☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #2684

אשכול אן א טיטל #2684

136 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2684
בלאט: 1 2 3

— » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:34 am

· #77860

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

משה געציל » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:37 am

· #77862
אויב דו ביסט נישט קיין סאטמערער זאלסטו זען צו גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א סאטמערער זאלסטו נישט גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א אויפגעקלערטע סאטמערער זאלסטו גיין צום כותל און זאגן אז דו האסט גארנישט געשפירט עפעס העכערס דארט.

משה געציל » זונטאג יאנואר 6, 2013 1:47 am

· #77865
פראביר אויס דעם ים המלח אביסל, ווי אויך קענסטו פראבירן אביסל די בערג אין חרמון ווי מען קען געווענדליך גיין אייז סקיניג אין די ווינטער חדשים.

טעפל » זונטאג יאנואר 6, 2013 5:06 am

· #77892
[ציטאט אראפגענומען]

לעבען כותל איז דא סעגוועיס.
<a class="postlink" href="http://www.segwayz.co.il/">http://www.segwayz.co.il/</a>

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:45 am

· #77926
אויף צו גיין סקיען דארפסטו נישט קריכן קיין אר"י, האסט סאך העכערע, שענערע, בעסערע בערג דא אין ניו יארק, ווי אויך איז חרמון ארויס פון וועג, זייענדיג די צפון שפיץ פון א"י.

גלות יוד » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:34 pm

· #77948
גיי צו ראש הנקרה דאס איז לדעתי איינע פון די שענסטע פלעצער אין ישראל

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:16 pm

· #78147
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 7, 2013 12:16 am

· #78160
ס'איז שווער צו זאגן וואס ס'וועט דיר זיין אינטערעסאנט, ס'דא דארט אן אויסוואל פון אלע מיני אטראקציעס, זאג צו די ווילסט זען נאטור, שיינע סינעריס אדער וואסער פאלן, דאן קענסטו גיין קיין עין גדי, באניאס, מצפה רימון, וכו', פאר אנדערע מיני סינעריס קענסטו טאקע גיין קיין אילת, ווי איחוד זאגט, אויב היסטאריע האסטו גאנץ אלט שטאט ירושלים, עכו, חברון, מצדה, און אן א שיעור נאך, בעדער האסטו אין ים המלח, חמי טבריה, חמת גדר, וואסער ספורטס איז דא אין אילת, טבריה, אסאך שטעט וואס זענען אויפן בארטן, ווי תל אביב, הרצליה, איך נתניה, ועוד, מוזיאון (מאזעאמס) איז דא אן א שיעור אין תל אביב, ווי אויך אין ירושלים...
אקיצור, איך קען שרייבן ביז מארגן, ס'ווענד זיך וואס דו זוכסט, ס'איז אן ארץ אשר כל בו.

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 12:17 am

· #78161
איחוד פעלד
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אה האב איך געמאכט א לעבן אין אילת. דער גאנצער טריפ איז געווען ווערד בלויז פאר דעם.

לאליפאפ » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:53 am

· #78170
לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.

געוואלד געשריגן » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:07 am

· #78215
איחוד פעלד
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:36 pm

· #78352
ארץ ישראל = דאס אידיש לאנד. אדער דאס לאנד פון אידן.

signout » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:39 pm

· #78353
לאליפאפ
לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.

איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי

משכיל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:54 pm

· #78359
עס לוינט צו גיין זעהן די גרויסע כוללים, אויך די גדולים וואס לעבען היינט אין ארץ ישראל הרב קניבסקי, הרב שטיינעמאן, הרב עובדיה

גרויסע אידישע בנינים פון די גרויסע פארטייען-חסידותן

די סיפריה הלאומית אין ירושלים

פארען אין די שטחים זעהן ווי די מתנחלים לעבען א לעבען פון מסירת נפש ממש

טישו באקס » מאנטאג יאנואר 7, 2013 6:13 pm

· #78371
כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

בדחן » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:28 am

· #78497
כאפ א שפאציר אינעם שטאט צפת לאוו דווקא קברים, עס איז דא דארט אזויפיל הסטאריע, מען קען דארט שפאצירען טעג און וואכען, וועסט נישט חרטה האבן.

