☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » משה ארי' פריעדמאן והמסתעף

משה ארי' פריעדמאן והמסתעף

134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2630
בלאט: 1 2 3

DotCom » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 10:22 pm

· #73497
משה ארי' פריעדמאן והמסתעף
די נאמען משה ארי' פריעדמאן איז נישט קיין נייער אין די אידישע וועלט, זיין ביאגראפיע בקיצור איז אזוי: ער איז געבוירן און אויפגעצויגן אין קרית יואל ביי די בארימטע פריעדמאן (גבאי) משפחה, ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפען, נאך עטליכע יאר האט ער זיך געצויגן קיין וויען-עסטרייך ווי ער האט זיך דערקלערט אלס הויפט-ראבינער פון עסטרייך, זייענדיג אין וויען האט ער זיך אנגעשלאסן מיט די עקסטרעמע נטורי קרתא פראקציע, ער איז בעיקר באקאנט געווארן אין די וועלט ווען ער איז געפארן קיין איראן ווי ער האט זיך מחבק ומנשק געווען מיט אכמאדינעדזשאד ימ"ש, דאס בילד איז דעמאלט געווארן אן אינטערנאציאלע סענזאציע, מער איבער משה ארי-ה'ס פערזענליכקייט שפעטער אי"ה, קודם איבער די דעוועלאפינג נייעס וואס איז יעצט נוגע.
📎 achma.jpg

משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.

מיט בערך א האלב יאר צוריק האט משה ארי' געמופט קיין אנטווערפען מיט זיין משפחה, אנקומענדיג דארט האט ער פראבירט איינצושרייבן זיינע קינדער אין עטליכע מוסדות, ווען קיינער האט זיי נישט געוואלט אננעמען האט ער אנגעפאנגען אריינצוגעבן מסירות אקעגן די מוסדות, קודם אקעגן די מער-מעסיגע יסודי התורה מוסד, ווי די לויער'ס האבן סוקסעספול באוואויגן דעם שופט אפצוווארפן דעם קלאגע, און דערנאך אקעגן די בעלזער מוסדות, און וויבאלד רוב מוסדות זענען דארט פובליק סקול'ס, ד.ה. אז זיי ווערן אויסגעהאלטן דורך די רעגירונג, מוזן די מוסדות אפיציעל זיך האלטן צו די געזעצן, דיסקרימענאציע איז שטרענג פארבאטן און מ'מוז יעדן אריינעמען, אידן ולהבדיל גוים, אינגלעך און מיידלעך, אז נישט שטעלט מען גלייך אפ די סובסידיעס אהן קיין חכמות. (כמדומה לי אז סאטמאר זענען די איינציגסטע וואס זענען נישט סובסידירט).

דער גאנצער הלוך ילך מתחלת המסירה ביז היינט איז א אריכות וואס איז נישט נוגע יעצט, אבער וואו מען האלט היינט למעשה האט די בעלגישע געריכט געאורטיילט אז בעלזא מוז אויפ'ן נייעם יאר איינשרייבן זיינע "אינגלעך" אין די "בנות ירושלים" מיידל סקול... די סקול איז יעצט אויף וואקאציע און עפנ'ט זיך צוריק אויף אין א וואך ארום, 'בעלזא' זאגט אז זיי האבן אנגענומען די אינגלעך און זיי גייען נישט אפעלירן דעם געריכט אורטייל, ווידער משה ארי' האפט אז דערווייל וועלן די מוסדות מאכן א פשרה און אננעמען די אינגלעך אין חדר און די גרעסערע מיידלעך אין סקול (די גרעסערע מיידלעך האט בעלזא יא אפעלירט און די משפט וועט זיך נישט אנפאנגען פאר קומענדיגע יאר), בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס דא וועט זיך אפשפילן, דער מצב קען זיך גאר שלעכט אויסשפילן פאר אלע חרדישע מוסדות אין שטאט.

📎 infrontofbelz.jpg
לויט ווי מען ליינט איז יעצט די מצב היפש אנגעצויגן אין אנטווערפן, די בעלזא אינגע היצ-קעפ לויפן ארום און טעראריזירן די פרידמאן משפחה, זיין ווייב אין קינדער, מען ווארפט זיי ארויס פון אלע בתי מדרשים, מען שרייט זיי נאך אין די גאסן, מען הענגט פאשקעווילן, און מען פירט א אינטערנעט מערכה, אויך משה ארי' רוהט נישט איין, ער פירט א פ.ר. קאמפיין, ער איז א מומחה אין שפילן נרדף, ווען ער קען לויפט ער צו די מידיע (נ"ר סטייל) און מאכט זיכער צו אנדרייען א מצב כאילו ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, ער באשמוצט מענטשן פון וועם ער האפט ארויסצוקוועטשן געלט כדי ער זאל זיך האלטן שטיל.



