צומת הגידין והמסתעף
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2636
צומת הגידין והמסתעף
1
📎 20121228_20181810459_JPG.jpg
ענטפער צו ר' מאיר וואלף שי'
לויט דעם נוסח און סגנון הלשון פון'ם קול קורא וואס דו ברענגסט אראפ זעט מען אז ס'איז נישט מער ווי איין שטיק ליצנות.
berlbalagulehלויט דעם נוסח און סגנון הלשון פון'ם קול קורא וואס דו ברענגסט אראפ זעט מען אז ס'איז נישט מער ווי איין שטיק ליצנות.
וואס איז איין שטיק ליצנות
די פארבלעם פון צומת הגידין, אדער די "בית דין צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר"?
שלום הרב מאיר וואלף. די געטרייע הנהלה האט רעזעווירט א באזונדערע
פארום פאר אייער באלערענדע שפאטיווקא-צומת אשכולות.
זעכער איז עס ליצונת און נישט קיין ספק אז צד מהר"א האט עס געמאכט
אינטערעסאנט אז בחדרי חרדים ברענגט עס נאך ווי סוואלט געווען אמת
ס'דא א חתימה פון ר' שלום שטערן, מ'דארף נישט ווי איהם אנרופען
אזוי אויך האט דאך דער בי"ד א פאון-נוממער
איין שטיק אומגעלונגענע ליצנות, אריין אין "צימעס"!
איך ווייס נישט ווער עס האט דאס געמאכט, אויב האבען עס די ארונים געמאכט איז עס א גיט שטוקל, אבער דאס זענען טייל תירוצים וואס מען הערט פין די פיערערשאפט ביי די זאליס וועלכע זענען די ליצים אין מאכען ליצנות מיט זייערע אייגענע מענטשן בנוגע צומות הגידין
Signout, אפשר ערלעדגסטו נאך אזאלכע ׳געלונגענע׳ שטיקלעך פון די ארונים?..
איך זעה נישט קיין שום סברא אז די קול קורא איז ליצנות, ס'זעהט מיר אויס היבש נארמאל, גארנישט ווייניגער ווי א קול קורא אז "דער ראדני-עירוב פון אלע יארן איז נאר געווען פאר די גוים".
סעיף ד' איז ליידער אמת אבער א ביטער ליצנות. איך גלייב נישט אז דאס האט דער מזכיר געשריבן
לעיקר הענין איז וויכטיג צו וויסען אז הגם די אנדערע בתי שחיטה זענען נישט בודק יעדעס עוף די צומת הגידין זאגען זיי אז זיי מאכען א חזקה אויף טייל (איך מיין א צענטעל) עופות כדי מען זאל נישט דארפען חושש זיין אויף טריפות .
איחוד פעלדלעיקר הענין איז וויכטיג צו וויסען אז הגם די אנדערע בתי שחיטה זענען נישט בודק יעדעס עוף די צומת הגידין זאגען זיי אז זיי מאכען א חזקה אויף טייל (איך מיין א צענטעל) עופות כדי מען זאל נישט דארפען חושש זיין אויף טריפות .
סוי די שאלה בלייבט שווער ווי די אנדערע האבען שוין געפרעגט
פארוואס פארלאזט מען זיך נישט אויף אנדערע שכיח'דיגע טריפות אויף 10% בדיקות
אין פארוואס זענען אלע אנדערע שחיטות יא בודק אין פארלאזען זיך נישט אויף 10%
זיך צו פארלאזן אויף מיעוט המצוי אויף 10 פראצענט איז א גרויסע קולא, עיין בשו"ת שבט הלוי ח"ד סי' פ"א.
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1414&pgnum=103">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=103</a>
און אויב איז דא א מיעוט המצוי, העלפט נישט קיין בדיקה פון חזקה, און אפי' נישט פון רוב, נאר ע"פ הלכה דארף מען בודק זיין יעדע איינציגע עוף.
