☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?

מלא כל הארץ כבודו -- אבער וואו איז ער?

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2808
בלאט: 1 2

לעיקוואד » מאנטאג יאנואר 28, 2013 8:56 pm

· #83233
יאיר
השאלה שלך על חוסר הקשר של מושגים מופשטים לזמן ומקום וממילא המצאותם בכל מקום נכונה. ולכן באמת האמירה שה' בכל מקום חסרת משמעות כל זמן שה' היינו המושג המופשט של אלוהות אז פשוט שאינו מוגבל בזמן כמו שמתמטיקה נמצא בכל מקום ובשום מקום. ולכן באמת זה לא מסביר נכונה את הגישה האימננטית באלהות. מה היא כן אומרת צריך להסביר באופן אחר יותר ואכ"מ.

אבל הנקודה של דמיון לא נובע מהנושא הזה כלל, נכון שהקבלה משתמשת בשפה ציורית של דמיון, וכל זמן שלא מבהירים את השפה למה מתכוונים בדרך כלל רעדט יעדער עפעס אנדערש און קיינער וייסט נישט צו דער צוייטער איז מסכים צו עם אדער נישט. אבער אויב וואלטן מיר טרם כל שיח קלאר געמאכט דער שפראך וואס מיר מיינען בוודאי יש מה לדבר כאן. וזו היתה עיקר דרישתי.

ובאופן כללי לשפה דמיונית וציורית ישנה עדיפות מסויימת שאין בשפה הלוגית בלבד.

עכ"פ לא הבנתי מה הקשר כאן לקבלה? כמה שהבנתי כל הנידון הזה לא קשור לא מתחיל ולא נגמר בקבלה. סך הכל יש אולי לקבלה או חסידות איזה שיטה או אמירה בנושא. ובאמת שצריך לבררה ולא משנה באיזה שפה.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 10:46 pm

· #83267
יאיר,

דאס וואס דו האסט קודם געשריבען אז עס איז צו טיף האב איך נישט פארשטאנען. אבער וואס דו שרייבסט יעצט, פארשטיי איך דיר זייער גיט. לאז מיך דעריבער אריבערפירן אהער אפאר ווערטער וואס איך האב געשריבען. זיי מוחל זאג מיר צי דו ביסט מסכים מיטן געדאנק. עס קען זיין געמאלט אז דו זאלסט נישט זעהן די שייכות דא אהער, בעט איך דיך האב א טראפ געדולד. א דאנק.

א יעדעס מאל ווען מען האט מיך אויסגעלערנט א נייע ווארט אלס קליין קינד, האט מען מיר פארקלאפט די אמת'ע געפיל און עס איינגעצוימט אין דעם איינעם ווארט, אין דעם איינעם קאנצעפט. אויב אין די צייט וואס עס איז דא זיבען מיליאן פארשידענארטיגע שמייכלען, האט מען עס אלעס פארדעקט דורך געבן עס איין אויבערפלעכליכער שם הכולל "שמייכעל". האבן דאך אויב אזוי די אלע ווערטער אין קאנצעפטן מיך פארקלאפט, איינגעשפארט, און מצמצם געווען אין א קליין שאכטעלע. מען לאזט מיך נישט אריינאטעמען די פרייער עקזיסטענץ אהן די אלע אייגן באשאפענע איינצוימינגען, הגדרות, און הגבלות. איז עס דאך פשוט קעגן מיין עכטער מציאות. קעגן מיין בלי גבולדיגער מציאות וואס איך בין געווען איידער איך האב טועם געווען פינעם עץ הדעת, איידער מען האט מיר געגעבן זעקס ווערטער אויסצדריקען די אהנע שיעור פארשידענארטיגע געפילן וואס איך האב פאר ליבע. אפי' דאס ווארט ליבע איז שוין אויך צופיל גערעדט, צופיל געטראכט, צופיל פילאזפירט. לאמיך זיין אהן שום קאנצעפטן ווי איך האב נאך גארנישט קלאציפירט אלס דאס און יענס, אלס איך און די, אלס דער און יענער. אפי' זאגן אז איך וויל 'אחדות' איז א פארשוועכונג פון אט דעם עכטען טיעפן בענקעניש צו מיין און דיין און אונזערע עכטער מציאות. אפי' אחדות איז שוין צופיל גערעדט. גענוג מיט די קלעפצעטליך.

לעיקוואד,

איך גיי ליינען אלעס וואס דו שרייבסט דארט. עס קוקט אויס היבש אינטערסאנט. הפרטים יבואו.

נשמה יתירה » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:42 pm

· #83279
למשל א 10 יעריג קינד האט אהבה צום מאמען. דאס קינד האט באמת גאר א טיפע און ברייטע אהבה, אבער מיט זיין קינדיש שכל איז ער דאס מגביל אז ער האט ליב זיין מאמע וועגן די לאליס וואס זי קויפט אים. דאס הייסט גענימען א טיפע אין ברייטע נקודה אין עס פארהאקט אין פארענגט. מען קען פארשטיין אז במסתרי נפשו שפירט זיך די קינד עפעס נישט מסודר. ער האט דא א מעכטיגע געפיל פין אהבה אבער ער בלאקירט דאס פין זיך אליינס. די אהבה פין פנימיות נפשו איז גאר שטארק, אבער זיינע קינדישע הגבלות לאזען נישט אז עס זאל אים איבערנעמען.

וואס איך פרוביר מסביר צו זיין אביסל איז וואס מיר מיינען באמת ווען מיר רעדן פין זיין אין א מצב פון הרחבה היפך צמצום. מיט דעם וואס מיר וועלן פארשטיין אז אלע מושגים און באגריפן שפארן איין אונזער אמתע געפילן אין קליינע שאכטעלעך. מיר געבן כלליותדיגע נעמען פאר א יעדע הרגש וואס בעצם זענען יעדע איינע פין זיי רחבה מני ים. מיט דעם זענען מיר גורם אז די אלע אהן א שיעור הרגשים ווערן פארדעקט פון אונז און מיר שפירן דאס שוין כמעט נישט. דאס לעבן אינגאנצן אינעם עולם הדיבור און אינעם עולם המושגים, דער איבערגעטריבענע עסן פונעם עץ הדעת, האט אונז פארשפארט אין אט די מושגים. מיר לעכצען ארויסצוגיין דערפון.

מיר ווילן זיין ווי אדם הראשון קודם החטא. טיף באגראבן זענען מיר נאך טאקע דאס. אבער עס איז פארדעקט מיט אלע מיני ווערטער וואס האבען באגרענעצט דעם אייגענעם בלי גבול אנוזערע.

פונקט ווי מיר פארשטייען אז א מענטש מיט געוויסע כוחות הנפש שפירט איינגעשפארט אין תפיסה אויב לאזט מען אים דאס נישט ארויסברענגען, אזוי איז בעצם יעדער מענטש איינגעשפארט אין די באגריפען, ווערטער, און שטחיות, וואס האבען צוגענומען די פרייהייט פין אונזער עכטע בלי גבולדיגע עקזיסטענץ.

די מענטשן וואס קענען דאך נישט אויסהאלטן אהן מגדיר זיין יעדע זאך האבען געמיזט געבן א נאמען פאר אט די בלי גבולדיגע אמת. זיי האבען דאס א נאמען געגעבן גאט. מיט דעם האבען זיי נעבעך אפגעטיילט פין זיך דעם פרייער עקזיסטענץ כאילו עס/ער איז עפעס אינדערויסען פין אונץ. כאילו דער בלי גבולדיגער עקזיסטענץ איז נישט אונזער מציאות. נישט וויסענדיג אז דער גאנצער גבול איז נישט מער ווי א פארקלאפטקייט און א צימצום פין אונזער פרייער און אפענער בלי גבולדיגער עקזיסטענץ. נישט כאפענדיג אז מען רעדט נישט פון צוויי זאכען, נישט פארשטייענדיג אז אחדות מיינט איינס און נישט צוויי. דהיינו מיר רעדן נישט פין "איך זיין דבוק אין גאט" כאילו דאס איז צוויי זאכן. מיר רעדן פון טרעפן און עפענען מיין טיפע און פרייע "איך".

יאיר » מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:52 pm

· #83285
לעיקוואד
יאיר
השאלה שלך על חוסר הקשר של מושגים מופשטים לזמן ומקום וממילא המצאותם בכל מקום נכונה. ולכן באמת האמירה שה' בכל מקום חסרת משמעות כל זמן שה' היינו המושג המופשט של אלוהות אז פשוט שאינו מוגבל בזמן כמו שמתמטיקה נמצא בכל מקום ובשום מקום. ולכן באמת זה לא מסביר נכונה את הגישה האימננטית באלהות. מה היא כן אומרת צריך להסביר באופן אחר יותר ואכ"מ.
אבל הנקודה של דמיון לא נובע מהנושא הזה כלל, נכון שהקבלה משתמשת בשפה ציורית של דמיון, וכל זמן שלא מבהירים את השפה למה מתכוונים בדרך כלל רעדט יעדער עפעס אנדערש און קיינער וייסט נישט צו דער צוייטער איז מסכים צו עם אדער נישט. אבער אויב וואלטן מיר טרם כל שיח קלאר געמאכט דער שפראך וואס מיר מיינען בוודאי יש מה לדבר כאן. וזו היתה עיקר דרישתי.
ובאופן כללי לשפה דמיונית וציורית ישנה עדיפות מסויימת שאין בשפה הלוגית בלבד.
עכ"פ לא הבנתי מה הקשר כאן לקבלה? כמה שהבנתי כל הנידון הזה לא קשור לא מתחיל ולא נגמר בקבלה. סך הכל יש אולי לקבלה או חסידות איזה שיטה או אמירה בנושא. ובאמת שצריך לבררה ולא משנה באיזה שפה.

מיין פוינט איז (און קען זיין אז איך בין נישט גערעכט) אז היות דער מושג פון אין סוף איז בעצם א מושג וואס א בשר ודם קען נישט משיג זיין, (ע"ע הילבערט'ס האטעל) איז ווען מען הייבט אן פרובירן עס מסביר זיין ולקרבה אל השכל, קומט מען צו צו א רייע פון דמיונות, טייל שענערע דמיונות און טייל שוואכערע דמיונות, כל זמן מען רעדט נישט ריין פילאזאפיש, וואס דעמאלט איז מעגליך צו רעדן על פי שכל. אויסער אויב מען רעדט אין דעם בנין הקבלה אליין, נאכדעם וואס ס'איז שוין אויפגעבויט, וואס דעמאלט איז נישט קיין חילוק אויב דער יסוד איז על פי שכל אדער על פי דמיון, אזוי ווי די גמרא איז לאגיש אפילו פאר איינעם ואס גלייבט נישט אין תורה שבע"פ. היות דער אשכול רירט צו אזעלכע מושגים (לית אתר פנוי מיניה איז נישט קיין חסידישע מושג?) און פרובירט זיי צו מסביר זיין אויף א פשוט'ע שפראך ולקרבה אל השכל, האב איך מורא אז דער אשכול גייט אריין אין דעם כלל, און פון דעם קומט די צומישעניש. איך שרייב נישט אזוי קלאר, און איך האף די חכמים דא פארשטייען וואס איך וויל.

נשמה יתירה » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:16 am

· #83288
עס קען זיין אמת וואס דו שרייבסט אז כדי צו פארשטיין די נושא דארף מען רעדן ריין פילאזפיש. עס קען זיין אז אויב מיר וועלן זעהן אז דאס פעלט אויס וועט מען רעדן דעם שפראך אויך. ווער ווייסט אפשר בין איך גאר אביסעלע באהאווענט אין דעם שפראך אויך. לעת עתה זעה איך נאך נישט פארוואס מיר זאלען מיזען דיסקוטירען מיט ספעצילאזירטע אויסשפראכען אין נעמען.

גראדע איז מיר א גרויסע חידוש אויף ענק ביידען, דהיינו יאיר און לעיקוואד. אינעם אשכול פין "שכל פירט צו פאנאטיזם" האט עטץ ביידע גערעדט מיט עקסטאז וועגן בודדיזם. וראה פלא, דאס אלעס וואס איך האב יעצט דא געשריבען, איז גארנישט אנדערש ווי תורות של בודדה.

אז דו וועסט קוקען וואס איך האב ענק שוין דארט געפרעגט וועסטו זעהן מיין הבנה אז דער בעשה"ק איז געגאנגען ווייטער און שטערקער. אבער פאוואליע. זאג קלאר, זיי מוחל, צו דו האסט א פראבלעם מיט וואס איך האב יעצט געשריבן, די לעצטע פאר תגובות.

