זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?
76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2973
לגבי וואס איחוד פעלד ברענגט, שוין, לאמיר בעסער נישט רעדן אויף פריערדיגע, עכ"פ סאיז נישט קיין מצווה ממשיך צו זיין יעדער עוולה וואס איז אמאל געווען. און לענ"ד האט א טאטע נישט קיין רעכט נישט על פי תורה און נישט על פי שכל אריינצושטעלן זיין זון אויף קיין שום פאסטן, דאס איז דער רעכט פון דער קהילה מחליט צו זיין, און ווער עס טוט אנדערש איז א באנדיט א משתלט על הציבור ועתיד ליתן את הדין, נישט קיין חילוק ווי גרויס ער איז אדער איז געווען און נישט קיין חילוק ווער זיינע זיידעס זענען געווען.
אמת דער עולם איז אויך שולדיג אין דעם, אבער דאס מיינט נאכנישט אז די פירערס זענען פטור מליתן את הדין, לאמיר זאגען א האלבע שולד ליגט אויף זיי און א האלבע אויף די עולם, צו וואס, עכ"פ פטור זענען זיי זיכער נישט.
איין זאך ווייס איך, איך בין נישט שולדיג אויף דעם, ווייל איך זאג קלאר מיין מיינונג סיי דא אין סיי אין אנדערע פלעצער אז דאס איז רשעות קאראפציע און השתלטות, און איך שטעל מיך נישט צו קיין כי הוא זה צו אזעלכע זאכען. ווידער וואס אנדערע האבען געשריבען דא, ברויך מען קלערן אויב זיי זענען א חלק פונ'ם עוולה.
לגבי דאס וואס מרעדט דא צו סאיז אויף למעשה די גאנצע שמועס, האב איך שוין מאריך געווען אינם פריערדיגען עמוד ומשם יתד ופינה לכל הענינים כיוצא בהם. ברור אז דער מצב קען בעסער ווערן און ווערט בעסער מיט יעדער משהו וואס מטוט זיך נישט צוצושטעלן צו זי קאראפציע, און מיט יעדער פאר אידען וואס פראבירען זיך צאמצונעמן אן די סארט קאראפציע.
לעיקוואוד, אויב דער רב האלט אז די קהילה איז מחוייב אויפצונעמען זיין זון על פי תורה (כמבואר ברמב"ם) פארוואס האט ער נישט קיין רעכט צו זיכער מאכן אז זיי פירן עס אויס? נאר צו זיכער מאכן אז זיי פילטערן וואסער פון אומזעהבארע ווערים איז ער מחוייב?
און שולדיג ביסטו שוין איינמאל. עכ"פ אזוי לאנג ווי די שרייבסט באהאלטן אונטער אין א ניק.
לגבי די וויענע רב טאקע, ווייס איך נישט צו ער האט א רעכט צו טוישן זאכן אין זיין קהילה. מען האט עם אויפגענומין צו פירן די קהילה, נישט צו טוישן אדער שפילן. (כאטש מען ווייסט אז לכאורה וועלן זיין קינדער איבערנעמען)
יאירלעיקוואוד, אויב דער רב האלט אז די קהילה איז מחוייב אויפצונעמען זיין זון על פי תורה (כמבואר ברמב"ם) פארוואס האט ער נישט קיין רעכט צו זיכער מאכן אז זיי פירן עס אויס? נאר צו זיכער מאכן אז זיי פילטערן וואסער פון אומזעהבארע ווערים איז ער מחוייב?
און שולדיג ביסטו שוין איינמאל. עכ"פ אזוי לאנג ווי די שרייבסט באהאלטן אונטער אין א ניק.
ווייל, כמו שהסביר יאנקל למעלה, אפילו ווען סזאל אזוי שטיין אין רמב"ם אין דאס א רשות נישט קיין חובה, לא נחרבה ירושלים אלא על שדנו בה דין תורה.
אם תקניטנו וועל איך שרייבען דא מיין אמתער נאמען. כמו שהסברתי במ"א (אולי מחקתיו) כל זמן איך בין א פריוואטע מענטש מאכט עס נישט אמתדיג אויס צו איך הייס לעיקוואד אדער איך הייס געצל יאקאבאוויטש.
