G and G איבערלעבענישן
60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2988
G and G איבערלעבענישן
שוין וואכן וואס דער קליינער צוקונפטיגער בחורל כאפט זיך אויף אינמיטן די נאכט נאך א חלום אז ער שטייט ביי גי ענד גי אין האלט אינמיטן אנטרייען א נייע סוט א פארגעניגן צוגיסט זיך אים אין אלע גלידער פאנטאזירענדיג וואו ער שטייט ביים שפיגעלע אין באטראכט זיך מיט בחורישע אויגן גלעזער יא איך קוק אויס ווי עכטער בחור.
גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, ענדליך! קומט אן דער לאנג ערווארטעדער טאג ווי טאטא מאמע אין דער חתן שטורמען אריין מיט זיכערע טריט צום גן עדן התחתון הנקרא גי ענד גי
ווי נאר דער בחורל עפנט דעם טיר (ער איז געלאפן פאראויס)און טרעט אריין אינעם אויר המקום הנקרא גי ענד גי לויט ווי זיין פאנטאזיע וואס לאט אים שוין נישט שלאפן 6 וואכן די זיסע חלומות וואס אט אט צוגיסט זיך אריין אין ריאליטי נעבעך ארימער בחורל דו ווייסט וואס דיר ווארט אפ?ער פאנגט אן כאפן פליקעס און זעצעס פון אלע זייטן, דער קאנטראסט פון פאנטאסי אין ריאליטי איז גרעסער ווי זיין קליינער מח׳ל קען קאמפריהענטירן א קאנטראסט וואס ער האט נאכנישט בייגעוואוינט ביז היינט.
יעדער מח פיקטשערד זיך אויס פון פאראויס זאכן וואס מהאט נאכנישט באגעגנט פריער, מליינט א נאוועל , דער אטא דע פו אין שפאניע, מלכיאל מיט די ים רויבער, ר לייב שרהס שמייסט דעם קעניג אין פאלאץ, שלשה אחים אפילו קאווע שטיבעל ניקים איז אפען פאר פאנטיסי.
איך למשל קוק אן בערל בעל עגלה ווי א מיטעל יעריגער מיט א נישט קשהדיגער בייכל אנזעהבארן קנאבל בארד הויזן טרעגער א פלאכער הוט מיט א דריי פערטל רעקל פיאות אינטערן אויער אינדערוואכן שבת געקרייזלט ביז און אויג אריין.
יידל א הויכער שלאנקער געביין שטאפן היט קורצע רעקל גראדע פיאות נישט צו לאנג גלעזער בעלבאטיש אבער נישט ממש דער לעצטער סטייל קליינער בערדל,
כ האב נאך אנדערע ואכמל אפשר אין א בזונדער אשכול.
ביי קינדער איז דא למשל וויאזוי די קאנטרי קוקט אויס א מומע פון אויסלאנד עכ״פ לאמיר נישט פארקריכן דא די פוינט איז אז דער קאנטראסט איז באגרייפבאר מגעוויינט זיך צום ריאליסטישן טויש אנע עמוציאנאלע נאכווייען.
אבער דא ביי אונזער פושט צורה ולובש צורה איז דער קלאפ א טיפער דער קאנטרעסט צו ווייט אפגערוקט סזאל זיך לאזן דורך גיין סובקאנטשעסלי.
ער האט זיך פארגעשטעלט א קבלת פנים פון די אנגעשטעלטע א ברוך הבא סיין מיט בלינקינג לייטס מוועט זיך אינטערעסירן ווער ביסטו ווען איז דער מזלדיגער טאג קענסט שוין דער פשעטיל? דער גאנצער סטאר וועט זיך אפשטעלן יעדער וועט קוקן.
אבער וואס ווי ווייסעך ווען!!! לויפן ארום א באנטש אוף ארבייטער, אנגעבלאזענע געלע ציצית יודען מיט לאנגע בערד, און טוען אלעס און גארנישט אויף איין מאהל. זיי סערווירן יעדן און קיינעם אין די זעלבע צייט... שטייט א איד אין די מיטל יארן וואס זיין איינציגסטער חטא ס"ה איז! ער וויל קויפן א סוט..... ער כאפט קוראזש און דעריאגט א לויפענדער ארבייטער, אנטשולדיגט ווי געפונט זיך מיין סייז? יענער געט זיך א דריי אויס מיט א בייזן בליק כאילו ער וואלט אים געפרעגט וואס זיין פעיראלל איז יעדע וואך, און גיט א מורמל ארויס פון צווישן זיינע געלע ציין: דארט בייי די נייע זאכן לעבן די cpfg6201-2012 סוטס..... וואס וואס, איך פארשטיי נישט וואו?? אבער דער איז שוין נישטא, מיטן טעיפ מעזשאר אויפן איקסל איז ער געגאנגען סערווירן אן אנדערן ??? ווער איז דער גליקליכער?? יעדער דרייט דעם קאפ צו קוקן.
