יצחק פראנקפורטער (מו"ל עמי מאגאזין)
69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2533
יצחק פראנקפורטער (מו"ל עמי מאגאזין)
יצחק פראנקפורטער, דער אייגנטומער און פאבלישער פון "
עמי מאגאזין", האט באקאנט געמאכט זיין נאמען ביים
חרדישע אידנטום ביי די
סקווירא שריפה פרשה מיט'ן זיך
אנעמען פאר'ן סקווירא רבי'ן קעגן אלע אנקלאגעס אז
ער טוט שטיצן רציחה ביי זיך אין שטעטל. א
רעכטדענקנדע מענטש קען זיך נישט מער ווי וואונדערן צו האט ער דאס נישט געטון מיט א פשוט'ע
חשבון צו פארדינען נאך 1000
וועכענטליכע קויפער פאר זיין מעגעזין. בשעת וואס
ר' זלמן לייב פילאפ און
ר' יצחק לעבאוויטש זענען געווען די איינציגער וואס האבן זיך
געוואגט ארויסצוקומען מיט עמטליכע מחאות אויף די פארשוויגענע רציחה, איז אבער
נישט געווען קיינער וואס זאל זיך האבן גענוק ווייניג מאראלישע געפילן ארויסצוקומען צו באשיצן דעם
סקווירא רבי'ן שיזכה לחיים ימים טובים ארוכים.
די געווענליכע טענה פון ר' יצחק פראקפורטער איז אז גאנץ אידישקייט איז אונטער אטאקע, און אזוי האט ער אויך גע'טענה'ט דאן. ס'איז נישט קיין וואונדער אז ער נוצט אט דער דאזיגע נוסח,
ער זעט דאס איבעראל! דו וואונדער איז מער אז דערנאך וואס ער ווערט
אויפגעוויזן צו זיין א ליגנער בפני קהל ועדה איז ער נאך אלץ ממשיך
בדרכו אן באמערקן אז אפשר פארלאנגט זיך
ער זאל מער מעסטן וואס ער רעדט.
יעצט ביי די
וועבערמאן פרשה שטעלט זיך ווידער יצחק פראקפורטער
ארויס מיט דעם פרעכן געמיינהייט צו
טענה'ן אז די חרדי'שע געזעלשאפט טוט באהאנדלען די נושא פון
געשלעכטליכע פארגוואלטונג אויף די בעסטע אופן מעגליך און אז דאס איז אלץ נאר אן איבערשפיל פון
פרשת דרייפוס.
נאט אייך דא אן
אינטרעסאנטן אימעיל שמועס וואס
איינער א "ראביי בראונשטיין" האט געפירט מיט יצחק פראנקפורטער.
דער שרייבער צו פראנקפורטער שרייבט אייזן, אבער פראנקפורטער רעדט פשוט נישט צום נושא!
דא האט ער אמאל געשריבן א שארפע שטיקל אקעגן די ארטאפראקס.ס'האט דעמאלס געמאכט א סקאנדאל צווישען די בלאגערס.
ער איז אן אויבער חכם וואס איז שווער אויסצורעכנען.
ס'דא א יש אומרים אז שרייבט דוקא ראדיקאליש כדי צו מאכן סענזאציאס. כדי צו ווערן פאפולער און פארקויפן מער שטיקלעך.
ביטע פאררעכטען די נאמען פין דעם אשכול פין פראקפוטער צו פראנקפוטער.
איחוד פעלדביטע פאררעכטען די נאמען פין דעם אשכול פין פראקפוטער צו פראנקפוטער.
פון איין מיסטעיק צום צווייטן? לאל. פרא
נקפו
רטער כצ"ל.
ביי די בית שמש - הדרת נשים סומאטאכע האט ער זיך אויך נישט געקענט באהערשן, און אנשטאט פון ארויס קומען און פארדאמען די אלימות פון די חרדים, איז ער געווען פארנומען פארדאמען די מידיא...
מאדנע ווי ער שטעלט זיך ארויס כלומר'שט באשיצן ארטאדאקסישע אידן, בעת מען באשולדיגט סאטמאר פאר א ספעציפישע עולה. אה, ווי געשמאק צו קענען זיין א חלק פון ארטאדאקסישן אידנטום, אזוי קען מען לעבעיל'ן יעדער וואס באריכטעט אן עולה אלס אן אנטיסעמיט.
