שמעקעדיג
סנישט פונקט ווי די מאכסט עס, איך קען נישט צופיל מאריך זיין.
די "יקירי ירושלים", ווי דו רופסט זיי, נישט זיי זענען די וואס זענען זיך מסכן. זיי קומען אנהייב צו די דרשות און גיין זיך אהיים רוהיגערהייט. דו וואס זענען זיך מסכן זענען פשוט יונגען וואס זיכען עקשען, אנדערע מיינען העלפט לשם שמים און אנדערע ווייסען אז זיי מיינען נאר עשקן. עס איז א בושה אז פונקט ביי די הפגנות פון די עדה החרדית ענדיגט עס אלעמאל אזוי, ביי די הפגנות פון די אגודה וכו' (וואס אגב, רוב קהילות האבען זיך נישט צוגעשטעלט צו די הפגנה), ענדיגט עס זיך כמעט קיינמאל נישט אזוי.
די לימוד זכות דיינע אויך די יודען אז זיי פירען זיך כמנהג המקום במזרח התיכון, דערמאנט פון אזוינע תירוצים וואס זענען שוין ערגער פון די עוולה אליינס.
איך זעה נישט מיט וואס מיר זענען מחולק. ס"ה האסטו בעסער מסביר געווען מיינע ווערטער. נישט אזוי?
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2989096&forum_id=771&upd=1">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... =771&upd=1</a>
ועדת פרי וואס איז באאויפטראגט געווארן דורך די ממשלה איינצופירן א פאסיגע פראגראם צו מגייס זיין בני ישיבה צו צבא זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט זייער החלטה וואס דארף מאושר ווערן אין כנסת די פלאן איז אויף פון יארע 2016 ווי פאלגענד:
- 17 יאר -
• יעדער ישיבה בחור דארף ביי די 17 יאר זיך שטעלן צום לשכת הגיוס.
•זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס וועט
גערעכענט ווערן ווי א קרימינאלע פארברעכן.
•זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס וועט די מדינה אוועקנעמן די ישיבה רעגירונגס געלט פאר דעם בחור.
•זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס וועט פארלירן די רעכט אפצישטופען דאס דינען טערמין.
- 18-21 יאר -
• ישיבה בחורים קענען אפשטופן דאס דינען אין מיליטער ביז די 21 יאר.
•יעדעס יאר וועט די ראש ישיבה דארפן דערקלערן אויפן בחור׳ס לערנען.
•די באזיכן און דורכקוקן אויף די בחור׳ס לערנען וועט זיין גאר שטרענג.
•די ראש ישיבה וועט דארפן צייכענען פונקטליך ווען די בחור קומט און גייט טעגליך.
•די ראש ישיבה וועט נאכגעקוקט ווערן צי מאכן זיכער ער פעלטשט נישט די צאל פון זיינע תלמידים.
•דאס אפשטופן די צה״ל דינסט וועט פארלאנגען פונעם בחור כאטשיג 45 שעות לימוד התורה וועלכענטליך.
•עס וועט זיין א אפציע פון לערנען נאר 30 שעה א וואך אויב לערנט מען זיך א פאך פונעם משרד הכלכלה.
•אויף די וואס שטופן אפ דאס דינען אין צבא וועט זיין אסור ארויסציגיין פון לאנד.
•אויף די וואס שטיפן אפ דאס דינען אין צבא וועט זיין אסור צו ארבעטן אפילו נאך דאס לערנען שעות.
•בחור וואס שטופט אפ דאס דינען אין צבא וואס וועט נישט געהעריג לערנען וועט ער און זיין ראש ישיבה געשטעלט ווערן פאר א קרימינאלע פראצעס.
- 21 יאר -
•יעדער ישיבה בחור וועט זיך מוזן שטעלן צום ספעציעלן לשכת הגיוס פאר חרדים.
