פאעמע/ דאס בלעטל מיין שפיגעל
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2795
פאעמע/ דאס בלעטל מיין שפיגעל
אמאל בינעך געוועהן אויפ׳ן בוים
היינט אפגעפליקט
דאן געלעבט, היינט קוים קוים
אט ווער איך דערשטיקט
אמאל געמאכט א שאטן
היינט בינעך א טעפיך
עס איז מיר נישט געראטן
איך בין צוטרעטן פון פילע שוך
אמאל געזינגן און געשפרינגן
אינאיינעם מיט מיינע פריינט
היינט, פארשניטן מיין לעבן די יונגן
ווי קען איך פארטוישן דעם נעכטן אויף היינט
גליקליך געמאכט גערודער
דארט אויבן אויפ׳ן צווייג
צוזאמען מיט מיינע ברודער
היינט מאך איך א שווייג
דער ווינט האט מיר אזוי ווארעם גע׳גלעט
אז ירננו עצי היער
איך האב געהאט א היים, א בעט
היינט בינעך ווי א היימלאזע נער
איך האב געלאזט דעם ווינט מיר כאפן
זיך נישט שטארק אנגעכאפט אין מיין שטאם
ער האט מיר שיין גענומען ביים באקן
און דערנאך מיר פארלאזט איינזאם
פארוואגלט, אין גלות אן קיין וועג צוריק
שטיי איך על אם הדרך
קיינער גיבט נישט אויף מיר קיין בליק
איגנארירט, איזאלירט וועם שטער-איך
איך דין שוין פאר קיינעם נישט אלס בלעטל
איך בין ליבערשט א שטיקל שמוץ
איך מעג זיצן אינמיטן שטעטל
פארט, פאר קיינעם קום איך נישט צוניץ
איך שריי, מיט א דערשטיקטע קול
קיינער קערט נישט קיין אויער
פארוואס זיך אפשטעלן איינער זאל
און באמערקן מיין איינזאמע טרויער
איך פרוביר צו טון א באוועגונג
איך קען אבער נישט רירן קיין אבר
מיין גאנצע וועזן איז א פארלעמונג
אט דא, האב איך געטראפן מיין קבר
מיין בוים וועט נאך פילע בלעטער געבוירן
נייע וועלן אויף מיין פלאץ אויסשפראצן
איך, בין אבער אויף אייביג פארלוירן
אין פוסטער אייביגקייט בלויז גלאצן
איך בין געלאפן צו מיין גליק
אזוי האב איך געקלערט
דערווייל האבעך געכאפט א רוק
און מיין טויט אליין זיך דערקלערט
איך באזינג מיין אייגענעם שיקזאל
איך זאג מיין אייגענעם הספד אליין
איך נוץ נאר דעם בלעטל אלס משל
אלס גרינגער צו באוויינען יענעם׳ס געביין
מיין מציבה ווערטער טוה איך אויך איצט קריצן
איך דארף קיינעם׳ס ליגענט געשריבן
מיין טראגעדיע קען איינעם אפשר נוצן
וועט כאטש עפעס זיין פון מיר פארבליבן
אויך מיין געדאנק שטעלט זיך שוין איצט
איך שטעל אוועק מיין פעדער דעריבער
איך זעה שוין אפילו מיין שבעה, וואס קיינער זיצט
איך בין פארגאנגען, פארגעסן, און אריבער!
הערליך!
ביסט אנטי "דער בלאט"?
לעמאן, מיש דיך אויס מיט צוקער, און פראדוציר עפעס א חיזוק פאום אויך....
זייער שיין
עד כדי טרערן!
א מייסטער ווערק!
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:
יראו כל עובר החרות על הלוחת
האיש אשר עמד לנס והיה כשושן פורחת
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת
נא שימו על לבבכם ושובו בתשובה ניצחת
תפילה תרבו בעדו לאלהי הרוחות
נפשו אליו תאסוף ובל תהי נידחת
קאווע טרינקערהערליך!
ביסט אנטי "דער בלאט"?
לעמאן, מיש דיך אויס מיט צוקער, און פראדוציר עפעס א חיזוק פאום אויך....