בין איך פאני אז איך זעה גראדע יא ווי הרב פראנקפורטער האט גע׳ענטפערט און גאר צו די זאך....
ער ברענגט ארויס קודם ווי ווייט ער אליינס האט שוין כמה פעמים מעורר געוועהן איבער דעם ענין אין זיין אויסגאבע
און ער ערקלערט דערנאך אז זע׳ענדיג אז די נושא איז גע׳היידזשעקט געווארן דורך די אוטידי, ודומיהן קען ער זיך בשום אופן נישט שטעלן אויף זייער זייט אנטקעגן אחינו בני ישראל
איחוד פעלדביטע פאררעכטען די נאמען פין דעם אשכול פין פראקפוטער צו פראנקפוטער.
פארראכטן. און צוגעלייגט מו"ל עמי.
(ס'איז כדאי אז ווען מען לייגט א נאמען אויף א קעפל וואס איז נישט פאר יעדן באקאנט, זאל מען אלץ צושרייבן א סימן פון וועמען מען רעדט.)
וואס הייסט שמעקעדיג ביזטו גוגל הדור, וויזוי קאנסטו פאררעכטן יענעם׳ס תגובה
כ'בין א אחראי 🤓
אחראים האבן נישט אנדערע קאלירן. כ׳מיין לייטס און סייערינס
לעמאן דזשוסאחראים האבן נישט אנדערע ראלירן. כ׳מיין לייטס און סייערינס
בעליוו איט אר נאט, דא זענען די אחראים צווילע בירגער וואס האבן נישט קיין שום פראבלעם צו כאפן א פריש גלעזעל קאווע אויף איין טיש מיט לעמאן דזשאס...
לאל....
כ׳סאונד ווי יענער וואס האט זיך יארן נאך לאגער אויפגעוועקט שרייען קולות אויף די קאפאס.
די וואך האט דער עמי אפגעהאלטן געשפריכען מיט לויער פארקאש.
ער טענה'ט אז לעמען דזשוס איז שולדיג פאר די שווערע משפט.
ער חזר'ט דאס איבער עטליכע מאהל
I was literally laughing when I read the part saying that they aren't taking any position
יא, ער פילט פארוויכטיג דאס אויסצושמוסען אין 6 פאראגראפען....
ער זאגט, זיין מיינונג איז ווי די OU......
ער פילט זיך טאקע פאר אזא VIP ?
מיין שאלה פאר ר׳ פראנקפורטער איז די פאלגענדע
Firstly, he is claiming to not take a side.if so, the best place to start is not N.W.'s lawyer. He's paid to defend him. What else would he possibly say? Sir, my client is a horrible person!
Why not interview R' Horowitz??
When the Wall Street Journal was writing about the recent situation in Israel, they had one person reporting from Jerusalem, and another from Gaza City...that my friends, is neutrality. Not about right and wrong.
וואס טוט מען נישט פאר ...?
געוואלד געשריגןמיין שאלה פאר ר׳ פראנקפורטער איז די פאלגענדע
Firstly, he is claiming to not take a side.if so, the best place to start is not N.W.'s lawyer. He's paid to defend him. What else would he possibly say? Sir, my client is a horrible person!
Why not interview R' Horowitz??
When the Wall Street Journal was writing about the recent situation in Israel, they had one person reporting from Jerusalem, and another from Gaza City...that my friends, is neutrality. Not about right and wrong.
First off, he didn't start with Farkas, he started with Charles Hynes 2 weeks ago...
As to Y. Horowitz, good idea. who knows maybe next week. Is this weeks edition the last to be published?
קומענדיגע וואך וועט זיין אשה נומער 100
לעמאן דזשוסגעוואלד געשריגןמיין שאלה פאר ר׳ פראנקפורטער איז די פאלגענדע
Firstly, he is claiming to not take a side.if so, the best place to start is not N.W.'s lawyer. He's paid to defend him. What else would he possibly say? Sir, my client is a horrible person!
Why not interview R' Horowitz??