לעצטענס האט ער פראבירט אנצושטעלן א בילד כאילו בעלז אנטווערפן וויל נישט אננעמען זיינע קינדער דארט ווייל התאחדות אין וויליאמסורג לייגט פרעשור אויף זיי... די מעשה אין וויליאמסבורג איז זייער א ווייטאגליכע און גייט צוריק מיט אפאר יאר ווען ער האט געמסרט א חשוב'ן תמימותדיג איד על לא עוול בכפו, לויט ווי איך האב געהערט איז די מעשה בקיצור אזוי: א שטיק צייט צוריק האט א איד ר' מ.מ. גלאנץ (ברודער פון ארי' לייב) געוואלט קויפן א דירה, צוליב סיבות האט ער נישט געוואלט קויפן די דירה אויף זיין אייגענע נאמען, און זייענדיג א קרוב מיט משה ארי' וואס האט דעמאלט געוואוינט אין אייראפע האט ער אים געבעטן א טובה צו ער וויל עס אפשר לייגן אויף זיין נאמען, משה ארי' האט גערן מסכים געווען, אבער צוריקקומענדיג פון אייראפע האט משה ארי' געטענה'ט חי וקיים אז דער דירה איז זיינס און אז גלאנץ זאל עס אים אהינגעבן, גלאנץ האט אים פארשטייצעך קאטעגאריש אפגעזאגט, און לויט עצת חבריו האט ער שנעל איבערגעשריבן דעם דירה אויף א צווייטענס נאמען, משה ארי' האט דאן אריינגעגעבן א מסירה אז דער דיעד טרענספער איז געפעלשט, און דערביי האט ער צוגעגעבן אפאר זייטיגע לשון הרע'לעך איבער גלאנץ'ענס פיינענשעל'ס, די מסירות האבן אויך אריינגענומען זיין ברודער ארי' לייב און אויך די UTA , דאס האט עווענטועל געברענגט צום טרויעריג בארימטן ארעסט און אנקלאגע אויף די גלאנץ ברודער'ס, וואס זייער סענטענס ווערט ערווארטעט קומענדיגן חודש.

אפילו אויב די גלאנץ ברידער נעמען אן דעם פלי בארגעין בלייבן זיי אין א גרויסן סכנה, ווייל די אפיציעלע אנקלאגע נעמט נישט אריין אלע מסירות, השם ירחם.

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:23 am

· #73519
[ציטאט אראפגענומען]

די עוולה גייט אן דאהי אויך. טייל פון אונזערע היימישע מוסדות שפילן פאליטיק אויפ'ן חשבון פון די אומשולדיגע קינדער ווען ס'איז נישט נוגע אידישקייט. ווען דער באטרעפנדער האט געטון עפעס אן עוולה רעכנט מען זיך אפ מיט זיין גאנצע משפחה עד דור רביעי.

DotCom » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:28 am

· #73520
[ציטאט אראפגענומען]


ביסט גערעכט, ובנים לא יומתו על אבות שטייט, די קינדערלעך וואלטן אוודאי געקענט באשטיין צו האבן א נארמאלן טאטע, אבער למעשה צו די מוסדות קען מען אויך נישט האבן קיין טענות, ווייל משה ארי' האט א היסטארי פון מסר'ן סיי וואס און סיי וועם, יא אמת צו נישט אמת, אפילו די מוסדות ווי ער האט געשיקט זיינע אייגענע קינדער דאהי האט ער געמסרט', ממש לעצטענס האט ער ג'מסר'ט זיין גוישן לענדלארד אז ער האט מאלעסטעד זיינע קינדער, דאס איז געווען נאך וואס ער האט שוין נישט באצאלט רענט זייט ער וואוינט דארט.., ממילא טענה'ן די מוסדות אז אויב איינער איז דער אכזר איז עס ער אליין, נישט זיי.

קליפ: משה ארי' מיט ווייב און קינדער בענטשן זיך ביי אכמאדינזשאד אין איראן.

טעפל » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 3:28 am

· #73550
[ציטאט אראפגענומען]

כדוט קום ועוד לקרא, ער וויל שיקען זיינע אינגלעך און מיידל שולע, און ווילאמסבורג וואלט מען זיכער צו געלאזט, זיכער!

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 6:44 am

· #73559
אין די וועלט איז אנגענומען אז קינדער וועלכע קענען זיך נישט אליין פארטיידיגען זענען "אפפ לימיטס." כ'רעדט נישט צו די מוסד אין אנטווערפען, וועלכע וואלטן אויך געברויכט זיך רעכענען מיט די קינדער; איך רעדט צו חברי הקאווע שטיבל. קינדער וועמענס איינציגסטע חטא איז אז זיי זענען געבוירן געווארן צו א פאטער וואס איז אין די נייעס זענען נישט קיין שטח הפקר. אל תגעו במשיחי! שענקט זיי זייער פרייוועסי רעכטן אפ' ווען זיי קענען עס נישט קומען פאדערן!

כ'בעט מ'זאל אראפנעמען דאס בילד.

DotCom » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 7:49 am

· #73564
יואליש
אין די וועלט איז אנגענומען אז קינדער וועלכע קענען זיך נישט אליין פארטיידיגען זענען "אפפ לימיטס." כ'רעדט נישט צו די מוסד אין אנטווערפען, וועלכע וואלטן אויך געברויכט זיך רעכענען מיט די קינדער; איך רעדט צו חברי הקאווע שטיבל. קינדער וועמענס איינציגסטע חטא איז אז זיי זענען געבוירן געווארן צו א פאטער וואס איז אין די נייעס זענען נישט קיין שטח הפקר. אל תגעו במשיחי! שענקט זיי זייער פרייוועסי רעכטן אפ' ווען זיי קענען עס נישט קומען פאדערן!

