☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #2691

אשכול אן א טיטל #2691

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2691
בלאט: 1 2 3 4

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 9:57 am

· #80023
לעיקוואד
קאווע טרינקער
בד"וו, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די וועלט האט געקענט זיין שטיל ווען מ'פארגיסט אומשולדיגע אידיש בלוט, צוברעכט משפחות, על לא דבר.

👍
איך ווינטש דיר זאלסט דאס קיינמאלנישט פארשטיין. און די זעלבע ווינטש איך פאר אלע אנדערע יודען.
א סגולה אויף דאס נישט פארשטיין איז נישט באלאנגען צו קיין פארטיי/חסידות/'קהילה/סעקטע/קולט.

אויב אזוי, בין איך בוחר ענדערשט צו בלייבן ביים נישט פארשטיין.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:48 am

· #80059
אכן לכך התכוונתי.

DotCom » פרייטאג יאנואר 18, 2013 6:29 am

· #80745

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 18, 2013 9:40 am

· #80749

לאליפאפ » פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:07 pm

· #80802
יעצט האט דער מטורף איינגעשריבן זיין פופצן יעריגן טאכטער אין ישיבת עץ חיים ווילרייק, עמיר זעהן וויאזוי זיי וועלן זיך אן עצה געבן דער מיט, אויך האב איך געהערט אז ער האט פארלוירן א קורט אקעגן יסודי התורה שולע, נישט באשטעטיגט. 😉

מיילעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:30 am

· #82384
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2013/01/blog-post_461.html?m=1">http://bshch.blogspot.co.il/2013/01/blo ... 1.html?m=1</a>

מיילעך » פרייטאג יאנואר 25, 2013 6:03 am

· #82402
איינער קען אפשר ארויפלייגן די למען תדע?

DotCom » פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:26 am

· #82432

הדד בן בדד » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:10 pm

· #82605
מיר איז געפאלן ווי ער שרייבט אז היינט איז דאס יונגל געווארן 12 יאר, און איז דעריבער געווארן בת מצוה...

טעפל » זונטאג יאנואר 27, 2013 10:29 am

· #82688
די משפט.
📎 משפט פרידמאן.docx

ידען » מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:35 am

· #82963
די קארט האט געהייסען אז ער מיז שוין יעצט ארויס נעמען זיינע קינדער פון די בעלזע מוסד.

באקומען פון א טעקסט.

DotCom » מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:05 am

· #82971
היינט איז נאר געווען א פסק איבער די מיידלעך אין יבנה/בעלז.

למען תדע - בליץ יתרו

DotCom » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:42 am

· #85005
Good news! Belz Won against friedman
📎 lemaan538bb.pdf

טעפל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 9:51 am

· #85007
DotCom
Good news! Belz Won against friedman

שכוח פאר די גוטע נייעס, אלע שרייבען נאך פרטים יבואו...

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 6, 2013 12:06 pm

· #85021
נו, ווי גייט דאס ווערטל... פארשטינקענע פיש געגעסן, און פון שטאט ארויסגעווארפן...
אבער ווי אזוי שרייבט דער צד שכנגד: חיי שעה איז אויך געלעבט...
וכל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף.. 😃

DotCom » מיטוואך פעברואר 6, 2013 1:59 pm

· #85035
די בעלזא רשעים האבן ארויסבאגלייט די אומשולדיגע קינדערלעך מיט שירה וזמרה... א בושה פאר בעלז.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 2:29 pm

· #85050
נא, איך האב דאך שוין אויסגעשמיסט אין די עשרת הדברות 2013 אז לא תרצח ותולדותיה גייט נישט אן פאר כבוד הרבי׳ יתברך.

איך אויך » מיטוואך פעברואר 6, 2013 2:32 pm

· #85054
ר' קופי איך ווינש דיר זאלס נאר איינמאל אריינפאלן צו דעם ש-ד בצורת אדם אין די הענט און נאכדעם עמער זעהן וואס פארא טוכעס-קראצער דו ביסט. גרויסע צולייגר אויף יענעם'ס חשבון.

