☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?

מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2808
בלאט: 1 2

לולקע-ציבעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:32 pm

· #82527
מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?
פאר יעדן וואס איז אביסל באקאנט אין חסידות זענען באקאנט די צוויי מושגים פון "מלא כל הארץ כבודו" און "לית אתר פנוי מיניה." דער אויבערשטער געפינט זיך איבעראל אין דער בריאה. "לית אתר פנוי מיניה" קומט נאך שטארקער אונטערשטרייכן די נקודה: דער אויבערשטער איז איבעראל -- ממש אזש ס'איז נישט פאראן קיין ארט וואו ער געפינט זיך נישט.

אבער וואס מיינט דאס? וואס הייסט דאס, ער איז "איבעראל"? דער אויבערשטער האט זיך צונויפגעקייקלט ביז דער גרויס פון א פינטעלע, און זיך קונציג באהאלטן אין א טיפן, פארווארפענעם ווינקל פון יעדן ברעקל?

איז אזוי. אין יעדער זאך איז פאראן עפעס א נקודה וואס איז אינגאנצן אבסטראקט, כולו מופשט. דער עיקר תועלת פון א געשמאקן עסנווארג, למשל, איז דער טעם וואס דער מענטש פילט ביים עסן. אבער וואס איז דער טעם: פון וואס באשטייט ער? וויאזוי זעט ער אויס? וועלכער קאליר איז ער? די קשיות זענען נישט בלויז קיילעכיגע יתומים, אן קיין תירוצים, נאר זיי האבן בכלל נישט קיין פשט. א טעם איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט אונזערע השגות פון וויאזוי אפצומאלן און שילדערן עפעס. א טעם -- פונקט ווי אלע זיינע געפיל-"קאזינס", ווי אהבה, בענקשאפט, פרייד, כעס און טרויער -- איז עפעס וואס מיר האבן און שפירן, אבער קענען בשום אופן עס נישט געהעריג מגדיר זיין מיט פיזישע הגדרות. (די גורמים און סיבות וואס ברענגען געפילן זענען טאקע יא פיזישע זאכן; אבער זיי זענען טאקע בלויז גורמים, נישט די זאך אליין. די צונג איז אויסגעשטאט מיט נערוון וואס שפירן דעם טעם. אבער דער עצם טעם, נישט דער וואס ברענגט אים, איז אן אבסטראקטער באגריף.)

דאס, דער טעם, די הנאה, דער הרגש, וואס מיר פילן ביים טאן פארשידענע פשוט-פיזישע אקטיוויטעטן, דאס איז דער "העכערער ניצוץ", דאס פינטעלע אלוקית, וואס געפינט זיך איבעראל, אויף יעדן פלאץ, אין יעדער זאך. דער אויבערשטער איז דער אולטימאטיווער מובדל-מופשט אבסטראקט, און ס'איז אוממעגליך אים משיג צו זיין. "אלוקית", אן אספעקט פון דעם נישט-השגה, דאס איז שוין עפעס וואס לאזט זיך יא משיג זיין, עפעס מיט וואס מיר האבן יא א דירעקטן שייכות. מיר שפירן הרגשים; איז טייטש אז מיר האבן מיט זיי עפעס א קשר. מיר קענען די הרגשים אבער נישט מגדיר זיין מיט אונזערע געווענליכע מעסטערס און מיטלען; דערפאר איז עס אלוקית, אבסטראקט, "העכער". זיי זענען זאכן פון "העכערע עולמות", פון אנדערערליי "וועלטן", פון א אוניווערס וואס איז באשאפן געווארן מיט אנדערע כללים, אזעלכע וואס זענען ביי אונז כמעט נישט פאראן, און מיר קענען זיי במילא נישט משיג זיין מיט די געווענליכע אופנים פון השגה.

יאיר » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:41 pm

· #82532
איך האב מורא אז דער רעיון גרעניצט זיך מיט הגשמה, נישט קיין אויסנאם אין דער וועלט פון קבלה.

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:44 pm

· #82533
יאיר
איך האב מורא אז דער רעיון גרעניצט זיך מיט הגשמה, נישט קיין אויסנאם אין דער וועלט פון קבלה.

עס גרעניצט אבער עס איז נישט דאס. יחי ההבדל הקטן.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:45 pm

· #82535
אקעי, איך האב קאלטע וואסער און הייסע וואסער. וואו פונקטליך שטעקט דער חילוק? וואס גענוי איז היץ און וואס איז קעלט?
ווילסט מיר זאגן אז דאס איז רוחניות?

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:46 pm

· #82536
שמעקעדיג
אקעי, איך האב קאלטע וואסער און הייסע וואסער. וואו פונקטליך שטעקט דער חילוק? וואס גענוי איז היץ און וואס איז קעלט?
ווילסט מיר זאגן אז דאס איז רוחניות?
וואס מיינט ביי דיר רוחניות?

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:57 pm

· #82542
לולקע-ציבעך
פאר יעדן וואס איז אביסל באקאנט אין חסידות זענען באקאנט........
דאס, דער טעם, די הנאה, דער הרגש, וואס מיר פילן ביים טאן פארשידענע פשוט-פיזישע אקטיוויטעטן, דאס איז דער "העכערער ניצוץ", דאס פינטעלע אלוקית, וואס געפינט זיך איבעראל, אויף יעדן פלאץ, אין יעדער זאך. דער אויבערשטער איז דער אולטימאטיווער מובדל-מופשט אבסטראקט, און ס'איז אוממעגליך אים משיג צו זיין. "אלוקית", אן אספעקט פון דעם נישט-השגה, דאס איז שוין עפעס וואס לאזט זיך יא משיג זיין, עפעס מיט וואס מיר האבן יא א דירעקטן שייכות. מיר שפירן הרגשים; איז טייטש אז מיר האבן מיט זיי עפעס א קשר. מיר קענען די הרגשים אבער נישט מגדיר זיין מיט אונזערע געווענליכע מעסטערס און מיטלען; דערפאר איז עס אלוקית, אבסטראקט, "העכער". זיי זענען זאכן פון "העכערע עולמות", פון אנדערערליי "וועלטן", פון א אוניווערס וואס איז באשאפן געווארן מיט אנדערע כללים, אזעלכע וואס זענען ביי אונז כמעט נישט פאראן, און מיר קענען זיי במילא נישט משיג זיין מיט די געווענליכע אופנים פון השגה.

יישר כח. די שרייבסט כאילו די זאגסט עס, אבער עס איז איינער פין גרעסטע יסודות אין חסידות און שטייט פין די תלמידים פין מגיד, אויב נישט פין מגיד אליין.

האסט עס געהערט אויף א טעיפ?

לולקע-ציבעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:05 pm

· #82546
[ציטאט אראפגענומען]

א פרואוו.

יעדע זאך אויף דער וועלט פארמאגט אין זיך עפעס וואס לאזט זיך נישט מגדיר זיין. אן עפל, וואס מען קען גרינג דעפינירן לויט זיין גרויס, קאליר, צוזאמשטעל, האט אין זיך "טעם" וואס מען קען נישט מגדיר זיין לויט די זעלבע כללים פונעם עפל אין וועלכן ער געפינט זיך. דאס איז דער ניצוץ אלוקי וואס געפינט זיך איבעראל.

לולקע-ציבעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:08 pm

· #82547
איחוד פעלד
יישר כח. די שרייבסט כאילו די זאגסט עס, אבער עס איז איינער פין גרעסטע יסודות אין חסידות און שטייט פין די תלמידים פין מגיד, אויב נישט פין מגיד אליין.

האסט עס געהערט אויף א טעיפ?

כשר-גערעכט. ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז כ'זאל דארפן ארויסזאגן אז דאס זענען נישט מיינע זאכן... דער פּאסט דא איז טאקע באזירט אויפ'ן ערשטן שטיקל פונעם הקדמה צום ספר "מגיד דבריו ליעקב", אין וועלכן רבי שלמה לוצקער מאכט אזא הקדמה כללי צו די תורות פונעם מגיד.

לולקע-ציבעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:14 pm

· #82551
נשמה יתירה
יאיר
איך האב מורא אז דער רעיון גרעניצט זיך מיט הגשמה, נישט קיין אויסנאם אין דער וועלט פון קבלה.

עס גרעניצט אבער עס איז נישט דאס. יחי ההבדל הקטן.

און לאז מיך טאקע באלעבן דעם הבדל הקטן: עס וואלט געווען הגשמה ווען איך וואלט דערקלערט אז זהו זה! מיר האבן געפאקט ג-ט באהאלטן אינעם עפל, און אט איז ער: יעדער קען אים יעצט זען! דא אבער, האב איך נאר מגדיר געווען *אונזער השגה* (עכ"פ, מיין השגה) אין דעם חלק אלוקי. דאס איז טאקע הגשמה, אבער פארט א באין-ברירה'דיגע זאך, אויב וויל מיר רעדן פון די זאכן *דא*.

לולקע-ציבעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:15 pm

· #82552
שמעקעדיג
אקעי, איך האב קאלטע וואסער און הייסע וואסער. וואו פונקטליך שטעקט דער חילוק? וואס גענוי איז היץ און וואס איז קעלט?

דו פרעגסט פראקטיש-סייענטיפיש?

boxcover » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:39 pm

· #82555
ווען מיינע קינדער פרעגען "ווי איז ער?", "איך וויל אים זעהן". דריי איך נישט די שווארץ אפעל צום אויגען-ווינקעל און זאג "מען קען נישט". איך קוק ארויס פון פענסטער און זאג "קוק דיך ארום, דו זעהסט די וואונדערליכע ביימער, גראז, פייגעלעך די הויגע בנינים אין מאנהעטען* וכדומ'? דאס איז ער!" נישט ח"ו אז איז א פשוט'ער יש, נאר פונקט ווי - להבדיל - דו קענסט און ווערסט נתפעל פון פיקאסא אדער שעיקספיער אפילו דו זעהסט נישט זיים פנים און אפילו זיין קבר. דו זעהט זיינע ווערק און דאס גיבט דיר אן איידיע און רעספעקט צו די ארטיסט, להבדיל אאה"ב קען מען אים כביוכול קענען ווען מען באטראכט מעשי ידיו.

קרעדיט: מורי ו (הלואי שיהי'] רבי, הרמב"ם זצוק"ל

* מיין מיידעלע פרעגט אמאל "אבער די בנין איז געבויט דורך א מענטש?" די ענטפער איז בקוצר אז די מענטש איז אויך מעשי ידיו.

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:05 pm

· #82557
boxcover

זייט נישט ברוגז, אבער דאס איז טאקע גיט פאר אייער מיידעלע. פאר אייך און אונז איז די ענטפער אסאך טיפער, און מער למעשה'דיג.
אז מען איז זיך מעמיק אין הבנה פין עקזיסטענץ. וואס דאס איז. זעהט מען אז מען רעדט פין בלי גבול, נישט אזוי? איז דאך פשט אז דער עומק פין עקזיסטענץ איז דאס. ווען מען זאגט עומק מיינט עס צו זאגען אז דאס איז עס באמת, נאר מען כאפט זיך נישט במושכל ראשון.
באטראכט א חלום פין א מענטש. עס איז דא דארט כאראקטערס לאין שיעור. אבער באמת איז אלעס דער בעל החלום. אינגאנצען ער. נאר ער. דאס איז דער עומק פינעם חלום. דאס איז וואס חסידות זאגט אויף גאט. אלעס ער נאר ער. ער איז איך. איך בין ער.
עפעס א תלמיד חבר פין בעשה"ק שרייבט, איך וועל איבערפרעגן דעם נאמען. אז פאר תקיעות שופר האט זיך דער בעשה"ק אויפגעשטעלט אין געזאגט נאר געציילטע ווערטער. דער ספר זאגט עס נאך אין אידישער שפראך. ער האט געזאגט בערך אזוי, "אידן אייבערשטער, אייבערשטער אידן, ס'איז איינס".
איך וועל עס בעסער איבערזאגען בעזהשי"ת נאכען איבערקוקען אין מקור.

יאיר » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:07 pm

· #82558
לולקע-ציבעך
נשמה יתירה
יאיר
איך האב מורא אז דער רעיון גרעניצט זיך מיט הגשמה, נישט קיין אויסנאם אין דער וועלט פון קבלה.

עס גרעניצט אבער עס איז נישט דאס. יחי ההבדל הקטן.

און לאז מיך טאקע באלעבן דעם הבדל הקטן: עס וואלט געווען הגשמה ווען איך וואלט דערקלערט אז זהו זה! מיר האבן געפאקט ג-ט באהאלטן אינעם עפל, און אט איז ער: יעדער קען אים יעצט זען! דא אבער, האב איך נאר מגדיר געווען *אונזער השגה* (עכ"פ, מיין השגה) אין דעם חלק אלוקי. דאס איז טאקע הגשמה, אבער פארט א באין-ברירה'דיגע זאך, אויב וויל מיר רעדן פון די זאכן *דא*.

די אמאליגע עובדי עבודה זרה פלעגן האלטן פונקט דאס זעלבע אויף זייערע עבודה זרות (ע"פ רוב), און אויף אזעלכע עבודה זרות האט די תורה געזאגט, "לא תעשון אתי אלהי כסף ואלהי זהב".