כ'בעט מ'זאל אראפנעמען דאס בילד.

אראפגענומען. (אגב דאס בילד קומט פון די מידיע און לכאורה האט עס דער טאטע אהינגעגעבן)

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 7:53 am

· #73565
כ'האב חלילה געהאט טענות אויף דיר פערזענליך. יישר כוח.

עוד מישהו » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 8:10 am

· #73567
ער איז פריעדמאן (גבאי) משפחה, ער הייסט דאך אויך משה איז ער א נעפיו פון די גבאי?

(ביי מיר מוסא ער איז נישט בעסער פון אן אראבער, וואס האט פיינט אידן, עד כדי כך אז ער וועט פארן זיך באטייליגן אין א קאנפערענץ וואס לייקענט דעם האלאקאוסט, איך בין זיכער אז פון זיין אייגענע משפחה זענען דא מיטגלידער וואס זענען אומגעקומען אין פארטיליגונגס לאגערן, אדער געארבעט אין צוואנגס לאגערן).

DotCom » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 10:42 am

· #73577
יא, ער איז א נעפיו פון משה גבאי.

DotCom » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 10:54 am

· #73579
אפדעיט: לויט ווי עס איז היינט געמאלדן געווארן אין אן אנטווערפענער אויסגאבע די "למען תדע", וועט בעלז יא אפיעלן דעם אורטייל, אבער עס איז נישט קלאר ביזדערווייל צו זיי וועלן ארייננעמען די אינגלעך אויף צייטווייליג ביז נאכ'ן אפיעל, פון יאנואר 7 ווען די נייע סקול יאר פאנגט זיך אן וועט זיין א שטראף פון €1000 פער קינד וואס איז נישט אנגענומען.

געוואלד געשריגן » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 11:19 am

· #73584
He should have thought of his children before flying to Iran to kiss the the greatest anti-Semite of this generation and attend a holocaust denial conference. I feel bad for his family but at the same time, I don't think it's fair to blame the schools. Side note, people should wake up and realize that anti-zionism is just a more politically correct word for anti-semitism.

שרייבער » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 11:48 am

· #73588
איז ער אברהם חייים'ס זון?

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:04 pm

· #73592
געוואלד געשריגן
He should have thought of his children before flying to Iran to kiss the the greatest anti-Semite of this generation and attend a holocaust denial conference. I feel bad for his family but at the same time, I don't think it's fair to blame the schools. Side note, people should wake up and realize that anti-zionism is just a more politically correct word for anti-semitism.


ווילסט אים גיט צופיקסן? קוילער אויס זיין משפחה באשון לילה? די פאטער וואלט ווען געברויכט קלערן דערפון איידער ער פארט אויף איראן.

צי גרוזאם? מה לי קטלה כולה מה לי קטלה פלגא? א מוסד טאר נישט ניצן א פאטער'ס אומאחריות צו באגיין א טאפעלטע אומ'אחריות קעגן די קינדער. טוביה חטא וזיגוד מנגיד? שוין צייט אז די מוסד ברויך ווערן אפגעטיילט פון די שטעטעל'ס פאליטיק, אויס שטאט'ס פאליציי, די קינדער אויס מוסדות' מעסענזשערס צו די עלטערן. מוסדות התורה זאלן מחנך זיין קינדער.

משה געציל » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:14 pm

· #73594
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטן, אבער עס קוקט מיר אויס אז דאס נישט אננעמען די קינדער איז בעיקר צוליב די זארג אז ער וועט אנפאנגען א לעגאלע געפעכט מיט די מוסדות אויף א יעדע קלייניגקייט וואס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, נישט אזוי ווייט אז מען האלט די קינדער פארמשכנ׳ט אויף די טאטעס חטאים, נאר מען האלט ענדערשט דעם טאטען פאראנטפרטליך פאר זיינע אקטן.

געוואלד געשריגן » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:17 pm

· #73596
יואליש
געוואלד געשריגן
He should have thought of his children before flying to Iran to kiss the the greatest anti-Semite of this generation and attend a holocaust denial conference. I feel bad for his family but at the same time, I don't think it's fair to blame the schools. Side note, people should wake up and realize that anti-zionism is just a more politically correct word for anti-semitism.


ווילסט אים גיט צופיקסן? קוילער אויס זיין משפחה באשון לילה? די פאטער וואלט ווען געברויכט קלערן דערפון איידער ער פארט אויף איראן.

צי גרוזאם? מה לי קטלה כולה מה לי קטלה פלגא? א מוסד טאר נישט ניצן א פאטער'ס אומאחריות צו באגיין א טאפעלטע אומ'אחריות קעגן די קינדער. טוביה חטא וזיגוד מנגיד? שוין צייט אז די מוסד ברויך ווערן אפגעטיילט פון די שטעטעל'ס פאליטיק, אויס שטאט'ס פאליציי, די קינדער אויס מוסדות' מעסענזשערס צו די עלטערן. מוסדות התורה זאלן מחנך זיין קינדער.


