אסאך מוסדות שטעלן זיך אז כדי דיין קינד זאל ווערן אנגענומען אין די מוסד מעג די פרוי נישט דרייווען. וואס איז פשט דערפון? איז דאס אקענגן צניעות? מיין אשת חיל האט לייסענס און ס'קומט כסדר אויס אז זי נעמט די קאר צו ערלעידיגן וויכטיגע זאכן אדער נעמען די קינדער אין פלעי גרופ אדער צום דאקטאר. וואס איז די עוולה?
איך האב אסאך חברים אזוי. די מענער זענען מלמדים, רמי"ם און אפילו ראשי ישיבה און די פרויען טרייבן דעם קאר. ווער עס האט גלערנט אין ב.מ.ג. אדער בית התלמוד ווייסט וואס איך מיין.
אפילו אין די חסידישע וועלט איז אזוי, אז מענער זענען כלי קודש אדער סתם אזוי ארבעטער און די פרוי איז וואס נעמט קער פון די זאכן, און זיי ברויכען דרייווען,
וואס איך וויל בעיקר וויסן איז וואס איז די עוולה אז די פרוי דרייווט?

זיי ווייסן אליינס נישט, די סיבה וואס זיי געבן אן איז כל כבודה בת מלך פנימה, און ס'איז זייער אויפרייסעריש אז א פרוי דרייווט, איי די אלטערנאטיוו איז גייען אין גאס אדער נוצן פובליק טראנספארטאציע וואס איז פיל ווייניגער "פנימה" ווי זיצן אין א פארמאכטע אוהל זרוק איינגעקעסטעלט אין האלב פארטינטעטע שויבן? נישקשה, די הלכות געבויעט אויף כל כבודה דארף נישט שטימען מיט לאגיק.
אסאך מוסדות שטעלן זיך אז כדי דיין קינד זאל ווערן אנגענומען אין די מוסד מעג די פרוי נישט דרייווען. וואס איז פשט דערפון? איז דאס אקענגן צניעות? מיין אשת חיל האט לייסענס און ס'קומט כסדר אויס אז זי נעמט די קאר צו ערלעידיגן וויכטיגע זאכן אדער נעמען די קינדער אין פלעי גרופ אדער צום דאקטאר. וואס איז די עוולה?
איך מיין אז עס איז א ווארט און שמירת עינים אבער וואס איך כאפ נישט וואס איז די חילוק אויב זי דרייוט אדער זי זיצט פון פארנט
מען קען זאגען אז פונקט ווי מען לאזט נישט בחורים דרייווען ווייל מען וויל זיי איינצוימען, זיי זאלען ווי ווייניגער קענען אנקומען אויף פלעצער. איז דאך פי כמה דער ענין פין כל כבודה בת מלך פנימה.
רמב"ם הלכות אישות פרק יג מקום שדרכן שלא תצא אשה בשוק בכפה שעל ראשה בלבד עד שיהיה עליה רדיד החופה את כל גופה כמו טלית נותן לה בכלל הכסות רדיד הפחות מכל הרדידין, ואם היה עשיר נותן לה לפי עשרו כדי שתצא בו לבית אביה או לבית האבל או לבית המשתה, לפי שכל אשה יש לה לצאת ולילך לבית אביה לבקרו ולבית האבל ולבית המשתה לגמול חסד לרעותיה ולקרובותיה כדי שיבואו הם לה, שאינה בבית הסוהר עד שלא תצא ולא תבוא. אבל גנאי הוא לאשה שתהיה יוצאה תמיד פעם בחוץ פעם ברחובות, ויש לבעל למנוע אשתו מזה ולא יניחנה לצאת אלא כמו פעם אחת בחודש או פעמים בחודש כפי הצורך, שאין יופי לאשה אלא לישב בזוית ביתה שכך כתוב +תהלים מ"ה+ כל כבודה בת מלך פנימה.