נשמה יתירה » פרייטאג יאנואר 25, 2013 3:19 pm

· #82559
יאיר
די אמאליגע עובדי עבודה זרה פלעגן האלטן פונקט דאס זעלבע אויף זייערע עבודה זרות (ע"פ רוב), און אויף אזעלכע עבודה זרות האט די תורה געזאגט, "לא תעשון אתי אלהי כסף ואלהי זהב

גיט געפרעגט
בן פורת יוסף קונטרס אחרון
ושמעתי ממורי, אמר שאלת הפילסוף אם לית אתר פנוי מניה, אם את כופר בעבודה זרה אם כן כופר בחלק שהוא ממנו ית'. וביאר, כי יש באדם חצר הכבד בסוד והבדילה הפרוכת לכם (שמות כו, לג), ודרך שם דוחה המותרת והצואה וכו'. משל למלך שרצה שיהיה לבנו תענוג משא"כ בדבר תמידי, ועשה עשר חומות על פי אחיזת עינים וכו', ובן מלך סבר וכו', ואחר כך נודע לו שאינו דבר רע כלל.

צפנת פענח תרומה
אמנם טעם זה לא ניתן לכתוב ולאמור בפני המוני עם, שיש בזה מקום לאפיקורסים לומר אם כן גם עובדי עבודה זרה נעשו כסא וכו', ובאמת זה אינו, כי יש הבדלה כמו שביאר מורי זללה"ה, ודפח"ח.

צפנת פענח תרומה
ומן העפר אשר יהיה בקרקע המשכן יקח הכהן ונתן אל המים וגו'. ושמעתי ממורי זללה"ה פי' בזה עפ"י ביאור משנה דאבות (פ"ה מי"ג) ד' מדות בנותני צדקה וכו' והקושיא מפורסמת איך הוא ד' מדות דמדה זו לא יתן ולא יתנו אחרים אינו מנותני הצדקה וכן ד' מדות בהולכי לבה"מ וכו' וביאר לי שאלת חלום וכו' וביאר פסוק (תהלים קי"ט נ"ט) חשבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך על פי מדרש (עי' בר"ר ב ה) ויהי ערב (בראשית א ה) אלו מעשיהם של רשעים ויהי בוקר (שם) אלו מעשיהם של צדיקים ואיני יודע באיזה מהם חפץ כשהוא אומר וירא אלהים את האור כי טוב הוי במעשיהם של צדיקים חפץ כשהוא אומר (שם ג) וירא אלקים את האור כי טוב הוי במעשיהם של צדיקים חפץ יותר והוא תמוה וכי ס"ד שחפץ במעשה רשעים וביאר מה שקיבל מרבו [עי' תולדות בלק א' ע"א: דרבו של מורי זלה"ה היה אחיה השילנו ] כי דוד המלך ע"ה הי' במזל שלא עלו לו מחשבותיו בעבודת השי"ת כהוגן והוא מצד מזל שבתאי המקבל מבינה וכו' לכך הי' חושב בדרכיו הגשמי וממילא היה בהיפוך וכו' וזהו שאמר חשבתי דרכי ואז ואשובה רגלי ר"ל אשובה להרגיל בו אל עדותיך והבן והלבנה שהוא בסוד דוד מלך ישראל חי וקיים [זח"א קצ"ב:] אין לה אור מעצמה רק מה שמקבלת מן השמש כנודע לחכמי התכונה אמנם יש תועלת ויתרון לאור מן החושך דהיינו מעלת יתרון האור ניכר מצד החושך וכן החכם מצד הטפש וניכר מעלת הצדיק מצד הרשע והתענוג מכח הנגע והיסורין ומעלת הדעת נודע מכח השכחה א"כ נעשה זה כסא לזה כמו יד האדם המושיט דבר למעלה אז הוא בעצמו שם וזהו מעלת גזרה שוה כי ברוחני אחר שיש לו שיווי בצד מה נעשה אחד ולכן דנין בגז"ש גם למיתה החמורה וכן כתב הרמב"ם [מורה נבוכים ח"א פנ"ו] שגרגר חרדל מצד שהוא עיגולי כדורי שוה לרקיע וכו' אמנם לפ"ז יש מקום לטעות לעע"ז מאחר שהכל נעשה כסא זה לזה א"כ באמת הכל נכנס באחדות א' וכו' אפס שזה אינו כי יש הבדלה וכו' רק התענוג שנמשך אחר שסר השכחה הוא נכנס באחדות והשאר יורד למטה בסוד הבדלה וכו' וז"ש ואיני יודע באיזה מהם חפץ מאחר שגם מעשה הרשעים הוא כסא למעשה הצדיקים א"כ הכל אחדות א' לכך נאמר וירא אלקים את האור כי טוב אלו מעשיהן של צדיקים כי במעשה הרשעים צריך הבדלה וכו' ובזה יובן כי יש ד' מדות בנותני צדקה כי זה שאינו נותן נעשה כסא להנותן בדרך הנ"ל ודפח"ח עיי"ש ההמשך ונחזור לביאור מורי זללה"ה בפסוק הנ"ל כי יש מעשה הרשעים, אכילה ושתי' ושמחה ושחוק וכיוצא, ויש מעשי תענית וצום ובכי ומספד וכיוצא, אמנם כשנתגברה חולי המרה שחורה ע"י עצבות וסיגופי' וכיוצא אז צריך לאחוז במדות הרשעים לאכול ולשתות ולשמוח להסיר החולי הנ"ל, ולפעמי' כשרואה היצה"ר מתגבר בו ילבש שחורים ועצבות וכל זה צריך לשקול במאזני שכלו, וז"ש ואיני יודע באיזה מהם חפץ וכנ"ל ואם אין לו דעת להכריע איזה דרך הטוב ילך לת"ח שהם רופאי הנפשות וכמ"ש הרמב"ם בפ"ב מהלכ' דיעות (ה"א) יעו"ש. ובזה יובן [במדבר ה י"ב] איש כי תשטא אשתו שהוא החומר והגוף שע"י נטה ושטה מדרך היושר ואינו יודע באיזה דרך יבחר וכנ"ל אז והובא אל הכהן שהם רופאי הנפשות וז"ש ולקח הכהן מים קדושים הם דברי תורה אל כלי חרש ר"ל להלביש במשל ומליצה ויאמר לו תוכחת מוסר שיהי' לו רפואה ע"י מאזני שכלו הקודש אמנם אם יתגאה בזה שוב אין דבריו נשמעין לכך עצה היעוצ' מן העפ' אשר יהי' בקרקע המשכן יקח הכהן וגו' ר"ל שיקח הכהן מדות השפלו' כעפר שבקרקע המשכן ויתן אל המים של תורה ומוסר ודפח"ח.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 27, 2013 3:29 am

· #82665
איז מלא כל הארץ כבודו א אידשע מושג?
ווערט עס דערמאנט און מקרא אדער תלמוד?
כהאב מורא סאיז נולד מאוחר.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 27, 2013 3:41 am

· #82668
לולקע , איז די טעם פון די קאקאש קעק מער גאט ווי די אקאש קעיק איטסעלף?
ווען איך שפיער די טעם בין איך מער דבוק און השם ווי ווען איך טאטש אן די קעיק?

יאיר » זונטאג יאנואר 27, 2013 4:02 am

· #82673
נשמה יתירה,
איך זע אז דער תולדות פרעגט עס, אבער לדאבוני בין איך נישט בקי אין ספרי חסידות און איך פארשטיי נישט זיין תירוץ, אפשר וואלטסטו געוואלט עס מסביר זיין אויף פלעין אידיש?
דער אמת איז, וואס דארפן מיר אויפפרישן די אלטע מחלוקת'ן צווישן מתנגדים און חסידות? איך וואלט אבער דאך געקענט באשטיין צו הערן א קלארער ענטפער פון אונזערע גדולי החסידות דפה קאווע שטיבל.
[quote="דער גר"א"]דור מה רמו עניו, ומילין לצד עלאה מללו: אלה אלקיך ישראל, כל עץ וכל אבן, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה בפסוק: ברוך כבוד ה׳ ממקומו, ובפסוק: ואתה מחיה את כולם. הוי על הרום הרעים שבהם שבדו מלבם משפט חדש ואולפין חדת, ושתו תלמידים הבאים אחריהם, ושם שמים מתחלל על ידיהם…[/quote]
דער בעל התניא
ולפי הנשמע אין במדינות ליטא מי שירום לבבו שלא לבטל דעתו מפני דעת הגאון החסיד ולאמר בפה מלא אין בפיהו נכונה ח״ו, כ״א במדינות הרחוקות כתוגרמא ואיטלייא ורוב אשכנז ופולין גדול וקטן. ובזאת חפצתי באמת, ובפרט בענין האמונה אשר לפי הנשמע במדינותינו מתלמידיו אשר זאת תפיסת הגאון החסיד על ס׳ ליקוטי אמרים ודומיו, אשר מפורש בהם פי׳ ממלא כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה כפשוטו ממש, ובעיני כבודו היא אפיקורסות גמורה לאמר שהוא ית׳ נמצא ממש בדברים שפלים ותחתונים ממש, ולפי מכתב מעלתם ע״ז נשרף הספר הידוע, ובפירוש מאמרים הנזכרים יש להם דרך נסתרה ונפלאה, ומלא כל הארץ כבודו היינו השגחה וכו׳.

ומי יתן ידעתיו ואמצאהו ואערכה לפניו משפטינו להסיר מעלינו כל תלונותיו וטענותיו הפילוסופיות אשר הלך בעקבותיהם לפי דברי תלמידיו הנ״ל לחקור אלקות בשכל אנושי, וכאשר קבלתי מרבותי נ״ע תשובה נצחת על כל דבריו.

גענומען פון דא.

נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 27, 2013 12:54 pm

· #82729
נולד מאוחר
לולקע , איז די טעם פון די קאקאש קעק מער גאט ווי די אקאש קעיק איטסעלף?
ווען איך שפיער די טעם בין איך מער דבוק און השם ווי ווען איך טאטש אן די קעיק?
וואס מיינט "גאט" ביי דיר? וואס מיינט "דבוק און השם" ביי דיר?

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:03 pm

· #82732
[quote="יאיר"]נשמה יתירה,
איך זע אז דער תולדות פרעגט עס, אבער לדאבוני בין איך נישט בקי אין ספרי חסידות און איך פארשטיי נישט זיין תירוץ, אפשר וואלטסטו געוואלט עס מסביר זיין אויף פלעין אידיש?
דער אמת איז, וואס דארפן מיר אויפפרישן די אלטע מחלוקת'ן צווישן מתנגדים און חסידות? איך וואלט אבער דאך געקענט באשטיין צו הערן א קלארער ענטפער פון אונזערע גדולי החסידות דפה קאווע שטיבל.
[quote="דער גר"א"]דור מה רמו עניו, ומילין לצד עלאה מללו: אלה אלקיך ישראל, כל עץ וכל אבן, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה בפסוק: ברוך כבוד ה׳ ממקומו, ובפסוק: ואתה מחיה את כולם. הוי על הרום הרעים שבהם שבדו מלבם משפט חדש ואולפין חדת, ושתו תלמידים הבאים אחריהם, ושם שמים מתחלל על ידיהם…[/quote]
דער בעל התניא
ולפי הנשמע אין במדינות ליטא מי שירום לבבו שלא לבטל דעתו מפני דעת הגאון החסיד ולאמר בפה מלא אין בפיהו נכונה ח״ו, כ״א במדינות הרחוקות כתוגרמא ואיטלייא ורוב אשכנז ופולין גדול וקטן. ובזאת חפצתי באמת, ובפרט בענין האמונה אשר לפי הנשמע במדינותינו מתלמידיו אשר זאת תפיסת הגאון החסיד על ס׳ ליקוטי אמרים ודומיו, אשר מפורש בהם פי׳ ממלא כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה כפשוטו ממש, ובעיני כבודו היא אפיקורסות גמורה לאמר שהוא ית׳ נמצא ממש בדברים שפלים ותחתונים ממש, ולפי מכתב מעלתם ע״ז נשרף הספר הידוע, ובפירוש מאמרים הנזכרים יש להם דרך נסתרה ונפלאה, ומלא כל הארץ כבודו היינו השגחה וכו׳.

ומי יתן ידעתיו ואמצאהו ואערכה לפניו משפטינו להסיר מעלינו כל תלונותיו וטענותיו הפילוסופיות אשר הלך בעקבותיהם לפי דברי תלמידיו הנ״ל לחקור אלקות בשכל אנושי, וכאשר קבלתי מרבותי נ״ע תשובה נצחת על כל דבריו.

גענומען פון דא.[/quote]

אין היכל הבעש"ט א גרויס אריכות.

לעיקוואד » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:08 pm

· #82734
יאיר
לולקע-ציבעך
נשמה יתירה
יאיר
איך האב מורא אז דער רעיון גרעניצט זיך מיט הגשמה, נישט קיין אויסנאם אין דער וועלט פון קבלה.

עס גרעניצט אבער עס איז נישט דאס. יחי ההבדל הקטן.