זייער שיין
אדרבה, גיס מיר צו אביסל צוקער, האסט דאך אן איבערפלוס
יאירא מייסטער ווערק!
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:
יראו כל עובר החרות על הלוחת
האיש אשר עמד לנס והיה כשושן פורחת
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת
נא שימו על לבבכם ושובו בתשובה ניצחת
תפילה תרבו בעדו לאלהי הרוחות
נפשו אליו תאסוף ובל תהי נידחת
תודה רבה הרב יאיר, שמאיר עינינו בידיעותיו המפיקות אור
א הערליכע צושטעל
ווי קען איך זעהן ס׳גאנצע מציבה?
ער דארף די צוקער פאר זיין קאווע.
עס איז וואס עס איז,
ווילסט קאנדידאטירן אלס בלדד השוחי שפילן, כ׳בין גרייט
לעמאן דזשוסעס איז וואס עס איז
לעמאן, דיין פאעם איז הערליך, אין דיין תירוץ אויף קופערניקעס'ס שאלה, איז זיס. עס איז וואס עס איז = דאס האב איך געשריבען אין איך ווייס אליין נישט וויפעל עס דינט פארן כלל, אין וויפיל עס דינט פארן אייגענעם פרט.
וכפטיש יפוצץ סלע, אפ"ל אז דער גרויסער ענטפער אויף די ווייטאג פין יסורים אין צער, איז acceptance.
עס איז וואס עס איז. אונזער צער איז אייביג אז די ריאליטי דערגרייכט נישט דאס וואס מיר עקספעקטן. קיינער איז נישט בצער אז ער קען נישט פליען ווי א פייגעל, ווייל ער עקספעקט דאס נישט. אבער יעדער איז בצער אויב ער ווערט ל"ע פארקריפעלד אין ער קען נישט גיין אויף די פיס. ווייל גיין אויף די פיס עקספעקט ער יא.
אוודאי איז די נאטור פין א מענטש אנצונעמען [אין דעריבער עקספעקטן] אז זאכען וועלן זיין ווי נעכטען. אבער ווען די מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש, דארף מען פשוט אנערקענען אז דאס זענען די פאקטן.
אויב איז אמת אז די גאנצע מושג פין צער איז ווייל עס דערגרייכט נישט מיינע עקספעקטעישאנס, איז דאך די מינוט איך האב שוין נישט די עקספעקטעישאן, די מינוט איך זעה בעיני שכלי אז די פאקט איז אנדערש, איז בהכרח אז עס איז שוין נישטא קיין צער.
עס איז וואס עס איז.מח שליט, דיין געדאנק איז זייער ריכטיג און לויטער
דאס איז אבער באגרעניצט צו ווייטאגן, אומשטענדן, און פעלער וואס דער ווייטאג איז העכער פון מענטשליכן כח עס אפצוהאלטן אדער צו טוישן, למשל; ער קריגט קענסער ל״ע....דאן איז טאקע דער איין איינציגע עצה ׳אננעמען, וויזוי ס׳איז, אלס דאס בעסטע וואס שייך׳
בנוסף לזה, נאכ׳ן אננעמען די געשאפענע לאגע וויזוי ס׳איז איז דא נאך פארשידענע בארואיגונגס פילן וואס קענען זיין בייהילפיג; א׳ אמונה בה׳ ב׳ אמונה בשכר ועונש ג׳ אמונה בעלמא דקשוט ד׳ קוקן אויף מענטשן מיט ערגערע אומשטענדן ה׳ טרעפן די גוטע זאכן
דאס אלעס איז בלויז ביי פעלער וואס דער באטראפענע איז הילפלאז און איז גארנישט אליין שולדיג...
מה שאינו כן, אין אומשטענדן וואס דער מענטש האט זיך אליין אריינגעברענגט, וואס דער מענטש איז הויפטזעכליך אליין שולדיג אויף זיינע טאטן און שלעכטע אויסוואל וואס האט אים געברענגט די ענגשאפט....דאן איז גאר אן אנדערע מעשה
דאן באוויינט ער זיך, באשולדיגט ער זיך, עגבערט זיך, דאן טרעפט ער צומאל א בלעטל אויף דער ערד צושטויסן און קוקט זיך איין דערין ווי אין א שפיגל!