יאיר » דינסטאג יאנואר 8, 2013 1:33 am

· #78509
טישו באקס
כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.

טעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 4:25 am

· #78522
יאיר

😂 😂 😂 לדעתך לדעתך ביזטו צום סוף יא געגאנגען צום טרייפענעם/הייליגען כותל?

קרעקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 10:51 am

· #79212
יד ושם לאז נישט אויס

יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 2:39 am

· #79377
אנאנים, כ'קען נישט דיין תכונות הנפש, ווי געפילטע האט שוין געשריבן איז די ערשטע זאך דארפסטו וויסן וועלכע סארט אטראקציעס דו זוכסט. איך פערזענליך בין נישט קיין אטוואנטור-ליבהאבער, און אזוי אויך בין איך (נאכ)נישט אנגעקומען צו די מער עקזאטישע פעלעצר און דערווייל נאר באזוכט אין די מער פאפולערע מקומות. איך רעקאמאנדיר (דאס מיינט, איך בין דארט געווען און הנאה געהאט):
אין ירושלים:
מנהרות הכותל, מוזיאון ישראל, מוזיאון ארצות המקרא, יד ושם.
אין דרום:
א הייק אין עין גדי (איך ווייס נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), א שווים אין ים המלח (ווידער ווייס איך נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), מצדה.
אין צפון: חרמון (חוץ אז דו קענסט נישט סקיען 😉 ), ראש הנקרה, די צפת'ע געסעלעך, אפשר א טאג אין טבריה.

וואס נאך? אויפן מינוט געדענק איך נישט. אבער אויב ביסטו נישט געווען אין לכה"פ 60% פון די אויסגערעכנטע פלעצער ביזטו נישט געווען אין ארץ ישראל (לענ"ד השפלה).

טישו באקס » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:55 am

· #79398
קרעקער
יד ושם לאז נישט אויס

״יד ושם״ קען מען נישט געבן אזא כאפ אריין, דארט קען מען פארוויילן א פילן טאג און נאך אלץ נישט זיין פארטיג. סאיז דא א געוואלד וואס צו זעהן דארטן. אויך איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דארט קאסט נישט קיין געלט אריינצוגיין

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:13 am

· #79985
יידל, טאמער ביזטו א מוזיאום טייפ, האסטו אויסגעלאזט די תל אביב'ער מאזעאמס, בית התפוצות, בית התנ"ך, מוזיאון ארץ ישראל, און נאך.

יידל » דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:11 am

· #79997
בית התפוצות האב איך טאקע פארגעסן צו רעקאמאנדירן. אין די אנדערע בין איך נאכנישט געווען, אי"ה עוד חזון למועדים. נאך איינס וואס כ'האב מיך דערמאנט, נישט עפעס מורא'דיג אבער גאנץ זיס (גוט אפשר פאר א קורצע פרייטאג וואס מ'וויל אנפילן) איז מוזיאון גוש קטיף.

אויך האב איך פארגעסן צו רעקאמאנדירן פלעצער ווי שוק מחנה יהודה אין ירושלים, שוק העיר העתיקה וכו', אבער די אמת איז אז די זאכן איז נישט אזוי אינטערעסאנט נאר אז מ'לעבט דאס דורך, נישט אז מ'קומט ווי א טוריסט.

מיין מיינונג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 4:15 am

· #80005
אויב זענט איר א וויין ליב-האבער איז דא א שיינע פאר וויין פירמעס, בעיקר ביי די גולן בערג, וואס זענען אפן צום פובליק און מ'קען באקומען א טור אינעם פאבריק, און דערנאך פארזוכן א פיינעם וויין...

אלט שטאט צפת האט מען שוין דא ערווענט. בלויז א שפאציר אינעם רובע היהודי צו אדורכגיין די אלע היסטארישע בתי מדרשים און בנינים איז א תענוג פאר זיך.

דעתי הענייה » דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:19 pm

· #80062
משה געציל
אויב דו ביסט נישט קיין סאטמערער זאלסטו זען צו גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א סאטמערער זאלסטו נישט גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א אויפגעקלערטע סאטמערער זאלסטו גיין צום כותל און זאגן אז דו האסט גארנישט געשפירט עפעס העכערס דארט.