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:29 am

· #83292
נשמה,
יעצט רעדסטו צו די זאך, דו האסט אויסגעטון דעם פילאזאפישן היטל און געטון דאס היטל פון א פסיכאלאג. דו ברענגט ארויס זייער וויכטיגע פוינטס בנוגע רעליגיע און גאט בכלליות. קעירען ארמסטראנג שרייבט ענליכע ווערטער אויף רעליגיע אין איר בוך a case for god. זי טענה'ט אז זינט די סייענטיפישע רעוואלוציע זענען מיר צוגעוואוינט צו טראכטן אז גאט און רעליגיע זענען סייענטיפישע מושגים, און דערפאר זעען זיי אויס ווי אלטמאדישע מושגים ביי ראציאנעלישע מענטשן, דער אמת איז אבער אז רעליגיע איז בכלל נישט קיין לאגישע זאך, עס איז אסאך נענטער צו ארט אדער מוזיק. אין אירע ווערטער:
So what should the religious adept actually say by way of expressing his or her faith? Nothing. This is the "apophatic" tradition, in which nothing about God can be put into words. Armstrong firmly recommends silence, having written at least 15 books on the topic. Words such as "God" have to be seen as symbols, not names, but any word falls short of describing what it symbolises, and will always be inadequate, contradictory, metaphorical or allegorical. The mystery at the heart of religious practice is ineffable, unapproachable by reason and by language. Silence is its truest expression. The right kind of silence, of course, not that of the pothead or inebriate.

ווען מען קוקט אן רעליגיע פון אזא בליק, זענען אלע טענות פון אטעאיסטן לעכערליך.
איז דאס וואס דו מיינסט, נשמה יתירה?

נשמה יתירה » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:38 am

· #83296
עס איז מיר נישט אזוי ניחא מסכים צו זיין צו דעם ארמסטראנג'קע. זי איז א בעל לשון הרע. קוק ווי זי באליידיגט דעם פאטהעד. 🙂
אויף ערענסט גערעדט, בעט איך לאמיר ווי וויניגער צושטעלען אונזערע ווערטער צו אנדער מיינונגען. איך וויל דוקא הערן וואס דו און דער עולם דא זאגט, וכן להיפך. נאך אלעם מיז איך זאגען אויף אן אמת אז עס איז ביי מיר בכלל נישט מופרך אז דו אדער אנדערע דא האבען ארויס די ענין בעסער ווי א מחבר בוק.

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 12:53 am

· #83300
איך ברענג איר נישט אלס א ראיה לדבריך, איך וויל נאר וויסן אויב דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איר, ווייל אירע ווערטער פארשטיי איך זייער גוט.

נשמה יתירה » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:05 am

· #83302
יאיר
יעצט רעדסטו צו די זאך, דו האסט אויסגעטון דעם פילאזאפישן היטל און געטון דאס היטל פון א פסיכאלאג.

דו וועסט נישט זיין ברוגז אז איך וועל דיר אנמערקען אז מיינע פאר לעצטע תגובות זענען חזרה וואס איך האב געשריבען דא. באופן של "קאפי-פעיסט". עס קען זיין אז איך האב אויך געשריבען אנדערע ווערטער פאר דעם און נאכדעם, וואס האט דיך געמאכט פארלירן מיין מכוון.

עס איז נישט די ענין דא פון געבן נעמען, פסיכאלאגיע, פילוסופיא וכדו'. לאמיר פשוט רעדן פון די נושא זעלבסט. עס קוקט אויס פין דיין תגובה אז דו האסט נישט וואס אויסצושטיין קעגן מיינע ווערטער. לאז מיך דעריבער ממשיך זיין. ביטע מיך לאזן וויסן צו די ביסט מסכים.

ויש לטעון אז לכאורה די גאנצע נושא איז מים שאין להם סוף. מיר קענען אייביג חושש זיין אז מארגען וועט מען געוואויר ווערען פארקערט. אויף יעדען דעה וואס מיר קענען נאר חלומען איז שוין דא א פילוסוף וואס האט אזוי געהאלטען, און דריי פילוסופען וואס האבען דאס אפגעוואנדן. זעעהן מיר דען נישט אליין אז די דעה וואס מיר האבען געהאלטען לעצטעס יאר האלטען מיר נישט היינט? פארוואס זאל מען טראכטען אז איבערעסיאר וועט זיין אנדערש? די תירוך לענ"ד איז אז די עומק פין די ענין פין בלי גבול אקצעפטירט טאקע די טענה ממש. אדרבה דאס איז ממש מיין טענה דא. מיר ווילען זיך אפלאזען פין זיין משיעבוד צו א כלי מכשיר וואס האט אינז בכלל נישט משכנע געווען אז דאס איז מציאות כשלעצמו. מיר ווילען פשוט לעבען די מציאות כמו שהוא. איידער די שכל האט זיך אזוי שטארק ארויפגעזעצט אויף אונז. שטיפ מיך נישט אריין אין קיין שאכטעלע, ביטע.

די גדרי השכל ארבעטן זייער פיין אויף צו פירען אונזער טאג טעגליכע געברויכען. דאס איז ווייל די אלע געברויכען האבען מיר זיך אויסגעשטעלט לויט די הגדרות השכל. דהיינו די געברויכען זענען מצד דעם שכל וגדריה. אבער עס איז דא געברויכען וואס זענען מצד די מציאות וואס איז ברייטער פין שכל. די געברויכען קענען נישט מסודר ווערן מיטן שכלדיגע לעבן. א שטייגער ווי מאטעמאטיקע זאל ערפילן די געברויכן פון אהבה.

נאר ווען מיר וועלן לעבן אינדרויסן פין די באצוימונגען פין שכל, דהיינו לעבן מיטן בלי גבולדיגער מציאות, וואס דאס מיינט לעבן מיט גאט, מיטן אין סוף, מיטן בלי גבול, דעמאלטס איז עוז וחדוה במקומו. דאס איז אלעס וואס מען רעדט ווען מען זאגט דבוק זיין בה'. דער אייבערשטער איז נישט עפעס א געוויסער מושג. דער אייבערשטער איז די ענין פון זיין אינדרויסן פון מושג און גבול. עס איז נישט קיין אמונה אין "עפעס", עס איז א וועג פין לעבן אינדרויסן פון הגבלה. אמונה איז דביקות זאגט דער בעשה"ק. עס איז נישט קיין מחשבה פון עפעס א מין קאנצעפט. עס איז א וועג פון זיין. הוי"ה ב"ה. עס איז פשוט זיין אינזער אייגענעם שורש. דאס וואס מיר זענען באמת. אין שפראך פון חסידות רופט מען דאס אראפשיילען אלע קליפות [הגבלות וצמצומים] און דאן איז די שכינה מער נישט אין גלות, עס ווערט נתגלה אונזער בלי גבול

נשמה יתירה » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:07 am

· #83304
יאיר
איך ברענג איר נישט אלס א ראיה לדבריך, איך וויל נאר וויסן אויב דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איר, ווייל אירע ווערטער פארשטיי איך זייער גוט.

וואס איז דיר נישט מובן מיט מיינע ווערטער. פארוואס דארף איך דורכליינען אירע פיפצען ביכער כדי איך זאל קענען וויסען צו זי זאגט וואס איך, אדער צו איך זאג וואס זי?

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:29 am

· #83312
נשמה יתירה
דו וועסט נישט זיין ברוגז אז איך וועל דיר אנמערקען אז מיינע פאר לעצטע תגובות זענען חזרה וואס איך האב געשריבען דא. באופן של "קאפי-פעיסט". עס קען זיין אז איך האב אויך געשריבען אנדערע ווערטער פאר דעם און נאכדעם, וואס האט דיך געמאכט פארלירען מיין מכווין.

א גוט שטיקל. 😉 . אבער לאמיר דיר זאגן, דו האסט אפשר נאר געטוישט אפאר ווערטער, אבער דער חילוק איז זייער גרויס. פריער האסטו זיך באצויגן צום אין סוף און צום בלי גבול, וואס דאס מיינט אז דו רעדסט פילאזאפיש און דו פרובירסט צו מסביר זיין אין סוף. יעצט רעדסטו איבער די פילינג פון דעם מענטש, איבער זיינע הרגשים. גראדע איך האב נישט פונקט אזעלכע הרגשים, אבער ס'איז נישט משנה, ווילאנג דו רעדסט פון הרגשים קענסטו זאגן וואס דו ווילסט, דו קענסט אראפלייגן גענוי ווי אזוי דיין הארץ שפירט, דו קענסט מסביר זיין וואס גאט מיינט פאר דיר, אבער ביטע, זיי נישט מסביר לויט דיינע געפילן וואס 'גאט' מיינט פון אן אביעקטיוון שטאנדפונקט.

יאיר » דינסטאג יאנואר 29, 2013 1:30 am

· #83313
נשמה יתירה
יאיר
איך ברענג איר נישט אלס א ראיה לדבריך, איך וויל נאר וויסן אויב דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איר, ווייל אירע ווערטער פארשטיי איך זייער גוט.

וואס איז דיר נישט מובן מיט מיינע ווערטער. פארוואס דארף איך דורכליינען אירע פיפצען ביכער כדי איך זאל קענען וויסען צו זי זאגט וואס איך, אדער צו איך זאג וואס זי?

איך וויל וויסן אויב דער שטיקל וואס איך האב מעתיק געווען ברענגט ארויס די זעלבע נקודה וואס דו פרובירסט ארויסצוברענגען.

נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:34 pm

· #83642
יאיר
נשמה יתירה
יאיר
איך ברענג איר נישט אלס א ראיה לדבריך, איך וויל נאר וויסן אויב דו זאגסט די זעלבע זאך ווי איר, ווייל אירע ווערטער פארשטיי איך זייער גוט.
וואס איז דיר נישט מובן מיט מיינע ווערטער. פארוואס דארף איך דורכליינען אירע פיפצען ביכער כדי איך זאל קענען וויסען צו זי זאגט וואס איך, אדער צו איך זאג וואס זי?

איך וויל וויסן אויב דער שטיקל וואס איך האב מעתיק געווען ברענגט ארויס די זעלבע נקודה וואס דו פרובירסט ארויסצוברענגען.
אחוץ זאגען אויף פופצען וועגען [כמנין ספריה] אז מען קען נישט פארשטיין, דערהערען, דערשפירען, משיג זיין, גאט, און אז לך דומיה תהלה [כהטייטש הידוע], זאגען די ווערטער וואס די ציטירסט, גארנישט, [אדער כמעט גארנישט].

נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:00 pm

· #83648
יאיר
נשמה יתירה
דו וועסט נישט זיין ברוגז אז איך וועל דיר אנמערקען אז מיינע פאר לעצטע תגובות זענען חזרה וואס איך האב געשריבען דא. באופן של "קאפי-פעיסט". עס קען זיין אז איך האב אויך געשריבען אנדערע ווערטער פאר דעם און נאכדעם, וואס האט דיך געמאכט פארלירען מיין מכווין.

א גוט שטיקל. 😉 . אבער לאמיר דיר זאגן, דו האסט אפשר נאר געטוישט אפאר ווערטער, אבער דער חילוק איז זייער גרויס. פריער האסטו זיך באצויגן צום אין סוף און צום בלי גבול, וואס דאס מיינט אז דו רעדסט פילאזאפיש און דו פרובירסט צו מסביר זיין אין סוף. יעצט רעדסטו איבער די פילינג פון דעם מענטש, איבער זיינע הרגשים. גראדע איך האב נישט פונקט אזעלכע הרגשים, אבער ס'איז נישט משנה, ווילאנג דו רעדסט פון הרגשים קענסטו זאגן וואס דו ווילסט, דו קענסט אראפלייגן גענוי ווי אזוי דיין הארץ שפירט, דו קענסט מסביר זיין וואס גאט מיינט פאר דיר, אבער ביטע, זיי נישט מסביר לויט דיינע געפילן וואס 'גאט' מיינט פון אן אביעקטיוון שטאנדפונקט.

די כוונה איז בכלל נישט געווען אלץ א 'שטיקל'. איך האב קלאר מקדים געווען און געזאגט "לאז מיך דעריבער אריבערפירן אהער אפאר ווערטער וואס איך האב געשריבן". מיין אנמערקונג איז געווען אז בעניי דאכט זיך מיר אז דו לייענסט מיינע ווערטער בשטחיות. פארשטייט זיך אז דו ביסט בכלל נישט מחויב צו לייענען וואס איך זאג, און אוודאי נישט ליינען בעיון. אבער כדי מיר זאלן זיך נישט מוזן איבער'חזר'ן צען מאל און הערשט דערנאך זאגן אז "יעצט זאגסטו עפעס" כאילו איך בין יעצט אנגעקומען מיט עפעס, איז כדאי אז מיר זאלן זיך איינער דעם אנדערן אויסהערן מיט אן אמת.

