☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2974
בלאט: 1 2

יאיר » דאנערשטאג מערץ 7, 2013 11:13 pm

· #94707
בדחן
געפילטע פיש
בדחן, ראנג ניק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/30893">viewtopic.php?p=30893#p30893</a><!-- l -->


נאפוס, נישט דאס האב איך געמיינט, און יענטץ איז נישט קיין הסבר,

וואס איז דיין הסבר? דו האסט שוין געשריבן ערגעץ אנדערש דערוועגן?

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:43 am

· #365843
איחוד פעלד
עס געפעלט מיר די שורה

ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,



א חוצפה דאס, גייט אליין קויפען הייזער.

איחוד פעלד: דו פארשטייסט נישט. דאס ווארט האט אין זיך דעם ווארט ..."ציונים". פארדעם האט ער איהם פיינט געהאט. אבער לכה"פ אויף די צווייטע הארבע עבירה פון רעדן אדער שרייבן עברית האט דער הייליגער נירבאטור'ער זכותו יגון עלינו נישט עובר געווען. ווייל אויף עברית הייסט א ליציטאציע..."מכרז/ים:...!

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 5:56 am

· #365851
שבת אחים: מיין טייערער געלערנטער, וועלכער ליינט שוין באלד פערציג יאר איבער דעם האליקאוסט/האלאקאוסט. און דו האסט נאך נישט באגעגנט די אידענטיטעט פון די אידישע פאליציאנטן אין ווארשעווער געטא. און אין לאדזשער געטא. דער ליטוואק פן בודאפעסט מאכט גארנישט אויף קיין מעשיות. זיי זענען ליידער געווען די גרעסטע אכזרים אויף זייערע אידישע ברודערס. מיינענדיג אז זיי וועללן זיך און זייערע משפחות קענען ראטעווען פון דעם ביטערן גורל וועלכע די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן פאר זיי אנגעגרייט. די קאפאוס זענען געווען נאר אין די ארבעטס לאגערן. נישט אין די געטאס ...!


ר׳ בערל מיין טייערע געלערנטער וואס לייענט זעקס שפראכן.
ביטע ברענג א פארלעסליכע מקור אז סאיז געוועהן דוקא ״פרייע אידן״ אטדס אזויווי ליטוואק טעהנט.

כבין זיכער אז איך בין גערעכט!

אישתישבי » פרייטאג מערץ 17, 2017 8:34 am

· #365858
ר' בערעל

די ווייסט נישט וואס די רעדסט, עס איז קלאר געוועהן קאפאס אין די געטאס, ואת"ל זיי האבן נישט געהייסן קאפאס נאר אן אנדערע נאמען, ביסטו אויך נישט גערעכט, אבער אויף דעם וועל איך זיך נישט טענה'ן.

דעת תורה » פרייטאג מערץ 17, 2017 9:23 am

· #365866
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
רוב זענען געווען פרייע. אבער ס'איז​ געווען אויך פרומע, און אפילו חסיד'ישע, ווי איש תשבי האט נעכטן שיער געעפנט א קאנע ווערים אין א אנדערן אשכול.

פארוואס זאל נישט זיין? צי קענט איר דען נישט זעהן אין אייער סאסייעטי כמה וכמה וואס עס שטייט זיי גוט זיך צוצוכאפן צו א פאוער פאסטן כזה?

עס האט זיך נישט אנגעהויבן מיטן זיין דער וואס וועט פאקטיש פירן זיינע אייגענע ברידער צו די שחיטה. נישט אזוי האט מען אדווערטייזט דעם זשאב. אין פאקט בין איך זיכער ס'איז געווען פילע אידישע (לאו דוקא פרומע) פאליציאנטן וואס האבן אויסגענוצט זייער פאזיציע צו בעסער מאכן די שווערע לאגע.

ס'איז דאך ידוע די אלע מעשיות וואס מען פארציילט אויף די חרדי'שע קאפא'ס אין לאגער. מסתמא איז אויך געווען ענליך מיט די אידישע פאליציאנטן, יודן ראט באאמטע אין די געטא'ס.

