☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » האנט בראטער

האנט בראטער

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #298

ישובניק » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:03 pm

· #3480
האנט בראטער
איך האב זיך אביסל געמוטשעט וועלנדיג שרייבן וועגן א האנט בראטער, אז מ'זאל נישט מיינען ס'בראט די האנט.

צום סוף האב איך זיך געמוזט אן עצה געבן צו שרייבן אויף ענגליש HAND OPERATED און צוגעבן אז ס'איז נישט קיין מאשין.

יידל » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:07 pm

· #3482
Re: האנט בראטער
ישובניק
איך האב זיך אביסל געמוטשעט וועלנדיג שרייבן וועגן א האנט בראטער, אז מ'זאל נישט מיינען ס'בראט די האנט.

צום סוף האב איך זיך געמוזט אן עצה געבן צו שרייבן אויף ענגליש HAND OPERATED און צוגעבן אז ס'איז נישט קיין מאשין.

וואס מיינט א האנט בראטער? Hand grill?

ישובניק » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:54 pm

· #3487
Re: האנט בראטער
יידל
ישובניק
איך האב זיך אביסל געמוטשעט וועלנדיג שרייבן וועגן א האנט בראטער, אז מ'זאל נישט מיינען ס'בראט די האנט.

צום סוף האב איך זיך געמוזט אן עצה געבן צו שרייבן אויף ענגליש HAND OPERATED און צוגעבן אז ס'איז נישט קיין מאשין.

וואס מיינט א האנט בראטער? Hand grill?



ס'איז בלויז א משל, אבער ס'איז נוגע ביי אסאך אפאראטן וואס זענען דא סיי אין מאשינען און סיי אזעלכע וואס מ'ניצט מיט דער האנט (אוי-וויי, און א מאשין ניצט מען מיט די פיס?), נאר ביי א ווייץ-מילכל, צום ביישפיל, ווען מ'זאגט האנט-מילכל, איז שווער זיך טועה צו זיין.

ישובניק » פרייטאג מערץ 30, 2012 1:06 am

· #3547
Re: האנט בראטער
אין אנדערע ווערטער, כ'האב זיך נישט קיין עצה געגעבן. כ'האב געשריבן בראטער און צוגעשריבן אין ענגליש HAND OPERATED און אין אידיש - נישט קיין מאשין.

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 30, 2012 1:36 am

· #3555
Re: האנט בראטער
[ציטאט אראפגענומען]

Translation vs. transliteration.

ישובניק » פרייטאג מערץ 30, 2012 2:03 am

· #3560
Re: האנט בראטער
[ציטאט אראפגענומען]


ריכטיג. טאקע דאס האב איך געמיינט מיט דעם וועג ווי איך האב זיך "אן עצה געגעבן". אבער מיט איין חילוק: אין דעם פאל פון וואס איך רעד הייסט עס בכלל נישט אין ענגליש ווי מ'רופט עס אין אידיש, און דעריבער קען מען נישט צוגעבן אויף ענגליש הענד..., נאר מ'מוז צוגעבן בכלל א הסבר אז ס'ארבעט מיט דער האנט און איז נישט קיין מאשין, און ס'איז מיר אויסגעקומען דאס גופא גרינגער צו שרייבן אויף ענגליש.