קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
Starbucksיאסעלע וואסער טרעגער
די אויפגעקלערטע האבן געדינט און די יודישע פאליציי און די וועלט קריג.
די אויפגעקלערטע זענען געווען (על פי רוב) די קאפא׳ס און די לאגערן.
פערצופאל זענען רבנים, שיינע יידן, און זייערע נאכשלעפער, געוועהן די יושבים ראשונה סיי ביי די קאנטאניסטן און סיי ביי די קאפאוס.
יידל, קענסט עס באשטעטיגען אז די
רבנים זענענן געווען די קאפאוס - יושבים ראשונה - אין לאגער?
אדער אז די
רבנים זענענן געווען די וואס האבן פארכאפט די קינדער אין איבערגעבן פאר די רוסישע מיליטער?
איז דא איינער וואס קען עס באשטעטיגען אבער אפווענדען? עס איז פאר מיר נייע אינפערמאציע, און איך איך האב שוין מיט אסאך עלטערע אידן גערעדט און איך האב עס קיינמאל נישט געהערט.
עני אינפאו אבאוט דיס?
האלבע רמזים איז ערגער ווי א טונא סענדוויטש אן לעטיס טאמעטאס פיקעלס, כאטש עס איז א סענסעטיווע סאבדשעקט ביטע שרייבן קלאר אדער אינגאנצן נישט שרייבן.
בכגון דא איז פאסיג דער מאמר החכם ווער עס פארשטייט פארשטייט און ווער עס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.
אבער כדי גרינגער צו מאכן וועל איך אויסרעכענען אלע מחותנים פון מהר"ש מבאבוב. והבוחר יבחר.
הרב פאנעט מדעעש
הרב טויבער
הרב גאלדבערגער ממעדיער
הרב מייזעלס מסארוואש
הרב הורוויץ
הרב משה וואקסמאן
הרב משה בלום
כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
דולה ומשקהכ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
ווען מ'איז דן לאמיתה של היסטאריע איז נישט שייך צו זאגן אז עס איז עקלדיג אדער שיין.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב דיר געגעבן א לייק.
יעצט וויל איך דיך פרעגן: האלטסטו אז בשעת'ן קריג איז נישטא קיינע מאראלישע פליכטן? זענען נישט געווען געליטענע אידן וועלכע זענען דארכגעפאלן?
ריכטיג, מיר דארפן זיי 'קאטן סאם סלעק' פאר זייערע ליידן און פארשטיין די סיטואציע, אבער דאך עט די ענד אוף די דעי איז דא רייט און ראנג, נישט אזוי?
פארשטיי מיך גוט, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווען א ביקס איז געשטעלט געווארן צו איינעמס קאפ. איך רעד פון אויפפירונג פון מענטשן פאר לענגערע זמנים אדער פון רעאקציעס צו פארשידנע קריזיסן וועלכע זענען אויפגעקומען במשך די קריגס יארן אין די געטאס און לאגערן, און די וועלדער און אויפן באן הויף. יא, דאמאלטס האט זיך ארויסגעזעהן ווער עס האט א פאזיטיווען כאראקטער, און ווער עס איז סעלפיש און האט נישט קיין וועליוס.
כ'וועל אין די נאהנטע טעג נעמען דער מיה, אין דאס אהער שטעלן.
הירשל ציגדולה ומשקהכ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
אין אז דער ברך משה מיטן קלויזענבורגער זענען זיך נישט אויס געקומען פארשטייסטו יא? מילא סאטמער רבי האט געפירט מיט א מערכה, אבער ווי קומט דא אהער די קלויזענבורגער. ווי נאהנט איז ברך משה געוועהן מיט דער טארטיקוב'ער רב, מאכט אביסל היים ארבעט, ועוד רבות כהנה. כ'האב דאס אנגעכאפט אלס א משל, צוליב דאס איז אויך געוועהן מיט פיפציג יאר צוריק., כ'קען דיר מאכען א רשימה קדישא פון נאך אזעלעכע ביישפילען.
אבער דאס איז נישט פאר דעם אשכול, עפען א באזונדערע אשכול איבער דעם חלק פון אידישע היסטוריה, עט מען קענען שמועסן מער בהרחבה.