מ'קען הערן א דרשה באריכות איבער מיעוט המצוי און צומת הגידין, פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער אויף קול סאטמאר 718-305-694-2-1-3
היות אויפן גנב ברענט דאס היטל, 82 פילט זיך שרעקליך געטראפן מבית ובחוץ. די וואוילע זאליס פארפירן אז מ'איז זיי מאכיל פלייש וואס האט ערנסטע חששות. האט 82 אינוועסטירט שווערע געלטער פאר שרייבן דריקן און ארום שיקן א קונטרס פאר גאנץ נא יורק. די אלטע אויסגעדראשענע שטותים וואס דער איד האט שוין געשריבן צענדליגער מאל. אז זייער פלייש איז גאר א בעסערע קלאס פלייש ממילא טרעפט זיך ביי נישט קיין פראבלעמען ועוד לגיונות וואס איז א שאד צו ענטפערן עס וועט קיינעם נישט טוישן.
איך וויל נאר פרעגן אויב איז אמת אז אלעס איז כשר וישר פארוואס פעלט זיך אויס צו מאכן אזא טראסק? דאס ארום שיקן אזא קונטרס קאסט דאך אוצרות מיט געלט. וואס איז דער געפאר? העם אתך. נישט אזוי?
דער תירוץ איז אז דער פראבלעם פון צומה"ג איז איבעראל. אויך אין מאנטריאל ווי זיי שעכטן. מען האט פאריגע וואך צוריק געשיקט א גאנצע טרעילאר סחורה ווייל די פראבלעם מיט צומה"ג איז געווען געפערליך. זיי זענען בין תנור לכירים. מען קען נישט איגנארירן אבער בודק זיין טאר מען דאך אויך נישט ווייל דעמאלס איז סאטמאר רבי גערעכט. שיקט מען קודם ארום א קונטרס און האפענטליך וועט עס שטיל מאכן די תמימי לב.
איך גלייב אז די קונטרס האט די בוטשער באצאלט, זיי האבען געזעהן אז זייט חנוכה פעלן קונים, עס איז א ביזנעס אינוועסטמענט צירוקצוברענגן די קונים
פיינע קאווע
דער תירוץ איז אז דער פראבלעם פון צומה"ג איז איבעראל. אויך אין מאנטריאל ווי זיי שעכטן. מען האט פאריגע וואך צוריק געשיקט א גאנצע טרעילאר סחורה ווייל די פראבלעם מיט צומה"ג איז געווען געפערליך. זיי זענען בין תנור לכירים. מען קען נישט איגנארירן אבער בודק זיין טאר מען דאך אויך נישט ווייל דעמאלס איז סאטמאר רבי גערעכט. שיקט מען קודם ארום א קונטרס און האפענטליך וועט עס שטיל מאכן די תמימי לב.
וואס עסן די ארונים אין מאנטרעאל?
קען איינער ארויף לייגן דא דעם קונטרס?
סחורה היא ולצחוק אני צריך
קאווע טרינקערקען איינער ארויף לייגן דא דעם קונטרס?
סחורה היא ולצחוק אני צריך
וואס איז פשט אז דער ליבערמאן לייגט זיך אזוי אפען צונער?
איך האב היינט גערעדט מיט א אומפארטייאישער מורה הוראה איבער דעם ביכל פון ליבערמאן. זאגט ער מיר ער האט דאס דורכגעליינט. עס איז דא אפענע סתירות און נארישע ראיות שלא מן הענין. ליבערמאן מיט זיינע משלחים האבן געשטיקעלט פון ספרים און פארהוילן דעם אמת. אזא איינעם איז נישט ווערט צו ענטפערן.
מיט א שמייכל איז ער מיר מעיר אז לויט די זאליס קען מען נישט פסקנן אויף דם (בדיקה) בזמנינו ווייל מיר זענען נישט בקי בדם. איך האב נישט פארשטאנען פונטקלעך ווייל איך האב נישט געליינט דעם קונטרס.
נעכטען האבן אינגעלייט פון כולל רמ"א אויף ווייט עוועניו געהערט א שיעור איבער צומה"ג דורך איינעם א ליטווישער מומחה פון לעיקוואד. ער האט דארט זייער קלאר און שארף גערעדט אז מען מיז בודק זיין יענע איינציגע טשיקן אז נישט איז מען עלול אויף נבילה מדאורייתא. ר' חיים קלמן גוטמאן מיט נאך פארטייאישע אידן וואס האבן ביז היינט נישט געהערט דעם אמת אין פנים זענען געווארן שאקט פון אזוינע קלארע דיבורים פון א אומפארטייאישער מומחה. האט מען לכבוד דעם היינט נאכט באשטעלט דעם בעמ"ס מתי שוא ער זאל קומען זאגן פארוואס עס איז א יא אסור בודק צו זיין.
