☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זיי זענען נישט קראנק, פשוט יונגאטשעס

זיי זענען נישט קראנק, פשוט יונגאטשעס

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2576

משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:19 pm

· #71526
זיי זענען נישט קראנק, פשוט יונגאטשעס
כ'האב א שאלה, כ'וועל עס ארויס ברענגען מיט א מעשה.

אמאל איז א טאטע געקומען צו א גוטן איד איד זיך באקלאגט אז זיין זוהן איז ל"ע משוגע געווארן, ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס.

ענפערט דער גוטער איד, נע, ער איז נישט משוגע, ווען ער עסט ווען שיקסעס און טאנצט מיט חזירים דאן איז ער משוגע, אזוי איז ער פשוט א שייגעץ.

מיין שאלה איז, פארוואס א מיידל וואס וויל נישט גיין צניעות'דיג אדער א אינגעל וואס וויל נישט זיין ערליך שיקט מען אויף טעראפי? זי/ער איז נישט קראנק, זיי זענען פשוט יונגאטשעס, נו וואס קומט דא טעראפי אריין?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:24 pm

· #71529
גיבסט עס אזא שיינעם נאמען, "טעראפי", נאכדעם פרעגסטו...

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:34 pm

· #71533
איך האב געשריבען און זיך געדינגען וועגן דעם באריכות יחסית אינ'ם וועבערמאן אשכול.
אויב איינער פון די גבאים צו איינער האט נערוון זאל ער אהערברענגען יענער שמועס.

משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:43 pm

· #71536
יידל
גיבסט עס אזא שיינעם נאמען, "טעראפי", נאכדעם פרעגסטו...

ס'האט מיר געקאסט א אויספלאץ, 😃

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:00 pm

· #71546
ס'דא שטאדיע'ס אז אויף די סארט זאך "שיקסע" ווירקט אויך טעראפי.
ס'אפי דא וואס טענ'ן אז ממש די זעלבע טעראפי וואס ארבעט אויף מענטשן ארבעט אויף שיקסע'ס. איך קויף עס נישט.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:10 pm

· #71553
משולם, ווען א אונגערמאן וויל גיין מיט א אשת איש איז קראנק אדער סתם א בעל תאווה??

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:14 pm

· #71555
אוהב דעת
משולם, ווען א אונגערמאן וויל גיין מיט א אשת איש איז קראנק אדער סתם א בעל תאווה??

גיין ווי?

משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:22 pm

· #71559
אוהב דעת
משולם, ווען א אונגערמאן וויל גיין מיט א אשת איש איז קראנק אדער סתם א בעל תאווה??

בדרך כלל מיז נישט זיין אז ער איז קראנק, ס'האטעם געחאפט א תאוה, אין ער ברויך זיך קאנטראלירען, פארוואס קראנק ?

smart » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:46 pm

· #71575
משולם טענענבוים
כ'האב א שאלה, כ'וועל עס ארויס ברענגען מיט א מעשה,

אמאל איז א טאטע געקומען צי א גוטען איד איד זיך באקלאגט אז זיין זוהן איז ל"ע משוגע געווארען, ער עסט חזיר אין טאנצט מיט שיקסעס,

ענפערט דער גוטער איד, נע ער איז נישט משוגע, ווען ער עסט ווען שיקסעס אין טאנצט מיט חזירם דאן איז ער משוגע, אזוי איז ער פשוט א שייגעץ,

מיין שאלה איז פארוואס א מיידל וואס וויל נישט גיין צניעות'דיג שיקט מען אויף טעראפי, זי איז נישט קראנק, זי איז פשוט א גאסען מויד, נו וואס קומט דא טעראפי אריין ?

קודם משולם שמעתי דעע ווארט בשמם דעם רבין פון סאטמאר( הגם סאיז נישט מוכרח אז עס איז בשם אומרו ווייל יעדע גוט ווארט זאגט מען אוי, אים..) אבער געהערט האב איך עס ממיט א קנייטש אנדערש אז דער רבי האט אויסגעפירט אז ער איז נישט קיין משוגענער ער איז א מענטש ווי א צווייטען נאר ער קען זיך פשוט נישט איינהאלטען בקיצור א פלעינע בעל תאוה!

לעצם השאלה: איז דען די טערעפי אויף די תאוה? די טערעפי איז אויף די חלק הדראפ אויט נישט אזוי?

ווען אן אדאלט עסט חזיר און טאנצט מיט נקיבות שיקט מען אים ניטש צו טערעפי

מורינו הרב » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:50 pm

· #71579
משולם; דו האסט געזאגט אויף איר אז זי איז א שיקסע? - דו ווייסט אז מען קען מאכן א פראטעסט קעגן איבער דיין הויז דערפאר?

זאלסט איר נישט רופן שיקסע! נאר נחמיה'ען מעגסטו רופן מנובל.

פארשטאנען?

