☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » משה ארי' פריעדמאן והמסתעף

משה ארי' פריעדמאן והמסתעף

134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2630
בלאט: 1 2 3

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:25 am

· #74058
לויט ווי איך הער, האט ער א חשבון, אז בעלזא וועט דאך אוודאי נישט וועלען האלטן די זכרים אין זייער מיידעל איינשטאלט, און בעלזא וועט זיי אריבער לייגען אין חדר.

איך ווייס נישט פארוואס מ'האט אזוי רחמנות אויף זיינע קינדער? זענען נישט דא גענוג חדרים אין איראן?
א מוסדות איז א פריוואטע זאך, דער בעל-הבית מעג טוהן וואס ער וויל.

אולי יגרום הלחץ הזה שאשתו תתגרש, והילדים ישארו אצלה, ואז תהיה אם הבנים שמחה. און ער וועט זיך אויפרייסען אין א באמבע.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:57 pm

· #74088
פון דא. באמערקט ווי דער נבילה האלט א קוראן צו געפעלן די בעלגישע מוסלעמענר.

דאס איז א באשראבונג פון די בארימטע אנטווערפענע צייטונג למען תדע פרייטאג ט"ו טבת תשע"ג.

ווי געזאגט איז די פרשה פון דעם "אויסלענדער" ארויס פון די האנד פון די חינוך מוסדות און איז פארוואנדעלט געווארען אין א שטעטישע פרשה. די גאנצע שטאט פאלגט מיט די אנטוויקלונגען אויף דעם פראנט, ווייל עס איז טאקע געווארען א פראנט, א פראנט צווישען דעם גאנצען כלל ישראל קעגען א'ן "אויסלענדער" וועלכער האט זיך צוקושט מיט המן אין פערסיע און וועלכער מען האט ארויסגעווארפען פון די גאנצע יידישע געמיינשאפט.

דאס ארויס ווארפען איהם איז נישט אומזיסט. מען וואלט געדארפט האבען א'ן היסטאריקער וועלכער זאל זיך נעמען און אפשרייבען אללע זיינע "מעשים טובים". די פרשה מיט היידער דער עסטרייכישען פרא-נאצי , מיט די יידישע שוהלע אין וויען, מיט די פארשיעדענע מאניפעסטאציעס און האס-קאמפאניעס קעגען כלל ישראל, מיט די דרשות אין א מיקראפאן אין סאמע שבת, מיט די קלעפ וואס ער האט געכאפט פון אנפירער פון זק"א אין אוישוויץ, מיט'ן פארכאפען פון צוויי ספרי תורה אין וויען, מיט'ן אפארטעמענט פון גלאנץ )כתב סירוב(, מיט דעם צוקריגען זיך מיט זיינע עלטערען, מיט די צרות און די קלעפ וואס די פרוי האט געכאפט, מיט די באטייליקונג ביי די איראנישע קאנגרעסען פון די נעגאציאניסטען, מיט די קלאגע פון די פאליציי אין אמעריקע וועגען א טשעק פון א געוויסען פריעדמאן, מיט דאס פארכאפען א דירה )פון זיין שוויגער( אין אנטווערפען, מיט דעם דירה געלט פון חדאד, מיט טשעקען אין ישיבת מיר, און נאך א גאנצע שורה אנדערע פרשיות.

יעצט פריווט ער דא אויך צו צוברעכען די יידישע מוסדות און אללע מיטלען זענען צו דעם גוט. ער לעבט מיט א קאמפלעקס און ווי מעהר מען רעדט פון איהם, מעהר פיהלט ער זיך וויכטיק. .

אין וויען האט די שוהלע אויך קודם פארלוירען און זיי האבען איהם געמוזט באצאהלען א שטראף פון איבער 3 מיליאן איירא. צום סוף איז ער פון דארט אנטלאפען מיט די נאז אראפ און נישט באקומען קיין איין איירא.

די רעדאקציע פון "למען תדע" ווערט כסדר פארפלייצט מיט פראגען: וואס הערט מען נייעס ? וואס טוהט מען יעצט ? וויאזוי דארף מען רעאגירען קעגען די מעשה נבלה פון דעם אויסלענדער ? די פרשה מיט די "בנות ירושלים" גייט יעצט ווייטער. עס איז שוין נישט מעהר קיין "בעלזער זאך". דאס איז יעצט געווארען א שטאט-אנגעלעגענהייט און דאס איז נאך נישט געענדיגט. די גאנצע שטאט פאלגט מיט די אנטוויקלונגען אויף דעם פראנט, ווייל עס איז טאקע געווארען א פראנט, א פראנט ווי עס פאדערט זיך געדולד.