באקומען עפעס א אימעיל פרייטאג פון די אהרונים א קונטרס אפצוענטפערן די 82 קונטרס. זעט אויס אז ביידע זענען אונטער פרעשור..
@אנאנים, די לינק איז פעלעריג
קען איינער מאכן א חסד און עס ארויפלייגן אויף דראפבאקס אדער באקס.קאם
יעצט דורכגעליינט דעם קונטרס. פארפאלן, די זאליס האבן באוויזן א געלונגענע אקציע (וואס פאסט גראדע אויף פארקערט... אבער כך הווה מעשה). זיי האבן געשחטן די אהרונישע מערכה, לדעתי.
איך זע נאכנישט ווי די מערכה איז גע'שחט'ן, סך הכל האבן זיי באגעגנט א פאר ארוינישע שוואכקייטן, למעשה די עצם קונטרס פרעגט זייער גוט אפ זייער קונטרס וואס איז געווען סתם הוילע לגיונות
ווילאנג כמעט אלע ערליכע רבנים און קהלות קויפן אין קרית יואל און די זאליס מיזען ארום שיקן ביכלעך פון שקרים איז נישטא קיין שום מערכה. קיין שום שוואכקייט.
מורי ורבותי!
איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוהייבן זאגן וואס עס דרוקט מיר אויפן הארץ. יא, איך בין דורכגעפאלן! איך וויל תשובה טון!
איך האב געגעסן צומת הגידין! !!!!
איינער קען מיר העלפן מיט א תשובה??
אנהייב האב איך נאך געגלייבט אז דער מגיה איז א ארוני, למעשה נאכן דורכקוקן זעט יעדער בר דעת אז די הגהות זענען געמאכט געווארן דורך זאליס כדי לפרסמם, ס'האט מן הסתם געליעקט די ווארד פייל פונעם קונטרס און די זאליס האבן געמאכט הגהות, ווייל מען זעט געוויסע חוזק הגהות וואס אין דרך המגיה לכותבם, קוק למשל די הגה ביי שקר #9, אפשר זאגסטו מיר מה מטרת המגיה דאס צו שרייבן, וכהנה וכהנה
מענין לענין באותו ענין
ס'איז מיר אנגעקומען אן אימעיל פון "אראן וויקיליעקס" איבער דעם קונטרס וואס צד מהר"א האט ארויסגעשיקט (צי גייט ארויסשיקן -- כ'האלט נישט מיט) איבער דער פרשה. שטעלט דער אימעיל זיך אפ אויף א יונגערמאן, וועלכער זאל אנגעבליך האבן געשריבן דעם קונטרס, און באשמיצט אים און שמירט אים מיט טיטלען און עבירות.
איך קען יענעם יונגערמאן. אפילו ער זאל דעם קונטרס האבן געשריבן, ווערט ער דערפאר נאכנישט קיין "משכיל" און "בעיבי". דער יונגערמאן האט אבער דעם קונטרס נישט געשריבן, פשוט ווייל ער איז נישט קיין אידיש-שרייבער. זיין ספעציאליטעט איז לשון קודש און זיין עיקר ארבעט באשטייט אין מגי' זיין ספרים און זיי מסדר זיין צום דרוק. ער האט אין "בלאט" קיינמאל נישט געשריבן. (איך בין, אגב, מסכים מיט'ן אימעיל-שרייבער אז "דער בלאט" איז קינדיש ביז גאר -- הגם "דער איד" איז פונקט אזוי רשעות ווי "דער בלאט" בעיביש.)
דער יונגערמאן איז א ציווילער בירגער וואס באלאנגט צום צד מהר"א. עס קומט אים דערפאר גארנישט. ער איז נישט קיין טומלער, טשעפעט קיינעם נישט, און איז א פרידליכער, נארמאלער מענטש. וואס איז פשט פון נעמען א מענטש און אים אויספראקן און אנשמירן: ווייל דו זוכסט א קרבן און האסט נישט געפונען קיין פאסיגן קאנדידאט? ווייל יענער איז אן איידעלער מענטש און וועט דיר נישט ענטפערן?
איך ווייס אז עוולות פון דעם סארט זענען דורכאויס דער סאטמארער מחלוקה געווארן נארמאלע זאכן. אבער עס בארעכטיגט עס נישט. און דאסמאל שטערט עס מיר מער, ווי געזאגט, ווייל דער קרבן איז מיר א ידיד.