אויב מען האט מזל און מען באקוקט גוט דעם מצב און מען פרובירט נישט באשולדיגן יעדן אויסער זיך...
לעמאן זשוס הערליך. איר מאכט אונז געפערליך נייגעריק כלפי מה דברים אמורים אבער איין זאך איז זיכער מיט אזאנע כשרונות און הארץ איז מען נישט קיין צוטרעטענע בלעטעל איר זענט הויך אויפן בוים און פלאטערט. דא אין אונזער שטיבל זענט איר חי וקים גאר קיין פארגאנגענהייט.
מה שאינו כן, אין אומשטענדן וואס דער מענטש האט זיך אליין אריינגעברענגט, וואס דער מענטש איז הויפטזעכליך אליין שולדיג אויף זיינע טאטן און שלעכטע אויסוואל וואס האט אים געברענגט די ענגשאפט....דאן איז גאר אן אנדערע מעשה
דאן באוויינט ער זיך, באשולדיגט ער זיך, עגבערט זיך, דאן טרעפט ער צומאל א בלעטל אויף דער ערד צושטויסן און קוקט זיך איין דערין ווי אין א שפיגל!
אויב מען האט מזל און מען באקוקט גוט דעם מצב און מען פרובירט נישט באשולדיגן יעדן אויסער זיך...
אויף אן אמת גערעדט. מיר פארשטייען קוים די מושג פין בחירה. מיר האלטען דאך גאנץ פשוט אז ווען איך זאל האבען ממש די זעלבע תכונות הנפש ווי יענעמס, אין אויך די זעלבע מקרים וואס יענער האט, וואלט איך נישט געווען אנדערש ווי יענעם. איז דאך אויב אזוי אלעס פשוט תלוי אין מיין תכונות הנפש וואס איך בין געבוירען אין די מקרים וואס געשעהט מיט מיר.
די גאנצע ענין פין בחירה איז לכל היותר ביי עפעס א געוויסע נקודת הבחירה. מיר פארשטייען דאך אז דער קינד אין הארלעם פין א סינגעל מאם, א דראג עדדיקט האט אן אנדערע נקודות הבחירה ווי איך אין די.
מיר ווייסען נישט אונזער נקודות הבחירה. איז אויב אזוי ווי איז די שכל זיך צו באשולדיגען. עס איז א ליגענט וואס מען לערנט אונז אויס אז עס איז א שיינע נאבעלע זאך זיך צו באשולדיגען. אין עס איז קעגן די שכל.
פליז טו דאס נישט צו דיר.
נאר זעהן אין זיך "
נקודות טובות".
ביזט גערעכט און נישט גערעכט בענעזאם
פרעגסט גוט, זוכסט די נקודת הבחירה...
קודם וואלט איך געוואלט וויסן צו ווען די גלייכסט דיין מעמד אין וועלט מחמת דיינע מעשים טובים און האראוואניע, און עס צאלט זיך דיר אפ אין פארעם פון געלט, גוטע קינדער, א גוטע ווייב און נאך; זינגסטו דאן אויך דעם ניגון ׳איך זוך ארום די נקודת הבחירה׳
איז עס נישט קיין ׳דאבל סטענדערט׳ אוחז החבל בשני ראשים!
ר׳ אביגדור מיללער פלעג שוין ציניש אנצייגן אויף מענטשן וואס בעת עס גייט זיי גוט רעדן זיי וועגן די ארבעט וואס האט געברענגט פירות, און ווען חלילה שלעכט קרעכצט מען ׳ס׳איז אזוי באשערט׳ ליצים
שפיגל
ואני בעניי האב געמיינט אז דו באזינגסט דא וועבערמאן... אביסל אראפצוגעבן ווי אזוי ער פילט, וואס ער טראכט... עס שטימט דאך יעדע ווארט..
וואס זאלעך טאן, מיין קאפ ענדיגט נישט טראכטן פון וועבערמאן, ס'איז הימל און ערד און וועבערמאן. און דעריבער זעה איך וועבערמאן אין אלעמען.