עס שיינט אז די בעלזער מוסדות נעמען אויף דעם פראבלעם זעהר ערנסט און האבען שוין איינגערייכט א רעקורס ביים הויכען געריכט. זיי ווייסען אז זיי זענען נישט אלליין, אז די גאנצע שטאט איז מיט זיי און אז אפילו דער כלל ישראל האט אמאהל פארלוירען איין קאמפף, האט דער כלל ישראל נאך נישט פארלוירען דעם גאנצען קריג.

DotCom » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 4:35 pm

· #74123
אחרי שובי נחמתי אז אלע מוסדות האבן א התחייבות צו אלע זייערע תלמידים אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, ליידער ווערן די קינדערלעך גענוצט אלס א שטעקן און די מוסדות זענען מחויב צו שטיין ווייט פון זיי.

אבער די רשעות וואס ווערט געטהון דורך גאס מענטשן צו די בני משפחה איז א אכזריות שאין דוגמתו, לעצטע וואך שבת האט מען ארויסגעטראסקעט זיין ווייב און טאכטער פון דעעש'ער שול, זיין בחור פון א בית חב"ד, און גארנישט מען הערט נישט קיין שום מחאה פון די קהילה.

לעמאן דזשוס » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 4:44 pm

· #74125
דאטקאם, איך גראטוליר דיך, כ׳אב נאר נאך איין פראגע; וואס זענען די בני דתן ואבירם געוועהן שולדיג אז זיי האבן פארדינט אזא טאטן?

און און בן פלת׳נס פרוי איז געלונגן מיט אביסל בינה יתירה צו שטעלן דעם מאן אין פלאץ...נא, אז מען וויל שטארק העלפט דער רבוש״ע, דער ק-ל פודה מכל צר וצורר

מאיר_וואלף » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 6:28 pm

· #74147
עס איז אן אנגענומענע מהלך היינט-צוטאג, יענם אנצולערנען און צו צופיקסען, קען זיין מיט אים קען מען שוין היינט-צוטאג נישט דורכקומען אפילו מען זאל שוין יא וועלען,
אבער ווער עס קען די היסטאריע ווען ער איז געווען א קינד, וואס דעמאלס איז אויך געווען א מצוה אנצולערנען און צו צופיקסען, וד"ל.
איך געדענק, עס איז געווען בערך פאר 25 יאר צוריק, איך האב מיט אים דעמאלס געכאפט א שמועס, ער איז געווען זייער אנגעווייטאגט אויף דעם, אז מען האט ב'עוול'ט זיין פאמיליע, וכו' און ער האט געשווירען נקמה,
ווער ווייסט וואס זיינע קינדער וועלען טון ווען זיי וועלען זיין עלטער

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 6:48 pm

· #74151
יישר כח ר' מאיר וואלף פאר דיין אינפארמאציע.
דאס פארענטפערט אביסל מיין פליאה ווי אזוי ביי אונז קען אויסוואקסן אזא אוממענטש.

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:05 am

· #74263
איך האלט שוין יארן מיט דא אויף קאווע שטיבל, איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגנט דא א ויכוח מיט אזויפיל שקרים מיט באבע מאאסעס וואס איך ווייס קלאר אז עס איז נישט געשטויגען אין נישט געפלויגען. איך קען די פרשה מיט אסאך אינסייד אינפארמעישן.

כדי דער עולם זאל זיך קענען שנעל איבערצייגן, וועל איך דא ארויפשטעלן איין פאקט אז משה ארי׳ פרעדמאן האט געוואינט דא אין אמעריקע בערך 3 יאר אין די קידערלעך האבן געלערנט אין פארשידענע מוסדות (קיין איינס נישט אין סאטמער!!!)און זענען געווען די בעסטע קינדער, עס איז בפירוש געווען זייער א גיטע רילעישענשיעפ קשר צווישן משה אריה פריעדמאן אין אלע מוסדות אין עס איז נישט געווען אפילו נישט די קלענסטע פראבלעם!
די מוסדות זענען:

1) בית שרה סקול אין בארא פארק
6101 16th avenue
Brooklyn NY 11219
Tel: 1 718 871 7878

2) תלמוד תורה תפארת מרדכי שלמה באיאן, בארא פארק.
1205 44th street
Brooklyn NY 11219
Tel: 1 718 435 6060

3) תלמוד תורה חב׳׳ד ליובאוויטש
ברוקלין ניו יארק.