דער בר מצוה יונגעל קוקט זיך צו דעם הלך ילך, ער בליקט צום טאטן ווי צו זאגן הזאת נעמי? פארדעם בין איך דא געקומען? איך זאל מיך שפירן ווי דער חדש ששוני צווישען די מוצאי שבת זמירות, ווי א זב וואס מהאט אים אקארשט געזאגט עמוד ונעשה מלאכתנו? ווי איז דער יושר, גנב'עט זיך אראפ א טרערל, דער טאטע שטייט מאכטלאז, די מאמע זאגט לאמיך פרובירן, איר קענט זיך פארשטעלן דער סוף....
וויל איך דא פרעגן טייערע חבירים איר זענט שוין זיכער דורך אזא באהאנדלונג, פארוואס אביוזן זיי אזוי אונז די קוסטומערס איך רעדט שוין נישט פון שטעלן א מענטש ביים טיר און אויפנעמען אן אריינקומער מיט א גוטן אווענט וואס זוכט איר, אים ציווייזן ווער עס גייט אים באדינען, ביים ארויסגיין פרעגן צו ער האט געטראפן וואס ער דארף, באגריסן הצלחה זייטס געזונט קומט נאכאמאהל, דאס קען אריין גיין אין אשכול פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע.
אבער אבנערמאל האט דאך אויך א שיעור, פארוואס זאל איך נישט קענען פרעגן די פשוטע שאלה וויפיל קאסט דער סוט? אזוי שווער איז דאס? מדארף רופן דעם מענעזער ווייל 100% whole פון g6 2012 קאסט אדער 179 אדער 199 ער איז נישט זעכער........ שוטה בהמה וואס דו ביסט פארוואס לייגסטו נישט א טעג מיט א פרייז ? פארוואס האט יעדער סוט אן אנדערן עקסעל פארמולא וויאזוי אויסצורעכענען זיין פרייז פארוואס שטייט נישט אין גרויסע ווערטער אויף די rod י 99 159 199 259 ? האסט געהאט געלט אריין צו לייגן מעהאגענו פורנוטער אבער א פשוטע טעעג וואס קאסט 50 סענט איז דיר בכלל נישט בייגעפאלן צו קויפן ? וויפיל מאהל א טאג דארפן די ארבעטערס ענפערן אויף די זעלבע פשוטע קשיות נאכאמאהל און נאכאמאהל במשך טאג? אודאי זענען זיי נערוועז .
פארוואס איז דער סיסטעם אז כל דאלים גבר דער וואס שטופט זיך די שטערקסטע באקומט קודם, סאיז געפאקט? געב נומבערס מיט א סיסטעם יעדער רעסטוראונט האט דאס כמעט, פארוואס זאל א שעמעוודיגער אדער א פרוי דארפן פארברענגען 2 שעה ביז מ'טוט א גאנצע טובה מיט 20 הפסקות פון אנדערע וואס זענען נארוואס אריין געקומען.
איז דער פאקט אז דער ציבור מוז צו זיי אנקומען א היתר צו פארגיסען יענעמס בלוט?
שוין, מיין הארץ זענען זיי זיכער נישט ווערד, כ'האב נאר אפגעשריבן מיינע ברויזענדע געפילן וואס כ 'האב נישט לאנג בייגעוואוינט ......
שוין לאנג נישט געקויפט דארט, מוטי האסט מיר צוריק געברענגט צו אלטע מחוזות נעורים..טאקע א גוטע שאלה.
איך דארף טאקע יעצט קויפן א סוט, זאל איך גיין צו GַB?
מאטי, דאס איז אייגענס?
און דאס איזא אמת'ע איבערלעבעניש? אדער טרייבסט איבער אביסעלע?
אפשר ביסטו געווען אין א צייט פון גאר א פארנומענע סעיל, די ארבייטער אויסגעמאטערט פון די אלע באלמוטשערייען?
מיין עקספיריענס איז נישט אזוי.
די נישט, ווייל די ביסט אנאנים. אבער אונז פשוטע דארפסלייט מאכן דאס יא מיט.
שמעקעדיגמאטי, דאס איז אייגענס?
און דאס איזא אמת'ע איבערלעבעניש? אדער טרייבסט איבער אביסעלע?
אפשר ביסטו געווען אין א צייט פון גאר א פארנומענע סעיל, די ארבייטער אויסגעמאטערט פון די אלע באלמוטשערייען?