יא, "דער בלאט" איז קינדיש. אבער "דער איד" איז רשעות ביז איבל. נישט נאר רשעות, נאר אומבאשרייבליכער חוצפה. דאס אנשמירן מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי דו מיט טיטלען ווי "משכיל" איז דער עובר-לסוחר מיטל ביים פראפאגאנדע הויפטקווארטיר ביים צד מהרז"ל. אן עקל.
יא עס האט מיר אויך זייער פארדראסן פארוואס דער אימעיל שרייבער איז אזוי לייכטזיניג און נעמט א חשובע יונגערמאן און געט אים אזא שמיר אן
איך האב אזוי געטראכט ביי מיר הלוואי וואלט איך געוויסט ווער סאיז דער שרייבער פונעם אימעיל
אזוי ארום וואלט איך כאטש געוויסט ווער סאיז דער אומפארשעמטער פארשוין וואס ווארפט זיך אזוי מיט יענעם ווי כאילו סאיז נישט דא קיין דין וחשבון
איינער פרעגט פריער אן פאר א תשובה אז ער האט זיך מפטם געווען מיט איסורדיגע פלייש
פאר יענעם ווייס איך נישט וואס סאיז די תשובה
אבער פאר דער שרייבער פונעם אימעיל ווייס איך יא די אנגענומענע תשובה וואס מפירט זיך שוין יארן מאיז יענעם מפייס און האפענטלעך וועט יענער מוחל זיין
די גאנצע אימעיל איז א פלא גדול, קודם כל האלטסטו דא נאך א נסיעה, ווי מ'שווערט זיך דארט איינער ביים צווייטן אז יעצט האט מען אים (דעם קאנקורענץ) פיינעלי קאמפליטלי ערלעדיגט, אין ער וועט זיך שוין דעם קאפ קיינמאל קענען אויפהייבן. גייסטו אין די שיקסט ארום אזא מיעסע אימעיל מיט אזאנע ביליגע לשונות אין קללות, וואס צייגט אויף קינדישע אומצופרידענהייט.
אין וואס איז די מעכטיגע אויפדעקונג? א קונטרס וואס איז מלא קושי'ס אויף א ערנסטע פראבלעם וואס גייט פאר בקרבכם, א פראבלעם וואס די רוחניות דעפארטמענט פון די קהלה מוטשעט זיך שטארק ארום דערמיט, עד כדי כך אז מ'האט שוין איינגעשפאנט דעם הויפט קאנאן הידוע.
ווי ווייט איך פארשטיי האבן די ארויסשיקער פון דעם אימעיל געוואלט מינימיזירן דעם שאדן וואס אזא קונטרס קען אנברענגען, טראכטענדיג אז מ'וועט ליצנות מאכן פון די גאנצע זאך וועט מען האבן אפגעשאחטן די גאנצע מערכה.
אנגעקימען אויף פאסט א הערליכע שטארקע קונטרוס פון די ארונים איבער די נושא
דאס זעלבע וואס די זאלונים האבן געשיקט אויף פאסט?
Re: צומת הגידין והמסתעף
yourjewishnews.com ברענגט אז עמפייער איז געווען פאר שפארט איין טאג דעי וואך ווייל ס'איז געווען צו סאך צומות הגדין.
C/P
Orthodox Jews in the United States are facing a kosher chicken shortage after the largest U.S. kosher poultry processor, Empire Kosher, shut down for a day.
The company said that the reason for the shut down was because the chicken weight did not meet the company standards. Other sources said that some chickens turned out to be non kosher.
the closure of the largest U.S. processor of kosher chickens this week could have a devastating domino effect for kosher U.S. consumers.
Empire Kosher, the largest producer of kosher poultry in the United States, closed production on Thursday, as the Passover season moves into high gear. This time of year, when the company usually adds extra days of work it was hit with a work stoppage of a few hours which can have a long term effect on production.
"I think there is a real shortage of kosher for Passover chicken,” a man in the heavily Jewish neighborhood of Borough Park, Brooklyn, said.
"Today's decision to shut down was because half of the birds that came today did not meet the weight our customers are looking for," a company spokesperson said.
Another reason for the shut down was because many of the birds had broken leg tendons, making it unfit for kosher consumption. In addition to the label Empire, Empire Kosher poultry produces under different brands, including Whole Foods, Kosher Valley and Nirbater, a Hasidic kosher certification named after the Nirbater rabbi.
