אמת אז עס פאלט אלעמאל אויף די פוטער זייט)
ווען מען רעדט פון שפראך איז גיט צו געדענקען אז במשך הזמן קען ווערן פאדרייט די ווערטעראון איך וועל אייך דא געבן צוויי ביישפילען:
יעדער פון אייך האט זיך שוין זיכער באגעגנט מיט די אויסדריק "בחור הזעצער" און עס מאכט וואונדערן צו די וואס האבען געדרוקט ספרים זענען טאקע נאר געווען בחורים ?
די ענטפער דערצו איז אז די אלע נעמען וואס מען האט געגעבן פאר די בית הדפוס האט געהאט אן פיזישען שייכות די ווארט "דריק" איז געקומען וויבאלד מען האט גענומען אותיות און אויסגעלייגט אויף א גראדע באורד און צוגעשרויפט די אלע אותיות צום באורד און אזוי האט מען עס ארויפ געלייגט אויפן פאפיר און פינעם "דריק" איז ארויסגעקומען א פארטיגע דף
יעצט דער וואס האט אויסגעשטעלט די באורד מיט די אותיות האט מען אנגערופען און די דייטשע שפראכע "בוכ זעצער" איז פון דעם געווארען "בוכער (בחור) הזעצער"
א צווייטע טערמין וואס עז איז געווארען פארדרייט איז די ווארט "נעבעך" וואס עס שטאמט פון ניט ביי אייך (לא עלינו) י

גוטזאגער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2012 11:48 pm

· #46953
וואס מיינט לאכט און די פויסטען
סאיז דא פלאץ לרחצה
גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:09 am

· #46960
גראדע טראכט איך אז די טעאריע קען יא שטימען וויבאלד מען האט עס נישט גערופען בלשון רבים און אלענפאלס
האב איך עס געהערט פון הר"ר סיני מוליבעצקי שליט"אי

און דאס וואס דו שרייבסט אז "נעבעך" איז נישט קיין אקאראנים נאר עס שטאמט פון פוליש וואלט איך געוואלט וויסען
פון וואסערע שורש עס שטאמט צו עס האט די זעלבע מיינונג ווי די שורש

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:30 am

· #46969
אנאנים, 'ביכער' אין דויטש איז גראדע יא Bücher.

לאדיך אפ » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:50 am

· #46974
[ציטאט אראפגענומען]

[url=Ü[/url] איז נישט [url=
נאך אלץ ענליך צו "בחור".

געפילטע פיש » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:51 am

· #46975
ס'טאקע נישט U אבער אויך נישט E, די פראנאונסיעשען אין גערמאניש איז בערך Buecher.

לאדיך האקט, דיין לינק איז נישט גוט אויסגעקומען.

זר זהב » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:56 am

· #46977
האלטס א רגע. 'גוטזאגער' זאגט אז ס'קומט פונעם דייטשן "בוכ זעצער". -- "בוך" איז א לשון יחיד, און אויף דייטש איז עס "buch" מיט א געהעריגן U. "ביכער" ווערט אין דייטש געשריבען מיטן אנדער'ן סארט U וואס הערט זיך מער ווי א חירוק.

Deutschland über alles
דויטשלאנד איבער אלעס

לפי"ז שטימט יא וואס גוטזאגער שרייבט

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:38 am

· #56328
יעצט געזען א מקור פארן אויסדרוק חוזק אין די לענג.