מיין עקספיריענס איז נישט אזוי.
וואס מיינסטו אייגענס דער ארטיקל? יא
איבערלעבעניש איז אמת אפשר אפאהר גוזמאות׳דיגע אויסדריקן כדי לסבר את האוזן,און הומאר.
יעדער סיסטעם איז איינגעשטעלט סזאל קענען דינען די worst case scenario דערBQE האט אויך נישט קיין טראפיק 3am
א ודאי אויב איז נישט פארנומען סערווירט מען וואס דעם זאל מען טוהן ,אבער גלייב מיר די attitude איז געווען דער טאפיק פון די ווארטענדע קונדן
[ציטאט אראפגענומען]
אונז האמיר א פערזענליכע פייט מיט די גלויבער'ס...
אגב, G&G האט 4 סטארס, זענען אלע געווארן יעצט אפגעסטעמפעלט? צו נאר די וואס די האסט געהאט א שלעכטע עקספיריענס?
[ציטאט אראפגענומען]
די קעפל איז G&G אבער עס קען מסתמא געשעהן איבעראל און די עיקר און די ימים טובים סעזאהן...
איך מיין אז די חילוק פון G&G און G&B איז, אז ביי G&G ווילן זיי סערווירן יעדן איינעם אויף איין מאל, ממילא ווען דו קומסט אריין ווייזן זיי דיר ווי אהין צו זוכן און דערנאך דארפסטו ווארטן 15 מינוט צו הערן א פרייז און דערנאך נאך 20 מינוט פאר א פיט וכו'
משא"כ ביי G&B קען מען טאקע אויך ווארטן א האלבע שעה ביז איינער מאכט זיך וואוסענדיג פון דיר, עס גייט מער/ווייניגער אויף א פורסט קאם פורסט סערוו, אבער איינמאל מען הייבט אן מיט דיר גייט עס עד הסוף, און דאס איז לכאורה אסאך בעסער.
פארשטייט זיך אז דאס רעדט זיך אין א ביזי סיזען, יעדער פארשטייט אז ווען עס איז ביזי דארף מען ווארטן, דער וואס איז געקומען פאר דיר דארף דאך אויך פונקט אזוי זיין עטנשאן, און אפשר איז דער פריערדיגער אויך א בר מצוה בחור מיט נאך א בעסערע כח הדמיון, אבער די נקודה איז אז איינמאל מען קומט שוין אן צו דיר זאל מען שוין זיין פארנומען נאר מיט דיר ביזן סוף.
אבי גערעדטאגב, G&G האט 4 סטארס, זענען אלע געווארן יעצט אפגעסטעמפעלט? צו נאר די וואס די האסט געהאט א שלעכטע עקספיריענס?
איך ווייס נישט ועוגן אנדערע לאקאלן איך קען נאר זאגן וואו איך בין געווען which I won't mention on the air קאן זיין אז מיט דעם ווערט פארענפערט די סתירה פון סאנבאר און אנאנים.וק״ל
אזא ארטיקעל ווי מען רייסט ארינטער א צווייטע קאמפאני באלאנגט נישט דא, און נישט און ירגעץ,
צום ווייניגסטענעס וואלטן זיך איינע פון די מנהלים גאדארפט פארבינדען מיט דשי ענד דשי און הערן זייער זייט צו די מעשה.
שרייבען מיט באהאלטענע נעמען גיט נישט קיין בלענק טשעק צו טון וואס מען וויל,
ענטפער צו מאטי 107
דו האסט מיך (און מסתמא אנדערע אויך) שטארק מהנה געווען מיט דיינע פרי פאנטאזיע. לאמיר אנהייבן מיט דיין פראפייל פון "בערל בעל עגלה". דארט ביסטו נאר 20% גערעכט.(אויכעט א דערגרייכונג). לעומת זה מיט באשרייבן דיין עקספיריענס ביי דזשי & דזשי. ביזסטו נישט גערעכט.%100 איך האב געהאט פונקט די פארקערטע עקספיריענס ווי דאס וואס דו באשרייבסט דא. אריינקומענדיג האט א יונגערמאן מיט א ברייטן שמייכל אויפ'ן פנים מיך באגעגענט און געפרעגט וואס איך וויל קויפן. ר'האט מיר אנגעוויזן וואו איך קען דאס געפינען. נאכדעם איז געקומען א צווייטער יונגערמאן און האט צוגעפאסט דעם סוט מיט אלע קליינע פרטים. נעקסט האב איך מיר געשטעלט אין ליין פון קעישער,ף גרייט צו באצאלן. דער סך הכול איז געווען ב"ה זייער אן אנגענעמע עקספיריענס.