פארוואס רוב זענען געווען פרייע איז פשוט לכאורה ווייל רוב עולם איז געווען פריי. נאכמער, אין א צייט ווען עס איז געפאלן ריזיגע שטיקער פונעם כלל ישראל, קען מען זאגן אז די סארט מענטשן וואס כאפן זיך צו צו אזאלכע סארט ארבעט זענען סטאטיסטיקלי געווען מער עלול צו ווערן פריי ווי אנדערע. אפשר

אין אסאך פעלער האבן די פרומע אליינס גע'יילד די פלאר פאר די פרייע, צוליב א פערסעפשאן אז די פרייע טויגן בעסער זיך צו פארשטיין און קאמיוניקירן מיט די גאס.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:17 am

· #365874
טאמבל סאס
ליטוואק פון בודאפעסט


יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

כווייס נישט צו ממעג אזוי רעדן אבער אויב האט מען למעשה ביידע געהרגעט, לכהפ האבן די ערשטע כאטש געזעהן א נקמה אין די וועמען זיי האבן פאררעכנט אין האבן זיי באגנבט און באקריוודעט. סווייטאגליך צו טראכטן אזוי אבער סדערמאנט מיך די מעשה פון די רועה חזירים אוואו די שאלה איז אייביג וואס האט דער רועה חזירים שוין געטוהן ער זאל זיך פארדינען צו ווערן א ראש? וויאזוי קומט עס טאקע יושר זאל ערלויבן ער זאל שפעטער אזא שלעכטס אנטוהן? מיר זענען דאך אזא אויסגעארבעט הייליג פאלק און דער שלאק איז סתם א רועה חזירים? אולי איז א רועה חזירים נישט א פשוטע פאסטן? אדער אפשר לערנט חזרים פאסטוכעריי עפעס וואס איז קריטיש מיר זאלן נישט פארפעלן אויב זאלן מיר דארפן קאמפיטן מיט רועה חזירים?


טאמער איינרע זעט א מעשה ביים קריג ווי א געמיינע יונג שלאגט זיין אייגענע ברודער, און זיין מחשבה איז "אה! יענער האט זיין נקמה בחייו!", ווייס איך נישט וואס צו זאגען. אין די היינטיגע בליק וואלט יעדער רעכטדענקיגע מענטש אנגעקוקט דער וואס האט מוסר נפש געווען פאר זיין ברידער אלס א העלד, און דער וואס האט גענוצט די נאציס צו שלאגען זיין ברידער אלס א געמיינעם יונג. יעדער קען אויסוויילען וואס ער וויל, אבער דער אומגעטריישאפט פון איינער וואס איז גרייט נוקם צו זיין דורכ'ן זיך צושטעלען צו די נאציס דארף מען נישט אויסרעדען.

די גמרא וואס דו דערמאנסט איז א האלבע ציטאט. די גמרא זאגט אונז 'הזהרו בגוי קטן', און אויף דעם גייט עס. דער מדרש זאגט אונז אויף עשיו 'כולו כאדרת שער' אז גאנץ עשיו איז גרייט אויף צו ווערען א קעניג און אנטוהן אן אדרת מלוכה. פארוואס דארף מען צושטעלען עפעס גדלות צום רועה חזירים ווייל ער איז געווארען א מלך ביי עשיו? סתם אזוי, נישטערען אין די חשבונות שמים, ווען ניטאמאל די נאמען פון אט די פאסטעך איז אן exercise in futility, דברים בטלים. ס'פאסט פאר היסטאריקער'ס וואס נעמען איין קליינע שטיק עווידענס, און בויען דערויף פתום ורעמסס. פארשטייט זיך, נאך דעם קען מען לאכען פון די 'אומוויסענדע' וואס נעמען נישט אן זייער השערות און דמיונות.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:22 am

· #365876
ליטוואק פון בודאפעסט


יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......


להד״ם! שקר מוחלט!