משה ארי׳ פרידמן איז א זון פין אברהם חיים אין נעפיו פין משה גבאי.

די שרעקליכע מעשה וואס איז מפורסם אין Failedmessiah אז זיין טאטע אין משפחה שטייט אינטער די גאנצע פרשה פין טשעפענען די קינדער, איז ליידער אמת אין טיט זייער וויי. אויך אין וויען.....
וויען איז געווען נאר נאך אירן אין נאכ׳ן ארויסווארפן.

אין אנטוורפען האבן די רבנים געהייסען גלייך נעמען, אין נאכן זיך מכניע זיין אין בעטן זיך ברחמים ותחנונים חדשים לאנג ביי די מוסדות, האט זיך אנגעהויבן די פרשה.

די סאטמארע אין אנטוורפען זענען די עיקר קעגן נעמען די קינדער פין משה ארי׳ פריעדמאן אנווערפען,דער שופט רעדט פין דעם אין פסק! עס איז אויך נישט צי פארשטיין אז אין געריכט האט בעלזא פראבירט מצדיק צי זיין זייער נישט נעמען קינדער מיט א בריוו סירוב פין איצה גליק התאחדות, בעלזא אין זייער רעבע זענען דאך אין חרם פון סאטמאר אין התאחדות, עדה החרדית וכו׳ א פארקערטע משוגענע וועלט!!!!!!!!

דא איז א לינק

<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2012/12/former-neturei-karta-leader-wins-court-case-against-belgian-hasidic-school-234.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-234.html</a>

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:19 am

· #74271
להוי ידוע אז היימיש גייט ארום אויף אלע וועבזייטלעך און איז מפיץ שקרים ובדותות לטשטש העובדות. זעהט די לעכערליכע סטיעטמענט "איך האלט שוין יארן מיט דא אויף קאווע שטיבל".

נאר כדי להעמיד דברים על דיוקם, זאל דער עולם וויסן אז פריעדמאן איז א מומחה עצום להמיד פני מסכן ונרדף און ווען עס פעלט אויס נוצט ער זיין ווייב און קינדער דערפאר, ער ניצט עס גוט אויס ווען ער דארף צאלן די פרייז פאר אלע זיינע גניבות און שגץ שטיק . אדרבה פרעגט אייך אביסל נאך ביי אלע זיינע קורבנות סיי ווי ער האט נאר געוואוינט.

DotCom » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:58 am

· #74286
היימיש
איך האלט שוין יארן מיט דא אויף קאווע שטיבל,

לאל, עס איז שוין 2013 מ'קען שוין זאגן יארן... נישט אזוי? אלנפאלס, so far איז עס די "סטעיטמענט אויף די יאר".

שלום עליכם רב היימיש! איך זוך שוין לאנג איינעם מיט אינסייד אינפארמאציע, קודם ענטפערט דעם "אנאנים" און דערנאך האב איך אויך עפעס צופרעגן.

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:08 am

· #74288
אנאנים - עליכם השלום

לגבי גלאנץ איז עס אזוי ווי ס׳שטייט אין Failedmessiah און דא איז דא נאך א אינטערעסאנטע לינק:

<a class="postlink" href="http://skup.co.il/?p=1150">http://skup.co.il/?p=1150</a>

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:22 am

· #74291
היימיש איך וויל דיר נישט געבן א געלעגענהייט צו פארקויפן דיינע שקרים, אבער ענפער מיר נאר א קלייניקייט, פארוואס האלט משה אריה א קוראן בשעת די אינטערוויו מיט די בעלגישע טעלעוויזיע? האט משה אריה באצאלט א פרוטה רענט פאר חדאד זייט ער וואוינט ביי עם?

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:40 am

· #74294
איך אויך - איך בין א פארנומענער מענטש און איך בין נישט קיין ספאקסמען פאר קיינעם, איך קען נאר רעדן פון פאקטן און איך קען נישט ענטפערן אויף קיין נארישקייטן און באבעמייסעס און דו ווייסט גאנץ גוט אז די קוראן איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגען.

מאיר_וואלף » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:50 am

· #74296
היימיש


משה ארי׳ פרידמן איז א זון פין אברהם חיים אין נעפיו פין משה גבאי.

די שרעקליכע מעשה וואס איז מפורסם אין Failedmessiah אז זיין טאטע אין משפחה שטייט אינטער די גאנצע פרשה פין טשעפענען די קינדער, איז ליידער אמת אין טיט זייער וויי. אויך אין וויען.....
וויען איז געווען נאר נאך אירן אין נאכ׳ן ארויסווארפן.

