קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן
147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3007
רבותי!!
ס'איז צרות ווי א בארג, קינות'ל איז געפערלעך אנגעזעצט, ביטע אים פרובירן פרייליך מאכען, נישט מער אהנציען.
ווער האט א דזשויק??
אה, איך האב זיך דערמאנט...
וואס ווארפט מען ארויף איז עס ווייס און עס קומט אראפ איז עס געיל??
א איי 😂 😂
מיין אינגעל האט ליב זשוקס פליז געב מיך א נומבער ווי ער קען דיך קאנטאקטען
(אגב איך האב אין מיין באזוץ א ליקוט פון הונדערטע זשאקס וואס כהאב מלקט געווען פון די מלתא בדיחותא אשכול פון אייוועלט, דאס איז חוץ פון די צוויי חלקים וואס איז פארשריבען דורך הערשעלע איסטאפאלער,
איט אלל דאזנט העלפ עי ביט!

ווער עס טרעפט די נאז פין קינות, זאל מקיים זיין השבת אבידה.
קינות גירושיןמיין אינגעל האט ליב זשוקס פליז געב מיך א נומבער ווי ער קען דיך קאנטאקטען
(אגב איך האב אין מיין באזוץ א ליקוט פון הונדערטע זשאקס וואס כהאב מלקט געווען פון די מלתא בדיחותא אשכול פון אייוועלט, דאס איז חוץ פון די צוויי חלקים וואס איז פארשריבען דורך הערשעלע איסטאפאלער,
איט אלל דאזנט העלפ עי ביט!
פראוזעק. אדער , להבדיל א מסילת ישרים העלפט יא. 😃
קינות גירושיןדעס איז ב״ס כקען נאר גיין צו א רב וואס זי איז מסכם, זי וועט נישט מסכם זיין צו א אנדערע רב
דארפסט פארשטיין א רב האט נישט קיין לעגאלע כח איבער custady and visitation, ער איז נאר גערעכנט ווי א מידיעטער
און א מידיעטערס כח איז נאר ווען ביידע זענען מסכם צו זיין פסק,
סא מיין נעקסטע אפשען איז קארט און דעס וויל איך נישט, פאר מיינע קינדערס סעיק
it will kil them away
איך פלאן נישט צו נוצען ק״ש פאר א טאל צו שלאגען די רב.
ביטע לאז דעם רב שליט"א צוריקגיין אויף זיין באקוועמע שטול דרימלען ביז מנחה. נאך איין ריעל-עסטעיט דיעל דארף ער אדורכפיהרן, און ער מוזזעך אביסל אויסרוהען פון אנגעשטרענגטקייט. א ביסל רחמנות. שקויעךךךך...
קינות גירושיןמיין אינגעל האט ליב זשוקס פליז געב מיך א נומבער ווי ער קען דיך קאנטאקטען
ביזט אינגאנצן צודרייט! דו ווילסט איך זאל אויך האבן צוטוהן מיט די צודרייטע פרוי? דיין זון וועט מיך קאנטאקטען און דיין x וועט לויפן צום רב, און מארגען וועל איך עפענען א אשכול מיט מיינע איבערלעבענישן? 🙄
נאו וועי!! לאז מיך ארויס, איך וויל נאר דיך קענען, (אויך דיין זון ווען ער איז ביי דיר)
איחוד פעלד
ווער עס טרעפט די נאז פין קינות, זאל מקיים זיין השבת אבידה.
דעס איז גראדע א אימבאלימפערטע וויץ, מרעדט נשט אזוי צו א מענטש וואס גייט דורך פעין, גיי אין סקול ווי מלערנט אויס צו רעדן ווי א מענטש ( טיפ: נישט אין א חסידישע סקול רוב פון זיי האבען אזא עקלדיגע אגרעסעוו וועג פון רעדן, גיי צו די גוישע )
יעצט אריין געקומען א בשורה כגיי קענען זעהן מיין טאכטער היינט באנאכט כהאב איר שוין נישט געזעהן א שטאק מיט יארען
עניווע אנמיטען איז זי געווארען 8 כדארף עפעס איידיע פאר א בירטדעי פרעזענט, שנעל רבותי 6.30 דארף עס שוין זיין ערלעדיגט
א נאש? א דשועלרי? בערך וואס ווילסטו קויפען?