און איך זאג די אלע זאכען אויך אין אמתער קאווע שטיבל ווי מקען מיר מיטן נאמן.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב מסביר געווען מכמה צדדים מיינע טענות אין דער אשכול, אז דו ווילסט ליין איבער.
דוס ביסט גערעכט אפשר כל זמן עס איז נישט מער פון א שול אין בעיסמענט וואס במקרה קומען מענטשען דאווענען דארט. ברגע וואס די מענטשען וואס קומען ווערן אליינס א קהילה איז דאס שוין נישט תחת ידו פונ'ם רב. עס איז פאקטיש דא א קהילה און דער רב האט נישט קיין רעכט זיי צו באוועלטיגן. טאקע פאר די זעלבע טענה ווי דו זאגסט לגבי דזשי ענד זשי, ווייל דער רב האט אפשר געגעבן די ערשטע צען אלפים פארן בעיסמענט מאכט עם נאכנישט בעל הבית אויף די גאנצע קהילה. טאקע די באנד האלדערס האבען נישט קיין רעכט, די מענטשען פון אמעריקע יא, אפילו זיי האבען נישט געצאלט קיין פעני, ווייל מען געוועלטיגט אויף זיי, איז דאס זייער רעכט.
וואס הייסט ער נעמט אונטער די מארגעידזש? ווער צאלט דען די מארגעדזש? די קהילה. און אזוי אויך אלע אנדערע זאכען האלטן זיי אויס. וואס הייסט ער באקומט דער ארון קודש? אז סשטייט זיין נאמען דערויף? דער וואס איז מנדב דער ארון קודש, און אלעס אנדערש, איז נישט אזא חסיד פון רב אז ער גיט עם א מתנה או שוהל, נאר אלץ חלק פון די קהילה צאלט ער אויס די צרכים פון זיין קהילה, וואסארא רעכט האט דער רב פלוצלינג צו קומען זאגען כולה שלי?
באבובער רב.
א דוגמא ווי איך בין מסכים צו דיין טענה: צאנז-גריבובער רבי.
אבער וואס איז די שיעור פונקטליך? סזעהט אויס פשוט אז די נפק"מ איז א גרויסע קהילה מיט א קליינע, אדער א קהילה וואס האט אויך מוסדות ישיבות חדרים שולעס אדער נישט. עס איז אבער נישט קיין גענוג קלארע חילוק. ווייל איך וייס נישט פונקטליך וואס איז מגדיר די חילוק.
אויף סטאלין ביסטו אויך מסכים? סקווער? סאדיגורא? קראסנא? ספינקא?
בקיצור איך ווייס נישט וואס איז די גדר דא.
אויב למעשה שטעלט זיך אויס דער מחלוקת ביי א קהילה ווי באבוב, פארשטיי איך די שיינע מחלוקת, א יחיד מאכט אויף א קהילה, און עס ווערט גרעסער, און עס איז דא א עולם מענטשען וואס ארבעטען צו שנארען געלט, וואס געשעהט ווען ער שטארבט?
למעשה לגבי באבוב איז א שטיקעל טעות, ווייל דער ר' שלמה איז געקומען צו אמעריקא, און האט גלייך געהאט חסידים וואס האבען אים געפענט א בעסמעדריש, מוסדות, בית החיים און אלעס, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה צו זיין נאמען, אלעס האבען זיינע חסידים אויסגעצאלט, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט דומה. א בעסערע דמיון וואלט געוועהן סקווירא, ווי דער רבי האט ממש פין א קליין בעסמעדריש (אין בארא פארק?) געקויפט אן אקער לאנד, און געמאכט א גאנצע שטאט, און עס איז למעשה היינט דא א קהילה שלימה וואס טוט אלעס.
באבובער רב אדער סקווערער רבי האבען נישט קיין שום קאנסעס און דאך ביסטו מסכים לכאו' אז די קהילה געהערט נישט פאר זיי.
דער אמתער שאלה וועט זיין לכאורה אויב קראלע עד"מ וועט וואקסען און וועט האבען אפאר הונדרעט משפחות וואס באלאנגען דארט ממש, שיקען אין זיין חדר, וכו'. קען טאקע זיין אז סקווירא איז בערך אזוי געשעהן.
נו די ראשי קהילה האבן לכתחילה נישט אויפגענומען סקווערער רבי, אדרבה, אויב איז דא ראשי קהילה האט ער זיי אופגענומען.