און לאז מיך טאקע באלעבן דעם הבדל הקטן: עס וואלט געווען הגשמה ווען איך וואלט דערקלערט אז זהו זה! מיר האבן געפאקט ג-ט באהאלטן אינעם עפל, און אט איז ער: יעדער קען אים יעצט זען! דא אבער, האב איך נאר מגדיר געווען *אונזער השגה* (עכ"פ, מיין השגה) אין דעם חלק אלוקי. דאס איז טאקע הגשמה, אבער פארט א באין-ברירה'דיגע זאך, אויב וויל מיר רעדן פון די זאכן *דא*.

די אמאליגע עובדי עבודה זרה פלעגן האלטן פונקט דאס זעלבע אויף זייערע עבודה זרות (ע"פ רוב), און אויף אזעלכע עבודה זרות האט די תורה געזאגט, "לא תעשון אתי אלהי כסף ואלהי זהב".

קודם כל, דער פראבלעם דא איז נישט הגשמה וויבאלד מזאגט נישט אויף קיין שום פרט גשמי שהוא האלוה.
אויב פראבלעם איז דאס עבודה זרה וריבוי באלוהות.
פון ווי נעמסטו אז דאס האבען די אמאליגע עובדי ע"ז געזאגט אויף זייערע עבודה זרות? אין דער תורה שטייט עס זיכער נישט. לויט דוד המלך און ישעיה הנביא האבן די עובדי עבודה זרה באמת געהאלטן אז דער האלץ (אדער אפשר מלאך/כח/כוכב המרומז בו) איז גאט און האט זיי באשאפען און האבען נישט געזאגט די אלע טיפע תורות.

און אפשר אה"נ, אפשר טאקע אויב איז דא אן עובד ע"ז וואס איז דאס אזוי מסביר איז לא על זה דברה תורה?

לעצטנס האב איך גערעדט מיט עפעס א קאטולישער גלח, איז ער מיר מסביר דער גאנצער שילוש זייערע פונקט אזוי חסידיש-קבליסטיש. איך קלער אז אין זיין קלויסטער מעג מען אריינגיין בלי שום חשש ע"ז והגשמה. דער איסור ע"ז איז לכאורה נאר ווער עס נעמט עס אן כפשוטו אז סדא מער ווי איין גאט אדער כח עליון.

ברסלבער » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:26 pm

· #82739
מען דערציילט אויפ'ן הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אז ווען ער איז געווען א יונגל האט אים איינער געזאגט "איך געב דיר א גילדן אויב דו זאגסט מיר ווי דער באשעפער וואוינט", האט דער קלוגער יונגל געענטפערט "איך געב דיר צוויי גילדן אויב דו זאגסט מיר ווי דער באשעפער וואוינט נישט.

פאר א לענגערע הסבר עפ"י תורת החסידות אינעם ענין פון מלא כל הארץ כבודו קוקט דא

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:35 pm

· #82744
לעיקוואד,
רחמנא ליצלן מהאי דעתא. (איך בעט דיר, מעק אויס דיין הודעה און איך וועל אויסמעגן מיינע!!)
דאס איז די סכנה אויף וועלכע דער גר"א האט אנגעוויזן!
ביסט פארנארט? די "טיפע הסברים" זענען אסאך אסאך עלטער פון דעם גלח מיט וועמען דו האסט גרעדט. עס גייט צוריק הונדערטע יאר, און שוין בימי הראשונים האבן זיי זיך מתפלפל געווען איבער אחד שהוא שלש וכו'. און דאך איז אנגענומען אז זיי זענען עוע"ז עכ"פ בשיתוף.
ועיין תשובות הריב"ש לגבי החילוק בין מאמיני השלישיות (=הנוצרים) להמקובלים, ואכמ"ל בזה.
אבער צו זאגן אז עבודה זרה פון די תורה איז נאר אזא איינער וועלכער גלייבט 'כפשוטו' אז זיין האלצערנע גטשיק האט באשאפן די וועלט, אבער אויב לייגט ער אריין עפעס טיפערע חשבונות דאן איז דאס שוין נישט ע"ז, דאס איז שקר און הס מלהזכיר.
ועיין גם ברמב"ם ריש הלכות עבודה זרה, שעיקר העבודה זרה התחיל ע"י שאמרו ליתן כבוד להמשמשים ולכן "...ראוי לאבד ולשבר כל הצורות כדי שלא יטעו בהן כל העם כמו אלו שהם מדמים שאין שם אלוה אלא אלו". אין אנדערע ווערטער, אפילו דער וואס דינט נאר אלס געבן כבוד פאר די משמשים און עבדים פון הקב"ה, איז דאך נאך אלס א מצוה צו צוברעכן כדי מ'זאל נישט צוקומען דארך דעם צו די גרויסע טעות. און כנראה אז דאס איז דער דין פון עבודה זרה הכתוב בתורה.

לולקע-ציבעך » זונטאג יאנואר 27, 2013 5:57 pm

· #82821
יאיר
לולקע-ציבעך
און לאז מיך טאקע באלעבן דעם הבדל הקטן: עס וואלט געווען הגשמה ווען איך וואלט דערקלערט אז זהו זה! מיר האבן געפאקט ג-ט באהאלטן אינעם עפל, און אט איז ער: יעדער קען אים יעצט זען! דא אבער, האב איך נאר מגדיר געווען *אונזער השגה* (עכ"פ, מיין השגה) אין דעם חלק אלוקי. דאס איז טאקע הגשמה, אבער פארט א באין-ברירה'דיגע זאך, אויב וויל מיר רעדן פון די זאכן *דא*.

די אמאליגע עובדי עבודה זרה פלעגן האלטן פונקט דאס זעלבע אויף זייערע עבודה זרות (ע"פ רוב), און אויף אזעלכע עבודה זרות האט די תורה געזאגט, "לא תעשון אתי אלהי כסף ואלהי זהב".

איך, מיט מיין קליינעם שכל, טראכט אז דער חילוק צווישן דעם עובד עבודה זרה און דעם מאמין וואס האלט דעם "אין עוד מלבדו" ליגט אין א קלייניגקייט. ביידע שטעלן זיך אפ אויף די טיף-העכערע כוחות וואס ליגט איבעראל באהאלטן. דער עובד עבו"ז בלייבט דארט שטיין, ביי די כוחות און העכערקייטן אליין, און "דינט" זיי. (וואס "דינען" מיינט איז א סוגיא פאר זיך. אבער לענינינו איז גענוג סתם דאס ווארט, עבודה -- וואס זי זאל נאר נישט מיינען.) דער מאמין זעט אין די כוחות אן אנטפלעקונג פון דעם אין-סוף, מיט וועמען מיר מוגבלים קענען האבן "שייכות" נאר דורך זיין באשאף. מיר קענען דאך קיינמאל נישט אנקומען ביז אין סוף, בלייבט אונז איבער די ברירה צו געפינען דעם חלק אלוקי וואס געפינט אין יעדער זאך. מען דארף אבער געדענקען אז דאס איז נישט "די זאך אליין", נאר מיר קענען פשוט נישט גיין ווייטער מחמת קוצר המשיג ורוחב המושג.

כ'ווייס נישט צי דאס איז אמת. (כ'געדענק פשוט נישט צי איך האב דאס געהערט/געזען, צי אליין אויסגעטראכט.) אבער אויב יא, איז דער חילוק צווישן עבו"ז און עבודת השם ממש א חוט השערה.

לולקע-ציבעך » זונטאג יאנואר 27, 2013 5:59 pm

· #82822
נולד מאוחר
איז מלא כל הארץ כבודו א אידשע מושג?
ווערט עס דערמאנט און מקרא אדער תלמוד?
כהאב מורא סאיז נולד מאוחר.

אין זוה"ק זיכער. כ'גלייב אבער אז די עצם קאנצעפט ווערט דערמאנט נאך פריער, נאר אין אנדערע ווערטער.

לולקע-ציבעך » זונטאג יאנואר 27, 2013 6:04 pm

· #82823
נולד מאוחר
לולקע , איז די טעם פון די קאקאש קעק מער גאט ווי די אקאש קעיק איטסעלף?
ווען איך שפיער די טעם בין איך מער דבוק און השם ווי ווען איך טאטש אן די קעיק?

יא, אויב דער חוש המישוש איז ביי דיר מער אנטוויקלט ווי דעם חוש הטעם. ווייל דעמאלט איז דאס עס אנטאפן די דקות'דיגסטע השגה וואס דו האסט אינעם קאקאש קעיק.

פאר זיך, איך וואלט אויסגעקליבן דעם טעם איבער דער מעגליכקייט פון שפירן דעם שטיקל קעיק מיט די הענט. דערפאר איז דער טעם פאר מיר די "עסענץ", דער תמצית, פונעם שטיקל קעיק. און דערפאר האב איך אנגעכאפט טעם אלס אילוסטראציע פאר א לפי-ערכ'דיגן רוחניות אין אט דעם שטיקל גשמיות.

נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 27, 2013 6:31 pm

· #82833
[quote="יאיר"]נשמה יתירה,
איך זע אז דער תולדות פרעגט עס, אבער לדאבוני בין איך נישט בקי אין ספרי חסידות און איך פארשטיי נישט זיין תירוץ, אפשר וואלטסטו געוואלט עס מסביר זיין אויף פלעין אידיש?
דער אמת איז, וואס דארפן מיר אויפפרישן די אלטע מחלוקת'ן צווישן מתנגדים און חסידות? איך וואלט אבער דאך געקענט באשטיין צו הערן א קלארער ענטפער פון אונזערע גדולי החסידות דפה קאווע שטיבל.
[quote="דער גר"א"]דור מה רמו עניו, ומילין לצד עלאה מללו: אלה אלקיך ישראל, כל עץ וכל אבן, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה בפסוק: ברוך כבוד ה׳ ממקומו, ובפסוק: ואתה מחיה את כולם. הוי על הרום הרעים שבהם שבדו מלבם משפט חדש ואולפין חדת, ושתו תלמידים הבאים אחריהם, ושם שמים מתחלל על ידיהם…[/quote]
דער בעל התניא
ולפי הנשמע אין במדינות ליטא מי שירום לבבו שלא לבטל דעתו מפני דעת הגאון החסיד ולאמר בפה מלא אין בפיהו נכונה ח״ו, כ״א במדינות הרחוקות כתוגרמא ואיטלייא ורוב אשכנז ופולין גדול וקטן. ובזאת חפצתי באמת, ובפרט בענין האמונה אשר לפי הנשמע במדינותינו מתלמידיו אשר זאת תפיסת הגאון החסיד על ס׳ ליקוטי אמרים ודומיו, אשר מפורש בהם פי׳ ממלא כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה כפשוטו ממש, ובעיני כבודו היא אפיקורסות גמורה לאמר שהוא ית׳ נמצא ממש בדברים שפלים ותחתונים ממש, ולפי מכתב מעלתם ע״ז נשרף הספר הידוע, ובפירוש מאמרים הנזכרים יש להם דרך נסתרה ונפלאה, ומלא כל הארץ כבודו היינו השגחה וכו׳.

ומי יתן ידעתיו ואמצאהו ואערכה לפניו משפטינו להסיר מעלינו כל תלונותיו וטענותיו הפילוסופיות אשר הלך בעקבותיהם לפי דברי תלמידיו הנ״ל לחקור אלקות בשכל אנושי, וכאשר קבלתי מרבותי נ״ע תשובה נצחת על כל דבריו.

גענומען פון דא.[/quote]
יאיר,
לויט ווי איך פארשטיי איז די מושג פין מאכען עבודה זרות אין ספעציפישע פארומס און תבניתים, טאקע ווייל מען וויל מסמל זיין (סימבאלאזירען) ספעציפישע געטליכע כוחות. אויב טוט מען דאס איז מען מגביל ומצמצם דעם בלי גבול. דהיינו מען שטעלט דאס אוועק פאר א געוויסע ספציפישער כח. די מערכה פין די תורה איז געווען אז מען זאל כאפען דעם אבסטראקער בלי גבולדיגער גאט, "לא ראיתם כל תמונה". אוודאי רעדט מען פין דעם באשעפערס כוחות און מען ניצט גופניותדיגע מליצות. טיפע פילוספישע מושגים איז נישט נחלת הכלל. אבער דער עיקר נקודה פין אחדות איז טאקע דאס גופא נישט צו געבן גבולדיגע מושגים אינעם בלי גבול. עס פארשטייט זיך דאך פשוט אז גבול איז היפך פין אחד. א גבול מיינט דאך אז עס איז דא עפעס וואס דאס איז נישט, ער איז מוגבל מיט דעם אז ער איז נישט יענע זאך. הייסט דאך דאס אז עס איז דא נאך עפעס חוץ אחדותו, ח"ו. וועגן דעם איז גבול היפך פין אחדות. און דערפאר איז די קפידת התורה נישט צו מסמל זיין אויף קיין שום וועג, ווייל דאס איז דאך גבול.
[באמת זיך איך נישט דא אריינצוגיין אין חקר המקרא, אויפצוווייזען אז דאס איז טאקע די נקודה מראשית נתינת התורה, און נישט ווי נולד מאוחר טענהט. דאס לאז איך פאר אנדערע חכמי הבית. איך גיי מיט די מסורהדיגע הבנה אינעם פראבלעם פין עבודה זרה].
ממילא איז באמת דיין טענה אז דאס איז געווען עבודה זרה, אינגאנצען נישט ריכטיג. אדרבה עס קוקט אויס אז די עובדי עבודה זרה שטימען מער מיט די מהלך פין צימצום כפשוטו. אז יעצט נאכען צימצום איז גאט טאקע מצימצום צו כוחות פרטיים.
די פילוסוף האט געפרעגט דעם בעשה"ק אן אנדערע פראגע. לויט דיר בעשה"ק איז דאך לית אתר פנוי מיניה, עס איז אלעס ער. אויב אזוי איז די מושג פין עבודה זרה זעלבסט אויך ער. איז פארוואס ביסטו דאס מדחה? אקצעפטיר דאס אויך? ער האט דאס געפרעגט דוקא מצד דאס וואס דער בעשה"ק האט געזאגט א נקודה פין 'רע נעשה כסא לטוב', און מיט דעם איז עס באמת איין זאך, און די רע איז נתעלה און עס ווערט טוב. אויף דעם פרעגט ער אז מען דארף אויב אזוי אויך כולל זיין עבודה זרה..

