☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פויפסט בענעדיקט רעזיגנירט - נייע פויפסט ערוועהלט

פויפסט בענעדיקט רעזיגנירט - נייע פויפסט ערוועהלט

118 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2905
בלאט: 1 2 3

גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:18 pm

· #96608
[ציטאט אראפגענומען]


מאנכע האבן שוין פארגעסן וואס עס מיינט "ליצינותא דע"ז" ביי פילע איז עס א עדיטאריעל און דער איד קעגן ר' אהרן

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:19 pm

· #96609
ער קוקט דאך אויס ווי א היימישער איד. קוקטס גוט.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:21 pm

· #96611
גאלד
[ציטאט אראפגענומען]


מאנכע האבן שוין פארגעסן וואס עס מיינט "ליצינותא דע"ז" ביי פילע איז עס א עדיטאריעל אין דער איד קעגן ר' אהרן

גראדע איז דאס אויך א שמץ פון לצינותא דע"ז

אבער לאמיר נישט פארקריכן

לעיקוואד » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:24 pm

· #96614
Tomer Persico‎‏
הממשלה מוקמת והאפיפיור נבחר באותה דקה. ומרקורי בכלל בנסיגה. ריבונו של עולם, אני לא מבין מה הקונץ הגדול במשחקים האלה.
(פ"ב)

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:27 pm

· #96617
ער פארשטייט אויך אז זיין רעליגיע איז איין גרויסער וויץ.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:28 pm

· #96619
קארדינאל דאולען פון ניו יארק איז זיכער גוט דעפרעסט

גאלד » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:32 pm

· #96624
זר זהב
קארדינאל דאולען פון ניו יארק איז זיכער גוט דעפרעסט


ער האט שוין אויפגעשטעלט א טענט אין רוים אקראס די סט.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:33 pm

· #96626
לול...

יואליש » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:33 pm

· #96627
גאלד
זר זהב
קארדינאל דאולען פון ניו יארק איז זיכער גוט דעפרעסט


ער האט שוין אויפגעשטעלט א טענט אין רוים אקראס די סט.


Antipope?

יואליש » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:34 pm

· #96628
פלעגן די היימישע צייטונגן רעדן פונעם פויפס אלס א נייעס? דערמאנען א באזוך וכדו'?

יאיר » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:41 pm

· #96633
גאלד
זר זהב
קארדינאל דאולען פון ניו יארק איז זיכער גוט דעפרעסט


ער האט שוין אויפגעשטעלט א טענט אין רוים אקראס די סט.

ער האט שוין די רויטע רוימישע בעקישע ביי זיך אין קלאזעט.

הציץ ונפגע » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:29 pm

· #96668
מאנכע מיינען אז דער פויבסט טוט גארנישט עס איז נישט ריכטיג. דער פויבסט האט א פארנומענעם סקעדואל, און פירט די קירכע'ס פאליטישע און רעליעגעזע אנגעלעגנהייטן.

יאיר » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:37 pm

· #96676
איינער ווייסט מה טיבו פונ'ם נייעם פויפסט, טראדיציאנעל, מאדערן, אויפגעקלערט, פרום? איך זארג זיך פשוט אויב ער גייט ארויסגעבן פרישע גזירות אויף מציצה בפה.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:40 pm

· #96678
איך הער ער איז גאר פרום. ער האלט נישט פון מארק שפירא.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:43 pm

· #96682
ער האט נאר איין לונג!

מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 13, 2013 4:46 pm

· #96685
יואליש די היימישע צייטונגן פלעגן תמיד באריכטן וועגן דעם פויבסט און וואטיקאן אנגלעגנהייטן.

טעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:03 pm

· #96695
מ'שלאגט זיך וועם אויסצווועהלען, א סקונדע שפעטער קומט ער שוין ארויס מיט זיין נייע ווייסע בעקישטע, א ריכטיגע רבי..

טעפל » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:05 pm

· #96696
ער האלט אין איין מאכען דזאוקס ,ס'עולם לאכט..

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:27 pm

· #96706
וואסערע דזשאוקס האט ער געמאכט?

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 5:42 pm

· #96714
יאיר
מאכט נישט קיין ליצנות, מ'רעדט דא פון א גייסטליכער פירער פאר איבער א ב-י-ל-י-א-ן מענטשן. דער פויפסט איז בערך אזוי ווי הונדערט טויזנט סאטמארע רבי'ס.
איז די ליצנות הונדערט טויזענט פאכיג.

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:03 pm

· #96723
איך לאך פון זיין זיידן, וואס האט געגלויבט אין עץ ואבן.

ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:15 pm

· #96727
ווער איז Rabbi Joseph Potasnik?

ער לייגט אריין אזוי פיל געלט אלץ אויף רעדיא עדס.