לאמיר פרעגן בעסער, שטעל זיך פאר אז זאבילטובער קהילה וואקסט און איז שוין אזוי גרויס ווי באבוב, האלטסטו נאכאלץ אז אלס געהערט פארן רבין?
אבער דאס איז פונקטליך וואס איז געשעהן אין סקווער למשל, און האלט אינמיטען געשעהן אין ראחמיסטריווקא למשל? (דער פרעזענליכקייט פונ'ם רבין אי דאך נישט משנה דא, זאל יעדער האלטן וואס ער וויל)
סאיז מיר איינגעפאלען א פשוטער מחלק ווען א קהילה איז שוין א קהילה און באלאנגט נישט פאר א יחיד: פון ווען עס הענגט צעטלאך אין שול "תקנות הקהילה בענין הטעכנאלאגיע", און מסטראשעט אז ווער עס פאלגט נישט האט נישט קיין רעכט צו זיין א חלק פון דער קהילה.
איחוד פעלדאויב למעשה שטעלט זיך אויס דער מחלוקת ביי א קהילה ווי באבוב, פארשטיי איך די שיינע מחלוקת, א יחיד מאכט אויף א קהילה, און עס ווערט גרעסער, און עס איז דא א עולם מענטשען וואס ארבעטען צו שנארען געלט, וואס געשעהט ווען ער שטארבט?
למעשה לגבי באבוב איז א שטיקעל טעות, ווייל דער ר' שלמה איז געקומען צו אמעריקא, און האט גלייך געהאט חסידים וואס האבען אים געפענט א בעסמעדריש, מוסדות, בית החיים און אלעס, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה צו זיין נאמען, אלעס האבען זיינע חסידים אויסגעצאלט, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט דומה. א בעסערע דמיון וואלט געוועהן סקווירא, ווי דער רבי האט ממש פין א קליין בעסמעדריש (אין בארא פארק?) געקויפט אן אקער לאנד, און געמאכט א גאנצע שטאט, און עס איז למעשה היינט דא א קהילה שלימה וואס טוט אלעס.
ווער האט געצאלט? ער האט אליינס געארבעט צו שאפן די געלט.
מען האלט שוין ביי פינף בלעטער אין דעם אשכול, מען האט שוין דורכגעטוהן פון סאדאם ביז להבדיל הרב וואזנער, פון תולדות חיים יענקל ביז רב קאפעלמאןס ישיבה, לייביש לאנגער גייט איבערנעמען ר' ישראל דוד שלעזינגער, מען גייט לייגן זיבן שטאק מלא טייטלביימער מיט טווערסקי, מיסטער פרענקלין האט זיך שוין פערזענליך פארבינדן מיט הרב וואזנער, און דער בלאט וויל נישט פאלגן G & G ווילאנג זיי האבן אן הסכמה פונעם זאבילטובער.
לגופו של ענין, וואס וואלט דער עולם דא געהאלטן לגבי א בית המדרש - קהילה ווי קהל ויואל משה דסאטמאר בנשיאות ר' אלעזר הורוויץ אין בארא פארק.
די קהילה האט פארשידענע אייגענארטיגע שטריכן וואס לכאורה איז דאס א יחיד במינו לגבי אונזער שמועס דא.
עס האט זיך אנגעהויבן אין א בעיסמענט, עס האלט היינט ביי א מעכטיגע פריש געבויטע בנין, אין צענטער פון בארא פארק. עטליכע שטאק הויך, אנטהאלט אין זיך, פון א מקוה ביז א וויין שטיבל, הערליכע מארבעל געדעקטע ווענט, א בית המדרש א פראכט. א ווייבער שול, א מצה בעקערי, א פריוואטע צימער פארן מנהיג, עטליכע שטאק פאר ישיבה קטנה באנוץ (לעת עתה איז עס פארדינגען פאר א ישיבה קטנה).
די בילדינג איז גענצליך אויסגעצאלט, נישט דא קיין מארדגעדזש, נישט פון באנק, און נישט פון קיין חסידות. עס רופט זיך סאטמאר, און עס איז נישט בנשיאות קיין איינע פון די צוויי אדמורי"ם לבית סאטמאר. טראץ דעם וואס רוב קהילה מעמבערס זענען נוטה צו צד מהרז"ל, האט מהרז"ל זעלבסט קיין שום שליטה דארט, און די קהילה איז בכלל נישט משועבד צו אים, און אוודאי נישט צו מהר"א.