שמעקעדיגואני בעניי האב געמיינט אז דו באזינגסט דא וועבערמאן... אביסל אראפצוגעבן ווי אזוי ער פילט, וואס ער טראכט... עס שטימט דאך יעדע ווארט..
וואס זאלעך טאן, מיין קאפ ענדיגט נישט טראכטן פון וועבערמאן, ס'איז הימל און ערד און וועבערמאן. און דעריבער זעה איך וועבערמאן אין אלעמען.
איך הער,
איך גראדע זעה נישט וו״ב אין קיין ווארט
אים איז ליידער סך סך שווארצער פון שווארץ
כאב אויף אים נאכנישט קיין פאסיגן משל, אפשר כף הקלע
השם ירחם!
אויף וועבערמאן האט ידידינו לעמאן זשוס געשריבן א הארץ-רייסענדן פאעזיע
דאאיך ווייס, איך ווייס.
אבער איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דו זעסט נישט וואס איך זעה.
א מענטש געווען ברום המעלה מיט פיינע משפחה ארום, איז געווארן ווי אן אראפגעפאלענער בלעטל אן קיין שום צוקונפט און זעהט דעם טויט פאר די אויגן.
(איך אין זיין מצב וואלט געוואלט היינט שטארבן, ה"י).
שמעקעדיגאיך ווייס, איך ווייס.
אבער איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דו זעסט נישט וואס איך זעה.
א מענטש געווען ברום המעלה מיט פיינע משפחה ארום, איז געווארן ווי אן אראפגעפאלענער בלעטל אן קיין שום צוקונפט און זעהט דעם טויט פאר די אויגן.
(איך אין זיין מצב וואלט געוואלט היינט שטארבן, ה"י).
געוויס זעה איך וואס דו זעהסט...איך האב געמיינט צו זאגן אז מיין פאעמע באצייכנט נישט זיין ביטערן שיקזאל, ווייל זיינס איז פיל שלעכטער!
לעמאן דזשוסביזט גערעכט און נישט גערעכט בענעזאם
פרעגסט גוט, זוכסט די נקודת הבחירה...
קודם וואלט איך געוואלט וויסן צו ווען די גלייכסט דיין מעמד אין וועלט מחמת דיינע מעשים טובים און האראוואניע, און עס צאלט זיך דיר אפ אין פארעם פון געלט, גוטע קינדער, א גוטע ווייב און נאך; זינגסטו דאן אויך דעם ניגון ׳איך זוך ארום די נקודת הבחירה׳
איז עס נישט קיין ׳דאבל סטענדערט׳ אוחז החבל בשני ראשים!
ר׳ אביגדור מיללער פלעג שוין ציניש אנצייגן אויף מענטשן וואס בעת עס גייט זיי גוט רעדן זיי וועגן די ארבעט וואס האט געברענגט פירות, און ווען חלילה שלעכט קרעכצט מען ׳ס׳איז אזוי באשערט׳ ליצים
איך קען נישט צופיל מענטשען וואס טראכטען אז זייער גיטע מעמד איז מכח זייער מצוות ומעשים טובים. איך קען יא מענטשען וואס טראכטען אז ס'איז מכח זייער חכמה אין געלונגענקייט. נו עס קען זיין אז עס איז אמת. א גיטע קאמפיוטער ברענגט בעסערע רעזולטס. די פראבלעם פין גאוה איז אז ער געבט קרעדיט אין די ראנג פלאץ. ער דארף וויסען די פאקט אז זיין קאר איז גאר א שנעלער אין ער וועט קענען אנקומען שנעל. ער דארף אויך וויסען אז זיין קאפ איז גאר א גיטער אין ער קען אנקומען מיט דעם ווייט. אבער מיט אביסל טראכטען פארשטייט ער דאך אז די גיטע קאפ האט ער באקימען א פרעזענט. אבער ער איז עס אומשכלדיג מייחס צו זיין קרעדיט. עס האט נישט קיין שייכות מיט נקודת הבחירה עס איז פשוט א טעות בולט.