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:50 pm

· #71580
און ווען איינער האט שלום בית פראבלעמען איז עס דען יא א קרענק, און מ'גייט צו טעראפי, פשט איז א מ'גייט צו א כיטרע מענטש וואס האט די שפראך פאר די סארט קינדער זיי צו משכנע זיין צו צוריקגיין אויף די מעין סטרים שינעס,

משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:58 pm

· #71588
מורינו הרב
משולם; דו האסט געזאגט אויף איר אז זי איז א שיקסע? - דו ווייסט אז מען קען מאכן א פראטעסט קעגן איבער דיין הויז דערפאר?

כ'האב נישט געמיינט א ספעציפישע מיידל, כ'האב געשריבען בדרך כלל,

מען וויל ניצען טעראפי צי טוישען יענעם, טערעפי איז געמאכט צי היילען קראנקע נישט צי צווינגען געזונטע זיך צי טוישען....., אדער אפשער קען מען עס טאקע ניצען אויך אויף דעם, פארדעם פרעג איך, כ'וויל הערען וואס דער עולם טראכט דערוועגען,

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:01 pm

· #71590
משולם טענענבוים
מורינו הרב
משולם; דו האסט געזאגט אויף איר אז זי איז א שיקסע? - דו ווייסט אז מען קען מאכן א פראטעסט קעגן איבער דיין הויז דערפאר?

כ'האב נישט געמיינט א ספעציפישע מיידל, כ'האב געשריבען בדרך כלל,

היינו דאמרי אינשי, אויפן גנב וכו'.

משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:06 pm

· #71594
גאלד
און ווען איינער האט שלום בית פראבלעמען איז עס דען יא א קרענק, און מ'גייט צו טעראפי, פשט איז א מ'גייט צו א כיטרע מענטש וואס האט די שפראך פאר די סארט קינדער זיי צו משכנע זיין צו צוריקגיין אויף די מעין סטרים שינעס,

יא דאס איז א וועג עס צי אנקוקען, אבער איך האב א פילינג אז אסאך מאל מאכט מען מער קאליא ווי מען טוט אויף, מען שפילט מיט יענעם'ס מיינד, ווען יענער איז קראנק נו מיז מען דאך פרובירען, אבער אז נישט דאן מאך אים/ איר נישט קראנק, יענער וויל זיין א שייגעץ ס'זיין בחירה, מען קען אים/ איר פשוט זאגען דא פירט מען זיך אזוי קענסטעך צישטעלען איז גוט אין אז נישט גיי ווי די באלאנגסט,

פארוואס זאג איך עס, ווייל א שייגעץ קען אלעמאל תשובה טוהן, אבער א קראנקע/משוגענער דארף מען גרויס רחמים ער/זי זאל נארמאל ווערען, אמאל דארף מען לאזען א שייגעץ זאל זיך גוט אויסשייגעצען אדער א שיקסע זיך אויסשיקסענען אין נאכדעם איינזעהן אז דארט פין ווי ער/זי קומט איז נאך אלעם גארנישט אזוי שלעכט,

כ'זאג אלעס בדרך אפשער, פארשטייט זיך יעדע מצב איז א מצב פאר זיך, אבער כ'מיין אז דאס איז אויך אמאל א וועג וויזוי עס צי אנקוקען,

משולם טענענבוים » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:13 pm

· #71598
יידל
משולם טענענבוים
מורינו הרב
משולם; דו האסט געזאגט אויף איר אז זי איז א שיקסע? - דו ווייסט אז מען קען מאכן א פראטעסט קעגן איבער דיין הויז דערפאר?

כ'האב נישט געמיינט א ספעציפישע מיידל, כ'האב געשריבען בדרך כלל,

היינו דאמרי אינשי, אויפן גנב וכו'.

כ'האב נישט קיין מורא עס צי שרייבען אויף איר, אז כ'זאל זיך דארפען פארענפערען, כ'האב טאקע נישט געמיינט דוקא איר,

אין לגבי איר, כ'נעם נישט קיין שטעלונג לגבי די וועבערמאן אישו, אבער לויט ווי זי גייט אנגעטוהן קוקט זי אויס ווי א שיקסע, אין כ'מיין זי שעמט זיך נישט דערמיט, חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע, מען קען נישט טאנצען אויף אלע חתונות, אדער איז מען א אשה כשרה וצנועה אדער איז מען א שיקסע, כ'זאג נישט אז ווייל זי איז א שיקסע איז אוטומאטיש וואס זי זאגט ליגענט, אבער א שיקסע איז א שיקסע, אין זי איז נישט די איינציגע שיקסע, ס'דא גענוג פרויען וואס וואוינען אין ווילי וואס קענען אריין אין די קאטאגאריע פין שיקסעס,

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:14 pm

· #71599
"דא פירט מען זיך אזוי קענסטעך צישטעלען איז גוט אין אז נישט גיי ווי די באלאנגסט"

פארשטייסט נישט,
דאס זאגט מען און חדר און סקול פאר א נארמאלער הארכזאם קינד, און ווען ס'ווירקט נישט גייט מען צו א מומחה וואס ארבעט אויף טערעפיוטיק וועג נישט מיט געוואלד אדער מיט איומות,