בערל, אזוי ווי איך האב געזאגט פאר אנאנים, אונז רעדן דא פון די המון עם, נישט עשירים...
מיין עקספיריענס איז געווען ענליך צו ר' בערל'ען.
איך פרוביר נישט צו גיין אין די ערבי ימים טובים ווען עס איז אנגעשטויסן מיט קונים.
sunbar[ציטאט אראפגענומען]
אונז האמיר א פערזענליכע פייט מיט די גלויבער'ס...
דאס 'עט גורם זיין אז די גלויבערס זאלן זיך פאראיינגן און פיהרן מלחמה אקעגן די סאנבארס.
דער פייט איז נאך פון 'דערהיים אין אונגארן? וואו האט עטץ געוואוינט אין מאקאווא, אדער אין שאראשפאטאק?
[ציטאט אראפגענומען]
אין מיין גראסערי (איך מיין דארט וואו איך קויף איין) איז מען זיי אויכעט שטארק מכבד. זיי האבן א ספעציעל בכבוד'יג פלאץ אין פריזער פון די אייז קרים.
""הויז ארעסט"" ביי G&G
נאך א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט ביי זיי, איז אז זיי האבן געפונען גאר א גאונישע וועג זיך איינצושפארן אפאר צענט און פון דעם רייכער ווערן און גלייכצייטיג פארטרייבן קאסטומערס, דהיינו זיי האבן אנגעהויבן קארגן אביסל סחורה אויפן הויזן און זיי מאכן שמאלע הויזענער זיי קארגן די ברייט פון די הויזן,
למשל איך האב געקויפט א הויזן די זעלבע סייז וואס איך טראג שוין ארום א יאר צייט און איך האט אנגעטרייט די סוט הויזן און ויתרוצצו סהאט געפיט קויף איך נאך צוויי וואלענע הויזענער פאר וואכן טעג די זעלבע סייז ווי ביז איצט און למעשה ווען איך האב דאס אנגעטאהן איז עס געווען 'הויז ארעסט ' איך האב מיר נישט געקענט אראפזעצן וואקן נאר בלייבן אויף איין פלאץ און עס האט זייער גוט געפיט...
האב איך עס געשיקט פראררעכטן און אודך די זעלבע זאך, טראכט איך אזוי צו מיר אפשר האט זיך די רגלים פארברייטערט און 'אין הקומץ משביע ...' באט די זעלבע סארט הויזן די זעלבע סייז טראג איך שוין א יאר צייט און סדינט געהעריג ,גיי איך צירוק מיט א שווער הארץ און איך וויל דאס אויפטוישן פאר א גרעסערע סייז אבער א קאטעגארישע ניייין האב איך באקומען,,,
זיי האבן מיר צוגעלייגט א שטיקל הויזן און די לענג פארשטייט זיך א אנדערע דיזיין און צוטיילט און דריי סלייסעס, הקיצור סווערט געווען יעדע פעני......
די מוסר השכל דערפון פאלט נישט אריין אזוי ווי מיר און זייט וויסן אז די הויזענער האבן זיך פארשמעלערט!!!!!!!!
שלום עליכם א גאסט אין שטיבל, אבער כ'קלער אז עס איז נישט די הויזן וואס איז שמעלער געווארין, נאר די פיס והגלילות וואס איז גרעסער געווארן, וקל להבין
sunbarבערל, אזוי ווי איך האב געזאגט פאר אנאנים, אונז רעדן דא פון די המון עם, נישט עשירים...
דו האלטסט מיך פאר אן עושר. איך בין ענדערש א מעמבער פון המון עם.
וואלד רויבערנאך א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט ביי זיי, איז אז זיי האבן געפונען גאר א גאונישע וועג זיך איינצושפארן אפאר צענט און פון דעם רייכער ווערן און גלייכצייטיג פארטרייבן קאסטומערס, דהיינו זיי האבן אנגעהויבן קארגן אביסל סחורה אויפן הויזן און זיי מאכן שמאלע הויזענער זיי קארגן די ברייט פון די הויזן,
למשל איך האב געקויפט א הויזן די זעלבע סייז וואס איך טראג שוין ארום א יאר צייט און איך האט אנגעטרייט די סוט הויזן און ויתרוצצו סהאט געפיט קויף איך נאך צוויי וואלענע הויזענער פאר וואכן טעג די זעלבע סייז ווי ביז איצט און למעשה ווען איך האב דאס אנגעטאהן איז עס געווען 'הויז ארעסט ' איך האב מיר נישט געקענט אראפזעצן וואקן נאר בלייבן אויף איין פלאץ און עס האט זייער גוט געפיט...
