☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » דער פידל

דער פידל

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2581

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:17 am

· #63621
דער פידל
אפגעטיילט פון דא

כ'ווייס עס נישט וואו צולייגן

חאצקל » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 2:21 am

· #63631
זיצט זיך א אידעלע, מיט זיין פידעלע...

דער פידעלע איז אזוי אריין אין אידישן פאלקלאר אין מזרח אייראפע נישט נאר וועגן דעם גראם וואס עס גראם'ט מיט אידעלע, נאר וויבאלד עס איז זייער א סך גענוצט געווארן אין דער אלטער היים דונענדיג אלס הויפט פאלקס און קלאסישער כלי צוגלייך, האבן זיך נאטורליך אויך אידן צוגעכאפט דערצו, און מיט זיין איידעלער קול וואס צעגיסט זיך אין די ביינער האט זיך גיט אפגעשפילט די הארציגע און פרייליכע מעלאדיעס פונעם גלות'דיגן אידל.

עס איז א פאלקס רעטאריק אז דוד המלך האט געשפילט מיט א פידעלע, אבער פאר ווער ס'איז באקאנט וויאזוי אונזער היינטיגער פידל האט זיך אנטוויקלט ווייסט אז דער תמימות'דיגער פארצייטישער פידעלע איז א גאר מאדערנער כלי מיט גאר פארגעשריטענע טעכניקן, און איז אין איר היינטיגער פארום אלט נישט מער ווי דריי הונדערט און פופציג יאר, (דער שטעקן [בויגן\סמיטשיק] איז אריין געקומען מיט אפאר הונדערט יאר פריער). אזוי פיל יא, דער פידל אזוי ווי ס'איז היינט איז אן אנטוויקלונג פון די אמאליגע סטרינעס (סטרינגס) כלים וו.צ.ב. א הארף וכדו' וואס איינע פון די אמליגע סטרינעס כלים איז געווען א כינור.

דער פידעלע האט זוכה געווען צו וואס קיין איינע פון די אנדערע כלים האבן נישט זוכה געווען, דער באציאונג דערצו איז נישט ווי צו סתם א אביעקט אדער מכשיר, נאר ווי צו א לעבעדיגער הארציגער באשעפעניש, חיבה יתרה נודעת לו ווי מ'רופט עס בלשון חיבה "דער פידעלע". אויך איז קענטיג די רעספעקט וואס מ'האט צום "קעניגן פון די אינסטרומענטן" ווי עס ווערט גלייכצייטוג פאררעכנט אלץ די "מאמע פון די אינסטרומענטן". א שטוב וואו ס'געפונט זיך א פידל באקומט אן ערך פון א מקום פון מחשבה טיפזיניגקייט פילאזאפיע קונסט און קלאס וואס דאס אלעס טוט טאקע דער פידל סימבאליזירן. און ווירקליך, די וועלט פון פידל איז א וועלט פון קלאס און ערהאבנקייט, מלא חשיבות, און מלא נגינה און טיפזיניגקייט.

אט דאס אלעס האט זי פארדינט נישט סתם אזוי, נאר מיט רעכט, ווען מ'רעדט נאר פון א פידל ווערט דאס הארץ איבערגעפלייצט מיט נגינה, מ'גייט אריין אין אן אנדער וועלט. דער טעכניק פון פידל האט דערגרייכט גאר גאר ווייט, אזש די מתרי הכנור רירן צו צו די מתרי הנשמה, מיטן פידל קען מען ארויס ברענגען הויכע און טיפע חלקי נגינה וואס דערהייבט א מענטשן צו העכערע ספערן פון קלאס און אינטעליגענציע און צומאל אויך צו ערהאבענע מעדיטאציע.

איך האף אי"ה אין אן אנדערער געלעגנהייט ממשיך צו זיין בהרחבה, דערווייל קענט איר ארויס ברענגען וואס איר האט צו זאגן איבערן פידל און איבער פידלערס אמאל (צוגיינער) און הייינט, אריין גערעכנט פארשטייט זיך די פידלערס אויף אונזערע אלבום'ס.

חאצקל » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 11:17 pm

· #65036
נו, ביטע לאזט נישט שלאפן דעם אשכול זאגט כאטש אריין עפעס א ווארט.

ווער זענען אייערע באליבטע פידל שפילערס (אויסער פידל קאסטראו?...)