וועגן אפשטאט פון ״חוזק אין דער ברייט״ געפינען מיר אין ספר אורי וישעי
אליעזר הכהן(בערלין, תע״ד, 1714, פרק י, יח,/ב)
,
פון דעם דרשן ר׳ אברהט בר
אזא מעשה וואם מיר גיבן זי איבער אויף יידיש? ״דעד שוטה איז ערגער פון
א ממזר און א בן־הנידה. ווי אזוי? דערציילן מענטשן: דער ממזר און דער
שוטה זיינען געגאנגען צוזאמען. זאגט דער ממזר צום שוטה: היט זיר פון רעדן
נארישקייטן און זאג ניט אוים אז איד בין א ממזר, וועל איך ניט אויסזאגן אז
דו ביסט א שוטה. גוט — האט געענטפערט דער שוטה. זיינען זיי געקומען צו
אן אכסניא. זאגט דער ממזר: איך וועל גיין דער ערשטער און איד וועל זאגן
אז עם קומט נאך מיר א חכם, וועט מען אונת ביידן אויפנעמען מיט כבוד.
גוט — ענטפערט דער שוטה. דער ממזר האט אזוי געטאן. דער שוטה גייט נאך
אים און האלט זיין שטעקן אין דער ברייט. קען ער ניט דורכגיין דורד דער
טיר. האבן אלע אנגעהויבן צו לאבן. רופט זיר אפ דעד שוטה: דער ממזר האט
אייך שוין געזאגט אז איד בין א שוטה!״ עם זעט אויס אז פון דעם נעמט זיר
דער אויסדרוק: חוזק אין דער ברייט.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 12:17 pm

· #154899
דער אשכול איז טאקע פאר פאפולערע "יודישע" אויסדרוקן, אבער מען קען אין ענגליש אויך טרעפן מאדנע אויסדרוקן.
זייער אסאך מאל לייען איך - סיי אידיש און סיי ענגליש - ארטיקלען מיט אינטרעסאנטע אויסדרוקן, צו וועלכע מיר זענען שוין אפשר צוגעוואוינט, אבער ווען מען טראכט אריין דערין איז עס מאדנע.

וואס מיינט "א גרינע דינסטאג"?
ווארטן א "יאר מיט א מיטוואך"?

אסאך מאל ווען עפעס איז מורא'דיג, איז פאראן 2 אויסדרוקן אין ענגליש,
1. JAW DROPPING, דהיינו די יאסלעס פון מויל צועפענען זיך גרויס מיט וואונדער
2. IT WILL KNOCK YOUR SOCKS OFF, דא בין איך אן לשון. קען דאס איינער מסביר זיין?

כ'האב נאך עטליכע, ווען כ'וועל מיך דערמאנען וועל איך צוריקקומען פרעגן.

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:11 pm

· #155151
The idiom 'Knock your socks off!', came from the middle of the 19th century. It was used in relation to fighting with someone. Not only would you lose so badly your shoes would come off, but your socks would too. It was repeated through society in boxing rings and other competitive occasions.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 11:19 pm

· #155155
איינרעדן זאלסטו מיין באבעס קאץ

א פייג אין הויזן

כ'האב דיך אין לינקע קעשענע [לינקע זאקן]

ס'האט עהם געהאלפן א רעטעך

א ראיה פון באבע חיה

וואס מאכסטו א מישקאט באבעלע

ונבנתה העיר » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 8:19 pm

· #155377
איך האלט יעצט אינמיטן לייענען קווארטין'ס בוך 'מיין לעבן', זייער אינטערעסאנט און אפגעשריבן אין א זאפטיגע שפראך.

ווען ער האט געהאט א געשעפט בשותפות מיט זיין פלומעניק האט זיך דער לעצטער כסדר ארומגעקריגט מיט זיין שווער וועלכער איז געווען דארט אן איינגעשטעלטער:

מענשען זענען זיך אפט צוזאמענגעלאפן הערענדיג די שרעקליכע געוואלדען מיט די רוסישע "מי שברכ'ס" מיט וועלכע זיי האבן זיך איינע די אנדערע מכבד געווען.


היינט לייגט ער אראפ זיין חסידישן בעל אכסניא אין דער גאליציאנער שטאט יאראסלאוו:

דאס איז געווען א איד מיט א גראבן בויך, א לוסטיגער און מונטערער, און עס זעהט אויס אז ער האט זיך גארנישט גענומען צום הארצן וואס ביי אים אין שטוב האבן זיך ארומגעדרייט צוויי עלטערע בתולות, וואס ביידע צוזאמען זיינען זיי אלט געווען א פינף און זיבעציג יאר.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:56 pm

· #155704
וואס מיינט
די קליינע ראצער
[ראץ איז בכלל א מיאוסע ווארט? וויאזוי זאגט מען עס נישט מיאוסע הייט?]