When the Wall Street Journal was writing about the recent situation in Israel, they had one person reporting from Jerusalem, and another from Gaza City...that my friends, is neutrality. Not about right and wrong.
First off, he didn't start with Farkas, he started with Charles Hynes 2 weeks ago...
As to Y. Horowitz, good idea. who knows maybe next week. Is this weeks edition the last to be published?
I'm not quite sure. The whole thing was foolish from the start. Interviewing a lawyer, silly really. Lawyers are paid to turn the accused into the victim. All I keep hearing is people talking about chesed and Hatzola..it's amazing but has absolutely nothing to do with child molestation. We can't cry antisemitism forever. Whether hes guilty or not, we should take this a a sign to pause and reflect
קאווע טרינקערקומענדיגע וואך וועט זיין אשה נומער 100
אונז האמיר דא אין שטיבל אונזער אייגענע 100 דפים
איין קויפער וועט זוכה זיין צו טרעפן אינעם פעקל אן אויסגעצאלטע נסיעה קיין מדינת ישראל.
כ'האב נאר געטראכט, אז דאס איז ווייט נישט פון א יושר'דיגען גורל, ווארום דער וואס פאקט אריין דעם טיקעט, ווייסט דאך צו וועלעכע געגענט זי ווערט דיסטריביוט.
קאווע טרינקעראיין קויפער וועט זוכה זיין צו טרעפן אינעם פעקל אן אויסגעצאלטע נסיעה קיין מדינת ישראל.
כ'האב נאר געטראכט, אז דאס איז ווייט נישט פון א יושר'דיגען גורל, ווארום דער וואס פאקט אריין דעם טיקעט, ווייסט דאך צו וועלעכע געגענט זי ווערט דיסטריביוט.
וועגן דעם האבן זיי עס לכאורה דיסטריביוט קיין וויליאמסבורג, ווייל דארט איז דא א גרויסע שאנס אז דער באטפערנדער וועט עס ח"ו נישט ניצן.
פארוואס נישט, ס'גייט דאך זיין א חתונה ביים רבי'ן פון שטאט?
דער נחש מוז אויפהערן באגיסן מיט קיתונות של שופכים יעדן מענטש וואס טראכט אנדערש ווי איהם.
אויף די חסידישע קאמיוניטי וויינט ער אז יעדער וואס גייט נישט אין שפאן ווערט טעראריזירט. ער איז דאך גארנישט בעסער! צולייגער!
ער איז נעבעך א רחמנות דער יצחק פראנקפורטער. פרובירט ער צו זיין אביסל אויפגעקלערט און אפען-מיינדעט, ווארפן אים די חכמי וויליאמסבורג ארויס פון די געשעפטן.
וויל ער מלקק זיין דעם היימישן עולם, רייסט ער איבער דאס שטריקל אויף די זייט.
קרח מכאן וקרח מכאן...
כאב פינקט געטראכט צו פרעגען וועגען איהם.
מע מעג שרייבען דא אויך וועגען איהם וואס האט נישט צו טוהן וועגען וועבערמאן?
כאב געוואלט פרעגען ווער ער איז. איך לייען אמאל אמאל די עמי און ער שרייבט יעדע מאל די אינטערוויו און אויך אנדערע ארטיקלעך.
דא ביי וועבערמאן קען זיין ער וויל זיך לעקען צו די ווילימסבורגע מענטשען אבער וועגען אנדערע זאכן וייסט ער וואס ער רעט? אדער סע האט די זעלבע פנים?
Frankfurter is probably basking in the hate he's receiving from the "other side." Under the maxim "my enemy's enemies are my firends," he probably sees the moment as an opportunity to regain the love lost between Ami an the Willi zealots.
Ami is notorious for making editorial decisions based on marketing goals and demographic targeting. Frankfurter has been sacrificing every ounce of journalistic ethics for the business side of the publication, ever since Ami's inception.
אינעם היינטיגען נומער באשרייבט עמי די שתדלנים פון/פאר כלל ישראל (ליין: אגודה, חב"ד סאטמאר) אין אמעריקע.
ליינענדיג איבער משה דוד נידערמאן וואס ברענג ארויס וויאזוי צו פארשטיין געבען פאר די באהערדע די שבח פון כלל ישראל און זייער חינוך סיסטעם, בין איך געבליבן שטיין ביי דעם שורה:
And they succeed despite not having a formal education.