האמממ א זאך וואס סקען זיך נישט פארלירען
דיין אמתדיגע ליבע איז בעסער ווי סיי וועלכע מתנה. און ס'פארלירט זיך נישט.
איך וויל נישט הערן און 10 יאר ארום טאטי האסט מיך קיינמאל נישט געקויפט קיין בירטדעי פרעזענט פאר דיין איין איינציגע טאכטער
יעעעעעע איך בין עקסיידעט
im running tyyl
ווי אזוי איז עס געווען?
newkaveווי אזוי איז עס געווען?
טעפלnewkaveווי אזוי איז עס געווען?
די בעסט וואס סאיז נאר שייך
We had a great time!
איך האב הנאה פאר דיר.
בדחןאיך האב הנאה פאר דיר.
שרייבערבדחןאיך האב הנאה פאר דיר.
און דער אויבערשטער זאל העלפן פון יעצט און ווייטער זאל דיר גיין נאר גוט, די בעסט וואס איז נאר שייך...
זאלסט האבן א great time א גאנץ לעבן....
קינות אונז אלע דא זענען זיך משתתף אין דיין "קליינע" שמחה, זאל דער אייבישטער דיר אויפרעכטן מיט א "גרויסע" שמחה..
רבותי סאיז עק וועלט !
נעכטען בין איך געגאנגען וויזיטען מיין אינגעל אין קעמפ, פארציילט ער מיר אז א אינגעל (די זעלבע וואס האט עם געטשעפט לעצטע מאל) איז ארום געגאנגען אין באנג טיילען משניות פאר אלע קינדער (זיי האבען אין באנג אסאך משניות׳ן) גיט זיך א רוף אן אין פראנט פין יעדעם ״יוסעלע דא האסטו מסכת גיטין״
זיין רבי האט געגעבן פאר יעדעם פעפער צו שרייבען א בריוו צו די עלטערן גיט ער זיך א רופ אן און פראנט פון די גאנצע כיתה ״יוסעלע דא האסטו צוויי זאלסט שרייבען איינס פאר דיין טאטע און איינס פאר דיין מאמע״
און אויך ווען מהאט פארגלערנט חומש ״ונדר אלמנה וגרושה״ האט די גאנצע חדר געלאכט
וואס האלט דער עולם דארף מען טון צו אזא מלמד , געבן א ווארענונג אדער שוקען לופטערן?
די יונגעל גייט מסתם פליען פון די מוסד, דעס האט מיך די מנהל צוגעזאגט פאריגע מאל
איך עס מיך פאר יסורים איך קען נישט עסן שלאפען טראכטען.....
איי קענט טעיק דיס פעין ענימאר איטס ביענט מיי קעפעבילעטי
מדחציף כולי האי שמע מינה אז יענע אינגעל איז א ממזר, אלזא, זאל ער נעמען מסכת כריתות, און שרייבער צוויי בריוו, איינס פאר זיין עכטע טאטע.
איך ווייס נישט וועלעכע מוסד דו שיקסט, אבער היינט האבן שוין רוב מוסדות פאראלעל קלאסן, איז קודם אויף די קומענדיגע יאר זאל ער נישט לערנען אין די זעלבע קלאס.
און אויף יעצט, רוף אהן די מלמד און געב אים אריין מנה אחת אפים מיט אביסעלע ברכות אויך אין די זייט, און פרעג אים וואס ער וואלט ווען געטוהן ווען זיין קינד מאכט דאס מיט.
און דערנאך רוף די מנהל און מאך א סקאנדאל (ווייל די יונגעל גייט ״נישט״ פליען אפילו ער האט דיר אליין געזאגט).