די געלט פארן בנין, קיין איין פעני קומט נישט פון איר מנהיגס טאש, על צד שני, קיין איין פעני קומט נישט אן איר מנהיגס קרעדיט. די גאנצע קרעדיט פארן אויפבויען דעם אימפעריע, נעמען א ריכטיגע והי' ראשיתך מצער, א קליינע בעיסמענט, און עס פארוואנדלען אין א ואחריתך ישגה מאוד, א מעכטיגע מולטי מיליאן דאלערדיגע בנין, קומט פארן מנהיג רוחני פון קהל ויואל משה. (אסאך זייטיגע פאקטארן, האבן אים צוגעהאלפן, אדער עכ"פ נישט געשטערט אין זיין מהלך, אבער קרעדיט קומט אים נאך אלס).
עס הייסט סאטמאר, סתם רבי ז"ל מיינט מען דעם אדמו"ר וואס איז אוועק כ"ו אב תשל"ט, ציונית איז חזיר טרייף, כ"א כסליו ווערט געפייערט, אבער עס איז נישט סאטמאר, עס איז א ברי' חדשה, עס איז נישט נכנע אונטער גארנישט וואס די צוויי סאטמארע אימפעריעס באשלוסן.
דער עולם איז דארט, א גרויסן טייל, צוליב דעם פערזענליכקייט פונעם מנהיג, אבער נאר אלס ווילאנג עס איז פארבינדן מיט סאטמאר.
יעצט די שאלה איז, אויף אזא פלאץ, האט דער איצטיגער מנהיג א רעכט צו שטעלן וועמען ער וויל אלס שטעל-פארטרעטער? מוז דאס גיין מיט וואלן? מעג ער שטעלן א זון?
אנאנים, ביזט אויפן קאפ געפאלען ? אזוי גיט מען שלום עליכם פאר א פריש געקומענער ? זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די ציינער שאקלן זיך פאר פחד ביים שרייבן די ערשטע תגובה. איך וואלט מיר געטרויעט צו זאגן אז שרייבן די ערשטע הודעה, איז אפילו מער שרעקעדיג ווי די ערשטע בעשאו, געדענקסט נאך ווי אזוי האסט געפרעגט דאס מיידל, וואו ארבעט איר ? וויפיל ברודערס האסטו ? און נאך אזעלעכע נאן סענס קשיאס און שאלות, און בשעת מעשה איז דיר גיין קאפ געפלויגן אויף טויזענט זאכן, אויסער די ווערטער וואס דו אין דאס מיידל שיסן ארויס, בערך אזוי פילט זיך יעצט ביים רבות מחשבות אין קאפ, זיינע מחשבות זענען רבות, אין ער איז נישט אינגאנצען בא זיך, קומסטו גרויסע קאפ שטיק און באגיסט אים מיט א קיתון של שופכין, רב קופערניקוס שטיי אין די זייט א מינוט און נעם שימוש פון מיר ווי אזוי מען איז מקבל א פריש געבוירענער.
שלום עליכם רבות מחשבות'ל. עס אונז ממש א כבוד צו האבן אזא חשובן ניק דא אין שטיבל, פון דיין עצם ניק זעהט מען שוין אז זה הקטן גדול יהיה. כ'מיין, נישט יעדן טאג פאלט אריין ביי אונז אזא שטיק קריעטטעוועטי , און ווי עס שטעלט זיך ארויס פון דיין לאנגע תגובה, איז שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, ממש כ'קען זאגן אז פין יעדע שורה שפריצט ארויס חכמה און גאונות, קופערניקוס האקט א טשייניק, ער זאגט ער זעהט נישט קיין חידושים אין דיינע ווערטער, איך ווייס נישט וואס ער רעדט איך זעה אין יעדעס ווארט פערל ווערטער, רמזים און פילאסאפיע, ווען דער עולם וועט אנפאנגען איינזעהן דיין ארגינעלע געדאנקן און דיינע בליציגע רעיונות, וועל איך מיך קלאפן דעם בייכל און שטויסן קופערניקוס פון אינטן ווי צו זאגן: כ'האב דער געזאגט קופערניקוס, לא הרי השטיבל לפני בואו של רבות מחשבות כהשטיבל של אחרי בואו של רבות מחשבות, אין אידישע איבערזעצונג: עס איז געווען א שטיבל אן רבות מחשבות און יעצט איז א שטיבל מיט רבות מחשבות.
