☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » לחיים טיש שבועות 1#

לחיים טיש שבועות 1#

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #265
בלאט: 1 2

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:59 pm

· #2891
לחיים טיש שבועות 1#
די באוואוסטע מוזיק קאמפאני לחיים, וואס איז שוין לאנג בארימט אין עולם הנגינה, און איז נאכמער באוואוסט געווארן די לעצטע עטליכע יאר מיט די סעריע לחיים טישן, גרייט זיך אצינד ארויסצוקומען מיט א לחיים טיש אויף שבועות.

מיט די ערשיינונג פון דעם פרישן סידי, וועט שוין זיין א לחיים טיש אויף אלע ימים טובים.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:27 pm

· #3046
Re: לחיים טיש שבועות 1#
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/2458">viewtopic.php?p=2458#p2458</a><!-- l -->

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:33 pm

· #3050
Re: לחיים טיש שבועות 1#
געפילטע פיש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=2458#p2458

אוי מיי גאט, איך האב דא געמיינט צו אדווערטייזן עפעס? איך האב מיט לחיים פונקט ווי דו האסט מיט אבאמא.

איך האב עס פשוט געשריבן אלס א נייעס.

אךשמח » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:42 pm

· #3052
Re: לחיים טיש שבועות 1#
געפילטע פיש,

איך מעג ברענגען א נייעס פון א נייע ענדרויד מאשינקע? אדער וועסטו מיר לינקן צום נייטרא'ר ראפל?

amechiya » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:43 pm

· #3053
Re: לחיים טיש שבועות 1#
געפילטע פיש אדווערטייזט זיך

שמואל שלום שלמה » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:45 pm

· #3054
Re: לחיים טיש שבועות 1#
אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.

--

איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:05 pm

· #3058
Re: לחיים טיש שבועות 1#
אוי וויי! זעט אויס כ'האב אנגערירט דא א האקעלע נושא, בד"וו האט שוין איינער געטעיסט הגדה'ס טשערי-לייט פסח ראלאש? יעצט גייען זיי שוין האבן א ראלאש אויף יעדע פלעיווער.

מרדכי הצדיק » דינסטאג מערץ 27, 2012 12:26 pm

· #3139
Re: לחיים טיש שבועות 1#
ביטע ברודער, אטאקירט זיך נישט איינעם דעם צווייטען, מ'וויל זיך דא בויען נישט ציברעכען, אין טאמער ביסט חושד איינעם אין די שרעקליכע עבירה פין עדווערטייזונג איז דא א אישית קעסטעל, מען דארף נישט יענעם צישמירען ברבים פארגארנישט

צוויבל מיט איי » דינסטאג מערץ 27, 2012 3:17 pm

· #3157
Re: לחיים טיש שבועות 1#
געפילטע פיש האט א ווייטע שמעק. כדאי הוא לסמוך עליו בשעת הספעם.

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 18, 2012 3:07 pm

· #13376
(קרעדיט איי וועלט)

לעמיל » מאנטאג מאי 21, 2012 5:46 pm

· #13980
שמואל הלוי
די באוואוסטע מוזיק קאמפאני לחיים, וואס איז שוין לאנג בארימט אין עולם הנגינה, און איז נאכמער באוואוסט געווארן די לעצטע עטליכע יאר מיט די סעריע לחיים טישן, גרייט זיך אצינד ארויסצוקומען מיט א לחיים טיש אויף שבועות.

מיט די ערשיינונג פון דעם פרישן סידי, וועט שוין זיין א לחיים טיש אויף אלע ימים טובים.

ווען קימט עס ארויס? עס איז א מורדיגע גיטע זאך מ'געט עס פאר די קינדער אין עס קימט יום טוב קענען זיי עס א מחיה

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 5:57 pm

· #13985
שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

יידל » מאנטאג מאי 21, 2012 5:58 pm

· #13987
שמואל הלוי
שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 5:58 pm

· #13988
לעמיל
שמואל הלוי
די באוואוסטע מוזיק קאמפאני לחיים, וואס איז שוין לאנג בארימט אין עולם הנגינה, און איז נאכמער באוואוסט געווארן די לעצטע עטליכע יאר מיט די סעריע לחיים טישן, גרייט זיך אצינד ארויסצוקומען מיט א לחיים טיש אויף שבועות.

מיט די ערשיינונג פון דעם פרישן סידי, וועט שוין זיין א לחיים טיש אויף אלע ימים טובים.