You're correct. It is unfortunate. What about having a television in the house? or if a father trims his beard? does this apply across the board? This is not a chidush

Reb Yoel, fix the system 🙂

צדיקל » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 2:41 pm

· #73638
אגרי מיט יואליש, אז קינדער זענען נישט שולדיג וועגן די עלטערן.
אבער לדעתי איז א חילוק צו די קינדער לערנען שוין אינעם מוסד, אדער ער שרייבט זיי יעצט איין, דער מוסד האט נאך דערווייל נישט קיין שום התחייבות צו די קינדער, און אז דער מסוד האלט אז דער וועט זיי נאר מאכן צרות ומסירות, האבן זיי נאך רעכט צו זאגן מה לי לצרה הזאת אונז זעמער נישט די איינציגע מוסד דא, זאל ער זוכן א צווייטע מוסד.
און ניטאמאל איז ער אויפגעוואקסן אינעם בעלזא סיסטעם, אז מ'זאל קענען זאגן אז זיי האבן אן התחייבות צו אים.
אויב איינער, זאל סאטמאר דארט האבן די התחייבות פאר אים און די קינדער, ער איז אויפגעוואקסן ביי זיי.

הדד בן בדד » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 7:05 pm

· #73655
איך קען עטליכע אידן אין מאנסי וועלכע זענען געפארן צום זעלבן קאנפערענץ ווי ער, און זיי זענען שוין עטליעסט אזוי פיל מאל ווי ער געווען אין צייטונג מיט אכמעדינעדשאד'ן און זיי האבן אלע מוסדות פאר זייערע קינדער. אבער פאר סאם ריזען, ווען דער זעלבער פרידמאן איז געקומען קיין מאנסי און זיך געדרייט דארט עטליכע וואכן, האבן די זעלבע מוסדות נישט געוואלט אננעמען זיינע קינדער.

און דער סיבה דערפאר איז נישט ווייל ער גייט צו כמאדידשאד אדער צו א קאנפערענץ, דער סיבה איז עפעס אנדערש. דער טאטע האט גאר א שלעכטער נאמען, און יעדער האט מורא פון אים, יעדער איינער זאגט אז דער מענטש איז נישט מן הישוב און ער שלאגט זיך און רייסט זיך מיט יעדעם מיט וועמען ער קומט אין בארירונג. איך קען פארשטיין מוסדות וואס האבן מורא פאר אזא מענטש.

petergrifin » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:15 pm

· #73680
I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry

געוואלד געשריגן » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:46 pm

· #73685
I thought neturei karta and satmar were unrelated. One being radical and one being insane

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:52 pm

· #73687
משה געציל
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטן, אבער עס קוקט מיר אויס אז דאס נישט אננעמען די קינדער איז בעיקר צוליב די זארג אז ער וועט אנפאנגען א לעגאלע געפעכט מיט די מוסדות אויף א יעדע קלייניגקייט וואס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, נישט אזוי ווייט אז מען האלט די קינדער פארמשכנ׳ט אויף די טאטעס חטאים, נאר מען האלט ענדערשט דעם טאטען פאראנטפרטליך פאר זיינע אקטן.

איך בין יא באקאנט מט די פאקטן און עס איז אזוי ווי דו זאגסט. דער איז בפירוש א מורידין ולא מעלין קנדידאט.

געוואלד געשריגן » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:26 pm

· #73701
petergrifin
I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry


when was this?

petergrifin » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:53 pm

· #73715
געוואלד געשריגן
petergrifin
I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry


when was this?[/quote

I don't remember exactly maybe 5-6 years ago

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:10 am

· #73717
petergrifin
געוואלד געשריגן
petergrifin
I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry


when was this?[/quote

I don't remember exactly maybe 5-6 years ago


Ah interesting. Thanks

הדד בן בדד » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:08 am

· #73764
petergrifin
I remember not too long ago after a trip to Iran he was shopping on 13th ave on a Friday and people noticed this thing and nearly started a riot
on the street people were yelling and screaming following him for blocks until the cops arrived
*** and saved his sorry


און ער איז דעמאלס איינגעשטאנען אין פארק האוז האטעל, און שבת נאכמיטאג האבן מענטשן אים געזעהן אריין גיין און ארויסקומען פון דארט און מען האט דארט אויך געמאכט א פראטעסט און איבערקערעניש, ביז די האטעל האט אים פארשיקט פון דארט. אבער איך נעם נישט קיין צד אין דעם, יעדער איז בארעכטיגט צו זיין משוגע, און עס פעלן נישט קיין משוגעים איך זאג נישט מען דארף יעדן משוגע'נעם באווארפן אדער נאכשרייען. דוקא מיין איך אז אין בארא פארק וואוינען מער די סארט מענטשן וועלכע טוען זיך אויף אז זיי טוען נישט אזעלכע זאכן, זיי האבן נאר צו האקן אויף די וואס וואוינען אין די משוגע'נע וויליאמסבורג ווועלכע טוען דאס. סאו גיוו מי עי ברעיק.

די רעדע דא איז פון ארייננעמען זיינע קינדער אין די מוסדות. און אויף דעם האב איך געשריבן אז אין מאנסי וואוינען כמה אידן וועלכע טוען אויך אזעלכע סארט קנאי'שע אקטן ווי ער, און זיי האבן אלע מוסדות פאר זייערע קינדער, און ער האט אויך געטרייט אריינשטעלן זיינע קינדער אין די מוסדות אין מאנסי (און אויך אין ווילי) און מען האט אים נישט געוואלט אננעמען. און דאס איז נישט דערפאר ווייל ער גיין קיין איראן, נאר פאר אנדערע סיבות, וועלכע האבן דירעקט צו טוהן מיט אים, נישט מיט זיין קנאות. און אויב דאס איז דער פאל, מוז איך געבן גערעכט פאר די מוסדות.