לעיקוואד » זונטאג יאנואר 27, 2013 6:56 pm

· #82834
היימישער ליטוואק
לעיקוואד,
רחמנא ליצלן מהאי דעתא. (איך בעט דיר, מעק אויס דיין הודעה און איך וועל אויסמעגן מיינע!!)
דאס איז די סכנה אויף וועלכע דער גר"א האט אנגעוויזן!
ביסט פארנארט? די "טיפע הסברים" זענען אסאך אסאך עלטער פון דעם גלח מיט וועמען דו האסט גרעדט. עס גייט צוריק הונדערטע יאר, און שוין בימי הראשונים האבן זיי זיך מתפלפל געווען איבער אחד שהוא שלש וכו'. און דאך איז אנגענומען אז זיי זענען עוע"ז עכ"פ בשיתוף.
ועיין תשובות הריב"ש לגבי החילוק בין מאמיני השלישיות (=הנוצרים) להמקובלים, ואכמ"ל בזה.
אבער צו זאגן אז עבודה זרה פון די תורה איז נאר אזא איינער וועלכער גלייבט 'כפשוטו' אז זיין האלצערנע גטשיק האט באשאפן די וועלט, אבער אויב לייגט ער אריין עפעס טיפערע חשבונות דאן איז דאס שוין נישט ע"ז, דאס איז שקר און הס מלהזכיר.
ועיין גם ברמב"ם ריש הלכות עבודה זרה, שעיקר העבודה זרה התחיל ע"י שאמרו ליתן כבוד להמשמשים ולכן "...ראוי לאבד ולשבר כל הצורות כדי שלא יטעו בהן כל העם כמו אלו שהם מדמים שאין שם אלוה אלא אלו". אין אנדערע ווערטער, אפילו דער וואס דינט נאר אלס געבן כבוד פאר די משמשים און עבדים פון הקב"ה, איז דאך נאך אלס א מצוה צו צוברעכן כדי מ'זאל נישט צוקומען דארך דעם צו די גרויסע טעות. און כנראה אז דאס איז דער דין פון עבודה זרה הכתוב בתורה.

רבינו
שרייען "רחמנא לצלן" איז נאכנישט קיין טענה.
איך זעה נישט אין דיינע אלע ווערטער קיין שום ראיה, טענה, מקור, אדער סברא, וואס פרעגט אפ מיין טענה.

דער רמב"ם, אפילו אם לפי דעתו גם לעבוד כדרך דור אנוש הוא עבודה זרה (יש בזה ספק מה פירוש המילים "עיקר עבודה זרה" שכתוב רמב"ם, עיקר או שרש, ואכ"מ), האט גארנישט מיט די סארט הסברים וואס איך זאג דיר.

איך וייס אז כמה הסברים זענען שוין אלט, און כמה נישט, און איך וייס נישט ווי עס איז אנגענומען ביי דיר אז עס איז ע"ז בשיתוף. עכ"פ עס קען זיכער זיין אז אויב שטייט שהוא ע"ז הכוונה לאלו הנוקטים שילוש כפשוטו ולא למי שמאמין כפי ההסברים העמוקים.

דערווייל וייס איך נישט קיין שום מקור אויף דעם אז גלייבען אזוי איז ע"ז, און אלע מקורות וואס איך וייס רעדן פון ע"ז כפשוטה. (אחוץ אפשר מכתב הגר"א וואס שטייט אויך נישט דאס פונקט און אויב דאס איז דעת הגר"א איז דאס דאך תלוי במחלוקת)

אפילו נניח שיש בריב"ש חילוק בין שילוש לספירות (מה שלא ברור כלל, וצל"ע אם הסברו מתאים לדעת המקובלים, ואכ"מ), איז דער רגע וואס דער גלח זאגט אז ער גלייבט אין שילוש על הדרך שאתה מסביר בספירות, בלייבט שוין וייטער נישט קיין חילוק.

איך האף מפארשטייט דא, איך זוך נישט דא צו פארטיידיגען נצרות אדער עבודה זרה, און אויך אליבא דיענער גלח בלייבט מיר נאך איבער אסאך סיבות נישט צו גלייבען אין נצרות, איך האב נאר געשריבען הויך מיין שאלה ומה שנראה לפי דעתי הענייה מאד אז עס דארף אויסקומען. אדרבה, מי שיש לו תשובה ישיב. פון נישט פרעגן וועל איך אוודאי נישט קלוגער ווערן און וויסען דער תשובה (איך ווארט אז יאיר זאל קומען ויאיר לנו את הנושא) .

נשמה יתירה » זונטאג יאנואר 27, 2013 7:02 pm

· #82837
לולקע-ציבעך
נולד מאוחר
איז מלא כל הארץ כבודו א אידשע מושג?
ווערט עס דערמאנט און מקרא אדער תלמוד?
כהאב מורא סאיז נולד מאוחר.

אין זוה"ק זיכער. כ'גלייב אבער אז די עצם קאנצעפט ווערט דערמאנט נאך פריער, נאר אין אנדערע ווערטער.

אולי איז דאס די טיפע הגדרה פין ה' אחד. אויב איז ח"ו נישט מלא כל הארץ כבודו, איז דאך פשט אז עס איז דא א פלאץ ווי ער איז נישט, ח"ו. איז דאך דאס א סתירה מיטן מושג פין אחדות הפשוט. כמובן אז אחדות מיינט נישט סתם די הגדרה פין איינס. עס מיינט אז בעצם איז בכלל נישט דא א מושג פין צוויי. דאס וואס אונז האבען מיר הגדרות פין צוויי איז נאר א דמיון.
[למשל ווען א מענטש חלומט פין א גאנצע מעשה מיט מענטשען חיות, פעלדער, און וועלדער. אין דעם וועלטעל פין זיין חלום איז באמת נאר דא איינער - ער. ס'איז נישט מער וואס ער האט זיך מצמצם געווען און זיך אוועקגעשטעלט בצורה פין די אלע כאראקטערס וואס ער האט באשאפען אין זיין חלום. כעין זה איז מיט אונזער וועלטעל, ואכ"מ.]
אלע אונזערע הגבלות והגדרות זענען גוט אויף צו ארבייטען דערמיט. אבער ווען מען איז זיך מעמיק דערין זעהט מען אז עס שטימט נישט.
לדוגמא, עס איז באקאנט די שאלה אויף די ענין פין מכת בכורות בחצות הלילה. די מעשה גייט אז איינער האט געפרעגט ר' חיים בריסקער, ווען פינקלטיך איז דאס חצות. אדער איז עס די ערשטע האלב נאכט, אדער איז עס שוין די צווייטע האלב נאכט. וועלכע רגע איז דער בכור געשטארבען? די אנגעבליכער תירוץ איז אז די ערשטע האלב נאכט האבען זיי געלעבט, און די צוויטע האלב נאכט שוין נישט. קומט דאך אויס אז חצות איז געווען זייער זמן מיתה.
באמת אבער איז די קשיא א יסודותדיגער און דער תירוץ נישט ריכטיג. אויב קען מען צוטיילען א יעדער זמן און לייגען איין העלפט צום עבר און איין העלפט צום עתיד, ווען איז אויב אזוי דער הוה? דעם אבן עזרא פין העבר אין וכו' דארף מען מתקן זיין אז וההוה 'אין', נישט כהרף עין. דער קשיא ווערט געפרעגט אויף כמה באקאנטע וועגן. לענ"ד זעהט מען פין דעם אז די אלע הגדרות זענען גיט אויף צו לעבן דעם טאג טעגליכען לעבן אבער אין עומק האמת איז עס נאר א דמיון.
די נקודה לענינו איז אז גבול איז א סתירה צו אחדות. ממילא קומט אויס אז ה' אחד, זאגט מלא כל הארץ כבודו. איז דאך פין ווען אידן האבען געזאגט דעם פסוק שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, פין דעמאלט איז די נקודה פין מלא כל הארץ כבודו געווען א חלק פין אונזער אמונה.

יאיר » זונטאג יאנואר 27, 2013 9:01 pm

· #82869
לעיקוואוד
קודם כל, דער פראבלעם דא איז נישט הגשמה וויבאלד מזאגט נישט אויף קיין שום פרט גשמי שהוא האלוה.
אויב פראבלעם איז דאס עבודה זרה וריבוי באלוהות.
פון ווי נעמסטו אז דאס האבען די אמאליגע עובדי ע"ז געזאגט אויף זייערע עבודה זרות? אין דער תורה שטייט עס זיכער נישט. לויט דוד המלך און ישעיה הנביא האבן די עובדי עבודה זרה באמת געהאלטן אז דער האלץ (אדער אפשר מלאך/כח/כוכב המרומז בו) איז גאט און האט זיי באשאפען און האבען נישט געזאגט די אלע טיפע תורות.

און אפשר אה"נ, אפשר טאקע אויב איז דא אן עובד ע"ז וואס איז דאס אזוי מסביר איז לא על זה דברה תורה?

לעצטנס האב איך גערעדט מיט עפעס א קאטולישער גלח, איז ער מיר מסביר דער גאנצער שילוש זייערע פונקט אזוי חסידיש-קבליסטיש. איך קלער אז אין זיין קלויסטער מעג מען אריינגיין בלי שום חשש ע"ז והגשמה. דער איסור ע"ז איז לכאורה נאר ווער עס נעמט עס אן כפשוטו אז סדא מער ווי איין גאט אדער כח עליון.

דאס אז די עבודה זרות זענען אויך נישט געווען כפשוטו נעם איך פון מיינע ספרים חיצונים. און עס איז א פשוט'ע סברא, זיי זענען דאך נישט געווען חסרי דעה. דוד המלך האט חוזק געמאכט פון די עבודה זרות אז זיי קענען נישט רעדן, אבער דאס איז לדעתי געווען אויף אן אופן ליצנות, נישט א שכל'דיגע הסבר פארוואס ס'איז נישט ריכטיג. מען קען פונקט אזוי ליצנות מאכן פון די כרובים.
דער כוזרי (מאמר א' סימן צד)
אָמַר הֶחָבֵר: כִּי הָאֻמּוֹת כֻּלָּם בַּזְּמָן הַהוּא הָיוּ עוֹבְדִים צוּרוֹת, וְאִלּוּ הָיוּ הַפִּילוֹסוֹפִים, מְבִיאִים מוֹפֵת עַל הַיִּחוּד וְעַל הָאֱלֹהוּת לֹא הָיוּ עוֹמְדִים מִבְּלִי צוּרָה שֶׁמְּכַוְּנִים אֵלֶיהָ וְאוֹמְרִים לַהֲמוֹנָם, כִּי הַצּוּרָה הַזֹּאת יִדְבַּק בָּהּ עִנְיָן אֱלֹהִי וְכִי הִיא מְיֻחֶדֶת בְּדָבָר מֻפְלָא נָכְרִי. וּמֵהֶם מִי שֶׁמְּיַחֵס זֶה אֶל הָאֱלֹהִים, כַּאֲשֶׁר אֲנַחְנוּ עוֹשִׂים הַיּוֹם בַּמְּקוֹמוֹת הַמְכֻבָּדִים אֶצְלֵנוּ, עַד שֶׁאָנוּ מִתְבָּרְכִים בָּהֶם וּבַעֲפָרָם וְאַבְנֵיהֶם, וּמֵהֶם מִי שֶׁמְּיַחֵס אוֹתוֹ אֶל רוּחֲנִיּוּת כּוֹכָב מִן הַכּוֹכָבִים אוֹ חַיִל מִן הַחֲיָלִים אוֹ מַעֲרֶכֶת מַזָּל וְזוּלַת זֶה, וְלֹא הָיוּ מַסְכִּימִים הֶהָמוֹן עַל תּוֹרָה אֶחָת, אֶלָּא בְצוּרָה מֻרְגָּשָׁה שֶׁמְּכַוְּנִים אֵלֶיהָ... וְחַטָּאתָם הָיְתָה בַצִּיּוּר אֲשֶׁר נֶאֱסַר עֲלֵיהֶם וְשֶׁיִּחֲסוּ עִנְיָן אֱלֹהִי אֶל מַה שֶּׁעָשׂוּ בְיָדָם וּרְצוֹנָם מִבְּלִי מִצְוַת הָאֱלֹהִים, וְיֵשׁ לָהֶם הִתְנַצְּלוּת – בְּמַה שֶּׁקָּדַם מֵהַמַּחֲלֹקֶת בֵּינֵיהֶם, וְלֹא הִגִּיעוּ עוֹבְדָיו אֶל שְׁלשֶׁת אַלְפֵי אִיש מִכְּלָל שֵׁשׁ מֵאוֹת אֶלֶף שֶׁהָיוּ... וְהַדָּבָר הַהוּא הוּא מְרֻחָק וּמְגֻנֶּה אֶצְלֵנוּ, מִפְּנֵי שֶׁאֵין בַּזְּמָן הַזֶּה צוּרוֹת נֶעֱבָדוֹת בְּרֹב הָאֻמּוֹת וְהָיָה קַל בַּזְּמָן הַהוּא, מִפְּנֵי שֶׁהָיוּ עוֹשִׂים כָּל הָאֻמּוֹת צוּרוֹת לַעֲבֹד אוֹתָם... וְלֹא הָיָה הַדָּבָר נָכְרִי בַצּוּרוֹת, אֲשֶׁר צִוָּה הוּא בָהֶם מֵהַכְּרוּבִים.