מדבר שקר תרחק איז אים נישט אזוי וויכטיג ווי קמח ישן. 🙄

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:42 am

· #365879
דאס איז דער חילוק צווישען מושב זקנים און שבת אחים (אדער ספינקא {נאדבורנא?} מארמעראשער און וויזניצע מארמעראשער). מושב זקנים וואלט געזאגט "יא, די א.ט.ד.'ס האבען אזוי געטוהן! ווייל זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס האבען פארשטאנען אז מ'דארף טויטען וואס מער אידען". שבת אחים זאגט אז ער ווייסט אז ס'איז נישט אמת. איי, אין זיין געגענטער איז דאך נישט געווען דער גאנצע ענין פון יודענראט וכדו'? נו נו, ער ווייסט בעסער.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:46 am

· #365881
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז דער חילוק צווישען מושב זקנים און שבת אחים (אדער ספינקא {נאדבורנא?} מארמעראשער און וויזניצע מארמעראשער). מושב זקנים וואלט געזאגט "יא, די א.ט.ד.'ס האבען אזוי געטוהן! ווייל זיי זענען געווען די איינציגסטע וואס האבען פארשטאנען אז מ'דארף טויטען וואס מער אידען". שבת אחים זאגט אז ער ווייסט אז ס'איז נישט אמת. איי, אין זיין געגענטער איז דאך נישט געווען דער גאנצע ענין פון יודענראט וכדו'? נו נו, ער ווייסט בעסער.


ווי איז מיין געגנט?

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 17, 2017 10:56 am

· #365883
לאז געפיהלן אין א זייט א מינוט. די אמעריקאנער קוקן אן א רוסישער פאררעטער ווי א העלד און די רוסן ווי א פאררעטער. אויב די אמעריקאנער נאכן הענגען די רוסישע שפיאנען, הענגען זיי אויך זייער רוסישען אגענט, קענען זייטיגער צוקוקער נאר אזויפיהל זאגן אז כאטש האט דער רוסישער אגענט געהאט א שאנס פאר נקמה. די מינוט דו מאכסט שוין דזשאדזשמענטס נעמסטו שוין א צד. איך קום זאגן די מציאות.

יעצט, אויב קוקסטו אן די מין האנושי אלס איינס, ברודער און שוועסטער פון איין גאט, דארפסטו נישט צוקומען צו דעם. דארף דיר שוין מתחילה שווער זיין ווי קענען דייטשן הרגענען אידן? מוז מען צוקומען אז ברודער און שוועסטער מיינט גארנישט. נישט דאס איז דער מכריח. ווי דער פסוק זאגט. ער איז טאקע א ברודער אבער ער פירט זיך נישט אויף ווי א ברודער, נו, אצינד ווערן שוין אלע חשבונות לייכטער. דהיינו, מקען אים רופן א רוצח, אבער 'אומגעטריי'? וואס מיינט דאס בכלל אין דעם קאנטעקסט? איך קום נישט טייטלען ווער סאיז שולדיג. כזאג, צווישן די צוויי האבן ווארשיינליך פאסירט געוויסע זאכן אזוי דראמאטיש אז זיי שפירן מער נישט ווי ברודער און שוועסטער ממילא קען מען זיי מער נישט דן זיין ע"פ אותו מדה. אזוי ווי עס געשעט צווישן איין מדינה און דער צווייטער און איין שבט און דאס אנדערס וואס ווי געשמועסט זענען מיר דאך אלע בריאים פון איין יוצר.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:06 pm

· #365891
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
וואס מיינט ׳לאז געפיהלען אין א זייט׳? דט גאנצע נושא איז געפילען.
לאגיש גערעדט, וואס איז דער חילוק צווישען הרגנ׳ן א מענטש צו א בהמה צו גאר אן עפעל? מ׳האט אלס אפגעהאקט די חיות פון א לעבען.
די געפיל וואס יעדער מענטש האט אויף הרגנ׳ן מענטשען, האט מען אויף געטריישאפט צו דער וואס פארלאזט זיך אויף דיר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 17, 2017 12:47 pm

· #365895
כפארשטיי נישט וואס דו זאגסט

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 17, 2017 1:04 pm

· #365896
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
דו זאגסט אז אן געפילען איז עס..... ...... .....
איך זאג אז אן געפילען הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. איך רעד דוקא יא געפילען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 17, 2017 3:29 pm

· #365904
אישתישבי
ר' בערעל

די ווייסט נישט וואס די רעדסט, עס איז קלאר געוועהן קאפאס אין די געטאס, ואת"ל זיי האבן נישט געהייסן קאפאס נאר אן אנדערע נאמען, ביסטו אויך נישט גערעכט, אבער אויף דעם וועל איך זיך נישט טענה'ן.