נאך אזאך, זיין א שייגעץ איז אויך א קרענק, ווייל אויב ביסטו מאמין באמונה שלימה אז דער דרך החיים איז בלויז דער דרך התורה ומצוות, דאן אויב א קינד גליטשט מוז מען פארן וואוילזיין פונעם קינד איהם צוריקשטעלן פאר אלע געלטער אויפן דרך החיים והטוב, וואס ווילסטו? ער זאל בוחר זיין דער דרך הרע והמוות? דאס איז פונקט ווי א קענסער קראנקער זאל אנטלויפן פון זיין קימאו טריטמענט,

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:17 pm

· #71602
עס איז א גרויסע נפק"מ צווישן שלום בית און א אפגעפארענע. פרעגט נאר די עקספערטן (יא, די אן די לייסענס...)
ביי שלום בית קריגערייען איז פאר ביידע ביטער, ביידע ווילן זעהן א פארבעסערונג, און זענען גרייט צו מקבל זיין אויף זיך שינויים און פארבעסערונגען מהיום והלאה.
אבער ביי די אפגעפארענע האלטן די חברה נישט ביי גארנישט, האק מיר נישט קיין טשייניק. לאמיר טון וואס איך וויל.

ביי שלום בית, ווייסן ביידע צדדים פונעם פארפאלק אז לא זו הדרך, און זיי גייען פשוט צו איינעם אויסהערן וואס איז יא דער ריכטיגער וועג? איזהו דרך ישרה?
ביי די יונגע שנוקעס אבער, האלטן זיי אז זייער וועג איז ריכטיג (די שאלה איז ווי טיף אין הארצן זיי האלטן טאקע אזוי, אבער אכ"מ), אבער די עלטערן אדער מחנכים האלטן אז זיי ווייסן יא דעם ריכטיגן דרך, ממילא "שיקט מען די קינדער" (אפט מאל בעל כרחם) צו גיין צו טעראפי, וואס האט געווענליך א לשון צו לימודים אריינצוקריכן יענעם אין קאפ און איבערצייגן זאכן אנדערש ווי מען האלט.

און דער אמת איז, אז זיי זענען גערעכט. אלס אידן, ווייסן מיר און גלייבן מיר אז אונזער גלויבן איז ריכטיג, און מען טאר נישט זינדיגן (וכדברי ידידינו גאלד הנ"ל). אבער 2 חלקים וואס שטערט די יונגווארג עס מקבל צו זיין מיט א אמונה פשוטה, 1. דער יצר וואס רייצט מיט נסיונות וואס מען קען שווער פייטן; 2. קומען פון א שווערע יוגנט, א דיספאנקשענעל שטוב, אדער מאלעסטעד געווארן רח"ל, און דאס ברענגט אוועקצואווארפן אידישקייט. אנטקעגן דעם צווייטן נסיון איז גרינגער פאר א טעראפיסט, ער דארף פשוט אפטיילן אידישקייט פון דעם דיספאנקשאנעל פאטער אדער משחית, און מסביר זיין אז א איד קען אויך זיין נארמאל, אויפגעלייגט און בשמחה; און אנטקעגן דעם ערשטן פראבלעם מוטשעט מען זיך שטארקער ווי אזוי צו איבערצייגן אז לא זו הדרך.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:14 pm

· #71630
משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''
פון וועלכע מאמר חז''ל רעדסטו?
עפעס א חז''ל האט מען דערמאנט און מסכת קידושין אל יתיחד אדם....

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:02 pm

· #71677
נולד מאוחר
משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''
פון וועלכע מאמר חז''ל רעדסטו?
עפעס א חז''ל האט מען דערמאנט און מסכת קידושין אל יתיחד אדם....

אפשר מיינסטו די חז''לkaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=64291#p64291

משולם טענענבוים » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 5:39 am

· #71797
נולד מאוחר
משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''
פון וועלכע מאמר חז''ל רעדסטו?
עפעס א חז''ל האט מען דערמאנט און מסכת קידושין אל יתיחד אדם....

עניבאדי וואס איז עובר בקביעות אויף דברי חז"ל אין בפרט בעניני גדר ערוה ווי צניעות אין יחוד איז ביי מיר א שייגעץ אדער א שיקסע, סימפעל עז דעט, ס'נישט קיין חילוק, וויזוי יענער הייסט, אין ס'אויך נישט קיין חילוק צי ס'איז א דאורייתא צי א דרבנן, צי ב"ד של דוד המלך, כ'האב שוין געשריבען פריער כ'נעם נישט דא קיין שטעלונג אין די ווב"מ אישו,

אבער טאמער ווילסטע כ'זאל עס קלאר ארויסזאגען, איז יא טאמער ס'אמת אז מר. וועבערמאן האט בקביעות עובר געווען אויף איסור יחוד דאן איז ער ביי מיר א שייגעץ, סימפעל עז דעט, כ'האב גארנישט קעגען עים פערזענליך, אין כ'ווייס נישט וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, אבער טאמער האט ער עובר געווען אויף איסור יחוד בקביעות איז ער א שייגעץ, אין כ'זאג עס אפען סיי אויף עים אין סיי אויף איר לויט איר לבוש, כ'האב נישט קיין מורא נישט פין אירע חסידים אין נישט פין זיינע, הא הא הא 😂

