☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמאר רבי (מהר"א) שטורעמט איבער כשרות הבשר

סאטמאר רבי (מהר"א) שטורעמט איבער כשרות הבשר

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2527
בלאט: 1 2

אבי גערעדט » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 8:30 am

· #69896
סאטמאר רבי (מהר"א) שטורעמט איבער כשרות הבשר
מיט א שטורעם איז האדמו"ר מהר"א נעכטן ביי די הדלקת הנרות ארויסגעקומען גאר שארף קעגן די בית השחיטות ווי מען איז נאך אלס נישט בודק פאר צומת הגידין, אין אידן ווערן רח"ל נכשל מיט טריפות ממש.

דא האט איר די פולע טעקסט

דברים חוצבים להבת אש, שהשמיע כ"ק מרן רבינו שליט"א, בענין צומות הגידין.
אחר שהאריך בגודל הפגם של מאכלות האסורות, היונים רצו להשכיחם תורתיך ע"י מאכלות האסורות.

כ'האב אסאך אריין געטראכט, צו איך זאל זאגן צו איך זאל נישט זאגן.

כ'וויל קודם פארציילן א מעשה, כ'האב געהערט פון טאטען ז"ל בימיו פונעם קדושת יו"ט איז געווען א מחלוקה אין סיגוט (פאר ווער ס'ווייסט אביסל היסטאריע) מ'האט זיך אפגעטיילט די שטאט ס'איז געווארן צוויי קהילות, די אנדערע קהלה האט אויפגענומען א שוחט, דער קדושת יו"ט ער איז געווען דער רב האט ג'אסרט דעם שוחט, איז געווען א מחלוקה, דער טאטע ז"ל האט פארציילט אמאל אז דער זיידע ז"ל דער קדושת יו"ט, האט ביי שלש סעודות געוויינט 'אידן ווערן נכשל, מ'עסט טריפות', מ'עסט פון א ג'אסרט'ן שוחט, מ'עסט טריפות, שטארק פארפירט אויף דעם. ער איז געווען דער וואס האט עס געאסרט אבער ער האט עם ג'אסר'ט ע"פ הלכה, ער האט נישט געטראכט אז מ'וועט זאגן ס'איז א פאליטיק, ער האט געזאגט דעם דבר ה' ווייל ער האט געפילט ער דארף זאגן.

כ'וויל זאגן דא, מ'עסט טריפות! מ'עסט טריפות אין עופות, מ'שעכט עופות און אין די עופות איז דא טריפות פון צומות הגידין, און אז מ'איז בודק טרעפט מען טריפות, און מ'נעמט מען ארויס די טריפות, אויב נישט אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא!
היינט איז דאנערשטאג אייער נעכטן, דינסטאג, האט מען געשאכטן עופות, ס'איז געווען 18 פראצענט טריפה!, 18 פראצענט טריפה מן התורה!!!, איך האב געמאכט היינט א חשבון 18 פראצענט פון עופות, דאס מוז זיי בערך 2500 עופות, פון א עוף קענען עסן 6 מענטשן לאמיר זאגן, 5-6 מענטשן, ווען דאס וואלט אריין קומען אין אידישע הייזער, רעכענט אויס 5-6 מאל 2500 אזויפיל אידן וואלטן געגעסן טריפות, און דאס מאכט טריפה די טעפ, ס'מאכט אלעס טריפה, ממש מ'עסט טריפות! און ווער ס'האט א ספק דערין לאדען איך איין, מ'זאל קומען זיך איבערצייגן מ'זאל זעהן אז מ'טרעפט טריפה.

דער אייבישטער איז מיין עדות, כ'מיין נישט דא קיין געשעפטן, כ'מאכט נישט קיין געלד כ'האב נישט קיין ריווח פון בית השחיטה כ'בין נישט קיין שותף, ס'בלייב ממילא נישט איבער קיין שום וואך נישט קיין כזית בשר, איך זוך נישט קיין קונים. דער אייבישטער איז מיין עדות ס'טוט מיר וויי אז אידן חסידישע אידן עסן טריפות!