נאך א פשט קען זיין. דרייווען איז א געוואלדיגע אינדעפענדענס. דאס איז היפך פין הכנעה. דאס ענין פין אשת איש איז אז זי איז נכנע אונטערן מאן אין זי געהער פארן מאן. א פרוי האט אסאך ענליכקייטן צו אן עבד. א אשה איז מחויב במצוות ווי אן עבד. ווי אויך כל מה שקנה אשה קנה בעלה. א טאטע פארקויפט זיין טאכטער אלס א שפחה. לויט געוויסע מאן דאמרים איז דאס געלט וואס דער טאטע באקומט פאר פארקויפען זיין טאכטער איז אויטאמאטיש אויך כסף קידושין. זי דארף פשוט אלעס געבן פאר איר אדון/מאן. דער וואס קויפט איר קען אפי' מחליט זיין אז ער געט איר פאר זיין זון. דער עוולה פין אן אשת איש שזינתה איז די בגידה אינעם מאן. אזוי ווי דער לשון הפסוק ווען א פרוי איז מזנה, אז זי איז מועיל אינעם מאן אין זי איז בוגד אין אים. [דאס קען אפשר זיין די סיבה פארוואס א אשה שזינתה איז אסורה לבעלה. א פרוי וואס האט איינמאל מזנה געווען ברצונה האט שוין אראפגעווארפען פין זיין אינטערגעווארפען אינטער דעם מאן, ממילא איז דאס שוין נישט קיין מאן אין ווייב. עס איז אן ענין פין בעילת זנות.] מען זעהט דאך פשוט אז ביים מאן איז נישטא קיין אפהאלט פין האבען נאך ווייבער. משא"כ א פרוי געהערט נאר פארן מאן. א פרוי איז מחיוב צו פאלגען איר מאן. עד כדי כך אז לויטן רמב"ם דערמאנט פריער, איז די מאן איז דער וואס איז מחליט וויפיל מאל א חודש זי מעג ארויסגיין פין הויז. בקיצור די גאנצע נקודה פין אן אשת איש איז אזי זי איז נישט אינדעפענדענט, אז זי געהער צו איינעם. פולקאמער אינדעפענדענס איז האבען די זעלבע רעכטן וואס א מאן האט בנוגע האבען מער ווי איין ווייב. א יעדעס ביסעל אינדעפענדענס ברענגט ארויס פאר זיך אין פאר יענעם דאס היפך פינעם ענין פין אשת איש והמסתעף. דאס האט א שייכות מיטן גאנצען מלחמה פין די women's lib, ואכ"מ. איך זאג נאר א פערספעקטיוו, נישט מיין אפיניאן. בד"וו, עס איז באקאנט אז סאטמערע מיידליך זענען די בעסטע סעקרעטערי'ס. ווייל זיי האבען אין זיך שטארק די מדה פין הכנעה. ווי מער 'מאדערען' מען איז אלץ מער שטעלט מען זיך אוועק פאר א יש.
איך גלייב שווער אז די סיבה איז צוליב איינצוימען די פרוי, זייער נישט מסתבר. אויב עפעס וואלט די מאן געברויכט וועלן איר אינצוימען, נישט די מוסדות וכדומה, ס'האט מכלומרשט עפעס מיט צניעות, איך כאפ נאר נישט וואס.

און אז ס'האט מיט צניעות פארשטייט מען יא אז די מוסדות טיילן איין?
איך גלייב שווער אז די סיבה איז צוליב איינצוימען די פרוי, זייער נישט מסתבר. אויב עפעס וואלט די מאן געברויכט וועלן איר אינצוימען, נישט די מוסדות וכדומה, ס'האט מכלומרשט עפעס מיט צניעות, איך כאפ נאר נישט וואס.