דו זאגסט אז דו האסט נישט פונקט אזעלכע הרגשים. מיט דעם זעה איך אז מיר האבן זיך נאך נישט פארשטאנען. עס איז א אביעקטיווע פילאזאפישע רעיון וואס איך רעד דא. אבער אט דער רעיון איז מצד שני נישט קיין רעיון, דהיינו עס איז נישט בגדר מושג והגדרה. דאס מיינט אבער נישט אז איינער האט דאס יא און דער צווייטער נישט. פין איין זייט רעדן מיר דא פון די שפיץ הפשטה פין אלע הגבלות, דהיינו מיר רעדן פון עקזיסטענץ איידער [הקדם סיבה ולא זמן] עס איז פארמירט. דעמאלט איז נאריש צו נוצן שפראך אז דער עקזיסטענץ איז אין דעם שטיין וכדו'. דער שטיין איז עקזיסטענץ, עס איז עקזיסטענץ אין א געוויסע צורה. אבער מצד שני שרייבסטו אז "דאס זענען מושגים וואס נישט דער וואס הערט עס און נישט דער וואס זאגט עס פארשטייען וואס זיי רעדן, און הענס, אומפארשטענדליכע ווערטער". דעריבער ווייז איך ווי איך האב שוין געשריבן וויאזוי דאס רירט אהן דעם מענטש און עס איז נישט סתם ווערטער וואס האט נישט מיט אונז.

אויב איז אונזער אמת'ע מציאות נישט די אלע הגדרות פינעם שכל, אויב זענען מיר מסכים אז אפי' ווען מיר האבען נישט קיין הגדרה פאר אהבה, קענען מיר עס נאך אלץ שפירן און בענקען דערנאך, איז דאך נישט גערעכט צו זאגן אז א זאך וואס מיר זענען נישט משיג, איז נישט נוגע.

נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 30, 2013 4:12 pm

· #83675
יאיר
אויסער דעם, איז די גאנצע שאלה פון ווי אזוי מען ערקלערן אדער נענטער מאכן דעם אין סוף צו אונז א קינדערישע שאלה אין מיינע אויגן, און קומען צו מסקנות אז גאט מוז זיך געפינען אין יעדע שטיין איז אודאי נישט שכל'דיג. דאס איז בערך אזוי ווי מען זאל זאגן, היות צייט איז נישט מוגבל צו ספעיס, ממילא מוז זיין אז צייט געפינט זיך אויף יעדע פלאץ, אויף יעדע שטיין און גראז.

דאס מדמה זיין צו צייט איז פשוט אויב ניצט מען סתם ווערטער לגזירה שוה. די מושג פין 'זמן', האט אירע פונקטליכע הגדרות. איינס פין אירע הגדרות איז אז עס האט נישט קיין שייכות מיט חפצים. [איך רעד נישט יעצט לפי ההבנה פין איינשטיין אויף זמן, ווייל דיין שאלה איז דאך געווען אויף זמן במובנה הפשוט].

ביטע רעד נישט פין גאט פאר א מינוט. טייטש מיר אפ ביטע די ווארט "עקזיסטענץ". דו וועסט זעהן אז די ווארט איז נישט מוגבל אין גארנישט, די ווארט, און כמובן, די רעיון וואס ליגט מאחורי דעם ווארט, איז כולל אלעס.

מען קען אבער נישט פארגעסען אז עקזיסטענץ איז נאך נישט דאס לעצטע ווארט דא. עקזיסטענץ איז אויך א מושג. א מושג מיינט בהכרח אז ער זאגט וואס יא, און אויך וואס נישט. ווייל אויב איז נישטא וואס נישט, האסטו מיר גארנישט געזאגט. האסט מיר גארנישט מגדיר געווען. פרוביר מצייר זיין א מושג וואס איז נישט שולל גארנישט, אוממעגליך. הגדרה מיינט דוקא אז מען איז שולל עפעס.

דאס איז אלעס התינח מיר ווילען מגדיר זיין אונזער מציאות. אבער פונקט ווי מיר פארשטייען אז כדי צו האבען אהבה דארפען מיר איר נישט מגדיר זיין, און נאכמער אויב ווילען מיר עס שפירען מיט אן אמת טארען מיר עס נישט מגדיר זיין און איינצוימען בשום אופן. פארמאך איר נישט מיט קיין הגבלות. דאס זעלבע ווען מיר רעדן פין אונזער מציאות כולה [נישט נאר איין געוויסע געפיל אין אונזער מציאות, דהיינו אהבה, נאר אונזער גאנצע וועזן] אויב ווילען מיר לעבן בשלום מיט זיך אליינס, און בשלום מיט אונזער אמתע מציאות, דארפען מיר שפירען אונזער מציאות אהן איר אלע הגדרות.

דאס איז סך הכל די גאנצע רעיון פין גאט. פשוט פארשטיין, אדער בעסער געזאגט, לעבען, מיטן אמתע מציאות אונזערע. נישט מיט הגדרות וצימצומים וואס מיר שטעלן ארויף אויף אונזער פרייע ברייטע מציאות.

אויב מיר וועלן נישט אנערקענען וואס מיר זענען באמת, מיינט דאס אז עס איז דא א געוויסע חלק פין אונזער מציאות [א חלק פין אונזער "איך"], וואס מיר רעכענען זיך נישט מיט איר. דהיינו אז אונזער כסדרדיגע התנהגות וואלט געווען אנדערש ווען מיר וואלטען געוויסט אז אונזער "איך" האט יענע חלק אויך. קומט אויס אז אט דער חלק פין מיין "איך" איז נישט צופרידען און נישט איינשטימיג מיט די התנהגות. נמצא אז "איך" בין נישט צופרידען. "איך" האב א מלחמה אין מיר אליינס. מיין חלק "איך" הניכר לי, שלאגט זיך מיטן חלק "איך" שאינו נודע לי. דאס און נאר דאס איז די סיבה פארוואס מיר ווילען דביקות אינעם אמתען מציאות, אדער ווי מען רופט דאס אין לשה"ק "מציאות האמיתי". מיר ווילען לעבען אין אנערקענונג פין אונזער גאנצע וועזען אהנע סתירות אינערהאלב אונזער אייגענע מציאות.

נשמה יתירה » מיטוואך יאנואר 30, 2013 4:28 pm

· #83679
יאיר
דער נידון פון אין סוף קען אבער יא זיין א שיינער שקלא וטריא, אויב מען רעדט פילאזאפיש, מען פרובירט זיך מצמצם זיין דעם מוח און פארשטיין אויף א מעטאפיזישע לעוועל וואס דאס באדייט פאר אונז מענטשן דער מושג פון אין סוף, אבער ווען מען הייבט אן רעדן פון קבלה מושגים, פון עשר ספירות, צמצום, און כתר עליון, זענען דאס אלעס מושגים וואס זענען תלוי אינ'ם כח הדמיון. עס זענען דא מענטשן וואס האבן א געשמאק אין דעם דמיון, און עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט. איך בין פון די צווייטע סארט. און דערפאר, ווען מען רעדט פון דמיונות המכונה קבלה קענען זיבן מענטשן זאגן זיבן באזונדערע זאכן, אבער זיי וועלן זיך קיינמאל נישט צונויפרעדן, ווייל זיי זענען זיך אפילו נישט סותר, אין דמיון קענען זיבן זאכן זיין אמת אויף איינמאל.
דאס איז מיין בליק אויף שמועסן אין קבלה מושגים, און הלואי זאלסטו מיר אויפווייזן אז איך בין נישט גערעכט.

אויף וויפיל איך פארשטיי, מיין איך אז די אלע מושגים האבען א פונקטליכע הגדרה, זיי זענען בכלל נישט סתם דמיון ווערטער. כפי דבריך אז דו גלוסט צו וויסען דעם אמת דערפין, זאג איך דיר אז נאכען דורכליינען אלעס וואס איז געשריבען געווארען דא בענין אלקות והמסתעף, מיין איך אז איך האב עפעס וואס צו זאגען דא. איך ווייס נישט צו איך וועל דוקא בלייבען גערעכט, אבער איך האב וואס צוצולייגען צום שמועס.
נ.ב. מיין שרייבען דא איז בכלל וכלל נישט ווייל איך וויל דיר אדער א צווייטען העלפען. [אנטשולדיגט פארען נישט זיך זארגען פאר דיר 😎 ]. עס איז פשוט מיר אליינס אויסצוקלארען דעם ענין מיט חכמים. מיט חכמים וואס זייער הויפט נקודה איז די חכמה פין אונזערע רז"ל וואס זאגען איזהו חכם הלומד מכל אדם.

לולקע-ציבעך » מיטוואך יאנואר 30, 2013 4:31 pm

· #83680
מוח שליט
לולקע, עס איז דא פאנטעאיזם, און עס איז דא פאנענטעאיזם, די חילוק פין זיי צוויי איז בלי גבול. 🙂
פאנטעאיזם איז ווי די זאגסט, אז ג-ט איז די עקזיסטענץ מיט אלע אירע באגריפען. ממלא כל עלמין
פאנענטעאיזם איז אז ג-ט איז די עקזיסטענץ אין אויך אינדרויסען פין עקזיסטענץ. ממלא וסובב. גבול אין אויך בלי גבול.
ואם אין ראי' לדבר, זכר לדבר מיהא איתא. דער נ' איז דאך דער ענין פין נ' שערי בינה וואס א מענטש מצד הגבלה קען נישט זוכה זיין. וועגן דעם איז אפי' משה רבינו געווען ותחסרהו מעט מאלוקים. וויבאלד ער איז א נברא/מוגבל קען ער נישט אנקומען צום נ'. איז דאך אויב אזוי האבעך געקלערט פאר נכון אז דאס קען אפשר זיין דער ענין פינעם הוספת נ' דא.

בענין מיין שאלה פין עבודה זרה אין אלע מתרצים דא, דו, נשמה, יאיר, וועל איך שפעטער מגיב זיין כיד ה' הטובה עלי. כ'האב פשוט געהאט דעם גיטען חידוש מיט'ן "נ", אין כ'האב נישט געוולאט זיין א בחינה פין כובש נביאתו ח"ו.

פארזען דעם נון! א דאנק.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:26 pm

· #83691
לולקע-ציבעך

נישקשה, דוד המלך אין תהלים האט אויך אויסגעלאזט דעם נון. 🙂

לולקע-ציבעך » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:38 pm

· #83701
וועגן די שוועריגקייטן פון רעדן וועגן אין סוף והמסתעף
אן אינטערעסאנטער שמועס האט זיך דא אנטוויקלט וועגן בכלל רעדן איבער די טעמעס וואס ווערן אין דעם אשכול אויסגעלופטערט.

איך האלט אויך אז ווען מען נעמט זיך רעדן וועגן אבסטראקטע און פילאסאפישע טעמעס, טרעפט מען זיך פריער צי שפעטער פארלוירן אין אזא מין ווערטער-שפיל. די מושגים זענען זייער אבסטראקט, און מען קען נישט אוועקשטעלן א פעסטן יסוד, מיט פעסטע הנחות, אויף גארנישט און פאר גארנישט.

איך האב זיך אויסגעבויט א שטיקל מהלך וויאזוי איך גיי צו צו אזעלכע טעמעס. איך וועל עס פרובירן מסביר זיין, און זאגט מיר צי איר זענט מסכים.

וזה החלי.

דאס איז קלאר, אז ס'איז דא עפעס העכער פון אונזער שכל. ס'איז קלאר אז אונזער שכל קען נישט משיג זיין געוויסע זאכן וואס זענען פאקטישע מציאות'ן. (פארוואס ס'איז קלאר, איז א זאך פאר זיך, ועוד חזון. יעצט בעט איך נאר איר זאלט מיר געבן דעם "בענעפיט אוו דהי דאוט".)

איינמאל דאס מציאות פון וואס מיר רעדן איז למעלה מן השכל והשגה, איז פשוט און קלאר אז וויפיל מיר זאלן נאר דערוועגן נאר נישט רעדן, וועלן מיר באמת נישט רעדן פון דעם עצם זאך, פון דער אייגנטליכער טעמע. די טעמע איז דאך העכער אונזער השגה. איז טייטש אז מיר קענען עס נישט משיג זיין; שוין אפגערעדט פון אריינלייגן אין ווערטער. איז, יעדער פרואוו צו רעדן וועגן עפעס אזעלכע אבסטראקטע באגריפן וועט זיך ענדיגן מיט א דורכפאל. ס'איז א שאד אפילו צו פרובירן. א בלינדער איז נישט משיג קיין קאלירן, א טויבער פארשטייט נישט דעם חילוק צווישן קולות און טויט-שטילקייט, א ניי-געבוירן קינד ווייסט נישט וואס "מענטש" מיינט, א טיגער פארשטייט נישט קיין מאטעמאטיק -- און מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין אזא מושג ווי אין סוף.

