☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הלכות בגדי צניעות

הלכות בגדי צניעות

82 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1745
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:07 pm

· #42317
הלכות בגדי צניעות
די ענין פון צניעות, ספעציעל ביי בגדי נשים איז זייער פארנעפעלט, ביז די לעצטע אחרונים האב איך נישט געטראפן ארום רעדן וועגן דעם, נאר וועגן וואס הייסט א ערוה לגבי קריאת שמע, ברכות, וכדו', און כיסו ראש לנשים נשואות, אבער כמעט נישט וואס א פרוי דארף טראגן סתם אזוי אינמיטן טאג.

איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול ווי מ'זאל קענען מלבן זיין וואס פונקטליך איז הלכה, וואס איז בגדר מנהג, און וואס איז בגדר השקפה, אויב אזא זאך עקזעסטירט בכלל, שוין דא אזוי פיל אשכולות וועגן סיעמס, מכנסיים, שייטלעך, און נאך, איך וויל אז דא זאל מען אויסשמועסן די זאכן מיט א ברייטקייט, מקורות, און דיונים, לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא. ווער ס'האט ידיעות זאל זיך ביטע נישט שעמען.

דולה ומשקה » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:08 pm

· #42318
שווער צו רעדן דערוועגן און א אפענע פארום.

נולד מאוחר » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:26 pm

· #42329
אוי איז דאס א וויכטיגע נושא.
ווען כהאב געלערנט דיין ויכח מיט קווארטי איבער מכנסיים פאר נשים האב געשפירט אז מען דארף אן אשכול אויף צניעת.
מען דארף געדענקען סאיז א איד'ס פרנסה ,
דער וואס פרינט די קולקורא'ס און קלעבט זיי אויף די לייט שטאנגען קען ארויס גיין פין ביזנעס.
ספיציעל יעצט אלול תשרי איז דאס די זאך וואס וועט אונז מזכה זיין בדין.

למעשה צניעות איז פשט ווי מער אוועקנעמען די טעם פין פרעמדע (אייגענע) מענער, און וכל המרבה הרי זה משובח?
לכוארה פארוואס נישט? איי פארוואס גייען מיר נישט אינגאנצען באדעקט ווי די אראבער? ווארט אויס נאך אפאר יאר וועט מען בעז''ה גיין אזוי.
וואס איז דען די חסרון?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 11:27 pm

· #42330
וואס ווייסן מיר וויפיל זכותים די מוסלימענער פרויען האבן מיט זייערע צניעות?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:00 am

· #42354
שכויך יאנקל, קיינמאל נישט געהערט פון דעם ספר, וואס זאגט ער דארט בקיצור, וואס איז זיין פוינט?
אז דו לינקסט דערצו גלייב איך נישט אז ס'גייט אין סטייל פון דע בוך פון פאלק, וואס האט בעיסיקלי צאמגענומען אלע חומרות, צוגעלייגט נופח משלו און ארויסגעגעבן א ליקוט ווי אזוי יעדע אידישע טאכטער ברויך צו גיין.

דבילה » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:16 am

· #42369
געפילטע פיש
שכויך יאנקל, קיינמאל נישט געהערט פון דעם ספר, וואס זאגט ער דארט בקיצור, וואס איז זיין פוינט?
אז דו לינקסט דערצו גלייב איך נישט אז ס'גייט אין סטייל פון דע בוך פון פאלק, וואס האט בעיסיקלי צאמגענומען אלע חומרות, צוגעלייגט נופח משלו און ארויסגעגעבן א ליקוט ווי אזוי יעדע אידישע טאכטער ברויך צו גיין.


לויט'ן איבערזיכט אויף עמעזאן זעט דעם ספר אויס צו זיין א דירעקטע קריטיק אויף ר' פאלק'ס עקסטרעמע מהלך.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:20 am

· #42393
אנאנים, קאווע שטיבל אינמיטן די נאכט ווירבלט, ווען דו האסט ארויפגעשטעלט די לינק צו עמעזאן איז נאך געווען 4 ביכער אין סטאק, יעצט איז שוין נאר דא איינס.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:23 am

· #42394
איך וואלט געוואלט וויסן 'יאנקל'ס' סודות פון ליינען אזוי סאך. מיר נעמט 2 וואכן צו ענדיגן איין דיקן צייטונג.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:31 am