דער רמב"ם וואס איך ברענג אראפ רעדט פין נישט ארויסלאזען דאס ווייב מער ווי איינס צווי מאל א חודש. ער זאגט אבער אז מען זאל איר לאזען גיין צו חתונת אדער ניחום אבילום, (כדי מ'זאל צוריקימען צו אירע שמחות. הממ..א בפירושע רמב"ם בענין 'מרעצעשעם ביי דיר אויף שמחות') ווייל זי זאל נישט זיין אין קיין תפיסה. דער רמב"ם געט די גדר אלס כל כבודה בת מלך פנומה וואס איז, עכ"פ באן אונז שטארק מקושר מיט די ענין פין צניעות. איז דאך דאס אויב אזוי יא אן ענין פין צניעות. נישט לאזען א פרוי ארויסגיין מער ווי איין צוויי מאל א חודש, הייסט בי מיר איינצוימען די פרוי, אז זי זאל זיך פשוט נישט דרייען אין די גאס. איז דאך מסתבר אז פונקט ווי מען וויל איינצוימען בחורים נישט צו קענען אנקומען ווי מען וויל אזוי איז די זעלבע מיט פרויען. נאכאמאל איך ברענג נאר ארויס דעם פערספעקטיוו. איך בעצם בין ליידער נישט מקיים דעם רמב"ם ווי עס דארף זיין. איך לאז מיין פרוי ארויסגיין דריי, אין צומאל פיר, מאל א חודש. די איבעריגע זעקס אין צוואנציג טעג פינעם חודש גייט זי ארויס אהן מיין הרשאה. 😞
ליגט מיר אין קאפ אז די רמב"ם האט גערעדט אויף זיין תקופה, און אין מצרים ווי ער האט געוואוינט, און דארט איז די סדר געווען אזוי, און א פרוי וואס איז געגאנגען מער האט געהייסן א יצאנית, אבער הכל לפי המקום והזמן, און היינטיגע צייטן אין מערב וועלט לענדער איז עס נישט אזוי.

מסכים צו דיין סברה. יעצט דארפסטו נאר פועלן ביי דע פאוערס דעט בי. בכלל די גאנצע הגדרה פין צניעות איז לכאורה נישט ארויסצושטארען, אדער פראוואצירערן. וואס דאס אלעס דארף זיך ווענדען לפי המקום והזמן לכאורה. די אלע פרטי הלכות צניעות פין דעם פאליק וכדו', שמעקן עפעס מאדנע. אבער כ'האב עס נישט דורכגעטון כדבעי', ס'איז מיין עמעראצישע אבזערוואציא.

לגבי פאלק האט מען שוין געשמועסט דא אז ער האט געמאכט א שיינע ליקוט פון אלע חומרות על כבי חומרות, צוגעלייגט אייגענע בויך סברות, ויקרא שמו בישראל פוסק אחרון לעניני צניעות. עיין כאן ותמצא נחת.
מח שליט טוט אן אייזערנע דזשאב ארויסצוברענגען די הערליכקייט פון די חסידיש'ע צוגאנג צו די באשעפעניש וואס רופט זיך אויף די סייענטיפישע שפראך 'פרויען'. איך מיין אז ר' אבא חייא קען שוין רעטייערן. נאר עטליכע הערות:
נאך א פשט קען זיין. דרייווען איז א געוואלדיגע אינדעפענדענס. דאס איז היפך פין הכנעה. דאס ענין פין אשת איש איז אז זי איז נכנע אונטערן מאן אין זי געהער פארן מאן. א פרוי האט אסאך ענליכקייטן צו אן עבד. א אשה איז מחויב במצוות ווי אן עבד. ווי אויך כל מה שקנה אשה קנה בעלה. א טאטע פארקויפט זיין טאכטער אלס א שפחה. לויט געוויסע מאן דאמרים איז דאס געלט וואס דער טאטע באקומט פאר פארקויפען זיין טאכטער איז אויטאמאטיש אויך כסף קידושין.
מהאי טעמא זענען דא וואס פירן זיך אז מען איז נישט מקפיד אויב איינער איז מייעד א צווייטנס טאכטער מיט יחוד אונטער דריי שלעסער אפילו אן כסף קידושין, עס זענען דאך דא נאך וועגן ווי אזוי צו מקדש זיין א פרוי.
בד"וו, עס איז באקאנט אז סאטמערע מיידליך זענען די בעסטע סעקרעטערי'ס. ווייל זיי האבען אין זיך שטארק די מדה פין הכנעה. ווי מער 'מאדערען' מען איז אלץ מער שטעלט מען זיך אוועק פאר א יש.
און די שווארצע זענען די בעסטע באקסערס ווייל זיי האבן אין זיך די מדה פון התגבר כארי, און די איטאליענער זענען די בעסטע מאפיאנערן ווייל זיי האבן די הערליכע מדה פון הנהגה און ברודערשאפט.
ציווישען דער באקאנטע דרשת תקנות פון האדמו"ר רבי ישראל האגער פון שיכון וויזשניץ שליט"א איז געוועהן אז פרויען טאר נישט דרייוון קיין אוטו. זעהט אויס אז יש דברים בגו אז א פרוי - עכ"פ לשיטת מהר"י האגער - זאל נישט דרייוון, ער האט נישט געזאגט קיין טעם, אבער ס'משמע געוועהן פון זיינע ווערטער איז עס איז אנטקעגן די גדרי הצניעות.