אישתישבי: ייש"כ פאר'ן קאמפלימענט. אבער ס'איז שוין איינמאל א נפקא מינה ווער זיי זענען געווען. און וואס זייער אפיציעלער תפקיד איז געווען. נישט נאר אין סעמאנטיקס. די קאפאוס זענען געווען ממונה דורך די נאציס ימ"ש אין די לאגער'ן צו זעהן אז די ארבעט זאלל געטון ווערן. אין די געטאס זענען נישט געווען קיין צוואנגס ארבעט פראגראמען. נאר די "אידישע" פאליציי זענען געווען די וועלכע האבן בפועל אויסגעפיהרט די באפעהלן פון די נאציס. צו כאפן טיילן פון די אידישע באפעלקערונג און זיי ברענגען צו די נאציס צו דעם באשטימטן ארט. פון דארט האבן די עס.עס. איבערגענומען. און ארויפגעלייגט די אידן אויף די טרעינס.די אזוי-גערופענע אידישע פאליציי איז באשטאנען פון די ערגסטע טייל פון די באפעלקערונג. זיי אלע זענען פון פריער געווען שמוגלערס, גנבים און איינפאכע רויבערס. זיי האבן זייער שטארק ענטוזיאסטיש געטון די ארבעט פאר די נאציס. און זיי האבן זיך באנומען צו די אידן מיט גרויס אכזריות. מיינענדיג אז די נאציס וועלן זיי און זייערע משפחות אפשוינען. אבער די נאציס זענען געווען חכמים להרע. זיי האבן שוין אנגעגרייט אנדערע גענגסטערס וועלכע זאללן אנטון דעם יוניפארם פון די אידישע פאליציי. און זיי האבן געכאפט די אריגינאלע חברה און זיי איבערגעגעבן צו די עס. עס. בבחינת ..."על דאטפת אטפוך"...!

אישתישבי » מוצ"ש מערץ 18, 2017 10:45 pm

· #365935
אבער אין דער געווענליכער שפראך היינט צו טאגס רופט מען אלע ביידע קאפאס.

זיי האבען געטוהן מער רשעות ווי נאר כאפען אידען און נעמען צו דער באשטימטער ארט.

זיי האבען גע'מסר'ט אידען ווי זיי האבען געקענט, אויף וואס זיי האבען געקענט. פאלשע פאפירן, עסען, געלט, פלענער צו אנטלויפן וכו'.

אינטרעסאנט אז די פוילישע גוים זאגען אלץ אז פוילישער גוים זענען נישט געווען אנטיסעמיטיש קעגען אידען, אוודאי איז געוועהן פוילישער גוים רשעים, זאגען זיי, אבער פונקט אזוי איז געוועהן אידישער רשעים, און עס איז געוועהן פוילישער גוים, וואס האבען זיך מוסר נפש געוועהן צו ראטעווען אידען אויך.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2017 5:23 am

· #366001
אישתישבי: כ'האב שטארק מורא אז דער קאמפלימענט וואס דו האסט מיר געגעבן גייט ארויף אויף דיר. איינער וועלכער מישט אויס צווישן קאפאוס און אידישע פאליציי אין די געטאס איז נישט קיין היסטאריקער. ס'איז פונקט אזוי ווי להב' אויסמישן ארונים מיט זאלונים. נישט צו פארגלייכן. (נו, דאמאלס פארוואס פארגלייכסטו עס יא...?! כדי לסבר/לשבר את האוזן. אוזן זו ששמעה בהר סיני...!) אמת. ביידע זענען געווען רשעים. אבער זייערע נעמען און פונקציעס זענען געווען אינגאנצן אנדערש. און אין אנדערע צייטן . און פלעצער...!

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 19, 2017 5:27 am

· #366003
אישתישבי
אבער אין דער געווענליכער שפראך היינט צו טאגס רופט מען אלע ביידע קאפאס.