און רוף אויך זיין מדריך און דערצייל אים די מעשה, און בעט אים אז ער זאל אים עקסטער מקרב זיין, ווייל ער מאכט נעבעך מיט אזויפיל.
און צו די זייט, רוף אהן די טאטע אדער די מאמע פונעם קינד, אפילו עס העלפט א מכה (אזוי ווי שוין דעמאלטס ערווענט) אבער זאלן זיי שעפען אביסל נחת...
יעצט גרעדט צו די מנהל וזלה״ק יא איך ווייס פון אלעם איך בין אין טאפ אויך איט, דארפסט פארשטיין די מלמד קען איך נישט איבערמאכען, מדארף זעהן אז יוסעלע זאל זיין שטארק ביי זיך, און איך ווייס אויך פון די אינגעל, מיטן אויברשטערפס הילף און מיט סייתא דשמיא וועט מען אלעס מסדר זיין, עכלה״ק
בקיצור ער פארלאזט זיך אויף גאט אז אלעס זאל זיין גוט
אין די קעמפ איז נישטא אזא מין זאך ווי מדרך, טוישן קלאסן וועט נישט העלפן איבעראל איז דא חיות אז די מנהל איז קרעפ קענסט דיך אויפן קאפ שטעלן, וואסונקטלעך וועל איך אויף טון אז איך וועל רעדן צו דעם אןיס גוועפטן מלמד????
דער יונגעלס מאמע איז מיט די נערווען און די טאטע איז פאריקט, ס״ה איז דא אין דעם שטוב 9 קינדער א שיף אן א רודער
סאיז ששן ושמחה, דע אר פאקט אפ ביג טיים!
סאיז א רחמנות אויף די דור, כהאב נישט מער וואס צו זאגען
עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן, און ס'שווער אויסצולערנען א קינד זיך צו קענען מתמודד זיין מיט די אלע שלעכטע חברים אין לעבן.
בלי שום ספק אז ווען דער אנדערער קינד וועט עלטער ווערן וועט ער זיך רייסן די האר פון קאפ וואו איז געווען זיין שכל, און אויב וועט אים עפעס נישט גיין גוט (אזוי ווי מען הערט היינט גענוג מעשיות ליידער) וועט ער אים איבערבעטן פון טיפן הארצן.
שכל קען מען נישט געבן. קינדער זענען קינדער. מיר זענען אלע געווען אזוי אומ-רחמנות'דיג אלס קינד. שכל קומט ערשט שפעטער.
די איינציגסטע עצה וואס איך זעה אויף למעשה וואס קען זיין אביסל ווירקזאם, איז צו לערנען דיין אינגל צו זיין שטארק און נישט ווערן באטראפן פון דעם באנעבעכטן חבר.
גיב אריין אין איהם קאנפידענץ, און זיי אים מסביר אז רוב מאל וואס א חבר טשעפעט קומט עס פון יענעמ'ס LACK אף קאנפידענץ, נעבעך א רחמנות, און טאמער יענער חבר וועט זעהן אז דו לאכסט זיך אויס פון אים וועט ער זוכן א צווייטן קרבן.
זאל דער באשעפער רחמנות האבן און העלפן ענק אלע מיט א ישועה שלימה בקרוב ממש.
מילא די יונגעל ביסטו מלמד זכות ער קומט פון א צובראכענע שטוב (כאטשיק טעכניש לעבן זיי צוזאמען) אבער דער מלמד זאל זיין אזא פערד? מען דארף עם שיקן האדעווען פערדן.
נו אדרבה, שיק...
אביסל שלא מן הענין, אבער געהערט אפשר אין דעם אשכול,
כ'האב פונקט לעצטנס געלערנט חובת הלבבות, שער הבטחון, ווי ער ברענגט ארויס אז יעדער מענטש אין יעדע מצב פון לעבן דארף ער זעהן די טובות וואס ליגט דערינען,
כידוע איז דאס א זאך וואס איז טיילמאל שווער, אבער אלע שיינע ספרים זענען פול דערמיט, א שטייגער ווי ר' אביגדור מילער פלעגט אסאך דרש'ענען דערוועגן.