לויט דעם כוזרי זעט מיר אויס אז די עגל איז טאקע נישט געווען עבודה זרה ממש, און מעגליך אז די תורה האט טאקע נאר גע'אסר'ט עבודה זרות ממש, אבער על כל פנים אפילו מייחד זיין א צורה מדעתנו איז אויך זיכער אן אסור'דיגע זאך לדבריו.
לגבי דעם שילוש און קבלה, זיי זאגן דאך אז ישו איז גאט אליין, איז וואס איז שייך צו זאגן אז דאס איז נישט קיין הגשמה אדער עבודה זרה (שיתוף). אבער לויט די מקובלים וואס זאגן אז די עשר ספירות זענען גאט אליין, איז לכאורה זע איך טאקע נישט קיין חילוק צווישן זיי און דעם שילוש, אויסער דאס אז די קריסטן זענען אויך מגשם.

יאיר » זונטאג יאנואר 27, 2013 9:09 pm

· #82871
נשמה יתירה
לויט ווי איך פארשטיי איז די מושג פין מאכען עבודה זרות אין ספעציפישע פארומס און תבניתים, טאקע ווייל מען וויל מסמל זיין (סימבאלאזירען) ספעציפישע געטליכע כוחות. אויב טוט מען דאס איז מען מגביל ומצמצם דעם בלי גבול. דהיינו מען שטעלט דאס אוועק פאר א געוויסע ספציפישער כח. די מערכה פין די תורה איז געווען אז מען זאל כאפען דעם אבסטראקער בלי גבולדיגער גאט, "לא ראיתם כל תמונה". אוודאי רעדט מען פין דעם באשעפערס כוחות און מען ניצט גופניותדיגע מליצות. טיפע פילוספישע מושגים איז נישט נחלת הכלל. אבער דער עיקר נקודה פין אחדות איז טאקע דאס גופא נישט צו געבן גבולדיגע מושגים אינעם בלי גבול. עס פארשטייט זיך דאך פשוט אז גבול איז היפך פין אחד. א גבול מיינט דאך אז עס איז דא עפעס וואס דאס איז נישט, ער איז מוגבל מיט דעם אז ער איז נישט יענע זאך. הייסט דאך דאס אז עס איז דא נאך עפעס חוץ אחדותו, ח"ו. וועגן דעם איז גבול היפך פין אחדות. און דערפאר איז די קפידת התורה נישט צו מסמל זיין אויף קיין שום וועג, ווייל דאס איז דאך גבול.

דו זאגסט אז ווען דער בעל שם טוב זאגט אז דער באשעפער איז נכלל אין יעדע שטיין מיינט דאס נישט כפשוטו נאר ס'איז לסבר את האוזן צו ארויסברענגען די אחדות אלקית?

מוח שליט » זונטאג יאנואר 27, 2013 10:59 pm

· #82901
נשמה יתירה
יאיר,
לויט ווי איך פארשטיי איז די מושג פין מאכען עבודה זרות אין ספעציפישע פארומס און תבניתים, טאקע ווייל מען וויל מסמל זיין (סימבאלאזירען) ספעציפישע געטליכע כוחות. אויב טוט מען דאס איז מען מגביל ומצמצם דעם בלי גבול. דהיינו מען שטעלט דאס אוועק פאר א געוויסע ספציפישער כח. די מערכה פין די תורה איז געווען אז מען זאל כאפען דעם אבסטראקער בלי גבולדיגער גאט, "לא ראיתם כל תמונה".

נשמה, קוק דא די לשונות פין די רמב"ם אין די עיקרים:
רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק א
בימי אנוש טעו בני האדם טעות גדול ונבערה עצת חכמי אותו הדור ואנוש עצמו מן הטועים היה, וזו היתה טעותם, אמרו הואיל והאלהים ברא כוכבים אלו וגלגלים להנהיג את העולם ונתנם במרום וחלק להם כבוד והם שמשים המשמשים לפניו ראויין הם לשבחם ולפארם ולחלוק להם כבוד, וזהו רצון האל ברוך הוא לגדל ולכבד מי שגדלו וכבדו, כמו שהמלך רוצה לכבד העומדים לפניו וזהו כבודו של מלך, כיון שעלה דבר זה על לבם התחילו לבנות לכוכבים היכלות ולהקריב להן קרבנות ולשבחם ולפארם בדברים ולהשתחוות למולם כדי להשיג רצון הבורא בדעתם הרעה, וזה היה עיקר עבודת כוכבים, וכך היו אומרים עובדיה היודעים עיקרה, לא שהן אומרים שאין שם אלוה אלא כוכב זה, הוא שירמיהו אומר מי לא ייראך מלך הגוים כי לך יאתה כי בכל חכמי הגוים ובכל מלכותם מאין כמוך ובאחת יבערו ויכסלו מוסר הבלים עץ הוא, כלומר הכל יודעים שאתה הוא לבדך אבל טעותם וכסילותם שמדמים שזה ההבל רצונך הוא.
הלכה ב
ואחר שארכו הימים עמדו בבני האדם נביאי שקר ואמרו שהאל צוה ואמר להם עבדו כוכב פלוני או כל הכוכבים והקריבו לו ונסכו לו כך וכך ובנו לו היכל ועשו צורתו כדי להשתחוות לו כל העם הנשים והקטנים ושאר עמי הארץ, ומודיע להם צורה שבדה מלבו ואומר זו היא צורת הכוכב פלוני שהודיעוהו בנבואתו, והתחילו על דרך זו לעשות צורות בהיכלות ותחת האילנות ובראשי ההרים ועל הגבעות ומתקבצין ומשתחוים להם ואומרים לכל העם שזו הצורה מטיבה ומריעה וראוי לעובדה וליראה ממנה, וכהניהם אומרים להם שבעבודה זו תרבו ותצליחו ועשו כך כך ואל תעשו כך וכך, והתחילו כוזבים אחרים לעמוד ולומר שהכוכב עצמו או הגלגל או המלאך דבר עמהם ואמר להם עבדוני בכך וכך והודיע להם דרך עבודתו ועשו כך ואל תעשו כך, ופשט דבר זה בכל העולם לעבוד את הצורות בעבודות משונות זו מזו ולהקריב להם ולהשתחוות, וכיון שארכו הימים נשתכח השם הנכבד והנורא מפי כל היקום ומדעתם ולא הכירוהו ונמצאו כל עם הארץ הנשים והקטנים אינם יודעים אלא הצורה של עץ ושל אבן וההיכל של אבנים שנתחנכו מקטנותם להשתחוות לה ולעבדה ולהשבע בשמה, והחכמים שהיו בהם כגון כהניהם וכיוצא בהן מדמין שאין שם אלוה אלא הכוכבים והגלגלים שנעשו הצורות האלו בגללם ולדמותן אבל צור העולמים לא היה שום אדם שהיה מכירו ולא יודעו אלא יחידים בעולם כגון חנוך ומתושלח נח שם ועבר, ועל דרך זה היה העולם הולך ומתגלגל עד שנולד עמודו של עולם והוא אברהם אבינו.
הלכה ג
...ובן ארבעים שנה הכיר אברהם את בוראו, כיון שהכיר וידע התחיל להשיב תשובות על בני אור כשדים ולערוך דין עמהם ולומר שאין זו דרך האמת שאתם הולכים בה ושיבר הצלמים והתחיל להודיע לעם שאין ראוי לעבוד אלא לאלוה העולם ולו ראוי להשתחוות ולהקריב ולנסך כדי שיכירוהו כל הברואים הבאים, וראוי לאבד ולשבר כל הצורות כדי שלא יטעו בהן כל העם כמו אלו שהם מדמים שאין שם אלוה אלא אלו
פרק ב
עיקר הצווי בעבודת כוכבים שלא לעבוד אחד מכל הברואים לא מלאך ולא גלגל ולא כוכב ולא אחד מארבעה היסודות ולא אחד מכל הנבראים מהן ואף על פי שהעובד יודע שה' הוא האלהים והוא עובד הנברא הזה על דרך שעבד אנוש ואנשי דורו תחלה הרי זה עובד כוכבים, וענין זה הוא שהזהירה תורה עליו ואמרה ופן תשא עיניך השמימה וראית את השמש וגו' אשר חלק ה' אלהיך אותם לכל העמים, כלומר שמא תשוט בעין לבך תראה שאלו הן המנהיגים את העולם והם שחלק ה' אותם לכל העולם להיות חיים והווים ואינם נפסדים כמנהגו של עולם ותאמר שראוי להשתחוות להם ולעובדן, ובענין הזה צוה ואמר השמרו לכם פן יפתה לבבכם, כלומר שלא תטעו בהרהור הלב לעבוד אלו להיות סרסור ביניכם ובין הבורא
מורה הנבוכים חלק א פרק לו
ואתה יודע כי כל מי שעובד עבודה זרה לא יעבדה על דעת שאין אלוה בלעדיה, ולא דמה מעולם כלל מן העובדים, ולא ידמה מן הבאים שהצורה אשר יעשה מן המתכת או מן האבנים והעצים, שהצורה ההיא הוא אשר בראה השמים והארץ והיא הנהיגם, אבל אמנם יעבדוה על צד שהיא דמיון לדבר שהוא אמצעי בינם ובין האלוה יתברך, כמו שבאר ואמר מי לא ייראך מלך הגויים וכו', ואמר ובכל מקום מוקטר מוגש לשמי וכו', רומז אל הסבה הראשונה אצלם, וכבר ביארנו זה בחבורנו הגדול, וזה ממה שלא יחלוק בו אחד מבעלי תורתנו, אלא שהכופרים ההם עם היותם מאמינים מציאות הבורא, אחר שנתלית כפירתם בחק שהוא לבורא יתעלה לבד, ר"ל העבודה וההגדלה כמו שנאמר ועבדתם את ה' וכו', בעבור שתתקיים מציאותו באמונת ההמון, וחשבו החוק ההוא לזולתו, ויהיה זה מביא להעדר מציאותו יתעלה, מהאמנת ההמון, כי לא ישיג ההמון אלא מעשה העבודות, לא עניניהם ולא אמתת הנעבד בהם, חייבם הדבר ההוא המות
פין דעי לשונות הרמב"ם קוקט אויס אז די גאנצע פראבלעם פין עבודה זרה איז פשוט א גזירה אז מען וועט פארגעסן פינעם אייבערשטן.
ספר העיקרים מאמר ד פרק טז
שכל הכחות העליונות הם מוגבלות ולא יגיעו אלא על המוכן, כי כמו שכח האש לחמם והמים לקרר כן כח מאדים על דרך משל להשמיד להרוג ולאבד, ואין בידו להשפיע ההפך על המקבל או לשנות זה אם יהיה המקבל מוכן, כמו שאין כח ביד האש לקרר, וכן כח צדק להצליח ולהעשיר, ואין בידו לשנות ההוראה ההיא ולהשפיע ההפך על המקבל, כמו שאין כח ביד המים לחמם אלא במקרה, ועל זה הדרך שאר הכחות העליונות......וכן אי אפשר לכחות העליונות לחול על המקבלים בזולת ההכנה, הן שיהיה השפע ההוא חל על המקבל מצד טבע נגלה או מצד טבע נסתר, כמו שהסמים יפעלו במקבלים אם מצד טבעם ואם מצד סגולותיהם שהוא הטבע הנסתר כפי הכנת המקבלים לקבל הטבע ההוא או הסגולה ההיא.
ואולם כשיכין המקבל עצמו לקבל השפע ההוא המגיע מצד טבע הכוכב הנגלה, כמו לקבל הלחלוח מצד הלבנה והחמום על ידי השמש, אין זה ממה שיביא לטעות ולחשוב שהפעל ההוא מגיע מצד הפקת רצון הכוכב, אבל כשיכין המקבל עצמו לקבל שפע הכוכב על יד איזו פעולה מן הפעולות שסבתם נסתרת דומה אל הפעולה הנמשכת מהסמים מצד סגולותיהם, יביא את האנשים לטעות ולחשוב שהפעל ההוא מגיע מצד הפקת רצון הכוכב, ואינו כן, אלא כמו ששפע המלמד יחול על המוכן מהמתלמדים יותר ממה שיחול על הבלתי מוכן מבלי שיכוין המלמד לאחד מהם יותר ממה שיכוין לאחר, כן שפע הכוכב יגיע על המוכן יותר מעל הבלתי מוכן מבלי כוונה ורצון ממנו. וזה היה שורש הטעות בעובדי עבודה זרה, שהיו חושבין שהשפע המגיע מהכוכב היה מצד הפקת רצון הכוכב על ידי הפעולות המיוחדות לכוכב כוכב, ולא יחשבו שזה מצד שהפעולות ההם יתנו הכנה במקבל, וזה לפי שהיתה הסבה בהן נעלמת, ובעבור זה היו באין להשתחוות לו ולהתפלל לפניו ולזבח ולקטר ולנסך לכוכב ההוא, בהיותם חושבין להפיק רצון ממנו על יד הפעולות ההן. והטעות בזה מבואר, לפי שיכולת הכחות העליונות מוגבל ואין כח ביד שום אחד מהן לעשות אלא מה שיגזור טבעו, וכפי הכנת המקבל בלבד לא על צד הרצון כלל .
פין די לשונות אין ספר העיקרים קומט אויס אז עס איז אמת אז די כוכבים ומזלות האבען כוחות מסוימים. אין ווען מען איז זיך מכין צו זיין א כלי קיבול פאר די כוחות, באקומט מען טאקע די שפע במדה גדושה. אויב מען האלט אז די כוחות זענען בלינדע כוחות, אהן קיין רצון ובחירה, דעמאלט איז בעצם נישט קיין שום פראבלעם. די פראבלעם איז ווען מען האלט אז די כוחות האבען אליינס קאנטראל. די תורה האט גאסר'ט אפי' אויב מען ווייסט אז עס איז א בלינדע כח, מכח חשש אז מען וועט אנהייבען צו מיינען אז עס איז יא תלוי ברצונו של הכוכב. וועגן דעם איז נאר אסור אויב די עבודה איז נישט נראה קלאר אז מען פירט זיך דערמיט ווי צו א בלינדע כח.

