☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » צומת הגידין והמסתעף

צומת הגידין והמסתעף

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2636
בלאט: 1 2

בדחן » מיטוואך אפריל 24, 2013 8:54 pm

· #108471
די איבריגע טעג איז פאר די אידן וואס ווילען מהודר׳דיגע פלייש ווי דער רבי זי״ע וואס האט אויך נישט בודק געווען.

היסטאריקער » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:33 pm

· #108700
אינטערסאנט דער רבי זי״ע האט נישט געמאכט

א היכל התורה

אסיפה לנשים בּהשתתפותו

הדלקה אין מירון אינמיטן יאר (נישט ל״ג בעומר)

זיך אויפגעשטעלט טאנצן יעדע שני וחמישי ביי יעדע מסיבה, חנוכת הבּית וכדו'

געזונגען שבת ביים טיש ניגונים (חוץ כל מקדש, מנוחה ושמחה) ווי קה רבון, קה אכסוף

באזוכט רבנים וואס א טאג פאר דעם האבן זיי געפייערט פארן חוב קדוש, צו הערן פון זיי א ד״ת אין עברית

ועוד כהנה וכהנה

נישט אריינגייענדיג צו עס איז עפעס שלעכט מיט די אויבנדערמאנטע זאכן, איין זאך איז זיכער דער רבי זי״ע האט עס נישט געטון

פארוואס פונקט ביי הידורים אדער למשל צומת הגידין וואס מ׳ האט אמאל נישט געדארפט בודק זיין, און היינט איז דא א פראבלעם מיט מיעוט המצוי וואס איז מחייב בדיקה וויקעלט מען זייך איין אין א טלית אז מ׳ טאר נישט משנה זיין?

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:54 pm

· #108710
דער אמת איז:

עס קימט זיך אסאך קרעדיט פאר די שונאים פון כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א( חסידי הרז''ל מוו''ב שליט''א) פארן זיך ברעכען דאס הארט גענאק, און פאלגען וואס די הלכה זאגט, אז ווען עס מצוי צומות הגידין, דארף מען בודק זיין:

מי יתן והיה, אז זיי זאלן די זעלבע טאן ביי די ווייץ פאר די מצות, אנשטאט עסן מצמחות ומבקעת, מיט מס''נ, צילוב פאלטישע סיבות, זאל זיי אויך אנפאנגען נעמען די אריזונע ווייץ, אזוי ווי רבינו הקוה''ט זי''ע האט געטאן און די כ' יארן,

וואו שיין איז צו זען ווען יודישע קונגער לייגן אוועק די פאלטיק און דער זייט, און טיען דעם רצון ה'!

אשריכם! חסידי הרז''ל!

זר זהב » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:58 pm

· #108711
קאך_לעפל
זאל זיי אויך אנפאנגען נעמען די אריזונע ווייץ, אזוי ווי רבינו הקוה''ט זי''ע האט געטאן און די כ' יארן,

ס'גענוג אז דיין ספעללינג גייט אריבער די גבולים, דארפסטו נאך פארטושן די מוחות אויך?

רבינו הקוה"ט האט גענומען פון אריזאנע, יא אבער אריזאנע איז גרעסער ווי וויליאמסבורג.. און גרעסער פון ניו יארק סטעיט. ער האט גענומען ערגעץ נעבן טוסאן וואס איז 250 מייל אוועק פון יומע און האט גאר אן אנדערע קלימאט.

דו ווייסט אז ס'שנייט יעצט פעסט אין ניו יארק? אה יע, אין באפעלוי!

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:12 pm

· #108712
זר זהב
קאך_לעפל
זאל זיי אויך אנפאנגען נעמען די אריזונע ווייץ, אזוי ווי רבינו הקוה''ט זי''ע האט געטאן און די כ' יארן,

ס'גענוג אז דיין ספעללינג גייט אריבער די גבולים, דארפסטו נאך פארטושן די מוחות אויך?