למעשה, אונזער מסורה איז פול מיט שמועסן מכל המינים איבער השי"ת און אלוקית. אנגעהויבן פון דער תורה, און ווייטער אראפ ביז די היינטיגע חסידישע טייטשן און תורה'לעך -- און אלעס אינמיטן: מחקר, מוסר, קבלה, חסידות אא"וו. איז, מה פשט? וואס האבן זיי געוואלט: סתם פאטשקען מיט ווערטער פאר דע העק אוו איט?

נאר פשט איז אזוי. משיג זיין דעם עצם "זאך", איז טאקע אוממעגליך. (מיר קענען דאך אפילו נישט משיג זיין דעם "מושג" פון אין סוף אפילו ווי א מושג. וויאזוי זאלן מיר באגרייפן די "זאך" וואס "באהאלט זיך" אונטער דעם אין-סוף מושג?) מיר קענען אבער יא משיג זיין די "זאך" לויט וויפיל אונזער שכל דערלויבט, און אויף ווי ווייט אונזערע השגות גייען. איר ווייסט פארוואס? טאקע דערפאר, ווייל די "זאך" איז אין סוף, און אין סוף דערהייבט אלעס -- אריינגערעכנט דאס רעדן פון אים בתוך הגבלות. "אין סוף" מיינט דאך נישט בלויז אומענדליך "גרויס" -- א ריזיג-מאנסטערישע "זאך" וואס איז גרעסער ווי "גדול מאוד"; אין סוף איז גרעסער, ווייטער, טיפער, ברייטער, נאסער און טרוקענער, שטרענגער, פיינהארציגער, קאלירפולער און קאלירלאזער, שווארצער און ווייסער, קאלטער און הייסער ... ווי סיי וואס מיר קענען נאר טראכטן און באגרייפן. אין סוף איז גרעסער ווי אונזער רעדן פון אים אין די גרעניצן פון הגבלות און מוגבלים.

נאך צוויי נקודות, און דערנאך וועל איך קומען צום סך הכל.

1. די מושגים, און 2. די השגה.

1. אונזערע חכמים אין אלע דורות האבן גערעדט פון השי"ת און פון אלוקית. זיי האבן אבער גענוצט מער ווי איין שפראך צו רעדן וועגן דער זעלבער טעמע. קבלה רעדט וועגן ספירות, גלגלים, מידות, עולמות; חסידות ניצט אין טייל די קבלה'ליסטישע מושגים, אבער בנוסף צו דעם האט עס זיך אויך געמאכט אן אייגענעם וואקובאלאר. דער אשכול דא אליין איז אנגעפיקעוועט מיט חסידישע ווערטער און מושגים, וואס ווערן געניצט צו רעדן וועגן ג-ט און ג-טליכקייט. די מוסר-באוועגונג האט אויך גערעדט איבער דער טעמע, אבער מיט גאר אנדערע ווערטער, מיט א גאר אנדערן וואקובאלאר, ווי ביידן, קבלה און חסידות. אלע רעדן פון דער זעלבער זאך. יעדער האט אויסגעקליבן א מהלך לויט זיין שורש נשמה, וועלט-באנעם, און וואס ער האט געפילט איז זיין "דרך" אויף דער וועלט.

2. יעדער מענטש האט זיין השגה. עס זענען פאראן "ברייטע קעפ", "טיפע מוחות", "הויכע נשמות" אא"וו. צוויי מענטשן קענען רעדן וועגן דער זעלבער טעמע, מיט די זעלבע ווערטער, אבער זייער באנעם, וויאזוי זיי נעמען אויף די מושגים, קענען זיין זייער אנדערש און פארשידן. רוב מאל קען מען דעם חילוק אפילו נישט מסביר זיין. ס'איז ענליך צו געפילן, וועגן וועלכע מען קען רעדן און זיך קעגנזייטיג פארשטיין, אבער קיינער וועט קיינמאל נישט קענען אריינלייגן אין ווערטער פינקטליך גענוי וואס דאס איז.

במילא, מיר קענען רעדן וועגן אלוקית, אין סוף, גשמיות שברוחניות און רוחניות שבגשמיות, אבער דער אופן וויאזוי מיר פארשטייען, זענען משיג, דאס גערעדטע, איז אנדערש ביי יעדן. מיר קענען רעדן וועגן די זעלבע מושגים און מיט די זעלבע ווערטער, ווי דעם בעשה"ק אליין; יעדער פארשטייט דאך אבער אליין אז מיר רעדן פארט נישט פון דער זעלבער זאך ווי דעם בעש"ט. מיר זענען בכלל נישט אויפ'ן זעלבן פלאנעט. אונזערע רוחניות שבגשמיות איז דעם בעש"ט'ס גשמיות שבגשמיות, בתוך הגשמי שבמקור הגשם.

אבער פארט, די ספרי החסידות און תורת הבעש"ט זענען דאך געשריבן געווארן פאר יעדן. בכלל, דער אויבערשטער איז מיין ג-ט פונקט ווי א צווייטנס. דער חיוב צו רעדן דערוועגן איז חל אויף אונז פונקט ווי אויף זיי. במילא, רעדן מיר וועגן די זאכן אזוי גוט ווי אונזערע מעגליכקייטן דערלויבן אונז. מער ווי דעם איז נישט שייך; ווייניגער ווי דעם גרעניצט זיך מיט מגשם זיין.

איך וואלט געזאגט אז באמת דארפן מיר אויפנעמען תורת הבעש"ט לויט אונזערע השגות און מושגים פון אונזערע מוחות אין אונזערע צייטן. פשוט, איבערגיסן יענע זאכן אין די כלים וואס מיר האבן אין אונזער באזיץ; ניצן די כוחות און מיטלען וואס מיר האבן. וואס זאל איך אבער טאן, אז איך האב נישט די "גאָטס", די געפאדערטע חוצפה, אריבערצופירן תורת הבעש"ט פון מזרח אייראפע 200 יאר צוריק צו אמעריקע 2013. לענ"ד וואלט מען דאס געדארפט טאן. ווייל אפילו דעם בעש"ט'ס אופן פון רעדן פון השי"ת און אלוקית איז פונקט אזוי נאענט און ווייט פון דעם "אמת", דעם עצם, ווי אונזער רעדן. ווען מיר רעדן פון אין סוף, איז נישטא די זאך, דער מענטש, דער מיטל, די ווערטער, וואס קומען נאענטער אהין ווי סיי וואס אנדערש. דער חילוק פון בעש"ט ביז אונז ליגט אין דער מענטשליכער הגבלה, אין אונזערע השגות. אבער כלפי דער זאך אליין, לגבי דעם אויבערשטן, שטייען מיר ביידע אייניג נאענט און ווייט. אין סוף בלייבט אין-סופ'יג ווייט און אפגעריקט פון יעדן און אלעם און אייביג.

איז, ווען מיר רעדן פון די זאכן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, גייען מיר דערצו צו מיט א הנחה קודמת אז מיר רעדן דא פון עפעס וואס מיר פארשטייען נישט. דאס הייסט, איידער מ'הייבט רעדן, איז מען מסכים אז די טעמע איז עפעס וואס איך ווייס/פארשטיי/באגרייף נישט. פארט, איך גיי רעדן דערפון אזוי גוט ווי איך קען יא, און מיט דער השגה וואס איך האב יא.

יא, ס'איז אין א געוויסן זינען נישט מער ווי א קינדישע שפיל. אבער אין דער זעלבער צייט איז עס הויך און דערהויבן. ווייל דאס איז מיין "הויך", מיין השגה פון דערהויבנקייט. די זאך וועט בלייבן אומבארירט, אפגעזען וואס מיר זאלן נאר זאגן און פארשטיין. מיר וועלן אבער רעדן דערפון אויף אן אופן וואס מיר קענען יא. "יוצא זיין" וועט מען נישט; גארנישט טאן איז נישט קיין אפציע. וועלן מיר רעדן -- אין דער וועלט אריין...

עם איי מעקינג עני סענס עט אלל?

נאך איין ווארט.

איך האב (ווי די אנדערע באטייליגער אין דעם שמועס) שוין א סך גענאשט פון דא און דארט. נאך אלע מעשיות קומט מיר אויס, אז דער בעש"ט און חסידות בכלל רעדן שטארק צו מיין נשמה. כ'האב דארט געפונען צוזאמגענומען א סך פון די גוטע נקודות וואס איך האב געטראפן אין אנדערע טראדיציעס און מקורות. איך בין דאך אבער א איד; בין איך געווען גליקליך צו זען אז גרויסע אידן זאגן די זאכן אין נאמען פון אידישקייט. (כ'בין פארט באקוועמער צו רעדן יהדות ווי בודהיזם. וואס זאל איך טאן אז איך קען נישט פטור ווערן פון דעם נאטירליכן נגיעות וואס האט זיך מיר איינגעבירגערט פון האבן דא אויפגעוואקסן 🙂

האט מיר א חבר, א לייק-מיינדעד פעלאו, מיר לעצטנס געוויזן א ספר, "אור שבעת הימים", (כ'האב אויף דער רגע פארגעסן דעם נאמען פונעם מחבר.) וואס האט שיין צוזאמגענומען א מסדר געווען תורות פון בעש"ט אויפ'ן סדר הענינים. איך האב זיך דארט געטראפן אינדערהיים, און דאס האט מיך אינספירירט זיך צו נעמען רעדן פון תורת הבעש"ט אויף דעם אופן ווי איך פארשטיי זיינע הייליגע ווערטער. צו מיר רעדט עס; איך גלייב אז אויב מיר וואלטן געקענט שמועסן וועגן דעם בעש"ט'ס מאמרים אויף אונזער שפראך היינט, וועט אידישקייט און דאס לעבן בכלל זיין סך געשמאקער. (איך רעד פאר זיך, אבער איך גלייב אז עס זענען פאראן א סך אנדערע וואס זענען מיט מיר מסכים. גענוג אנדערע וועלן אויף דעם קרימען מיט דער נאז. אבער, יענע נאז-קרימענדע ווערסיע פון אידישקייט איז אין מיינע אויגן די זעלבע ווי דעם וואס האט געהערשט פאר דער בעש"ט האט זיך באוויזן. דער בעש"ט איז געקומען מתקן זיין, פארבעסערן טאקע יענע נאז-צעקרימטע אידישקייט. זייער קאלט-מתנגד'ישע ארבעט נישט פאר מיר; דעם בעש"ט'ס, יא. ובכל אופן האט דער חכם שוין לאנג געזאגט: הו קעירס. מיין אידישקייט איז מיין פראבלעם, נישט יענעמס -- אפילו ער אליין האלט אנדערש; אפילו ער מיינט, אז ער האט מער רעכט אויף מיין לעבן און אידישקייט ווי איך אליין.) איך וויל יא רעדן פון די "העכערע זאכן" און דווקא אויף א שפראך און מדריגה וואס איך פארשטיי, וואס רעדט צו מיר און צו מיין נשמה.

לאמיר טאקע יא ממשיך זיין רעדן פון די זאכן, אן זיך באהאלטן אונטער ווערטער און מושגים וואס קיינער פארשטייט במילא נישט.

ויפוצו...

לולקע-ציבעך » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:40 pm

· #83703
לעיקוואד
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=2333

ועל אלקים שלו
<a class="postlink" href="/topic/2333#p60527">http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... =25#p60527</a>

יישר כוח פארן צואווייזן דעם אשכול. כ'וועל עס לייענען און איי שעל רעפארט בעק.

