☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » G and G איבערלעבענישן

G and G איבערלעבענישן

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2988
בלאט: 1 2

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 9, 2014 6:50 pm

· #233899
$200 דרייסיג יאר צוריק? כ'מיין אז דו חלומסט.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:59 am

· #233992
איך אויך
יצמח'ל וועלכע קאמפאני טראגסטו יעצט?

סתם פאר אינטרעסאנטקייט ,איך האב פונקט יענע וואך איבערגעהערט ווי איינע פון די סוט געשעפט בעלי בתים איז מסביר פאר א קאסטומער די חילוק צווישן די עטליכע מיני סחורה און בתוך הדברים האט ער זיך ארויסגעכאפט אז די ביליגע דינע סוטס (ער האט עס גערופן בשם סקוטש) קאסט זיי $4 א מעטער (דריי פיס) ,די ביסל בעסערע פאלי מיקס סחורה קאסט $7 א מעטער און די וואלענע סחורה $9-$10 א מעטער. יעצט קען יעדער רעכענען בערך וויפיל מעטער עס ליגט און זיין סוט און מאכן דעם חשבון וויפיל די סחורה קאסט עכט.

התינח, אויב מ'קען אנטון א שטיקל סחורה וואלסטו גערעכט געוועין. אבער דער סוט און די בעקישע נייען זיך נישט אליינס אויף. און קומען צו פליען פון אונגארן מיט דעם אונגארישן נאציאנאלן עירליין דירעקט קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק...!

לאליפאפ » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 3:12 pm

· #234063
ישמעאל הכהן
מיט וואס איז זינגער אדער ליע בעסער ווען ביידע נעמען זעלבע סחורה, אזוי האב איך געהערט

GG אליין נעמט אויך יעדע צווייטע חודש אנדערע סחורה.

קאסטנער » מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:56 pm

· #234098
[quote="berlbalaguleh"][quote="
התינח, אויב מ'קען אנטון א שטיקל סחורה וואלסטו גערעכט געוועין. אבער דער סוט און די בעקישע נייען זיך נישט אליינס אויף. און קומען צו פליען פון אונגארן מיט דעם אונגארישן נאציאנאלן עירליין דירעקט קיין וויליאמסבורג אדער בארא פארק...![/quote]
גערעכט לייג צי נאך 12.50 פאר די אונגארישע גויטע וואס נייט עס אויף

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 1:15 pm

· #234439
זעליג פארקויפט חכמה ביי די ארבייט.

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/video.php?v=354872698019795">https://www.facebook.com/video.php?v=354872698019795</a>

מים חיים » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 5:07 pm

· #234490
עס איז נישט דייקא ביי דזשי ענד דזשי, אלע היימישע געשעפטן ארבייטן אינאיינעם צו העכערן פרייזן.

אפילו מען רייסט זיך טאקע ארום ביי די קעפ, די משפחה איז צופליקט און צוריסן אבער ווען עס קומט צו פרייז פיקסינג איז יעדער אינאיינעם.

קוק אויף אן אנדערע קליידער אינדוסטרי, די קלינערס. אלע היימישע קלינערס האבן יעצט נאך יום טוב געהויבן די פרייז פון קלינען א העמד. מען האט קיינעם נישט מודיע געווען, נאר אזוי שטילערהייט האט מען געגעבן א שווערץ אריין א פרייז אינקריעס און פערטיג ואין פוצה פה ומצפצף. די פאר אידעלעך וואס קוקן נאך פרייזן האבן נישט קיין ברירה ווייל יעדער האט געהויבן אינאיינעם.

איך ווייס אז אלע פרייזן גייען ארויף, אבער זיך צוזאמנעמען און העכערן אינאיינעם די פרייז, איז לעגאל? דינא דמלכותא דינא

חסיד » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:30 pm

· #234675
מים חיים

ר' מים חיים, האסט געבויט א יסוד אז אלע קוספערירן צוזאמען, נו מאן יאמר?
צווייטענס, אפשר גייען ברייזן פון ארבעט (מינימום וועידזש און סתם רעיזיז) ארויף און דער בעל הקלינערז כדי צו פארדינען ברויט אויף הויזן מוז פארדינען מער, און ער פארשטייט אז זיין קאמפעטישן האט דעם זעלבן פראבלעם, יא כדי ביידע זאלן קענען לעבן און מאכן פרנסה, גייען ביידע ארויף, ווילסט נישט קלין נישט אדער גיי צום כינעזער!
אויך ר' מים חיים האסט אמאל געהערט פון אינפלאציע? זאג מיר איין פרודקט אפילו גוי'אישע (אפשר זענען אלע גוייים אינטארנאציאנאל אויך קאנספיראטן) וועלכער דער פרייז שטייט כמאז וכמקדם
גיי נאר צו, צו סיי וואסערע געשפעטסמאן ותשמע שנכונים דברי!

ווייל אזוי » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:23 pm

· #351282
א נייע וועג פון מאכן געלט:
דשי ענד דשי האט אנגעפאנגען צו טשארדשען געלט פאר פארריכטונגען, קויפסט א הויזן פאר פערציג דולער און די ווילסט עס מאכן אביסל קורצער קאסט עס נאך פינף דאלער, אז מ'קויפט א רעקל פאר 159 און מ'וויל אביסל אויפהייבן/אייננעמען/לענגער מאכן די ערמל צו סיי וואס קאסט עס נאך 20 דאלער, ווי איז דאס געהערט געווארן....

אז מ'רעדט שוין וואונדערט מיר פארוואס זיי האבן נישט אדווערטייזט אז זיי גייען טשארדשען געלט פאר פארריכטונגען...

אפשר » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:52 pm

· #351285
איך האב אנגעפרעגט דעם ארבעטער דארט ווען איך האב געזעהן אז זיי טשארדזשען פאר דעם, האט ער מיר געוויזען אז עס איז די זעלבע פרייז ווי אמאל דהיינו די סך הכל איז די זעלבע, די סיבה איז נאר אז פאר סאם ריעזאן שפארן זיי זיך אזוי אפאר דאלאר טעקס

קלוגע יודל » דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:09 am

· #351441
Re: G and G איבערלעבענישן
אפשר
איך האב אנגעפרעגט דעם ארבעטער דארט ווען איך האב געזעהן אז זיי טשארדזשען פאר דעם, האט ער מיר געוויזען אז עס איז די זעלבע פרייז ווי אמאל דהיינו די סך הכל איז די זעלבע, די סיבה איז נאר אז פאר סאם ריעזאן שפארן זיי זיך אזוי אפאר דאלאר טעקס

שוין געזעהן פסח צייט, זיי האבן מיר טאקע געזאגט אז מען האט נאר געטוישט ווי אזוי עס ווערט געבילט, אבער די טאטעל איז די זעלבע
בלאט: 1 2