היימישער ליטוואק » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:49 am

· #71833
ווען א יונג קינד ווערט ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס בדרך כלל נישט נאר א הוכחה אויף שקצות ווי איר ווילט זאגן, נאר עס איז שקצות+זיך נישט אויסקומען מיט עלטערן/מחנכים אא"וו.
דעריבער, איז דאס נישט מער ווי נארמאל צי אינוואלוון טעראפיסטס און סאשל ווארקערס.
געווענטליך וועט א פרייליכער צופרידנער אינגל/מיידל נישט וועלן טרעטן אויף כל הקדוש למשפחתם צוליב א שלעכטע בחירה אליינס. עס האט אונטערלאגעס פון פארשידענע פראבלעמען וועלכע ער/זי איז דרכגעגאנגען במשך די יארן.

sunbar » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:18 am

· #71850
'למעשה' איז דא א בחירה אדער נישט?

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:29 am

· #71861
יא. אודאי למעשה איז דא א בחירה, ראה נתתי לפניך את החיים ואת המות וגו'.
אבער פאר סאם ריזען האט דער רבש"ע געגעבן עלטערן פאר א קינד אז זיי זאלן אים לערנען און דירעקטירן אינעם ריכטיגן וועג, לקיים "ובחרת בחיים".
די עלטערן, מחנכים, פרובירן מיט זייערע כוחות דאס מקיים צו זיין עד שידיהם מגעת. אן זיי, וואלט יעדעס קינד, בלי שום ספק, געגאנגען אויפן אומריכטיגן וועג.
איינמאל זייער טעכניקן ארבעטן נישט, און דאס קינד גייט די ראנג דירעקשאן, מוז מען שוין גיין צו א העכערע מדריגה, און אויפנעמען א פראפעסיאנאלע מענטש וואס זאל דאס קינד פירן ווייטער אויפן ריכטיגן וועג מיט מיטלען וואס זענען נישט באקאנט פאר יעדע דורכשניטליכע טאטע/מאמע.
אזוי גייט עס ביז דאס קינד האט חתונה, ווילאנג ער/זי איז אונטער די עלטערנ'ס רשות, און זיי האבן די פליכט אים/איר מחנך צו זיין.
(נאך די חתונה, דאן איז די ריכטיגע בחירה.)

sunbar » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:30 am

· #71864
האט אבער יעדער מענטש א בחירה פאר זיך?

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:31 am

· #71866
וואס גענוי איז דיין שאלה?

היימישער ליטוואק » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:33 am

· #71867
sunbar
'למעשה' איז דא א בחירה אדער נישט?

אוודאי איז דא בחירה (בדרך כלל), עס איז נאר א פראגע פון שווערער אדער לייכטער, כידוע כל הסוגיא בזה.
אבער ווען מיר רעדן פון א קינד וועלכער גליטטשט, איז דאס נישט ווייל ער עסט בשר בחלב, און אפילו נישט ווייל ער איז מטלטל מוקצה בשבת. ריכטיג בסוף הדרך טוט ער דאס אויך שוין ל"ע, ווייל ער איז שוין אינגאנצן פארפאן און אמאל אויך אויף צו להכעיס.
גווענטליך טוט דאס קינד זאכן וואס, להבדיל, א קינד פון פרייע עלטערן וואלט אויך זיי מצער גווען. למשל, נישט צושטעלן זיך צו רולס און רעגולעשאנס, נישט פאלגן, זיין חוצפה'דיג, זיך אנטוהן פראסטער פון די משפחה סטאנדארט וכו'.
ממילא דער זאך פון רעבעליאן איז יא עפעס וואס באלאנגט צו טעראפי. הלואי ווען מ'קען עפעס אויפטוהן.

sunbar » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:34 am

· #71869
איך וויל וויסן צו יעדער מענטש האט א בחירה צו קענען זיין א יוד אדער נישט

קפנדריא » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:52 am

· #71873
מיינע צוויי פיאסטער,

א] די סטעיטמענט 'טעראפי' איז נישט אין פלאץ דא, ווען מ'זעט איינער איז שוואך אין לערנען, און אוודאי אין אידישקייט, שיקט מען צו א 'פרייוועט טוטער' אדער 'קאונסלער' יענעם צו שטעלן אין פלאץ, און געבן די קאוטשינג און סופארט, נישט צו קיין טעראפיסט.

ב] די לעצטיגע פאסירונגען און אויפשאקלונגען, טראץ וואס מ'זעט די הוילקייט און פול מיט 'הייסע פארע' וואס בלאזט אן געוויסע באשולדיגונגען וואס זענען גענצליך אומבאגרינדעט, דארף דאס אבער דינען א לעקציע אז ווען א מיידל האט א פראבלעם דארף מען איר שיקן צו א פרוי-קאונסלער, פרוי-פרייוועט טישטער, און א בחור / אינגל צו א אינגערמאן, אזוי ארום קען פארמיטן ווערן סיי עלילות און פאלשע קלאגעס, און אויך ריכטיגע מעשים אשר לא יעשו זאל נאר קיינמאל נישט פאסירן.