יאיר » פרייטאג פעברואר 1, 2013 11:22 am

· #84117
נשמה יתירה,
אודה ולא אבוש אז איך האב געליינט ביז יעצט אביסל שטחיות'דיג. היות דו זאגסט אז דו רעדסט אביעקטיוו, נישט סוביעקטיוו (ביטע זיי נישט ברוגז פאר'ן אריינלייגן דיינע ווערטער אין מוגדר'דיגע מושגים, אויב מיר וועלן דאס אינגאנצן נישט איז דאך נישטא קיין וועג ווי אזוי צו קאמוניקירן 😉) וועל איך פרובירן צו איבערליינען וואס דו האסט געשריבן, בנוסף וועל איך פאררייכערן דעם לולקע ציבעך און שפרייזן ארויף און אראפ מיט פארגלייזטע אויגן, און זען וואס מען קען דא מאכן.
לעת עתה, לאמיר צוברענגען א רמב"ן די וואך וואס רעדט וועגן די פריערדיגע שמועס איבער עבודה זרות.
[quote="דער רמב"ן (שמות כ ב)"]ובכאן אני מזכיר מה שיורו הכתובים בענין ע"ז, כי היו שלשה מינין. הראשונים החלו לעבוד את המלאכים שהם השכלים הנבדלים בעבור שידעו למקצתם שררה על האומות, כענין שכתוב (דניאל י כ): שר מלכות יון ושר מלכות פרס, וחשבו שיש להם יכולת בם להיטיב או להרע, וכל אחד עובד לשר שלו כי היו הראשונים יודעים אותם, ואלה הם הנקראים בתורה ובכתובים כלם אלוהים אחרים, אלהי העמים, כי המלאכים נקראים אלוהים, כמו שנאמר הוא אלהי האלוהים (דברים י יז), השתחוו לו כל אלוהים (תהלים צז ז), כי גדול ה' מכל האלוהים (לעיל יח יא). ואע"פ שהיו העובדים מודים שהכח הגדול והיכולת הגמורה לאל עליון, וכך אמרו רבותינו (מנחות קי ב): דקרו ליה אלה דאלהיא, ובזה אמר הכתוב זובח לאלוהים יחרם הזכירם בשם הידיעה:
והמין השני בע"ז, שחזרו לעבוד לצבא השמים הנראה, מהם עובדי השמש או הירח, ומהם למזל מן המזלות, כי כל אחת מן האומות ידעה כח המזל בה כפי משטרו על הארץ שלהם, וחשבו כי בעבודתם יגבר המזל ויועיל להם, כענין שכתוב (ירמיה ח ב): ושטחום לשמש ולירח ולכל צבא השמים אשר אהבום ואשר עבדום ואשר הלכו אחריהם ואשר דרשום ואשר השתחוו להם, וכמו שנאמר בתורה באיסור של ע"ז (דברים ד יט): ופן תשא עיניך השמימה וראית את השמש ואת הירח ואת הכוכבים כל צבא השמים ונדחת והשתחוית להם ועבדתם אשר חלק ה' אלהיך אותם לכל העמים תחת כל השמים. יאמר, כי בעבור שחלק השם אותם לכל העמים ונתן לכל עם כוכב ומזל לא תהיה נדח אחריהם לעבדם, ואלה האנשים הם שהחלו לעשות הצורות הרבות בפסילים והאשרים והחמנים, כי היו עושים צורות מזלם בשעות אשר להם הכח כפי מעלתם, והיו נותנים בעם, כפי מחשבתם, כח והצלחה:וקרוב בעיני שהוחל זה בדור הפלגה כאשר הפיצם השם אל הארצות, ומשלו בהם הכוכבים והמזלות למחלקותיהם, כי הבונים היו רוצים לעשות להם שם ולא יתחלקו, כאשר רמזתי במקומו (בראשית יא ב). והיו לכל אלה הכתות נביאי שקר מגידים להם מן העתידות ומודיעים קצת הבאות עליהם בחכמת הקסם והניחוש, כי יש גם למזלות שרים שוכנים באויר כמלאכים בשמים יודעים בעתידות. וממין העבודה הזאת היו מהם עובדים לאנשים, כי בראותם לאחד מבני האדם ממשלה גדולה ומזלו עולה מאד כנבוכדנצר, היו אנשי ארצו חושבים כי בקבלם עליהם עבודתו וכוונתם אליו יעלה מזלם עם מזלו, והוא ג"כ יחשוב כי בהדבק מחשבתם בו תוסיף לו הצלחה בכח נפשותיהם המכוונות אליו. וזה היה דעת פרעה כדברי רבותינו (שמו"ר ט ז), ודעת סנחריב שאמר הכתוב במחשבתו אעלה על במתי עב אדמה לעליון (ישעיה יד יד), וחירם וחביריו שעשו עצמם אלוהות, כי היו רשעים לא שוטים גמורים:
והמין השלישי בע"ז, אחר כך חזרו לעבוד את השדים שהם רוחות, כאשר אפרש בע"ה (ויקרא יז ז), כי גם מהם יש ממונים על האומות שיהיו הם בעלי הארץ ההיא להזיק לצריהם ולנכשלים שבהם, כידוע מענינם בחכמת נגרמונסיא, גם בדברי רבותינו. ובזה אמר הכתוב (דברים לב יז): יזבחו לשדים לא אלוה אלוהים לא ידעום חדשים מקרוב באו לא שערום אבותיכם, לעג להם הכתוב שהם זובחים גם לשדים שאינם אלוה כלל, כלומר שאינם כמלאכים הנקראים אלוה, אבל הם אלוהים שלא ידעום, כלומר שלא מצאו בהם שום אלהות וכח שולטנות, והם חדשים להם שלמדו לעשות כן מחדש מן המצרים המכשפים, וגם אבותיהם הרשעים כתרח ונמרוד לא שערום כלל. ומזה מזהיר ולא יזבחו עוד את זבחיהם לשעירים אשר הם זונים אחריהם (ויקרא יז ז):
והנה התורה אסרה בדבור הזה השני כל עבודה בלתי לה' לבדו, ולכך הזהיר בתחלה לא יהיה לך אלוהים אחרים על פני, שהם המין הראשון, וזהו על פני, כאשר רמזתי סודו. והזהיר עוד על הפסל וגם על התמונה שהיא תרמוז גם לדבר הרוחני המדומה, כענין שכתוב (איוב ד טז): יעמוד ולא אכיר מראהו תמונה לנגד עיני. וכך אמרו (ר"ה כד ב): אשר בשמים, לרבות חמה ולבנה כוכבים ומזלות. ממעל, לרבות מלאכי השרת. כי גם בהם יעשו צורות לשכלים הנבדלים אשר הם נפש למזלות, כאשר היה בענין מעשה העגל שאני עתיד לפרש בע"ה (להלן לב א). ואמר אשר במים מתחת לארץ לרבות השדים, מתחת מים ושוכניהם (איוב כו ה), וכך אמרו (במכילתא כאן): להביא את הבוביא. ואמר בכלם לא תשתחוה להם ולא תעבדם בשום עבודה כלל, ואפילו לא יהא דעתו להוציא עצמו מרשותו של הקב"ה, והנה ריקן כל העבודות כלן לשם המיוחד ית':[/quote]
[quote="דער רשב"ם (שמות כ כ)"]אלהי כסף ואלהי זהב - אפילו לזכרון שמים. לא תעשו - שיש בהם טועים וסבורים שיש בהם ממש. ואף על פי שצוה הקב"ה לעשות כרובים על הארון לשבתו נעשה דוגמת כרובי כסא של מעלה ולא להשתחוות להם.
[/quote]

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 9:10 pm

· #84199
לולקע ציביך,
וואס איז די פוינט פון רעדן פון דעם בלי גבול/אין סוף אויב מיר פארשטייען ממילא קיין אות אחת?
איז נישט ענדערשט צי פארייכערן נאך א לולקע און די צייט?
אנלעס דאס קאכן זיך אין בלי גבול און רעדן דערפון ברענגט דיר תענוג, אזוי ווי פאר מיר א לולקע.

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 2, 2013 9:16 pm

· #84200
נשמה יתירה, דו טנעה'סט בעסעקלי אז מיר קענען לעבען אן גבלים אן שכל בלויז עקספיריענסן די מציאות, נישט זען זאכן אונדרויסען פון אונדז,
נאר אלעס אלס איין גרויסע מציאות.
ווי אזוי איז שייך א וויכוח אויף דעם? שכלדיג איז דאס נישט. אבער ווי די טענה'סט מיר רעדט דאך נישט פון קיין שכלדיגע מושגים. נא בלייבט איבער נאר צי עס עקספערמענטן און זען די תוצאות.
איז ווי אזוי קען מען דאס אויסטרייען?

דאס וואז די טענהסט אז ליבשאפט צי א קונד איז בלי גבול. פארשטיי איך נישט פארוואס די זאגסט אזוי. וואס מאכט דיך טראכטן אז סאיז בלי גבול? די מיינסט די פאקט אז א מענטש געבט אוועק זיין לעבן ממש פאר א צווייטן,?
אויך די ראיה פון נומבערס פארשטיי איך נישט, הגם כ'מיין סאיז דא באוויסטע שמיעס איבער דעם. פארשטיי איך אז נומברס אוז נישט קיין זאך פארזוך. ס'רעפרזענטירט מוגבל'דיגע זאכן. מיליון איז גארנישט געזאגט מיליאן דאללער איז גערעדט און די דאללער איז טאקע מוגבל.

גלעזעלע » זונטאג פעברואר 3, 2013 2:41 am

· #84248
לולקע-ציבעך
איז אזוי. אין יעדער זאך איז פאראן עפעס א נקודה וואס איז אינגאנצן אבסטראקט, כולו מופשט. דער עיקר תועלת פון א געשמאקן עסנווארג, למשל, איז דער טעם וואס דער מענטש פילט ביים עסן. אבער וואס איז דער טעם: פון וואס באשטייט ער? וויאזוי זעט ער אויס? וועלכער קאליר איז ער? די קשיות זענען נישט בלויז קיילעכיגע יתומים, אן קיין תירוצים, נאר זיי האבן בכלל נישט קיין פשט. א טעם איז עפעס וואס האט נישט קיין שייכות מיט אונזערע השגות פון וויאזוי אפצומאלן און שילדערן עפעס. א טעם -- פונקט ווי אלע זיינע געפיל-"קאזינס", ווי אהבה, בענקשאפט, פרייד, כעס און טרויער -- איז עפעס וואס מיר האבן און שפירן, אבער קענען בשום אופן עס נישט געהעריג מגדיר זיין מיט פיזישע הגדרות. (די גורמים און סיבות וואס ברענגען געפילן זענען טאקע יא פיזישע זאכן; אבער זיי זענען טאקע בלויז גורמים, נישט די זאך אליין. די צונג איז אויסגעשטאט מיט נערוון וואס שפירן דעם טעם. אבער דער עצם טעם, נישט דער וואס ברענגט אים, איז אן אבסטראקטער באגריף.)

דאס, דער טעם, די הנאה, דער הרגש, וואס מיר פילן ביים טאן פארשידענע פשוט-פיזישע אקטיוויטעטן, דאס איז דער "העכערער ניצוץ", דאס פינטעלע אלוקית, וואס געפינט זיך איבעראל, אויף יעדן פלאץ, אין יעדער זאך. דער אויבערשטער איז דער אולטימאטיווער מובדל-מופשט אבסטראקט.

לולקע טייערע, צום ערשט א דאנק אייך פאר די געשמאקע נושאים.
בדרך כלל פרעגסטו זייער ריכטיג. און ווי די פאנגסט אן ענטפערן הער איך עפעס גוטע נקידות , אבער דאן ערגעטץ אינדערמיט פארליר איך דיר. עס ווערט עפעס א צונויפגעמישאכטץ פין פילע גאר שיינע דערהערן. אבער עס ווערט נישט אויסגעפירט. עס ווינדערט זיך מיר דאן .What has this Lilka been SMOKING

לאמיך פראבירען פארברייטערן די פשוטע שאלה וואס נולד מאוחר און אנדערע האבן אנגערורט. - די קאליר און size פונעם עפעל, זענען אן אפטייטש ווי אזוי די חפץ טוט משפיע זיין אויף די receptors אין מיין אויג, און כך המישוש פין מיין האנט. בשעת די שמעק און טעם פונעם עפל איז: ווי זיי זענען משפיע אויף די receptors פון מיין נאז און צונג. איז פארוואס האסטו מחליט געווען אז גאט האט זיך ענדערש באקוועם געמאכט ביי מיר און נאז/צונג ווי ביים האנט/אויג.

פון צווישען דיינע שורות קוקט מיר אויס צוויי מהלכים וואס עס קען זיין אז די ווילסט זאגען. איך וועל דיר עס פארלייגען . ביטע מאך קלאר וועלכע די מיינסט, אדער גאר א דריטע. און לאמיר דאס אויסקאכן עד הסוף.

