☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #2691

אשכול אן א טיטל #2691

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2691
בלאט: 1 2 3 4

טעפל » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:10 am

· #78741
איינגעמיירעט
עליכם השלום.

איינגעמיירעט בין איך זייט כפיית הר כגיגית, זייט דער זיידע און באבע מיינע האבן בוחר געווען צו געהערן צו די אפטיילונג פון די אלטרע-ארטאדאקס אפטיילונג פון חרדישע אידענטום, זייט דער זיידע און באבע מיינע האבן בוחר געווען צו געהערן צו א אן אפטיילונג פון מענטשן וואס האבן א היי סטענדערד לייף סטייל מיט א פרי סקול עדזשוקעישען, צו אן אפטיילונג פון מענטשהייט וואס האבן א באגרעניצטע פינף און א האלב ווינקלען אינעם גרויסען גלויב וואו אלע מוזען וואוינען, ואחרון חביב איינגעמיירעט זייט מ'האט מיר אראנזשירט אין א מערעדיזש מיט די משפחה וואס האט געפאסט פאר די מחותנים, פאר מיינע חשובע עלטערן שיחיו לאויוש"ט, און נאכן מיך אויסלערנען צו האבען קינדערלעך אן א שיעור און אפווארטן פאר די ירידת המן זיי צו מפרנס זיין, ועוד כמה דברים שא"א להאריך עכשיו.

אין ק"ש בין איך געקומען מרצוני החופשי, שלא בתורת איינגעמיירעט.

אויב אזוי מאך דיך באקוועם טוה אויס דיין מענטעל הענג עס אויף אויף די הענגער און קום גלייך אריין אין קאווע שטיבל וואו קאווע טרינקער וועט דיר צו שטעלען א פיינע קאווע, איך גלייב די עולם וועט דיך דא שיין אויפנעמען, און איך האף אז דו וועסט נישט קלאגען דא, ס'איז דא אסאך אינטערסאנטע פלעצער דא צו באזוכען..ווילקאמען!!!

מאיר_וואלף » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:17 am

· #78745
טעפל, דו ביסט אויך איינגעמיירעט?

איינגעמיירעט » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:19 am

· #78746
ווער איז דאס מא פרמ

איינגעמיירעט » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:02 am

· #78759
מאיר_וואלף
וואס איז געשען ווען דו האס דיך פארבירט זיך אויס צו מייערען?
דארפסטו אפשר הילף?
מ"א פר"מ זאגט אויך אז זיין טאטע איז שולדיג.


מיינסט צוזאגען דער בעל האשכול,
דאס צוזיין טאטע איז שולדיג דאס איז תלוי אין מיין ערשטע שאלה אויף וועלכע מחלה ער ליידט,אויב האט ער א געבורט מחלה וואלט מען געהערט פון עם וואו אימער ער וואלט געבארען געווארען,משאכ אויב ליידט ער פון עפעס וואס איז געקומען מצד החוץ אביוז וכדומה קען ער בלעמען זיין טאטע.


Sent from my iPhone

טעפל » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:11 am

· #78763
מאיר_וואלף
טעפל, דו ביסט אויך איינגעמיירעט?

ניין ממש ממש נישט..

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:02 pm

· #78891
נולד מאוחר
לעצטענס געזען און דעילי נואס א נאטיס פון uta מיר נענמען יעדם איינעם אן אפהענגעק ריליגע דזשענדער וכו'.
אינערסאנט אז די ריפארטער פון די וויליאמסבורג באראפארק באס האט נאך נישט איינגעשריבן אירע קונדער און יו טי עי.

דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק (נישט מער געדאכט) דעיוויד דינקינס האט אמאל ביי א כ"א כסלו דינער געזאגט אז זיין ניי געבוירן אייניקל וואלט ער געשיקט קיין בית רחל ווען ער האט א דיעה צו זאגן.

sunbar » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:15 pm

· #78895
berlbalaguleh
נולד מאוחר
לעצטענס געזען און דעילי נואס א נאטיס פון uta מיר נענמען יעדם איינעם אן אפהענגעק ריליגע דזשענדער וכו'.
אינערסאנט אז די ריפארטער פון די וויליאמסבורג באראפארק באס האט נאך נישט איינגעשריבן אירע קונדער און יו טי עי.

דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק (נישט מער געדאכט) דעיוויד דינקינס האט אמאל ביי א כ"א כסלו דינער געזאגט אז זיין ניי געבוירן אייניקל וואלט ער געשיקט קיין בית רחל ווען ער האט א דיעה צו זאגן.


זיי וואלטן טאקע גוט אריינגעפאסט דארט...

איחוד פעלד » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:03 pm

· #78903
berlbalaguleh
נולד מאוחר
לעצטענס געזען און דעילי נואס א נאטיס פון uta מיר נענמען יעדם איינעם אן אפהענגעק ריליגע דזשענדער וכו'.
אינערסאנט אז די ריפארטער פון די וויליאמסבורג באראפארק באס האט נאך נישט איינגעשריבן אירע קונדער און יו טי עי.

דער געוועזענער מעיאר פון ניו יארק (נישט מער געדאכט) דעיוויד דינקינס האט אמאל ביי א כ"א כסלו דינער געזאגט אז זיין ניי געבוירן אייניקל וואלט ער געשיקט קיין בית רחל ווען ער האט א דיעה צו זאגן.



דער קעטש 22 איז אז מען מוז גיין צו וו"מ אויף טעראפי.

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:10 am

· #78941
[ציטאט אראפגענומען]

נעבעך, אויף די מאמעס אז זייערע קינדער דארפען לערנען מיט די פרידמאן משוגעים.

געוואלד געשריגן » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:13 am

· #78944
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

נעבעך, אויף די מאמעס אז זייערע קינדער דארפען לערנען מיט די פרידמאן משוגעים.


?מר. פרידמאן איז משוגע...אבער זיינע קינדער

DotCom » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:19 am

· #78947
ליינט איבער די נייעס פון אן אנטווערפענער פערספעקטיוו למען תדע - וארא, גאנץ אינטערעסאנט.

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:31 am

· #78969
אפדעיט: משה אריה פרידמן הגיע כעת למקוה טהרה באנטוורפן, אומר ששמר שבעה נקיים!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:53 am

· #78974
[ציטאט אראפגענומען]

זעלבסטפארשטענדליך. מ'קען נישט משוגע מאכן א גאנצע שטאט. ווילנדיג אדער נישט. די מאמע שפילט מיט דעם שפיל. דארף זי אויך ליידן די קאנסעקווענצן.

כ׳בין פריי » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:19 pm

· #79085
DotCom
ליינט איבער די נייעס פון אן אנטווערפענער פערספעקטיוו למען תדע - וארא, גאנץ אינטערעסאנט.

גאנץ אינטערעסאנט די שפראך און שריפט דארט....

מאיר_וואלף » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:40 pm

· #79094
פון וואס ביסטו פריי?

איחוד פעלד » פרייטאג יאנואר 11, 2013 8:36 am

· #79200
DotCom
ליינט איבער די נייעס פון אן אנטווערפענער פערספעקטיוו למען תדע - וארא, גאנץ אינטערעסאנט.



איך האב הנאה פין דער זאך.

יישר כח.


געפעלט מיר דער ב"ש פין דער מהלך אז אידען גייען צו דין תורה וכו'.

כ׳בין פריי » פרייטאג יאנואר 11, 2013 8:50 am

· #79201
מאיר_וואלף
פון וואס ביסטו פריי?

פון פרעשור........

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:44 am

· #79232
כ׳בין פריי
מאיר_וואלף
פון וואס ביסטו פריי?

פון פרעשור........


א איד דארף צו לעבען מיט קבלת עול מלכות שמים, און עול תורה ומצות פיר און צוואנציג שעה א טאג,

דאכט זיך, אז דאס הייסט לעבען אינטער פרעשור,

מיר אידען זענען קענכעט פארען באשעפער,

די אויסדרוק "פריי" באניצען זיך די וואס ווארפען ארפ פון זיך די עול,

אדער אויף די וואס זענען שוין באפרייט, "לא המתים יהללו י-ה",

מיר אידען, ווילאנג מיר לעבען, זענען נישט פריי

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:32 pm

· #79240
מאיר_וואלף
כ׳בין פריי
מאיר_וואלף
פון וואס ביסטו פריי?

פון פרעשור........