The Nirbater rabbi, Aron Teitelbaum, is a Satmar rabbi who oversees the process and systems of the entire slaughter plant
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
מיין מיינונגבדחןאנגעקימען אויף פאסט א הערליכע שטארקע קונטרוס פון די ארונים איבער די נושא
דאס זעלבע וואס די זאלונים האבן געשיקט אויף פאסט?
דו פרעגסט אויב די ארונים האבן איבער געשיקט די זעלבע קונטרוס וואס די זאליס האבן געשיקט...?? 😕 😕
ל.רוזןyourjewishnews.com ברענגט אז עמפייער איז געווען פאר שפארט איין טאג דעי וואך ווייל ס'איז געווען צו סאך צומות הגדין.
איך האב געהערט דערפון, און דאס זאל דינענן ווי א וועיק אפ קאל פאר 82 בוטשער אז זיי זאלן אויפהערן מיט זייערע תירוצים און אנהייבען טיען וואס עס איז ריכטיג, זיי גייען עס במילא דארפן טיען פריער אדער שפעטער,
Re: צומת הגידין והמסתעף
די פארווירד שרייבט..
Up to a quarter of the birds slaughtered at some kosher plants were rendered unkosher by the virus at the height of the outbreak, according to the Orthodox Union, a major kosher certification agency.....
.....Naftali Hanau, owner of the boutique kosher meat firm Grow and Behold, said that the slaughterhouses he dealt with during the summer of 2012 were panicked. “I would be calling to try and schedule my processing…and they would say to me we had 15% or 20% of our chickens today go treyf, I cant talk to you right now.”.....
..... Empire Kosher, the state’s largest chicken producer, was hit by the virus in late January and early February. A spokesman for the company said that 10% of slaughtered chickens at its Pennsylvania plant were unkosher at the virus’s peak.
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
איין מזל זיי זענען פארנומען יעצט מוט צומת הגידין קענען זיי נישט היי יאר אויפקומען מיט פרישע פראבלעמען אויף די אריזאנע וייץ ( וכלשון עבדם הנאמן העושה מלאכת ד׳ באמונה ומוצא מר ממתוק ומוציא פסקים כל יום ויום מינים ממינים שונים הכל לצורך הפארטיי הרב חד״כ סאיז דא גרויסע חששות אויף די אריזאנע ווייץ)
די געזאלצענע וואסער,
עציץ שאינו נקוב (גמ מפורשת שכשר)
סווייקט זיך און וואסער
מצומחות
וואס נישט ,ווי איז די היי יעריגע פראבלעם מיט אריזאנע ווייץ ?
זייער א אינטרעסאנטע באריכט היינט אין בחדרי חרדים
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=51787&cat=1">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=51787&cat=1</a>
מחלה שפרצה בקרב העופות בארה"ב, מאיימת על אספקת העוף הכשר לצרכנים היהודים, והיא אף הביאה לסגירתה של 'כושר עמפייער' (אימפריה של כשרות) המשחטה הגדולה ביותר, העומדת תחת השגחת ארגון הכשרות של ה-O.U לקראת פסח - תקופה בה גדלה כמות העופות הנשחטים בדרך כלל - למשך יממה שלמה בשבוע האחרון, ויממה נוספת בשבוע שעבר, לאחר שנמצאו בעיות חמורות בצומת הגידין של העופות.
קונטרס צומות הגידין בהלכה ובמציאות
קונטרס מגלה פנים בתורה שלא כהלכה
נגד הזיופים בשו"ע ובנו"כ שי"ל ע"י ישי ליבערמאן להתיר טריפות דאורייתא בלי בדיקה רח"ל.
צומות הגידין בהלכה ובמציאות
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=3001267&forum_id=16386">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... m_id=16386</a>
הערליכע קונטרס, דאכט זיך דאס ערשטע געלונגענע קונטרס וואס צד מהר"א גיבט ארויס און ענטפערט גאר גאר שטארק אפ די צד שכנגד! כאטש סא אביסל שפעט-דהיינו צוויי חדשים נאך ר' ישי ליבערמאן'ס קונטרס איז עס פארט גוט און אין פלאץ.