שמייכל » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 8:31 pm

· #65400
אין פידל האב איך נישט אזוי פיל גענישטערט ווי אין אנדערע אינסטרומענטן וויבאלד דאס ווערט בלויז באנוצט ביי קלאסיקל מוזיק וועלכע קומט מיר נישט אויס אזוי אפט צו הערן, אבער דאך איז נישט מעגליך אויסצולאזן דעם וועלט באריהמטן ווייעליניסט 'איציק פערלמאן' (Itzhak Perlman) - באקאנט פארן היימישן ציבור מערסטנס צוליב זיין אלבום מיט חזן הלפגוט, אבער איז אסאך מער באקאנט אין די קלאסיקל מוזיק וועלט וואו ער ציילט זיך פון די גרעסטע פידל שפילער אין די וועלט, עס איז באקאנט די ניגון וואס ער שפילט אויף די 'שינדלערס ליסט' פילם וואו ער צונעמט ממש די געפיהלן (די צווייטע אינטראוי אויף מיכאל'ס נשמה פלאם 1 איז נאכגעמאכט פון דעם ניגון), פאר מער קוקט דא.

איציק האט פערפארעמט אלל אווער די ווארלד, ער איז שוין היינט 67 יאהר אלט און שפילט נאך אלץ אויף קלאסיקעל קאנצערטן.
איציק האט אויך געהאט א שטיקל אינטערעסע אין Jazz - ער האט ארויסגעגעבן אן אלבום Side By SIde מיט איינע פון די גרעסטע דז'עז פיאניסטן.

עס זענען למעשה דא נאך גאר גרויסע פידל שפילער פון וועמען איך האב שוין געהערט במשך פון די יאהרן אבער איך דענק נישט קיין נעמען ליידער.

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:29 am

· #65449
אלס קעניג פון די פידלער פון אלע זמנים ווערט פאררעכנט יאשע (יעקב) חפץ פון ווילנא. פון זיינע גרעסטע קאנקורענצן אין זיין צייט איז געווען דעיוויד אסטרויך. היינט ווערט איציק פערלמאן (יליד ארץ ישראל) פאררעכנט אלס גרעסטער פידלער. אויך מאקסים ווענעגראוו (פון נאוואסיבירסק - סיביר) הייסט פון די גאר גרויסע.
וואס ס'איז מערקוועדיג איז אז אזוי ווי ביי פילע אנדערע פאכן זענען אויך כמעט אלע וועלטס גרעסטע פידלער'ס אידן.

חאצקל » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:55 am

· #65456
שמייכל
אין פידל האב איך נישט אזוי פיל גענישטערט ווי אין אנדערע אינסטרומענטן וויבאלד דאס ווערט בלויז באנוצט ביי קלאסיקל מוזיק וועלכע קומט מיר נישט אויס אזוי אפט צו הערן.


פידל ווערט גראדע גענוצט נישט נאר אין קלאסיקל מוזיק, נאר אויך אין כלזמר וכדו' און אזוי ווי דו האסט דערמאנט אויך ביי דזשעז וכו'. אויך אין אונזערע אלבום'ס ווערט פידל זייער פיל גענוצט, סיי אלס סאלאו און סיי אלס א סטרינגס גרופע (משה לאופר און רובי באנעט ניצן כמעט שטענדיג סטרינגס אין די לעצטע 15 יאר. ישראל לאם האט כמעט אייביג געמאכט זיינע ארעינדזמענטס מיט פידל אדער פידלעך).
צווישן די באקאנטע טעיפ'ס וואו ס'דא פידל אלס סאלאו אדער סטרינגס, זענען: רוב קעמפ שלוה; א גרויסער חלק פון מבד'ס טעיפ'ס; א גרויסער חלק פון א. פריד'ס טעיפ'ס; רוב ירמי' דמן טעיפ'ס; אלע מתוקות טעיפ'ס; אלע רגש טעיפ'ס, און אזוי ווייטער. מ'קען זאגן אז רוב טעיפ'ס אנטהאלטן פידלעך,
די זאך איז נאר אז נישט יעדער כאפט אז דער קול פון סטרינגס אויף א טעיפ אזי א גרופע פידלעך, ווייל אנדערש ווי טראמפייטערס וואס מ'זעט ביי חתונות וועט מען אבער סטרינגס נישט זען ביי א חתונה, דערפאר שטעלט מען נישט צוזאם אז אונזערע טעיפ'ס ווערט פאקטיש באצירט מיט די פידלעך ואוס מ'זעט אויף די סיינס ביי א רבי'שע שמחה.