איך אויך » מיטוואך פעברואר 6, 2013 2:45 pm

· #85058
די נקודה פון אים ווערסוס זיינע נעבעכדיגע קינדער האט מען שוין אויסגעשמועסט אין דעם אשכול און אין זיין אשכול הדק היטב, צו וואס סתם מעלה גרה זיין.
לאמיר האפן די קלאגע פון ביידע באבעס וועט מצליח זיין און מען וועט נאך לפחות עטוואס ראטעווען די זיסע נשמות.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:45 pm

· #85069
סתם א זייטיגע הערה, די למען תדע אויסגאבע קומט ארויס דורך א 12 יעריג אינגל אדער וואס? אזוי נאריש געשריבן און אויסגעשטעלט?

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 3:55 pm

· #85073
נע, סתם ארגינעל, אזוי ווי שטייט-און גייט.

טעפל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 4:56 pm

· #85089
[ציטאט אראפגענומען]

אנטשולדיגס ר' קופער אבער מ'רעדט יא פונעם שד, ס'איז טאקע א ריזען בושה און דאס וואלט נישט געדארפט צו זיין און ס'איז זיכער נישט געווהן אנגעגרייט, נאר ספאנטאניש אויסגעבראכען אין א געזאנג (נאכען זיין אנגעצויגען וואס וועט זיין מיט זייערע קינדער) און קיינער האט נישט געטראכט פון דעם נאר וואס וועט זיין מיט יענעמס צוויי קינדער (וואס אויף דעם ארבעט מען שווער אין אנטוורפן צוזאמען מיט די באבע אז מ'זאל איהם צונעמען די קינדער) פון דארט ביז טוכעס קראצער..

געפילטע פיש » מיטוואך פעברואר 6, 2013 5:25 pm

· #85103
צ"ל מגרדי אחוריים, או גורדי עגבות.

הדד בן בדד » מיטוואך פעברואר 6, 2013 6:49 pm

· #85133
איך בין מסכים מיט קופערניקוס (חוץ די דורטי לשון) איך האב שוין כמה פעמים געשריבן אז איך האלט דא א בעלז איז גערעכט, כאטש געווענליך מוז מען יא אננעמען, אבער דא איז נישט דא קיין ברירה ווייל מען רעדט פון א ריכטיג דעינדשרעס מענטש. אבער דאך, די קינדער זענען נעבעך וויקטימס, און זיי צו באזינגען אזוי מיאוס אין גאס איז גאר א מיאוס'ע זאך.

איך אויך » מיטוואך פעברואר 6, 2013 7:47 pm

· #85145
ר' קופי היקר מען האט אייך שון צוואנציג מאל מסביר געווען אז אין דעם פאל איז עס געקנופט און געבינדן און ווילאנג די קינדער זענען אינטער זיין טעראר קען מען בשום אופן נישט אפטיילען. איך גיי אייך נאך איינמאל פראבירן מסביר צו זיין און בל"נ גיי איך נישט אריין און קיין ויכוח מיט דיר.

הער א מעשה וואס איך האב לעצטענס געהערט און געזעהן ממקור ראשון, ווען זיין יעצטיגע תכשיטל דער פיקטשער מאכער האט בר מצוה געהאט אין וויען, האד דער ש-ד באשטעלט א סעודה די לייקס וואס וויען האט נאכנישט געזעהן (די ווינער אידען זאגן אז חוץ פון די סטרולאוויטש חתונה המפורסם געדענקן זיי נישט אזא געלט שווענדעריי),דעמאלס האט ער געליטן פון זיין דמיון אז ער איז רב ראשי פון וויען, האט ער באשטעלט פון לאנדאן די טייערעסטע כשרע קעטערער (ר' נחמן רייך הי"ו, א איד א בעל חסד עצום) א גוזמה פון פארציעס (דאכט זיך 500), עס געמאכט אין די טייערסטע זאל, די טייערסטע וויינען, טישטיכער וכו וכו.