· #42397
שכויך יאנקל פארן עס שיקן, דא האט איר.
קאמפרעסט אויף דאונצולאודן 📎 Henkin-Tzeniut2.pdf

אדער צו ליינען אנליין.
<a class="postlink" href="http://freepdfhosting.com/3637dbd864.pdf">http://freepdfhosting.com/3637dbd864.pdf</a>

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:22 am

· #42465
איך פארשטיי אז מען רעדט דא פון "בגדי" צניעות,
אבער אין דעם PDF קונטרס הנ"ל וואס איך האב אקארשט אראפ געלאודעט, רעדט ער ארום פון דעם ענין "קול באשה ערוה".
וויל איך פאר א מינוט מאכן א הפסק, און פרעגן מיין שאלה.

מיר ווייסן אז קול באשה ערוה, אבער עס זענען פאראן אזעלכע וואס זענען מחמיר, אז אויב א פרוי שפילט אויף א אינסטרומענט, אפילו א קיבאורד איז עס אויך א ערוה!
ווען איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל האב איך געלאכט, ווי קומט דא אריין ערוה? ס'איז דאך די זעלבע קול/סאונד ווי א מאן שפילט דערויף?
אבער איך האב געזעהן אז עס איז פאראן א דין ודברים דערוועגן. דער נטעי גבריאל דוכט זיך איז מקיל, אנדערע זענען נישט אזוי רואיג.
וואס איז פשט? האט איינער אמאל געזעהן וואס איז דער ענין דערפון?

יידל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:15 pm

· #42487
ס'איז א פלא עצומה וואס דו זאגסט, ווייל ווי באקאנט שטייט דאך אין מדרש(?) אז מרים אחות משה ואהרן האט נישט געזינגן כדי נישט מכשיל צו זיין די אידן מיט קול אשה און דערפאר האבן זיי געהאקט מיט די תופים, איז דאך משמע אז זייער מוזיק מעג מען יא הערן?

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 2:56 pm

· #42585
יידל

ס'איז א פלא עצומה וואס דו זאגטס, ווייל ווי באקאנט שטייט דאך אין מדרש(?) אז מרים אחות משה ואהרן האט נישט געזינגן כדי נישט מכשיל צו זיין די אידן מיט קול אשה און דערפאר האבן זיי געהאקט מיט די תופים, איז דאך משמע אז זייער מוזיק מעג מען יא הערן?

פון ווי נעמסטו אז תופים האט א דין פון מוזיק? אין די ימי הספירה וימי בין המצרים איז מותר צו האקן מיט א דראם כאטש מוזיק איז אסור.

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:11 pm

· #42602
אויף צו אסר'ן דארף מען נישט קיין מקור
און א מקור צו דעם זענען טאקע די איסורים זלעבסט

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:29 pm

· #42631
קאווע טרינקער
אויף צו אסר'ן דארף מען נישט קיין מקור
און א מקור צו דעם זענען טאקע די איסורים זלעבסט

איך האב געטראכט דאס צו שרייבן נאר כ'האב מיך איינגעהאלטן, זכה מלאכתו נעשה ע"י אחרים.

שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:32 pm

· #42635
משה געציל
יידל

ס'איז א פלא עצומה וואס דו זאגטס, ווייל ווי באקאנט שטייט דאך אין מדרש(?) אז מרים אחות משה ואהרן האט נישט געזינגן כדי נישט מכשיל צו זיין די אידן מיט קול אשה און דערפאר האבן זיי געהאקט מיט די תופים, איז דאך משמע אז זייער מוזיק מעג מען יא הערן?

פון ווי נעמסטו אז תופים האט א דין פון מוזיק? אין די ימי הספירה וימי בין המצרים איז מותר צו האקן מיט א דראם כאטש מוזיק איז אסור.

פון ווי נעמסטו אז אין די ימי הספירה וימי בין המצרים איז מוזיק אסור מער ווי האקן מיט א דראם?

שלמה_דיין » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:33 pm

· #42637
געפילטע פיש
אנאנים, קאווע שטיבל אינמיטן די נאכט ווירבלט, ווען דו האסט ארויפגעשטעלט די לינק צו עמעזאן איז נאך געווען 4 ביכער אין סטאק, יעצט איז שוין נאר דא איינס.


מיר האבן טאקע זיך איינגעהאנדעלט א קאפיע פון דעם ספר אזוי אז בעזרת השי"ת וועלן מיר קענען דא פסק'ענען דיע אלע שאלות חמורות וואס קומען אויפ'ן טיש טאג טעגליך.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:46 pm

· #42659
מיר אויך.