און וואס איז מיט די אנדערע שטיבל אויף 53 אויך אונטער עפעס א הורוביץ, דארט זענען זיי מערסטענס ארוינים
שלום עליכם רבות מחשבות וועלקאם!
קיינער איז נישט געקומען צו ר' אלזער הורוויץ וועגן ער הייסט הורוויץ אדער ווייל ער האט קינדער הורוויץ, עס האבן זיך ארום אים געקליבן א גרופע אינגעלייט אין דעם מדבר שממה, סאטאמר בארא פארק, ווי עס איז נישטא קיין שום רוחניותדיגע אויטאריטעיט, (כ"ץ איז מלא פאליטיק), אוןם מען לעכצעט ארום א יינעם וואס שרייט שארף ווי א סאטאמרער לאכט אפ פון די גאנצע וועלט ווי א סאטמארער, און רעדט נאך פון אזוי גערופענע ברייט ענינים, ער ציטירט נאך מהר'"ל'ס און ליקוטי אמרים, און פאר דעם עולם איז דאס פונקט גוט,
יעצט דער שטיבל איז געבויעט אויף סאטמארע יסודת אין לענ"ד מוז דאס אזוי בלייבן ער קען נישט אריינשטעלן זיין זון, בשום אופן
נאר אויב זיין זון איז ראוי לאותו איצטלא דאן איז ער קודם לכל אחד.
און אז מען רעדט שוין יא, איז דער עפעס א מין ווילד באשעפעניש, און ער פירט די סאטמארע נאך ווייטער אין באד אריין.
אבער נאכאמאל פאר די עקסטרעמע פארשוינען איז דאס זייער גוט און ער דינט זייערע אינטרעסן.
און לגבי דעם צו די עלעטרע רבנים זאלן רעזיגנירן,
מיין איך אז ענדערש זאלן די יונגערע רעזיגנירן,
וואס פון קומעדיגע דור וועט נישט מאכען דערפון קיין רבי'סטווע לויט די וואס קענען בנו רבי חיים שליט"א, אבער דער דריטע דור שוין איינמאהל יא.
אנדערש ווי די יורשים שנים אחים הקדושים פון אונגוואר שליט"א, וואס זייער טאטע איז געוועהן רב וואס האט גע'פסק'נט שאלות אפילו ווען עס איז נישט געוועהן קיין שואל, אבער די צוויי איינער דאהי דער אנדערע אין ארץ הקודש זענען שוין געווארען אדמורי"ם.
דולה ומשקהוואס פון קומעדיגע דור וועט נישט מאכען דערפון קיין רבי'סטווע לויט די וואס קענען בנו רבי חיים שליט"א, אבער דער דריטע דור שוין איינמאהל יא.
לעיקוואדאבער דאס איז פונקטליך וואס איז געשעהן אין סקווער למשל, און האלט אינמיטען געשעהן אין ראחמיסטריווקא למשל? (דער פרעזענליכקייט פונ'ם רבין אי דאך נישט משנה דא, זאל יעדער האלטן וואס ער וויל)
דו האסט געכאפט די נקודה וואס איך האלט שוין א לאנגע צייט. אייגנטליך מבאר (מפרש) צו זיין דעם חילוק פון סקווירא ביז רחמיסטריווקא. נאר דאס קען מען נישט טון ברבים. דאס קען נאר געטון ווערן אין "מאחורי הפרגוד".
איחוד פעלדאויב למעשה שטעלט זיך אויס דער מחלוקת ביי א קהילה ווי באבוב, פארשטיי איך די שיינע מחלוקת, א יחיד מאכט אויף א קהילה, און עס ווערט גרעסער, און עס איז דא א עולם מענטשען וואס ארבעטען צו שנארען געלט, וואס געשעהט ווען ער שטארבט?
