☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » POEM / א HIT פון ביבער

POEM / א HIT פון ביבער

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2763

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 18, 2013 11:45 am

· #80780
POEM / א HIT פון ביבער
הנה נא א הייס שטיקעל
התעוררות און א קיצעל,
א נייע HIT פון ביבער
נישט וואס זינגט לידער

פונעם רבי'ן פלעגן הער'עך
פון א בעל חי א נעבאך,
דער ביבער'ל דער שוטה
וואס קען נישט זיין נוטה

גלייך ער שטייט
גראד ער גייט,
צום הימל ער בעהט
ווייזט מיר א וועג

ס'כאפט אים א ציטער
זיין מצב איז ביטער,
מיט זיין אייגן בחירה
נעמט ער זיין קבורה

וואס שטייסטו?
וואס וויינסטו?
איין קליינע דריי!
און דו ביסט פריי!


אריין אין זיין פאסקע
גיט ער א טראסקע,
ער פגר'ט אין קבר
בלייבט נישט קיין זכר


דער חסיד נעמט תמיד מיט
אויף זיין קאפ, דעם הוט,
צו געדענקען דעם ביבער
אלץ א וועג פירער

שטענדיגט נעמען אין אכט
אבער נישט אין באטראכט,
אזוי ווי דער ביבער
חלילה זיין קלוגער

"טראכט גוט
ווי א ביבער טוט,
גלייך זאלסטו שטיין
גראד זאלסטו גיין"

צו זיך ער גיט א פרעג
"איז דאס דען א וועג?"
אזוי ווי ער קריכט
זעהט ער א ליכט

נאך דעם שיין
וויל ער גיין,
צום הימל ער בעהט
"ווייזט מיר א וועג"

מיט זיין אייגן בחירה
נעמט ער זיין קבורה,
אריין אין זיין פאסקע
גיט ער א טראסקע

וואס שטייסטו?
וואס וויינסטו?
איין קליינע דריי!
און דו ביסט פריי!


חסיד שוטה
שוין זיי נוטה!
אראפ מיטן הוט
וועט דיר זיין גוט!

לעמיל » פרייטאג יאנואר 18, 2013 11:49 am

· #80782
מר' קאווע דו ביסט אייזען

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:04 pm

· #80783
אייזן? גאלד!

מ גפני » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:14 pm

· #80785
WOW

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:24 pm

· #80804
וואס טוט זיך מיט שטאפנע הוטן ? וואס לערנט זיי די ריכטיגע וועג?

יידל » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 8:20 pm

· #80818
גוט איז גוט. מיין מוח באגלט (מלשון boggle) פון די טאלאנט וואס גיסט זיך דא.

טעפל » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:13 am

· #80896
נולד מאוחר
וואס טוט זיך מיט שטאפנע הוטן ? וואס לערנט זיי די ריכטיגע וועג?

דא ליגט די פוינט מר קאווע גייט מיט א שטאפענע היט, ער גייט וועלכע זייט ער וויל..

איך אויך » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:02 pm

· #80987
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר ליגט גאר די פוינט דא.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:06 pm

· #80989
גראדע איז דבורה היבש באליידיגט, אבער, יאנקל האט מיר זייער איבערגענומען מיט זיינע ברכות/קללות. ועל כל פשעים תכסה אהבה רבה.

איך אויך » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:18 pm

· #80993
זי איז נאר מזכירה (צו גאר מזקירה) בימי החופש פארוואס זאל זי זיין באליידיגט.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:21 pm

· #80994
ווען מיין הוט ווערט שווער אויפן קאפ, פאר איך אוועק אויף ביזנעס..
ס'מאכט זיך אפט.
בד"וו, איך פאר גראדע די וואך אוועק פאר א 5 טעג

איך אויך » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:26 pm

· #80997
מיט ציפי אדער חני?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:28 pm

· #80999
ואם שלש אלה יעשה לה כמשפט הבנות
אלע דריי, קראך אוועק.

איך אויך » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:32 pm

· #81000
זוכסט אפשר א ארבייטער?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 12:34 pm

· #81003
continue on gtalk

יאיר » מאנטאג יאנואר 21, 2013 7:56 pm

· #81347
דאס איז א הערליכער פאעם, און א גאר אריגינעלע איידיע. אויב איך מעג זאגן א הערה, קאווע טרינקער, איך האב בעסער ליב ווען דו מאכסט גראמען וואס שטימען נישט פונקטליך. נעם עס אן פאר א קאמפלימענט, ווייל דאס איז וואס עס איז.

קאווע טרינקער » מיטוואך אפריל 8, 2015 11:53 pm

· #265016
כ'ברעג ארויף דעם אשכול כדי צובאקומען נאך לייקס. יא.

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:03 am

· #265019
אז מ'בעט שיין באקומט מען

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:03 am

· #265020
Re: POEM / א HIT פון ביבער
באקומסט די לייק פאר'ן ארויפברענגען. יעצט לאמיר ליינען דיין שטיקל.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:11 am

· #265021
וואונדערבאר!

נופת צופים » דאנערשטאג אפריל 9, 2015 12:15 am

· #265022
Re: POEM / א HIT פון ביבער
זייער זייער גוט!
מעניינא דיומא פון ר' זונדל און ר' נחום.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג מערץ 3, 2016 12:18 am

· #323186
ווי נעמט מען די טאלאנט. ממש אין מילים, להפליא עד מאוד.