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:28 pm

· #42714
לענ"ד, די ערשטע זאך צו פארשטיין איז אז בגדי צניעות מיסודו איז אן attitude, א צוגאנג צום יודישען פרוי'ס לעבן. די פרטי דינים איז נאר ווי מען רופט דאס 'די טעקניקאל דיטעילס'. אנדערש ווי כמעט אלע אנדערע הלכות וואס די פרטי הלכות זענען די יסוד הדבר אליינס.

יעצט צו ענטפערען געפילטע פיש'ס קשיא פארוואס ביז די לעצטיגע אחרונים זעהט מען נישט מען זאל דן זיין אין די פרטי דינים, אויף דעם איז די תירוץ 'אזוי ווי גוי'שט זיך אזוי יודיש'ט זיך'. ווילאנג די גוים זענען געגאנגן נארמאל אנגעטון און אלע פרויען זענען געגאנגען לאנגע ברייטע קליידער איז פאר א יודישע פרוי האט מען דעדארפט זאגן נאר צוויי זאכן, נישט גיין מיט קיין רויטע קליידער און נישט לאזן א טפח מגולה. אבער אזוי ווי אין די גוישע וועלט פרובירט מען ווי ווייניגער זיין אנגעטון, און ליידער כאפט זיך דאס אריבער אינעם יודישן וועלט אז מען וויל נאר גיין די מינימום וואס מען "מיז", ממילא מיזן די רבנים דן זיין בכל פרטיה ודקדוקיה אויף יעדע איינציגסטע בגד וואס, ווי, און וויפיל.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 6:07 pm

· #42766
ביזט גערעכט אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אין יוראפ געגאנגען מער צוגעדעקט ווי היינט, אבער קענסט נישט זאגן דעם כלל אויף אלע תקופות אויף אלע מקומות ווי אידן האבן געוואוינט. זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 6:53 pm

· #42788
געפילטע פיש
ביזט גערעכט אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אין יוראפ געגאנגען מער צוגעדעקט ווי היינט, אבער קענסט נישט זאגן דעם כלל אויף אלע תקופות אויף אלע מקומות ווי אידן האבן געוואוינט. זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.

איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע פון פרויערישע קליידער, אבער מיין השערה איז אז די אלע זאכן פאלן אינטער די כלל פון טפח מגולה, משא"כ די היינטיגע SKIRTS וואס קומען אהן נאר ביז אונטער (איבער?) די קניען, אדער די דורכזיכטיגע שטרימפ וכו' וכו' וכו'.

יידל » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 7:02 pm

· #42794
[ציטאט אראפגענומען]

די מילתא בטעמא ווערט געברענגט דורך הרב פאלק אין זיין "עוז והדר לבושה", עמ' 56. הרב ש. פון אן די מיין ליין האט אפאר יאר צוריק געשריבן איבער דעם פאראדאכסאלישער געדאנק.

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 7:20 pm

· #42804
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין הונדרעט פראצענט מסכים אז עס איז דא הלכות פון צניעות וואס זענען נישט אקטועל היינט, אבער עס איז א טו וועי סטריט, מען דארף מקיל זיין אין די זאכן וואס זענען שוין נישט אקטועל אבער זייער מחמיר זיין אין וואס איז יא אקטועל, און די חלק איז די גרעסערע העלפט וואס לדאבונינו רוב מענטשען האבן עס אוועקגעלייגט אויף אפיקומן.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 8:21 pm

· #42819
[ציטאט אראפגענומען]

אין געוויסע פלעצער איז יא געווען "נארמאל", ספעציעל אין די אריסטאקראטישע און אפפער קלאס סביבות.
[ציטאט אראפגענומען]

ווער דארף "פארשטיין? ביי יעדע מענטש ווי ער פארשטייט?

נאך א פשט
איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע פון פרויערישע קליידער, אבער מיין השערה איז אז די אלע זאכן פאלן אינטער די כלל פון טפח מגולה, משא"כ די היינטיגע SKIRTS וואס קומען אהן נאר ביז אונטער (איבער?) די קניען, אדער די דורכזיכטיגע שטרימפ וכו' וכו' וכו'.