ווען קימט עס ארויס? עס איז א מורדיגע גיטע זאך מ'געט עס פאר די קינדער אין עס קימט יום טוב קענען זיי עס א מחיה

ווען ס'גייט זיין?
איך האב נישט קיין אנונג... מסתמא [זיכער] נאך פאר שבועות.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 5:59 pm

· #13990
יידל
שמואל הלוי
שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

דא דרייען זיך אבער אויך חסידישע וואס וועלן מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן פון הערן.

יידל » מאנטאג מאי 21, 2012 5:59 pm

· #13992
שמואל הלוי
יידל
שמואל הלוי
שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

דא דרייען זיך אבער אויך חסידישע וואס וועלן מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן פון הערן.

שיק מיר אין אישי. 😉

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 6:02 pm

· #13993
איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א ליטוואק

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 6:03 pm

· #13994
יידל
שיק מיר אין אישי. 😉

שלחתי

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 6:03 pm

· #13995
קאווער

יידל » מאנטאג מאי 21, 2012 6:06 pm

· #13999
שמואל הלוי
איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א ליטוואק

אשפג. איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז איך שטאם פון ליטא. ישר כוח! ס'זייער שיין.

לעמיל » מאנטאג מאי 21, 2012 6:27 pm

· #14020
יידל
שמואל הלוי
יידל
שמואל הלוי
שוין דא א פריוויו, אבער איך וויל נישט מכשיל זיין אידן עס צו הערן בעפאר שלשת ימי הגבלה.

און וואס זענען מיט די ליטווישע אידן וועלכע הערן שוין פון נאך ל"ג בעומר?

דא דרייען זיך אבער אויך חסידישע וואס וועלן מן הסתם זיך נישט קענען איינהאלטן פון הערן.

שיק מיר אין אישי. 😉

שיק מיר אויך ביטע

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 6:38 pm

· #14030
נו שוין אז דער עולם בעט אזוי שטארק, וועל מיר עס ארויפשטעלן אין פאבליק, אבער איך נעם זיך אויס מעיקרא אז ס'איז נישט אויף מיין אחריות.

<a class="postlink" href="http://jewishmusicreport.com/2012/05/20/lchaim-tish-releases-lchaim-tish-torah/?utm_source=twitterfeed&utm_medium=twitter">http://jewishmusicreport.com/2012/05/20 ... um=twitter</a>

טעפל » דינסטאג מאי 22, 2012 10:01 am

· #14142
ס'סאונד שיין!

זר זהב » דינסטאג מאי 22, 2012 2:42 pm

· #14211
וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

לעמיל » דינסטאג מאי 22, 2012 3:19 pm

· #14218
יעצט באקימען א אימעיל מיט די דיסק עס איז זייער שיין לויפט אין קויפט

יידל » דינסטאג מאי 22, 2012 4:02 pm

· #14226
לעמיל
יעצט באקימען א אימעיל מיט די דיסק עס איז זייער שיין לויפט אין קויפט

אשפג. דו באקומסט עס אין אימעיל, אבער אונז באפעלסטו צו לויפן קויפן...

לעמיל » דינסטאג מאי 22, 2012 4:04 pm

· #14227
ווען די וועסט זיין האקד אפ מיט די גיטע חברה וועסטי אויך באקימען............

יידל » דינסטאג מאי 22, 2012 4:07 pm

· #14229
לעמיל
ווען די וועסט זיין האקד אפ מיט די גיטע חברה וועסטי אויך באקימען............

זר זהב » דינסטאג מאי 22, 2012 4:08 pm

· #14230
איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

לעמיל » דינסטאג מאי 22, 2012 4:21 pm

· #14235
זר זהב
איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

פארוואס זאגסטו אזוי???? וואס איז יא ווערט לשיטתך?

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 5:06 pm

· #14245
געפילטע פיש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=2458#p2458

וואס איז פשט פון אהינפירן?

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 5:09 pm

· #14246
זר זהב
וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

יא, דאס קען מען איבערזאגן איינמאל און ווידעראמאל.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 22, 2012 5:11 pm

· #14248
אלבערט
זר זהב
וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

יא, דאס קען מען איבערזאגן איינמאל און ווידעראמאל.

ס'וועט נאך זיין אמאל שענערע, קיפ מיי ווארדס.

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 5:19 pm

· #14252
שמואל הלוי
אלבערט
זר זהב
וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל

יא, דאס קען מען איבערזאגן איינמאל און ווידעראמאל.

ס'וועט נאך זיין אמאל שענערע, קיפ מיי ווארדס.