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:22 pm

· #71881
א פרוי קען א מיידל נישט אנקלאגן אויף מאלעסטעישען? איך זע נישט וואס דו גייסט אויפטוהן, א יונגעל קען קלאגען א מאן און א מיידל קען קלאגן א פרוי, אין קאורט מאכט דאס נישט אויס.

גאלד » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:54 pm

· #71896
איך האב געשמועסט מיט א קרוב א בר שכל די וואך איבער דעם פונקט אז היתכן דער קרויס איז געגאנגען צו א מאן, זאגט ער מיר אז ס'דא עפעס א געוויסע אנגענומנע סברה צווישן די יודע דבר אז א מאן קען בעסער ווירקן פאר א פרוי, און די זעלביגע א פרוי פאר א מאן, כאניש אויסגעפיעט צו הערן פארוואס אבער אזוי האט דער קרוב מיר געזאגט, האט שוין איינער געהערט דערפון?

משולם טענענבוים » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:23 pm

· #71911
גאלד
איך האב געשמועסט מיט א קרוב א בר שכל די וואך איבער דעם פונקט אז היתכן דער קרויס איז געגאנגען צו א מאן, זאגט ער מיר אז ס'דא עפעס א געוויסע אנגענומנע סברה צווישן די יודע דבר אז א מאן קען בעסער ווירקן פאר א פרוי, און די זעלביגע א פרוי פאר א מאן, כאניש אויסגעפיעט צו הערן פארוואס אבער אזוי האט דער קרוב מיר געזאגט, האט שוין איינער געהערט דערפון?

ס'פשוט אזוי,אבער לכאורה איז מער אויסגעהאלטען א מאן פאר א מאן אין א פרוי פאר א פרוי, אין ווען ס'פעלט אויס
דארף מען נאר זעהן ס'זאל זיין א ווידיאו טעיפ, אין דער מאן ברויך צי זיין א גרויסע ירא שמים,

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:24 pm

· #71912
גאלד
איך האב געשמועסט מיט א קרוב א בר שכל די וואך איבער דעם פונקט אז היתכן דער קרויס איז געגאנגען צו א מאן, זאגט ער מיר אז ס'דא עפעס א געוויסע אנגענומנע סברה צווישן די יודע דבר אז א מאן קען בעסער ווירקן פאר א פרוי, און די זעלביגע א פרוי פאר א מאן, כאניש אויסגעפיעט צו הערן פארוואס אבער אזוי האט דער קרוב מיר געזאגט, האט שוין איינער געהערט דערפון?

מענער העלפן געווענליך בעסער ווי פרויען. האבן דעם שכל הישר אויפן פלאץ, טראכטן טיפער, א.א.וו.
איך זאג "געווענליך", וויל עס זענען פארהאן אויסנאמען. און אסאך מאל איז יא ריכטיגער צו שיקן צו א פרוי, בפרט אויב מען רעדט נישט פון גאר א שווערן קעיס.

קווארטין » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:16 pm

· #71933
ביסיידס די נקודה וואס מאנכע האלטן אז א אפעסיט גענדער ווירקט בעסער, איז דא א צווייטע זאך וואס עגבערט מיר, און כאבעס שוין אפאר מאל מיטגעהאלטן, נעמליך, דעיס זענען די "לייסענסד" טעראפיסטן און קאנסלערס, ו, ס'גייט צו בערך אזוי, מ'לייגט אריין א קוואדער אין די מאשין, אין דער 'מומחה' נעמטזיך רעדן 'פונקטליך' וואס די בוך זאגט, פונקטליך וואס מ'האט געלירנט אין קאלעדזש, 'מ'רעדט צום מוח', די גאנצע 'קאמען סענס', שוין אפגערעדט פון דעם 'אידישן געפיהל', נישטא קיין זכר. מעג דער טעראפיסט זיין א פרומער איד, אבער ער איז שוין אן 'עדיוקעטעד באם' (זייטס מיר מוחל, אבער דאסיז וואס איך האב מיטגעלעבט איטליכע מאל), זייער א סך מאל שפירט דער פאציענט אז ער איז א 'פאציענט', מ'טוט מיט אים/איר וואס דער בוך הייסט אין מען רעדט צו זיין מוח, איי אפשר טוסטי וואס א גוטע דר. טוט, כאפסט א שמועס מיטן פאציענט אין זייטיגע זאכן, ער זאל אביסל בלייבן מיט זיין/איר זעלבסט ווירדע.
ס'קאן זיין אז סיז נייטיג צו נעמען לייסענס, אבער נישט אז 'אונזער איד' זאל ווערן 'ריפראגרעמט', נאר ער זאל נעמען די איידיעס צו זיך, און בלייבן מיט דעם 'קאמען סענס', און איבערהויפט מיט דעם 'אידישן געפיל'.

כאף דער עולם געט מיין פוינט.