א נעקליין וואס קומט אן ביז אונטער די ברוסטען איז אביסל מער ווי א טפח, פונקט פארקערט, אויב עפעס איז די סקורט וואס קומט אן פונקט ביזן קני וייניגער אויפגעדעקט. דורכזיכטיגע שטרימפ איז א פרשה פאר זיך, קודם לאמיר עסטעבלישן אז מ'דארף בכלל גיין שטרימפ אונטער די קני (ע"פ הלכה).

נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:09 am

· #42926
אידשקייט היינט צוטאגס פאר א פרוי איז בעיקר צניעות. דעטס איט.
אויב אזוי, פארוואס אזא שטארקע יסוד שטייט נישט בפירוש אין מקרא?
משה רבינו האט קיינמאל נישט אנגעזאגט פאר די פרויען וואס זייער עיקר איז?

נאר וואס דען, ס'נישט געווען שייך פאר יענע צייטן, יעדער, אפי' דער גוי, איז געגאנגען אנגעטאן צניעות'דיג.
אזוי ענטפערט מיר מיין דיין.
וואס באדערט מיר איז אזוי, וואס איז די גרויסע קאפשטיק פון זיך אנטאן אויף אזא אופן אנצוציען מענער,
וואס הייסט אמאל איז עס נישט געווען? רציחה, שיכרות, זנות, איז געווען אמאל, נאר דאס האבן זיי נישט פארשטאנען, ווי אזוי זיך אנצוטאן ?
קוק אריין אין שיר השירים, אלעס פונקט ווי היינט.

אקעי, מ'איז געגאנגען מער צוגעדעקט, פיין, סטיילס טוישן זיך כסדר, דעמאלס איז געווען עפעס אנדערש עטרעקטיוו.
אזוי ווי גראב אמאל און דאר היינט.

gehlungen » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 7:57 am

· #42964
יידל
[ציטאט אראפגענומען]

די מילתא בטעמא ווערט געברענגט דורך הרב פאלק אין זיין "עוז והדר לבושה", עמ' 56. הרב ש. פון אן די מיין ליין האט אפאר יאר צוריק געשריבן איבער דעם פאראדאכסאלישער געדאנק.

I think that the color of the stockings just doesn't make any sense because if you don't want to see FEET then what is the difference if it is covered with orange or brown or black or white etc ?

איחוד פעלד » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:58 am

· #42994
דער קאליר האט נישט מיט צניעות, עס האט מער מיט דער זעלבער ענין פין ווייסע זאקן שבת און שווארצע אינדערוואכן.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 9:59 am

· #42996
gehlungen
יידל
די מילתא בטעמא ווערט געברענגט דורך הרב פאלק אין זיין "עוז והדר לבושה", עמ' 56. הרב ש. פון אן די מיין ליין האט אפאר יאר צוריק געשריבן איבער דעם פאראדאכסאלישער געדאנק.

I think that the color of the stockings just doesn't make any sense because if you don't want to see FEET then what is the difference if it is covered with orange or brown or black or white etc ?


אראנזש איז א שרייעדיגע קאליר, ענליך צו רויט

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:57 pm

· #44987
געפילטע פיש


נאך א פשט
איך קען נישט די פונקטליכע היסטאריע פון פרויערישע קליידער, אבער מיין השערה איז אז די אלע זאכן פאלן אינטער די כלל פון טפח מגולה, משא"כ די היינטיגע SKIRTS וואס קומען אהן נאר ביז אונטער (איבער?) די קניען, אדער די דורכזיכטיגע שטרימפ וכו' וכו' וכו'.

א נעקליין וואס קומט אן ביז אונטער די ברוסטען איז אביסל מער ווי א טפח, פונקט פארקערט, אויב עפעס איז די סקורט וואס קומט אן פונקט ביזן קני וייניגער אויפגעדעקט. דורכזיכטיגע שטרימפ איז א פרשה פאר זיך, קודם לאמיר עסטעבלישן אז מ'דארף בכלל גיין שטרימפ אונטער די קני (ע"פ הלכה).


איך גיי נישט אריינגיין אין די פרטים פון יעדע בגד וואס איז יא על פי הלכה און וואס נישט. די פוינט איז, אז היינטיגע גויטע'שע קליינדער זענען (כמעט) אלע געמאכט געווארן אויף אן אופן וואס שרייט ארויס 'שכבה עמי',און דאס כאפט זיך אריבער צו די יודישע קליידער, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:44 pm

· #45053
די קליידער שרייען אזוי? כ'האב קיינמאל נישט געהערט. אדער דארפן זיי שרייען העכער, אדער דארף איך אויפשטאפן מיינע אויערן.
אבער טאמער טוט מען שוין די "טובה" פאר די פרויען און מ'איז מקיים דעם "שכבה עמי" גייט מען שפעטער אין קאורט אנקלאגן..
פארשטיי איך שוין נישט וואס זיי ווילן.