אויב וואלטן זיי אינגאנצן געשניטן די פאר ליצנות'דיגע אויסקוועטשערייען דארט וואלט עס ממש געוועהן א דבר השלם. ווי למשל לי ראדני, והסירותי מחלה ממארוויד וכולי, וואס כאטש ס'גוטע וויצלעך באלאנגט עס נישט אין א קונטרס בירור הלכה, ודו"ק.
לדעתי איז דער קונטרס א שאד יעדע פעני. קיין איין זאלי וועט נישט אויפהערן קויפן פלייש ביי 82 וועגען דעם קונטרס. ווילאנג מהר"א הייסט בודק זיין וועט הגז"ל מיט זיינע דיינים אסר'ן
אינעם היינטיגן המבשר איז באשריבן איבער די שחיטה פון כדתי' אז 80 פראצענט איז געווען צומת הגידין און עס וועט זיין א מאנגל אין בשר עוף אין ענגלאנד
אפשר קען מען פועלן ביי מארוויד זאל ארויס געבן דעם סוד גדול וויאזוי מען קריגט טשיקענס אן דעם פראבלעם פון צומה"ג. וועלן אחב"י קענען האבן גענוג פלייש אויף יו"ט
פיינע קאוועאפשר קען מען פועלן ביי מארוויד זאל ארויס געבן דעם סוד גדול וויאזוי מען קריגט טשיקענס אן דעם פראבלעם פון צומה"ג. וועלן אחב"י קענען האבן גענוג פלייש אויף יו"ט
איך האב גערעט מיט מיינס א זין אין מאנטריאל(ער איז דארט אויף א שמחה) דערציילט ער מיר אז דע פראבלעם מיט צימות הגידין איז שוין אויך אין מאנטריאל, מ'האט געטראפן אין מיטען טרעילער 20% מיט צימות הגידין אין מ'קען נישט ציריק שיקען דעם טרעילער ווייל דער פארמער נעמט נישט ציריק,, י
פאבלעם איז שוין?
די פראבלעם גייט און קומט. אין קרית יואל האט מען די לעצטע פאר וואכן גארנישט געטראפן. אויך נישט ביי g&g וואס זענען בודק יעדע עוף
אין מאנטריאל איז פאריגע וואך געווען געפערליך. איין טאג האט מען צופרי ביים טשעקן גארנישט געטראפן. שפעטער האט מען געזעהן אז די וויירוס איז געפערליך מען האט געמיזט סטאפן. אבער די אלע וואס מען האט שוין אפגשחטן האט מען נישט אוועק געווארפן. ד.מ. אז די וואס גייען עסן פסח ביים סדר פון די טשיקענס וועלן ליידער עסן טריפה מדאורייתא בהשגחת 82 ליע עוועניא. דער עיקר איז א' ט"ב קראכט.
עמי שמועסט אויס די אישו
📎 עמי איבעעער צומות הידין.jpg
ער שמועסט נישט אויס דעם נושא.
סך הכל ברענגט ער פון מקורות אז ס'פארהאנען אזא מחלה.
אבער דער "נושא" (ר' אהרן ר' זלמן לייב - וואס צוליב דעם איז דער אשכול "צומת הגידין והמסתעף" אונטער "צימעס") ווערט נישט דערמאנט דארט.
דורכברוך אין צומות הגידין בדיקות אין מארוויד ב"ה
מיט א שבח והודי' צום בוכ"ע אז עס איז ענדליך געקומען די צייט וואס די פירער פון די מארוויד שלאכטהויז אין קאנאדא האט ב"ה אנגעהויבן בודק צו זיין צומות הגידין געוויסע טעג אין די וואך, און א דאנק דעם קענען ערליכע אידן מקדקדקים בכשרות צוקומען צו בשר כשר אן קיין שום צירופים און קולות פון טריפה דאורייתא.
פאר די בעלי בתים פון מארוויד קומט זיך א גרויסער דאנק, ווייל זיי האבן געשטעלט כשרות העכער ווי פאליטיק. אשר להם ואשרי חלקם.
עס איז צום האפען אז די איינציגסטע פלייש געשעפט וועלכע פארקויפט נאך די שאלה'דיגע פלייש צוליב פאליטיק, וועט לייגן דעם הייליגן שלחן ערוך און אידישקייט העכער פאליטיק ע און גאנץ כלל ישראל וועט האבן כשר פלייש אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין.
היסטאריקער בודק צו זיין צומות הגידין געוויסע טעג אין די וואך,
אין וואס איז מיט די איבריגע טעג ?