היינט צוטאג אין ירושלים אין בני ברק אין לאנדאן אין מאנטשעסטר אין אנטווערפן, אידישע קהילות איבעראל איז מען בודק צומות הגידין! איבעראל!

דאס איז נישט קיין חומרא!!, דאס איז טריפה ממש! ממש יעדע כזית איז טריפה!נישט אייביג א טאג יא, נישט יעדן טאג, ס'איז דא טעג וואס מ'טרעפט, ס'קען זיין א וואך צוויי וואכן ס'זאל זיין ווייניג, ס'זאל זיין 'גארנישט' איז נישט דא, ס'איז ווייניג, ס'איז נישט נאר אין אונזער בית השחיטה, ס'איז דא נאך א בית השחיטה דא ווי מ'באקוקט צומות הגידין און מ'טרעפט, ווייל אז מ'באקוקט טרעפט מען, דארט ווי מ'באקוקט נישט דארט איז טאקע נישט דא! דארט איז נישט דא קיין פראבלעמען.

איך וויל זאגן פאר אידישע קינדער, איך פיל ס'ליגט אויף מיר אן אחריות, ווייל איך זעה עס, א צווייטער זעהט עס נישט, ס'ליגט אן אחריות און כ'וויל זאגן פאר די גאנצע שטאט, אז מ'איז נישט בודק קיין צומות הגידין פאלט מען אריין, כ'זאג נישט במזיד, מ'קען טרעפן קולות, יא מצוי נישט מצוי, אבער נישט ביי חסידישע אידן האט מען אזוי געהאנדעלט, ביי חסידישע אידן איז מען נישט אזוי צוגעגאנגען צו כשרות, איבעראל בכל תפיצות ישראל איז מען בודק, ס'טוט מיר וויי כ'מוז עס זאגן, אבער כ'האלט ס'ליגט אויף מיר א חוב צו זאגן פאר די אידישע וועלט, אז דאס איז די מצב אין כשרות.

כ'טוה איינלאדענען יעדען רב יעדען מורה הוראה ער זאל קומען און זאל זיך אליינס איבערצייגן, כ'טוה איינלאדענען יעדען רב ווען ער וויל, ער זאל קומען ער זאל זיך מיט די אייגענע אויגן איבערצייגן, זעהן אז ס'איז דא טריפה! יא ס'איז דא טריפות! און נישט קיין חומרות נאר טריפה דאורייתא!

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:10 am

· #69904
מהר''א שליט''א איך האב באקומען 2 טעג צוריק א טעלפאון קאל אקעגן איינער וואלנער פארן נישט נוצן כבוד מעלתו פאר סידור קידישין אין דיין גלילות דארט זאגסטו אויך ''דער אייבישטער איז מיין עדות, כ'מיין נישט דא קיין געשעפטן,נישט כבוד , נישט POWER, כ'מאך נישט קיין געלד כ'האב נישט קיין ריווח''

איצט צום ענין

כ'וויל זאגן דא, מ'עסט טריפות! מ'עסט טריפות אין עופות, מ'שעכט עופות און אין די עופות איז דא טריפות פון צומות הגידין, און אז מ'איז בודק טרעפט מען טריפות, און מ'נעמט מען ארויס די טריפות, אויב נישט אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא! באמבאסטיש נוסח...
קודם כל איז חד בתרי בטל מן התורה, און אפילו לויט די שיטות אין מבטלין איסור לכתחילה מן התורה, ווערט דאס נאך אלץ בטל.