נאך א פשט » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:06 pm

· #45289
שמעקעדיג
די קליידער שרייען אזוי? כ'האב קיינמאל נישט געהערט. אדער דארפן זיי שרייען העכער, אדער דארף איך אויפשטאפן מיינע אויערן.
אבער טאמער טוט מען שוין די "טובה" פאר די פרויען און מ'איז מקיים דעם "שכבה עמי" גייט מען שפעטער אין קאורט אנקלאגן..
פארשטיי איך שוין נישט וואס זיי ווילן.

זייער פאני... אבער איך האף אז יו געט די פוינט.

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:13 pm

· #45293
נאו, איי דאונט געט די פוינט. אויב רעדסטו זיך איין אז יעדע פרוי וואס גייט מיט נאקעטע קניען וויל מיט דיר מאכן די מעשה וועסטו אויסזען ווי די יואלי אויף יו-טוב וואס וויל וויסן אויב זי וויל מאכן "פאן"...
דער באשעפער האט באשאפן די פרוי אזוי אז זי וויל אויסזען שיין לויט די קולטור ווי זי איז, די נאקעטע בארוועסע פרימיטיווע פרוי אין די אפריקאנע דזשונגעל וויל גארנישט מער שכבה עמי ווי די עסקימא ביים נארט פאול וואס גייט אנגעפאנצערט פון קאפ ביז פיס.

שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 5, 2012 2:59 pm

· #49484
אינטרעסאנט

<a class="postlink" href="http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%91%D7%A0%D7%95%D7%AA_%D7%9E%D7%9C%D7%9B%D7%99%D7%9D_%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%9C_%D7%92%D7%9C%D7%99%D7%95%D7%9F_%D7%A0_%D7%AA%D7%A9%D7%A1%22%D7%98">http://yi.wikisource.org/wiki/%D7%91%D7 ... 1%22%D7%98</a>

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 7, 2012 2:34 am

· #49520
אינטערעסאנט איז אז לערענט אריין פאלש פשט אין פסוק יען כי גבהו בנות ציון פאר זיין אייגענע אגענדע קעגן הויך שטעקיגע שיך, גייט דאס נישט אריין אין מגלה פנים בתורה שלא כהלכה?

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 7, 2012 11:40 am

· #49549
נאך מער איז אינטרעסאנט, אז זיי האבן די זעלבע טעיסט ווי מיר!
איך גלייך אויך נישט עקסטרעם גאלדענע שיך, אבער געהעריגע שיך מיט די ריכטיגע מאס גאלד, כלשונם, האט דעם ריכטיגן חן....

וויפיל מאל זאל מען דאס איבערשרייבן? צניעות קען אסאך מאל מעורר זיין אויף פארקערט, ווי שוין אויסגעשמועסט אין מאחורי....

sunbar » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:17 am

· #49603
וואס איז דער פראבלעם מיט הויך שטעקיגע שיך? עס קלאפט מער.. .???

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:01 am

· #51896
איינער קען מיר מגלה זיין, פון די וויפיל יאר ביי א מיידל גייט אהן די טפח באשה ערוה?

נישט קיין השערות ביטע,

איך האב אלץ געוויסט פון די 3 יאר, לעצטענטס האב איך געהערט אז עס נישט פונקט אזוי

איחוד פעלד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:09 am

· #51903
חזון איש איז מקיל ביז די זעקס אדער ניין. און באבוב מיין איך אויך שפעטער, זיי זענען אבער דאך מער מאדערען.

אגב וואס איז דער כומז פין די תורה. אפשר וואלט געוועהן כדאי צורעק אריינברענגען דער תכשיט היינט?

מורינו הרב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:11 am

· #51904
אריין אין מאחורי...

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:21 am

· #51908
כומז קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, ס'דאך באהאלטן, שווערער וועט זיין אריינצוברענגען די חח ונזם.

gehlungen » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:18 am

· #51958
געפילטע פיש
כומז קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, ס'דאך באהאלטן, שווערער וועט זיין אריינצוברענגען די חח ונזם.