טעפל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:24 am

· #73785
מסכים מיט הדר'ן ס'איז ברייט באקאנט זיינע מסירות אין די גאנצע וועלט, און וויען צאלען די מוסדות נאך היינט קנס פאר זיינע מסירות.
דא איז דא א באריכט פון די הפגנה אין בארא פארק:
14/01/07 | 09:50
מאות הפגינו בניו יורק נגד איש נטורי קרתא, משה אריה פרידמן, תושב וינה, שהתארח תחת זהות בדויה במלון פארק האוז ברחוב 48 פינת שדרה 12. פרידמן זוהה על ידי אורחי המלון שהביעו בפניו את דעתם הנחרצת נגדו, השמועה על המצאותו התפשטה ברחבי בורו פארק ותוך זמן קצר התאספו במקום מאות אנשים שצעקו לעברו קריאות גנאי. משטרת ניו יורק שמרה על הסדר.

איינער » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:29 am

· #73809
נחום ראזנעבערג און משה ארי' פריעדמאן וואס איז דער צוזאמשטעל פון די צוויי מענטשן?

ביידע זענען משוגעים אבער טון א סערוויס פאר כלל ישראל וואס א נארמאלער מענטש האט מורא צו טון.

DotCom
משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.


אפעקטירן צום גוטן! א שאד נאר אין אנטווערפן! עס וואלט געווען בעסער ווען ער פירט די מערכה אין ברוקלין, מער אידן וואלטן געהאלפן געווארן.

משה געציל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:29 am

· #73811
איינער

DotCom
משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.


אפעקטירן צום גוטן! א שאד נאר אין אנטווערפן! עס וואלט געווען בעסער ווען ער פירט די מערכה אין ברוקלין, מער אידן וואלטן געהאלפן געווארן.

וואס אפעקטירט עס צום גוטן, אז מען קען גיין אין קאורט מסר׳ן פאר יעדע קלייניגקייט? אז מען האט נישט צו צאלן קיין רענט זאל מען באשמירן א מעשה אז דער לענדלארד האט מאלעסטערט די קינדער?

טעפל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:49 am

· #73815
איינער
נחום ראזנעבערג און משה ארי' פריעדמאן וואס איז דער צוזאמשטעל פון די צוויי מענטשן?

ביידע זענען משוגעים אבער טון א סערוויס פאר כלל ישראל וואס א נארמאלער מענטש האט מורא צו טון.

DotCom
משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.


אפעקטירן צום גוטן! א שאד נאר אין אנטווערפן! עס וואלט געווען בעסער ווען ער פירט די מערכה אין ברוקלין, מער אידן וואלטן געהאלפן געווארן.

דו ביסט אויפן קאפ געפאלען? מיט נחום גיי איך נישט אריין אין קיין ויכוח (ס'איז דא א גאנצע אשכול אויף דעהם) אבער פרידמאן איז נישטא קיין פערצענט גוט'ס וואס ער האט אויפגעטועהן ביזדערווייל נאר שלעכט'ס.

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:08 am

· #73816
איינער
נחום ראזנעבערג און משה ארי' פריעדמאן וואס איז דער צוזאמשטעל פון די צוויי מענטשן?

ביידע זענען משוגעים אבער טון א סערוויס פאר כלל ישראל וואס א נארמאלער מענטש האט מורא צו טון.

DotCom
משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.


אפעקטירן צום גוטן! א שאד נאר אין אנטווערפן! עס וואלט געווען בעסער ווען ער פירט די מערכה אין ברוקלין, מער אידן וואלטן געהאלפן געווארן.

אפשר זאגסטו װאס ער האט אויפגעטון געב אײן דוגמא

איינער » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:27 am

· #73819
משה געציל
איינער

DotCom
משה ארי' וואוינט היינט-צו-טאג'ס אין אנטווערפן און פירט יעצט א מערכה וואס קען שטארק אפעקטירן דעם היימישן ציבור דארט.


אפעקטירן צום גוטן! א שאד נאר אין אנטווערפן! עס וואלט געווען בעסער ווען ער פירט די מערכה אין ברוקלין, מער אידן וואלטן געהאלפן געווארן.

וואס אפעקטירט עס צום גוטן, אז מען קען גיין אין קאורט מסר׳ן פאר יעדע קלייניגקייט? אז מען האט נישט צו צאלן קיין רענט זאל מען באשמירן א מעשה אז דער לענדלארד האט מאלעסטערט די קינדער?


נישט אננעמען זיינע קינדער אין קיין איין חדר איז עפעס א קליינקייט?! די מעשה מיט די רענט קויף איך נישט אפ ווילאנג איך האב פרוף. איז ער משוגע? יא. אבער וואס ווילסטו פון זיינע קינדער?