למעשה דארף איך אייך נישט פארציילען אז עס איז געווען חוזק חזקות, קיין מנין אידען איז נישט געווען צום האבען (גוים אפשר יא, זיינע נאצי און אראבישע חברים האבן זיך זיכער באטייליגט). אבער הער גוט קיין איין איינציגע פון די פילע סערוויס פראוויידערס האבען עד היום נישט געזעהן א פרוטה אחת! נישט דער זאל נישט דער לאנדאנער קעטערער נישט די טישטעכער וכו. וכו.

ובכן איינע פון זיינע איינציגסטע געוועזענע חברים פלעגט אמאל וואוינען אין וויען און היינט וואוינט ער אין לאנדאן, איין שיינעם טאג רופט עם דער ש-ד אן און זאגט עם אז ער גייט עם שיקען א פעקס וואס ער זאל חתמנ'ן און צוריקפעקסן, עס איז ממש א קלייניקייט א מינדערוויכטיגע טובה וואס ער בעהט פון עם. אזופיל האט יענער געקענט דער ש-ד האט ער עס איינעם געגעבן צו איבערצוטייטשן און וואס מיינסטו איז געשטאנע אין די פאפירן? אז דער חבר איז דער וואס האט באשטעלט יענע פארטי און ער נעמט די פילע אחריות אויף זיך. איבריג צו זאגן אז דאס איז די לעצטע מאל וואס יענער האט גערעדט צום ש-ד...

יעצט, זיין 11 יעריגע אינגל גייט בר מצוה האבן אין צוויי יאר ארום, לאמיר זאגן אז דו האסט ווען א עלעגאנטע זאל וואלטסו אויך געפרעגט אזעלכע היאך מעשרין את המלח שאלות פארוואס זאל דער אינגעל נישט האבן א בר מצוה ווי אלע קינדער, וואס איז ער שולדיג וכו. אדער וואלסטו געווען א טוכס-קראצער און עם געשיקט באוואסערן דעם ים הגדול?

תכלית האלט איך אויך אז די רקידה האט נישט אויסגעפעלט, אבער עס זעהט נישט אויס ווי א געפלאנטע זאך ענדערש א ספאנטאנע ריאקציע. אבער אפילו לשיטתך, צו ווייסטו אז פילע עלטערן האבן נישט געשיקט זייערע טעכטער אן סקול ווילאנג דער אינגעל זיצט דארט? (מיט די אינגערע האט מען זיך א שטיקל עצה געגעבן מען האט עם צוגעשטעלט א עקסטערע קלאס מיט עקסטערע טיטשערס, מאיזה סיבה איז דער עלטערער יא געווען אין קלאס) איז דען זייערע קינדער (מיידלעך) נישט לפחות אזוי וויכטיג?

צום לעצט נאכאמאל, יעדער זיכט די טובה פון די נעבעכדיגע קינדער און האפט די קלאגע פון ביידע באבעס ובני המשפחה וועט מצליח זיין, עס זענן דא גענוג משפחות וואס זענן גרייט זיי אריינצונעמען.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 6, 2013 7:48 pm

· #85147
יעצט געהאט א גלעגענהייט צו הערן דעם קליפ. כ'האב נישט וואס מוסיף צו זיין, נאר דאס אז דעם ניגון וועל איך נישט זינגען מער!

משה געציל » מיטוואך פעברואר 6, 2013 7:58 pm

· #85149
מיין לימוד פונעם קליפ;
די זעלבע וואס שרייען ווען סטאמאר מאכט פראוויקאציעס קענען פונקט אזוי גוט די פאך ווען עס דינט זיי גוט! אונז זעמיר אלע אין די זעלבע ד׳ אמות...

יאיר » מיטוואך פעברואר 6, 2013 8:13 pm

· #85151
איך אויך,
מה ענין שמיטה אצל הר סיני, וואס האט די עולה פונ'ם טאטן פאר פינף יאר צוריק מיט דאס באזינגען זיינע אומשולדיגע קינדער?
איך אויך
"זיין 11 יעריגע אינגל גייט בר מצוה האבן אין צוויי יאר ארום, לאמיר זאגן אז דו האסט ווען א עלעגאנטע זאל וואלטסו אויך געפרעגט אזעלכע היאך מעשרין את המלח שאלות פארוואס זאל דער אינגעל נישט האבן א בר מצוה ווי אלע קינדער, וואס איז ער שולדיג וכו."