<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2012/12/former-neturei-karta-leader-wins-court-case-against-belgian-hasidic-school-234.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... l-234.html</a>


טאקע א גרויסע ווייטאג,
אבער, מיט וועם קומט ער זיך יא דורך?

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:55 am

· #74300
העי היימיש ווער מיר נישט פלוצלינג א פארנומענע מענטש, עטנפער וואס מען פרעגט דיר אדער גיי דיר צו אלע רוחות!

טעפל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:56 am

· #74301
היימיש
איך אויך - איך בין א פארנומענער מענטש און איך בין נישט קיין ספאקסמען פאר קיינעם, איך קען נאר רעדן פון פאקטן און איך קען נישט ענטפערן אויף קיין נארישקייטן און באבעמייסעס און דו ווייסט גאנץ גוט אז די קוראן איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגען.

אזוי???
📎 פרידמן.JPG

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:57 am

· #74303
איך אויך - אפשר זאגט איר מיך ווי שטייט אויפן ביכל קוראן?

טעפל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:58 am

· #74304
נאך א בילד
📎 פרידמן 2.JPG

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:58 am

· #74305
וואס איז מיט די רענט פאר חאדד?

DotCom » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:04 pm

· #74307
היימיש
איך אויך - אפשר זאגט איר מיך ווי שטייט אויפן ביכל קוראן?

וועלכעס ביכל איז עס יא?

דא איז די ווידעאו דערפון.

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:08 pm

· #74311
איך אויך - איך ווייס נישט יא צו ניין איך ווייס אויך נישט וואס דו ווילסט מיט דעם ארויסברענגען, איך ווייס נאר אזויפיל אז עס האט זיכער נישט צו טון כי הוא זה מיט די קינדער און מיט די מוסדות. וואס איך ווייס אבער יא קלאר אז גאר א גרויסע ציבור ביי אונז היימישע יודן, אויסער וואס מען באקומט סעקשאן 8, קענען זיי נישט און באצאלן נישט קיין רענט. בנוסף איז ליידער דא פיל צו פיל עוויקשען קעיסעס פון היימישע יודן קעגן אונז היימישע יודן אין ערכעאות של עכו"ם רח"ל.

פארראכטן דורך דעם אחראי - צוליב שרייבן זאכן וואס דארפן נישט דערמאנט ווערן.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:11 pm

· #74314
נאכאמאל, ביטע ענטפער וואס מען פרעגט דיר אדער גיי דיר צו אלע רוחות!

יעצט נאך א שאלה, האט זיין תכשיטל געפעלשט טשעקס פון ישיבת מיר אין א"י ווי ער האט געמוזט אנטלויפן און יעצט דרייט ער זיך ארום אין אנטווערפן און כאפט בילדער פון אלעס וואס רוקט זיך?

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:22 pm

· #74317
לכבוד ר׳ איך אויך

איך וויל אייך זייער ענטפערן, איך קען אבער נישט יעצט, איך בעט אייך זייער זייט׳ס נישט ברוגז. א שכוח.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:28 pm

· #74320
סאררי אבער איך קען דיר גאראנטירן אז די שטיק (שקרים וועגן די פריערדיגע מוסדות, ווערן פארנומען ווען די רעדסט זיך איין עס לוינט זיך דיר, לייקענען דעם קוראן, נישט זיין משה אריה ספאקסמען ווען למעשה שרייבסטו די זעלבע שקרים אויף סיי וועלכע סייט עס רעדט פון די פרשה, דרייען א קאפ מיט סעקשן 8 אנשטאט ענטפערן זיין חדאד דירה גניבה, נישט ענטפערן צו זיין תכשיט האט געפעלשט ישיבת מיר טשעקס) וועט נישט ארבעטן דא א שאד דיין צייט!

געוואלד געשריגן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:34 pm

· #74321
It seems he couldn't find a justification for his insanity in the Torah so he found a source in the Koran.

ברוין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:53 pm

· #74325
ווען ער ענדיגט ענפערן אלעס וועלן מיר אריין פרעגן וועגן די גניבה אויף דואלל טרעוול. אבער איך בין גרייט צו ווארטן אין די ליין ביז מען קומט אן צו מיר

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:27 pm

· #74350
דער משה ארי׳ חתן דינן האט צוטריט צום טמא׳נעם אינטערנעט? דוכטזיך אז ביי די מןסולמענער איז נישט ערלויבט....