איך מיין האסט פארגעסן איין פרט:
גיין צום פארטש און זאגן אז דארטען פילט מען מער ווי ביים כותל....
ואליבא דאמת, די אלע הרגשים האבען מיט וואס מען וויל פילען, וד"ל.

שמואל הלוי » דינסטאג יאנואר 15, 2013 1:15 pm

· #80071
signout
לאליפאפ
לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.

איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי

עפעס נאר סאטמארע אידן פארן צו די חתונה אפשר איז ער א זידיטשובער? דער מחותן איז דאך לאבין מזידיטשוב.

איי וועסטו וועלן זאגן אז אויך לאבין-זידיטשוב איז נכלל בעדת חסידי סאטמאר, והא ראי' ער איז געליסטעט אינעם אנשי שלומינו ליסטע, נו עמיר מוזן צוקומען צו דעם אז ער איז א מאקאווער (מהרח"צ ט"ב איז א מאקעווער איידעם).

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:21 pm

· #81816
וויליאמסבורגער לאז אונז וויסען וואס דו האסט געקאווערט און ווי די האסט הנאה געהאט

געוואלד געשריגן
איחוד פעלד
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל

נאר ווי דען איז עס??? זיכער איז און ארץ ישראל טאקע ביים גרעניץ אבער עס און הייליג לאנד, עס איז א הערליכע פלאץ

געוואלד געשריגן » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:19 pm

· #81849
לעמיל
וויליאמסבורגער לאז אונז וויסען וואס דו האסט געקאווערט און ווי די האסט הנאה געהאט

געוואלד געשריגן
איחוד פעלד
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל

נאר ווי דען איז עס??? זיכער איז און ארץ ישראל טאקע ביים גרעניץ אבער עס און הייליג לאנד, עס איז א הערליכע פלאץ

א הערליכע פלאץ. אבער רוב רבנים האלטן אז אילת איז נישט ארץ ישראל בהלכה. עס איז חוץ לארץ לגבי חיוב תרומות ומעשרות

Rav Shmuel HaLevi Vosner in the Shevet HaLevi (5:173) says that almost certainly without a doubt, Eilat is not part of Eretz Yisroel.

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 2:56 pm

· #81858

הלכהדיג ווייס איך נישט אבער יעצט במציאות איז עס און א"י היינט צו טאגס

געוואלד געשריגן » מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:30 pm

· #81871
ס'איז אין מדינת ישראל. אבער נישט הייליג לאנד

היינט צו טאגס ביסט גערעכט

און יא, הערליך

🙂

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 5:35 pm

· #81890
מר' געוואלד געשריגן וואס איז פשט פון דיין בילד? ווי קומט געוואלד געשריג צו עפעלעך???

געוואלד געשריגן » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:32 pm

· #82006
Good point. I never really thought about it

משכיל » פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:40 am

· #82375
מה תפוח זה פריו קודם לעליו וכו' אף ישראל הקדימו נעשה לנשמע. שבת פ"ח ע"א

געוואלד געשריגן » זונטאג יאנואר 27, 2013 1:29 pm

· #82740
מה תפוח זה אתרוג

ברסלבער » זונטאג יאנואר 27, 2013 3:22 pm

· #82795
[ציטאט אראפגענומען]

ביזט שוין צוריק געקומען?
לאמיר הערן ווי דו ביזט אלץ געווען.

לעמיל » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:17 pm

· #83686
ב"ה העפי פאר דיר אז דו האסט הנאה געהאט

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:26 pm

· #83716
[ציטאט אראפגענומען]

אוי, ממש אויף די ווערטער האט דאך דער רבי פארגאסן אזויפיל זודיגע טרערן, ועל זה ידוו כל הדווים, דאס איז דאך ריכטיג נתפעל געווארן פון די טמא'נע מדינה! געוואלד, לאן הגענו.
עס איז דא חלקים וואס דארטן איז גאר בעסער ווי אמעריקע. די ראודס זענען פיל בעסער (עס שנייט נישט כמעט און עס ווערט נישט חרוב), די באסעס זענען מער פארגעשריטן, בכלל די גאנצע טראנספארטאציע, וכו'.

