☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ספר יואל - בדוי

ספר יואל - בדוי

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2775

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 20, 2013 5:14 pm

· #81067
ספר יואל - בדוי
איך באציה מיך צו דעם תגובה פון קאווע טרינקער, וואס א לינק דערצו געפינט זיך אין זיין חתימה לעת עתה.
קומט פון דעם אשכול דא.
איך קען נישט גלייבן אז עס האט נישט באקומען מער ווי געציילטע לייקס, בשעת לענ"ד איז דאס "דער ארטיקל פונעם יאר".
מיר האט עס גורם געווען אויסערגעווענליכע לאכעריי, הנאה, און בייז-וואונדער פון דעם חכמה נפלאה פון אזוי אראפלייגן אזא קאפי פון תנ"ך און רש"י.

אפשר האט מען עס שווער געקענט ליינען אויפן סקרין, האב איך עס דעריבער קאנווערטעד צו א PDF, וואס עס וועט זיין גרינגער צו "לערנען".

דאס איז א קאפיטל היסטאריע פון סאטמאר השתלשלות.
שמעו ותחי נפשכם!
📎 יואל.pdf

יידל » זונטאג יאנואר 20, 2013 5:35 pm

· #81075
העי, יעצט גייסטו באקומען קאווע טרינקער'ס לייקס!

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 20, 2013 5:50 pm

· #81083
איך ועל נישט זיין א מתכבד בשאינו שלו.
ווער עס וויל לייקן פארן קאפיטל, זאל ביטע לייקן קאווע אויפן אויבנדערמאנטן לינק.
ווער עס וויל מיר לייקן פארן דערמאנען דעם ארטיקל און עס איבערזעצן אויף א ליינבארן PDF, וועל איך מקבל זיין באהבה די אלע 'ליבשאפט קנעפלעך' גערן...

יואליש » מאנטאג יאנואר 21, 2013 12:46 am

· #81178
זייער קריעטיוו, קאווע טרינקער. יישר, שמעקעדיג, פארן עס פארוואנדלן אין א דבר השלם. וצדקתו עומדת לעד.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג יאנואר 21, 2013 5:01 am

· #81195
איך האב געלייקט ביידע. קאווע טרינקער פארן הפלאדיגן מאמר, חוץ די פסוקי יואל, איז די אנדערע פוינטס געוואלדיג גוט געשריבן, גוט ארויסגעברענגט די פוינט.
און געלייקט שמעקעדיק פאר די עימוד פונעם כתב אשורית, עס האט געמאכט געשמאק צו ליינען.
הה"ד תרי לייקין דלא מתפרשי זו מזו

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 21, 2013 10:46 am

· #81217
שמעקעדיג........
וואס טוסטו מיר מיר????????????

מיין INBOX איז איבערגעפילט מיט אזהרות וחרמות (געשריבן פון ארץ ישראל, עפ"י רוב).........

ייש"כ, הערליך, כ'האב שטארק הנאה.

אגב, לויט ווי די חוקרים שרייבן, איז די לעצטע פסוק "ויאמר אהרן..." צוגעלייגט דורך די ********נים


יידל, ווען האסטו צייט צו עסן? דו ליינסט יומם ולילה

יידל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 1:30 pm

· #81254
דו קענסט נישט ליינען ווען דו עסט?

יואליש » מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:08 pm

· #81271
קאווע טרינקער

אגב, לויט ווי די חוקרים שרייבן, איז די לעצטע פסוק "ויאמר אהרן..." צוגעלייגט דורך די ********נים


האמער שרייבערס ק און א, און דער רעדאקטאר ש.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:17 pm

· #81273
יידל
דו קענסט נישט ליינען ווען דו עסט?

יא, אבער דו זעסטעך אויס היבש דאר..

יידל » מאנטאג יאנואר 21, 2013 2:47 pm

· #81284
אזא דארקייט אויף אלע גויים געזאגט...

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 21, 2013 3:09 pm

· #81291
"אויסגעדארטע יידל" קלינגט עפעס צוזאמען.

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:14 am

· #81802
יישר כח שמעק פאר די פי די עף איך בין נישט געוועין דא ווען מ'האט עס געשריבען בין איך נישט דא געוועין ווען איך בין צוריק געקומען איז די אשכול געוועין 8 בלעטער און צוליב די שלעכטע קאליר קען איך עס נישט ליינען, יעצט איז עס ממש א נחת יישר כח שמעק און יישר כח מר' קאוווע עס איז עפעס נישט נארמאל גוט

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:06 pm

· #81840
לעמיל
יישר כח שמעק פאר די פי די עף איך בין נישט געוועין דא ווען מ'האט עס געשריבען בין איך נישט דא געוועין ווען איך בין צוריק געקומען איז די אשכול געוועין 8 בלעטער און צוליב די שלעכטע קאליר קען איך עס נישט ליינען, יעצט איז עס ממש א נחת יישר כח שמעק און יישר כח מר' קאוווע עס איז עפעס נישט נארמאל גוט

מ'דארף עפעס זעהן צו טוהען, פאר לעמיל טרעפט זיך מיט זייר זהאב

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:13 pm

· #81845
שכויעך מר' קאווע פארען זיך זארגען פאר מיך, בין איך די איינציגסטע וועים עס באדערט אזוי שטארק???