אפשר איז ער א רעבעל, און האט זיך יא אהערגע׳גנב׳ט לצורך שעה און גיבט זיך אן אלס אן ׳היימיש׳ער

הדד בן בדד » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:06 pm

· #74356
אזעלכע שטותים צו שרייבן, רוב אידן צאלן נישט קיין רענט? אויף וועלכן פלאנעט וואוינסטו. אויסער דעם, ווען משה ארי' פריעדמאן איז דא געווען אפאר יאר צוריק, האט ער געטרייט צו טרעפן דא מוסדות פאר זיינע קינדער, און מען האט מיר אויך געבעטן שתדל'ן און איך האב דעמאלס מיטגעהאלטן פוירסט הענד. די מוסדות האבן נישט געוואלט פלעין ווייל מען האט מורא געהאט פון אים. אויסדרוקליך נישט צוליב אכמעדינעדשאד, נאר ווייל מען האט געהאט אויף אים אן אוצר מיט מעשיות און יעדער האט מורא געהאט אנצופאנגען מיט אים. סאו האק נישט אין קאפ אריין.

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:16 pm

· #74363
מיין פערזענליכע מיינונג איז, אזוי וואו היימיש שטעלט זיך ארויס אלס PR פון מ"א פריעדמאן, און יעדע טענה וואס מענטשן האבן ענטפערט ער מיט א צווייטע טענה וואס גייט אריין אין די בחינה פון טענו לו בחיטין והודו לו בזכר קדשו.

היימיש טוט זייער א שלעכט שטיקל ארבעט, מיט אראפ לייגן פריעדמאן אין א פאזיטיווע ליכט, דעריבער וואלט איך אים געראטן צו רעזיגנירן פון זיין ארבעט, און אויפהערן צו דרייען ביי די צינג, א חוץ אויב ער איז זיין אייגענע PR. די עולם דא קויפט נישט אזוי שנעל לאקשן.

איך אויך » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:18 pm

· #74364
כאפסט די עסק...

ברוין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:20 pm

· #74365
ער האט מזל אז ער האט צוטין מיט אביסל היימישע אידן. ווען איינער זאל ווען מאכן א ביכל פון אלע זיינע קרימענאלע זאכן וואס דער האט שוין געטאן אין זיין לעבן וואלט מען אים איינגעזעצט פאר די רעסט אף היס לייף. און איך טרייב נישט איבער

דער האט טשעק פראוט עקסטארשען און נאך אסאך ערליי קרימענאלע זאכן

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:31 pm

· #74370
הדד בן בדד - עס איז נישט געשטויגען און נישט געפלויגען, יעדע מוסד וואס האט נישט געהאט צו טון מיט סאטמאר איז געווען גרייט אריינצונעמען, און די מעשה גייט פונקט פארקערט אז עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט גענומען טאקע וועגן סאטמאר און זיין טאטע אברהם חיים האבן פארפירט אז מען זאל נישט נעמען מיט דעם ליגנט אז עס איז דא וואס מורא צו האבן.

אדרבה זאל איינער פון ענק מיך זאגן וואס א מוסד דארף מורא האבן? זאל איינער מיך זאגן קאנקריט וועלכע פראבלעם פונקטליך האט איינער פון די מוסדות געהאט ווי די קינדער האבן געלערנט? וועלכע פראבלעם האט בית שרה למשל היינט אדער בעפאר מיט דעם אז די קינדער האבן דארט געלערנט? און אזוי אויך חב״ד און באיאן? עס איז אלעס שטותים און הבלים און אויסגעטראכטע ליגנטס! פארדרייטס נישט קיין קאפ מיט קיין רענט און אנדערע שטותים וואס האט גארנישט מיט קיין מוסד א געשעפט.

מאיר_וואלף » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:54 pm

· #74373
מסכים עס איז זיין טאטע,
האט ער איין גוטע פריינד וואס זאל זיך פאר אום אננעמען

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:11 pm

· #74376
מאיר_וואלף
האט ער איין גוטע פריינד וואס זאל זיך פאר אום אננעמען


יא, אין ניו יארק איז געווען ידוע אז ער איז גוט מיט אסאך פון די גדולי ישראל און אין אנטווערפן האבן אויך אלע רבנים געהייסן די מוסדות אריין נעמען אבער די מוסדות האבן זיך אנגעפיפן.