יעצט רעט ער זייער שיין פון די נייע פויפסט, אז ער איז זייער פריינטלעך צו אידען."

ידען » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:17 pm

· #96731
Pope Francis is his new name?

ודי למבין » מיטוואך מערץ 13, 2013 6:22 pm

· #96735
ער האט אנגעפאנגען מיט א מילתא דבדיחותא אז מ'האט געדארפט גיין ביז עק וועלט צו טרעפן א פויפסט..
וכל העולם שחקו והעלו בת שחוק על פניהם, בראות פני מלכם בפנים מאירות ובחדוותא דנהורא, ויכריזו כל העם בקול גדול לאמר: קדוש יאמר לו, ויקרא שמו פרנסציסקו הראשון, ויריעו כל העם יחי המלך

פוןדעסטוועגןדאך » מיטוואך מערץ 13, 2013 7:07 pm

· #96756
[ציטאט אראפגענומען]
מען האט דאך דא געלאכט סיי פון דעם סאטמערען איד און סיי פון די ביליאן קאטוילען. וואס איז דיין טענה דא?

יאיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:03 am

· #96906
איך ליין די נייעס באריכטן איבער דעם נייעם פויפסט, און איך שמייכל צו זיך. דער פויפסט, קארדינאל בערגאגלי, באלאנגט צו די יעזואיטן, דאס איז אן אלטע גרופע פון עקסטרעמע קאטוילישע גלחים, וואס ווען דייטשלאנד און גאנץ אייראפע איז אדורך די ענלייטענמענט זענען זיי געבליבן הארט און פאנאטיש. זיי האבן זיך ספעציעל אויסגעצייכנט מיט זייער ביטערע אנטיסעמיטיזם. די יעזואיטן פלעגן זאגן, "אויב מיר וועלן אמאל זיין ביכולת, וועלן מיר צוריק פארשפארן אלע אידן אין די געטאס." יעצט איז ענדליך געקומען זייער צייט, דער נייער פויפסט איז א יעזואיט - און ער איז אויך א גרויסער אוהב ישראל. ער האט גאר גוטע באציאונגען מיט די אידישע געמיינדע אין אגענטינע, און בכלל איז ער א בעל ענוה און א שטילער, איידעלער מענטש. יא יא, היסטאריע האט א גוטע סענס אוו הומאר.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:15 am

· #96914
מ'זעהט קלאר אז חכמה בגוים אל תאמין..
די ראדיא האלט איין מעלדן אז "פרענסיז דער ערשטער וכו'.."
שעה'ן שפעטער האבן זיין מסביר געווען אז זיי האבן געהאט א טעות.
ווייל ווילאנג ס'איז נישטא קיין פויפסט מיט די זעלבע נאמען, הייסט מען נישט "דער ערשטער."...
נו אוודאי אזוי...
איינער מיינט דען אז דער קדושת ציון האט מען גערופן בחייו "ר' בן ציון דער ערשטער"?.. אוודאי נישט, ערשט 70 יאר שפעטער, האט ער באקומען דעם צונאמען.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:59 am

· #96936
וואס זענען די דריי ערשטע אותיות פון ''פויבסט''? א פיי, א ואו, און א יוד. און ווען מ'שטעלט צוזאמען די דריי אותיות וואס ווערט דערפון?

פוי!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:02 am

· #96937
מיט א פא דגושה?

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:03 am

· #96938
מיט א ליידיגע פ. דער פויבסט איז לער, ליידיג, פיסט.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:03 am

· #96939
דערנאך קומט א גרויסע בי ס.

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:04 am

· #96940
און דער טי"ת איז פאר ט'ומאה.

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:09 am

· #96942
איך הויב אן טראכטן אז באמת איז דער נאמען 'פויב', נאר אזוי ווי די ספרדים חתמ'ענען זייער נאמען מיט ס"ט, שרייבט אויך דער פויפסט זיין נאמען 'פויב ס"ט', און ווען מען זאגט עס שנעל ווערט דערפון 'פויבסט'.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:09 am

· #96943
ואפילו כולנו חכמים, כולנו נבונים...

יואליש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:23 am

· #96950
כ'זעה מ'באזידלט דא גאנצט פיין דעם פויבסט. זאל ער וויסן.

פוןדעסטוועגןדאך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:53 am

· #96966
יואליש
כ'זעה מ'באזידלט דא גאנצט פיין דעם פויבסט. זאל ער וויסן.
גימטריאות און ראשי תיבות is above his pay grade

טעפל » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:40 am

· #96971
איך האב נישט געחלומט אז ס'וועט קומען אזא ריזען עולם צום הכתרה..