נולד מאוחר » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:22 pm

· #71935
משולם טענענבוים
נולד מאוחר
משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''
פון וועלכע מאמר חז''ל רעדסטו?
עפעס א חז''ל האט מען דערמאנט און מסכת קידושין אל יתיחד אדם....

עניבאדי וואס איז עובר בקביעות אויף דברי חז"ל אין בפרט בעניני גדר ערוה ווי צניעות אין יחוד איז ביי מיר א שייגעץ אדער א שיקסע, סימפעל עז דעט, ס'נישט קיין חילוק, וויזוי יענער הייסט, אין ס'אויך נישט קיין חילוק צי ס'איז א דאורייתא צי א דרבנן, צי ב"ד של דוד המלך, כ'האב שוין געשריבען פריער כ'נעם נישט דא קיין שטעלונג אין די ווב"מ אישו,

אבער טאמער ווילסטע כ'זאל עס קלאר ארויסזאגען, איז יא טאמער ס'אמת אז מר. וועבערמאן האט בקביעות עובר געווען אויף איסור יחוד דאן איז ער ביי מיר א שייגעץ, סימפעל עז דעט, כ'האב גארנישט קעגען עים פערזענליך, אין כ'ווייס נישט וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, אבער טאמער האט ער עובר געווען אויף איסור יחוד בקביעות איז ער א שייגעץ, אין כ'זאג עס אפען סיי אויף עים אין סיי אויף איר לויט איר לבוש, כ'האב נישט קיין מורא נישט פין אירע חסידים אין נישט פין זיינע, הא הא הא 😂

צי וועלכע חז''ל איז איר לבוש מתנגד?
סאכדעס איז נכלל און דיין חז''ל?

משולם טענענבוים » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:10 pm

· #71953
נולד מאוחר
משולם טענענבוים
נולד מאוחר
משולם, ''חז"ל האבען אונז אוועקגעשטעלט גדרי הצניעות אין ווער עס פירט זיך אנדרעש איז א שיקסע''

צי וועלכע חז''ל איז איר לבוש מתנגד?
סאכדעס איז נכלל און דיין חז''ל?

כ'וועל דיר זאגען, כ'בין נישט עכט בקי אין הלכות צניעות וואס ס'איז מעיקר הלכה אין וואס ס'איז א חומרה, סאו קוק אהער טאמער וויזוי זי גייט איז אויסגעהאלטען מעיקר הלכה דאן ביסטע גערעכט ווערט זי נאכנישט קיין שיקסע אפילו טאמער זי גייט אנדרעש ווי מען גייט אין חסידישע קרייזען, סאו וואטעווער,

נולד מאוחר » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:23 pm

· #71976
משולם, אויב ווילסטו לערנען אביסל די צניעות נושא פראביר דא

איחוד פעלד » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:29 pm

· #71979
משולם טענענבוים
גאלד
איך האב געשמועסט מיט א קרוב א בר שכל די וואך איבער דעם פונקט אז היתכן דער קרויס איז געגאנגען צו א מאן, זאגט ער מיר אז ס'דא עפעס א געוויסע אנגענומנע סברה צווישן די יודע דבר אז א מאן קען בעסער ווירקן פאר א פרוי, און די זעלביגע א פרוי פאר א מאן, כאניש אויסגעפיעט צו הערן פארוואס אבער אזוי האט דער קרוב מיר געזאגט, האט שוין איינער געהערט דערפון?

ס'פשוט אזוי,אבער לכאורה איז מער אויסגעהאלטען א מאן פאר א מאן אין א פרוי פאר א פרוי, אין ווען ס'פעלט אויס
דארף מען נאר זעהן ס'זאל זיין א ווידיאו טעיפ, אין דער מאן ברויך צי זיין א גרויסע ירא שמים,

מער אויסגעהאלטען???

א בפירושער חז"ל, אברהם מגייר את האנשים ושרה הנשים, ווען זיי גייען מיט דער סאטמארע מהלך, וואלט אברהם געדארפט מאכען בעלי תשובות פרויען, און שרה מענער, ווייל זיי קענען "ווירקען" מער!!!

בדרך אגב, מען זעהט טאקע פין וו"מ אז מענער קענען "ווירקען" מער אויף מיידלעך וד"ל.

איחוד פעלד » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:31 pm

· #71980
משולם טענענבוים

אבער טאמער ווילסטע כ'זאל עס קלאר ארויסזאגען, איז יא טאמער ס'אמת אז מר. וועבערמאן האט בקביעות עובר געווען אויף איסור יחוד דאן איז ער ביי מיר א שייגעץ, סימפעל עז דעט, כ'האב גארנישט קעגען עים פערזענליך, אין כ'ווייס נישט וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, אבער טאמער האט ער עובר געווען אויף איסור יחוד בקביעות איז ער א שייגעץ, אין כ'זאג עס אפען סיי אויף עים אין סיי אויף איר לויט איר לבוש, כ'האב נישט קיין מורא נישט פין אירע חסידים אין נישט פין זיינע, הא הא הא 😂

הייסט די ווייסט נישט?