א חלק איז געווען אויך מפורסם אז ער איז גוט מיט ר׳ לייבוש פשעווארסקער רבי שליט״א און אנדערע. דא האט איר א לינק:

<a class="postlink" href="http://www.kikarhashabat.co.il/1410.html">http://www.kikarhashabat.co.il/1410.html</a>

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2641962&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:27 pm

· #74382
א מקור אז די רבנים אין אנטווערפן, האבן געהייסן ארייננעמען די קינדער אין די מוסדות איז דא?, דאס אז ער איז געגאנגען נעמען א ברכה פון פשעווארסקער רבי, אשרי לו ואשרי חלקו, ס'מיינט נישט אז איינער נעמט זיך אן פאר אים.

אגב אין קיין איין לינק שטייט נישט אז ער איז גוט מיט פשעווארסקער רבי, ס'שטייט דארט ער האט אים אויפגענומען ווארעם, אבער גוט מיט אים, און א רבי אויפנעמען א מענטש ווארעם איז צוויי אנדערע זאכן.

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:43 pm

· #74391
עוד מישהו
א מקור אז די רבנים אין אנטווערפן, האבן געהייסן ארייננעמען די קינדער אין די מוסדות איז דא?


עס איז דא מער ווי א מקור, איך האב ווייטער מברר געווען און אין אנטווערפן ווייסט מען וואס די רבנים און רב שיף האבן געזאגט, און עס איז דא מער ווי א באווייז, פרעגט׳ס אייך נאך אין אנטווערפען און מען וועט אייך נישט זאגן אנדערש. צו די פאסיגע געלעגנהייט האף איך ארויף צו לייגן מער באווייזן.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:49 pm

· #74396
איך אויך
העי היימיש ווער מיר נישט פלוצלינג א פארנומענע מענטש, עטנפער וואס מען פרעגט דיר אדער גיי דיר צו אלע רוחות!


איך אויך
נאכאמאל, ביטע ענטפער וואס מען פרעגט דיר אדער גיי דיר צו אלע רוחות!


א דערמאנונג ביטע! האלט זיך קיהל
מיר זענען זיך נישט נוהג צו שיקן אנדערע צו סיי וועלכע רוחות.
אויב גייט מען צו די רוחות איז עס אויפן אייגענעם אחריות!

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:54 pm

· #74399
היימיש, דו ווילסט דעפענדען פריעדמאן געזונטערהייט, דא פארלאנגען אלע "פראף"!!!, איך בין נישט אינטערסירט זיך נאכצופרעגן צו הערן גוטס, זיינע מעשים זענען זיינע בעסטע עדות, די ווילסט זיך שלאגן מיט משה ארי'ס מעשים דארפסטו געבן פראף, אז די מעשים וואס ער האט געטון איז נישט אמת!!!

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:23 pm

· #74409
עוד מישהו - דער עניין האט גארנישט צוטין מיט משה ארי׳ס מעשים צו ער האט יא געטון צו נישט און אזוי ווי איר האט געזאגט דא פארלאנגט מען ׳פראף׳, איז ממילא דארף מען די זעלבע פראף אויף יא ווי אויף נישט.

די עניין דא רעדט זיך וועגן די קינדער וואס זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מעשים פון די טאטע און אזוי האבן אויך די רבנים אין אנטווערפן געזאגט אז די קינדער דארפן בשום אופן נישט ליידן וועגן די טאטע, און איבער דעים גייט די גאנצע עניין דא.

אלע אנדערע שטותים ווי רענט, טשעקס אאז.וו. גיי איך אפילו נישט אריין ווייל ס׳האט זיכער נישט צו טון כי הוא זה מיט קיין מוסד און מיט קינדער. דער וואס ברענגט אויף דעי נארישקייטן מאכט פשוט חוזק פון זיך אליינ׳ס, דעיס איז אלעס גוט אויף צו פארדרייען א קאפ, (אויף אזעלכע זאכן קען מען ארויסווארפן 90% אויב נישט מער פון די קינדער פון אללע מוסדות אין די גאנצע וועלט).

DotCom » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:38 pm

· #74413
די נקודה פון די אלע ארומיגע מעשיות איז איין זאך, אז דער משה ארי' איז מעשיו מרובה מחכמתו, ער וועט טהון סיי וואס עס פאלט אים ביי אהן טראכטן די רעזולטאטן, אמאל איז עס פארן קיין איראן אמאל מסירה און אמאל גניבה, יעצט וויזוי וויל ער א מוסד זאל אנעמען זיינע קינדער ווען ער האט נישט קיין פראבלעם מארגן צוצומאכן דעם מוסד מיט 5000 קינדער? פארוואס זאל אים איינער אננמען ווען ער צאלט לכתחילה נישט קיין שכר לימוד? א מוסד האט אן אחריות אויף זייערע תלמידים ותלמידות, זיי טארן נישט צולאזן אז זייער מוסד זאל פארמאכט ווערן אפילו אויף 5 מינוט ממילא מעגן זיי נישט אננעמען די קינדער, פעריאד.