נאך דעם, רעכען אויס איין היימישע שחיטה פלאץ וואס מ'טשעקט נישט סעמפלס וועגן צימות הגידין, אדרבה דער אייבישטער איז דיין עדות וכו' אדרבה זאג וואסערע שחיטה די מיינסט, ווייל מיט די הוצאת שם רע מאכסטו אז מ'זאל נישט קענען עסן נאר דיין'ס

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:37 am

· #69910
outspoken
קיינער איז נישט אינטערסירט וואסערע טעלעפון קאלס דו באקומסט. מיש נישט קיין קאשע.
להוי ידוע ווייל מהר"א פארפירט כסדר וועגן צומ"ה האט מען זיך אנגעהויבן אויפוועקען ביי אנדערע שחיטות. עס איז צום האפן אז 82 וועט זיך אויך אויפוועקען והי' זה שכרו.
אז עס געפעלט דיר נישט זיין וויי געשריי קענסטו טוען וואס מען האט געטון ווען זיין זיידע דער קדוי"ט האט פארפירט אויף די מקילים. רייס אים ארינטער וויפיל עס גייט אריין

יוחנן הסנדלר » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 10:52 am

· #69912
גארנישט קיין קאשע. דער מהר"א שיקט ארום אין די גאנצע שטאט קאלס מיט בריוון איבער די פסולי חיתון מיט נולדי פסולים וואס על אפו ועל חמתו גרייכן זיי שוין און די הונדערטער. איז פשוט פונקט ווי עס איז נישטא קיין שמץ חשש אין די חתונות וואס זענען אין א גליל וואס האט איהם אויפגענומען פאר רב פונקט ווי זיין גליל אין סלאטסבורג דאך האט ער די העזה צו מוצא לעז זיין על משפחות כשרות וויייל אני ואפסי אמלוך דאס זעלבע בערך ליגט אונטער דעם גאנצן צומת הגידין ליצנות. מהר"א איז א סכנה פארן עתיד פון כלל ישראל לענ"ד.

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 11:00 am

· #69916
דער עיקר פוינט מיינער איז געווען, זיין באמבאסטישקייט ,קודם זאגט ער , אויב נישט אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא!

א האלבע מינוט שפעטער זאגט ער , מ'קען טרעפן קולות, יא מצוי נישט מצוי, אבער נישט ביי חסידישע אידן האט מען אזוי געהאנדעלט, ביי חסידישע אידן איז מען נישט אזוי צוגעגאנגען צו כשרות,

אה ס'שוין קולות נישט קיין טריפות! טריפות דאורייתא!.

און די זעלבע מיט סידור קידושין איך ווייס נישט פון קיין וואלנער, כ'וואוין נישט אין ק''י והגלילות, נישט קיין מעמבער אין זיין קהילה, בין איך נישט נייגעריג אויף זיינע(דער אייבישטער איז עדות) טעלעפאן קאלס

קלאר » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 11:35 am

· #69923
אויך די סקול דיסטריקט
אין די איידעם אין וויזניץ
אריזאנע ווייץ
שחיטה מונחת
(וואס נאך קען מען אריינמישן אז די דרשה שמעקט נישט?)

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:02 pm

· #69930
קלאר, דער אייבישטער איז מיין עדות, אז כ'בין די זעלבע outspoken פון הייד פארק ווי כ'בין געווען פון די הויפט וואס האבן זיך אנגענומען פאר מהר''א שליט''א ביי די אריזאנע ווייץ און קינות כללי.(כאטש כ'בין נישט קיין ארוני) יא, כ'האב דערמאנט סידור קידישין ווייל איך האב באקומען 2 טעג צוריק די טעלפאון קאל .

אדרבה אפשר קענסטו פארענעטפערן, עסט מען טריפות דאורייתא!. אדער קולות ?

קלאר » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:14 pm

· #69941
צומות הגידין איז טריפה.
מ'קען טרעפן קולות פין בטל במיעוט, לויט א טייל פוסקים (מיר נעמען נישט אן אזוי) איז עס ע''פ רוב נאר א מיעוט המצוי,
אבער 18% איז יעדער מודה אז ס'איז א מיעוט המצוי
טשעק נאר נאך, ווי נאך די ניצט אזעלכע קולות אין היתרים ביי היימישע אידן

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:25 pm

· #69945
צומות הגידין איז טריפה (דאורייתא, יא לויט רוב פוסקים) אבער נישט דאס האט ער מיט זיין ''דער אייבישטער איז מיין עדות'' געזאגט, ער האט געזאגט,