אויף לחיים אידן און ברודער שפילט א געוויסער גרישה (אדער גרשון) לב. דאכט זיך אז ער האט אויך ארויס געגעבן א טעיפ הכינור היהודי. דער סטרינגס ארקעסטרא וואס ווערט גענוצט אין ארץ ישראל פאר אונזערע אלבום'ס איז געווענליך פון א געוויסער אייל שלוח (איך ווייס נישט צו עס איז א נאמען פון א מענטש אדער קאמפאני. מ'קען זען דעם אנפירער פון די ארקעסטרא אויף דער באקאנטע DVD פון אברהם פריד לייוו אין איזראעל, ער זיצט ביי די לינקע זייט פון די פידלערס), און צומאל אויך הפילהרמונה הישראלית (גארנישט מיט מונה רוזנבלום). אין ניו יארק ווייסט איך פון א גרופ פון א געוויסער מישא גוטנבערג (איך האף אז איך געדענק ריכטיג זיין נאמען), מ'קען אים טייל מאל זען אויף די ווידעאוס פון אהרן טייטלבוים'ס ארקעסטרא מיט ישראל לאם.

שמייכל » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:08 am

· #65873
חאצקל
פידל ווערט גראדע גענוצט נישט נאר אין קלאסיקל מוזיק, נאר אויך אין כלזמר

קלעזמער מוזיק טאקע אויכעט, איך פלעג אמאל האבן אסאך קלעזמער טעיפס אין באזיץ, איך האב געקענט א גרויסע צאל קלעזמער ניגונים, איך פלעג זיי קענען נאכזינגען די אלע געדרייטע קלעזמער שטיקלעך, נאר אז מ'חזר'ט נישט געדענקט מען נישט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:48 pm

· #71578
חאצקל איז לעצטנס פארשוואונדן, און די מוזיק אשכולות שלאפן. כ'האב כמעט געמיינט אז ס'איז די ספירה טעג.
אריין אין די "פארשוואונדענע ניקס" אשכול.

sunbar » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 9:59 pm

· #71659
עס איז געווען עפעס א פידל שפילער, א היימישע עלטערע יוד. מען האט עם גערופן יודעלע מיט די פידעלע. איינער ווייסט וועם איך מיין?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:13 pm

· #71666
זר זהב
אפגעטיילט פון דא

כ'ווייס עס נישט וואו צולייגן


אוי רבונו דעלמא כולו, דו ווייסט וועכלע ניגון ער שפילט דארט מיט אזא חסידישער מתיקות? Lord of the Dance, לא פחות ולא ... (פון 0:09 ביז 0:59)

דא האסטו איינער וואס זינגט עס מיט די ווערטער


ס'איז קאמיש ווי דער אינגערמאן מיטן פלאכן ביבער היט ביי 0:28 מאכט אזוי פרייליכערהייט מיט די הענט אויף דעם קריסטליכן tune... און ביי 0:40 מאכט דער אידל מיטן ווייסן בארד אזא תנועה ווי צו זאגן "ס'איז א שיינער ניגון, כ'ווייס נישט פון וואו ס'קומט".

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:13 am

· #71989
sunbar
עס איז געווען עפעס א פידל שפילער, א היימישע עלטערע יוד. מען האט עם גערופן יודעלע מיט די פידעלע. איינער ווייסט וועם איך מיין?

מיינסט אפשר מאלי פיקאן?

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 12:42 am

· #221303
איינער ווייסט ווי איך קען טרעפן @חאצקל? איך וואלט עם געצאלט ער זאל ווייטער שרייבן איבער אינסטרומענטס.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 1:06 am

· #221307
דער איז א seamless genius.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 1:28 am

· #221309
יצחק פערלמאן שפילט די מאווי ניגון פון שניידערס ליסט. (ס'דא א קליפ אנליין ווי ער שפילט עס לייוו)

לפי עניית אזני, איז נישטא נאך אזא הערליכע שטיקל פון א וויילין אויף יוטוב.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:23 pm

· #249660

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:50 pm

· #249663

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:29 am

· #254210
WOW

געפילטע פיש » דינסטאג פעברואר 17, 2015 9:47 pm

· #254367
ער שפילט פיין, בעסער פון מיר זיכער, כ'מאך נישט אוועק, אבער ווייט פון WOW. ער שלונגט נאטן ווען ער הויבט אן צו שפילן שנעל. פארגלייך עם מיט הילערי האנן למשל, קוקט ווי זי פארפעלט נישט צו סטרעסן יעדע נאט ווי שנעל זי זאל נישט שפילן. וויאזוי זי קען שפילן ליד און אקאמפנימענט צוזאמען אויף א מאל, דאס הייסט א קונץ!