א איד דארף צו לעבען מיט קבלת עול מלכות שמים, און עול תורה ומצות פיר און צוואנציג שעה א טאג,

דאכט זיך, אז דאס הייסט לעבען אינטער פרעשור,

מיר אידען זענען קענכעט פארען באשעפער,

די אויסדרוק "פריי" באניצען זיך די וואס ווארפען ארפ פון זיך די עול,

אדער אויף די וואס זענען שוין באפרייט, "לא המתים יהללו י-ה",

מיר אידען, ווילאנג מיר לעבען, זענען נישט פריי

כ'ווייס נישט ר' מאיר וואלף, דו האסט פארזען א בפירוש'ע משנה אין פרקי אבות. "אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה". נאכדעם איז פאראן נאך א משנה. "כל המקבל עליו עול תורה מעבירין ממנו עול מלכות ועול דרך ארץ וכו'".

מאיר_וואלף » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:55 pm

· #79248
און דאס רופסט דו אן "פריי פון פרעשור".

פרענטש וואנילע » פרייטאג יאנואר 11, 2013 1:03 pm

· #79251
פריי פון פרעשור איז איינער וואס האט זיך געוואוינט צו בייקומען און צוברעכען זיין יצר הרע, און ברעכט נישט אונטער פאר יעדע תאוה'לע אדער נארישע נסיון, דאס הייסט פריי, איינער וואס איז נכנע און משועבד צו זיין יצר הרע און זיינע תאוות איז שוין איינמאל אונטער פרעשור..

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 11, 2013 3:01 pm

· #79275
מאיר_וואלף
און דאס רופסט דו אן "פריי פון פרעשור".

דעיס איז גוטע געבענטשטע פרעשור. בלאד פרעשור איז אויך גוט. אן בלאד פרעשור איז נישטא קיין לעבן.

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 8:27 pm

· #79310
DotCom
ליינט איבער די נייעס פון אן אנטווערפענער פערספעקטיוו למען תדע - וארא, גאנץ אינטערעסאנט.

"אמאהליגע צייטען זענען אין פלעמישען לאנד באשטאנען אסאך שוהלען (בפרט אללע קאטוילישע שוהלען) ווי ינגלעך זענען געווען געטרענט פון מיידלעך"

זעהט אויס געוויסע ווערטער האבן א אנדערע משמעות אינעם אמאליגע אנטווערפענע יידיש ווי עס מיינט היינט צוטאגס..

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 9:21 pm

· #79314
ענטפער צו אנאנים
ייש"כ פאר ברענגען דעם מאמר. דער פאררוקטער יונג האט נאך א חוצפה זיך אהערשטעלן אלס קנאי. דאס שטיקל וואס ער האט אנגעווערטשאפט, נוצנדיג זיינע אייגענע קינדער אלס שפיל באל (כ'האב געוואלט נוצן א שארפערן אויסדרוק) וועט מען איהם נישט אזוי שנעל מוחל זיין.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 9:58 pm

· #79315
קשיא אויף בעלזא
וואס איך פארשטיי נישט אין די גאנצע פרשה איז, היתכן בעלזא האט אנגענומען די יונגלעך אין די מוסדות, די מדינה האט זיי כלומר'שט געצווינגען, אבער אין אמת'ן האבען זיי געקענט נישט אריין נעמען די קינדער און צאלען דער קנס פין צוויי טויזענט (דאלאר?) א טאג!

אויב האבען א אינגעל צווישען מיידלעך איז ממש אסור, אם כן פארוואס האבען זיי מסכים געוועהן?

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:37 pm

· #79319
ס'איז נישט ממש אסור עפ"י הלכה. נאר ס'פאסט נישט. און חוץ דעם איז עס ביטול תורה. ווייל מיידלעך זענען נישט מחויב במצות תלמוד תורה לערנען זיי מער לימודי חול. איך פארשטיי אויך נישט פארוואס בעלזא האט זיך אונטערגעגעבן צו דעם חסר דיעה'ס פאררוקטע קאפריזן. אבער אויב ס'וואלט געווען ממש נגד הלכה קען מען זיין זיכער אז זיי וואלטן עס יא געפייט. נאר די אונטערשטע שורה איז אז דער פארריקטע בריאה איז דער גרעסטער פארלירער אין דעם גאנצן שפיל.

נולד מאוחר » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 10:43 pm

· #79321
פארוואס גט זיך נישט זיין ווייב פון עם?

מיילעך » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:09 pm

· #79327
איך האב געהערט זאגן אז היינט נאכט איז דא א גרויסע אינטערוויו מיט אים ביי זאב ברעננער שאו, איינער קען מאשר זיין?