====

יישר כחכם פאר די הערליכע באריכט. ווייניג מענטשן נעמען עצות פון אנדערע און קומען דערנאך באריכטן זייער ערפאלג. א שיינע מדה פון הכרת הטוב!

דו רייצט מיר געפערליך אן מיט דיין טריפ, הלואי ווען איך קען אויך דארט זיין, ס'איז דאך אזא געשמאק פלאץ וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש!! מי יתן לי אבר כיונה אעופה...........

איך בין שוין אויך געווען ביי רוב פלעצער וואס דו שרייבסט (נישט אין תל אביב), ים המלח, אויפן רכבל אין ראש הנקרה ביים ים, מצדה (האט אויך פול מיט דגלים פון די מדינה..), אר"י הק' מקוה א.א.וו.
מיינע געפילן זענען גאר הויך, איך דערמאן זיך די גוטע צייטן ווען איך בין געווען דארט, איי איי...
איך האף אז דו האסט טאקע הנאה געהאט, און צוריקגעקומען אויפגעפרישט.

(אגב, איך גלייך אויך צו פארן מיט א פליגער, און דאס איז א חלק פון מיין ענדזשוימענט, משא"כ אסאך חברים מיינע האבן דאס פיינט, דאס איז די ערגסטע חלק פאר זיי.)

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:40 pm

· #83726
שלום עליכם. ווי שמעקעדיג זאגט, אז ליידער ביסטו פארדארבען געווארן. זעהט אויס אז (עכ"פ דאס מאל) האבן די צוויי קאפיטלען תהילים נישט געהאלפן.
אז דו רעדסט פון דיין ערשטע ריאקציע זעהנדיג דעם כותל. אוי... דו דערמאנסט מיך זכרונות פון מיינע ריינע יארן, ווען טרערן האבן זיך געגאסען מיט יעדע טריט, כ'האב ממש געפילט ווי די שכינה רעדט צו מיר - כ'גלייב נישט אז כ'וועל נאך אמאל מרגיש זיין אזא דביקות.
איך מוז זיך אבער מחולק זיין מיט דיינע קריטיק ווערטער אויף די דגלים (א זאך וואס אידען האבען געהאט אין די מדבר). - איך האב געטראכט פונקט פארקערט: וויפיל אידישע קינדער וואלטן נישט פאר'גאז'ט געווארן ווען אזא מדינה שטייט בעת ההיא?

טעפל » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 3:26 am

· #83870
קאווע טרינקער
שלום עליכם. ווי שמעקעדיג זאגט, אז ליידער ביסטו פארדארבען געווארן. זעהט אויס אז (עכ"פ דאס מאל) האבן די צוויי קאפיטלען תהילים נישט געהאלפן.
אז דו רעדסט פון דיין ערשטע ריאקציע זעהנדיג דעם כותל. אוי... דו דערמאנסט מיך זכרונות פון מיינע ריינע יארן, ווען טרערן האבן זיך געגאסען מיט יעדע טריט, כ'האב ממש געפילט ווי די שכינה רעדט צו מיר - כ'גלייב נישט אז כ'וועל נאך אמאל מרגיש זיין אזא דביקות.
איך מוז זיך אבער מחולק זיין מיט דיינע קריטיק ווערטער אויף די דגלים (א זאך וואס אידען האבען געהאט אין די מדבר). - איך האב געטראכט פונקט פארקערט: וויפיל אידישע קינדער וואלטן נישט פאר'גאז'ט געווארן ווען אזא מדינה שטייט בעת ההיא?

וואס? די טריפענעה מעדינה???? 😞 😞 😞 😞 😞

איך אויך » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 10:34 pm

· #84049
פוווויייי ציוווווונננננייייי

טישו באקס » דינסטאג פעברואר 5, 2013 12:36 am

· #84743
נאכ׳ן ארומפארן און ארומשפאצירן איבעראל אין אזא קורצע צייט, ביסטו כאטש אנגעקומען צו די חתונה צו וואס דו ביסט געפארן אויכעט?

מאנדלבאום » פרייטאג אפריל 12, 2013 7:54 am

· #104128
יאיר
טישו באקס
כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.