זיי האבען געטוהן מער רשעות ווי נאר כאפען אידען און נעמען צו דער באשטימטער ארט.

זיי האבען גע'מסר'ט אידען ווי זיי האבען געקענט, אויף וואס זיי האבען געקענט. פאלשע פאפירן, עסען, געלט, פלענער צו אנטלויפן וכו'.

אינטרעסאנט אז די פוילישע גוים זאגען אלץ אז פוילישער גוים זענען נישט געווען אנטיסעמיטיש קעגען אידען, אוודאי איז געוועהן פוילישער גוים רשעים, זאגען זיי, אבער פונקט אזוי איז געוועהן אידישער רשעים, און עס איז געוועהן פוילישער גוים, וואס האבען זיך מוסר נפש געוועהן צו ראטעווען אידען אויך.

אישתישבי: פוילישע גויים עפ"י רוב זענען געווען אנטיסעמיטיש. און האבן געמסר'ט אידן פאר א קילא צוקער אדער א ליטער נאפט וואס די געסטאפא האבן צוגעזאגט פאר ברענגען אידן. זיכער, ס'געווען אויך גאר א קליינע צאל פון פוילישע גויים וועלכע האבן באמת געראטעוועט אידן מיט מסירת נפש. ווייל ווען די נאציס האבן זיי געכאפט האט מען זיי געשאסן. און אויך זייערע משפחות האבן זיי געלייגט אין קאנצענטראציע לאגערן...!

אישתישבי » זונטאג מערץ 19, 2017 8:45 pm

· #366060
כלומר,
רוב פוילישע גוים האבען געהאט א געלעגענהייט עס צו טוהן, לדבריך, כ'בין נאך נישט זיכער אז רוב פוילישער גוים זענען געוועהן מוסרים. משא"כ רוב אידען האבען נישט געהאט קיין געלעגענהייט, אבער, דער מיעוט וואס האט נעבעך יא, האט זיך פונקט אזוי אויפגעפירט ווי די פוילישער גוים.

אונטער חכם » דינסטאג מערץ 13, 2018 11:00 am

· #397361
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
דולה ומשקה
דולה ומשקה

דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:

הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.

עכ"ל

כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני



כ'האב געטראפען אין מיינע ארכיוון נאך א פאשקעוויל, וואס א מאן דהוא האט געווארפען אויף זייער א חשובע רעבעצין, ער האט געמיינט איהר מאן, אין ציווישען זיינע ווערטער דערמאנט ער אויך דער וויכטיגע פאקט אז זי איז געוועהן א קאפאו.

סיי דער בעל הפאשקעוויל איז געוועהן זייער א חשובע בנש"ק, געטוהן שטארקע רבי'שע שידוכים, וכן דער רעבעצין.

ואי"ה וועל איך דאס מעתיק זיין.

זעהט דאס דער מציאות אז איינער איז געוועהן א 'קאפאו' נישט קיין נפק"מ ווער דאס איז געוועהן, איז עס לאחר המלחמה געוועהן א שטארקע בזיון צו ווערן אנגערופען א קאפאו.

איך זעה אז מען ברענגט דא ראיות פון פאשקעווילן, האב איך מיך דערמאנט אז עטליכע יאר צוריק איז געווען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג קעגן א יונגערמאן פארן מעגן זיין זיין פרוי, ובתוך הדברים איז געשטאנען דארטן אז ער מאכט "איליגעל קאר סערוויס טריפס", ווייזט אויס אז אין וויליאמסבורג צו מאכן איליגעל קאר סערוויס טריפס איז אן אראפגעקוקטע זאך. [emoji1]

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 13, 2018 8:51 pm

· #397396
אונטער חכם: איך מיין אז ווען ס'וואלט געשטאנען אין דעם פאשקוויל וועים ער טראגט דארט (אין די אילל ליעגל קאר סערוויס) וואלט עס געצויגן מער אינטערעס...!