די צוויי מהלכים:
א) די מיינסט נישט באמת מחלק זיין צווישען מישוש און טעם. די הויפט נקודה איז אז וואס אימער מיר רעדען וועגען, איז מען קיינמאל גארנישט באמת מסביר. מען איז נישט מער ווי מדמה מלתא למלתא. די אויסשפרייך אז מען קען קיין בלינדען נישט מסביר זיין וואס עס מיינט זעהן. זאגט באמת אז מען קען פאר קיין זעהדיגער אויך נישט מסביר זיין זעהן, אדער טאפן, אדער סיי וועלכע עקספיריענס. לדוגמא, ווען מיר זאגען אז די עפעל וועגט צוויי פונט האבן מיר נישט קיין שום צוטריט צום עצם נקודה פין וואג. נאר אויב מיר האבן פריער עקפיריענסד א וואג און מחליט געווען אז מיר וועלן דאס א נאמען געבען איין פונט, דאן קענען מיר מדמה זיין אז דאס עפעל איז א דאלפטע עקספיריענס ווי פריער, און מיר זענען דאס מגדיר אלס צוויי פונט. אבער פרעג מיר וואס איז די עקספיריענס פון וואג אן איהם מדמה זיין צו אן אנדערע חפץ , בין איך סטאק. און די זעלבע מיט שטח, קאליר, טעם און שמעק. און די סיבה דערצו קען זיין אז די זאגסט, איז וויבאלד אונזער מחשבה איז מוגבל, און די עקפיריענס זענען אידרויסן פונעם הגבלה טערעטארי. איצט אויב Existence איז נאר די סך הכל פין אונזערע עקספיריענס, איז דאס מכריח אז Existence איז נישט מוגבל. דאן זאגען מיר אז אונזער מח זעהט אן אור פון אונדרויסן פון גבול דורכן מכיר אז מיר האבן די עקספיריענס, אבער פארשטיין קען ער דאס נישט מיט זיינע מוגבלדיגע כלים.

ב) די רעדסט בדווקא נישט פין די פיזישע פילינג וואס מען שפירט אויפן צונג אדער שמעק. וואס דאס איז ביי דיר גשמי פונקט ווי די קאליר און size. די רעדסט פונעם אהה! נאכען גוטען טעם, ווען די צווייטע פאזע פונעם מחשבה הייבט אן צו זאגען דעות דאס איז א גוטען/שלעכטן טעם, איך האב הנאה דערפון . און דאס איז לשטתך מער געזאגט ווי בלויז די טעם איז ענדליך צו דעם אנדערען פין נעכטן. אויב דאס איז וואס די זאגסט, האב איך עטליכע שוועריגקייטן : נניח אז עס איז דא די צווייטע פאזע, האט עס מיטן עפל גאנטץ ווייניג איינגעלייגט, די עפל גיבט נאר די פיזיקעל stimulation, און ווי דיין מח גייט זיך מיט איהם שפילען איז אנגעוויזען בלויז אויף איהם. עס איז שווער צו זאגען אז דאס איז די חלק אלוקית אונעם עפל ווייל ער גיט ארויס א טרוקענע און מוגבלדיגע מאס פון לדוגמא: 20 % זיס -10% זויער 15% ציפעדיג וכו. און ווייל מיין מח processed דאס אלס געשמאק, דאן איז גאט אריינגעפלויגעון און עפל. אויסער אז די מיינסט דא אריינצוווארפען כלאחר יד נאך א טיפע נקודא. אז באמת זענען מיר און דער עפל איין זאך, עס איז פשוט צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דהיינו: אונזער עקספיריענס. מיר זענען דאס נאר מגדיר אלס א משפיע און מקבל.

בקיצור: איך בין נישט זיכער וואס די זאגסט. אויב די קענסט עס אביסעל אוסברייטערען און מיר קענען זיך אדורכשמוסען, וואלט דאס געווען א פארגענוגען.

נשמה יתירה » מאנטאג פעברואר 4, 2013 4:02 pm

· #84602
נולד מאוחר
נשמה יתירה, דו טנעה'סט בעסעקלי אז מיר קענען לעבען אן גבלים אן שכל בלויז עקספיריענסן די מציאות, נישט זען זאכן אונדרויסען פון אונדז,
נאר אלעס אלס איין גרויסע מציאות.
ווי אזוי איז שייך א וויכוח אויף דעם? שכלדיג איז דאס נישט. אבער ווי די טענה'סט מיר רעדט דאך נישט פון קיין שכלדיגע מושגים. נא בלייבט איבער נאר צי עס עקספערמענטן און זען די תוצאות.
איז ווי אזוי קען מען דאס אויסטרייען?

עס קען זייער גוט זיין דא א שכלדיגער וויכוח אין דעם ענין. די שכל קען זיך זייער גוט אליינס מגדיר זיין. די שכל איז טאקע מעיד אז אלע יסודותדיגע הגדרות וואס מיט דעם זענען מיר קובע די מציאות, איז פיל מיט סתירות, און מופרך מעיקרא. די שכל איז דער וואס זאגט אונז אז ווען מיר ווילען לעבען אהן קיין פנימיותדיגער טיפע סתירות קענען מיר נישט ניצען די הגדרות וואס זי האט אוועקגעשטעלט אפצוטייטשען די בריאה וכל אשר בה.
די סאמע יסודותדיגע הגדרות וויאזוי מיר קוקען אהן יעדער זאך אין די בריאה, איז איר אביעקטיווער עקזיסטענץ, בצירוף מיט די מקום און זמן אירע.
אז מיר באטראכטען די יסודות ווערט זייער פראבלעמאטיש. איך האב שוין גשריבען דא אז ביי די ענין פין חצות זעהט מען די סתירות אין אונזער הגדרות בנוגע זמן. אזוי אויך איז דיר אוודאי באקאנט די פירכא בנוגע מקום.
דאס זעלבע בנוגע די הגדרה מיט וואס מיר לעבן יעדע רגע אז עס איז דא א אביעקטייווער מציאות אינדערויסען פין אונז, האט אויף זיך שטארקע פירכות. די פאקט איז אז אונזערע חלומות וואס זענען כולו אין אונזער מחשבה/דמיון קוקט אויס פונקט אזוי עכט ווי די "עכטע" מציאות. איז מהיכי תיתי עס איז טאקע מער ווי א חלום. דו ביסט דאך מסכים אז אין א חלום קענען מיר ווען האבען אט דעם גאנצען שמועס, און זיך טאקע גוט מתווכח זיין צו מיר לעבען נאר אין א חלום.
נאך מער פרעגט זיך די שאלה, וואס מיינט מען בכלל צו זאגען מיט די ווארט "עכטע" מציאות. אויב מיר קענען אונזער גאנצע עקספיריענס זעהן בתור חלום, וואס זענען מיר מוסיף ווען מיר זאגען "עכט"?
[אגב, די דריי נקודות (אביעקטיווער מציאות, מקום, און זמן) רופען זיך אהן אין קבלה/חסידות שפראך עולם, שנה, נפש.]
פין דעם זעהן מיר נאכאמאל אז די שכל גופא איז דער וואס שרייט אז די הגדרות זענען נאר גוט ווילאנג מען טראכט נישט אריין צו טיף.
דעריבער בין איך נישט איינשטמיג מיט דיין הנחה אז מען קען דעם שמועס נישט האבען מיט די כלי השכל. מען קען דוקא יא.
יאיר האט אבער געפרעגט וואס איז מיר נוגע זאכען וואס זענען נישט אין די הגדרות פין שכל. האב איך דעריבער פרובירט ווייזען אז די הבנה אינעם סאמע פונדעמענט פין די מציאות כולה באופן של בלי גבול והגדרה, איז שוין איינמאל נוגע למעשה, עיין מה שכתבתי לעיל בזה. אגב, דו פרעגסט לילקע'ן די זעלבע שאלה וואס יאיר האט מיך געפרעגט. זיי מוחל און קוק וואס איך פרוביר ענטפערען אויבען.
אוודאי נעמט דאס נישט אוועק פין די וויכטיגקייט צו וויסען וויאזוי מען קומט טאקע אהן צו לעבן מיט דעם געדאנקענגאנג, וויאזוי דאס זאל זיין אונזער אפטייטש פין אונזער אייגענע מציאות, און די מציאות פין אלעס ארום אונז. מיר זאלען שפירען דעם מציאות בתור בלי גבול והגדרה. נישט לעבען מיט די פאלשע הגדרות פין שכל, נאר לעבען מיט די מציאות האמיתי, אדער, ווי מען רופט דאס אין לה"ק, 'דביקות בה'.
ממילא איז דיין שאלה יא א ריכטיגע. וויאזוי קומט מען צו דערצו? הלוואי ווען איך האב דעם תירוץ.

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:25 am

· #84739
גלעזעלע
לאמיך פראבירען פארברייטערן די פשוטע שאלה וואס נולד מאוחר און אנדערע האבן אנגערורט. - די קאליר און size פונעם עפעל, זענען אן אפטייטש ווי אזוי די חפץ טוט משפיע זיין אויף די receptors אין מיין אויג, און כך המישוש פין מיין האנט. בשעת די שמעק און טעם פונעם עפל איז: ווי זיי זענען משפיע אויף די receptors פון מיין נאז און צונג. איז פארוואס האסטו מחליט געווען אז גאט האט זיך ענדערש באקוועם געמאכט ביי מיר און נאז/צונג ווי ביים האנט/אויג.
דו זאגסט גרויסע חידושים בהבלעה. דו שטעלסט אוועק אז די size אין קאליר פינעם עפעל איז פשוט אן אפטייטש פין מיינע receptors. לויט דעם פרעגסטו אז טעם וריח איז די זעלבע זאך. בעצם בין איך שטארק מסכים לדבריך, אבער לולקע שרייבט זיין גאנצע שטיקעל באופן לייכטע פילוזאפיע. ער וויל נישט אריינגיין אין טיפען דקות וואס פיזישע מציאות איז. ער רעדט באופן פשוט, דהיינו אפי' אויב איינער איז נישט מודה אז פיזישע מציאות איז נאר ביי אונז אין מוח, וועט ער גרינגער מסכים זיין דאס צו זאגען אויף טעם וריח. איינמאל מען איז מסכים אז טעם וריח טיט זיך אפ אין אונזער מח, איז דאך דאס סאך מער רוחניות ווי א פיזישער גשם. עיין כאן די חילוק פין רוחני ביז גשמי
אויף וויפיל מיינע ווערטער זענען ווערט, וויל איך באווינדערען די ריבוי פין טיפע מושגים וואס דו שרייבסט און דו ביסט מכריח מיט דיינע קורצע זאצען. WOW!!

לולקע-ציבעך » דינסטאג פעברואר 5, 2013 3:28 pm

· #84855
גלעזעלע
לאמיך פראבירען פארברייטערן די פשוטע שאלה וואס נולד מאוחר און אנדערע האבן אנגערורט. - די קאליר און size פונעם עפעל, זענען אן אפטייטש ווי אזוי די חפץ טוט משפיע זיין אויף די receptors אין מיין אויג, און כך המישוש פין מיין האנט. בשעת די שמעק און טעם פונעם עפל איז: ווי זיי זענען משפיע אויף די receptors פון מיין נאז און צונג. איז פארוואס האסטו מחליט געווען אז גאט האט זיך ענדערש באקוועם געמאכט ביי מיר און נאז/צונג ווי ביים האנט/אויג.

דיין קשיא איז געוואלדיג. האסט מיר געצוואונגען אליין צו מאכן סדר אין מיינע געדאנקען...

לאמיך פרובירן זיך קלארער מאכן. דעם טעם וואס מיר פילן ביים עסן דעם עפל געשעט דעמאלט און דורך די "רעסעפטארס" פון דער צונג. דער עפל שטעלט אונז צו דאס עפל-"מאטעריאל", און די רעסעפטארס זענען די גוטע שליחים וואס דערציילן אונזער מוח דעם "טעם" וואס דער עפל האט אונז געגעבן.

זייער פיין און וואויל. וואס איז ער אבער, דער "טעם" אליין? די רעסעפטארס זענען טאקע די שדכנים, וואס פירן אריבער דעם עפל-תוכן צום מוח. אבער *וואס* איז דער טעם: מה זה בכלל -- איז ער א גערעגטער? א קמצן? א דומם? א ים-מענטש? מלאך?

גלעזעלע
פון צווישען דיינע שורות קוקט מיר אויס צוויי מהלכים וואס עס קען זיין אז די ווילסט זאגען. איך וועל דיר עס פארלייגען . ביטע מאך קלאר וועלכע די מיינסט, אדער גאר א דריטע. און לאמיר דאס אויסקאכן עד הסוף.
א) די מיינסט נישט באמת מחלק זיין צווישען מישוש און טעם. די הויפט נקודה איז אז וואס אימער מיר רעדען וועגען, איז מען קיינמאל גארנישט באמת מסביר. מען איז נישט מער ווי מדמה מלתא למלתא. די אויסשפרייך אז מען קען קיין בלינדען נישט מסביר זיין וואס עס מיינט זעהן. זאגט באמת אז מען קען פאר קיין זעהדיגער אויך נישט מסביר זיין זעהן, אדער טאפן, אדער סיי וועלכע עקספיריענס. לדוגמא, ווען מיר זאגען אז די עפעל וועגט צוויי פונט האבן מיר נישט קיין שום צוטריט צום עצם נקודה פין וואג. נאר אויב מיר האבן פריער עקפיריענסד א וואג און מחליט געווען אז מיר וועלן דאס א נאמען געבען איין פונט, דאן קענען מיר מדמה זיין אז דאס עפעל איז א דאלפטע עקספיריענס ווי פריער, און מיר זענען דאס מגדיר אלס צוויי פונט. אבער פרעג מיר וואס איז די עקספיריענס פון וואג אן איהם מדמה זיין צו אן אנדערע חפץ , בין איך סטאק. און די זעלבע מיט שטח, קאליר, טעם און שמעק. און די סיבה דערצו קען זיין אז די זאגסט, איז וויבאלד אונזער מחשבה איז מוגבל, און די עקפיריענס זענען אידרויסן פונעם הגבלה טערעטארי. איצט אויב Existence איז נאר די סך הכל פין אונזערע עקספיריענס, איז דאס מכריח אז Existence איז נישט מוגבל. דאן זאגען מיר אז אונזער מח זעהט אן אור פון אונדרויסן פון גבול דורכן מכיר אז מיר האבן די עקספיריענס, אבער פארשטיין קען ער דאס נישט מיט זיינע מוגבלדיגע כלים.

