☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?

פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?

112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2916
בלאט: 1 2 3

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:23 am

· #480315
הקטן

וואלסט געזאגט אז ביי די האליקאסט זענען, מער ווייניגער, די קלוגערע געבליבן און די מער נערישע געגאנגען?!?

מיר ליגט אין קאפ אז וויקטער פרענקעל,וואס האט דאס באבאכטעט פין די נאט, שרייבט (מענס-סערטש-פאר-מינאינג) אז ס'איז נישט געווען קיין שום קארעלשען פין IQ מיט סערווייוואל


בעצם איז גוט צו וויסען אז וויקטאר פרענקל'ס בוך איז געשריבן פון א בליק אין סייענטיפיק טעאריע אבער נישט אין היסטארישע מציאות, אפי' ס'איז געשריבן נאכן קריג און שוין פארקויפט געווארן מיליאנען קאפיס אין צענדליגע שפראכן, דאך איז די גאנצע בוך נישט למעשה, נאר א געדאנק. אפי' די חלק ווי ער אדרעסירט זיין אייגען לעבן איז עס געשריבן כעין א שטודיע.

בכל אופן, שטעלט ער אוועק די מהלך אז IQ איז ווערטלאז ווען א מענטש האלט נישט דערביי. די סיבה איז פשוט, ווייל קלאסישע IQ איז knowledge without application, נישט ווי היינט וואס מ'פרובירט צו מצרף זיין און מעסטן אויך סאשעל IQ און אויך די application אין עכטע טאג טעגליכע לעבן.

די האלאקאסט יארן זענען געווען מער ווייניגער מזל, אדער באשערט, אויב מ'איז געראטעוועט געווארן אדער געהארגעט געווארן. מ'האט געקענט זיין א שוטה און מענגעלע ימ"ש האט געשיקט אויף רעכטס, אדער א פיקח וואס מ'האט געשיקט אויף לינקס, כידוע. IQ קען נישט העלפן פאר דעם, ווייל חיים ומות איז געווען תלוי אין די IQ פון די מערדער און נישט אין די IQ פון די געפאנגענעם.

בכלל איז עס נישט רעספעקטפול צו אויסדריקן אויף מיליאנען אומשולדיגע קרבנות אז זייער "נישט גענוג הויכע IQ" האט געהאט א חלק פון זייער טויט דורך זיך נישט קענען גענוג העלפן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:43 am

· #480317
דאס קעפל פונעם אשכול איז פארפירעריש, ס׳הייסט פארוואס אידן זענען קלוג, מ׳פאנג אן ליינען זעהט מען אז ס׳פאנג זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, ס׳נאר אשכנזישע משכילים וואס זענען (דורכשניטליך) קלוגער, ספרדישע, מזרחישע, תימנע, גרוזיאנע, עטיאפישע, און אינידיאנישע אידן זענען גארנישט עפעס עקסטער קלוג. הגם באמת זענען אשכנזים נישט עכט אידן גענעטיש גערעדט, אשכנזים שטאמען מער ווייניגער פון א צוויי דריי הונדערט אידישע סוחרים פונעם מיטל-מזרח וואס האבן זיך געצויגן קיין אייראפע ארום א 1500 יאר צוריק און געהייראט ארטיגע גויאישע פרויען (וואס האבן זיך יא אדער נישט מגייר געווען, גענעטיש מאכט עס נישט אויס) געמישט מיט גרים פון קאזאר. איז וואס בלייבט? אפשר האבן די קאזארן געהאט עפעס א קלוגע גען? אפשר האט השכלה געצויגן קלוגע מענטשן? אדער אפשר האט השכלה געמאכט קלוג? ווער ווייסט...

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 3:05 am

· #480321
רביה''ק זי''ע
ס׳נאר אשכנזישע אידן וואס זענען (דורכשניטליך) קלוגער.


Racist

We're all equally stupid....

שארפןקאפ » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 11:20 am

· #480329
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
@רבה"ק פון ווי נעמסטו דאס?
(איך פרעג ווייל איך בין נייגעריק נישט אויף אפצופרעג)ן

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

ליב צו וויסן » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 12:59 pm

· #480337
שארפןקאפ
@רבה"ק פון ווי נעמסטו דאס?
(איך פרעג ווייל איך בין נייגעריק נישט אויף אפצופרעג)ן

Sent from my SM-N986U using Tapatalk


Google עס...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 23, 2021 8:47 pm