no reason or halachic source. I would venture to say it's mainly because driving is too much power....
זיי ווייסן אליינס נישט, די סיבה וואס זיי געבן אן איז כל כבודה בת מלך פנימה, און ס'איז זייער אויפרייסעריש אז א פרוי דרייווט, איי די אלטערנאטיוו איז גייען אין גאס אדער נוצן פובליק טראנספארטאציע וואס איז פיל ווייניגער "פנימה" ווי זיצן אין א פארמאכטע אוהל זרוק איינגעקעסטעלט אין האלב פארטינטעטע שויבן? נישקשה, די הלכות געבויעט אויף כל כבודה דארף נישט שטימען מיט לאגיק.
יעדע זאך וואס די (פאלשע) רבנים ווילן אסר'ן דארף נישט שטימען מיט לאגיק.
עס איז מיר א פלא אז מען באהאנדעלט דעם נושא ווי כאילו סאיז דא עפעס א פארשטענדליכע סיבה וואס פארבאט פרויען צו דרייווען. ווען א גוי זאל פרעגן פארוואס פרויען דרייווען נישט אין די חרידישע וועלט וואלט איך פארשטאנען זיין וואונדער. אבער אונז? זאג, איינער פארשטייט טאקע נישט??? דער סיסטעם, ווי מען רופט עס, מאכט זיכער צו טוען אלס מעגליך מצליח צו זיין אויפצושטעלען א דור פון טיפושים, פארנאטישע און פרימיטיווע מאראנס. פונקט ווי אין די אראבישע לענדער, לדוגמא סאודיע אראביע, זענען פרויען פארבאטן צו דרייווען, און פארוואס? פשוט כדי נישט צו לאזן די פרויען אויפוואקסן און זיין מענטשן צווישען מענטשן. גענוי די זעלבע איז דא ביי אונז. די וואס שטייען אונטער דעם פארבאט זענען פאנאטישע מצומצומים וואס האבן א פארדרייטע איסלאמיש-אידישע השקפה און האבן אן אינטרעס צו פארמאכן אונזערע ווייבער און ראדקלאזירן אונזערע דורות. איך מיין אז סאיז זייער פשוט.
פונקט ווי אין די אראבישע לענדער, לדוגמא סאודיע אראביע, זענען פרויען פארבאטן צו דרייווען, און פארוואס? פשוט כדי נישט צו לאזן די פרויען אויפוואקסן און זיין מענטשן צווישען מענטשן.
שמעקעדיג האט מיר אויסגעכאפט. פונקט פאריגע וואך האב איך זיך ג'טענה'ט מיט איינעם וואס די איסור איז וכו', די איינציגסטע זאך וואס יענער האט געהאט צו זאגן איז אז זעהסט דאך אז ס'איז אן ענין פון צניעות והא ראיה אין סאודי אראביע איז עס נאך אסור... וואס גייט ער יעצט זאגן...?
תכלית, כפי מיטב שמיעתי איז הרב פאלק פון געיטסהעד דער איינציגסטע וואס איז מבאר דעם איסור פארוואס בנות ישראל החמירו על עצמן. איינער ווייסט וואס ער שרייבט? ווי קעמען דאס ליינען?
ציווישען דער באקאנטע דרשת תקנות פון האדמו"ר רבי ישראל האגער פון שיכון וויזשניץ שליט"א איז געוועהן אז פרויען טאר נישט דרייוון קיין אוטו. זעהט אויס אז יש דברים בגו אז א פרוי - עכ"פ לשיטת מהר"י האגער - זאל נישט דרייוון, ער האט נישט געזאגט קיין טעם, אבער ס'משמע געוועהן פון זיינע ווערטער איז עס איז אנטקעגן די גדרי הצניעות.
no reason or halachic source. I would venture to say it's mainly because driving is too much power....
איז דא נאך איינער וואס אידענטיפיצירט זיך מיט דעם אז די חרידים האבן עפעס א אישו מיט 'פאוער' פאר פרויען?
הרב וואזנער שרייבט אז די סיבה איז ווייל זיי קענען נישט.