אבער אז מען רעדט שוין יא פין דאבעל סטענדערדס, וויל איך פרעגן. פארוואס פארלאנגען אלע מוסר זאגערס אז מיר זאלען זיך נישט גרויס האלטען מיט אונזערע גיטע מעשים, אבער בו בשעה זאלען מיר מתאבל זיין אויף אונזערע שלעכטע?
פארוואס פארלאנגט מען אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטען אויף זיינע חסדים אבער ווען ס'איז דא א צער טאר מען נישט ח"ו האבען טענות?
כ'האב א מהלך בנוגע דעם אייבערשטען, אבער אבער איך וויל הערן דיינס.
לעמאן דזשוסיאירא מייסטער ווערק!
מענין לענין, פאלגענד איז די מציבה פון רבי יונתן אייבשיץ, דער נוסח האט ער אליין געשריבן בחייו:
יראו כל עובר החרות על הלוחת
האיש אשר עמד לנס והיה כשושן פורחת
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת
נא שימו על לבבכם ושובו בתשובה ניצחת
תפילה תרבו בעדו לאלהי הרוחות
נפשו אליו תאסוף ובל תהי נידחת
תודה רבה הרב יאיר, שמאיר עינינו בידיעותיו המפיקות אור
א הערליכע צושטעל
ווי קען איך זעהן ס׳גאנצע מציבה?

מוח שליטאבער אז מען רעדט שוין יא פין דאבעל סטענדערדס, וויל איך פרעגן.
פארוואס פארלאנגען אלע מוסר זאגערס אז מיר זאלען זיך נישט גרויס האלטען מיט אונזערע גיטע מעשים, אבער בו בשעה זאלען מיר מתאבל זיין אויף אונזערע שלעכטע?
פארוואס פארלאנגט מען אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטען אויף זיינע חסדים אבער ווען ס'איז דא א צער טאר מען נישט ח"ו האבען טענות?
כ'האב א מהלך בנוגע דעם אייבערשטען, אבער אבער איך וויל הערן דיינס.
פשוט ווי מען לערנט אונז, אילולי הקב"ה עוזרו לא יכול לו, ממילא איז דער קרעדיט נישט אונזערס,
און די חסדים ווייל דער בורא וויל נאר "להטיב לברואיו", און מאתו לא תצא הרעות, דער חטא איז גאר מעניש, אין הנחש ממית אלא החטא, כמשה"כ תיסרך רעתך.
אודאי קענסטו דאס אפפרעגן, אבער דאס לערנט מען אונז אויס אין די יונגע יארן.
דו אליין שרייבסט דאך דאס
אין אן אנדער אשכול:
נפש החיים - שער א - פרק יב
ולכן ארז"ל (ב"ק נ' ע"א) כל האומר הקב"ה וותרן הוא יותרו חייו כו'. וכ"ה בירושלמי פ"ה דשקלים ובב"ר פס"ז ובתנחומא פ' תשא ובש"ט תהלים. ולכאורה יפלא. הלא אפי' אדם איש חסד מתנהג במדת ותרנות, אמנם הוא כמש"ל. שאינו על דרך העונש ונקימה ח"ו.רק חטאים תרדף רעה שהחטא עצמו הוא עונשו
יאיר׳ל תודה פאר׳ן בילד
יעצט כאפ איך אז די שורות זענען ר״ת י׳ה׳ו׳נ׳ת׳ן׳
און דערנאך נאך צוויי שורות וואס ר״ת ז׳ל׳
זכות מעשיכם יגינו כי נפשות ישראל אחת
למדו מוסר לשנוא כבוד, ומגדולה תהי׳ נפשיכם בורחת
אז מען רעדט שוין פון זעלבסט פארפאסטע מציבה נוסחאות, איז אינטערעסאנט צוצושטעלן להבדיל בין טומאה לטהרה די נוסח המציבה וואס אהרן חורין פון אראד האט זיך פארגעשריבן....
אינדערצייט וואס די גדול הדורות באוויינט זיך אזוי בדמעות שליש ונפשו עליו תאבל
באזינגט זיך אהרן חורינער ווי כאילו די גאנצע פמלי׳ של מעלה ווארט אויף זיין אנקום...