עס איז לכאורה נישט ווי די זאגסט אז דער פראבלעם איז מאכען צורות וואס ווייזט אויף אן ענין פין גבול. באמת איז דאך געווען צורות ביי אידען אויך, די כרובים. די מקום המקודש ביותר האט געהאט צורות. איך וועל נישט אריין גיין באריכות וואס די צורות זענען געווען אבער אויבען אויף מיינט כמערה איש ולויתו, ממש זכרות בנקבות, וד"ל. די פראבלעם איז פשוט אלץ גזירה אז מען וועט אפלאזען דעם אייבערשטער.

אודה ולא אבוש, עס איז ביי מיר קיינמאל נישט קלאר געווען פינקטלעך די פראבלעם מיט עבודה זרה. לויטן רמב"ם איז מיר שווער, געבן מיר דען נישט קיין כבוד פאר א ספר תורה, אדער אפי' כל דבר שבקדושה? געבן מיר נישט קיין כבוד פאר מלאכים?
לויטען עיקרים פארשטיי איך נישט, געבן מיר נישט קיין כבוד פאר אליהו הנביא האלטען מיר נישט אז ער האט כוחות צו מרפא זיין חולים ווען ער קומט? זענען מיר טאקע אזוי מדקדק מסביר צו זיין אין פעסטשטעלען אז אליהו הנביא האט בשום אופן נישט קיין בחירה? אויב מיר האבען אין דעם נאר א ספק איז דאך לויט די עיקרים ספק עבודה זרה?
די עיקרים זאגט אז די כוכבים זענען כוחות אזוי אלע כוחות הטבע. איז מאי כולה רעש ווען זיי האבען יא בחירה. דער רמב"ם האלט דאך דוקא אז אלע כוכבים ומזלות זענען יא בעלי בחירה. אמת טאקע אז דער רמב"ם האלט מסתמא אז די כוחות הכוכבים ומזלות איז שטותים. אבער ווען יא וואס איז עס אנדערש פין די כוחות פין א מענטש א בעל בחירה? וואס האט די עיקרים געזען אזא פראבלעם אויב מען וועט האלטען אז די כוחות פין כוכבים ומזלות זענען יא בעלי בחירה?

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:33 am

· #82936
דער רמב"ם מיינט צו זאגן אז מען טאר נישט געבן פערזענליכע כבוד צו די צבא השמים און אים לויבן און דאנקען און מתפלל זיין צו אים אויף א פערזענליכע אופן, (ומהאי טעמא ערערו על תפלת מכניסי רחמים) ער רעדט נישט פון נוהג כבוד זיין אין א חפץ של מצוה.
איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם עקרים. איך מיין אז ער מיינט צו זאגן אז דער כח פונ'ם כוכב איז נאר ווייל דער באשעפער האט אים עס געגעבן, ברגע מען וועט אים עס אוועקנעמען וועט ער גארנישט קענען טון. אזוי דארף אויך צו זיין די כונה פון גיין צו א צדיק, אז ער קען פועל'ן ביים באשעפער, אבער ער קען נישט אליין טון וואס ער וויל צד עצמו.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:14 am

· #82942
יאיר
נשמה יתירה
לויט ווי איך פארשטיי איז די מושג פין מאכען עבודה זרות אין ספעציפישע פארומס און תבניתים, טאקע ווייל מען וויל מסמל זיין (סימבאלאזירען) ספעציפישע געטליכע כוחות. אויב טוט מען דאס איז מען מגביל ומצמצם דעם בלי גבול. דהיינו מען שטעלט דאס אוועק פאר א געוויסע ספציפישער כח. די מערכה פין די תורה איז געווען אז מען זאל כאפען דעם אבסטראקער בלי גבולדיגער גאט, "לא ראיתם כל תמונה". אוודאי רעדט מען פין דעם באשעפערס כוחות און מען ניצט גופניותדיגע מליצות. טיפע פילוספישע מושגים איז נישט נחלת הכלל. אבער דער עיקר נקודה פין אחדות איז טאקע דאס גופא נישט צו געבן גבולדיגע מושגים אינעם בלי גבול. עס פארשטייט זיך דאך פשוט אז גבול איז היפך פין אחד. א גבול מיינט דאך אז עס איז דא עפעס וואס דאס איז נישט, ער איז מוגבל מיט דעם אז ער איז נישט יענע זאך. הייסט דאך דאס אז עס איז דא נאך עפעס חוץ אחדותו, ח"ו. וועגן דעם איז גבול היפך פין אחדות. און דערפאר איז די קפידת התורה נישט צו מסמל זיין אויף קיין שום וועג, ווייל דאס איז דאך גבול.

דו זאגסט אז ווען דער בעל שם טוב זאגט אז דער באשעפער איז נכלל אין יעדע שטיין מיינט דאס נישט כפשוטו נאר ס'איז לסבר את האוזן צו ארויסברענגען די אחדות אלקית?

וואס מיינסטו מיט כפשוטו? איז דען דא עפעס חוץ פין דעם אז ער איז בלי גבול, ובלי פירוד, וואס דאס איז אחדות? דו האסט נאך א הגדרה אינעם אייבערשטען חוץ פין דעם?

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:30 am

· #82943
סאו דו זאגסט אז וויבאלד דער אויבערשטער איז בלי גבול מוז זיין אז ער איז אויך אין יעדן שטיין און האלץ? איז דאס אנדערש ווי פאנענטעאיזם?

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:33 am

· #82944
מוח,
סיי די רמב"ם און סיי די עיקרים זענען מסביר די פראבלעם אז מען וועט פארגעסען פינעם אחד יחוד ומיוחד. וואס איז די עומק החילוק צווישען דינען א כוכב צו דינען דעם אייבערשטען. איז דען נישט די איינציגסטע חילוק צו ער דינט א כח מסוים אדער ער דינט א בלי גבול. איז דאך דאס ממש די ווערטרע וואס איך האב געשריבען
לויט ווי איך פארשטיי איז די מושג פין מאכען עבודה זרות אין ספעציפישע פארומס און תבניתים, טאקע ווייל מען וויל מסמל זיין (סימבאלאזירען) ספעציפישע געטליכע כוחות. אויב טוט מען דאס איז מען מגביל ומצמצם דעם בלי גבול. דהיינו מען שטעלט דאס אוועק פאר א געוויסע ספציפישער כח. די מערכה פין די תורה איז געווען אז מען זאל כאפען דעם אבסטראקער בלי גבולדיגער גאט, "לא ראיתם כל תמונה".
וויאזוי איז דאס אנדערש פינעם רמב"ם והעיקרים?
קען זיין אז מיר וועלן פארשטיין דו געוואלדיגע גאולה וואס אט די געדאנקענגאנג פין לעבן בלי גבולדיג גיבט אונז, וועט אפשר זיין מובן די גאנצע צעקה גדולה ומרה אויף דינען א גבולדיגען גאט ח"ו. וועט אפשר יא זיין מובן די חומר הענין פין עבודה זרה. ווען די רמב"ם האט געמאכט פאר א מין איינעם וואס האלט פין הגשמה, איז דאס נישט געווען מכח רמית רוחא דאית ביה, ווי די ראב"ד האט אים טיטולירט אויף פלעצער. זיי האבען געמעגט זיין גדולים וטובים, אבער עיקר העיקרים חסר מן הספר. מען שטרעבט צו איין זאך במיוחד, ארויסגיין פין גבול, נקודה. דעה חסרת מה קנית.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:42 am

· #82945
יאיר
סאו דו זאגסט אז וויבאלד דער אויבערשטער איז בלי גבול מוז זיין אז ער איז אויך אין יעדן שטיין און האלץ? איז דאס אנדערש ווי פאנענטעאיזם?

איך קען נישט פונקטליך די אפטייטש פין פאנענטעאיזם. אבער איך ליין יעצט דארט ווי דו האסט מיר געלינקט אז זיי טענהן אז דאס איז נאענט אדער ממש תורה החסידות. פארשטייט זיך אז חסידות זאגט נישט נאר דאס. דער בעשה"ק האט מסביר געווען און אפשר אפי' מחדש געווען אנדערע טיפע און יסודותדיגע נקודות. אבער פונקט ווי מיר וועלן נישט האבען קיין פראבלעם אז די הגדרה פין אחדות הבורא זאל זיין מאנאטעאיזם, דאס זעלבע איז נישט קיין פראבלעם אויב עס איז דא אן אנדער ענגלישען ווארט דערפאר.

לולקע-ציבעך » מאנטאג יאנואר 28, 2013 2:06 pm

· #83062
נשמה יתירה
אולי איז דאס די טיפע הגדרה פין ה' אחד. אויב איז ח"ו נישט מלא כל הארץ כבודו, איז דאך פשט אז עס איז דא א פלאץ ווי ער איז נישט, ח"ו. איז דאך דאס א סתירה מיטן מושג פין אחדות הפשוט. כמובן אז אחדות מיינט נישט סתם די הגדרה פין איינס. עס מיינט אז בעצם איז בכלל נישט דא א מושג פין צוויי. דאס וואס אונז האבען מיר הגדרות פין צוויי איז נאר א דמיון.

אכן. כ'האב דאס זעלבע געטראכט. נולד מאוחר פרעגט פאר א מקור, אבער איך מיין אז דאס איז בעצם פשוט-פשט אין אחדות הבורא, ווי דו, נשמה יתירה, זאגסט. אחדות הפשוט מיינט ממש דאס: ס'איז אלעס ער, און נאר ער. דאס וואס מיר זעען אז ס'איז דא "חילוק", זאכן, צוויי, דאס און יענץ -- דאס איז באמת דער צמצום. ווען נישט דעם צמצום, וואלט נישט געווען אזא זאך ווי מער ווי איין-איינציגקייט. מיר קענען זיך אזא זאך נישט מצייר זיין, ווייל דאס בעצם, אז מיר לעבן אין א מציאות וואס דערהייבט מער ווי אחדות הפשוט, איז א תנאי קודם למעשה פאר אונזער עקזיסטענץ. אין א מציאות פון אחדות הפשוט איז נישטא קיין פלאץ פאר גארנישט. אלעס איז איין גרויסער "נישט". עקזיסטענץ אליין איז אין זיך כולל דעם מושג פון נישט-עקזיסטענץ -- וואס איז שוין עפעס מחוץ אחדות הפשוט. (כ'האף אז איך בין גענוג קלאר מסביר מיין נקודה.)