איך זאג באמת ביידן. קודם כל, ווי דו ברענגסט ארויס אין דיין ערשטער נקודה: אונזער ידיעה איז באגרעניצט. מיר זענען נישט נאר באגרעניצט אין קוואנטיטעט, נאך אויך אין קוואליטעט. דאס אז מיר ווייסן נישט אלעס וואס שפילט זיך אפ אין דער בריאה, איז א דבר פשוט: מיר האבן דערווייל נאכנישט באוויזן דורכצורייזן דעם גאנצן אוניווערס, מיר זענען נאכנישט געווען איבעראל אפילו אויף דעם כדור הארץ, מיר ווייסן נאכנישט אלעס וואס שפילט זיך אפ אין אונזערע קערפערס. אבער אפילו מיט די זאכן וואס מיר פארשטייען יא, איז אויך דא א גבול ביז וואו אונזער פארשטאנד קען גיין. מיר ווייסן אלע אויבנאויפיגע פאקטן איבער אן עפל: ער איז רויט, רונדיג, הארטליך אא"וו. אבער אפילו די אלע דברים פשוטים ווייסן מיר בלויז דורך פארגלייכן צו אנדערע זאכן וואס מיר ווייסן שוין פון פריער. יעדע נייע דערשיינונג און עקספיריענס ווערט פארשטאנען דורך פארגלייכן די נייע עקספיריענס מיט עפעס וואס מיר האבן אין זכרון פון פריער. דאס געשעט אומבאוואוסטזיניג, אבער אזוי ארבעט דעער מוח: ער מאכט "סדר" פון זאכן און שטעלט זיי אריין אין קאטעגאריעס, מיוסד אויף וואס ער ווייסט און פארשטייט פון פריער.

גלעזעלע
ב) די רעדסט בדווקא נישט פין די פיזישע פילינג וואס מען שפירט אויפן צונג אדער שמעק. וואס דאס איז ביי דיר גשמי פונקט ווי די קאליר און size. די רעדסט פונעם אהה! נאכען גוטען טעם, ווען די צווייטע פאזע פונעם מחשבה הייבט אן צו זאגען דעות דאס איז א גוטען/שלעכטן טעם, איך האב הנאה דערפון . און דאס איז לשטתך מער געזאגט ווי בלויז די טעם איז ענדליך צו דעם אנדערען פין נעכטן. אויב דאס איז וואס די זאגסט, האב איך עטליכע שוועריגקייטן : נניח אז עס איז דא די צווייטע פאזע, האט עס מיטן עפל גאנטץ ווייניג איינגעלייגט, די עפל גיבט נאר די פיזיקעל stimulation, און ווי דיין מח גייט זיך מיט איהם שפילען איז אנגעוויזען בלויז אויף איהם. עס איז שווער צו זאגען אז דאס איז די חלק אלוקית אונעם עפל ווייל ער גיט ארויס א טרוקענע און מוגבלדיגע מאס פון לדוגמא: 20 % זיס -10% זויער 15% ציפעדיג וכו. און ווייל מיין מח processed דאס אלס געשמאק, דאן איז גאט אריינגעפלויגעון און עפל.

אט אזוי! איך האב זיך אפגעשטעלט אויף דעם "עקספיריענס" פונעם טעם (דאס וואס דו רופסט "אהה!"), ווייל יענץ איז דאך זיכער אבסטראקט, לכל הדיעות. מען קען דעם "אהה!" נישט אנכאפן און שילדערן. ס'איז כמעט אוממעגליך אים מגדיר צו זיין. דער "אהה" איז פשוט א גוטע געצייג צו ניצן ווען מען וויל אילוסטרירן אז א פשוט-שטיקל הארט-"רעאליסטיש"-מאטעריאליסטישער זאך פארמאגט אין זיך עפעס וואס איז אינגאנצן מופשט און אבסטראקט -- ממש דער היפוך פון דער זאך אין וועלכער ער געפינט זיך.

דער אויבערשטער "זיצט" זייער באקוועם אין מיין נאז, צונג, מוח, און ליפן. ער איז פונקט אזוי אין דעם עפל, זיין קאליר, גרויס, פארם. איך האב נאר געניצט דעם טעם/"אהה!" אלס אילוסטראציע.

גלעזעלע
אויסער אז די מיינסט דא אריינצוווארפען כלאחר יד נאך א טיפע נקודא. אז באמת זענען מיר און דער עפל איין זאך, עס איז פשוט צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דהיינו: אונזער עקספיריענס. מיר זענען דאס נאר מגדיר אלס א משפיע און מקבל.

כ'האב נישט דאס געמיינט. אדרבא, אויב דו האסט געדולד, ביטע זיי מיר מסביר וואס דאס איז טייטש.

לולקע-ציבעך » דינסטאג פעברואר 5, 2013 3:33 pm

· #84856
נשמה יתירה
די פאקט איז אז אונזערע חלומות וואס זענען כולו אין אונזער מחשבה/דמיון קוקט אויס פונקט אזוי עכט ווי די "עכטע" מציאות. איז מהיכי תיתי עס איז טאקע מער ווי א חלום. דו ביסט דאך מסכים אז אין א חלום קענען מיר ווען האבען אט דעם גאנצען שמועס, און זיך טאקע גוט מתווכח זיין צו מיר לעבען נאר אין א חלום.

דו הרג'עסט מיך 🙄

נשמה יתירה
[אגב, די דריי נקודות (אביעקטיווער מציאות, מקום, און זמן) רופען זיך אהן אין קבלה/חסידות שפראך עולם, שנה, נפש.]

עולם/מקום און שנה/זמן פארשטיי איך. וואס איז אבער דער קשר צווישן "נפש" און "מציאות"?

נשמה יתירה » דינסטאג פעברואר 5, 2013 8:28 pm

· #84900
וואס איז נפש? נפש איז לכאורה די עססענס פין א יעדע זאך, דער פנימיותדיגער עקזיסטענץ אירע. נישט וויאזוי זי באווייזט זיך צו מיר דורעך מיינע רעצעפטארס, נאר די אביעקטיווער מציאות אירע. דו האסט אן אנדערע אפטייטש אויף נפש?

דער בעשה"ק זאגט אז די עססענץ פין יעדע זאך איז איר בלי גבולדיגער עקזיסטענץ, דער אור אין סוף וואס איז די עכטע מציאות אירע. עס איז עקזיסטענץ אויסגעפארעמט אויף א געוויסע אופן. אין חסידות שפארך איז דאס די אור מיט אירע לבושים/כלים.

וויאזוי פארעמט זיך אבער א בלי גבולדיגער מציאות זיך מלביש צו זיין באופן מוגבל? גוטע שאלה.

די תשובה איז אפשר, וויאזוי נישט? פארוואס פאשרטייסטו אז איך קען מיך קלענער מאכען פין מיין פולער מציאות און זיך מרכז זיין אויף איין הרגש אדער מהלך המחשבה, און דער הרגש נעמט מיך אזוי איבער אז איך פארגעס פין די סאך ברייטערע מציאות מיינער? פארוואס פארשטייסט אז א הרגש פין כעס קען מיך איבערנעמען אזוי אז מיין באליבסטער קינד איז יעצט פארפיינטעד ביי מיר? מיין הרגש פין אהבה צו מיין קינד איז פשוט נישט דא כרגע, ארויסגעשניטען פין מיין יעצטיגע לבוש. אויב קענסטו דאס פארשטיין אויף דיר אליינס קען דאך די בלי גבול טוהן די זעלבע, און זיך מצמצם זיין און נאר האבען א צוזאמשטעל פין געוויסע צען מיליאן הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך מענטש. אדער אנדערע סארטען צוזאמשטעלען פין הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך לייב. באמת איז דאס טאקע אייביג די זעלבע זאך. עס איז אייביג דער אומבאגרעניצטע עקזיסטענץ וואס שפילט א שפיל פין צימצום. סיי בצורה פין א רואיגער מענטש מיט אלע חושים, און סיי א מענטש בכעס וואס איז כרגע מצומצם און האט פארלוירען זיין ברייטערע וועזן. אייביג איז עס די בלי גבול אין געוויסע פארעמען. מיר זענען טאקע אט די בלי גבול, און מיר האבען זיך מצמצם געווען.

אונזער תאוה איז ארויסצוגיין פין אט דעם צימצום. בעסער געזאגט אונזער תאוה איז דוקא צו האבען מתחלה א מצב פין דעם צימצום אין דערנאך ארויסגיין דערפין. נתאוה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים. דער בלי גבול וויל דוקא זיך מגביל זיין. און טאקע אין דעם פלאץ פין הגבלה, אינעם תחתחן שאין תחתון למטה הימנו, אינעם גרעסטען פלאץ פין גבול און צימצום, טאקע פין דארט ווערן איבערגענומען מיט הרחבה, טאקע דארטן זאל די בלי גבול שורה זיין, און ארויסגיין פין די מיצרים, פין איר צימצום.
אדרבה טרעף מיר א גרעסערע תענוג ווי ארויסגיין פין ענגשאפט.

אז איינער פארמאגט צען מיליאן דאלער פאר א לאנגע צייט, און א צווייטער איז היינט נתעשר געווארען, און פין א מצב פין עניות איז ער היינט ווערט צען מיליאן דאלער, וועמענס הנאה פין דעם היינטיגען טאג ווילסטו ענדערש? עס איז ווערט אביסל צער כדי צו האבען אזא מין הנאה, ניין?
הגבלה וצימצום כדי ארויסצוגיין דערפין. דאס איז א שטיקעל הבנה אינעם גאנצען הו הא וואס מיר רופען עולם ומלואה.

מיר טוהן דאס יעדע מינוט. אונזער טיפער עססענץ אונזער בלי גבולדיגער עססענץ איז דאס בוחר א יעדע רגע. אויב זאלען מיר נישט בוחר זיין דאס, איז דאס נישט דא.

בין איך מיך עטוואס מסביר דא? אדער רעד איך דא אינגאנצען נישט צו דער זאך? אדרבא צייכען אהן ווי איך פארפאר ביטע.

יאיר » דינסטאג פעברואר 5, 2013 8:57 pm

· #84909
לאמיר זיך פרובירן צו מצמצם זיין און זיך קודם ווענדן צום לולקע ציבעך. וואס קען איך טון, כ'בין א נוגע בדבר, כ'האב בעסער ליב א לולקע ציבעך ווי א נשמה יתירה, אפילו לויט רש"י'ס פשט.

עס איז ריכטיג וואס אלע זאגן דא אז עקזיסטענץ, אין דעם מובן ווי מיר פארשטייען עס, איז מוגבל. דער עפל איז מוגבל, דער טעם איז מוגבל, דער וואג איז מוגבל. יעצט, א מאטעריאליסט זאגט אז דא ענדיגט זיך עס, דער גאנצער עקזיסטענץ איז מוגבל, מיר גייען אלע שטארבן, און אפילו דערווייל וואס מיר לעבן, איז דאס נישט עכט געלעבט אין אן אביעקטיווער סענס, עס איז א געוויסע מעכאנישע פראצעדור ווי אזוי דער מענטשליכער מאשין פירט זיך אויף לויט די כעמישע אנווייזונגען וואס ער באקומט. דאס פוילן פונ'ם גוף נאכ'ן שטארבן איז אביעקטיוולי גארנישט אנדערש ווי דאס שרייבן א טיפע פילאזאפישע געדאנק ביים לעבן.