איינער » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:34 am

· #73821
petergrifin

אפשר זאגסטו װאס ער האט אויפגעטון געב אײן דוגמא


אויב ער וועט געווינען אין קאורט (ווי עס קוקט אויס), און מען וועט מיזן אריין נעמען זיינע קינדער, וועט קיין איין מוסד אין אנטווערפן וואס נעמט געלט פון די גאווארמענט, נישט ניצן מער די ״תינוקות שלא טעמו טעם חטא״ אנקעגען זייער טאטען.

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:49 am

· #73827
איינער
petergrifin

אפשר זאגסטו װאס ער האט אויפגעטון געב אײן דוגמא


אויב ער וועט געווינען אין קאורט (ווי עס קוקט אויס), און מען וועט מיזן אריין נעמען זיינע קינדער, וועט קיין איין מוסד אין אנטווערפן וואס נעמט געלט פון די גאווארמענט, נישט ניצן מער די ״תינוקות שלא טעמו טעם חטא״ אנקעגען זייער טאטען.

די האסט א פוינט
יעצט לאמיך פרעגן פון די היסטאריא קענער. װאס האט מען אמאל געטון מיט אזא אײנער האט מען רחמנות געהאט אנגענימען זיינע קינדער אין איהם געלאזט לויפן און טיען װאס ער װיל
אדער האט מען געזאגט אז סאיז דא אמאל אן אויסנאם אז דער טאטע איז געניג נארמאל אין סזײן אחריות?
איך פרעג נאר

DotCom » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 10:56 am

· #73828
[ציטאט אראפגענומען]


רעדסט דאך ווי אן עכטע אנאנים! כ'האלט אז עס איז אמת, אנטווערפן איז באקאנט אלס א קהילה ווי אין דער אלטער היים, מיט א רב וואס פירט די שטאט ביד חזקה, נו פארוואס זעהט ער נישט צו מאכן סדר? דער תירוץ איז פשוט ווייל דער דארטיגער 'אנאנים' פנחס קארנפעלד איז אויך אן אמאליגער ווי אין דער אלטער היים וואס פירט דעם 'רב' ביד חזקה און ער איז א פארברענטער ציוניסט וואס וועט קיינמאל נישט צולאזן זיך אנצונעמען פאר קינדער געבענטשט דורך אכמאדינעזשאד.

יעדער קינד אין אנדער מוסד איז אבער נישט א גוטע עצה ווייל דאס לייגט גלייך אריין אלע מוסדות אויפאמאל אין דזשעפאררדי, איך האלט אבער אז דער רב זאל זיך פארלייגן אויף די מוסדות וואס זענען נישט סובסידירט, זיי קענען דאך ווארפן און נעמען ווען זיי שמעקט, נו וואס איז דא מורא צו האבן?

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:01 am

· #73829
DotCom
[ציטאט אראפגענומען]


קען זײן אז די לעגאל סיסטעם ארבעט נישט פינקלעך אזוי װי אין אמעריקע

DotCom » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:08 am

· #73830
petergrifin

קען זײן אז די לעגאל סיסטעם ארבעט נישט פינקלעך אזוי װי אין אמעריקע

אלעס קען זיין, דאס לאז איך איבער פאר'ן רב צו מסדר זיין, אבער פייניגן קינדער על חטא אביהם איז מדת סדום, א רשעות שאין כמוהו!

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:15 am

· #73832
אקעי איז װאס טוט מען מיט אזא אײנער?

DotCom » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:25 am

· #73834
petergrifin
אקעי איז װאס טוט מען מיט אזא אײנער?

משנייד אים אפ די בארד און פיאות, מ'איז אים מסרס און מכרת און מ לאזט צורוה די קינדער וואס זענען נאר וויקטים'ס.

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:39 am

· #73836
DotCom
petergrifin
אקעי איז װאס טוט מען מיט אזא אײנער?

משנייד אים אפ די בארד און פיאות, מ'איז אים מסרס און מכרת און מ לאזט צורוה די קינדער וואס זענען נאר וויקטים'ס.

מעגליך דאס ארבײט אויף סתם א פרע אדם אבער איך גלײב נישט סװאלט געהאלפען מיט א מסור אין א סעלף העיטענג זשיו
סװעט נאר אויף טיען אויף פארקערט אין זײן רשעות װערט נאר ערגער

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:57 am

· #73842
petergrifin
DotCom
petergrifin
אקעי איז װאס טוט מען מיט אזא אײנער?

משנייד אים אפ די בארד און פיאות, מ'איז אים מסרס און מכרת און מ לאזט צורוה די קינדער וואס זענען נאר וויקטים'ס.

מעגליך דאס ארבײט אויף סתם א פרע אדם אבער איך גלײב נישט סװאלט געהאלפען מיט א מסור אין א סעלף העיטענג זשיו
סװעט נאר אויף טיען אויף פארקערט אין זײן רשעות װערט נאר ערגער


what causes a greater likelihood of having one's children thrown out of yeshiva. Cutting one's beard or visiting Iran to shake hands with that animal y"sh? Which would be more justified?