רבינו הקוה"ט האט גענומען פון אריזאנע, יא אבער אריזאנע איז גרעסער ווי וויליאמסבורג.. און גרעסער פון ניו יארק סטעיט. ער האט גענומען ערגעץ נעבן טוסאן וואס איז 250 מייל אוועק פון יומע און האט גאר אן אנדערע קלימאט.

דו ווייסט אז ס'שנייט יעצט פעסט אין ניו יארק? אה יע, אין באפעלוי!


סליחה פאר די ספעללינג! מען וועט פראבירן עס צו פארבעסערן אי''ה!

וואלסט אפשר געוואלט מסביר זיין בעסער דיין געזאגעכס? איך ווייס נישט צו די ביזט סארקאסטיש, כריזמעאטיש, צימישט, צו די שרייסט, צו די ביזט מסכים, צו די ווענדטסט אפ,

זיי דיך א ביסעלע מער מסביר,

בתודה למפרע!

פיינע קאווע » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 5:43 pm

· #108775
קאך לעפך. ביי די שחיטה קומט זיך גרויס קרעדיט אבער דאס קומט ווייל אין טאש איז געווארן א שחיטה. אסאך קונדען זענען אנטלאפן.
משא"כ ביי ווייץ איז די מעשה גאר אנדערש, דארט זאגט אברהם לויפער אז רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל איז געווען געפערליך קעגען יומע אריזאנא ווייץ. מילא לעבן טוסאן האט ער יא מקיל געווען תשכ"ח אבער יומע איז ביי אים געווען ממש יהרוג ואל יעבור ממילא וועט מען נישט פועלן צו מתקן זיין די ווייץ

הקטן » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 6:07 pm

· #108783
בדחן
די איבריגע טעג איז פאר די אידן וואס ווילען מהודר׳דיגע פלייש ווי דער רבי זי״ע וואס האט אויך נישט בודק געווען.

בדחן איך האב דיך געלייקט נישט פארן תוכן נאר פאר דיין סערוויס וואס די האסט צי געשטעלט.
דיינע ווערטער העלפן זייער אין פארשטיין די מהלך המחשבה פין קרימקייט וואס די חברה האבן

איינגעמיירעט » דאנערשטאג אפריל 25, 2013 7:18 pm

· #108793
זר זהב
קאך_לעפל
זאל זיי אויך אנפאנגען נעמען די אריזונע ווייץ, אזוי ווי רבינו הקוה''ט זי''ע האט געטאן און די כ' יארן,

ס'גענוג אז דיין ספעללינג גייט אריבער די גבולים, דארפסטו נאך פארטושן די מוחות אויך?

רבינו הקוה"ט האט גענומען פון אריזאנע, יא אבער אריזאנע איז גרעסער ווי וויליאמסבורג.. און גרעסער פון ניו יארק סטעיט. ער האט גענומען ערגעץ נעבן טוסאן וואס איז 250 מייל אוועק פון יומע און האט גאר אן אנדערע קלימאט.

דו ווייסט אז ס'שנייט יעצט פעסט אין ניו יארק? אה יע, אין באפעלוי!