ער האט אליין מודה געוועהן אויף די עדות שטוהל אז ער פלעגט זיך מתייחד זיין מיט איר, און אז ער איז געפארען מיט איר אליין אין קאנטרי.. השם ירחם...

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:28 am

· #72015
איחוד פעלד

קאם אן, ווער פון אונדז איז נישט עובר אויף זאלכע אוסרי דרבנן יעדן צווייטען טאג?
מ'ווערט נאך נישט קיין שייגעץ.

משולם טענענבוים » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 8:45 am

· #72055
נולד מאוחר

קאם אן, ווער פון אונדז איז נישט עובר אויף זאלכע אוסרי דרבנן יעדן צווייטען טאג?
מ'ווערט נאך נישט קיין שייגעץ.

עקסקיוז מי 🙄 ,

איך בין נישט עובר אויף איסורי יחוד יעדען צווייטען טאג, אין חוץ אויב כ'בין זיך טועה, בין איך מסתם קיינמאל נישט עובר דערויף,

ס'איז נישט קיין "זאלכע איסורי דרבנן" ווי די האסט פאר סאם ריזען באשלאסען עס צי אנריפען, ס'איז גדרים אויף עריות וואס איז פין די שלש חמורות, מאכסט עס אוועק כאילו מען רעדט דא ווי איינער האט אויסגעפאסט פאר צוויי אין זיבעציג, אין יא איינער וואס איז בקביעות עובר דערויף ווערט ער יא א שייגעץ,
ער ווייזט אז דברי חז"ל זענען א ליצנות פאר אים,

כ'ווינדער מיר וויזוי די קענסט אזוי שרייבען, אין טאמער די ביסט טאקע עובר יעדען צווייטען טאג אויף אזאלכע איסורים, דאן געב איך דיר א גוטע עצה זאלסט שוין אויפהערען ווייל טאמער די וועסט אמאל דורעכפאלען וועט זיך נחום נעמען צי דיינע ביינער אין ס'וועט דיר נישט ביישטיין די זכות אז די האסטעך דא אנגענומען פאר נחום, נאר ער גייט דיר בראטען אויף זיין האטליין ווי א קרבן פסח,

קפנדריא » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:40 am

· #72092
גאלד
איך האב געשמועסט מיט א קרוב א בר שכל די וואך איבער דעם פונקט אז היתכן דער קרויס איז געגאנגען צו א מאן, זאגט ער מיר אז ס'דא עפעס א געוויסע אנגענומנע סברה צווישן די יודע דבר אז א מאן קען בעסער ווירקן פאר א פרוי, און די זעלביגע א פרוי פאר א מאן, כאניש אויסגעפיעט צו הערן פארוואס אבער אזוי האט דער קרוב מיר געזאגט, האט שוין איינער געהערט דערפון?

די דרך התורה איז זיכער 'אל תרבה שיחה עם האשה', ספעציעל ווען ביי שלום בית פעלער קומט אויס צו רעדן גאר פריוואוטע זאכן בין איש לאשתו, און ס'איז גאר נישט פאסיג פאר א מאן צו שמועסן מיט א פרוי פריוואט איבער די ענינים, איך זע ביי אסאך שלום בית קאונסלערס איז געווארן איינגעפירט אז דער מאן גייט צו א מאן און די פרוי צו א פרוי, און די צוויי קאונסלערס רעדן דורך 'אויפ'ן טעלעפאן' זאכן וואס דארפן געטון ווערן, אזוי ווערט אסאך פראבלעמען פארמיטן.

ספעציעל נאך אזא מעשה יעצט, אז יעט-וועדר קען אנקלאגן וועם אימער און אן קיין שום באווייז קען מען איינעם אריינשליידערן אין טורמע רח"ל, איז עס פשוט פאר די סעיפטי פון דעם קאונסלער מ'זאל אים נישט קענען קלאגן, ער קען זאגן איך קאונסעל נישט קיין נשים אליין, אדער מיט די מאן, אדער גייט זי צו איר מין, א פרוי.

היימישער ליטוואק » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:20 pm

· #72116
איחוד פעלד
משולם טענענבוים

אבער טאמער ווילסטע כ'זאל עס קלאר ארויסזאגען, איז יא טאמער ס'אמת אז מר. וועבערמאן האט בקביעות עובר געווען אויף איסור יחוד דאן איז ער ביי מיר א שייגעץ, סימפעל עז דעט, כ'האב גארנישט קעגען עים פערזענליך, אין כ'ווייס נישט וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, אבער טאמער האט ער עובר געווען אויף איסור יחוד בקביעות איז ער א שייגעץ, אין כ'זאג עס אפען סיי אויף עים אין סיי אויף איר לויט איר לבוש, כ'האב נישט קיין מורא נישט פין אירע חסידים אין נישט פין זיינע, הא הא הא 😂

הייסט די ווייסט נישט?

ער האט אליין מודה געוועהן אויף די עדות שטוהל אז ער פלעגט זיך מתייחד זיין מיט איר, און אז ער איז געפארען מיט איר אליין אין קאנטרי.. השם ירחם...