הדד בן בדד » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:15 pm

· #73843
[ציטאט אראפגענומען]


די אמעריקאנער רעגירונג האט זיך גענומען אן אחריות צוצושטעלן עדיוקעישאן פאר אלע קינדער און לכבוד דעם באראבעווען זיי יעדן אמעריקאנעם בירגער פון גרויס געלט דורך די טעקסעס וואס זיי לייגן ארויף אויף יעדן איינעם, און די מוסדות זענען נישט פערזענליך אחראי אויף מסירות פון שלעכטע מענטשן. ווידער דא איז אנדערש די מעשה (אזוי קוקט מיר אויס עכ"פ). איך האלט נישט אז אנטווערפענער רב איז מחוייב זיך אויסצוטוהן פאר א איד וואס יעדער האט פאר אים מורא צוליבן זיין א מסור. אינדערהיים וואלט מען אזא איד אנדערש מסדר געווען... און די קינדער וואלטן דערנאך רואיג געקענט גיין לערנען אין די מוסדות.

גראדע האלט איך אז בעלזא זאל יא אריינעמען די אינגלעך אין מיידל סקול. לאמיר זעהן וויאזוי אזא זאך וועט זיך אויסקאכן. די אינגלעך וועלן קיין גוטן טאג נישט האבן דארט.

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:18 pm

· #73846
I know one thing and that is, I wouldn't want to be the one making the decision about accepting his children
or not. When I was in cheder there were many cases when parents would make an issue about certain
families and usualy the vad accepted the boy's anyway . Now I don't know if they made some agreement but
.the children were always off limits.But then again the father wasn't like thing either

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:35 pm

· #73849
I think they need to take into consideration whether they will be a bad influence on the other kids. Don't forget it's also about politics and image

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:42 pm

· #73852
I agree but remember its not so much about his kids influence on the other kids, its about having to deal with their father at least thats
what I think is going on here

DotCom » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:17 pm

· #73868
הדד בן בדד
איך האלט נישט אז אנטווערפענער רב איז מחוייב זיך אויסצוטוהן פאר א איד וואס יעדער האט פאר אים מורא צוליבן זיין א מסור. אינדערהיים וואלט מען אזא איד אנדערש מסדר געווען... און די קינדער וואלטן דערנאך רואיג געקענט גיין לערנען אין די מוסדות.

כ'שטעל מיר פאר אז יעדער טוט מסכים זיין מיט דיר, מען רעדט אבער נישט פון זיך אויסטהון פאר'ן טאט'ן נאר פאר די קינדער, עס איז ברייט באקאנט אז די קינדער זענען נישט מער ווי ביטערע קרבנות, ווער געדענקט נישט די הארץ רייסנדע בילדער ווי די קינדער וויינען אינדרויסן פון ווינער סקול און פאליס מיט גאנ'ס האלטן זיי אפ פון אריינגיין? אויך ווייסט מען פון די אומצאליגע מאל ווי די מאמע האט געוואלט אנטלויפן מיט די קינדער נאר איז צוריקגעגאנגען אלס מורא פאר די קינדער'ס זיכערהייט, אלס א טאטע פון אייגענע קינדער פיל איך ווי מיין הארץ גייט אויס פאר 'זיי'! (נישט פאר 'אים').

אמת אז ער איז א גרעסערער אכזר, נו דעמאלט דארף מען ערשט רחמנות האבן אויף זיי, אויך איז אמת אז מען קען נישט האבן קיין טענות צו קיין שום מוסד פעטיקולער, אבער א 'קהילה' וואס פירט זיך עפ"י תורה ווי עס שטייט ובנים לא יומתו על אבות, דארף זעהן קעהר צו נעמען פון זיי.

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 7:07 pm

· #73918
petergrifin
I agree but remember its not so much about his kids influence on the other kids, its about having to deal with their father at least thats
what I think is going on here


if we were looking to locate problems regarding children not having a place to learn, we don't have to go as far as Antwerp.

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:14 pm

· #73952
הרב דאטקאם הי״ו, וואס שלאגסטו פאר?

זאל די מוסד ארייננעמען בחנם, אזויווי דער רוסקי אין ב.פ. וואס קייכט אויף זיינע פאר יאר שכירות?

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:00 am

· #73998
בחנם זאג איך פונקט ווי די שכירות וואס ער קומט פארן רוסקי

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:29 am

· #74008
"שכר מלמדי תינוקות - תקנת חכמים היתה לפרוע מקופת הקהל בעד כל התינוקות שבעיר, בני העניים והעשירים יחד. ועכשיו במדינות אלו נוהגים שכל אחד פורע בעד בנו אם ידו משגת. ומי שאין ידו משגת, חייבים הציבור לפרוע בעדו מתקנת חכמים. והעניים יכולים לכוּף את העשירים לפרוע בעד בניהם מקופת הקהל, ואפילו העשירים יכולים לכוּף זה את זה לפרוע שכר מלמדי תינוקות שלהם מקופת הקהל שנותנים בה גם מי שאין לו בנים, כי כן היתה עיקר תקנת חכמים להושיב מלמדי תינוקות בכל עיר ועיר בין גדולה בין קטנה, ולהטיל שכר מלמדי כל התינוקות שבעיר בין עשירים בין עניים על כל הקהל שבעיר כל אחד כפי השגת ידו אפילו מי שאין לו בנים כשאר נתינת הקהל [= מסי הקהל] שהן לפי ממון

דאס ברענג איך אראפ פונעם שו״ע הגר״ז וואס פסק׳ט קלאר אז דער ציבור איז נישט מחויב פאר א יש לו

טאקע א קאמפליצירטע שאלה, אין הלכה..אבער אין פראקטיק נאך גרעסער.