עכ"פ, זאגט דער חובת הלבבות, אז א מענטש וואס איז סינגל, כאטש ער שפירט נישט גוט, האט עס אפאר מעלות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,
ברוחניות, אויב ווילסטו זיך מדבק זיין אין באשעפער איז דאך זיכער גרינגער אליינס אן די אלע דאגות און טירדות פון ווייב און קינדער, ווי די אמאליגע פרושים פלעגן אנטלויפן אין די וועלדער אוועק פון די פאריאגטע וועלט,
און בגשמיות, אויב ווילסטו האקן א טאג, איז אויך פיהל גרינגער זייענדיג איינזאם, ווי איידער האבן א משפחה מיט קינדער..
(שפעטער איז ער מסביר די טובות פון די וועלכע האבן יא א משפחה מיט קינדער, ואכ"מ)
איך וועל דא מעתיק זיין דעם שטיקל (איך ברענג דעם פירוש "לב טוב", איך לערן פון דעם עס איז פיהל גרינגער)
און נאכאמאל, כ'זאג נישט אז ס'איז גוט אויף אזא אופן, און איך וואונטש יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט א גוטע ווייב און קינדער, נאר אביסל חיזוק אויף דערווייל שאדט נישט.
📎 חובת הלבבות בטחון.jpg
שמעקי היקר, איך ווייס דו מיינסט גוט אבער די אלע מוסר ספרים איז גוט ווען דו ווילסט דיך מחזק זיין אבער נישט זאלט עס ווייזן פאר יענעם בשעת צרתו. סאטמארער רב למשל צו ר' איציקל וועם א איד איז אריין זיך אפרעדן האבען זיי נישט ארויסגענומען א מוסר ספר נאר א פעקל געלט.
פארוואס נישט? אז איך זעה א גוט שטיקל ואס קען יענעם געבן א פוש אין די שווערע צייטן, פארוואס זאל איך זיין א תמנע טוב מבעליו?
אז קינות וויל, קען ער גערן קומען צו מיר אויפפיקן א פעקל געלט (סך הכל אפאר קוואדערס, אבער בעסער ווי א שטויס), אבער איך זעה נישט די סתירה.
און ביסט גערעכט אפשר אלס "מוסר ספר", מוסר ווייזט מען נישט פאר יענעם נאר פאר זיך, אבער איך זעה א הבדל גדול צווישן מוסר און חיזוק.
פליעז קארעקט מי איף איי עם ראנג, און קינות'ל זיסער, זאג מיר ביטע אויב דו טראכסט כ'האב געטון ראנג מיטן מעתיק זיין דעם חוה"ל.
אנטשולדיגט אבער דא האט נישט אויסגעפעלט דער
@איך אויך@שמעקעדיג האט געוואלדיג געטוהן, עס קומט א צובראכענע איד און ער רעדט זיך אויס זיינע פראבלעמען, מיט געלט וועט אים דער פראבלעם נישט קיין סאך העלפען, און ער האט קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט, נאר ער זיכט זיך אביסל זיך מחזק זיין, דארף מען אים ״יא״ ברענגען די שיינע שטיקלעך וואס ברענגט אמונה ובטחון וואס זאל אים העלפען אויף ביזדערווייל, צו שיקן די מלמד האדעווען פערדען וועט ער נישט קיין סאך געהאלפן ווערן און דער ווייטאג וועט אים נישט גרינגער ווערן, אדרבא ״שמעקעדיג״ תחזקנה ידיכם.
און לאמיר שוין אלע האפן און בעטן אז קינות׳ל זאל שוין בקרוב געהאלפן ווערן און דערפרייט ווערן, און די אלע פראבלעמען זאלן אוועק גיין ווי א זייפן בלאז, און שוין קענען זינגען שירה אנשטאט קינות...
איך האלט קלאר אז נישט אבער לאמר הערן פון חתן דינן (בקרוב אי"ה) וואס ער פילט.