יורה דעה » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:15 pm

· #79329
איך הער אז בעלז פלאנט צו קלאגן אז דעי יונגל איז א ראסיסט, וויבאלד ער זאגט יעדער אונדערפרי "שלא עשני אשה" און די מיידלעך פילן זיך זייער אראפגעקלאפאט....!

מיילעך » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:17 pm

· #79330
איך האב עס געטראפן יעצט אויף די פייסבוק פון זאב ברעננער, ווי ס׳זעהט אויס גייט זיין א גרויסע געטועכטס.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 2:52 am

· #79382
ער רעדט שטותים יעצט אויף ברענערס שוי.
פון איין זייט שרייט ער אז ער וויל אויסרייסען אפגעטיילטע סקולס .
פון אנדערע זייט זאגט אויב נעמט אן זיינע קונדער און חדר איז ער ציפרידען. א קשיא אויף א ....

משה געציל » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:12 am

· #79386
דער מענטש איז טאטאל ווייסט וואס איך וויל זאגן... ער ענטפערט נישט אויף קשיות וואס מען פרעגט אים... יעדער פאנגט זיך אן מיט אים... סאטמאר זיכט צו פארסאמען דעם סאסייעטי...
אלע בוכשטאטן וואס באשטיין פאר מענטל דיסארדערס זענען נישט גענוג פאר דעם וואנזיניגן ...

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:25 am

· #79390
האט ער עפעס געזאגט וועגן זיין ווייב?
זי איזט עם, קעגען עם? פארוואס לאזט זי עם נישט איבער ?

טעפל » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:03 am

· #79411
מיילעך
איך האב עס געטראפן יעצט אויף די פייסבוק פון זאב ברעננער, ווי ס׳זעהט אויס גייט זיין א גרויסע געטועכטס.

נו? לייג ארויף פליז לתועלת הכלל.

נטורי קרתא עסקן » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:01 am

· #79422
צעטעל פון אנטווערפען
📎 image.jpg

מיילעך » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:02 pm

· #79547
די לינק צו די אינטערוויו מיט זאב ברעננער:

<a class="postlink" href="http://talklinecommunications.com/broadcasts/?p=episode&name=2013-01-13_talkline_11213_rabbi_mosher_friedman_and_aaron_david_miller.mp3">http://talklinecommunications.com/broad ... miller.mp3</a>

געוואלד געשריגן » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:05 pm

· #79548
הרה"ג? ר'? שליט"א?

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:12 pm

· #79552
איך בין בטוח אז דאס איז אן עונש פארן ארויסווארפען קינדער פון עלטערן וואס זענען געגאנגען הערן דברי תורה פון ר' קלוגער.

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:54 pm

· #79563
קאווע טרינקער
איך בין בטוח אז דאס איז אן עונש פארן ארויסווארפען קינדער פון עלטערן וואס זענען געגאנגען הערן דברי תורה פון ר' קלוגער.

בעלזא האט ארויסגעווארפן?

משכיל » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:45 pm

· #79577
נטורי קרתא שליט"א!

די אלע עבירות וואס דו רעכענסט אויס, איז דא צווישן זיי אן עבירה וואס איז אזוי הארב ווי דאס פארן קיין פלארידא וואס ענקערע מענטשן האבען איינגעפירט?

אויך וואס הונדערטער קאפעלס פון דעם קנא'ישן חדר צוזען יעדען שבת אין האטעלן וואו עס קומט פאר זייער נישט קיין איידעלע אויפגעפירעכטס?

ראדני שטיפער » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:38 pm

· #79619
עס איז געווען א אסיפה ביים אנטווערפענער רב אינדערהיים מיט ליגעל עקספערטען וויאזוי מען קען דעם פריעדמאן ליגעל ארויסווארפען פון אנטווערפען

געוואלד געשריגן » זונטאג יאנואר 13, 2013 7:48 pm

· #79625
נישט קיין גוטע סקולס אין טעהראן אדער ראמאלא? איך מיין ס'איז בעסער ווייל די קינדער קענען לערנען א ביסל קאָראַן..

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 8:52 pm

· #79649
ראדני שטיפער
עס איז געווען א אסיפה ביים אנטווערפענער רב אינדערהיים מיט ליגעל עקספערטען וויאזוי מען קען דעם פריעדמאן ליגעל ארויסווארפען פון אנטווערפען

מאדנע. מקען ארויס ווארפן מענטשען פון א לאנד?