דאס איז א קלאסישע ביישפיל פון א שטרוי מאן ארגומענט.

kliger » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:41 am

· #85244
מען זינגט מיט די קינדער וואס פרייען זיך אז זיי זענען פטור געווארן פון זייער טאטעס משגעת.
וואטס די פראבלעם

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 12:53 am

· #85249
באזינגט מען די קינדער, אדער די טאטע וואס איז לכאורה אויך געווען אין קאר?

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 2:53 am

· #85262
אוי טאטי
באזינגט מען די קינדער, אדער די טאטע וואס איז לכאורה אויך געווען אין קאר?

פארשטייט זיך אז די טאטע איז דארט און מ'האט מסתמא געמיינט איהם צו באזינעגן, אבער ס'איז א שאד אז מ'האט נישט געטראכט פון די קינדער וואס זענען דארט..וואס אגב די אינגערע איז נעבעך נישט אינגאנצען געזונט און איך גלייב נישט ער כאפט פונקטלעך וואס טוט זיך, און די עלטערע אינגעל איז א ריכטיגע משה אריה..און ניין, איך בין נישט מצדיק באזינגען די קינדער..

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 9:55 am

· #85280
א בריוו צו די קינדער פונעם רשע פרידמאן..(אויב זיי גייען עס אמאל זעהן).
📎 מכתב פרידמאן.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 10:10 am

· #85281
ווער שרייבט דאס? איינער בשם די הנהלה?, ס'שמעקט עפעס מאדנע.
Too little, too late - די דעמעזש איז דאן.
אבער איך פארשטיי די שמחה פון די ת"ת, נעווערדעלעס.

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 11:30 am

· #85300
לחיים לכבוד די שמחה

DotCom » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 7:30 pm

· #85440
שמועות דרייען זיך ארום אז פרידמאן האט אפגעיאגט פון אנטווערפן מיט די גאנצע משפחה.

מורינו הרב » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 7:30 pm

· #85441
סא, לאנדאן איז נעקסט?

איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 9:33 pm

· #85468
שמעקעדיג
ווער שרייבט דאס? איינער בשם די הנהלה?, ס'שמעקט עפעס מאדנע.
Too little, too late - די דעמעזש איז דאן.
אבער איך פארשטיי די שמחה פון די ת"ת, נעווערדעלעס.

פון די מיידל סקול! פאר גאטס וועגן!

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 8, 2013 12:53 am

· #85514
SORRY

טעפל » פרייטאג פעברואר 8, 2013 6:36 am

· #85535
כ'האב פרובירט ארויפלייגען די למען תדע, ס'וועגט צופיל, שוין עמיר ווארטען פאר דאטקאם..

שמואל הלוי » פרייטאג פעברואר 8, 2013 6:53 am

· #85536
טעפל
ס'וועגט צופיל

שטעל אים אויף א דייעטע

DotCom » פרייטאג פעברואר 8, 2013 9:21 am

· #85540

טעפל » מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:53 am

· #86503
בחדרי שרייבט אז ער האט זיך אוועק געצויגען פון די היימישע געגענט.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=50843">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=50843</a>

מיילעך » מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:37 pm

· #86574
ער האט זיך אריינגעצויגן אין א הערליכע דירה

<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2013/02/blog-post_521.html?m=1">http://bshch.blogspot.co.il/2013/02/blo ... 1.html?m=1</a>

<a class="postlink" href="http://www.pagia.be">http://www.pagia.be</a>

אוי טאטי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:29 pm

· #87072
וואס איז פשט פון די רומער׳ס וואס פארן יעצט ארום אז מען האט געטראפן דעם פריעדמאן ביי איהם אינדערהיים נישט בין החיים?
כ׳שטעל מיר פאר אז עס איז נישט אמת, אבער געווענליך א רומער איז באזירט אויף עפעס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:27 pm

· #87093
Wishful thinking

טעפל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:05 pm

· #91473
פון למען תדע היינט:
אויסלענדער וויל ווידער אריינשיקען קינד אין "בנות ירושלים"

דער אויסלענדער האט נאך אין דער היים א קליין מיידל פון 5 יאהר. ער האט געפריווט זי איין צו שרייבען אין קינדער-גארטען פון די "בנות ירושלים". אזוי ווי זיי האבען שוין נישט געהאט קיין פרייען פלאץ, האבן זיי געווייגערט איינצושרייבען דאס קינד.