איך בין אויסדריקליך נישט קיין מאטעריאליסט, צוליב מערערע סיבות אין וואס איך וויל נישט יעצט אריינגיין. בכל אופן, האלט איך נישט אז דער טעם וואס איך שפיר ביים עסן איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש. דער אהה, נאכ'ן עסן א גוטער מאכל איז א רעאקציע פון א געוויסע כעמישע פראצעדור גארנישט אנדערש ווי דער ברום פון א לייב ביים עסן א גוט שטיקל פלייש. עס קען אפשר זיין אז דער מענטש, דער איך, וואס שפירט דעם טעם איז נישט מאטעריאליסטיש, אבער פאר דעם געלט קענסטו זאגן אז יעדע טריט וואס איך גיב איז נישט קיין עכטער טריט ווייל עס ווערט געטון דורך א מענטש וואס איז אוממאטעריאליסטיש. אשר על כן, וויל זיך מיר פארשטיין, פארוואס איז דער טעם מער אוממאטעריאליסטיש ווי סיי וועלכע אנדערע מעכאנישע פראצעדור פון א מאשין, און וואס זענען דיינע הוכחות דערצו, פארוואס קען עס נישט זיין סתם, א פשוט'ער טעם און שוין.

לולקע-ציבעך » זונטאג פעברואר 10, 2013 3:10 pm

· #85803
יאיר
בכל אופן, האלט איך נישט אז דער טעם וואס איך שפיר ביים עסן איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש. דער אהה, נאכ'ן עסן א גוטער מאכל איז א רעאקציע פון א געוויסע כעמישע פראצעדור גארנישט אנדערש ווי דער ברום פון א לייב ביים עסן א גוט שטיקל פלייש. עס קען אפשר זיין אז דער מענטש, דער איך, וואס שפירט דעם טעם איז נישט מאטעריאליסטיש, אבער פאר דעם געלט קענסטו זאגן אז יעדע טריט וואס איך גיב איז נישט קיין עכטער טריט ווייל עס ווערט געטון דורך א מענטש וואס איז אוממאטעריאליסטיש. אשר על כן, וויל זיך מיר פארשטיין, פארוואס איז דער טעם מער אוממאטעריאליסטיש ווי סיי וועלכע אנדערע מעכאנישע פראצעדור פון א מאשין, און וואס זענען דיינע הוכחות דערצו, פארוואס קען עס נישט זיין סתם, א פשוט'ער טעם און שוין.

עס קען טאקע זיין אז דער גאנצער מענטש איז ביסודו נישט קיין מאטעריאליסטישע זאך. מען קען דאס זעלבע זאגן אויף יעדער זאך; אבער ביי א מענטש, וואס שפירט זיך אליין און "ווייסט" אז ער עקזיסטירט, איז דער חידוש נאר גרעסער. יעדע זאך באשטייט דאך פון חלקים. פון דעם אשכול קומט אויס, אז די קלענסטע חלקים ביז וואו די וויסנשאפט איז שוין אנגעקומען, איז עקזיסטענץ בכלל זייער לופטיג און אומזיכער.

איך מיין אבער אז ס'איז נאך אלץ פאראן א חילוק צווישן דעם דמיון פון עקזיסטענץ בכלל ביז דעם געפיל פון טעם (דער "אהה!"). ווייל דער טעם איז מופשט אפילו פון אונזער מענטשליכער פערספעקטיוו. דאס הייסט: אפילו אינערהאלב אונזער אלגעמיינעם עקזיסטענץ-דמיון, וואו מיר באשטייט פון א גוף און א וועלט וואס קומט אונז פאר ווי קאנקרעט און זיכער, בלייבט דער טעם עפעס מער ווי א קאנצעפט. מען קען אים נישט אנטאפן אדער שילדערן. די כוחות און מיטלען וואס מיר באניצן צו מעסטן, וועגן, שילדערן, און אויסמאלן זאכן זענען הילפסלאז ווען עס קומט צו א טעם, געפיל, און סיי וואספארא איבערלעבעניש. מיר קענען רעדן וועגן א טעם; אבער מיר קענען אים נישט מגדיר זיין לויט די כללים און מיט די מיטלען וואס מיר ניצן צו מגדיר זיין רוב אנדערע זאכן און דערשיינונגען אין לעבן.

"פארוואס קען עס נישט זיין א פשוט'ער טעם, און שוין"? דא, מיין איך, ליגט דער הונט באגראבן. דער "און שוין" מאכט מיר קאפווייטאג. פארוואס מוז איך צוקומען צו אזא פראז ביים שילדערן עפעס וואס איז זיכער א קלארע עקזיסטענץ?

לולקע-ציבעך » זונטאג פעברואר 10, 2013 3:13 pm

· #85805
נשמה יתירה
וואס איז נפש? נפש איז לכאורה די עססענס פין א יעדע זאך, דער פנימיותדיגער עקזיסטענץ אירע. נישט וויאזוי זי באווייזט זיך צו מיר דורעך מיינע רעצעפטארס, נאר די אביעקטיווער מציאות אירע. דו האסט אן אנדערע אפטייטש אויף נפש?

דער בעשה"ק זאגט אז די עססענץ פין יעדע זאך איז איר בלי גבולדיגער עקזיסטענץ, דער אור אין סוף וואס איז די עכטע מציאות אירע. עס איז עקזיסטענץ אויסגעפארעמט אויף א געוויסע אופן. אין חסידות שפארך איז דאס די אור מיט אירע לבושים/כלים.

וויאזוי פארעמט זיך אבער א בלי גבולדיגער מציאות זיך מלביש צו זיין באופן מוגבל? גוטע שאלה.

די תשובה איז אפשר, וויאזוי נישט? פארוואס פאשרטייסטו אז איך קען מיך קלענער מאכען פין מיין פולער מציאות און זיך מרכז זיין אויף איין הרגש אדער מהלך המחשבה, און דער הרגש נעמט מיך אזוי איבער אז איך פארגעס פין די סאך ברייטערע מציאות מיינער? פארוואס פארשטייסט אז א הרגש פין כעס קען מיך איבערנעמען אזוי אז מיין באליבסטער קינד איז יעצט פארפיינטעד ביי מיר? מיין הרגש פין אהבה צו מיין קינד איז פשוט נישט דא כרגע, ארויסגעשניטען פין מיין יעצטיגע לבוש. אויב קענסטו דאס פארשטיין אויף דיר אליינס קען דאך די בלי גבול טוהן די זעלבע, און זיך מצמצם זיין און נאר האבען א צוזאמשטעל פין געוויסע צען מיליאן הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך מענטש. אדער אנדערע סארטען צוזאמשטעלען פין הרגשים/חושים/מחשבות וואס רופט זיך לייב. באמת איז דאס טאקע אייביג די זעלבע זאך. עס איז אייביג דער אומבאגרעניצטע עקזיסטענץ וואס שפילט א שפיל פין צימצום. סיי בצורה פין א רואיגער מענטש מיט אלע חושים, און סיי א מענטש בכעס וואס איז כרגע מצומצם און האט פארלוירען זיין ברייטערע וועזן. אייביג איז עס די בלי גבול אין געוויסע פארעמען. מיר זענען טאקע אט די בלי גבול, און מיר האבען זיך מצמצם געווען.

אונזער תאוה איז ארויסצוגיין פין אט דעם צימצום. בעסער געזאגט אונזער תאוה איז דוקא צו האבען מתחלה א מצב פין דעם צימצום אין דערנאך ארויסגיין דערפין. נתאוה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים. דער בלי גבול וויל דוקא זיך מגביל זיין. און טאקע אין דעם פלאץ פין הגבלה, אינעם תחתחן שאין תחתון למטה הימנו, אינעם גרעסטען פלאץ פין גבול און צימצום, טאקע פין דארט ווערן איבערגענומען מיט הרחבה, טאקע דארטן זאל די בלי גבול שורה זיין, און ארויסגיין פין די מיצרים, פין איר צימצום.
אדרבה טרעף מיר א גרעסערע תענוג ווי ארויסגיין פין ענגשאפט.

אז איינער פארמאגט צען מיליאן דאלער פאר א לאנגע צייט, און א צווייטער איז היינט נתעשר געווארען, און פין א מצב פין עניות איז ער היינט ווערט צען מיליאן דאלער, וועמענס הנאה פין דעם היינטיגען טאג ווילסטו ענדערש? עס איז ווערט אביסל צער כדי צו האבען אזא מין הנאה, ניין?
הגבלה וצימצום כדי ארויסצוגיין דערפין. דאס איז א שטיקעל הבנה אינעם גאנצען הו הא וואס מיר רופען עולם ומלואה.

מיר טוהן דאס יעדע מינוט. אונזער טיפער עססענץ אונזער בלי גבולדיגער עססענץ איז דאס בוחר א יעדע רגע. אויב זאלען מיר נישט בוחר זיין דאס, איז דאס נישט דא.

בין איך מיך עטוואס מסביר דא? אדער רעד איך דא אינגאנצען נישט צו דער זאך? אדרבא צייכען אהן ווי איך פארפאר ביטע.

זייער קלאר מסביר געווען. אין איין ווארט: דאס איינציגע אמת'ע מציאות אויף דער וועלט, דאס קערנדל ארום וועלכן אלעס אנדערש זענען "אנגעקליידעט", איז דער נפש. הענס, נפש = עולם.

הער איך.

ברזלי הגלעדי » זונטאג פעברואר 10, 2013 11:31 pm

· #85936
לולקע-ציבעך
יאיר
בכל אופן, האלט איך נישט אז דער טעם וואס איך שפיר ביים עסן איז עפעס מער ווי מאטעריאליסטיש. דער אהה, נאכ'ן עסן א גוטער מאכל איז א רעאקציע פון א געוויסע כעמישע פראצעדור גארנישט אנדערש ווי דער ברום פון א לייב ביים עסן א גוט שטיקל פלייש. עס קען אפשר זיין אז דער מענטש, דער איך, וואס שפירט דעם טעם איז נישט מאטעריאליסטיש, אבער פאר דעם געלט קענסטו זאגן אז יעדע טריט וואס איך גיב איז נישט קיין עכטער טריט ווייל עס ווערט געטון דורך א מענטש וואס איז אוממאטעריאליסטיש. אשר על כן, וויל זיך מיר פארשטיין, פארוואס איז דער טעם מער אוממאטעריאליסטיש ווי סיי וועלכע אנדערע מעכאנישע פראצעדור פון א מאשין, און וואס זענען דיינע הוכחות דערצו, פארוואס קען עס נישט זיין סתם, א פשוט'ער טעם און שוין.

עס קען טאקע זיין אז דער גאנצער מענטש איז ביסודו נישט קיין מאטעריאליסטישע זאך. מען קען דאס זעלבע זאגן אויף יעדער זאך; אבער ביי א מענטש, וואס שפירט זיך אליין און "ווייסט" אז ער עקזיסטירט, איז דער חידוש נאר גרעסער. יעדע זאך באשטייט דאך פון חלקים. פון דעם אשכול קומט אויס, אז די קלענסטע חלקים ביז וואו די וויסנשאפט איז שוין אנגעקומען, איז עקזיסטענץ בכלל זייער לופטיג און אומזיכער.

איך מיין אבער אז ס'איז נאך אלץ פאראן א חילוק צווישן דעם דמיון פון עקזיסטענץ בכלל ביז דעם געפיל פון טעם (דער "אהה!"). ווייל דער טעם איז מופשט אפילו פון אונזער מענטשליכער פערספעקטיוו. דאס הייסט: אפילו אינערהאלב אונזער אלגעמיינעם עקזיסטענץ-דמיון, וואו מיר באשטייט פון א גוף און א וועלט וואס קומט אונז פאר ווי קאנקרעט און זיכער, בלייבט דער טעם עפעס מער ווי א קאנצעפט. מען קען אים נישט אנטאפן אדער שילדערן. די כוחות און מיטלען וואס מיר באניצן צו מעסטן, וועגן, שילדערן, און אויסמאלן זאכן זענען הילפסלאז ווען עס קומט צו א טעם, געפיל, און סיי וואספארא איבערלעבעניש. מיר קענען רעדן וועגן א טעם; אבער מיר קענען אים נישט מגדיר זיין לויט די כללים און מיט די מיטלען וואס מיר ניצן צו מגדיר זיין רוב אנדערע זאכן און דערשיינונגען אין לעבן.

"פארוואס קען עס נישט זיין א פשוט'ער טעם, און שוין"? דא, מיין איך, ליגט דער הונט באגראבן. דער "און שוין" מאכט מיר קאפווייטאג. פארוואס מוז איך צוקומען צו אזא פראז ביים שילדערן עפעס וואס איז זיכער א קלארע עקזיסטענץ?

ר לילקע
איך מיין אז רוב מענטשן וועלן זאגען אהה נאך א פעסטן שלאף און דאס איז זעכער abstract און עס איז נישט שייך צי זאגען אז די הנאה נאכן אויף שטיין איז רוחני
בלאט: 1 2