כ'וויל זאגן דא, מ'עסט טריפות! מ'עסט טריפות אין עופות, מ'שעכט עופות און אין די עופות איז דא טריפות פון צומות הגידין, און אז מ'איז בודק טרעפט מען טריפות, און מ'נעמט מען ארויס די טריפות, אויב נישט אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא! וואס איז א באמבאסטישע לשם שמים סטעיטמענט, און מיט איינמאל ווערט דאס נאר קולות,

איך בין מוחה אז איינער האט זיך אויפגעשטעלט ברבים און געזאגט אויף א קהילה בישראל אז זיי עסען טריפות דאורייתא!

אבי גערעדט » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:28 pm

· #69946
יוחנן הסנדלר
. מהר"א איז א סכנה פארן עתיד פון כלל ישראל לענ"ד.

לץ איינער

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:30 pm

· #69947
סנדלר, פונקט ווי קיינער באשולדיגט נישט הגז"ל מיט טשיילד מאלעסט אויב איינע פון זיינע מלמדים זענען. אזוי אויך שיקט נישט מהר"א קיין קאלס אין וויליאמסבורג. ער איז נישט זיין אחריות פאר א קאל וואס דו באקומסט.
דאס אז די חתונות איז א שאלה איז א פסק הלכה פון רבינו בעל דברי יואל. אזוי האט פעסטגעשטעלט דער דיין פון קרית יואל ר' געציל בערקאוויטש. אז דו ווילסט אויסגעבן דיין כעס אויף ר' אהרן פיין און וואול אבער די פאקטן טויש נישט

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:31 pm

· #69948
אבי גערעדט
יוחנן הסנדלר
. מהר"א איז א סכנה פארן עתיד פון כלל ישראל לענ"ד.

לץ איינער

אויב איז ער א זלוני איז ער גארנישט קיין לץ...

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:38 pm

· #69950
outspoken
לויט ווי איך שטעל זיך פאר ביזטו נישט קיין דיין. אדמו"ר מסאטמאר האט די הוראה און ער איז מחולק מיט דיר. ע"כ איז דיין מחאה'לע דא פונקט אזוי חשוב ווי מעכיל אינדיג'ס מחאה די לעצטע פאר וואכן.
א גיט שבת

קלאר » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:42 pm

· #69951
אוטספאקען, עס קוקט אויס ווי די האסט א אגענדע
(ביי פרשת פינקעל זענען אויך געווען וואס האבען אים ריינגעוואשען ווייל זיי האבען נישט ארייננעמן אין מציאות אז זיי האבען געגעסן טריפות, דארט איז אויך געווען רוב פין נישט טריפות)
סוי, איך גיי מיך נישט אריינלאזען אין קיין וויכוחים

אזויפיל ווייס איך, אז 'צומות הגידין איז טריפה'
אין די גאנצע וועלט איז מען בודק

אבי גערעדט » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:46 pm

· #69953
אוטספאוקען, איך זעה ביסט אביסל צומישט, לאמיך דיר קלאר מאכן וואס קלאר האט שוין געשריבן.

1) צוריסענע צומת הגידין איז טריפות ממש, יא טריפה דאורייתא, אין מען טאר דאס נישט עסן.

2) ביי אידן איז דא אזא מין קולא ווי בטל ברוב, 18 פראצענט איז אבער א הימל געשריי, אין וויאזוי קענען מיר זיך פארלאזן דערויף??

קאווע טרינקער » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 12:47 pm

· #69954
ר' יצחק שטיין האט א ניק דא?

פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:25 pm

· #69964
דאס מיינט א רבי.. ער האט נישט מורא ארויצוזאגען די אמת .....אפי עס איז קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!

קלאר » פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 1:55 pm

· #69968
פין וועם דארף ער מורא האבען?