וועלכע אדמורים רבנים סתם עמך אידען ווייסטו וואס זענען געוועהן א קאפוי?
די פאוינט איז זייער גוט, אבער - במחולת כבוד וואוידעסלאווער רב - דער משל איז בכלל נישט דומה לנמשל. עניבאדי וואס איז נאר א טראפ באהאווענט מיט די סאטמערע היסטאריע פאר די לעצטע 30/35 יאהר ווייסט איז די אלע קעגנער פונעם ברך משה זענען געווען גאר-פארברענטע סאטמערע חסידים - און רובם אפילו מקורבים.
באקסקאווער, מקורבים צום רעביצין מרת אלטע פייגא ע״ה ודו״ק. אבער צו דעם דארף מען זיך אויסקענען פופציג יאר אין סאטמאר...
וועלעכער מקורב ביים רעביצין איז נישט געווען מקורב ביי דעם רבין?
איז דא דער פלאץ אויך צו דערמאנען די אידישע ארדענונגס דינסט, די פאליצייאישע קראפט אין די געטא?
עמנואל רינגלבלום אין זיין ארכיוו פון געטא ווארשע, האט נישט געהאט אויף זיי צופיל שבחים, מחמת הרחק מן הכיעור, וועל איך נישט אריינגיין צופיל אין פרטים. אבער דאס יא, ער שרייבט אז עס זענען געווען פאליציאנטן, וואס האבן זיך אויפגעפירט ערגער וואו די נאציס, אוקראינער אדער פאלאקן.
הירשל ציגדולה ומשקהכ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:
הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.
עכ"ל
כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני
עס געפעלט מיר די שורה
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
א חוצפה דאס, גייט אליין קויפען הייזער.
בנוגע די קאפאוס,
מען קען טאקע נישט דן זיין די קאפאוס, אבער מען קען נישט זאגען זכור אותו איש לטוב.
נאך די מלחמה אין דער די פי קעמפס, ווען איינער האט דערקאנט א קאפוי, האר ער הויך געשריגען קאפוי, און מענטשען זענען זיך צוזאמען געלאפען, און מען האט יענעם אריין געקאפעט ביז ער איז געשטארבען.
קיין סך קאפאוס זענען פארדעם נישט איבערגעבליבען.
איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.
איך געדענק ווי מען פלעגט דעם איד דערגיין די יארן.
איחוד פעלדבנוגע די קאפאוס,
מען קען טאקע נישט דן זיין די קאפאוס, אבער מען קען נישט זאגען זכור אותו איש לטוב.
נאך די מלחמה אין דער די פי קעמפס, ווען איינער האט דערקאנט א קאפוי, האר ער הויך געשריגען קאפוי, און מענטשען זענען זיך צוזאמען געלאפען, און מען האט יענעם אריין געקאפעט ביז ער איז געשטארבען.
קיין סך קאפאוס זענען פארדעם נישט איבערגעבליבען.
איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.
ר' משה יהושע צאנגער ז"ל שרייבט אין זיין בוך 'פארשפעטיגט דעם שיף' אז ער איז געווען א קאפא, און נאך די מלחמה האבן אים געטראפן עטליכע פאלאקן וועלכע זענען ארומגעגאנגען אויפזוכן אלע קאפאוס און זיי שיסן צום טויט. ער האט געמיינט אז ער שטרעקט זיך אויס ווען ער האט זיי דערזען, אבער צו זיין וואונדער זענען זיי צוגעגאנגען און אים אויפגעהויבן אויף א בענקל און ארומגעפירט מיט פריידיגע געשרייען. ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן געדענקט ווי איבערגעגעבן ער איז געווען צו אלע קאצעטניקעס און ווען ער האט געטראפן באהאלטענע עסן האט ער עס נישט איבערגעגעבן צו די נאציס נאר האט עס נאכמער פארשטעקט, האבן אים זיי יעצט באצאלט דערויף.
דולה ומשקה דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:
הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.
