יש לי להוסיף קצת לומדות. כ'בין נישט זיכער דערין עד הסוף, וירקדו החכמים לפנינו.
איינע פון די הסברים וועלכע האבן מיר געכאפט זאגט אזוי:
דו האסט אויסגעקליבען איין טיר, יעצט זענען געבליבען צוויי אנדערע טירן. מאנטי - וועלכער ווייסט וואו די קאר ליגט - וועט פון יענע צוויי עפענען די ליידיגע און וועט דיר געבן די אפציע צו טוישן דיין טיר מיט די דריטע פארבליבענע.
זאגט דער ביאור: מיר דארפן אנקוקען די 3 טירן ווי צוויי גרופעס; איין גרופע איז די איין טיר וועלכע דו האסט אויסגעקליבן, די צווייטע גרופע זענען די פארבליבענע צוויי וועלכע דו האסט אוועקגעווארפן.
וויפיל שאנסן האט גרופע נומער 1? 1 אין 3.
וויפיל שאנסן האט גרופע נומער 2? 2 אין דריי.
זייער פשוט.
יעצט ווען מאנטי - וועלכער ווייסט פונקטליך וואו די קאר ליגט - גייט צו גרופע 2 און ער עפענט בכוונה תחילה די ליידיגע טיר פון צווישן יענע צוויי, איז זייער קלאר אז די גאנצע שאנס פון גרופע נומער צוויי ליגט יעצט אויף די לעצטע פארמאכטע טיר וועלכע מאנטי האט נישט געפענט.
אין אנדערע ווערטער: די דריטע טיר טראגט יעצט מיט זיך די שאנס פון 2 אין דריי, און דיין טיר וועלכע דו האסט פון אנפאנג אויסגעקליבען - וואס דאס איז גרופע 1 - בלייבט מיט זיין ארגינעלע שאנס פון 1 אין 3.
איז אודאי כו"ע מודי אז מען מוז טוישן די סעלעקציע פון די ערשטע טיר צו די דריטע. ע"כ ההסבר.
-----------
עס איז אזא געשמאקע הסבר אז ס'האט מיר געמאכט א פראבלעם:
פארוואס זאל די זעלבע חשבון נישט ארבעטן אפי' ווען מאנטי ווייסט נישט וואו די קאר געפונט זיך?
לאמיר מאכן די זעלבע מעשה:
דו קלויבסט טיר נומער 1. יעצט האמיר צוויי גרופעס; טיר 1 וואס דו האסט גענומען איז גרופע 1, און די צוויי אוועקגעווארפענע [ - דהיינו אז אויב די קאר ליגט דארט באקומסטו עס נישט] זענען גרופע נומער צוויי.
יעצט גייט מאנטי און ער עפענט איינע פון די טירן אין גרופע 2. מאנטי האט 'נישט' געוואוסט וואו די קאר איז, אבער מן השמים האט מען זיך מרחם געווען אויף אים און 'פונקט' האט ער געפענט א ליידיגע טיר.
קען מען דען נישט זאגן די זעלבע חשבון?
גרופע 1 האט איר ארגינעלע שאנס פון 1 אין דריי. גרופע נומער 2 האט געהאט א שאנס פון 2 אין דריי, און יעצט אז איך ווייס וועלכע פון אירע צוויי טירן איז ליידיג [ווייל מאנטי האט עס פונקט געפענט] האט די לעצטע פארבליבענע טיר די גאנצע צוויי אין דריי שאנס פון די גרופע, און איך בין אודאי מחויב צו טוישן.
וואט עי פיעס אוו נאנסענס... אבער
@פארוואס?------------
די תירוץ איז אז אה"נ אז דורך דיין קלויבען טיר 1 האבן זיך דא פארמירט צוויי גרופעס, עכ"פ לענין דיין געוואונען: גרופע 1 איז אויף דיין זייט, און גרופע צוויי איז קעגן דיר. אבער לענין השאנסן האט דיר קיינער געגעבען די רעכט צו אסאסיאירען טיר 2 צום דריטן און דורך דעם אים געבן א 2 אין 3 שאנס.
טיר 1 קען שרייען מאי חזית? בעיני השכל קען מען דאך אויסשטעלן די גרופעס און זייערע שאנסן כיד הדמיון הטובה עליך. שרייט טיר 1: איך בין פונקט אזא מחותן לענין השאנסים ווי טיר 3. אפשר בין איך גאר דער וואס איז זיך משתף מיט טיר 2 - דהיינו במחשבתך פארעם די גרופעס כזה: טיר 1 און 2 זענען גרופע 1, און טיר 3 איז גרופע 2.
ממילא - זאגט טיר 1 - האט 'מיין' גרופע געהאט א 2 אין 3 שאנס, און יעצט ווען מאנטי האט געפענט טיר 2 און געזען אז ס'איז ליידיג איז די גאנצע שאנס אריבער צו מיר, און דער שפילער זאל ח"ו נישט טוישען זיין בחירה.
און דאס איז טאקע דער אמת: ווייל מ'קען דמיונ'ען גרופעס אויף סיי וועלכע וועג, ווייל עס איז טאקע נישטא קיין אמת'ע פאקטאר [לענין השאנסים] מכריע צו זיין די גרופעס, איז טאקע יעדער גלייך און איינער קענסעלד אויס דעם צווייטן, ממילא בלייבט יעדע טיר מיט א 1 אין דריי שאנס ווי א נארמאלער מענטש.
-------
ועכשיו לשאלת המיליאן: פארוואס ווען מאנטי ווייסט יא וואו די קאר ליגט פאלט אוועק דער חשבון.
ולפי המבואר איז פשט אז טאקע זיין ידיעה וואו די קאר ליגט, און זיין זיך נעמען בקום ועשה צו די טירן 2 און דריי אויפצועפענען דער פון זיי וואו ער ווייסט אז ס'איז ליידיג, דאס איז דער אזוי-געזוכטער פאקטאר וועלכע איז 'באמת' קובע טירן 2 און 3 אלס איין גרופע, און טיר 1 - וואו ער האט נישט קיין רעכט אנצורירען ווייל דו האסט עס דאך אויסגעקליבען - אלס א גרופע פאר זיך.
ממילא איז ריכטיג צו זאגן אז גרופע צוויי האט א שאנס פון 2 אין 3, און גרופע 1 האט נאר א שאנס פון 1 אין 3.
----------
כאמור כ'מיין אז מ'דארף עס נאך אביסל אראפברענגען למטה מעשרה, ואשמח לשמוע.