נוא גוט איך זעע די ביסט א שטיקעל קענער און geography ווי אוכט ביסטו א שטיקעל meterorologist און א climateilogist .
איך האב ליידער נישט באקומען קיין education כדבעי, טוה מיר א טובה שול מיר אביסעל אויס וועגען אריזאנע די פארשידענע קלימאטען ,און פארשטייט זיך דערנאך זיי מיר מסביר להלכה וואס דאס מאכט אויס.
מיין איינציגסטע מדע אויף דעם קומט פון די בארימטע קונטרסים ״אשל ברמה״ ,זייענדיג שטארק מעיין בדבריו דאס לעצטע פאר יאר איז מיר דער יומא אריזאנע געווארען עפעס א מין פלאץ ארויס פון אלע גדרי הטבע.
פאר צווי יאר צוריק איז עס געווען א מדבר שממה ארץ לא זרועה עד כדי כך אז מהאט עס א נאמען געגעבן א עציץ שאינו נקוב,היי יאר איז געגאסען אזעלכע רעגן אז לכאורה איז עס שוין געווען מער מהודר ווי Long Island אלס די מדבר פראבלעם.
זייענדיג א שטארקע נאכפאלגער פון די אמתע רבנים אשר לא כרעו לבעל.
גלייב איך אז דא איז געשען א נס וואס לא היה כמותו מימות עולם, אז דער יומא האט זיך געטוישט פון א מדבר צו א מקום וואס גיסט וואסער.
ליידער לעב מיר און אזא מגושם׳דיגע וועלט און קיינער וויל זיך נישט עפענען די אויגען און זעען די גרויסארטיגע נס .
איי דארף מיר אונז משיח

איינגעמיירעט » פרייטאג אפריל 26, 2013 1:32 pm

· #109039
איינגעמיירעט
זר זהב
קאך_לעפל
זאל זיי אויך אנפאנגען נעמען די אריזונע ווייץ, אזוי ווי רבינו הקוה''ט זי''ע האט געטאן און די כ' יארן,

ס'גענוג אז דיין ספעללינג גייט אריבער די גבולים, דארפסטו נאך פארטושן די מוחות אויך?

רבינו הקוה"ט האט גענומען פון אריזאנע, יא אבער אריזאנע איז גרעסער ווי וויליאמסבורג.. און גרעסער פון ניו יארק סטעיט. ער האט גענומען ערגעץ נעבן טוסאן וואס איז 250 מייל אוועק פון יומע און האט גאר אן אנדערע קלימאט.

דו ווייסט אז ס'שנייט יעצט פעסט אין ניו יארק? אה יע, אין באפעלוי!


נוא גוט איך זעע די ביסט א שטיקעל קענער און geography ווי אוכט ביסטו א שטיקעל meterorologist און א climateilogist .
איך האב ליידער נישט באקומען קיין education כדבעי, טוה מיר א טובה שול מיר אביסעל אויס וועגען אריזאנע די פארשידענע קלימאטען ,און פארשטייט זיך דערנאך זיי מיר מסביר להלכה וואס דאס מאכט אויס.
מיין איינציגסטע מדע אויף דעם קומט פון די בארימטע קונטרסים ״אשל ברמה״ ,זייענדיג שטארק מעיין בדבריו דאס לעצטע פאר יאר איז מיר דער יומא אריזאנע געווארען עפעס א מין פלאץ ארויס פון אלע גדרי הטבע.
פאר צוויי יאר צוריק איז עס געווען א מדבר שממה ארץ לא זרועה עד כדי כך אז מהאט עס א נאמען געגעבן א עציץ שאינו נקוב,היי יאר איז געגאסען אזעלכע רעגן אז לכאורה איז עס שוין געווען מער מהודר ווי Long Island אלס די מדבר פראבלעם.
זייענדיג א שטארקע נאכפאלגער פון די אמתע רבנים אשר לא כרעו לבעל.
גלייב איך אז דא איז געשען א נס וואס לא היה כמותו מימות עולם, אז דער יומא האט זיך געטוישט פון א מדבר צו א מקום וואס גיסט וואסער פאראיאר איז געשען דעם ישם מדבר לאגם מים ווען די רבנים אשר לא כרעו האבען פלוצים געוויזען ווי די ווייץ ווייקט זיך און וואסער,היי יאר איז שוין געווען וארץ ציה למוצאי מים און סהאט געגאסען רעגן.
ליידער לעב מיר און אזא מגושם׳דיגע וועלט און קיינער וויל זיך נישט עפענען די אויגען און זעען די גרויסארטיגע נס .
איי דארף מיר אונז משיח
בלאט: 1 2