אויב איז ער גפארןמיט דאס מיידל אין די קאנטרי איז דאס בפירוש נישט קיין איסור יחוד. אויב עס איז גווען בייטאג.
אויב איז ער גווען מיט איר אין א באנגעלוי - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

מיקוה נייעס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:29 pm

· #72119
קפנדריא ביי א וויב גייט אויך אן 'אל תרבה שיחה עם האשה', ?

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:32 pm

· #72120
היימישער ליטוואק
איחוד פעלד
משולם טענענבוים

אבער טאמער ווילסטע כ'זאל עס קלאר ארויסזאגען, איז יא טאמער ס'אמת אז מר. וועבערמאן האט בקביעות עובר געווען אויף איסור יחוד דאן איז ער ביי מיר א שייגעץ, סימפעל עז דעט, כ'האב גארנישט קעגען עים פערזענליך, אין כ'ווייס נישט וואס ער האט יא אדער נישט געטוהן, אבער טאמער האט ער עובר געווען אויף איסור יחוד בקביעות איז ער א שייגעץ, אין כ'זאג עס אפען סיי אויף עים אין סיי אויף איר לויט איר לבוש, כ'האב נישט קיין מורא נישט פין אירע חסידים אין נישט פין זיינע, הא הא הא 😂

הייסט די ווייסט נישט?

ער האט אליין מודה געוועהן אויף די עדות שטוהל אז ער פלעגט זיך מתייחד זיין מיט איר, און אז ער איז געפארען מיט איר אליין אין קאנטרי.. השם ירחם...

אויב איז ער גפארןמיט דאס מיידל אין די קאנטרי איז דאס בפירוש נישט קיין איסור יחוד. אויב עס איז גווען בייטאג.
אויב איז ער גווען מיט איר אין א באנגעלוי - דאס איז שוין אן אנדערע מעשה.

מאי נפקא מינה? ס'איז נישט דא א דין יחוד אין א קאר?

"He testified that he billed $150 an hour to see her, and also charged her family $1,500 for a trip upstate that he took alone with her. He denied that anything untoward had happened."

נו...נישט יחוד? נישט אפילו א ביססססססל פישי??

p.s. I'm sure they got out of the car at some point.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:48 pm

· #72123
ער זאגט דאך אז בייטאג איז נישט פאראן קיין איסור יחוד.
בפרט אז לויט זיין (נ"וו) ווערסיע איז עס געווען בהסכמתו מליאה פונעם טאטן הרב קרויז, און קרויז האט אים אפילו געגעבן זיין קאר פאר דעם צוועק.
איך גלייב אז אויב יעדער האלט מיט ווען און וואו מען פארט, און בנוסף צו בייטאג וואס איז נישט פאראן קיין איסור יחוד אין א קאר אין פובליק (חוץ אויב מען גייט אין א באהאלטענע פלאץ), איז עס נישט אזא שטארקע ראי', און איז נישט אזוי "פישי".

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:06 pm

· #72129
שמעקעדיג
ער זאגט דאך אז בייטאג איז נישט פאראן קיין איסור יחוד.
בפרט אז לויט זיין (נ"וו) ווערסיע איז עס געווען בהסכמתו מליאה פונעם טאטן הרב קרויז, און קרויז האט אים אפילו געגעבן זיין קאר פאר דעם צוועק.
איך גלייב אז אויב יעדער האלט מיט ווען און וואו מען פארט, און בנוסף צו בייטאג וואס איז נישט פאראן קיין איסור יחוד אין א קאר אין פובליק (חוץ אויב מען גייט אין א באהאלטענע פלאץ), איז עס נישט אזא שטארקע ראי', און איז נישט אזוי "פישי".

איך פארשטיי. אבער עס ווענדט נישט צי דער טאטע האט געגעבן.

קיינער פון אונז ווייסט פונקטלעך וואס איז געשען. אוודאי. אבער ס'איז נישט נארמאל פאר א טאטע צו זאגן. זיכער, פאר געזונטערהייט מיט מיין טאכטער פאר א פאר שעה

עקסקיוז מי רב שמעקעדיג, ס'שמעקט א ביסל פאנקי

my question is this: why were they going and where they were going, and do you think they were in the car the entire time?

Also, he wasn't any kind of relative. I don't know the exact laws and details of yichud, but if this isn't even a little out of line, I don't know what is!

Frankly, I don't know if he's guilty or not. I don't know if she should sit in jail for so long. But I will tell you this: I have no respect for him.

you may think otherwise. at the same time, you cannot deny that I have no grounds for believing this.

לעיקוואד » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 6:06 pm

· #74143
<a class="postlink" href="http://failedmessiah.typepad.com/failed_messiahcom/2012/12/lack-of-faith-may-be-a-psychological-issue-that-requires-medical-treatment-noted-haredi-psychiatrist-says-123.html">http://failedmessiah.typepad.com/failed ... s-123.html</a>

טעפל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:18 am

· #74270
איך קען א גרויסע שלום בית מאכער וואס שוין יארען נעמט ער אויף פארפעלקער צוזאמען מיט זיין ווייב, פארשטייט זיך אז זי קען אויך א פרק אין הלכות שלום בית.