למעשה לגבי באבוב איז א שטיקעל טעות, ווייל דער ר' שלמה איז געקומען צו אמעריקא, און האט גלייך געהאט חסידים וואס האבען אים געפענט א בעסמעדריש, מוסדות, בית החיים און אלעס, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה צו זיין נאמען, אלעס האבען זיינע חסידים אויסגעצאלט, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט דומה. א בעסערע דמיון וואלט געוועהן סקווירא, ווי דער רבי האט ממש פין א קליין בעסמעדריש (אין בארא פארק?) געקויפט אן אקער לאנד, און געמאכט א גאנצע שטאט, און עס איז למעשה היינט דא א קהילה שלימה וואס טוט אלעס.
למען ההיסטארישע פונקטליכקייט: די אריגינאלע סקווירא ביהמ"ד איז געווען אין עיר הטעירע (כ'וועיס נישט) והקעדישע וע הא-קאנאועס וויליאמסבורג.
ענטפער צו רבות מחשבות (בלייביש(.
דער גאנצער בראך (און מקור פון די מחלוקת) אין סאטמאר וכל שום וחניכא דאית לי' נעמט זיך פון דעם אז א יעדער האלט אז ער איז א יש, און ער האט א דעה צו זאגן אין די הנהגה. און אז מען האט נישט דווקא איהם געפרעגט וואס צו טון און וויאזוי צו פיהרן ווערט ער אנגעצונדן מיט א גרויסן כעס און הייבט אן בוזשעווען. ס'וואלט שוין פיהל בעסער געווען ווען ס'איז דא איין בעל הבית. זאל זיין אפילו א דיקטאטאר און א יעדער מתפלל אדער מעמבער אין די קהילה האט דאס קדחת פאר איהם און ציטערט ארויסצוזאגן א ווארט אקעגן דעם מנהיג.
א גרויסן יישר כח פאר אלע מגיבים, עס גיבט א שטופ אויף פאראויס, אז עס לוינט צו נעמען די מחשבות וואס ווירבלען זיך און מערן זיך אין קאפ, און עס מסדר זיין בכתיבה להעלות על גפי הפארום.
[ציטאט אראפגענומען]
איך וויל נישט מרבה זיין במחלוקת, אבער דאס איז טאקע געבויעט זיין אימפעריע בשתי ידיו, אבער אנדערש ווי לאמיר זאגן דעם זאבילטובער איז מען דארט נאר צוליב דעם נאמען סאטמאר, גיבט דאס א רעכט עס זאל בלייבן ביי אים לו ולזרעו אחריו? אדער איז מען מחוייב אויפצונעמען דעם סאמע געלונגענסטען קאנדידאט וואס איז שייך? אויב גייט מען מיט דעם צווייטן מהלך, איז מען לימיטעד צו נעמען א קאנדידאט מתוככי הקהילה, אדער מען דארף זיך לאזן זוכן אויף די גארער וועלט זוכן ?
[ציטאט אראפגענומען]
יישר כח קופערניקוס, טראץ דעם וואס דו האלטסט אז איך האב גארנישט מחדש געווען, אפרישיעט איך דיין קבלת פנים. לעת עתה האב איך נישט קיין צייט מיך צו וואשן. היימיש ווערן? אי"ה.
בענדזשאמין פרענקליןאנאנים, ביזט אויפן קאפ געפאלען ? אזוי גיט מען שלום עליכם פאר א פריש געקומענער ? זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די ציינער שאקלן זיך פאר פחד ביים שרייבן די ערשטע תגובה. איך וואלט מיר געטרויעט צו זאגן אז שרייבן די ערשטע הודעה, איז אפילו מער שרעקעדיג ווי די ערשטע בעשאו, געדענקסט נאך ווי אזוי האסט געפרעגט דאס מיידל, וואו ארבעט איר ? וויפיל ברודערס האסטו ? און נאך אזעלעכע נאן סענס קשיאס און שאלות, און בשעת מעשה איז דיר גיין קאפ געפלויגן אויף טויזענט זאכן, אויסער די ווערטער וואס דו אין דאס מיידל שיסן ארויס, בערך אזוי פילט זיך יעצט ביים רבות מחשבות אין קאפ, זיינע מחשבות זענען רבות, אין ער איז נישט אינגאנצען בא זיך, קומסטו גרויסע קאפ שטיק און באגיסט אים מיט א קיתון של שופכין, רב קופערניקוס שטיי אין די זייט א מינוט און נעם שימוש פון מיר ווי אזוי מען איז מקבל א פריש געבוירענער.