הערט למשל וואס זי טוט ביי 1:59 מיט די הארמעני, צו ביי 3:00, און נאכדעם וויאזוי מלאכים קומען ארויס פון פידל. די פערסיזשען און ספיד דא. די וועריעשען נאך 5:00 שטייגט נאך איבער דעם ערשטן.

די אקאמפנימענט וואס זי שפילט דא צו צו זיך אליינס איז שטוינענד.

אהבת ישראל » דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:12 pm

· #254369
הי"ד
רויטע וואנצעס
דער איז א seamless genius.


הי"ד דער סאלדאט איז לויט די נייעס אין דע איזרעלי מידיע אומגעקומען עטליכע טעג שפעטער אינמיטען דע צוק איתן מלחמה....

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:53 pm

· #254376
@געפילטע פיש, שכח פאר די לינק, שלא מעלמא הדין. זי איז א ריכטיגע אקעדעמישע שפילער, אויך א גוטע improviser. די אינגערמאן אויבן איז אבער זייער גוט פאר א היימישע חתונה קלעזמער שפילער. פאר דער עולם וואס ער שפילט פאר, איז ער די פול פעקעזש, ער איז לעבעדיג, כאריזמאטיש און א שיין ביסל טאלאנט.

גראדע זעה איך יעצט, אז בעיקר לאזט ער אויס נאטן, ווען ער מאכט זיך משוגע מיט הארמעניס אדער דריידלעך, וואס מען טוט נארמאל ביי שמחות, ס'מיינט נישט אז ער קען עס נישט שפילן ווי א מענטש.

רויטע וואנצעס » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:56 pm

· #254377
@אהבת ישראל, הי"ד, גארנישט געוואוסט אז ער איז די זעלבע בחור. די קליפ האט מיר אזוי באנומען דעמאלטס, זיין גאנצע פערסאנע און וועג פון שפילן איז הדק היטב.

פליקער » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:43 pm

· #254599
א קינד פידל שפילער, א פראדעזשי,
ער שפילט פאר טויזענטער מענטשען,
ער איז אינגאנצען געוועין דריי יאר אלט,
זיין נאמען איז אקים קאמארע,

דא איז דריי שנת תשס"ה

דא איז ער זיבן יאר

דא איז ער עלעף יאר

פליקער » מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:54 pm

· #254602
דא שפילט אקים קאמארע, בערך צוועלעף יאר אלט, נאך א גאר קאמפליצירטע ניגון

עס זעיט מיר אויס אז עס איז צי ערווארטן פינעם גאר גרויסע זאכן ווען ס'וועט זיין זה הקטון גדול יהיה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:36 am

· #254609
ער איז 14 יעצט. איך געדענק אז א גרויסע דייטשע ווייליניסט האט אים אנדעקט ווען ער איז נאך געווען אין דייפערס. א קרוב פון אינגל האט אים דערציילט אז די בעבי שפילט שוין פידל. דער דייטשער מוזיקאנט האט אים גענומען אונטער זיין פליגל זינט דאן.

פליקער » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:05 am

· #254621
יא דאס איז וואר, די ערשטע קליפ שלינקאקטי איז עס מיטן דייטש, עס איז דא נאך איינס מיט דעים דייטש ווען ער איז שוין פינף,

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:47 am

· #254643
עס איז שוין יאהרן וואס יעדע פאר חדשים פראביר איך מיט א פרישקייט זיך אויסצולערנען דעם פידל, לעצטענס האביך זיך איינגעשריבן ביי דאראל.

עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן אויב איינער דא קען שפילן, ובפרט אויב האט ער געלערנט אהן א טיטשער.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:50 pm

· #254665
@ונבנתה העיר, דא איז אביסל הדרכה וואס איך האב מיך אביסל ג'אישי'ט מיט איינעם. פרעזענדליך האלט איך אז מ'מוז האבן א טיטשער לכה"פ פון אנהייב.

