☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תורה קאודס - אמת אדער נישט?

תורה קאודס - אמת אדער נישט?

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #287
בלאט: 1 2

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:21 pm

· #441491
פינטעלע איד

און וועלכע חדר טיישט מען כדור א האלבע באל? שמקיף מיינט נישט אז עס שווימט.

אויב די אושען איז ווי א שיסל מיט וואסער (כקערה), און די שיסל וואסער נעמט ארום די וועלט, דאס רוף איך "שווימען". קען זיין אז די באל וואס איז ארומגענומען מיט (שווימט אין) די שיסל וואסער איז א גאנצע באל, אבער די חלק וואס שטעקט זיך ארויס אויף וואס מ'זאל קענען וואוינען קען נאר זיין א האלבע באל.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:23 pm

· #441492
וויאזוי אריסטו האט אויסגערעכנט אז די וועלט איז רונדיג, געדענקט אז ער איז געווען עלטער פון רשב"י מיט אלכסנדר מוקדון צוזאמען...

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 14, 2020 10:33 pm

· #441494
טראכטכמוני
קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.

קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט

אדער קען זיין אז ס'איז סתם א לעגענדע (במילים מכובסות: למעלה מהשגתינו...).

טראכטכמוני » דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:13 pm

· #441498
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
רביה''ק זי''ע
טראכטכמוני
קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.

קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט

אדער קען זיין אז ס'איז סתם א לעגענדע (במילים מכובסות: למעלה מהשגתינו...).

וואס איך מיין צו זאגן איז אז אויב דער וואס האט דא ציטירט דער תוס׳ נוצט דאס אלץ ראי׳ דא אהער ׳מוז׳ ער אננעמן אז אפי׳ דער תוס׳ איז מסכים מיט די אויבנדערמאנטע מוכח מתוכו׳דיגע דריי פונקטן.

הקטן » דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:54 pm

· #441504
ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא,

אנע בישות שרייבן אז דאס איז גאר א סוד!?!
ווען קינד און קייט און אלע ווייסען, אלס א דבר פשוט, נישט נאר אז דו וועלט איז רינדיג נאר אלעס אלעס וואס די זוהר רעכענט דא אויס

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:10 am

· #441505
תוספות האט זיכער געהאלטען אז די וועלט איז פיר עקעכדיג אזוי ווי דער פשטות פין פסוק ארבע כנפות הארץ, נאר ברענגט דער אלכסנדר מוקדון צו ווייזען אז מענטשן מיינען עס איז רינדיג, און דערפאר וכו'.

די וואס ברענגן דער זוהר אז דער זוהר האט שוין געוויסט וכו', פין דער זוהר איז א ראי' אז דער זוהר איז ניי, ווייל אין דער צייט פין דער תנאים ואמוראים האט מען נישט געוווסט אז עס דא אנדערע טיים זאהנס אויף דער וועלט.

הקטן » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:11 am

· #441506
אדער איז דאס א ראי' אז ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא

פינטעלע איד » מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:51 am

· #441508
אישתישבי
תוספות האט זיכער געהאלטען אז די וועלט איז פיר עקעכדיג אזוי ווי דער פשטות פין פסוק ארבע כנפות הארץ, נאר ברענגט דער אלכסנדר מוקדון צו ווייזען אז מענטשן מיינען עס איז רינדיג, און דערפאר וכו'.

לייג נישט אריין תוספות אין דיין באקס פון פשטות הפסוק. איך למשל, האלט זיכער אז די וועלט איז רינדעכיג אזוי ווי דער פשטות פון תוספות שהעולם עגול.

אישתישבי

די וואס ברענגן דער זוהר אז דער זוהר האט שוין געוויסט וכו', פין דער זוהר איז א ראי' אז דער זוהר איז ניי, ווייל אין דער צייט פין דער תנאים ואמוראים האט מען נישט געוווסט אז עס דא אנדערע טיים זאהנס אויף דער וועלט.


ממה נפשך אויב מען רעדט אז זיי האבן געוואוסט בקבלה וכדו' פון די תורה דאן איז עס נישט געבונדן צו וואס "מען האט נישט געוואוסט וכו"

און אויב רעדט מען צו זיי האבן עס געוואוסט פון סייענס, דאן האט תוספות געטייטשט דעם פסוק אזוי ווי איך און די טייטשן עס היינט.

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 8, 2020 10:40 am

· #443693

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 8, 2020 12:37 pm

· #443697
יענער סייט ליינט זיך ווי אן אש סייט. וועלהאוזען איז גאר די ראיה צו תורה מן השמים! די איינציגטסע וועג ווי אזוי צו ׳גלויבן׳ אין וועלהאויזען איז נאך דעם וואס מ׳נעמט ניטאמאל אלס א צד אז תורה מן השמים. און דערנאך גיבט דער דריידל א ספין און ווייזט עס גאר אויף!

real fake news » זונטאג מערץ 8, 2020 1:51 pm

· #443699
ער מאכט דארט ליצנות פון זיך אליינס,
Bible codes are also an incredible resource
.... for predicting future events, right after they happen

רביה''ק זי''ע » זונטאג מערץ 8, 2020 3:20 pm

· #443704
דארט האב איך טאקע געכאפט אז ס'איז סאטירע.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 8, 2020 9:33 pm

· #443710
רביה"ק זי"ע: דאס איז די גרעסטע (ערגסטע) דרגא פון ליצנות. געשריבן לכאורה תמימות'דיג. אלס סייענטיפיק ריסוירטש. נאר געמאכט ליצנות פון אלע תמימים (אריינגערעכנט, מיך) וועלכע גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו פון בארג סיני.!