האב איך עס געשיקט פראררעכטן און אודך די זעלבע זאך, טראכט איך אזוי צו מיר אפשר האט זיך די רגלים פארברייטערט און 'אין הקומץ משביע ...' באט די זעלבע סארט הויזן די זעלבע סייז טראג איך שוין א יאר צייט און סדינט געהעריג ,גיי איך צירוק מיט א שווער הארץ און איך וויל דאס אויפטוישן פאר א גרעסערע סייז אבער א קאטעגארישע ניייין האב איך באקומען,,,
זיי האבן מיר צוגעלייגט א שטיקל הויזן און די לענג פארשטייט זיך א אנדערע דיזיין און צוטיילט און דריי סלייסעס, הקיצור סווערט געווען יעדע פעני......
די מוסר השכל דערפון פאלט נישט אריין אזוי ווי מיר און זייט וויסן אז די הויזענער האבן זיך פארשמעלערט!!!!!!!!
אפשר איז די וואלד רויבעריי ביזנעס ב"ה זייער גוט געגאנגען און דאס בייכל איז געוואקסן אדער גאר דער חלק אחוריים (אנטשולדיגט(. און ממילא זענען די הויזן שמעלער געווארן?
דאכט זיך אז עס איז געווען א פארלאנג דערפאר. מאכן אביסל מער געפאסט
היינט מיטגעמאכט אזא איבערלעבניש,
עס איז שוין היינט געווארן א אפישל סעלף סערף סטאר, דארפסט אליין טרעפן דיין סייז נאכדעם א דיזיין וואס איז נישט פון 1998 נאכדעם דארפסטו נאכלויפען און זיך בעטן ביי איינעם ער זאל דיך אויסמעסטען.
איך פלעג גיין יו"ט צייט און משוגא ווערן, היינט צוטאגס טו איך מיין עיקר שאפינג אין די זוממער. סיי פאר מיר, די קינדער און די ווייב, ס'איז א מחיה.
.
מאטי זייער שיין און דו ביסט קלאר גערעכט די מצב איז דארט כל דאלים גבר נישט פארהאנען אזא זאך ביי רוב געשעפטן נאר ביי דזי ענד דזי
די מצב זעהט דארט אויס ווי א בית מדרש קאווע שטיבל מקווה בוטשער סטאר אויסגעמישט
און יעדער אידישע פלאץ (בית המדרש סטאר כינוס וכו') זעהט אזוי אויס. כאב געזען א חתן בשעת א סעיל ער איז געווען ארויס נאך נעמען די סייז און מעסטן און אריינגעבן און ארויס פון דער געשעפט אינטער א שעה (און נישט קיין גבר אלים)
איז פשוט יש ויש און הה"ד don't judge a book by its cover
א נייע וועג (אדער א אלטע) פין פראבירן אינטערצוברענגן די קאמפעטישאן?
איך האב אפאר הערות
א. נישט קיין שיינע זאך אויסציפראקען א אידישע ביזנעס ברבים ווייל די האסט געהאט א שלעכטען טאג דארט
ב. איך בין געווען ביי ביידע סיי G&G און אויך ביי G&B און ביידע איז די זעלבע מיט סערוויס
קימסטי אין א רוהיגער טאג ביסטי א מלך ביי ביידע, קימסטי אין א ערב יו"ט סעזאן פראבירען ביידע צי טין די בעסט מעגליך און קיין עיין הארע דער עוילעם וואקסט אין די לענג אין די ברייט, און עס איז נישט מעגליך דאס נאכציקימען אפילו ווען מען וויל, און די זעלבע איז מיט אלע אלע אלע סטארס אין בארא פארק ווי עס געזעמעלט זיך א משוגעים הויז, מאנכע סטארס לאזען זיך וואוילגיין און שטעלען זיך נישט צי צי דער גרעסערע עוילעם און מאנכע שטעלען זיך יא צי אבער קענען דאס נישט נאכקימען אפילו זיי ווילען
איי פרעגט זיך א קאשע פארוואס פינקט פון דזשי ענד דזשי איז דא א אכשול?
די תירוץ איז ווייל ביי אלע אנדערע סטארס גייען אייערע ווייבער שאפינג און די קעירסט נישט אז זי ווערט צידרייט ביים שטיין אין ליין שעות ארוכות, אבער דא ביי דזשי ענד דזשי מיסטי אליינס בכבודך ובעמצך גיין און שטיין און ליין און די זכר האסט פיינט צי ווערען געטרירט ווי א פרוי...........