אה הא. איז וועגן דעם זענט איר געגאנגען צום 'הייליג' פלאץ לצורך 'התעלות' ווי פאלגענד:
יאיר
אה האב איך געמאכט א לעבן אין אילת. דער גאנצער טריפ איז געווען ווערד בלויז פאר דעם.

in-Kolel » פרייטאג אפריל 12, 2013 9:24 am

· #104131
איך האב אן אלטע שאלה... איז דאס הייליג לאנד אינטערסאנט צי גיין באזיכן מיטן בני בית אדער איז דאס מער בחורים סטייל?

לעמיל » פרייטאג אפריל 12, 2013 9:35 am

· #104134
ווענדט זיך וויפיל געלט ביסט גרייט אויסצוגעבן

שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 12, 2013 10:56 am

· #104150
ס'איז דא א מקום פאר ביידע, און ס'ווענדט זיך אויך אביסל אויב די בני בית איז אוואנטוריסטיש געשטימט, אדער האט מורא ארויפצוקריכן א בארג, ווער רעדט נאך פון פארן מיט טראקטרונים..

מיין מיינונג » פרייטאג אפריל 12, 2013 2:51 pm

· #104273
אני הקטן בין שוין געווען מיטן פרוי עטליכע מאל אין ארץ ישראל. איך בין נאכנישט געפארן מיט איר קיין אינטערנאציאנלער טריפ חוץ קיין ארה"ק. פלארידע, קאלעפארניע און אפילו וועיגעס יא, אבער קיין שווייץ? וואס איז דא צו טון דארט חוץ קוקן שניי'איגע בערג?...

קודם כל איז לדעתי ארץ ישראל דאס גרינגסטע פלאץ פאר אידישע באדערפענישן, האסט כשר'ס איבעראל, מנין ווי אימער דו דרייסטיך און עבאוו אלל איז דער פאקט אז אין דעם קליינעם פיצי לאנד איז דא וואס צו טון אזויפיל הן ברוח והן בגשם אזש איך בין נאך אלץ נישט פארטיג.

דער סדר פון אונזער באזוך גייט געווענליך (נאך זעקס מאל הייסט שוין געווענליך, איא?) ווי פאלגאנד: מ'קומט אן קיין ירושלים עיה"ק וואו מ'פארוויילט אויף 2 טאג און אויף שבת קודש. אין ירושלים פארברענגט מען א טאג אין אלט שטאט, אמת אז ס'דא אסאך בחורישע פלעצער, אבער ס'דא אסאך פלעצער ווי ס'פונקט אזוי אינטערעסאנט פאר א פארפאלק. א טור אין עיר דוד מוזיעם איז געוואלדיג, א שפאציר איבער די סמטאות עיר עתיקה האט דיך נישט זיינס גלייכן. דערנאך איז דא די גרויסע ממילא שאפינג מאל ווי מ'פארברענגט א האלבן טאג. און ווי קען מען פארגעסן גיין באזוכן די ליבע מאמע רחל, פאר די פרויען איז דאס זיכער דערהויבן...
ווען איך בין דארט געווען טאקע פאריאר תיכף נאך פסח איז געווען אויפגעשטעלט דעמאלס א ריזן "עיר הקרח" א אייז שטאט, זייער א אינטערסאנטע אטראקציע.

נאך ירושלים לאזט מען זיך ארויס קיין גליל, איין טאג איז כולו רוחני מירון, צפת, און טברי' די קברי אבותינו ורבותינו. דערנאך פארוויילט מען אין טברי' אויף 2 3 טאג. אין טברי' איז דא אסאך וואו צו גיין, גרויסע פאן פארקס און אטראקציע ערטער ביים וואסער. אזוי אויך פארט מען צו קיין גולן באזוכן יעדעס מאל א אנדערע וויין פירמע, ס'דא דארט אפאר טשאקלאד פירמעס ווי זיי גיבן טור'ס.