•צה״ל וועט אפמאכן ווער עס וועט רוקרוטירט ווערן און ווער עס וועט געשוקט ווערן פאר שירות אזרחי.
•די וואס וועלן טוען שירות אזרחי וועלן גערעכענט ווערן אלץ איינער וואס האט אפגעשטופט דאס צבא דינען.
•ווען מען וועט ענדיגן דאס שירות אזרחי וועט מען באקומען א פטור פון צה״ל
•1800 תלמידים וואס וועלן גערעכענט ווערן אלץ מתמידים וועלן זוכה זיין אין א פטור פון צה״ל אויב וועלן זיי לערנען ביז די 26.
•די מתמידים וועלן באקומען מער רעגירונגס ישיבה געלט.
•ישיבה בחור וואס שטעלט זיך נישט צום דינסט הייסט א פארברעכער דאס הייסט ער וועט זיצען אין מיליטערישע טורמע ביז ער וועט זיך רעקרוטירן.
(פאר טעגליכע אפדעיטס וועגן די גזירת הגיוס פאלגט נאך אלל יידיש ניוז אויף טוויטער twitter.com/allyiddishnews)
ווער גייט משלים זיין דעם הפסד פון מיליאנען דאללער פאר די מדינה פון די אלע בחורים געלט-גייערס וועלכע וועלן מער נישט ערלויבט ווערן צו קומען קיין אמעריקא און יוראפ נאך געלט?
אויב איז אמת וואס שמאלץ ברענגט זענען מיר אידישע קינדער וואס זענען ערבים זה לזה אויף געהאקטע צרות תורה מונח בקרן זויות זיי גייען עס אויסרייסען פון אונז!!!!
חרדים אין מיליטער
יעצט קומט אריין די
נייעס אז מדינת ישראל האט עלימינירט דעם פטור פאר אלע חרדים צום מיליטער און נאר 1800 פער יאר וועלן באקומען א פטור. ונראה מה יהיה חלומותיה.
יאנקל מיללער פארשטייט נישט. ער זאגט ער קען מבטל זיין דאס גאנצע גזירה.
דער רמב''ם פסק'ט: ובין ישתבח ליוצר אור ג"כ אין להפסיק והמפסיק עבירה היא בידו וחוזר עליו מעורכי המלחמה.
זאגט ער אז די חרידים זאלן אויסרעדן צווישן ישתבח און יוצר און אהיימגיין
היינט ביי א פראטעסט נאכ'ן ארעסטירן צוויי חרדים פאר'ן זיך נישט שטעלן צום מיליטער. איך מיין אז גיין פראטעסטירן ברענגט הארבערע מכשולות ווי דינען אין מיליטער.
📎 1024_pt5bvq46jjfhn7ngem62nalafxwkekxq.jpg
Re: גיוס בני ישיבות
מראפעלט אויס די קליידער פון אסיר בנימין פריעדמאן....
<a class="postlink" href="http://mobile.kikar.co.il/article/249560">http://mobile.kikar.co.il/article/249560</a>

אויב איך געווין. פארוועם קען איך עס געבן.
איך האף אז זיי האבן עס שוין אויסגעוואשן.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/124212/%D7%A0%D7%96%D7%A8%D7%A7%D7%95-%D7%9C%D7%A8%D7%97%D7%95%D7%91-%D7%9E%D7%A9%D7%A4%D7%97%D7%94-%D7%97%D7%A8%D7%93%D7%99%D7%AA-%D7%92%D7%95%D7%A8%D7%A9%D7%94-%D7%9E%D7%91%D7%99%D7%AA%D7%94-%D7%9B%D7%99-%D7%94%D7%90%D7%91-%D7%A9%D7%99%D7%A8%D7%AA-%D7%91%D7%A6%D7%94%D7%9C.html">http://www.bhol.co.il/124212/%D7%A0%D7% ... D7%9C.html</a>
סדא סאך יודן רשעים, זיי דארפן נאר א תירץ. און פרעגסט אויף היטלער