עכ"ל
כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני
כ'האב געטראפען אין מיינע ארכיוון נאך א פאשקעוויל, וואס א מאן דהוא האט געווארפען אויף זייער א חשובע רעבעצין, ער האט געמיינט איהר מאן, אין ציווישען זיינע ווערטער דערמאנט ער אויך דער וויכטיגע פאקט אז זי איז געוועהן א קאפאו.
סיי דער בעל הפאשקעוויל איז געוועהן זייער א חשובע בנש"ק, געטוהן שטארקע רבי'שע שידוכים, וכן דער רעבעצין.
ואי"ה וועל איך דאס מעתיק זיין.
זעהט דאס דער מציאות אז איינער איז געוועהן א 'קאפאו' נישט קיין נפק"מ ווער דאס איז געוועהן, איז עס לאחר המלחמה געוועהן א שטארקע בזיון צו ווערן אנגערופען א קאפאו.
יאיראיחוד פעלד
איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.
ר' משה יהושע צאנגער ז"ל שרייבט אין זיין בוך 'פארשפעטיגט דעם שיף' אז ער איז געווען א קאפא,
ווער איז ר' משה יהושע צאנגער?
האט ער איבערגעלאזט קינדער?
איז ער דער קאפוי וואס איך רעד וועגען?
איך האב קיינמאל נישט געקענט דערגיין ווער דער קאפוי איז. כ'האב געהערט דערפין אמאהל ביי א שבע ברכות פין איינער, און יענער האט בשום אופן נישט געוואלט מגלה זיין די נאמען פין דער קאפוי.
no reb moshe yehoshia is not the kapo it was someone else that didn't have any children
galitzyanano reb moshe yehoshia is not the kapo it was someone else that didn't have any children
ער שרייבט דאך אבער אויף זיך און זיין בוך אז ער איז געווען א קאפאו?
true , i mean he is not the bad kappo in bobov , i was told as a child on a person that he was a bad kappo , he once got a aliya in bes medresh and everone was mocha and screaming these galitzyana were rodefing him till his last day. a mazal he ddint have any children . he has nepues i dont wanna say his name
אין פאפא קהילה איז געווען א באקאנטע איד, ר' משה האפפמאן, דער מייסד פון די חברה שומרים.
געווען א קאפאו ביים קריג, און דורכדעם זוכה געווען צו ראטעווען ממות לחיים דעם קלויזענבורגער רב זצ"ל.
יידלgalitzyanano reb moshe yehoshia is not the kapo it was someone else that didn't have any children
ער שרייבט דאך אבער אויף זיך און זיין בוך אז ער איז געווען א קאפאו?
יא, ליין דעם בוך עס וועט זיך דיר לוינען.
galitzyanatrue , i mean he is not the bad kappo in bobov , i was told as a child on a person that he was a bad kappo , he once got a aliya in bes medresh and everone was mocha and screaming these galitzyana were rodefing him till his last day. a mazal he ddint have any children . he has nepues i dont wanna say his name
פאר זיין לוי' האט די באבוב'ע רב אנגעזאגט די אלטע יודן נישט צו מאכן קיין גערודער .
יידלשוין געליינט אלץ קינד.
ניקס מעגליך, אחוץ אויב דו ביסט היינט 17 יאר אלט.
פאלט דיר נישט ביי אז ביי די 17 בין איך נאך געווען א קינד.
אה דאן האב איך גארניקס געזאגט.
יידלפאלט דיר נישט ביי אז ביי די 17 בין איך נאך געווען א קינד.
אוי וויי. למעשה ביסטו אמאל אויפגעוואקסן?
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז אבער אן אינטרעסאנט לשון וואס דו ניצט. (פאראפראזירט( "אויף אן אנדערן צדיק איז אויך פאראן א קלא דלא פסיק אז ר'איז געווען א מערדערליכער רשע" מה נפשך אויב איז ער געווען א מערדערליכער רשע איז ער דאך נישט קיין צדיק. לכה"פ שרייבן "צדיק" אין קואטעישן מארקס.
הירשל ציגדולה ומשקהכ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
און אז ברודערס רצח'נען זיך ארום איבער אן אזוי געדאכטע ירושה.?