DotCom » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:42 pm

· #74416
היימיש
עוד מישהו - דער עניין האט גארנישט צוטין מיט משה ארי׳ס מעשים צו ער האט יא געטון צו נישט און אזוי ווי איר האט געזאגט דא פארלאנגט מען ׳פראף׳, איז ממילא דארף מען די זעלבע פראף אויף יא ווי אויף נישט.

אמת, די שאלה איז נאר ווער איז דער מוציא, המוציא מחבירו עלי הראי', ווען ער וועט פירן מוסדות וועט ער קענען פארלאנגען פראף.

נפתלי » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:45 pm

· #74417
היימיש
אדרבה זאל איינער פון ענק מיך זאגן וואס א מוסד דארף מורא האבן?

איך קען דיר נישט זאגן, ווייל מיין מח ארבעט ב"ה נישט אויף די זעלבע פריקווענסי ווי משה ארי'ס, ממילא קען איך נישט דערטראכטן וואס ס'קען אים אלץ בייפאלן,
אבער נישט איך און נישט דו (ווען דו האסט ווען נישט קיין פריוואטע נגיעות) וואלטן געוואלט האבן סיי וועלכע משא ומתן מיט א מענטש וואס האט אזא היסטאריע, און די בעלזע מוסדות איז נישט אנדערש.

מאיר_וואלף » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:59 pm

· #74420
איך האלט נישט אז די וועג זיך אומצוגיין מיט אים, איז מלחמה,
אבער פון די נדערע זייט שטעל אים נישט אהער ווי מען האט זיך אומזיסט פארטשעפעט אין אים,
לויט מיין אינפארמאציע, ווילען די 'היימישע' וואס זענען געפארען אויף איראן, אויך נישט שטיין מיט אום אין ווארט

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:02 pm

· #74424
דאטקאם- אזויפיל נארישקייטן האב איך שוין לאנג נישט געליינט. קודם ענטפער מיר אויף אללע קושיות וואס איך האב פריער געפרעגט.

לעצם העניין, עולם הפוך ראיתי די מוסדות האלטן פארן צומאכן פארן נישט נעמען און אללע מוסדות וואס האבן אריינגענומען גייען אן לשם ולתפארת.

עס איז קלאר ווי די טאג אז משה ארי׳ פריעדמאן איז געבוירן געווארן ביי אזעלכע עלטערן און ער און זיינע קינדער זענען יעצט קורבנות פון זייערע משפחות באקאנט אלס וועלט׳ס משוגעים, מטורפים און זיי זענען אויך דעיע וואס שטייען אונטער אללעם אויך אין אנטווערפען (די עולם דא ווייסט גאנץ גוט פון וואס ס׳רעדט זיך). און איך ווייס אויך אז די וויענער רייסן זיך די האר פון קאפ אויפ׳ן טאג זיי זענען געקומען אין קאנטעקט מיט זיי און זיך אריינגעלאזט אין דעי סארט אילוזיעס און נאנסענס און ליגענטס וואס דאטקאם און די אנדערע אויבן האבן דא געשריבן. זיי האבן זיך קוים געקענט ארויסזעהן פון די פלאנטער׳ס. כלל ישראל זענען אויך נישט אזעלכע בהמות און זיי וועלן מאכן יעצט א סוף צו דעים.

DotCom » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:09 pm

· #74427
היימיש
לעצם העניין, עולם הפוך ראיתי די מוסדות האלטן פארן צומאכן פארן נישט נעמען און אללע מוסדות וואס האבן אריינגענומען גייען אן לשם ולתפארת.

ווערן אויס סובסידירט הייסט נישט פארמאכט דעם מוסד, העכסטענס וועט זיין נאך א יערליכע אפיעל, אבער עס פעלט נישט קיין וועגן וויאזוי יא צוצומאכן און דאס קען ער טהון נאר ווען די קינדער זענען אינעווייניג, און דאס מוזן די מוסדות פארמיידן.

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:21 pm

· #74432
דאטקאם - אין קץ לדברי רוח!