ראה מעשה ונזכר הלכה. איך האב מיך דערמאנט פון א מעשה וואס כ'האב צוגעזעהן אין וויליאמסבורג. נאך מעריב. ווי א חשוב'ער יונגערמאן האט געסטאפט זיין קאר. און ווער..(בלשון רבים) איז אריי אין זיין קאר. (ס'איז נאך געוועהן פאר די תקופה פון מיני ווענס...!)

אונטער חכם » מיטוואך מערץ 14, 2018 1:03 am

· #397402
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
ר בערל איך קען נישט ליינען קיין פינטעלעך ( נישט אומזינסט הייס איך אונטער חכם) איז אפשר שייט איר אזוי גוט און זייט מסביר וואס דער "ווער בלשון רבים איז .
ייש" כ למפרע, ונא לסלוח על ההפרעה.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 14, 2018 1:27 am

· #397406
אונטער חכם: איך זעה נישט דא קיין שום פינטעלעך. אלעס שטייט ארויסגעשריבן זייער קלאר. ווען איך זאלל ארויסשרייבן נעמען, וועללן א סאך פנים'ער פון חשוב'ע אידן וועלכע זיצן אויבן אן, רויט ווערן פאר בושה...!

אישתישבי » מיטוואך מערץ 14, 2018 7:36 am

· #397417
ר' בערל איר מאכט אונז א קאפ ווייטאג, אונז פארטראגן נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 10, 2018 7:00 pm

· #399402
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
שבת אחים
שבת אחים: מיין טייערער געלערנטער, וועלכער ליינט שוין באלד פערציג יאר איבער דעם האליקאוסט/האלאקאוסט. און דו האסט נאך נישט באגעגנט די אידענטיטעט פון די אידישע פאליציאנטן אין ווארשעווער געטא. און אין לאדזשער געטא. דער ליטוואק פן בודאפעסט מאכט גארנישט אויף קיין מעשיות. זיי זענען ליידער געווען די גרעסטע אכזרים אויף זייערע אידישע ברודערס. מיינענדיג אז זיי וועללן זיך און זייערע משפחות קענען ראטעווען פון דעם ביטערן גורל וועלכע די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן פאר זיי אנגעגרייט. די קאפאוס זענען געווען נאר אין די ארבעטס לאגערן. נישט אין די געטאס ...!


ר׳ בערל מיין טייערע געלערנטער וואס לייענט זעקס שפראכן.
ביטע ברענג א פארלעסליכע מקור אז סאיז געוועהן דוקא ״פרייע אידן״ אטדס אזויווי ליטוואק טעהנט.

כבין זיכער אז איך בין גערעכט!
איך ליין יעצט דער יומן גיטו ווארשא פון הלל זיידמאן. קוק אויף עמ׳ 135 און ווייטער, וועסטו זע׳ען פון וועמען איז באשטאנען די אידישע פאליציאנטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך אפריל 11, 2018 12:10 am

· #399432
קען זיין. אלעס איז מעגליך. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז סאיז דווקא געוועהן פרייע אידן. יישר כח איך וויל טאקע ליינען די בוך. ליידער קען איך צוויי פרומע אידן. איינער איז גאר געוועהן א פרומער וויזניצער חסיד. ער האט געוואוינט אין ב״פ ביז אפאר יאר צוריק. ער איז אוועק און ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער איז געוועהן א זוהן פון איינע פון די חשובסטע חסידים ביים אהבת ישראל וואס איז געוועהן א שם דבר אין גאנץ מארמארש. איינע פון זיינע זוהן פארציילט מען אויך שרעקליכע זאכן איבער אים. דער אנדערע פרומע קאפאו האט געוואוינט אין בני ברק. מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען ער איז געוועהן א קינד האט אים אמאל א איד פון לאגער געטראפן אין שול אין בני ברק און ער האט מיט די הילף פון נאך אפאר אידן וואס האבן אים נאך געדענקט פון זיין רשעות אין לאגער האבן אים אנגבראכן די ביינער.