ענטפער צו דולה ומשקה
אז מ'רעדט שוין. דער הייליגער נירבאטור'ער זי"ע ער זאל רוען אין לעכטיגן גן עדן. איך האב געהערט א טעיפ פון א מיטינג ביי התאחדות ווי ער באוואשט ר' אברהם לייטנער כאילו ר' אברהם וואלט געווען אחד הריקים. א שטיקל לימוד זכות. ער האט מורא געהאט אז ר' אברהם מאכט איהם קאליע די פרנסה.
אז מען דערמאנט דעם פאקט אז דער רבי דער ברך משה זי''ע איז געווען א קאפא ביי די מלחמה, וואלט איך געוואלט דערציילן א מעשה נורא וואס איז האב געהערט פון הרה''ג חיים לייב זילבערשטיין שליט''א, פון קרית יואל יע''א
א יוד איז אמאל געקימען צו רבי משה פיינשטיין ז''ל מיט א שאילה בנוגע א געוויסן ענין, האט אים רבי משה גענפערט וואס ער האט אים גענפערט, זאגט דער יוד פאר רבי משה ז''ל, אבער דער סיגוטער רב זאגט דאך אנדערש? האט אים רבי משה געזאגט, דאן טיה אזוי ווי דער סיגוטער רב הייסט, ווייל איך האב פאר אים גרויס דרך ארץ, וועגן די פאלגענדע מעשה:
פארציילט אים רבי משה ז''ל וואו פאלגענד:
תיכף נאכן קריג איז געווען ביי מיר א יוד, וואס איז געווען אונאיינעם מיטן ברך משה און לאגער, און אזוי וואו דער סדר איז געווען אז מען האט געמאכט די רבנים פאר קאפא'ס, כדי זיי זאלן נישט דארפן אזוי שווער ארבייטן, און דער רבי דער ברך משה איז האט אויך געדינט אלס א קאפא, אבער זיין התנהגות איז געווען אנדערש וואו די אנדערע קאפא'ס, ער האט קיינמאל נישט געהויבן די הענט אויף א צווייטע יוד.
טראץ דעם וואס די אנדערע רבנים האבן אים כסדר געצימבלט אז ער זאל יא שלאגען, ווייל אז די דייטשען וועלן זען וואו ער שלאגט נישט, וועלן זיי אוועק נעמען די די קאפא פאזיציעס פון די רבנים, ווייל זיי האבן דאך געוואלט אז די יודן זאלן כאפן וואס מער שלעק, האט דער ברך משה אייביג גענפערט, איך קאן נישט שלאגן א צווייטען יוד!
געוויסע רבנים האבן אפי' געסטראשעט דעם ברך משה מיט מכות, אויב ער וועט זיך נישט "אויסמענטשלען" און אנפאנגען טיילן מכות, אבער דער רבי האלט זיך ביי זיינעם, איך קאן נישט שלאגן א צווייטען יוד.
דערציילט דער יוד ווייטער: אז איינמאל און מיטן די נאכט וועקט ער זיך אויף, און ער הערט קולות, ער קיקט וואס עס גייט פאר, זעט ער וואו א פאר רבנים זענען מקיים פסק, און האקן אריין און דעם ברך משה זי''ע מכות רצח, דער יוד זאגט, אז ער האט תיכף געמאכט א ויצעקו, אז מען זאל דעם רבי'ן אפלאזן, און די רבנים האבן נישט געוואלט אז מען זאל זיי כאפן ביי די מעשה, האבן זיי אים אפגעלאזט, און זיך אוועק געגאנגן.
דער יוד פארציילט: אז ער האט דעם רבי'ן אויף געהויבן, און אים ארויף געלייגט אויפן בעט, און אים פארבאנדעשזירט די וואנדן, און אים געהאלפן קימען צו זיך.
ווען דער רבי איז אביסל צו זיך געקימען, האט ער געריפן דעם יוד און דער זייט, און אים געווארנט מיטן לעבן, אז ער זאל נישט פארציילן פאר קיין שום נברא שבעולם וואס ער האט צוגעזען, דער רבי האט דעם יוד מסביר געווען, אז און די גרויסע ביטערע צרות, איז כמעט אומעגליך צו פארבלייבן מיט די קלארע געדאנקן, און ביים גלייכן זונען, דעריבער פארשטייט ער די רבנים, און ער איז זיי מוחל מיטן גאנצען הארטץ.