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:48 am

· #96982
פוןדעסטוועגןדאך
יואליש
כ'זעה מ'באזידלט דא גאנצט פיין דעם פויבסט. זאל ער וויסן.
גימטריאות און ראשי תיבות is above his pay grade

וואס עפעס? ערעגצוו אין שטיבל האט מען שוין אורמגערעדט דער ספר פונ'ם פריערדיגער פויבסט וואס איז געבויט אויף גימטריאות און רמזים.

ודי למבין » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 8:13 am

· #96985
ביי די ענד פון די דרשה האט דער נייער פויבס"ט ירום הודו זיך הארצליך באדאנקט פאר א געוויסע רב עדס פון ארץ ישראל, און געזאגט אז נאר אין זיין זכות שטיי איך דא אויף די פלאץ...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 9:28 am

· #96989
זר זהב
וואס זענען די דריי ערשטע אותיות פון ''פויבסט''? א פיי, א ואו, און א יוד. און ווען מ'שטעלט צוזאמען די דריי אותיות וואס ווערט דערפון?

פוי!!

זר, דו זעסט מיר אויס צו זיין אן ערענסטע מאמין אין כוחות הטומאה.
ביי מיר איז דער פויבסט גארנישט מער טמא(? אזויווי אלע אידן ביז משיח וועט מגלה זיין די אפר פרה אדומה וואס שינאווא רב האט געטראפן אין ארץ ישראל) ווי דער גוי וואס איך טיפ פארן אראפלייגען א קעיס פסח'דיג פעיפער-טואעל.

דולה ומשקה » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:08 am

· #97005
קאווע טרינקער
ביי מיר איז דער פויבסט גארנישט מער טמא(? אזויווי אלע אידן ביז משיח וועט מגלה זיין די אפר פרה אדומה וואס שינאווא רב האט געטראפן אין ארץ ישראל


דער פויבסט איז איין שטיק שקר אזוי גלייך ווי דער דמיון.

הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:51 am

· #97018
זר זהב
ער האט נאר איין לונג!


איך אויך, ווער האט מער פון איינס?

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:38 pm

· #97025
[ציטאט אראפגענומען]

נאך א מזל דו ברענגסט די תשובה תיכף אויפ'ן פלאץ. נישט מיט "פארזעצונג קומט אי"ה".

גאלד » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:41 pm

· #97027
[ציטאט אראפגענומען]


נו אויף זאגט דאך דער נביא, וואס מ'זאגט דאס אין די הפטורה פון ה' עוזי ומעוזי (דאכצעך בחקותי נישט זיכער)

"אליך גוים יבאו מאפסי ארץ ויאמרו אך שקר נחלו אבותינו הבל ואין בם מועיל"

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:21 pm

· #97066
וואס זאגט די עולם צו זיין עניוות? ער האט נישט געוואלט אז איינער פון די וואטיקאן דינער זאלן אויפפיקן זיין רענצלעך פונעם האטעל, און ער האט אפילו נישט געוואלט פארן מיטן פויבסטליכן קאר צום האטעל, נאר ענדערש געפארן אויפן באס מיט אלע קארדינאלן, ער האט נישט געוואלט זיצן אויפן ספעציעלע פויבסטליכע בענקל, נאר געוואלט שטיין און שמועסן מיט זיין קאלעגן (אונטערטאנטן). איך מיין ער האט זיך עס געלערענט פונעם וויזניצע רבי, ר' שרולטשע.

יאיר » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:24 pm

· #97069
נע, ער מאכט זיך.

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:27 pm

· #97070
<a class="postlink" href="http://gestetnerupdates.com/2013/03/14/video-of-pope-francis-in-a-kipa-lighting-candles-giving-a-speech-at-argentina-synagogue/">http://gestetnerupdates.com/2013/03/14/ ... synagogue/</a>

צווישען היימישע יודעם אנגעטון מיט א שווארצע יארמילקע

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:39 pm

· #97099
אפשר קען מיר איינער מסביר זיין א פשוט'ע זאך וואס איך וויל פארשטיין.

פארוואס נעמט מען אזא אלטן פויפסט, וואס וועט קענען אנציען מאקסימום נאך זעקס יאר געזונט און מאקסימום נאך פינף יאר אומגעזינט?

פארוואס נעמט מען נישט א פערציג יעריגן פויפסט, מיט געזונטע כוחות, וואס זאל קענען ציען א פאר יאר און פירן די זאך?

זר זהב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:42 pm

· #97100
NPR האט דאס געפרעגט נעכטן פון א ניו יארקע קארדינאל. ער האט געענפערט אז די וואטיקאן וויל נישט דייקא איינער וואס זאל זיצן צופיל יאר אויפן בענקל.

מורינו הרב » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:44 pm

· #97101
דוכט זיך אז פאולס - איינס פאר די לעצטע - איז געזעצן לאנג אויפן בענקל.
בלאט: 1 2 3