If you have nothing to do please don't do it here !!!!!!!

אויס מענטש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:53 am

· #51998
אז מען רעדט וועגן בגדי נשים, וויל איך שוין לאנג וויסן,
פארוואס האט מען געמאכט די קאליר פון די טייץ בעיזש? און די גאר פרומע גרעי?
וואלט נישט שווארץ געווען איידעלער? און פארוואס איז היינט שווארץ {נישט די דיקע, נאר נארמאלע} גאר פענסי?

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:17 am

· #52003
gehlungen
געפילטע פיש
כומז קענסטו טוהן וואס דו ווילסט, ס'דאך באהאלטן, שווערער וועט זיין אריינצוברענגען די חח ונזם.

If you have nothing to do please don't do it here !!!!!!!

איי עגרי

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:09 pm

· #52013
אויס מענטש
אז מען רעדט וועגן בגדי נשים, וויל איך שוין לאנג וויסן,
פארוואס האט מען געמאכט די קאליר פון די טייץ בעיזש? און די גאר פרומע גרעי?
וואלט נישט שווארץ געווען איידעלער? און פארוואס איז היינט שווארץ {נישט די דיקע, נאר נארמאלע} גאר פענסי?


זעה דא:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1646">viewtopic.php?f=24&t=1646</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1627#p39241">viewtopic.php?f=24&t=1627#p39241</a><!-- l -->

און אויך דא (אין מאחורי):
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/26004">viewtopic.php?p=26004#p26004</a><!-- l -->

דעת יחידאה » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 3:20 pm

· #59040
געפילטע פיש
ביזט גערעכט אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק איז מען אין יוראפ געגאנגען מער צוגעדעקט ווי היינט, אבער קענסט נישט זאגן דעם כלל אויף אלע תקופות אויף אלע מקומות ווי אידן האבן געוואוינט. זייט די רענעסאנז עפאכע ביז נאך די אכצען יארהונדערט איז געווען נארמאל אין חלקים פון יוראפ צו גיין מיט אויפגעדעקטע ברוסטן, אפילו די קעניגן פון ענגלאנד מארי די צווייטע אין די זעבעצענסטע סענטרי איז אויך געגאנגען אזוי.
אלזא, אפגעפרעגט.


אינטערעסאנט אז אויף hebrewbooks און אויף אוצר החכמה איז נישט דא די ספר אור המאיר פון דער זיטמערער מגיד אז איך האב עס נישט אין פראנט פון מיר וועל איך שרייבן בערך אויף אידיש און מען קען עס אליינס נאך קוקען, אין פרשת חיי שרה שטייט א מורא'דיגע ענין וועגן דער מעזריטשער מגיד אז ער איז געווען א מלמד און עס איז אריין געקומען א פרוי וואס איז געגאנגען ארויס גשטעקט די ברוסט קאסטן און אויף געדעקט ביז די הארץ ווי עס איז געווען דער שטייגער, און וואס דער רבי רבי בער פון מעזריטש האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי ממאס צו זיין אזא פרוי.

מים חיים » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 3:45 pm

· #59045
אפשר איז דאס די סיבה פארוואס עס איז נישט אויף היברו בוקס און אוצר החכמה...

עפל פאי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:49 am

· #59221
איז א שפיצל מער צניעות'דיג ווי אראפ געבינדן?

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 12:55 am

· #59226
פאראן וואס זאגן אז יא, וויבאלד די פארנט חלק איז בעסער פארדעקט.
די מאדנע זאך איז, אויב איז עס טאקע מער צניעות'דיג ווי אראפגעבינדען, הלמאי אין די ימים נוראים קומט מען אין שול אראפגעבינדן, אן קיין שפיצל? ודו"ק היטב.

עפל פאי » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 1:10 am

· #59232
טאקע א הארבע פראגע.

ווער האט איינגעפירט ווי אזוי צו גיין ימים נוראים?

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 7, 2012 9:47 am

· #59267
עפל פאי
טאקע א הארבע פראגע.

ווער האט איינגעפירט ווי אזוי צו גיין ימים נוראים?


נישט די רעבעזעכרוינע לברכה?

באשטעטיגט » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2012 8:50 pm

· #59873
איך זיך די מקור (אויב סע דא)אז מטאר נישט גיין געפאסטע קליידער, אין וואס זענען די גדרים?
בלאט: 1 2