איין כלל, רעד דיך נישט אפ ווייל ווען די וואלסט ווען געהאט א סטאר ערב יו"ט וואלסטי אויך געהאפט אז עס זאל זיין לאנגע ליינס ביי דייין טיר
און גיין עפענען א אשכול און אראפ רייסען א גיטע קאמאפני וואס ערלויבט דעם עולם פאר גאנץ ביליג הערליכע שיינע סחורה קימט זיך זיי נישט אזא פסוק ברבים ווייל די האסט נישט געקענט שיקן דיין ווייב שטיין אין ליין אין דזשי ענד דזשי
איך וויל דא מגלה דעת זיין ברבים, אז די ארטיקל איז געשריבן געווארן בעידן ריתחא, כ'האב באמת גארנישט קעגן די פירמע פערזענדליך מער ווי די אנדערע פירמעס איך אנטשולדיג זיך אויף די פריוואטע אטאקע, והוא רחום יכפר עון.
טיטאניק איך האלט נישט ס'אזא פראבלעים צו באשמירן אזא סטאר ווייל אזא ארטיקל נעמט נישט אוועק קיין קאסטימערס ס' ברעינגט נאר אז די באלי באטים זאלן אין אכט נעמען די עולם'ס נידס דעטס אלל!!
מאטי איז גערעכט, און לאמיר אנקוקן זשי ענד זשי בלויז אלס א משל. די היימישע געשעפטן מעגן האבן א סיסטעם מיט נומערן וכדו' היינט איז א מסודר דיגע סיסטעמאטישע וועלט און סהאט נישט קיין זין מזאל דארפן שטויסן שטופן און כאפן .
ס'יעצט דא א סעיל דארט, די ארבעטערס דארט "דאונט גיוו א דעמב פאר די קאסטאמערס", ער נארמאלע שאלה ווערט צוריק געפאטשט מיט א "איך ווייס נישט", כאילו גיי דיר די פעגע, די שטייסט מיר אין וועג.
און אויב פעגערסטו נישט, ווארט נישט איינער זאל דיך פרעגן צו דו דארפסט הילף, קיינער דארט גיי דיר נישט אנקוקן ווי גרויס דער טאג איז, טעשעפע דיך אן אין א ארבייטער מאך איהם משוגע נאר אזוי גייט דיר איינער אפמעסטן די הויזן.
די סערוויס דארט איז שרעקליך נידריג, טייל מאל איז עס גרויס בזיונות פאר דער קאסטומער.
לאקאציע?
שמואל הלוילאקאציע?
בארא פארק
אנשטאט g&g זאל צאלן אזויפיל פאר אדווערטייזמענט זאלן זיי אביסל אינוועסטן אין קאסטומער סערוויס.
מעפנט נישט פרייטאג אין א חתונה סיזען ווען די טאג איז קורץ עלף אזייגער. די משוגעים הויז וואס דא טוט זיך איז לא יאומן כי יסופר, זאל מען מאכן איין עד ווייניגער ביי שמואל שפיטצער און צושטעלן מער שעות און נאך א רעזשיסטער.
מאטיאיך וויל דא מגלה דעת זיין ברבים, אז די ארטיקל איז געשריבן געווארן בעידן ריתחא, כ'האב באמת גארנישט קעגן די פירמע פערזענדליך מער ווי די אנדערע פירמעס איך אנטשולדיג זיך אויף די פריוואטע אטאקע, והוא רחום יכפר עון.
אני הקטן האב שוין ב"ה מערערע מאל אפגעשטאט א באזוך ביי דזשי. ענד דזשי. און איך בין נאך א יעדעס מאל ארויסגעגאנגען צופרידן. סיי ביים אויסוועלן א סוט אדער בעקישע, און סיי ביים אויפפיקן און באצאלן. ס'קען זיך מאכן א טאג וואס ס'איז דא א גרעסערער עולם און ווייניגער סטעף צו העלפן פאר די קאסטומערס. אבער בדרך כלל שטעלן זיי זיך צו צו די מענטשן. משא"כ א געוויסע סטעישאנערי סטאר אויף די 13'טע עווע. וואו דער בעה"ב מיינט אז ער איז אויף א חתונה אדער בר מצווה און שמועסט מיט זיינע בני משפחה אין א לעבעדיגן שמועס. און א קאסטומער וואס קומט אריין דארף צו ווארטן ביז ער קומט צו צו אן ענין. דאמאלס טוט ער א טובה און זאגט פאר'ן קאסטומער וואו דער אייטעם ליגט. ער געט פונקטליכע דיירעקשאנס. ער זאגט דריי דיך לינגקס ביים דריטן אייעל און נאכדעים מאך א רעכטס. אויפ'ן אויבערשטן שעלף. אבער וועט ח"ו נישט גיין אליינס ברענגען די פארלאנגטע זאך פאר'ן קאסטומער. ער איז דאך ביזי ממשיך צו זיין דעם שמועס. אפילו נעמען געלט ביים רעדזשיסטער האנדלט ער אויכעט כאילו ער טוט דיר א טובה. און קוקט דיך אן מיט א בייזן בליק פארוואס דו האסט די חוצפה איהם צו שטערן אין מיטן שמועס. נאכדעים, ווען ער גייט אין ביהמ"ד רעדט ער זיך אפ אז ביזנעס איז שוואך. בעוה"ר...!