בקיצור איך קען צוויי אידן פרומע וואס זענען געוועהן רשעותדיגע קאפאס.
איבעראל איז דא גוטע און שלעכטע מענטשן. סאיז ליידער דא פרומע און פרייע אידן וואס זענען שלעכטע מענטשען. די זעלבע איז אין יעדע סאסייעטי איך האב נישט געטראפן כמעט (חוץ אפשר געוויסע בודהיסטישע שבטים) וואס מזאל קענען זאגן ״אלע״ פון זיי זענען שלעכט אדער גוט. סאיז נישט פארהאנען אזא זאך דאכצעך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:41 am

· #399438
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
<a class="postlink" href="https://www.amazon.com/gp/aw/d/1981772014/ref=mp_s_a_1_7?ie=UTF8&qid=1523446822&sr=8-7&pi=AC_SX236_SY340_FMwebp_QL65&">https://www.amazon.com/gp/aw/d/19817720 ... webp_QL65&</a>
מ׳קען עס דארט באקומען

קאפוס און פאליציאנטען זענען ביסודם אנדערש. אין די לאגער, האט מען געלעבט אזא מין פאררוקטע לעבען, אז יעדער האט געקענט ווערען אן אוממענטש. זיידמאן איז אבער אין לאגער נישט געווען. ער רעדט פון די גיטו, א מציאות וואס איז בעיקר נאר געווען אין פולין. מ׳האט אלס געהאפט אויף בעסערע צייטען דעמאלס, עס זענען זאגאר פארגעקומען קולטורישע פאסירונגען אין גיטו, פוןאלע סארטען. די מומרים די אידישע פאליציאנטען זענען געגאנגען בהתנדבות צו טוהן זייער מערדערליכע ארבעט. ברם זכור אותו האיש לטוב, דער פיהרער פון דער יודענראט, אדם טשערניקאוו, וואס ווען מ׳האט געפאדערט פון איהם איבערצוגעבען אידען לרצח, האט ער גענומען זיין לעבען איידער טוהן אזא שריט.

אגב אורחא, וועל איך פארציילען א מעשה פון דער ספר זכרון אויפ׳ן שטאט סאטמאר. א איד האט געוואוינט אין ברלין. ווען די נאציס זענען געקומען צום מאכט, איז ער אנטלויפען קיין פולין. ווען די נאציס זענען דארט אנגעקומען, איז ער אנטלויפען קיין בודאפעסט. ווען די נאציס זענען געקומען קיין אונגארען, האט ער געהאלטען אז סאטמאר וועט איהם זיין בעסער, און ער איז דארט אנטלויפען. ווען די נאציס זענען ארום געגאנגען די שטאט סאטמאר אפצופיהרען די אידען צום טויט, האט מען איהם געטראפען הענגעדיג, מיט א צעטעל לעבען זיין קערפער "איך בין אנטלויפען קיין פולין, האבען די נאציס מיר נאכגעגאנגען. איך בין אנטלויפען קיין אונגארען, האבען די נאציס מיר נאכגעגאנגען. איך בין אנטלויפען קיין סאטמאר, האבען די נאציס מיר נאכגעגאנגען. איך האף אז יעצט אויך גייען זיי מיר נאכגייען". א ביטערע געלעכטער.

אישתישבי » מיטוואך אפריל 11, 2018 10:41 am

· #399447
אין דער בוך פין וויזעל, ברענגט ער פין זיין שטאטסמאן וואס איז געוועהן אין פוילן בשעת די נאציס זענען אריין, און עס איז אין געלונגען צוריק צו אנטלויפן און צוריק קומען, און קיינער האט אין נישט געגלייבט אויף די מעשיות וואס גייען פאר אין פוילין. און ער איז נעבעך יצא מדעתו פין עגמת נפש.

מען האט צומאל טענות פארוואס מען האט נישט געווארענט אידן אויף דעם וואס קומט, בשעת דער ביטערער אמת איז, אז קיינער וואלט ממילא נישט געגלייבט.

והראי' דיין מעשה, איינער וואס האט יא געוויסט וואס ווארט אים, האט פארשטאנען אז דער איינציגסטער וועג ארויס איז זעלבסמארד.

איך פארשטיי אז דיין הבנה אין זיין צעטיל איז געוועהן א ווערטעל, אבער איך מיין אז דער איד האט עס נעבעך געמיינט ערענסט.
בלאט: 1 2