דו הייסט אפשר שמואל הנביא?....

לו יהיו כדבריך!

יואליש » דינסטאג מאי 22, 2012 5:22 pm

· #14254
איך האב דערווייל געקויפט איטליכער סי די. ווי איינער האט שוין געזאגט, מ'לאזט ס'אינגווארג זיך אנהערן פאר יו"ט, און ווען ס'קומט יו"ט איז דא א פרייליכע שטימונג אין שטוב. מ'הייבט אן ביי איין ניגון און די טאכטער פארט תיכף צום צווייטען און דער זוהן נעמט איבער ביים דריטן, וחוזר חלילה. אזוי קען מען אפהאקן א גאנצן סי די ביי א סעודה און מ'כאפט זיך ניטאמאל.

אמת ס'איז נישט אוטענטיש. אבער בעסער א אומאוטענטישע אוצר ווי א גאנץ שבועות נאכאמאל ארויסנעמען די ניגונים צעטעל פון חדר און פרעגן "וועלכע והאר ענינו האט דיין רבי געמיינט דא?"

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 5:32 pm

· #14258
וואס הייסט ס'נישט אויטענטיש??

דיין רעקל און היט זענען יא אויטענטיש?? היינט איז דער סטייל צו זינגען אזוי און דאס איז שיין אזוי ווי אלע אנדערע זאכן אינעם לענבסשטייגער פון 2012!

זר זהב » דינסטאג מאי 22, 2012 7:21 pm

· #14272
לעמיל
זר זהב
איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

פארוואס זאגסטו אזוי???? וואס איז יא ווערט לשיטתך?

א דבר המתקיים איז ווערט. א סי די איז א דבר האבוד

טעלעפאן » דינסטאג מאי 22, 2012 7:55 pm

· #14282
זר זהב
לעמיל
זר זהב
איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער

פארוואס זאגסטו אזוי???? וואס איז יא ווערט לשיטתך?

א דבר המתקיים איז ווערט. א סי די איז א דבר האבוד


און א פרישטאג פאר צעהן דאללער?

זר זהב » דינסטאג מאי 22, 2012 8:11 pm

· #14284
קודם כל איך קויפ נישט קיין פרישטיג פאר צען דאללער. נאכדעם כל, "עסן" איז אלעמאל געווען א דבר האבוד און אזוי איז יעדער צוגעוואוינט. משא"כ ווען ס'קומט צו מוזיק בין איך געווען צוגעוואוינט צו די לוקסוס וואס הייסט "קאסעטע" און ווען מ'האט זיך דאס איינגעהאנדעלט האט מען געוואוסט אז מ'קויפט עפעס למען יעמדו ימים רבים.

אלבערט » דינסטאג מאי 22, 2012 8:21 pm

· #14289
וואס איז די עלטסטע קאסעטע וואס דו האסט אין די גוטע צייטן ארויסגענומען און איבערגעהערט.

די טענה אז א סידי גייט לאיבוד איז אביסל איבערגעטריבן. ווען א סידי גייט ארויס פון דינסט איז געווענליך שוין דער בעה"ב נישט אינטערעסירט דאס צו הערן מער.

זר זהב » דינסטאג מאי 22, 2012 8:46 pm

· #14307
איין דוגמא, ביי מיר ארבעט די בעלזע טעיפס אסאך, למשל די טעיפ "ויזכו", כמיין ס'איז ארויסגעקומען 15 יאר צוריק. מיינסטו אויב ס'וואלט געווען א סי די וואלט עס נאך געלעבט ? ניין. און איך בין זייער אינטערעסירט דערין.

געפילטע פיש » מיטוואך מאי 23, 2012 12:38 am

· #14384
זר זהב
איין דוגמא, ביי מיר ארבעט די בעלזע טעיפס אסאך, למשל די טעיפ "ויזכו", כמיין ס'איז ארויסגעקומען 15 יאר צוריק. מיינסטו אויב ס'וואלט געווען א סי די וואלט עס נאך געלעבט ? ניין. און איך בין זייער אינטערעסירט דערין.

האט איר אמאל געהערט פון אזא זאך וואס הייסט ריפ'ן א CD צו א קאמפיוטער?

זר זהב » מיטוואך מאי 23, 2012 1:02 am

· #14389
אז איך דארף שוין ריפן וויל איך נישט צאלן 16 דאללער דערפאר

יואליש » מיטוואך מאי 23, 2012 5:04 pm

· #14542
איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 5:12 pm

· #14549
יואליש
איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.