האט רבי משה פיינשטיין ז''ל אויסגעפירט, אויב א יוד האט זיך מוסר נפש געווען נישט צו שלאגן א צווייטען יוד, און ער האט מלמד זכות אויף די רבנים וואס אים געגעבן מכות, און ער איז פארבליבן מיט זיין צדקות, און אזעלכע פונסטערע טעג, האב איך פאר אים דרך ארץ.
איך האב א סאך מאל פראבירט געוואר צו ווערן ווער דער רב איז געווען, דער וואס האט אריין געהאקט אונעם ברך משה, אבער אן ערפאלג.
ביז לעצטענס בין איך געוואר געווארן ווער עס איז געווען, אבער איך וויל אים נישט דא אויספראקען ברבים, משום כבודו, איך וועל נאר געבן א סימן, דער רב ברענגט און זיין ספר א שטיקל פון א כל נדרי דרשה, וואס דער ברך משה האט געהאלטן און לאגער.
פארוואס פארצייל איך עס דא? ווייל די וואס באשמיצן דעם ברך משה זי''ע, קאפא אהער קאפא אהין, זאלן מען כאטש וויסן וואס פאר א מיני קאפא ער איז געווען,!
הערליכע תגובה (לייק), איך האב נישט געהערט די מעשה, איז עס געדריקט ערגעץ??
א הערליך שטיקל...!
ש'כח פארן שרייבן להצדיק את הצדיקים.
בדחןהערליכע תגובה (לייק)
און אפשר קענסטו מיר טאקע מסביר זיין פארוואס דו פארגינסט אים נישט קיין געהעריגע "לייק"?
און בכלל דאס נישט האבן געגעבן קיין איין איינציגע לייק, ווייזט אויף גרויס סעלפישקייט!
איך האב שוין מסביר געווען באריכות פארוואס איך לייק נישט, בשיטה..איך וויל נישט דא פארדרייען די אשכול דערויף,
טראכט א מינוט....אלמלא עס וואלט געווען סעליפשקייט וואלט איך שוין לאנג באהאלטן מיין שלעכטע מידה.... מען קען און פינף מינוט געבן 100 לייקס, איך לייק ניטש פאר א סיבה ווי איך האב עס שוין מסביר געווען.
איך וויל דיר באמת פארשטיין במילא ביטע לינק צו דיין הסבר....
בדחן, ראנג ניק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/30893">viewtopic.php?p=30893#p30893</a><!-- l -->
דולה ומשקההירשל ציגדולה ומשקהכ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:
כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני
די ווייסט אויף זעכער אז די נירבאטער ז"ל אליין איז געווען אינוואלווד אין די פאשקאוויל אדער איינע פין זיינע מענשטען שלא בידיעתו?
מאירדי ווייסט אויף זעכער אז די נירבאטער ז"ל אליין איז געווען אינוואלווד אין די פאשקאוויל אדער איינע פין זיינע מענשטען שלא בידיעתו?
זאג נאר, ווען מען מאכט דעמאנסטראציעס פארענט פון א קליידער געשעפט פרעגט מען אויכעט צו דו ביסט זיכער אז ער איז דער אמת'דיגער בעה"ב 100%? וכדו'. איך בין שוין קראנק און מיד (sick and tired בלע"ז) אז רביס ווייסען נעבעך גארנישט אלע שקצ'רייען וואס ווערן אפגעטוהן אין זייער נאמען, און האבן די עקסעמפשאן פון מלאכתם נעשית ע"י אחרים.
געפילטע פישבדחן, ראנג ניק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/30893">viewtopic.php?p=30893#p30893</a><!-- l -->
נאפוס, נישט דאס האב איך געמיינט, און יענטץ איז נישט קיין הסבר,
בדחן... שרייבסט לייק? אבער ציטערסט פונעם לייק קנעפל ווי פון א ש'ד'...??
(הערה: נישט קיין פסק, נאר א אינטרעסאנטע פראגע)