☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » פאפולערע יודישע אויסדרוקן

פאפולערע יודישע אויסדרוקן

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #303
בלאט: 1 2

פליגן כאפער » פרייטאג פעברואר 28, 2014 2:03 am

· #187480
א לייק דערפאר

איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 6:42 am

· #187490
ונבנתה העיר
איחוד פעלד
ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.

עס איז א מימרא פון שמואל.


רייט, כאפסט נישט, מען ניצט עס מיט די פארקערטע מהלך. ער קען גאנץ ש"ס אזוי וי ער קען די שבילי דנהרדעא. ודו"ק.

קרעמער1 » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 5:38 pm

· #215070
איחוד פעלד


דער זעלבער שוויגער נאר אנדרעש געשלייעט.

צ"ל נאר אנדערש געשלייע'ר'ט, כנ"ל
(פון לשון "שלייער" = צודעק וואס די כלה גייט אונטער די חופה)

און כ'מיין אז דער ווערטל גייט: "די זעלבע כלה נאר אנדערש געשלייערט"
אזוי שטימט עס סאך בעסער

די כוונה איז: די זעלבע זאך מיט אן אנדערן אויסזעהן

פליקער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 10:46 pm

· #215584
ס'וועט דיר העלפן א רעיטך,

פליקער » דינסטאג אוגוסט 5, 2014 10:51 pm

· #215586
עס איז דא איין אידישע אויסדריק וואס האט פילע ניצען, מען קען עס ניצן פאר שטארק, שוואך גרויס קליין און נאך, געשיקט , שטייט, נעמליך, דער רוח.
גרויס ווי דער רוח, קליין ווי דער רוח, געשיקט ווי דער רוח, שטייט ווי דער רוח, און פילע נאך ניצינגען.

מנשה לוסטיג » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:07 pm

· #218879
וואס מיינט 'לעקיש בער'

אויליגער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:03 am

· #219014
ווען יונגלעך און מיידלעך זענען צוזאמען פלעגט אמאל זיין א ענין צו שרייען חמערייזעל פוטערייזעל
האט דאס א באדייט?
אויב יא וואס איז איר באדייט?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:57 pm

· #219218
אגב, כ'האב געמאכט ריסערדזש אויף לעקיש בערניו..

ס'געווען א לעצטע נאמען אמאל 'לעקיש' און ווען מ'האט געוואלט זאגן, איינער גרונם פייוויש למשל, האט מען געזאגט איינער בער לעקיש.. אבער לעקיש אליין איז עפעס א שפריך.
כדאמרי אינשי, ער איז געבליבן לעקיש.. תיובתא.

כוכב » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:26 pm

· #219245
אויליגער
ווען יונגלעך און מיידלעך זענען צוזאמען פלעגט אמאל זיין א ענין צו שרייען חמערייזעל פוטערייזעל
האט דאס א באדייט?
אויב יא וואס איז איר באדייט?

חמור אייזל, פטר אייזל.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:20 pm

· #219304
קיינמאל נישט געהערט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 12:39 am

· #233238
שמעקעדיג
זעה דא פאר נאך שאלות

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=823">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=823</a>

(זעה שאלה 9 און 19, צווישן אנדערע)

שמעקעדיג: דער קעפל/העדליין פון דעם אשכול (אין אי. וועלט) וואס דו ברענגסט צו, איז נישט געשריבן לויט די כללים פון גראמאטיק: דאס ריכטיגע ווארט [צו נוצן], איז, "אויסדרוק", מיט א וואוו. נישט "אויסדריק", מיט א יוד...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:01 am

· #233240
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים, שליט"א/ע"ה: מיט'ן צווייטן טייל פון דיין מאמר בין איך מסכים. "נעבעך" איז א סלאווישער אויסדרוק.
מיט'ן ערשטן טייל בין איך נישט מסכים. ווייל אויף די פארשאלטענע דייטשע שפראך הייסט דער מענטש וואס איז מסדר די אותיות אויף א באורד: Buch-Setzer/ מיט צוויי פינטעלעך העכער דעם אות "יו". און דאס איז א שם-דבר. און ס'איז נישט שייך צו מאכן א חילוק צווישן לשון יחיד און לשון רבים...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:08 am

· #233241
איחוד פעלד
ונבנתה העיר
איחוד פעלד
ער איז בקי בשבילי דרקיע אזוי ווי די שבילי דנהרדעא.

עס איז א מימרא פון שמואל.


רייט, כאפסט נישט, מען ניצט עס מיט די פארקערטע מהלך. ער קען גאנץ ש"ס אזוי וי ער קען די שבילי דנהרדעא. ודו"ק.