קען אפשר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט?
וואו איז די הצלחה?
און אויב ס'דא הצלחה, פארוואס דארף מען אזויפיל שתדלנים פאר נאך און נאך בענעפיטען און הילף פראגראמען?
חכם איינער ער רעדט דאך פון אונזער סאקסעס אויסצוסאקן דעם פעטער עד הסוף און פון
די מינע עסקנים.
אזוי ווי שמעקעדיג ערווענט דא
מיין קאפ טרייסלט מיר ממש פון דעם עולם הפוך וואס דא גייט פאר
די אנטי טעראר, אנטי עסטעבלעשמענט, אנטי סיסטעם. וכל שום וחניכא דאית להו וואס זארגן זיך פאר זעלביגע רעכטן און יושר און גערעכטיגקייט האבן שופך געוועהן קערה על פיה אויף אזא מין אומפארשעמטן פארנעם
יעדער וואס זאגט נישט ווי זיי ווילן, ווערט באשמירט מיט מיאוס׳טע נעמען, און באוואשן פון קאפ ביז פיס
יצחק פראנקפורטער האט א רעכט צו אן אייגענעם מיינונג אדער נישט?
א נייע ביזנעס דירעקטארי טאר זיך נישט מאכן, זאב ברעננער׳ס שוי טאר מען נישט בויקאטירן, בערגער׳ס הכשר טאר נישט אוועקגענומען ווערן פון דייטש,
אבער ראני גרינוואלד מוז מען קראנק מאכן
עמ״י מאגאזין מוז מען בויקאטירן
שמוציגע ארטיקלען קעגן פראנקפורטער מעגן ארויסקומען יעדע רגע
דזשארדש פארקאש מיט׳ן זוהן זענען טשיילד מאלעסטערס
פרוי ז. איז א זו** שוין מעולם.
ווער האט רעכטן און ווער נישט. כ׳מיין ס׳דאך נישטא קיין גרויליגער פון דעם וואס מען טוט אפ און אלס אין נאמען פון.....וויקטעם
יואלישFrankfurter is probably basking in the hate he's receiving from the "other side." Under the maxim "my enemy's enemies are my firends," he probably sees the moment as an opportunity to regain the love lost between Ami an the Willi zealots.
Ami is notorious for making editorial decisions based on marketing goals and demographic targeting. Frankfurter has been sacrificing every ounce of journalistic ethics for the business side of the publication, ever since Ami's inception.
פון וואאנעט שטאמט די פיינטשאפט פון די "סטרא אחרא" צו די עמי? די סקווירא שריפה, ארטאפראקס ארטיקל, וכדו'?
יאיריואלישFrankfurter is probably basking in the hate he's receiving from the "other side." Under the maxim "my enemy's enemies are my firends," he probably sees the moment as an opportunity to regain the love lost between Ami an the Willi zealots.
Ami is notorious for making editorial decisions based on marketing goals and demographic targeting. Frankfurter has been sacrificing every ounce of journalistic ethics for the business side of the publication, ever since Ami's inception.
פון וואאנעט שטאמט די פיינטשאפט פון די "סטרא אחרא" צו די עמי? די סקווירא שריפה, ארטאפראקס ארטיקל, וכדו'?
זאת ועוד.
כ'האב נישט געהערט ביז היינט אז דייקא די "סטרא אחרא" זאל האבן אן אישו מיט אים. פארקערט, די סיקרוקים זענען געווען זיינע גרעסטע קעגנער. געווענליך פלעגן די קריטיק קומען פון די עולם וואס פארשטייט צו זשורנאליזים און האבן זיך געשפירט באליידיגט פון זיין אנעמען דעם עולם פאר א באנדע קיען.