אויב דער מענטש האט א מהלך זיך צו שלאגן און איבערגעבן לשלטונות יעדעם מיט וועם ער האט אפיר, איז ער דאך א סכנה, און שטעלט אין געפאר יעדן מיט וועם ער האט דאס מינדעסטע באוועגונג, נא וואס זאגט איר ר׳ יענקל,

זייט אויפריכטיג, איר וואלט געוואלט שטיין מיט אזא איינעם אין ווארט??

איי וואס זיינען די קינדער שולדיג?

וואס זענען קינדער מיט יענע מעשה שולדיג?

וואס זענען קינדער פון צובראכענע שטיבער שולדיג אין זייער שוקזאל?

ליידער זענען זיינע קינדער קרבנות צו זייער טאטענס ווילדע פיראכטץ, און זיי זענען אין א ביטערן סיטואציע, נעבעך

תקנת ר׳ יהושע בן גמלא פאדערט קלאר נישט אז די ציבור, שטאט, קהלה מוז ליידן ווייטגרייכענדע קאנסעקווענצן אבי צו זעהן די לעכטיגע קינדערלעך מחונך

איך וויל אייך פרעגן טעארעטיש, נישט קיין דמיון אבער אויף אילוסטראציע איז עס גענוג גוט. וואס האלט איר אין אזא פאל....א טאטע א משומד, א פוקר עול תורה ומצוות און האלט די קינדער ביי זיך אין שטוב און איז מחלל שבת מיט זיי וועכענטליך, איז שייך מחייב צו זיין א קהלה אריינצונעמען די קינדערלעך אין א ת״ת בלויז מכח ר׳ יהושע בן גמלא....

די שאלה גרעניצט זיך אוודאי אויך מיט חיוב ערבות, ומסתעף לחיוב קירוב רחוקים און נאך אסאך...

אבער נאך אלעם האלט עס נישט אויס פראקטיש! און דאס איז לכאורה די פארלעגנהייט אין וועלכע אלע מוסדות׳ן געפונען זיך

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:36 am

· #74010
[ציטאט אראפגענומען]


די רוסקי אין בורו פארק וואס האט פארדינגן א דירה׳לע פאר פרידמאן ובני ביתו היקרים השם עליהם יחיו, אויף פינת 13 און 39 , און דער האט קיין רויטן גרייצער נישט באצאלט.

זאת ועוד, קלאגט ער אים נאך מיט מאלעסטן זיינע שעפעלעך.

זאת ועוד, האט ער פארארבעט מעשים מיט אלע היימישע יידישע איינוואינער פונעם בנין כל מיני אופנים, אז קיינער זאל נישט צאלן, און מען וועט אזוי ארום געווינען אינאיינעם אין געריכט דורך קרומע צודרייטע וועגן, און אסאך האבן מיטגעארבייט מיט זיינע קאפריזן און פשוט בא׳גזל׳ט דעם רוסקי ביז דער גוי האט זיי גענומען אין געריכט....דאן האבן זיי זיך געכאפט אין וואסארא פאסטקע דער אויסווארף האט זיי אריינגעשלעפט, און זיי האבן תיכף זעך מפשר געוועהן...און דער אוממענטש איז אנטלאפן צו די בעלגישע מוסדות.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:30 am

· #74044
דאס איז נאר איינע פון די צענדליגע מעשה גניבה ומירמה וואס דער פארשוין האט אפגעטוהן און טוהט ווייטער אפ, ער איז נישט מסוגל צו האנדלן גראד, פרעגט נאר סיי ווער עס האט נאר אמאל געהאט א שייכות מיט עם פגיעתו רעה במלוא מובן המילה.

אז דו רעדסט פון דירות, זיין ווייב איז איינע פון 8 קינדער, פאראיאר ווען זיין טאטע איז אוועק און זיין שוויגער האט זיך אוועקגעצויגן האט ער זיך איין שיינעם טאג אריינגעצויגען אין איר דירה און געטענהנט כולה שלי און רעד צום דופן, די איבריגע געשוויסטער (וואס קיינע פון זיי זענן נישט קיין פארמעגליכע) האבן זיך געבעטן ביי עם אז זיי האבן א קונה און לפנים משורת הדין געבן זיי עם א אכטל פון די געלט, כמובן אז ער האט זיך אויסגעלאכט, אזויפיל האט ער זיי יא באצאלט פאר די בחינם'דיגע דירה מיט א קוארט קעיס ווי ער האט פראבירט צו גנבנן די דירה פאר זיך (איך האב אליינס געזעהן די פאפירן ). ווען זיי זענן ענדליך פטור געוורן פון עם האט ער זיך אריינגעצויגן צו א בוכארישע איד ווי ער האט נאכנישט געצאלט קיין פרוטה רענט און נישט טעקס/וואסער/לעקטער (יעדער קען אליינס אנרופן דעם איד וואס האט זיכער נישט קיין שייכות מיט קיין פאליטיק) וואס יא כדרכו האט ער עם שוין אנגעזאטעלט מיט א קוארט קעיס און יענער שעלט דעם טאג וואס ער האט עם אנגעטראפן.
בלאט: 1 2 3