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:07 pm

· #79655
[ציטאט אראפגענומען]

עס איז נאך שם וועבערמאן שגור על פיו. אנאנים, ס'שוין דא נייע סומאטוכעס, לא אלמן ישראל.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:34 pm

· #79901
נולד מאוחר
קאווע טרינקער
איך בין בטוח אז דאס איז אן עונש פארן ארויסווארפען קינדער פון עלטערן וואס זענען געגאנגען הערן דברי תורה פון ר' קלוגער.

בעלזא האט ארויסגעווארפן?

יא. א חוץ די רוב וואס האט זיך געבראכען און מקבל געווען אז מער גייען זיי שוין דאס נישט טוען (כאילו זיי זיי האבן פארגעסן די קול הלשון נומער, ווי מ'קען הערען זיינע שיעורים). - בד"וו, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די וועלט האט געקענט זיין שטיל ווען מ'פארגיסט אומשולדיגע אידיש בלוט, צוברעכט משפחות, על לא דבר.

נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:39 pm

· #79927
רב קלוגער איז שוין אויך טריף?
וואס איז זיין חטא, ער פראבירט אביסעל אויף ציפרישען אידשקייט?

שרייבער » מאנטאג יאנואר 14, 2013 9:58 pm

· #79931
נולד מאוחר
רב קלוגער איז שוין אויך טריף?
וואס איז זיין חטא, ער פראבירט אביסעל אויף ציפרישען אידשקייט?

ער ציפט אראפ פון יעדע חסידות אביסל

מאיר_וואלף » מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:50 pm

· #79959
שרייבער
נולד מאוחר
רב קלוגער איז שוין אויך טריף?
וואס איז זיין חטא, ער פראבירט אביסעל אויף ציפרישען אידשקייט?

ער ציפט אראפ פון יעדע חסידות אביסל


טאקע זייער וויכטיג אויף ציפרישען אידשקייט!
אבער נישט פאר דעם איז ער טרייף ביי אנדערע חסידות

בונעס איירעס » דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:04 am

· #79962
הרב קלוגער מיין איך איז שוין אירעלעוואנט, ער איז שוין נישט קיין הייסע נייעס ביי די מבקשים'לעך ער האט געהאט עטוואס גאר א קורצע תקופה פון כאפן קלייניקע קעפ מיט אויסערליכע התפעלות'ען, ווען ער האט גערעדט צו זיי לשונות פון תניא געמישט מיט לקוטי מוהר"ן אין דערינען ארויסגעהויבען די גרויסקייט פון הרבי מסאטמאר, אין זיי האבן געשפירט ווי זיי פארשטייען הויעכע טיפע ענינים אין אז זייער ווייטאג ווערט אנטרינען, אבער לויט מיין ידיעה איז עס שוין פארטיג. וואס ער האט געכאפט האט ער (ווייס איך אויך נישט פאר ביז ווילאנג) און איר וועט נישט זעין קיין פרישע טראנספארטן ארויסוואנדערען צו אים.

און בכלל האט נישט געכאפט עפעס קיין גרויסע נומבערס, 2 פון דא און 6 פון דארט, און דאס איבריגע זענען די "חברה וואנדערערס" וואס קומען אן צו יעדען פרישן כוכב מיט א פרישקייט פאר 5 יאר און דערנאך גייען זיי צום נעקסטן סטאנציע.

באמת האט מען אים פאראויסגעזעין און אנהייב פאר פיל א גרעסערער איש מצליח (איך מיין צוזאגען א סכנה פאר די חסידותן - די פארכט וואס זיי האבן געהאט אין אים איז געווען פשוט א טעות) אזוי ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט!

אלזא מיין איך אז די טריפה פלאמבע קען שוין אויך אראפגיין פון אים,

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:26 am

· #80001
קאווע טרינקער
בד"וו, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי די וועלט האט געקענט זיין שטיל ווען מ'פארגיסט אומשולדיגע אידיש בלוט, צוברעכט משפחות, על לא דבר.

👍
איך ווינטש דיר זאלסט דאס קיינמאלנישט פארשטיין. און די זעלבע ווינטש איך פאר אלע אנדערע יודען.
א סגולה אויף דאס נישט פארשטיין איז נישט באלאנגען צו קיין פארטיי/חסידות/'קהילה/סעקטע/קולט.
בלאט: 1 2 3 4