און צוגאב צו די דערמאנטע ארטיקלן (אן נעמן אין באטראכט זיין פאליטיק וואס ער שפילט מיט הויפן און חסידות'ער, א שטייגער ווי די 82 קארעספאנדעס סקאנדאל האט אויפגעדעקט) נעם אזא קאווער פון די ווייסע הויז באהאנגן מיט נאצי פענער. היסטעריע און סענזאציע פארוואס געלע זשורנאליזים קען זיך פארשטעקן. הצד השווה איז אז ער האט נישט קיין רעספעקט פארן אמת (אין די פאל פון די ארטאפראקס ארטיקל האט ער בכוונה פארוואנדעלט דעם אינגערמאן אלס א "מעדיצינישע קראנקע" פערזאן, אין דערצייט וואס לא נגע ולא פגע, אלעס ווייל ס'איז באקוועמער פאר די ליינער) ער ניצט עקסטרעמע סענזאציע צו פארקויפן עקזעמפלארן, ער - ווי אלע אנדערע חרידישע פובליקאציעס - וועלן אויס וואס צו שרייבן און וויאזוי צו שרייבן געוואנדן וויאזוי די ליינער וועלן עס גלייכן. דאס האט א נאמען אין די וועלט פון ליטארעטור: פיקציע.
יואליש
ער - ווי אלע אנדערע חרידישע פובליקאציעס - וועלן אויס וואס צו שרייבן און וויאזוי צו שרייבן געוואנדן וויאזוי די ליינער וועלן עס גלייכן. דאס האט א נאמען אין די וועלט פון ליטארעטור: פיקציע.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז ראנג מיט דעם מהלך. פון דעם רעדאקציעס פערספעקטיוו; ער איז דאך דא צומאכן געלט. און לכאורה מאכט ער טאקע געלט ווייל ער איז שוין היבש לאנג אין ביזנעס. אין די ביזנעס וועלט האט עס א נאמען: פראפיט.
פון די ליינערס פערספעקטיוו; ער איז נישט אנגעבינדן אין קיין שום פארטיי וואס וועגן דעם מיז עס דער ליינער קויפן, נאר ער קויפט עס ווייל ער גלייכט עס. נא אויב ער גלייכט געלע זשורנאליזם ווייל ער גלייכט עס טאקע (נישט ווייל זיין פארטיי פארלאנגט פון אים ער זאל עס גלייכן), וועם באדערט עס? ווען ער עסט פאר לאנטש צוויבל קוגעל איינגעטונקען אין חרוסת באדערט דיך עס אויכעט?
און אויב באדערט דיך בכללות אז א חרדישע אויסגאבע זאל זיין אזוי נידריג אין דזשורנאליזים, הכל לפי המבייש והמתבייש, חרדישע דזשורנאליזים שטייט נאכנישט אויף אזא הויכע ניווא אז דער בושה זאל זיין אזוי גרויס.
אמת. אבער די בושה איז אז עמי האט פארשפראכן צו מאכן פארשריט אין דעם געביט, און אנשטאט דעם איז ער געפאלן עשר מעלות אחורנית, געלע זשורנאליזים פארפאקט אין פינקע פלאסטיק.
מעג איך איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מיינט "געלע דזשורנאליזם"?
אדער מוז איך עס פרעגן אינעם אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן"
שמעקעדיגמעג איך איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מיינט "געלע דזשורנאליזם"?
אדער מוז איך עס פרעגן אינעם אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן"
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Yellow_journalism">http://en.wikipedia.org/wiki/Yellow_journalism</a>
שמעקעדיגמעג איך איינמאל פאר אלעמאל וויסן וואס מיינט "געלע דזשורנאליזם"?
אדער מוז איך עס פרעגן אינעם אשכול פון "זאכן וואס איך וויל וויסן"
געלע זשוזנאלים איז ניצט אין אסאך נייעס אויסגאבעס. בעיסיקלי "נייעס וואס וועט פארקויפן" און נישט מיט פארשונג און עטיק. למשל, די ניו יארק פאוסט און אזוי ווייטער
whatever will cater to their audience. ultimately, the media controls the people.
טו בי אמת'דיג
כ'ווייס נישט וואס האלט אים צוריק צו לייגען בילדער פון פרויען, לכה"פ אין די א.ג. נשים אפטיילונג
אפילו פון רביצין קנייבסקי לייגט ער נישט.
איז דא איינער וואס קויפט דער עמי, וואס וועט אויפהערן קויפן צוליב פרויען בילדער?