דער אויסלענדער האט זיי אבער געקלאגט ביים געריכט, און די שוהלע האט אויפגעוויזן אז זי האט אין חודש יולי 2012 אפיציעל געמאלדן אז זי האט שוין נישט קיין פלאץ אין איהר קינדער-גארטען. דער אויסלענדער איז געקומען מיט א טענה אז ער האט שוין אנגעפרעגט אין חודש מאי 2012, נאך פאר מען האט געמאלדען אז די שוהלע איז פול. דאס געריכט האט איהם געהייסען ברענגען א באזווייז צו זיינע טענות. די זיצונג פון געריכט האט געזאלט פארקומען מיטוואך (נעכטן).

אזוי ווי דער אויסלענדער האט דערווייל נישט געקענט ברענגען קיין באווייזן אז ער האט דאס קינד שוין דאמאלט איינגעשריבן, האט דאס געריכט פארשויבען די זיצונג און גיט איהם נאך צייט צו ברענגען אנדערע באווייזען.

א'ן אנטשעפעניש, מען איז פון איהם נאך נישט פטור געווארען ....

טעפל » פרייטאג מערץ 1, 2013 3:08 am

· #91676
שכוח, פארראכטן! איך האב דיר געגעבן אן אינדערפרי קענדי אויך..

מיילעך » מאנטאג מערץ 11, 2013 4:52 pm

· #95731
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.co.il/2013/03/blog-post_10.html?m=1">http://bshch.blogspot.co.il/2013/03/blo ... 0.html?m=1</a>

מורינו הרב » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:39 pm

· #95773
נחום ראזנבערג האט געהאט אינמיטן וואך א שמועס אויף זיין האטליין, און האט עס אראפגענומען נאך צוויי שעה.

אין דעם שמועס האט ער ארומגערעדט איבער די רציחה פון משה יצחק נאה, און געזאגט אז עס איז דא היימישע מאפיא איבעראל אויך אין אמעריקא, און ער גייט עס ברענגען צו די קענטעניס פון די צייטונגען אז מען זאל וויסן דערפון. משה פרידמאן איז פארמישט אין עטליכע מארדן, יחזקאל שמש איז גע'הרג'עט געווארן דורך היימישע אידן, לעזער קעסטנבוים האט געוואלט הרג'ענען משה פרידמאן, אים אליין (נחום) האט מען נאכגעשאסן, און ער האט נאך א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס מען ווייסט נישט, וואו די היימישע מאפיא האט גע'הרג'עט היימישע יונגעלייט.

ער טענה'עט אז עס איז פאראן ארגאניזירטע גרופעס צווישן די ראשי הקהילה, דאהי און אין אנטווערפן און איבעראל, וואו מען איז גרייט אויף רציחה ממש, און כבר היה לעולמים, און אז ער וועט עס ברענגען צו קענטעניס פון די רעגירונג.

די שמועס איז געווען אויף קנעפל נומער 94 פאר בלויז עטליכע שעה, און איז דערנאך אראפגענומען געווארן אן קיין מעלדונג פארוואס. ווארשיינליך איז עס נישט געווען געזעצליך צו זאגן אזוי, אדער האט מען אים געסטראשעט מיט א לאו-סוט.

DotCom » מאנטאג מערץ 11, 2013 6:07 pm

· #95789
מורינו הרב
די שמועס איז געווען אויף קנעפל נומער 94 פאר בלויז עטליכע שעה, און איז דערנאך אראפגענומען געווארן אן קיין מעלדונג פארוואס. ווארשיינליך איז עס נישט געווען געזעצליך צו זאגן אזוי, אדער האט מען אים געסטראשעט מיט א לאו-סוט.

אדער ווייל עס איז אמת און די מאפיא האט א שפראך צו אים אויך... 😉
בלאט: 1 2 3 4