א שבת אין צפת... איי ווי נעמט מען ס'פעדערל צו באשרייבן א שבת אין צפת. האמת אגיד אז זייענדיג דארט אלס בחור האב איך נישט געהאלטן אז מיין פרוי וועט דאס ענדזשויען נאך די חתונה. אבער למעשה איז זי שוין כמעט א גרעסערע צפת פען פון מיר. צפת ברויך מען אין ערגעץ נישט גיין, בלויז זיצן אויף די טעראסע און אריינאטעמען ריינער צפת'ער לופט איז אלעס ווערט. דער שב"ק האט דארט אלע טעמים, די קארלבאך תפילות, דער ברסלב'ער קבלת שבת על פני השדה, א טבילה שב"ק צופרי און מקוה אריז"ל, דער שבת נאכמיטאג שפאציר אין אלט שטאט און דער פיצא מוצ"ש ביי ירושלים פיצא איז אויך א חלק פונעם שבת...

נאך שבת גיימיר קיין תל אביב פון וואו מ'כאפט א קליינעם פליגער רייזע פון א שעה צייט קיין אילת. אין אילת איז ענדלעס ווי מ'קען אלץ גיין. עיר המלכים איז א קיילעכיגער טאג, דער עיר הקרח מיט די אייזענע קרעטשמע, איימעקס, איינמאל האב מיר זיך אפילו אריבערגעכאפט דעם גרעניץ קיין מצרים דורך גבול טאבה. דערנאך איז דא א הערליכע אונטער-וואסער פארק און מוזיאם פון אלע ערליי פישעלעך, הערליכע קארעלס אונטערן וואסער. א שיף רייזע מיט דורכזיכטיגע פאדלאגע וואו מ'קען זען די ריין ציכטיג בלויע וואסערן פון רויטן ים, א בליק אויפן פאלאץ פון ירדנ'ער קעניג. איין טאג איז מען מקדיש פארן וואסער, פערע-סעילינג, א פריוואטער שיפל אויף א רייזע ארום דעם וואסער. דער גרויסער לונה פארק מיט פילע אטראקציעס און נאך און נאך און נאך...

דערנאך פארט מען צוריק קיין ירושלים אריינצוכאפן אביסל הייליגע לופט בעפאר מ'קישט ס'ערד צו פארלאזן דאס הייליג לאנד און צוריק קיין ניו יורק מ'קומט...

(די אינפארמאציע איז צוזאמגעשטעלט פון א פאר נסיעות מיינע, ווער עס דארף מער הילף קען זיך ווענדן אין אישי)

הדד בן בדד » מאנטאג אפריל 15, 2013 10:49 pm

· #105190
א גרויסער שקויעח וויליאמסבורגער פארן עפענען דעם אשכול, און אצינד גיי איך זיך אויך באנוצן דערמיט.

בעז"ה פאר מער דעם זומער קיין א"י מיט די גאנצע משפחה. ס'ערשטע מאל וואס מ'גיימער טון אזאנס, כ'בין שוין אסאך געווען דארט, אבער אלעמאל אליינס, אן די פרוי, אן די קינדער, אבער דאס מאל גייט מען מיט דאס גאנצע געזונדל. דארף איך טאקע אביסל הילף דא פון דעם עולם.

קודם לאמיך פרעגן וויליאמסבורגער, דור שרייבסט אז דו האסט ארום שפאצירט אין אלט שטאט, אין אלע פיר קווארטלען, איז עס נישט דעינדשרעס? אויב מען קען, וויל איך עס אויך טאן מיט די משפחה, אבער איך האב אלעאמל געווויסט אז מ'קען נישט, מ'טאר נישט, עס איז א מקום סכנה, אראבער, מעסערס. באמת, אויב קען מען דאס טאן פארצייל אביסל מער. אפשר נאר מיט א טור גייד, פארצייל אביסל.

לעמיל » דינסטאג אפריל 16, 2013 2:59 pm

· #105440
הדד איך האף דו גייסט קענען שרייבען פון דארט

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 16, 2013 3:08 pm

· #105443
וויליאמסבורגער מאכסט מיך געהעריג דשעלעס. איך וועל מוזן טרעפן א וועג צו קענען גיין דארט

קינות גירושין » דינסטאג אפריל 23, 2013 9:23 pm

· #108203
קען מען גיין jet ski ערגעץ לעבן ירושלים געגענט? ביים כנרת? וועלכע איז א קלינערע וואסער איך וויל נישט קיין שמיציגע אזוי ווי די שמוציגע וואסערען לעבן nyc,
בלאט: 1 2 3