כאב עס נישט איצט פאר מיר,
יאיר טייערע מאך א טובה און ברענג אהער דעם טעקסט, אולי אויך א בילד פונעם גוי׳ישן מציבה זיינעם
שמעקעדיגמוח שליטאבער אז מען רעדט שוין יא פין דאבעל סטענדערדס, וויל איך פרעגן.
פארוואס פארלאנגען אלע מוסר זאגערס אז מיר זאלען זיך נישט גרויס האלטען מיט אונזערע גיטע מעשים, אבער בו בשעה זאלען מיר מתאבל זיין אויף אונזערע שלעכטע?
פארוואס פארלאנגט מען אז מען זאל דאנקען דעם אייבערשטען אויף זיינע חסדים אבער ווען ס'איז דא א צער טאר מען נישט ח"ו האבען טענות?
כ'האב א מהלך בנוגע דעם אייבערשטען, אבער אבער איך וויל הערן דיינס.
פשוט ווי מען לערנט אונז, אילולי הקב"ה עוזרו לא יכול לו, ממילא איז דער קרעדיט נישט אונזערס,
און די חסדים ווייל דער בורא וויל נאר "להטיב לברואיו", און מאתו לא תצא הרעות, דער חטא איז גאר מעניש, אין הנחש ממית אלא החטא, כמשה"כ תיסרך רעתך.
אודאי קענסטו דאס אפפרעגן, אבער דאס לערנט מען אונז אויס אין די יונגע יארן.
דו אליין שרייבסט דאך דאס
אין אן אנדער אשכול:
נפש החיים - שער א - פרק יב
ולכן ארז"ל (ב"ק נ' ע"א) כל האומר הקב"ה וותרן הוא יותרו חייו כו'. וכ"ה בירושלמי פ"ה דשקלים ובב"ר פס"ז ובתנחומא פ' תשא ובש"ט תהלים. ולכאורה יפלא. הלא אפי' אדם איש חסד מתנהג במדת ותרנות, אמנם הוא כמש"ל. שאינו על דרך העונש ונקימה ח"ו.רק חטאים תרדף רעה שהחטא עצמו הוא עונשו
וואס הייסט? מיט זיין בחירה קען ער נאר בוחר זיין ברע? אוודאי האט ער בחירה ביידע וועגן, ניין? מען קען מסביר זיין די גמרא קידושין ל: אלמלא הקב"ה עוזרו אויף כמה וועגן. אדרבה זאג דו א ביאור. איין זאך איז זיכער אז די בחירה ארבעט אויף ביידע וועגן. עס איז א סתירה מניה וביה צו זאגען אז מען האט בחירה צו טון שלעכטס אבער מען האט נישט קיין בחירה נישט צו טון שלעכטס.
בנוגע דעם אייבערשטען. די זעלבע זאך ווי דו פארשטייסט אז עס איז דא אן אויטאמאטישער סיסטעם אז תיסרך רעתך, איז דאך א חלק פין דעם סיסטעם אז פאר טוב באקומט מען טוב. ניין? איז דעם מסתבר צו מאכען א סיסטעם נאר להרע?
בן תמליוןלעמאן זשוס הערליך. איר מאכט אונז געפערליך נייגעריק כלפי מה דברים אמורים אבער איין זאך איז זיכער מיט אזאנע כשרונות און הארץ איז מען נישט קיין צוטרעטענע בלעטעל איר זענט הויך אויפן בוים און פלאטערט. דא אין אונזער שטיבל זענט איר חי וקים גאר קיין פארגאנגענהייט.
איך בין אויך זייער נייגעריג וואס גייט דא פאר, אבער איין זאך ווייס איך זיכער אז איהר זענט א הערליכע שרייבער..
רבותי, געט אויווער איט,
א אידל געפונט זיך אמאל צוקוועטשט, אפגעריסן, פארלוירן אין ג׳טס וועלט אן קיין וועג ארויס.....נעמט א בליי און א בויגן און פארשרייבט זיך א שטיקל ליד
מכלעראש,
נישט דאס דארף מען טון? איז נישט דאס וואס קינות טוט, איז נישט דאס וואס פיוטים זענען באשאפען געווארן?