סקאסט צו טשעקן שעטנז :O
@אנאנים איך ווייס נישט וואס די העק דו האסט געדארפט צוגלייכן צו א ברענד נעים סוט פון א גוי, האסט פשוט דערהארגעט דיין טענה.
א גוי צאלט פאר א ברענד נעים סוט ארום 300 400 דאללער, און דאס איז ביים סעיל, יעצט נעם אין חשבון אז ער דארף עט ליעסט 7 פארשידענע סארטן צו קענען הייסן בעל באטיש, בעת ווען דו מיט דעם 259 דאלערדיגן סוט גייסטו יעצט ציען דריי יאר, ביי יעדן שחרית מנחה מעריב, שמחה, לויה, וכו'.
דאך איז די טענה חי וקים אז עס קאסט זיי נישט דעם פערטל פון זייער פרייז. און די סערוויס איז גאאאאאאארבעדזש! יוש האב איך געהאט אויסצושטיין פון זייער בולש*ט סערוויס דעי וואך.
איך בין נישט דא צו האקן אויף קיינעם, באט וויי אין גאטס האלי נעים, זענען די הויזן ביי די געשעפטן, אזוי דעמם ברייט און בעגי געשניטן, אזש מ'קען אריינשטאפן י"ב חלות דארט?
רויטע וואנצעסאיך בין נישט דא צו האקן אויף קיינעם, באט וויי אין גאטס האלי נעים, זענען די הויזן ביי די געשעפטן, אזוי דעמם ברייט און בעגי געשניטן, אזש מ'קען אריינשטאפן י"ב חלות דארט?
דיין שאלה איז אויף די איבריגע צען?
[ציטאט אראפגענומען]
און געיבן השגחה אויף די פעדימער און ליינינג איז עפעס א ביליגע זאך? און וואו איז נאך, אז דער משגיח דארף וואטשן אז די שניידערין אין אונגארן זאלל זאגן דעם לשם יחוד, א יעדעס מאל זי דריקט דעם פעדל פון די ניי-מאשין?! דער משגיח מוז דאך ערעגעץ שלאפן און עסן כשר'ע סענדוויטשעס. און אינאיינוועיגס פארן אויף קברי צדיקים. די טעקסיס אין יוראפ זענען נישט ביליג!... 🙄
צו צונעמען דעם נושא אביסל:
יעדער בעה''ב זיכט צופרידנצושטעלן זיינע קוסטומערס עצהיו''ט פשוט ווייל דאס איז דער וועג צו פארדינען. בפרט ווען דער קאמפעטישן איז גרייט צו איבערנעמען זיינע אומצופרידענע (GB KESSER ROYAL וכו')
פארשטייט זיך אז ווען ס'איז סעיל-יו''ט סעזאן קען דער בעה''ב נישט אויפנעמען נאך 10 ארבייטער וועלכע ווייסן נישט וועלכע פלייצע מ'דארף קלאפן ווען מ'מעסט אן דעם מלבוש
דער סטאר מענעדזשער לויפט ארום אין GG כמלמד הרודה את תלמידיו אזש מ'קען זעהן די גריממאסן וועלכע צושפרייטן זיך אויף די איינגעשטעלטע (תרתי משמע) געזיכטער, און זיכן צו טוהן וואס א בעסערע ארבעט
מ'קען נישט לייקענען אז ווען די קימסט אריין אין א גוי'איש געשעפט וכדו' סערווירט מען דיר אסאך העפליכער, אבער דאס איז דאך נישט נאר די G&G שילדיג, דאס איז דער אידישער מענטאליטעט פון היימישקייט געמישט מיט ביזנעס, וחוזר חלילה און מ'קען אויף דעם נקודה מרחיב זיין את הדיבור ווייל ס'קלאפט אויס אויף גאר אסאך הינזיכטן (היינו טעמא טרעפיק, דאבל פארקינג, און לצד הטוב דער אומצאליגער חסד ארגענעזאציעס וכו וכו' ואכהמ''ל)
וואטעווער. מיין עקספיריענס איז געווען אין א ו ז ח חשוון, און ארבעטערס זיצן און קולעצן אויף די קאוטש בענקלעך. סיריעסלי.