נישט "פון" שמואל. נאר אויף שמואל/איבער שמואל. די גמ' זאגט אז שמואל איז געווען בקי בשבילי דרקיעא כשבילי דנהרדעא...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 6, 2014 1:17 am

· #233243
פון וואו נעמט זיך דער פאפולערער אידישער אויסדרוק: האק נישט אין טשייניק. מילא, ווען איינער זאגט "האק נישט אין קאפ" קען מען פארשטיין. אבער ווי קומט דער אויסדרוק "טשייניק".נאר. מ'דארף וויסן אז אין רוסלאנד, נאך בימי הצאר, ימ"ש, איז געווען איינגעפיהרט אז די שטאט האט צוגעשטעלט הייס וואסער אומזינסט. א יעדער האט געדארפט ברענגן זייער טשייניק. האט זיך געמאכט צייטן ווען ס'איז געווען א לאנגע רייע (שורה) פון מענטשן. און מ'האט געדארפט ווארטן א לאנגע צייט. זענען געווען עטליכע מענטשן וועלכע זענען געווארן לאנגווייליג (באורד) און האבן גענומען האקן אין זייער טשייניק. דאס האט געשטערט פאר די אנדערע מענטשן. האט זיך איינער אנגערופן "אפילו דו ביסט לאנגווייליג. האק נישט אין טשייניק"....כנ"ל.

נ.ב.: איך האב שוין אמאל געשריבן איבער דעם ענין.) דאכציך, מיין ערשטע תגובה אין קאווע שטיבל. איך קען עס נישט טרעפן. "סוירטש" האט עס נישט ארויפגעברענגט...!.(

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יאנואר 12, 2015 2:39 pm

· #247570
א. גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט... ווי וואקסט דאס? איך זוך שוין דאס א לאנגע צייט.
ב. קנאקער אן א נ.
ג. דו וועסט כאפען ווי די אידען האבען גערוהט... מיינט מסתמא ווי עס שטייט אין פרשת מסעי... ויחנו בתחת.
ד. זאלסט ברענען ווי א לאמפ און הענגען ווי א טשענדיליער.
ה. זאלסט הענגען בייטאג און ברענען ביינאכט.
ו. איך האב געהאט א רבי אין חדר וואס פלעגט שרייען... שעם זיך, איך דארף זיך אויסשרייען די גרינע גאל... פארוואס איז עפעס זיין גאל גרין?
ז. שכור ווי לוט.
ח. ווער דא איז גענוג אלט צו געדענקען די מעשה פון "טשאדעלע באדעלע" וואס אונזערע באבעס פלעגען דערציילען?... ווייסט איינער ווער און וואס ער איז?

פליקער » מאנטאג יאנואר 12, 2015 8:34 pm

· #247618
וואס מאכסטו, איך מאך אין די הויזן.
וואס טיצעך, גארנישט פון זיך אליינס חחח

ציבעלע-קיגל » מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:09 pm

· #249230
ווען די תורה וואלט גילאזט שווערן, וואלט איך געשוואורען...

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:29 am

· #250777
דו ווערסט אויסגעזאגט...
דו גייסט צום רבי'ן...

היינט, איינער וואס איז א באם רופט מען א טונא בייגעל... ווער געדענקט ווען מען פלעגט זיי רופען "לאוגאו" (LOGO).

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:46 pm

· #250825
דו ווייסט דעם טעם פארוואס מ'רופט זיי "טונא בייגל"?...
דער טעם (כך שמעתי) איז, ווייל כאטש זיי זענען שוין (ליידער/ב"ה) אפגעפארן, דאך רעדן זיי נאך ענגליש ווי א היימישער. זיי זאגן "בייגל" מיט א צירי... 😂

ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:06 pm

· #250881
berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל
זיי זאגן "בייגל" מיט א צירי... 😂

אין סקווירא איז נאר דא טאנא בעיגלס

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:18 pm

· #250893
ירח בן יומו: דארט געיט מען אין מיקוועה ווייל די טאאטע פון די רעבע האט געהעיסן...!

פלעין יודיש » זונטאג מערץ 8, 2015 4:26 pm

· #257436
פריש ווי די רוחות

מיד ווי די גלות

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 24, 2015 9:52 am

· #261232
לעבט אויף אלע באקן

חסיד » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:07 am

· #261243
וויאזוי קומט דער קאץ איבערן וואסער

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:38 am

· #261283
צוריק גייט א כאזער

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 5:16 pm

· #261429
געוואלדיג
צוריק גייט א כאזער

א קאזע - א ציגעלע

מנשה לוסטיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 5:16 pm

· #261430
פון וואו שטאמט דער אויסשפראך 'צעלייגער'
בלאט: 1 2