נאר איך האלט אז די גאנצע טעאריע פון תורה קאודס איז פעיק ניוז און פאנטאזיע אויסגעטראכט דורך עטליכע אינטעלעקטואלע דיסהאנעסט פערזענליכקייטן. וועלכע מיינען אריינצונארן די מתחזקים מיט פאלשע טעאריעס און האפענונגען...!

סקעפטיקער » דאנערשטאג מאי 2, 2024 2:01 pm

· #560480
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
מיכאל אברהם האט זיך גענומען איבער די סוגיא
https://mikyab.net/posts/86553/
אני נזכר באנקדוטה משעשעת (לפחות אותי). בעודי מכהן פאר כרב פורים בישיבת 'נתיבות עולם' בבני ברק והגלילות (ישיבה של בעלי תשובה) עליתי על הבמה עם גביע יין ואחרי הקידוש דרשתי בעוצם ידי החזקה וזרועי הנטויה בענייני פורים. בין היתר, אמרתי שם שמצאתי ממש כעת ממצא מדהים בדילוגים בתנ"ך: המקום שבו מופיעה המילה 'אסתר' בדילוג מינימלי בכל התנ"ך הוא ב… מגילת אסתר. דילוג של 1 כמובן. אם זה לא מחזיר את כולנו בתשובה איני יודע מה עוד ניתן לעשות עם קשי עורף שכמונו. היו שם לא מעט אנשים (כולל חלק מהר"מים) שהיו מזועזעים מכך שאני מזלזל כך ביסודי התורה. הדילוגים בתורה נחשבו אצלם חלק מי"ד העיקרים. היו אפילו כאלה שאמרו לי שדבריי עלולים לגרום לאנשים לנטוש את מחויבותם הדתית. עניתי להם שלדעתי עדיף שייטשו. אם הם מתבססים על ההבלים הללו אז כבר כעת זו מחויבות בטעות והיא בטלה ועומדת. כבר שם החלו להנץ ניצני הכפירה שלי רח"ל.

הכנה דרבה » דאנערשטאג מאי 2, 2024 2:38 pm

· #560485
אינטערעסאנט צוצוצייכענען אז ס׳אויך דא Quran codes, פאנטאזיעס איז אוניווערסאל.

מי אני » דאנערשטאג מאי 2, 2024 5:32 pm

· #560516
לגבי זיין דיון איבער דעם אז אויב וויל מען ״זעהן״ עפעס פון א גימטריא, מוז דאס זיין סטאטיסטיש סיגניפיקענט אז עס זאל ״פונקט״ געלונגען וכדומה, האב איך דא צוגעברענגט פון פּראפעסאר יצחק אלישאקאף און דר. עליאט פּיינס וואו זיי טוהן דורך די פּראַבּעבּיליטי פון דאס טרעפן א גימטריא ביים ענין ים של שלמה און די וועליוּ פון π.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 3:55 pm

· #560953
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
ראה זה פלא, אין די תורה טרעפט מען די אותיות י-ה-ו-ה-ש-ק-ר אפגערוקט די זעלבע צאל אותיות 22 מאל כמנין שם כ"ב

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 4:58 pm

· #560989
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
מיכאל אברהם באציעט זיך אין זיין ארטיקל אויף די ווידיא



די גרעסטע פראבלעם דערפון איז עס איז נישטא קיין הגיון צו רעכענען נאר די נומבערס נאך די דעסימעל פוינט, דאס איז בכלל נישט פיי, דאס הייסט גערעכנט דעם טפל אנעם עיקר. די איינציגסטע סיבה צו רעכענען פון נאך די דעסימעל פוינט איז ווייל אנדערש שטימט עס נישט.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 6, 2024 5:52 pm

· #561011
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
הרב יוסף מזרחי איז א גרויסער חסיד פון די תורה קאודס. ער האלט אז אלעס איז מרומז אין די "קאודס". וואס דו ווילסט.

נאר ער פארקויפט דאך סייווי לאקשן פאר'ן עולם. איז דאס נאך א ביסל סחורה פאר איהם.

למשל: ער קען זאגן אז דער נאמען פון בן גוריונ'ס (נישט אידישע) ווייב איז אויך מרומז (ערגעץ). זי האט געהייסן פאולא. ער קען טרעפן ערגעץ צירופי אותיות. (א יעדע פופצנטע אות) אין פ' ויחי. ביי די נעמען פון די שבטים.
בלאט: 1 2