☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » לחיים טיש שבועות 1#

לחיים טיש שבועות 1#

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #265
בלאט: 1 2

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 1:21 am

· #30122
זר זהב
איך קויף נישט קיין סי דיס נישט קיין חילוק ווי גוט ס'איז. נישט ווערט 16 דאללער


אויב איז מען בכלל נישט אינטרעסירט אין קיין מוזיק, אדער איז מען שוין זאט פון די אלטע אדער פון וואס מ'קען הערן ביי אנדערע און אין אינטערנעט, איז עס טאקע נישט ווערט קיין זעכצן דאלער (סיידן א מתנה פאר די נאנטע אויב איז מען נישט פון די וואס קאפיען).

חאצקל » דינסטאג יולי 31, 2012 1:35 am

· #30129
זר זהב
איין דוגמא, ביי מיר ארבעט די בעלזע טעיפס אסאך, למשל די טעיפ "ויזכו", כמיין ס'איז ארויסגעקומען 15 יאר צוריק. מיינסטו אויב ס'וואלט געווען א סי די וואלט עס נאך געלעבט ? ניין. און איך בין זייער אינטערעסירט דערין.



עס וווערט נישט אזוי שנעל קאליע אז עס זאל נישט לוינען 16 דאלער פאר באליבטע מוזיק וואס מ'קען הערן כאטש א יאר צוויי אויב היט מען עס ווי עס באדארף. און בפרט אז רוב מאל קען מען עס פאררעכטן ווי אנדערע האבן פריער דערמאנט.

און בנוגע טעיפס: רוב פון מיינע טעיפס וואס איך האב געקויפט מיט צען יאר צוריק זענען שוין דעדאנדען פייפן. ד.ה. פון מיין עקספיריענס איז נישט מוכרח אז סידיס זענעןם שוואכער ווי טעיפס. (קען זיין עס ווענד זיך וועלעכע קוואליטי, א"י'דיגע אדער אמעריקאנער וכדו'???

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך מאי 28, 2014 7:23 am

· #203137
אויפגעוועקט
בלאט: 1 2