א תירוץ פאר די קעץ
וואס מיינט 'דאס'?

מנשה לוסטיג » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:58 pm

· #155857
וואס מיינט דאס וואס מ'זאגט ווען איינער הוסט.
קוצי קוצי

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 4:17 pm

· #155860
עפן א אשכול פון פאפולערע בעיבישע אויסדרוקן..

פון באבא, דא דא, לאלא, קוצי, א.א.וו...

אחד העם » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:19 pm

· #157768
אמאל געהערט, אז דער מקור פון דער אויסדריק "שטותים מיט לאקשן" איז פון די רוגוצובר, געווען אמאל א שאלה אויף א געוויסע זאך כמדומה בנוגע חמץ בפסח, און איינער האט אים אנגעפרעגט צו דער זאך איז דומה צו א צווייטע זאך, האט אים דער רוגצובר גענטפערט, שטותים מיט לאקשען, דהיינו, דיין צושטעל איז "שטותים" ווייל יענץ איז "מיט לאקשען", כאילו פאר דעם איז עס אסור,
האט שויו איינער געהערט אמאל פון דעם? און אויב עס איז דא מער פרטים בנוגע וואס די שאלה.איז געווען

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:03 pm

· #159108
The new computer is so good, it leaves its predecessor in the dust

וויפיל מאל האב איך שוין געטראפן דעם אויסדרוק. "ער לאזט יענעם איבער אין די שטויב".
פון וועלכע שטויב רעדט מען דא?

הירשל ציג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:15 pm

· #159110
די שטויב פון דער וואס לאזט אים איבער, דהיינו ער פארט שנעל אוועק און לאזט איבער א "שטויב וואלקען" הינטער זיך

פרישער » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:30 pm

· #159111
ווער, לעקיש בער

ווער איז דאס הרב לעקיש בער

וואס איז דער מקור אז אלע מאל איז ווער לעקיש בער

גאלד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 5:49 pm

· #159112
he's such a MASMID he's banging peaces

he gave him in grandmothers grandmother

you empty string!

מנשה לוסטיג » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:09 pm

· #159115
מנשה לוסטיג
וואס מיינט דאס וואס מ'זאגט ווען איינער הוסט.
קוצי קוצי

גראדע מיין איך אז די ווארט 'קוץ קוץ' ביים הוסטן, איז נישט נאר א יידישע אויסדרוק, כ'מיין ס'האט א מקור פון ספאניש אויך. [ווער עס קען עס מברר זיין]

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:12 pm

· #159769
וואס מיינט: די קליינע 'טראדשאק'

מנשה לוסטיג » מיטוואך נאוועמבער 6, 2013 11:03 pm

· #161372
אפגעטון אויף 'טערקיש'..
וואס איז פשט אויף דעם אויסדרוק?

פרישער » דאנערשטאג נאוועמבער 7, 2013 10:19 am

· #161412
עס גייט מיך אן אין דו לינקע פאה

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 8:34 pm

· #161922
א תירוץ פארן באבענ'ס קאץ?

יואליש » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 10:06 pm

· #161926
מנשה לוסטיג
מנשה לוסטיג
וואס מיינט דאס וואס מ'זאגט ווען איינער הוסט.
קוצי קוצי

גראדע מיין איך אז די ווארט 'קוץ קוץ' ביים הוסטן, איז נישט נאר א יידישע אויסדרוק, כ'מיין ס'האט א מקור פון ספאניש אויך. [ווער עס קען עס מברר זיין]


Probably an onomatopoeic expression.

מנשה לוסטיג » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 10:48 pm

· #162917
כ'שמועס מיט מיין קרוב, און זיין קינד זיצט דערנעבן, ער הערט ווי איך זאג, אז כ'האב באקומען א בריוו 'אייער' נעכטן. און דאס קינד שיסט אויס אין געלעכטער. וואס מיינט 'אייער' נעכטן..
איך האב געכאפט אז היינט ניצט מען עס מער נישט..
און וואס מיינט עס טאקע 'אייער' נעכטן.. פון ווי קומט די ווארט?