איך האב חשק זיך אויסצולערנען שפילן א מוזיקאלישע אינסטרומענט, כאטש איך בין לעת עתה גענצליך רוי אין מוזיק. היות איך האב פארשטאנען אז דו ביסט מוזיקאליש, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן אויב דו האסט עפעס הצעות, ווי אזוי איך קען זיך לערנען, און אויף וועלכע אינסטרומענט איז די בעסטע אנצוהייבן.
א גרויסן יישר כח
מוקירך


רויטע וואנצעס
איך קען דיר נישט פרעזענדליך, אבער א עצה טובה איז צו גיין מיט'ן אינסטיקט. אויב א מענטש ציהט א געוויסע אינסטרעמונט, איז דא מער שאנס אז ער וועט האבן חשק זיך צו לערנען דעם אינסטרמונט. (וואס קען זיין גאנץ שווער ביים אנהייב)

רוב מענטשן הייבן זיך אנצולערנן, אבער ווייניג שטייגן צוליבן ווערן באורד. מ'דארף אסאך רצון דורך צו ברעכן די ערשטע פאר חדשים, אבער נאכדעם עפענט זיך געווענדליך די נפש און ס'איז א גן עדן.



די מערסטע ציט מיך א פידל, אבער איך האב מורא צו אנפאנגען מיט דעם. איך ווייס קוים ווי אזוי מען כאפט עס אן. א קיבאורד זעט מיר אויס מער גשמיות'דיג און די מוזיקאלישע נאטן מער אנטאפעדיג (לאך מיר נישט אויס ביטע, וועסט נאך אמאל קומען צו מיינע קאנצערטן...). מיין שאלה איז ווי אזוי גיי איך פון דא ווייטער? איך דארף דינגען א טיטשער? מען קען זיך לערנען אנליין? פון ביכער?



רויטע וואנצעס
פידל איז שווערער ווי קיובארד, לגבי נאטן איז אינטערעסאנט אז ביידע ניצן די זעלבע נאטן, נאר מיט קליינע שינוים. א פידל איז אבער נאטירליכע מוזיק און נשמה'דיג, א קיובארד ווי דו זאגסט איז מער מגושם. (א פיאנא איז יא זייער ארגינעלע מוזיק, ס'איז גאנץ אנדערש פון א קיובארד).

לגבי זיך לערנען איז אזוי, פון אנהייב דארף מען זעכער א טיטשער וואס זאל פשוט אויסלערנען ווי אזוי מ'האלט די אינסטרעמענט און נאך בעסיקס. יוטוב האט אויך אן א שיעור קליפס איבער דעם, אבער פון אנהייב איז זעכער וויכטיג א טיטשער.

ס'דא אסאך וועבסייטס ווי מ'קען לאקאל טרעפן טיטשערס, גוגל music teacher אדער music lessons.

אין קרית יואל דרייט זיך א רוסישע איד וואס לערענט פידל מיט יונגעלייט, פרעג דיך נאך.

ס'דא אויך א אינגערמאן אין ווילאמסבורג רפאל ווערצבערגער וואס האט א מוזיק סקול פאר קינדער, ער נעמט אבער אויך אן אינגעלייט פאר פרייוועט אויב ער האט צייט. ער האט אן אקאנט אויף פעיסבוק, שיק אים א מעסעזש.
<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/rafi.wertzberger?fref=ts">https://www.facebook.com/rafi.wertzberger?fref=ts</a>



אקעי, א גרויסן יישר כח. האסט מיר אסאך ארויסגעהאלפן. גמר חתימה טובה.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:34 pm

· #254679
מ'קען זיך אליינס אויסלערנען צו שפילן ותן בנו און וידעו אויפן פידל ס'זאל זיך הערן האלב נארמאל, ספעציעל אויב האט מען אביסל מוזיקאל נאלעדזש פון פריער, אבער צו קענען נארמאל, עפעס מער פון דעם, מוז מען זיך לערנען פון איינעם, לפחות די בעיסיקס. די חיסרון מיט אנליין קלעסעס איז אז קיינער קען דיר נישט זאגן אויב דו האלטסט נישט די פידל אדער בויגן די ריכטיגע וועג, אדער אויב דו פעלשסט א נאט דא דארט. זיך צו לערנען די טעכניק ס'זאל זיך הערן "נשמה'דיג" ווי דו רופסט עס נעמט יארן מיט פראקסיט, ס'נעמט סאאאך שנעלער זיך אויסצולערנען צו שפילן א פיאנע קאנצערטא ווי מיט א פידל.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:05 pm

· #254690
א דאנק אייך אלע.

איינע פון דאראל'ס חידושים איז טאקע אז מען קען אריינשיקן א וידיאו און ער ענטפערט צוריק מיט א וידיאו.