מאיר_וואלף » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:29 pm

· #74435
היימיש


עס איז קלאר ווי די טאג אז משה ארי׳ פריעדמאן איז געבוירן געווארן ביי אזעלכע עלטערן און ער און זיינע קינדער זענען יעצט קורבנות פון זייערע משפחות באקאנט אלס וועלט׳ס משוגעים, מטורפים און זיי זענען אויך דעיע וואס שטייען אונטער אללעם אויך אין אנטווערפען (די עולם דא ווייסט גאנץ גוט פון וואס ס׳רעדט זיך).


און ער איז באקאנט אלץ?

ברוין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:55 pm

· #74447
היימיש אויב ביסטו משה ארי אדער דו ביסט גוט מיט אים פרעג אים נאר פארוואס זיין פאטער איז געווען אין אנטווערפן א האלבע יאר צוריק. רעד דיך נישט איין אז דו קענסט אונז פארדרייען מיט פאקטן מיר ווייסן אביסל צו סך

היימיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:19 pm

· #74460
DotCom
היימיש
לעצם העניין, עולם הפוך ראיתי די מוסדות האלטן פארן צומאכן פארן נישט נעמען און אללע מוסדות וואס האבן אריינגענומען גייען אן לשם ולתפארת.

ווערן אויס סובסידירט הייסט נישט פארמאכט דעם מוסד, העכסטענס וועט זיין נאך א יערליכע אפיעל


אונז געדענק מיר נאך אלע זייער גוט ענקערע סטראשונגען קעגען בעלזא אז טאמער וועלען זיי זיך נישט פארלאזען אויף ענקערע הבטחות שווא מיט ענקערע אפיעלס פאר זייערע מוסדות אין זיי וועלען דאך אנהייבן נעמען געלט פון רעגירונג אין א׳׳י וועט מען זיי לייגען אין חרם ועוד כהנה וכהנה, זיי האבן טאקע נישט געקענט אויסהאלטן מער און געהאלטען פארן אינטערגיין, האבן טאקע אנגעהויבן צי נעמען געלט, און זיך מיט דעם געראטעוועט. עטץ האטץ טאקע ארויף געלייגט א חרם ועוד, און בעלזא וואקסט און בליעט זייט דעמאלס לשם ולתפארת!

עטץ האטץ ציגעזאגט אויסציהאלטען די מוסדות סלאנים לעצטנס, ווען עס איז געקימען דערצו מיט גרויסע צרות אין קנסות האט עטץ מיט אלע ענקערע הבטחות און אפיעלס ניטאמאהל געקענט אויסצאלען די קליינע ביסעלע קנסות.

זענט עטץ שוין למשל פערטיג מיט די קאסטען למשל פאר: גלאנץ/וועבערמאן/UTA & CO?

בעלזער רב איז מן הסתם איינע פין די לעצטע וואס עטץ וועטץ קענען אריינפירן אין באד אריין.

אויך ווען ענק וועלען מסכים זיין (וואס ענק טוען אויך) זיך וואשן ענקערע שווארצע און בלוטיגע געלטער דורך בעלזא, וועט אויך גארנישט העלפן, עס קען נאר העכסטענס אזוי פיל אויפטוהן אז זיי וועלן מיטגיין מיט ענק זיצן אין תפיסה ח׳׳ו.

DotCom » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:35 pm

· #74464
להבהרה בעלמא פאר עס פארשטייט נישט די לעצטע תגובה פון היימיש: "היימיש" ענד קא. זענען קאנווינסד אז סאטמאר-וויליאמסבורג שטייט דא אונטער בעלזא-אנטווערפען (וכל שאר מוסדות דשם) מיט'ן נישט וועלן אננמען די קינדער, ממילא ווען מ'רעדט פון אפיעל מיינט ער אז סאטמאר וועט מאכן, יעצט ליינט איבער די לעצטע תגובה פון היימיש און איר וועט מעגליך פארשטיין.

נאך אזאך וואס איך בין לעצטענ'ס געוואויר געווארן פון די לינק וואס "היימיש" האט פריער געברענגט, אז די גאנצע מחלוקה צווישן ר' אהרן און ר' זלמן לייב שטאמט אריגינעל פון די שלום בית מחלוקה פון משה ארי'ס טאטע און מאמע, ר' אהרן האט געהאלטן מיט די מאמע און ר' זלמן לייב מיט די טאטע, און פון דארט און ווייטער האט זיך די מחלוקה צופלארקערט ביז ווי מ'האלט היינט.

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 7:47 pm

· #74465
אשפ"ג.
בלאט: 1 2 3