איך אויךאיך האלט קלאר אז נישט אבער לאמר הערן פון חתן דינן (בקרוב אי"ה) וואס ער פילט.
ביזט בארעכטיגט צו האלטן וואס דו ווילסט, אבער דארפסט נישט יענעם אונטעררייסן.
עניוועי, מ׳וועט טאקע ווארטן אז ער זאל מכריע זיין..
שמעקי יו אר מיסינג מיי פוינט, איך האב נישט געזאגט זאלסט עם געבען געלט (גאנץ מעגליך ער האט מער ווי דיר) ,מיין נקודה איז אז ווען א איד איז אריינגעקומען צו די צדיקים און אויסגעוויינט אויף זייערע חולאים אדער ווי שווער עס גייט זיי חתונה צו מאכן האבען זיי עם נישט געשיקט לערנען א שטיקל אורחות צדיקים נאר אויסגעהערט ,מיטגעקרעכצט און געטון למעשה מיט א שיין פעקל מהירוק הירוק הזה.
קינות'ל היקר ווייסט אויך ווי דער שעלף פון מוסר ספרים ליגט אין זיין ביהמ''ד ער קומט אהער ווייל ער וויל א ליסענינג אויער בדיבוק חברים ,א קלאפ (נישט צו א שטארקע) אין די פלייצע און תכלית מען זאל עם העלפן מיט שידוכים.
האסט געטראפן א שיין שטיקל חובת הלבבות? וואנדערבאר! נעקסטע מאל דו ביסט דאון אדער דו האסט א מעידשער פייט מיט דיין עזרטע און זי רעדט נישט מיט דיר דריי טעג... נעם ארויס דעם שטיקל ווי פיין עס איז צו זיין סינגל...
ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
איך אויך היקר (?), איך הער דיין מיינונג און הגם דו רעדסט דברים של טעם, איז עס נישט גענצליך א סתירה צו וואס איך האב געטון, און ווי געווענליך, איז דער אמת ערגעץ אינדערמיט.
קינות וועט מעיד זיין אז מיין קשר צו אים איז פיל מער ווי ווייזן חיזוק ספרים, און אייגענטליך אלע ליינער דא ווייסען עס, אבער צווישן אלע לייכטע רוקן-קלאפעס און ליסטענינג אויערן איז נישט געפערליך אז מען ווייזט אמאל א גוט שטיקל.
ובידיד הוה עובדא, מיט יארן צוריק האב איך געהאט עפעס א שווערע עקספיריענס, און א רב צו וועמען איך האב גערעדט האט מיר געעפנט א ספר און געוויזן א פאסיגע שטיקל חיזוק וועלכע איז געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון און באגלייט מיר נאך ביז היינט. כ'האב באמת הנאה געהאט.
@שמעקעדיג, איך האב אייך געלייקט נישט ווייל איר האט יענעם צוגעוויזן א שטיקל חובת הלבבות, נאר ווייל איר לערנט חובת הלבבות...
קאווע טרינקערמדחציף כולי האי שמע מינה אז יענע אינגעל איז א ממזר, אלזא, זאל ער נעמען מסכת כריתות, און שרייבער צוויי בריוו, איינס פאר זיין עכטע טאטע.
ער ווייסט אבער נישט. ע"כ 'עט ער'ס מוזן אריינלייגן אין דער איד.
[ציטאט אראפגענומען]
אה, רב החוב"ל (
חובת
הלבבות, וי"א
חובת
הלבבות)
בקיצור, איר גיט מיר א לייק פארן לערנען. וזה מה שאמרו, שכר מצוה בהאי עלמא לייק'ע..
פנים אל פנים.
וואס ווילט איר פינעם מלמד? וואס איז די מלמד שולדיג? נישט יעדע'ס קינד קען מען מחנך זיין, עס איז דא צומאל שווערע טיפ קינדער וואס מען קען זיך מיט זיי נישט מטפל זיין, נישט קיין חילוק ווער וואס ווען ווי דער בעסטער מלמד אדער פעסיכלאג קען צומאל שטיין הילפלאז צו א שווער קינד.