נשמה יתירה
אלע אונזערע הגבלות והגדרות זענען גוט אויף צו ארבייטען דערמיט. אבער ווען מען איז זיך מעמיק דערין זעהט מען אז עס שטימט נישט.
לדוגמא, עס איז באקאנט די שאלה אויף די ענין פין מכת בכורות בחצות הלילה. די מעשה גייט אז איינער האט געפרעגט ר' חיים בריסקער, ווען פינקלטיך איז דאס חצות. אדער איז עס די ערשטע האלב נאכט, אדער איז עס שוין די צווייטע האלב נאכט. וועלכע רגע איז דער בכור געשטארבען? די אנגעבליכער תירוץ איז אז די ערשטע האלב נאכט האבען זיי געלעבט, און די צוויטע האלב נאכט שוין נישט. קומט דאך אויס אז חצות איז געווען זייער זמן מיתה.
באמת אבער איז די קשיא א יסודותדיגער און דער תירוץ נישט ריכטיג. אויב קען מען צוטיילען א יעדער זמן און לייגען איין העלפט צום עבר און איין העלפט צום עתיד, ווען איז אויב אזוי דער הוה? דעם אבן עזרא פין העבר אין וכו' דארף מען מתקן זיין אז וההוה 'אין', נישט כהרף עין. דער קשיא ווערט געפרעגט אויף כמה באקאנטע וועגן. לענ"ד זעהט מען פין דעם אז די אלע הגדרות זענען גיט אויף צו לעבן דעם טאג טעגליכען לעבן אבער אין עומק האמת איז עס נאר א דמיון.
די נקודה לענינו איז אז גבול איז א סתירה צו אחדות. ממילא קומט אויס אז ה' אחד, זאגט מלא כל הארץ כבודו. איז דאך פין ווען אידן האבען געזאגט דעם פסוק שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, פין דעמאלט איז די נקודה פין מלא כל הארץ כבודו געווען א חלק פין אונזער אמונה.

דאס איז דאך די אור-אלטע קשיא, וואס איז דאס צייט? די וויסנשאפט היינט ווייסט נאכנישט דעם ענטפער, און די טעאריעס נעמען אריין אלערליי מעגליכע השערות, פון אז זי איז עפעס א פיזישער, ממשות'דיגער באשטאנדטייל, ביז דער מעגליכקייט אז צייט איז אן אילוזיע אין וועלכער מיר זענען, נעבעך, פארכאפט.

לולקע-ציבעך » מאנטאג יאנואר 28, 2013 2:11 pm

· #83065
יאיר

דאס אז די עבודה זרות זענען אויך נישט געווען כפשוטו נעם איך פון מיינע ספרים חיצונים. און עס איז א פשוט'ע סברא, זיי זענען דאך נישט געווען חסרי דעה. דוד המלך האט חוזק געמאכט פון די עבודה זרות אז זיי קענען נישט רעדן, אבער דאס איז לדעתי געווען אויף אן אופן ליצנות, נישט א שכל'דיגע הסבר פארוואס ס'איז נישט ריכטיג. מען קען פונקט אזוי ליצנות מאכן פון די כרובים.

קלאר אזוי. די עבודה זרה'ס האבן צוגעשטעלט פאר דעם מענטש א מורא'דיגן תענוג. יעדער עבודה זרה האט צוגעשטעלט אן אופן דורך וועלכן דער מענטש האט זיך געקענט מדבק זיין אין יענעם כוח און שפירן אן איבערמענטשליכע הנאה. הרב ארי' קאפלאן אין זיין בוך "מעדיטאציע און דער בייבל" מאכט א שטארקן קעיס דערפאר.

לולקע-ציבעך » מאנטאג יאנואר 28, 2013 2:33 pm

· #83077
נשמה יתירה
יאיר
סאו דו זאגסט אז וויבאלד דער אויבערשטער איז בלי גבול מוז זיין אז ער איז אויך אין יעדן שטיין און האלץ? איז דאס אנדערש ווי פאנענטעאיזם?

איך קען נישט פונקטליך די אפטייטש פין פאנענטעאיזם. אבער איך ליין יעצט דארט ווי דו האסט מיר געלינקט אז זיי טענהן אז דאס איז נאענט אדער ממש תורה החסידות. פארשטייט זיך אז חסידות זאגט נישט נאר דאס. דער בעשה"ק האט מסביר געווען און אפשר אפי' מחדש געווען אנדערע טיפע און יסודותדיגע נקודות. אבער פונקט ווי מיר וועלן נישט האבען קיין פראבלעם אז די הגדרה פין אחדות הבורא זאל זיין מאנאטעאיזם, דאס זעלבע איז נישט קיין פראבלעם אויב עס איז דא אן אנדער ענגלישען ווארט דערפאר.

"פאנטעאיזם", אינעם סאמע פשוט'ן אפטייטש, זאגט אז ג-ט מיינט דער כלל-כולו פון כל היקום -- דער גאנצער עקזיסטענץ. דאס מיינט אז דער מושג "ג-ט" איז די זעלבע זאך ווי ממש אלעס וואס איז נאר פאראן, אריינגערעכנט אלעס אבסטראקטע באגריפן, ווי מחשבות, דמיונות אד"ג. אלעס, אין א ווארט, מיינט אלעס ממש.

פאנטעאיזם, לויט אונזער שמועס אין דעם אשכול, איז זייער גוט און שיין -- און אפילו אמת. אבער ג-ט איז דאך למעלה מהשגתינו. פאנטעאיזם, אפילו מיר קענען זיך עס נישט פארשטעלן אין געדאנק, איז פארט א הגדרה וואס מיר קענען משיג זיין, אפילו אויב מיר פארשטיין עס בלויז בתורת קאנצעפט. במילא וואלט איך געזאגט אז פאנטעאיזם איז א שיינע בחינה אין "אין עוד מלבדו" ווי מיר קענען עס פארשטיין. מען מוז אבער דערביי געדענקען אז דאס איז אונזער השגה -- אונזער מיטל, פון אונזער באגרעניצטן שכל, צו משיג זיין דעם געדאנק פון אין עוד מלבדו. השי"ת אליין איז מופשט באחדות הפשוט, און אזוי לאנג ווי מיר קענען וועגן עפעס רעדן בכלל, איז דאס אליין א סימן אז ס'איז נישט די זאך אליין.

לולקע-ציבעך » מאנטאג יאנואר 28, 2013 2:39 pm

· #83084
מוח שליט
אודה ולא אבוש, עס איז ביי מיר קיינמאל נישט קלאר געווען פינקטלעך די פראבלעם מיט עבודה זרה. לויטן רמב"ם איז מיר שווער, געבן מיר דען נישט קיין כבוד פאר א ספר תורה, אדער אפי' כל דבר שבקדושה? געבן מיר נישט קיין כבוד פאר מלאכים?
לויטען עיקרים פארשטיי איך נישט, געבן מיר נישט קיין כבוד פאר אליהו הנביא האלטען מיר נישט אז ער האט כוחות צו מרפא זיין חולים ווען ער קומט? זענען מיר טאקע אזוי מדקדק מסביר צו זיין אין פעסטשטעלען אז אליהו הנביא האט בשום אופן נישט קיין בחירה? אויב מיר האבען אין דעם נאר א ספק איז דאך לויט די עיקרים ספק עבודה זרה?

איך טראכט אז דער חילוק שטעקט דעם אז מיר געבן כבוד פאר א ספר תורה נאר דערפאר ווייל זי אנטהאלט דעם דבר השם. דאס זעלבע מיט מלאכים, פאר'ן אויספירן דעם דבר השם אויף אן אופן וואס מיר, וואס פארמאגן שכל, אן עגא, און חשבונות, קענען קיינמאל נישט באווייזן. דער חילוק איז טאקע דקות'דיג, אבער מיר געפינען נישט זעלטן אז דער חילוק צווישן א מצוה מן המובחר און יהרג ואל יעבור זאל זיין ממש כחוט השערה. (דער חילוק צווישן שמחה און הוללות ...)

מוח שליט » מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:01 pm

· #83125
לולקע-ציבעך
נשמה יתירה
יאיר
סאו דו זאגסט אז וויבאלד דער אויבערשטער איז בלי גבול מוז זיין אז ער איז אויך אין יעדן שטיין און האלץ? איז דאס אנדערש ווי פאנענטעאיזם?

איך קען נישט פונקטליך די אפטייטש פין פאנענטעאיזם. אבער איך ליין יעצט דארט ווי דו האסט מיר געלינקט אז זיי טענהן אז דאס איז נאענט אדער ממש תורה החסידות. פארשטייט זיך אז חסידות זאגט נישט נאר דאס. דער בעשה"ק האט מסביר געווען און אפשר אפי' מחדש געווען אנדערע טיפע און יסודותדיגע נקודות. אבער פונקט ווי מיר וועלן נישט האבען קיין פראבלעם אז די הגדרה פין אחדות הבורא זאל זיין מאנאטעאיזם, דאס זעלבע איז נישט קיין פראבלעם אויב עס איז דא אן אנדער ענגלישען ווארט דערפאר.

"פאנטעאיזם", אינעם סאמע פשוט'ן אפטייטש, זאגט אז ג-ט מיינט דער כלל-כולו פון כל היקום -- דער גאנצער עקזיסטענץ. דאס מיינט אז דער מושג "ג-ט" איז די זעלבע זאך ווי ממש אלעס וואס איז נאר פאראן, אריינגערעכנט אלעס אבסטראקטע באגריפן, ווי מחשבות, דמיונות אד"ג. אלעס, אין א ווארט, מיינט אלעס ממש.

פאנטעאיזם, לויט אונזער שמועס אין דעם אשכול, איז זייער גוט און שיין -- און אפילו אמת. אבער ג-ט איז דאך למעלה מהשגתינו. פאנטעאיזם, אפילו מיר קענען זיך עס נישט פארשטעלן אין געדאנק, איז פארט א הגדרה וואס מיר קענען משיג זיין, אפילו אויב מיר פארשטיין עס בלויז בתורת קאנצעפט. במילא וואלט איך געזאגט אז פאנטעאיזם איז א שיינע בחינה אין "אין עוד מלבדו" ווי מיר קענען עס פארשטיין. מען מוז אבער דערביי געדענקען אז דאס איז אונזער השגה -- אונזער מיטל, פון אונזער באגרעניצטן שכל, צו משיג זיין דעם געדאנק פון אין עוד מלבדו. השי"ת אליין איז מופשט באחדות הפשוט, און אזוי לאנג ווי מיר קענען וועגן עפעס רעדן בכלל, איז דאס אליין א סימן אז ס'איז נישט די זאך אליין.

לולקע, עס איז דא פאנטעאיזם, און עס איז דא פאנענטעאיזם, די חילוק פין זיי צוויי איז בלי גבול. 🙂
פאנטעאיזם איז ווי די זאגסט, אז ג-ט איז די עקזיסטענץ מיט אלע אירע באגריפען. ממלא כל עלמין
פאנענטעאיזם איז אז ג-ט איז די עקזיסטענץ אין אויך אינדרויסען פין עקזיסטענץ. ממלא וסובב. גבול אין אויך בלי גבול.
ואם אין ראי' לדבר, זכר לדבר מיהא איתא. דער נ' איז דאך דער ענין פין נ' שערי בינה וואס א מענטש מצד הגבלה קען נישט זוכה זיין. וועגן דעם איז אפי' משה רבינו געווען ותחסרהו מעט מאלוקים. וויבאלד ער איז א נברא/מוגבל קען ער נישט אנקומען צום נ'. איז דאך אויב אזוי האבעך געקלערט פאר נכון אז דאס קען אפשר זיין דער ענין פינעם הוספת נ' דא.

בענין מיין שאלה פין עבודה זרה אין אלע מתרצים דא, דו, נשמה, יאיר, וועל איך שפעטער מגיב זיין כיד ה' הטובה עלי. כ'האב פשוט געהאט דעם גיטען חידוש מיט'ן "נ", אין כ'האב נישט געוולאט זיין א בחינה פין כובש נביאתו ח"ו.

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:08 pm

· #83147
איך דארף נאך אמאהל נאך קוקען אין מקור, אבער איך דענק אז די פשט וואס דער מגיד זאגט איז, אז פונקט ווי דער טעם פין אן עפעל ווייזט אויף א חלק רוחני פין אן עפעל אזוי אויך איז דא א חלק אלקי אין יעדעס דבר גשמי, ער ניצט עס אלץ א משל. אפשר זאגט ער אויך אז טעם איז דער העכסטע רוחניות וואס מען קען משיג זיין בגשמיות.