שלום עליכם רבות מחשבות'ל. עס אונז ממש א כבוד צו האבן אזא חשובן ניק דא אין שטיבל, פון דיין עצם ניק זעהט מען שוין אז זה הקטן גדול יהיה. כ'מיין, נישט יעדן טאג פאלט אריין ביי אונז אזא שטיק קריעטטעוועטי , און ווי עס שטעלט זיך ארויס פון דיין לאנגע תגובה, איז שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, ממש כ'קען זאגן אז פין יעדע שורה שפריצט ארויס חכמה און גאונות, קופערניקוס האקט א טשייניק, ער זאגט ער זעהט נישט קיין חידושים אין דיינע ווערטער, איך ווייס נישט וואס ער רעדט איך זעה אין יעדעס ווארט פערל ווערטער, רמזים און פילאסאפיע, ווען דער עולם וועט אנפאנגען איינזעהן דיין ארגינעלע געדאנקן און דיינע בליציגע רעיונות, וועל איך מיך קלאפן דעם בייכל און שטויסן קופערניקוס פון אינטן ווי צו זאגן: כ'האב דער געזאגט קופערניקוס, לא הרי השטיבל לפני בואו של רבות מחשבות כהשטיבל של אחרי בואו של רבות מחשבות, אין אידישע איבערזעצונג: עס איז געווען א שטיבל אן רבות מחשבות און יעצט איז א שטיבל מיט רבות מחשבות.
יישר כח בענדשי, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, הולך בדרכיו, זיך אנצונעמען פאר די באקריוודעטע פונעם פשוט'ן המון...
בנוגע די ערשטע בעשאו, דאכט זיך מיר, אז ביים צווייטן בעשאו האב איך אנגעהויבן, אז אין די גמרא שטייט עבר ושנה נעשה לו כהיתר, איז משמע אז עס פעלט אויס א צווייטע מאל עס זאל ווערן כהיתר, די צווייטע מאל איז נאך אזוי שווער ווי די ערשטע... די צווייטע תגובה טרייסעלט נאך די ציינדעלעך...
נאך איין בקשה איידער איך גיי, בעפאר דו שטויסט קופערניקוס פון אונטן לאז מיר וויסן
לעיקוואד
אט דאס איז טאקע וואס עס שטייט לפני עיני ועיניכם בחתימתי, בשמו של הקדוש הרב ד"ר מרתין לוטר קינג זצוקללה"ה, "i have a dream", דאס איז דער רוף וואס האט מעורר געווען מילאנער אמעריקנער גוים און יודען (ובראשם חברו של ד"ר קינג שצעד עמו בצעדה המפורסמת הרב אברהם יהושע העשיל זצ"ל), נישט ארפאלייגען הענט בייאוש, נאר ארבעטן און פועלן מיט ביטערע שוייס ביז דער גערעכטיגקייט ntil justice rolls down like waters and righteousness like a mighty stream.' , ווי ער האט מצטט געווען פונם נביא, ביז זיי האבען אויסגעפירט, אום האלטען אין איין אויספירען, ווי מלכנו יר"ה מהר"ר אובמה זאגט, change, yes we can!
היינט אוג' 28 2023 צייכנט מען אפ זעכציג יאר פון די היסטארישע "איי העוו א דריעם" ספיטש ביי די וואשינגטאן מארש אין אוג' 28 1963
בייגעלייגט אפאר בילדער פון די היסטארישע מארש (גענומען פון וויקיפעדיע)
די מארש
📎 375px-March_on_Washington_edit.jpg
📎 Martin_Luther_King_Jr._addresses_a_crowd_from_the_steps_of_the_Lincoln_Memorial,_USMC-09611.jpg
די היסטארישע ספיטש
📎 Martin_Luther_King_-_March_on_Washington.jpg
און דא א בילד פון זיין 'מאגשאט' ווען מ'האט עם איינגעזעצט אין אפריל 1963 פארן פראטעסטן אין בערמינגהאם לטובת די אפרו-אמעריקאנער רעכטן
📎 330px-MLK_mugshot_birmingham.jpg