בדחן
וואס ווילט איר פינעם מלמד? וואס איז די מלמד שולדיג? נישט יעדע'ס קינד קען מען מחנך זיין, עס איז דא צומאל שווערע טיפ קינדער וואס מען קען זיך מיט זיי נישט מטפל זיין, נישט קיין חילוק ווער וואס ווען ווי דער בעסטער מלמד אדער פעסיכלאג קען צומאל שטיין הילפלאז צו א שווער קינד.
אלעס פיין און וואויל, אבער נאך אלטס נישט קיין תירוץ אויף דאס אפגעזען ווי שווער דאס קינד זאל זיין.
קינות גירושין
זיין רבי האט געגעבן פאר יעדעם פעפער צו שרייבען א בריוו צו די עלטערן גיט ער זיך א רופ אן און פראנט פון די גאנצע כיתה ״יוסעלע דא האסטו צוויי זאלסט שרייבען איינס פאר דיין טאטע און איינס פאר דיין מאמע״
עס איז שווער צו געבן עצות פינדרויסען נישט זייענדיג באהאווענט מיט די פינקטליכע פרטים,
אבער נאכען ליינען די תגיבות דא, וואלט יא געשריבען א עצה וואס קען זייער עפעקטיוו,
מר קינות, הער אויס מיין עצה,
1}גיי קויף איין פאר דיין קינד א בארג מיט שמאנצעס, גיב אים יעדע וואך צען שטיקליך דערפון עס זאל עס טיילען נאר פאר זיינע בעסטע חברים,
2}קלויב אויס פון די כתה צוויי דריי פארשטענדליכע טאטעס וואס האבן פארשטענדליכע קינדער, רעדט צו זיי בנוגע דיין פראבלעם, בעט אז זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער דערוועגן בדרך אגב, אויב איז דיר שווער צו רעדן צו צוויי עלטערן, דאן בעט
@שמעקעדיג אז ער זאל עס טיען פאר דיר, ער וועט דיר עס זיכער טיען ער איז דיר גרייט צו העלפן ווי אימער.
נאך צוויי דריי וואכען וואס דיין יונגעל וועט טיילען ווערטפולע שמאצענעס פאר געציילטע קינדער, און ער וועט האבן צו די זייט צוויי דריי קינדער וואס וועלן אים פארשטייען דורוך דעים וואס די עלטערן וועלן זיי עס מסביר זיין, איז זייער מעגליך אז דו וועסט זען א דראסטישע שינו לטובה, דיין קינד קען - און וועט בעז"ה ווערן די היראו צו וועם יעדער איינער וועט זיך וועלן חבר'ן, א פאר קיטשענס אדער אנדערע שיינע זאכען קען זיין די שליסעל צו דיין קינד צוקינפט, פראביר עס אויס, מיט אסאך הצלחה.
1}דאס קינד האט זיך אנגעריפן, נישט די מלמד.
2}ווי האט קינות געשריבן אז די מלמד פראבירט נישט?
מה יעשה הבן וכו'
אנטשולדיגט, אבער ווי יעדער ווייסט ביסט שוין איבער די זעכציג, און אין דיינע צייטען.... אוי האט מען געכאפט קלעפ...יו האט מען מחנך געווען... דערמאן זיך נאר אויב איינער האט זיך דערוואגט צו רירען אנדערש ווי די מלחמה געליטענער מלמד האט געטראכט, וופיל קאלירען קאנטשיק'ס האט דיין רבי געהאט?? הא??
היינט איז אנדערע צייטען, און א מלמד וואס באוועגט זיך צופיל איבער א קינד, טרעפט ער זיך פערזענליך מיטען DA, עס גייט נישט היינט אזוי ווי אמאל, און די חינוך איז היבש שווערער - אדער בעסער, ווענט זיך וועם איר פרעגט,
לא ולא.
נעכטן איז א גרוש פון אכט יאר א חתן געווארן ב"ה, לאמיר האפן אז עס איז איינער פון אונזערע חברים דא