די אינטיריאר מיניסטער פון סאודי אראביע האט מודיע געווען אז דורך די פרויען דרייווערס וועט פארמינערט ווערן פאטאלע עקסידענדטס אין א לאנד וואס האט כרגע דאס מערסטע פאטאלע עקסידענטן פון די וועלט.
נו, גיי לערן מיט א מיניסטער א תשובה אין שבט הלוי...
דאס גאנצע חינוך פין א מיידל איז הכנעה. דער עיקר מטרה אירע איז צו זיין אן אשת חיל נכנע תחת בעלה/אדונה. געבן אינדיפענדענס איז היפך פין וואס מען וויל אז זי זאל אנקומען. ומענין לענין, פארשטייט זיך אז מען האט אויסגעשטעלט אויך אוועקצונעמן איר אינדעפענדענס פין טראכטן. דאס ביסל וואס מענער האבען האט מען איר אויך צוגענומען. מען מאכט זיכער אז זי זאל נישט פארשטיין קיין איין ווארט לשון קודש. דאס איז מבהיל הרעיון. כ'האב געהערט אז אין סאטמער לערנט מען מיט די מיידלעך טייטש פין דאווענען דוקא א פאר ווערטער צוזאמען כדי דאס מיידל זאל קיינמאל נישט כאפען וואס די טייטש פין יעדע ווארט מיינט. אזוי אז זיי זאלען בלייבן אומוויסנד. דאס ערשטע זאך ווען א אידישע מענטש טראכט אביסל, איז ארומצוקיקען אז עס איז דא אנדערע מהלכים אין אידישקייט גופא. נו צו דעם דארף מען דאך קענען ליינען אביסל לשון קודש. אין אז מען לאזט זיי דאס נישט וויסען האבען זיי די מעגליכקייט פאר א משהו אייגענארטיגע מחשבה. אלעס אלעס זאל זיין אזוי ווי דער מאן זאגט אין פארשטייט.
אפטעמיסט
עס איז מיר א פלא אז מען באהאנדעלט דעם נושא ווי כאילו סאיז דא עפעס א פארשטענדליכע סיבה וואס פארבאט פרויען צו דרייווען. ווען א גוי זאל פרעגן פארוואס פרויען דרייווען נישט אין די חרידישע וועלט וואלט איך פארשטאנען זיין וואונדער. אבער אונז? זאג, איינער פארשטייט טאקע נישט??? דער סיסטעם, ווי מען רופט עס, מאכט זיכער צו טוען אלס מעגליך מצליח צו זיין אויפצושטעלען א דור פון טיפושים, פארנאטישע און פרימיטיווע מאראנס. פונקט ווי אין די אראבישע לענדער, לדוגמא סאודיע אראביע, זענען פרויען פארבאטן צו דרייווען, און פארוואס? פשוט כדי נישט צו לאזן די פרויען אויפוואקסן און זיין מענטשן צווישען מענטשן. גענוי די זעלבע איז דא ביי אונז. די וואס שטייען אונטער דעם פארבאט זענען פאנאטישע מצומצומים וואס האבן א פארדרייטע איסלאמיש-אידישע השקפה און האבן אן אינטרעס צו פארמאכן אונזערע ווייבער און ראדקלאזירן אונזערע דורות. איך מיין אז סאיז זייער פשוט.
עס געפעלט מיר די אלע זקני ציון סטייל קאנספיראציע טעאריעס דא , אין וועלכן בעיסמענט איז מען זיך צוזאמגעקומען אויספלאנען וויאזוי אונז צו מאכן פאר בהמות און אונזערע ווייבער פאר קנעכט? איך זאג נישט אז עס מוז זיין אז עס איז דא א געהעריגע סיבה דערצו , עס קען זיין אז עס האט פשוט צוביסלעך עוואלווד אין אזא איסור, אבער עס אראפצולייגן ווי עפעס אן אויסגערעכנטע קאנספיראציע אונטערצודריקן פרויען איז נאריש.

קיינער האט נישט געזאגט אז ס'געווען אן אסיפה, מ'האט נאר אויסגעשמועסט וואס ליגט פאר די אזויגערופענע רעבנים אין קאפ, וואס איז גורם זיי זאלן צוקומען צו אזעלכע החלטות.