מנשה לוסטיג » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 7:42 pm

· #165569
וואס מיינט 'דו פוילע שטריק' ?

גנדי » מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 7:53 pm

· #165570
וואס מיינט: ״דרייט נישט דעם שמיטשיק״

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 1:23 pm

· #166480
און וואס מיינט דאס? עס גייט מיר אן אין דער לינקער זויל?

הוגה » מיטוואך פעברואר 5, 2014 3:08 pm

· #181854
"seeing is believing" איז לכאורה א טעות. די אידיאם דארף צו מיינען "כ'וועל גלייבן ווען איך וועל זעהן". אבער seeing is knowing מען דארף שוין נישט גלייבן ווען מען זעהט עפעס, מען ווייסט שוין.

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:31 pm

· #181880
קען מען דען עפעס וויסן? סך הכול ווען דו זעסט עפעס, וואס געשעט איז אז דיינע photon receptors אינעם אויג כאפן אויף די פליעדיגע phtons, טייטשן עס איבער אויף עלעקטראנישע סיגנאלן וואס ווערן געשיקט דורך neural pathways אינעם אפטישן נערוו צום מוח. און דו גלייבסט אז וואס דו "זעסט" שפילט אפ וואס ס'געשעט אין מציאות.

הוגה » מיטוואך פעברואר 5, 2014 4:38 pm

· #181883
זייער א שיינע פשט'ל. אבער זאג מיר, ווען דו גייסט ארויס אינדערויסן און דו זעהסט די זון שיינט גלייבסטו נאר אז ס'איז טאג אדער דו ווייסט?

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 5, 2014 6:23 pm

· #181926
איך ווייס אז ס'איז טאג ווייל טאג איז א דבר מוסכם ווען יעדער זעט די זון און ס'איז לעכטיג איז דאמאלס טאג, אפגעזען אויב די זון איז טאקע דארט, אדער ס'זעט נאר אויס אזוי אבער ס'שוין לאנג נישט דארט, נאר יעצט זענען די photons פון די זון אנגעקומען להאי עלמא.


אוודאי איז אבער די גאנצע דיון סתם געהאקט, ביזט גערעכט אז seeing is believing מאכט נישט קיין סענס לויט די וועג וואס אונז נוצן אונזער טאג טעגליכע שפראך.

פליגן כאפער » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:59 pm

· #187283
קען מיר איינער זאגן פשט פין דעם אויסדריק .סדא פלאץ לרחצה?

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:08 pm

· #187408
פליגן כאפער
קען מיר איינער זאגן פשט פין דעם אויסדריק .סדא פלאץ לרחצה?


ס'לאו דוקא פלאץ, עסען לרחצה, טרינקען לרחצה, מענטשען לרחצה.

ווייל אויף נטילת ידים איז א ענין א סאך וואסער. (זאג נאר, אינדערהיים וואשט די דיך אויך אזוי? - נודניק).

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:11 pm

· #187411
סוועט נישט העלפען קיין פודנו ומצילנו.

איך געב עס דיר במנין ובקנין.

פין דא ביז קאנארסי (היבש נייע אויסדריק).

דער זעלבער שוויגער נאר אנדרעש געשלייעט.

ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.

פליגן כאפער » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:12 pm

· #187412
כער א בעסערע תריץ האסטו נישט

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:58 pm

· #187446
איחוד פעלד
ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.

עס איז א מימרא פון שמואל.

מאטי » פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:57 am

· #187478
דו ווייסט וואס דארט האט זיך אפגעטון? - זאגט דער ערשטער - ממש דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין. רופט זיך אן א צווייטער: נע ... נישט אזוי געפערליך געווען ......גאט זאל שומר ומציל זיין? א גוזמא...
בלאט: 1 2