[ציטאט אראפגענומען]
If you really think it's such a good business idea to sell $99 suits, why don't you do it? I'm sure you’d like to make some money. Talk is cheap.
You don’t take in cheshbon advertising, pay heimish workers, sales, damages, designs that don’t sell and inventory that’s sitting there for a long time which costs him $.
G&g פארקויפט גארבידזש פאר טייער געלט מיט שוואכע סערוויס. עס איז דא אפשענס. למשל lee av און זינגער פארקויפן פאר 30 % טייערער אבער עס איז 100% בעסער, האלט זיך לענגער. אין די לאנג ראן קומט עס אויס ביליגער אזוי ווי די גמרא זאגט וועגן א דרך קצרה וארוכה און א דרך ארוכה וקצרה. נאר פאר רוב מענטשן קומט עס אויס אזוי ווי די מעשה מיטן עושר אונעם הוט. די נפק״מ איז די ערשטע הונדערטער עקסטרע וואס רוב מענטשן האבן נישט, אדער פאר בחורים וואס וואקסן און צורייסן זייער סוט לוינט זיך נישט צו ספענדן עקסטער.
מיט וואס איז זינגער אדער ליע בעסער ווען ביידע נעמען זעלבע סחורה, אזוי האב איך געהערט
טעמו וראו. איך בין נישט קיין גרויסער מבין אויף סחורה אדער fashion. בדידי הוו עובדא, יארן לאנג געקויפט ביי g&g, יעדע זעקס חדשים איז דער סוט געווען גלאנציג ווי א שפיגל נאך צוויי דריי מאל קלינען, די הועזן פון אינטן ביי די קאף איז געווען צוגאנגען און זיך געצויגן פעדימער. איך האב דעסיידעד לאמיך טרייען באצאלן מער און זען אויב סאיז ווערט. שוין אפאר יאר וואס איך האב דעם סוט, איך טרעף נאך נישט קיין סיבה צו קויפן א נייע.
יצמח'ל וועלכע קאמפאני טראגסטו יעצט?
סתם פאר אינטרעסאנטקייט ,איך האב פונקט יענע וואך איבערגעהערט ווי איינע פון די סוט געשעפט בעלי בתים איז מסביר פאר א קאסטומער די חילוק צווישן די עטליכע מיני סחורה און בתוך הדברים האט ער זיך ארויסגעכאפט אז די ביליגע דינע סוטס (ער האט עס גערופן בשם סקוטש) קאסט זיי $4 א מעטער (דריי פיס) ,די ביסל בעסערע פאלי מיקס סחורה קאסט $7 א מעטער און די וואלענע סחורה $9-$10 א מעטער. יעצט קען יעדער רעכענען בערך וויפיל מעטער עס ליגט און זיין סוט און מאכן דעם חשבון וויפיל די סחורה קאסט עכט.
גלייב מיר איך וויס נישט וואסערע סחורה איך האב. סאיז נישט צו דין נישט צו דיק סאיז פערפעקט. איך האב געבעטן הרב זינגער אז איך האב נישט קיין געדולד צו קויפן כסדר סוטס געב מיר א גוטן סוט. ער האט מיר געגעבן און איך בין העכסט צופרידן. ער האט מיך געקענט אריינארן ווייל איך פארשטיי צו סוטס ווי צו קליידער אבער ער האט מיך נישט פארנערט. איך בין אויך געווען זייער צופרידן פון לי עוו אבער זיינע דיזיינס זענען געווען צו אלט.
פאר מען בארעדט גי און גי וועגען פרייזען, דארף מען אין אכט נעמען אז פאר דרייסיג יאר צוריק האט א באלייפיגער סוט געקאסט צוויי הונדרעט דולר.
די פרייזען זענען געפאלען ווייל גי און גי איז אריין געקומען אין די ביזנעס און גערעכענט ביליגער, אלע אנדערע סטארס האבען געוויינט מיט קראקידייל טרערן אז די ביזנעס איז נישט ווערט פאר די ביליגע פרייזען. אפאר האבען זיך טאקע פארמאכט.
היינט קאסט א סוט און א בעקישע ביליגער ווי עס האט געקאסט דרייסיג יאר צוריק, סא האטס נישט קיין טענות צו גי און גי, ער האט בעסער געמאכט פאר אונז אלע אין די הינזיכט.
טאמער וואלט עס געקענט זיין ביליגער, וואלט שוין איינער אהער געשטעלט ביליגער, נאר עס קען נישט זיין ביליגער.