אין אנדערע ווערטער אז ס'זאל זיך לוינען צו צאלן 16 טאלער פאר א סידי מוז מען האבן א קאמפיוטער דערצו.

יואליש » מיטוואך מאי 23, 2012 5:30 pm

· #14574
שמואל הלוי
יואליש
איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.

אין אנדערע ווערטער אז ס'זאל זיך לוינען צו צאלן 16 טאלער פאר א סידי מוז מען האבן א קאמפיוטער דערצו.


און ווער האט נישט? צום וועם איך רעדט דא האט א קאמפויטער. אפי' אויב ס'איז בלויז אין די ארבייט, ברענגט מען זיך מיט דעם מעמארי שאכטל. די זעלבע זאך איז מיט מסדר זיין די משפחה בילדער.

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 5:36 pm

· #14578
יואליש
שמואל הלוי
יואליש
איך קויפ סידיס, אבער תיכף ביים עפענען ווערט עס געקאפיט אויף אן עקסטערנאל מעמארי דעווייס, וואס דינט אלס מיין מיין ארכיוון פיילינג קאבינעט. איינמאל די סי די ווערט צוקראצט, זאגט די מוטער צום קינד, קיין פראבלעם שעפעלע. און מ'ברענט אפ א שפאגל נייע סי די.

אין אנדערע ווערטער אז ס'זאל זיך לוינען צו צאלן 16 טאלער פאר א סידי מוז מען האבן א קאמפיוטער דערצו.


און ווער האט נישט?

פלאמבער'ס, פעינטער'ס, קאר סערוויס דריווער'ס, כולל אינגעלייט, רבנים (הגם אסאך האבן יא) און נאך.

חאצקל » מאנטאג יולי 30, 2012 11:51 pm

· #30094
איך האלט אויך אז עס פעלט אטענטישקייט אין די לחיים טיש טעיפ
שמואל שלום שלמה
אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.

--

איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 1:03 am

· #30117
שמואל שלום שלמה
אויב איינער פרעגט מיר - איך גיב רעכט פאר ר' שמואל. ס'א נארמאלע זאך אויפצועפנען אן אשכול איבער אזא נושא.

--

איך גלייך נישט אזוי די לחיים טיש סעריע ווייל עס פעלט די אויטענטישקייט פון די ניגונים. זיי מיינען אז אן אלטער ניגון איז נאר שיין ווען ס'האט אזא באמבאסטישער אינטרא און עלעקטראניש מיוזיק. זיי פרובירן צו מאדנעזירן די ניגונים, ענד פרענקלי, איי דאנט לייק איט.



כדי די פארצייטישע ניגונים זאלן האבן דעם שבת'דיגן אדער פארצייטישן עפעקט דארף זיין מוזיק אן ריטעם אדער מוזיק ווי די מאזשיצער טעיפס אדער דוד ווערדיגער, און נישט די היינטיגער סטייל מוזיק. און מיט די היינטיגער סאונד קען מען עס מאכן השוה לכל נפש אפילו ס'איז אטענטיש לענ"ד ווי עס איבעצייגן אנדערע נייע טעיפס אויף פארצייטישע ניגונים.
אבער אז רוב עולם האט עס ליב אזוי אויך, פעלט נישט אויס די קאפ וויי וועגן געציילטע פארפעקשעניסטן. ווער רעדט נאך אויב מיט די היינטיגע סטייל מוזיק וואס איז טאקע נישט אזוי צוגעפאסט צו די שבת'דיגע און פארצייטישע ניגונים, האט ער מער קונים, און די ניגונים ווערן מער אויפגעכאפט.
און פאר אונז פערפעשעניסטן איז דא גענוג וואס צו הערן. נאר פאר ר' יוסף משה, אויב וויל ער ארויס געבן א דבר השלם איז דער מעסידזש רעלעוואנט.

הגם, ארעינדזשמענטס אויף טייל ניגונים גלייך איך יא טראץ די היינטיגע ריטעם און ברעס סעקשן ווי צ.ב.ש. קה ריבון עלם פון וויזניץ, וואס איז אין מיינע אויערן א דבר השלם

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 1:11 am

· #30119
זר זהב
וואו נעמט מען היינט אן אהרן הלוי אדער א טייכמאן ? חבל חבל



דור דור ודורשיו דור דור וחכמיו, עס זענען אלעמאל געווען און לכאורה וועלן אלעמאל זיין גוטע וואונדער קינדער

אבער ביסט גערעכט אז די צוויי האבן ספעציעל אויסגענומען ביים עולם
בלאט: 1 2