אבער זאגען אז טעם איז דער חלק אלוקי ווי עס ווערט דא ארןיס געברענגט, איז דאכט זיך נישט וואס ער זאגט.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:32 pm

· #83175
איחוד פעלד
איך דארף נאך אמאהל נאך קוקען אין מקור, אבער איך דענק אז די פשט וואס דער מגיד זאגט איז, אז פונקט ווי דער טעם פין אן עפעל ווייזט אויף א חלק רוחני פין אן עפעל אזוי אויך איז דא א חלק אלקי אין יעדעס דבר גשמי, ער ניצט עס אלץ א משל. אפשר זאגט ער אויך אז טעם איז דער העכסטע רוחניות וואס מען קען משיג זיין בגשמיות.
אבער זאגען אז טעם איז דער חלק אלוקי ווי עס ווערט דא ארןיס געברענגט, איז דאכט זיך נישט וואס ער זאגט.
דא האסטו דעם מקור.
הקדמת הרה"ק ר' שלמה לוצקער לספר מגיד דבריו ליעקב.
תחלת הכל ראוי לדעת שמלא כל הארץ כבודו, ולית אתר פנוי מיניה, והוא בתוך עלמין וכו'. ודבר זה נראה בחוש בכל דבר, כי בכל מקום יש חיות הבורא ב"ה. כי בודאי יהיה בדבר ההוא טעם או ריח או מראה או אהבה, ר"ל שהוא דבר נאהב או דבר נורא או דבר מפואר, וכן שארי מדות. וכאשר נפשיט אותה מן הגשמיות ונחשוב רק הרוחניות לבד, כגון הטעם או הריח וכיוצא בו כנ"ל בעצמו, בוודאי נראה בחוש שהוא דבר הבלתי מורגש בידים ועיני בשר, רק שהוא נרגש בהשגה לחיות ונשמת אדם לבד, אם כן בוודאי הוא דבר רוחני וחיות הבורא ית' השוכן בדבר המגושם הזה כנשמה בגוף.
הייסט עס אז טעם וריח רופט ער דא א "דבר רוחני וחיות הבורא השוכן בדבר המגושם". אן ענליכע זאך טרעפט מען נאך אין די גמרא כלפי ריח.
ברכות מג, אמר רב זוטרא בר טוביה אמר רב: מנין שמברכין על הריח - שנאמר: +תהלים ק"נ+ כל הנשמה תהלל יה, איזהו דבר שהנשמה נהנית ממנו ואין הגוף נהנה ממנו - הוי אומר זה הריח.
דער בעל סדר היום ניצט דאס כלפי שמעקן בשמים ביומי תענית.
לכן ראיתי טוב ליקח מעט בשמים או הדס ומשעה לשעה יריח בה ויברך ולא מצאתי תקון אחר קרוב מזה אחר שאינו יוצא מב"ה והחכם עיניו בראשו להבין ולהשכיל כל הענינים על מתכונתו ואין אנו חוששין אם הוא נוהג בכך להריח בעצי בשמים כל שעה ולא עוד אלא שאנחנו מבקשים ביום הזה כל דבר עינוי ואיך יעשה ההפך דכיון שעושה הדבר לש"ש אין לחוש ודי לנו מה שאסרה תורה וגדר שגדרו חכמים עלינו ועוד דתענוג נשמה הוא זה ולא תענוג דגוף כמ"ש רז"ל בפ' כל הנשמה תהלל יה איזו דבר הוא שהנשמה נהנה ממנו ולא הגוף זהו הריח.
פארוואס רופט זיך טעם מער דבר רוחני ווי די שטיקל קאקאש קעיק אליין, כקושית נולד מאוחר?. דארף מען דאך פארשטיין אז די גאנצע מושג פין "רוחני", מיינט מער אפען, ווייניגער מוגדר. א טעם איז סאך ווייניגער מוגבל ווי א חפץ מסוים. עי' באשכול 'גשמיות רוחניות בתורה הבעל שם' מה שכתבתי בזה.
דער אורחות צדיקים אין שער השמחה, זאגט אז כבוד, אהבה, אין יא אפי' נקמה הייסט מער תענוג רוחני ווי אכילה ושתיה.
ובעולם הזה תוכל להכיר קצת מתענוגי הנשמות בלא אכילה ושתיה, כגון בני אדם המתנקמים בשונאיהם, וכגון הכבוד בעת שמכבדים בני אדם, וכשאדם רואה דברים יפים, או כשרואה אדם בנו החביב שלא ראה אותו תוך זמן מרובה, או כששומע בשורות טובות. ובכל אלה יש תענוג גדול בלא אכילה ושתיה. ואם זה בעולם הגופים שאנחנו רואים שהנשמות ניהנות מזה - תבין תענוג הנשמות כשתעלה לשמי מרומים, ותהנה מזיו העליון ומזיו השכינה

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:38 pm

· #83179
איחוד פעלד
אבער זאגען אז טעם איז דער חלק אלוקי ווי עס ווערט דא ארןיס געברענגט, איז דאכט זיך נישט וואס ער זאגט.
לפי הבנתי איז נישט נאר טעם דער חלק אלוקי, נאר דער גשם אויך. אין עוד מלבדו איז נישט קיין פלאפלעריי. עס מיינט אלעס ממש, רוחניות און אויך גשמיות, אלעס איז ער. עד כדי כך אז דער פילוסוף האט געפרעגט דעם בעשה"ק אז לפי דבריו איז אפי' עבודה זרה אויך א חלק ממנו יתברך. עי"ש תירוצו אז עס איז דאך דא אן ענין פין הבדלה, ואכ"מ.
יאיר
סאו דו זאגסט אז וויבאלד דער אויבערשטער איז בלי גבול מוז זיין אז ער איז אויך אין יעדן שטיין און האלץ
פארוואס ניצט מען א שפראך אז ער איז "אין" יעדע שטיין און האלץ? ער איז יעדע שטיין און האלץ. אוודאי ער איז נישט נאר שטיין און האלץ, ער איז בלי גבול. אבער כידוע פין ר' מאיר אבן גבאי, אז כשם שיש לו כח בבלי גבול, כך יש לו כח בגבול. ער איז כביכול אלעס, בלי גבול און אויך גבול.
מען ניצט דעם שפראך געווענליך ווייל מען פארשטייט נישט די ענין ממילא ניצט מען עפעס אזאנע לשון קודש ווערטער "ניצוץ אלוקי" געפינט זיך אין די חפץ. אוודאי איז דאס נישט געזאגט געווארען בנוגע די חשובע שרייבערס דא, נאר איך רעד בדרך כלל.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:54 pm

· #83191
וע"ע המשך דבריו של ר' שלמה לוצקער בההקדמה
כי החיות שלו ית' הוא כמו הקול, והלבושים שנתצמצם שם החיות הוא כמו הדיבור המלביש ומצמצם לקול, והמשכיל יבין.
די מציאות פין אלעם איז דער אייבערשטער. אזוי ווי קול וואס איז נישט אויסגעפארעמט בצורת אותיות. די דיבור איז די צימצום און הגבלה פינעם קול פשוט. וועט דען איינער זאגען אז די קול געפינט זיך אין די דיבורים? די קול איז די דיבור בשלימותו. דיבור איז נאר א צימצום פינעם קול.
ער געט אויך א משל פין אהבה. ער זאגט אז אלע מדות ומושגים והרגשים פינעם מענטש זענען מציאותו יתברך וואס האט זיך מגביל געווען כביכול אין די אלא פארשידענארטיגע מושגים ומדות אין די בריאה. די צימצומים און הגבלות זענען אלע אנדערש, אבער די מציאות עצמי פין די זאך, איז ביי אלע די זעלבע.
ונאמר לקרב אל השכל קצת מהות השורש, נחשוב ברוחניות שורש האהבה עצמה כנ"ל, נראה בחוש שהוא רק חיות הבורא ית' שנתצמצם כביכול שיהיה מושג בבחינת אהבה. כי בוודאי יש חיות ורוחניות שאינו מושג בבחינת אהבה רק בבחינה אחרת, כגון בבחינת יראה או התפארות ושארי מדות, כי בוודאי כולם הם חיות ורוחניות כנ"ל, רק שכל א' אינו מושג כמו חבירו, כי נתצמצם בצמצום אחר, ר"ל בהשגה אחרת, אבל בפנימיותם העצמיית כולם שווים שהם חיות ורוחניות כנ"ל כי כולם נמשכים משורש א' אשר שם אין שום התחלקות כלל

בלי גבול ובלי התחלקות, דאס איז די שורש, דאס איז די מציאות האמיתי.

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:18 pm

· #83200
איך האב שוין לאנג פארלוירן דעם המשך. די זאכן זענען צו טיף פאר מיר, איך וועל זיך ענדערש אפגעבן מיט סייקליסטס און די חטאים פון דוד המלך.

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:48 pm

· #83211
יאיר
איך האב שוין לאנג פארלוירן דעם המשך. די זאכן זענען צו טיף פאר מיר, איך וועל זיך ענדערש אפגעבן מיט סייקליסטס און די חטאים פון דוד המלך.

ג"א מצטרף. איך וואלט נאר מוסיף געווען/קלאר געמאכט אז דער פראבלעם דא איז נישט אזוי עומק הנושא ווי אופן בהירות וצורת הדיון וואס פאדערט זיך דן צו זיין אזעלכע זאכען, אנהייבנדיג מיט פשוטע הגדרות ביז מזעהט אז מפארשטייט זיך אויף די אלף בית און אזוי בהדרגה גיין ווייטער ביז מער קאמלפילירטע נקודות והגדרות. דערוויל אין דרע שמועס זעהט אויס אז אלע משתתפים האבען געוויסע הבנות אבער עס איז בכלל נישטא קיין מוסכמדיגער שפראך אויף די אל"ף בי"ת וממילא האלט קיינער נישט מיט וואס טוט זיך.

אם יהיה אלהים (האחד, הפשוט, הא"ס) עמדי, ויהיה דרישה מהקהל, וועל איך אפשר פראבירען עפענען אן אשכול צו רעדן אביסל איבער גאט אנהייבנדיג פון די פשוטסטע יסודות והנחות זאל לפחות די פשוטע זאכען זיין קלאר, און דאן אפשר גיין טיפער. (דערווייל האב איך געשריבען אביסעל אין מיין אשכול אויך שפינאזע'ן, עיי"ש)

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:49 pm

· #83212
יאיר
איך האב שוין לאנג פארלוירן דעם המשך. די זאכן זענען צו טיף פאר מיר, איך וועל זיך ענדערש אפגעבן מיט סייקליסטס און די חטאים פון דוד המלך.
א אינגעל זיכט זייער שטארק א דאלער וואס ער האט פארלוירען. ער דרייט זיך אהין אין צוריק, ארויף אין אראפ מיט אזא ערענסטע מינע. פרעגט אים זיין חבר, ביסט זיכער אז דו האסט עס פארלוירען אין דעם שטוב? ניין, איך ווייס זיכער אז איך האב עס פארלוירען אין אן אנדער שטוב, אבער דארט איז זייער טונקעל, און צו שווער צו זוכען.

איך זעה יעצט וואס לעיקוואד זאגט. מסכים לדבריך. לינק מיר דיין אשכול זיי מוחל.

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:59 pm

· #83219
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2333">viewtopic.php?f=8&t=2333</a><!-- l -->

ועל אלקים שלו
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2333#p60527">viewtopic.php?f=8&t=2333&start=25#p60527</a><!-- l -->

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:40 pm

· #83227
נשמה יתירה
יאיר
איך האב שוין לאנג פארלוירן דעם המשך. די זאכן זענען צו טיף פאר מיר, איך וועל זיך ענדערש אפגעבן מיט סייקליסטס און די חטאים פון דוד המלך.
א אינגעל זיכט זייער שטארק א דאלער וואס ער האט פארלוירען. ער דרייט זיך אהין אין צוריק, ארויף אין אראפ מיט אזא ערענסטע מינע. פרעגט אים זיין חבר, ביסט זיכער אז דו האסט עס פארלוירען אין דעם שטוב? ניין, איך ווייס זיכער אז איך האב עס פארלוירען אין אן אנדער שטוב, אבער דארט איז זייער טונקעל, און צו שווער צו זוכען.

מיט מיין 'צו טיף' האב איך באמת געמיינט עפעס טיפערס, אבער אז לעיקוואוד האט שוין אנגעהויבן וועל איך ממשיך זיין און מסביר זיין מיינע ווערטער. דער גאנצער נידון איבער 'אין סוף' 'בלי גבול' וכל שם וחניכא דאית להו, איז לויט מיין ארימע מיינונג איבריג. איך וועל נישט מער נתפעל ווערן פון די בריאה אויב איך וועל וויסן אז דער אין סוף באהאלט זיך אין יעדן שטיינדל, און מיין אמונה וועט אויך נישט ווערן שטערקער, ווייל דאס זענען מושגים וואס נישט דער וואס הערט עס און נישט דער וואס זאגט עס פארשטייען וואס זיי רעדן, און הענס, אומפארשטענדליכע ווערטער. אויסער דעם, איז די גאנצע שאלה פון ווי אזוי מען ערקלערן אדער נענטער מאכן דעם אין סוף צו אונז א קינדערישע שאלה אין מיינע אויגן, און קומען צו מסקנות אז גאט מוז זיך געפינען אין יעדע שטיין איז אודאי נישט שכל'דיג. דאס איז בערך אזוי ווי מען זאל זאגן, היות צייט איז נישט מוגבל צו ספעיס, ממילא מוז זיין אז צייט געפינט זיך אויף יעדע פלאץ, אויף יעדע שטיין און גראז.

דער נידון פון אין סוף קען אבער יא זיין א שיינער שקלא וטריא, אויב מען רעדט פילאזאפיש, מען פרובירט זיך מצמצם זיין דעם מוח און פארשטיין אויף א מעטאפיזישע לעוועל וואס דאס באדייט פאר אונז מענטשן דער מושג פון אין סוף, אבער ווען מען הייבט אן רעדן פון קבלה מושגים, פון עשר ספירות, צמצום, און כתר עליון, זענען דאס אלעס מושגים וואס זענען תלוי אינ'ם כח הדמיון. עס זענען דא מענטשן וואס האבן א געשמאק אין דעם דמיון, און עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט. איך בין פון די צווייטע סארט. און דערפאר, ווען מען רעדט פון דמיונות המכונה קבלה קענען זיבן מענטשן זאגן זיבן באזונדערע זאכן, אבער זיי וועלן זיך קיינמאל נישט צונויפרעדן, ווייל זיי זענען זיך אפילו נישט סותר, אין דמיון קענען זיבן זאכן זיין אמת אויף איינמאל.

דאס איז מיין בליק אויף שמועסן אין קבלה מושגים, און הלואי זאלסטו מיר אויפווייזן אז איך בין נישט גערעכט.
בלאט: 1 2