משה געציליואליש
ער - ווי אלע אנדערע חרידישע פובליקאציעס - וועלן אויס וואס צו שרייבן און וויאזוי צו שרייבן געוואנדן וויאזוי די ליינער וועלן עס גלייכן. דאס האט א נאמען אין די וועלט פון ליטארעטור: פיקציע.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז ראנג מיט דעם מהלך. פון דעם רעדאקציעס פערספעקטיוו; ער איז דאך דא צומאכן געלט. און לכאורה מאכט ער טאקע געלט ווייל ער איז שוין היבש לאנג אין ביזנעס. אין די ביזנעס וועלט האט עס א נאמען: פראפיט.
פון די ליינערס פערספעקטיוו; ער איז נישט אנגעבינדן אין קיין שום פארטיי וואס וועגן דעם מיז עס דער ליינער קויפן, נאר ער קויפט עס ווייל ער גלייכט עס. נא אויב ער גלייכט געלע זשורנאליזם ווייל ער גלייכט עס טאקע (נישט ווייל זיין פארטיי פארלאנגט פון אים ער זאל עס גלייכן), וועם באדערט עס? ווען ער עסט פאר לאנטש צוויבל קוגעל איינגעטונקען אין חרוסת באדערט דיך עס אויכעט?
און אויב באדערט דיך בכללות אז א חרדישע אויסגאבע זאל זיין אזוי נידריג אין דזשורנאליזים, הכל לפי המבייש והמתבייש, חרדישע דזשורנאליזים שטייט נאכנישט אויף אזא הויכע ניווא אז דער בושה זאל זיין אזוי גרויס.
פארדרייען מעשיות און שרייבן אומאויסגעהאלטענע ארטיקלען פון א מאראלישן שטאנדפונקט איז א גרויסע עולה, און ווען מאכט געלט דערויף מאכט עס נישט קלענער די עולה. און יא, חרדי'שע זשורנאליזם שטייט אויף א פיל בעסערע ניווא, אויסער אויב דער איד און דער בלאט גייען ביי דיר אריין אין כלל פון חרדי'שע ליטעראטור.
אין ספר הפנים זעה איך א מעכטיגע קאמפיין, נישט צו שטיצען ביזנעס' וואס עדווערטייזען זיך אין עמיא
אז די קאמפיין גייט זיך נישט אויסארבייטען איז איבריג מסביר צו זיין, פשוט ווייל עס האלט נאך נישט דערביי אז די שטיצער פינעם ווייבל זענענן א ערענסטע פערצענט פינעם אידישען ארטעדאקסישען עולם, פארקערט עס קען גאר האבן א פארקערטע עפעקט,
שוין אפגערעדט פינעם פאקט אז די זעלבע וואס קרייען האן פאר עפענענן א נייע ביזנעס דירעקטערי זענענן יעצט די וואס פארפירען אונטער צו ברענגן א צווייטענס ביזנעס דשאסט ווייל ער האט געזאגט זיין מיינוג, וואס איז אגב אויך די מיינוג פון איבער רוב רובם שותו״מ.
היפעקריטען.
בקיצור יעדער איז ביזי וועמען מען זאל שטיצען.
איך גיי ווייטער צו מיין גראסערי, און צו מיין הארדווער געשעפט.
די אלע זאכען זענען סתם ב"ש.
דער וואך האבען זיי ארויף געלייגט אויף דער דעקל פון דער 'עמי' א גרויס בילד פון:
רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר 15 ענוו.
...אזוי זעהט עס אויס...
למען האמת דאס איז דער סאדיגורע...
מיינסט אוודאי שלום אליעזר סוף ימיו.
וואס שרייבט ער וועגן די זקן צדיקי רוזין?
איבער זיינע ענגליש-טיטשער יארן / באס-דרייווער אין קראונהייטס?
דער ענדליכקייט איז זייער מערקווירדיק
דער וואך האבען זיי ארויף געלייגט אויף דער דעקל פון דער 'עמי' א גרויס בילד פון:
רבי שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר 15 ענוו.
צי מיר האט עס אויסגעזעהן ווי ר' מיכל מניקעלשבורג נאך הבדלה פון יום כיפור
כ'מיין ער זיצט שבעה.