· #480368
פשטידא
און א זייטיגע נקודה. בנוגע די פראגע וועגן ספרדים און אשכנזים איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט ציטירט פונעם מנחת אלעזר אין זיין ספר "חמשה מאמרות", וואו ער שרייבט אויף איינעם פון די גרעסטע ספרדי'שע גדולים מיט 150 יאר צוריק נאכ'ן אראפברענגען וואס יענער שרייבט אויף א געוויסן ענין, היות שהספרדים בזמנינו רובם נמוכי השכל וקטני המח וכו', עיי"ש

יויש איז דאס גוט! ביזטו זיכער אז ער האט עס נישט געזאגט אויף די אונגארישע? אויסערדעם בין איך נייגעריג צו דו קענסט אנווייזן די פונקטליכע מראה מקום, נישט אז איך צווייפל אין די ווארהייט פון דיינע רייד, ס׳מאכט אסאך סענס פאר אן אונגארישע צו שרייבן אזאנס, ס׳קען מיר פשוט צונוצקומען אזא מראה מקום.

תרמב » דינסטאג אוגוסט 24, 2021 5:20 pm

· #480411
גראדע שרייבט די מנחת אלעזר אין כמה מקומות אין זיינע ספרים אז ער איז נישט קיין אונגארישער, ער איז געבוירן אין סטריזוב וואס איז אין גאליציע מיין איך.

מיין אמת » זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 1:33 pm

· #481567
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
וואלווי
רביה''ק זי''ע
ס׳נאר אשכנזישע אידן וואס זענען (דורכשניטליך) קלוגער.
. איינער ווייסט ? צו זענען אשכנזים מער קליגער ווי די דארכשניטליכע אזיאנער

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

ליב צו וויסן » פרייטאג סעפטעמבער 17, 2021 4:06 am

· #481883
מיין אמת
וואלווי
רביה''ק זי''ע
ס׳נאר אשכנזישע אידן וואס זענען (דורכשניטליך) קלוגער.
. איינער ווייסט ? צו זענען אשכנזים מער קליגער ווי די דארכשניטליכע אזיאנער

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk


די זאכן זענען נישט צו קלאר..
ווען מען Google'סט עס זעהט אויס אז אזיאנע IQ איז מיט עטליכע פאוינטס העכער ווי אשכנזים.

מיין אמת » מאנטאג אקטאבער 18, 2021 8:40 pm

· #483492
Re: פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
אה סא די קעפל פונם ארטיקעל דארף צו הייסען ''פארוואס איז אינז געבליבען א ביסעל פון די אזיאנער קלוגשאפט''[emoji848]

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

מחצה''ק » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 12:03 am

· #483513
רביה''ק זי''ע
פשטידא
און א זייטיגע נקודה. בנוגע די פראגע וועגן ספרדים און אשכנזים איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט ציטירט פונעם מנחת אלעזר אין זיין ספר "חמשה מאמרות", וואו ער שרייבט אויף איינעם פון די גרעסטע ספרדי'שע גדולים מיט 150 יאר צוריק נאכ'ן אראפברענגען וואס יענער שרייבט אויף א געוויסן ענין, היות שהספרדים בזמנינו רובם נמוכי השכל וקטני המח וכו', עיי"ש

יויש איז דאס גוט! ביזטו זיכער אז ער האט עס נישט געזאגט אויף די אונגארישע? אויסערדעם בין איך נייגעריג צו דו קענסט אנווייזן די פונקטליכע מראה מקום, נישט אז איך צווייפל אין די ווארהייט פון דיינע רייד, ס׳מאכט אסאך סענס פאר אן אונגארישע צו שרייבן אזאנס, ס׳קען מיר פשוט צונוצקומען אזא מראה מקום.

אויב איך געדענק גיט שרייבט ער עס לגבי אז זיי גלייבן שנעל

שמעון וואלף » דינסטאג אקטאבער 19, 2021 1:40 am

· #483517
תרמב
גראדע שרייבט די מנחת אלעזר אין כמה מקומות אין זיינע ספרים אז ער איז נישט קיין אונגארישער, ער איז געבוירן אין סטריזוב וואס איז אין גאליציע מיין איך.

ער איז געקומען קיין מונקאטש אלץ יונגל. ער האט נישט געלערענט און קיין חדר/ישיבה אין מונקאטש, און איז אויפגעוואקסן ביי זיינע עלטערן וואס זענען געווען גאליציאנע/פוילישע. מ'זעהט עס אויך אין זיינע ספרים ווי ער ברענגט זייער ווייניג תלמידי חתם סופר און אפילו חתם סופר אליין אויך זעלטן. ער איז בכלל נישט געווען פון די אונגארישע טיפ
בלאט: 1 2 3