בעסער פון פראוזאק איז דאך עס, און אפשר וועט קומען איינער און געבן א טרייסט
עס באפרידיגט צו זעהן די זארג פון בני קל חי, אויף א ווילד פרעמדן מאן, ממש א מחי׳
איך מיין אז מי׳גיימיר שרייבן א נחמה, ווער נאך איז וויליג
חייתני מירדי בור/פאעמע
לבקשת חבירי,
זיך דערוועקט פון טרוים
אינמיטן נאכט פונקט,
שפיגל איך מיך ליבערשט אין בוים
מיין הארץ, אויפגעלעבט און זינגט
אפגעשאקלט אלע בלעטער
געבליבן ליידיג און פוסט
אט ס׳לעצט בלעטל, אויך פאלן וועט-ער
איך וויין צום ווינט, אבער אומזיסט
איך שטיי אלס אילן סרק
נאקעט און קאלט,
פארגעסן מיין זומער׳דיגן קנאק
פארגעסן מיין הערליך קאלירטן געשטאלט
פלוצלינג איך דערשפור
א ווארעמע שפריץ פון אונטן
שבט קלאפט שוין אויף מיין טיר
אט ער טוט מיר דערמונטן
איך בין שוין נאכאמאל טראגעדיג
איך וועל געבוירן א דור א פרישן
טאקע געוועהן פלאגעדיג
איצט טוה איך א נייע בוך אויפמישן
איך וועל מער נישט ווערן פארלוירן
ווען די נייע ווינטער קומט
אלטע נסיונות פאריבער, נייע ווערן געבוירן
אזוי דרייט זיך א ראד, אלעס שטימט
אמאל פארדינט, אמאל דערלייגט
איך שרעק מיר נישט פון גארניש מער
איבערגעקומען דעם נסיון, אט אזוי מען שטייגט
איך האב סייווי געווינען, אט דעם טיפן דערהער!
דער לעמאן דשזוס איז זיסע לעמאנאעיד..
האסט מיר בארואיגט מיין שבת..
גוט שבת.
לעמאן איר מוזט ארויסגעבן א בוך מיט אייערע פאעזיעס פארן היימישן ציבור עס וועט זיין א בעסט סעללער און איר קענט נאך פארדינען אפאר דאלאר אויך.
קענסט שיקן מעות קדימה...
העי, איך שיק מעות קדימה! אבער בתנאי עס קומט טאקע ארויס...!
איך ווערטל נישט. דו ביסט מתוק מדבש.
לעמאן דזשוסאז מען רעדט שוין פון זעלבסט פארפאסטע מציבה נוסחאות, איז אינטערעסאנט צוצושטעלן להבדיל בין טומאה לטהרה די נוסח המציבה וואס אהרן חורין פון אראד האט זיך פארגעשריבן....
אינדערצייט וואס די גדול הדורות באוויינט זיך אזוי בדמעות שליש ונפשו עליו תאבל
באזינגט זיך אהרן חורינער ווי כאילו די גאנצע פמלי׳ של מעלה ווארט אויף זיין אנקום...
כאב עס נישט איצט פאר מיר,
יאיר טייערע מאך א טובה און ברענג אהער דעם טעקסט, אולי אויך א בילד פונעם גוי׳ישן מציבה זיינעם
האב איך נאכגעקוקט אינעם ׳טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן׳ פון י״י גרינוואלד דעם פולן טעקסט פון זיין מציבה, הא לך לשונו הגס;
אני אהרן חארין
מן ים עלי רגשו גליו,
לחוף שאנן נוה שליו
בחסד עליון עתה באתי
לפני כבודו אכרע ברך,
בקהל קדושים שמו אברך,
היום קויתי מצאתי,
גוי פה תנוח,
פה שכון בקבר,
אנכי אשא אבר
לאל אשוב ברוח.
למקורי בזוהר רקיע,
עד אשר הקץ יגיע,
אז בהקיצך משנתך,
אשיב אביט תמונתך
ויראו כל העדה כי גוע אהרן, ויבכו את אהרן כל בית ישראל.