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:22 pm

· #70176
אבי גערעדט
אוטספאוקען, איך זעה ביסט אביסל צומישט, לאמיך דיר קלאר מאכן וואס קלאר האט שוין געשריבן.

1) צוריסענע צומת הגידין איז טריפות ממש, יא טריפה דאורייתא, אין מען טאר דאס נישט עסן.

2) ביי אידן איז דא אזא מין קולא ווי בטל ברוב, 18 פראצענט איז אבער א הימל געשריי, אין וויאזוי קענען מיר זיך פארלאזן דערויף??


ניין, כ'בין ווייט פון צומישט, מהר''א'ס סטיעטמענטס זענען צומישט.

כ'וויל זאגן דא, מ'עסט טריפות! מ'עסט טריפות אין עופות, מ'שעכט עופות און אין די עופות איז דא טריפות פון צומות הגידין, און אז מ'איז בודק טרעפט מען טריפות, און מ'נעמט מען ארויס די טריפות, אויב נישט אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא!

מ'קען טרעפן קולות, יא מצוי נישט מצוי, אבער נישט ביי חסידישע אידן האט מען אזוי געהאנדעלט, ביי חסידישע אידן איז מען נישט אזוי צוגעגאנגען צו כשרות.

אז ס'איז דא א קולא, עסט מען נישט קיין טריפות דאורייתא! אדרבה זאל ער אדער זיין דיין ארויסקומען אז מ'דארף כשר'ן די טעפ ווי ביי פינקעל

און דעפאר בין איך מוחה (במקום שאין איש וכו')

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:33 pm

· #70183
פרייליך
דאס מיינט א רבי.. ער האט נישט מורא ארויצוזאגען די אמת .....אפי עס איז קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!

ער איז סאך גרעסער, ער האט נישט מורא צו גיין אין קארט קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!...

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:35 pm

· #70184
outspoken
פרייליך
דאס מיינט א רבי.. ער האט נישט מורא ארויצוזאגען די אמת .....אפי עס איז קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!

ער איז סאך גרעסער, ער האט נישט מורא צו גיין אין קארט קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!...

נאך אסאאאאך גרעסער, ער האט נישט מורא פון שלחן ערוך.....

פרענטש וואנילע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:52 pm

· #70196
פרייליך
דאס מיינט א רבי.. ער האט נישט מורא ארויצוזאגען די אמת .....אפי עס איז קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!


גראדע האלט איך אז ער מיינט נישט דא זיין ברודער, ווארום די שלאכט הייזער ווי זיין קליינער ברודער שעכט האט כמעט נישט געהאט קיין צומות הגידין פראבלעם, די פראבלעמען זענען בעיקר געווען ביי די וואס קויפען איין ביליגע טשיקענס און ווי פארשטענליך, יו געט וואט יו
פעי פאר", דאך איז מען ביים "קליינעם" ברודער ווי מנעמט נאר טאפ קוואליטי עופות איז דא משגיחים וואס זענען
געהעריג בודק די צומות הגידין...

בד"וו, די דרשה קוקט נישט אויס ווי ער מיינט עמיצען, ס'איז א וועג פון עדווערטייזען זיין פראדאקט..

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:58 pm

· #70202
פרענטש וואנילע
פרייליך
דאס מיינט א רבי.. ער האט נישט מורא ארויצוזאגען די אמת .....אפי עס איז קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!


בד"וו, די דרשה קוקט נישט אויס ווי ער מיינט עמיצען, ס'איז א וועג פון עדווערטייזען זיין פראדאקט..


דאס זיכער נישט, ער זאגט דאך,

דער אייבישטער איז מיין עדות, כ'מיין נישט דא קיין געשעפטן, כ'מאכט נישט קיין געלד כ'האב נישט קיין ריווח פון בית השחיטה כ'בין נישט קיין שותף, ס'בלייב ממילא נישט איבער קיין שום וואך נישט קיין כזית בשר, איך זוך נישט קיין קונים. דער אייבישטער איז מיין עדות ס'טוט מיר וויי אז אידן חסידישע אידן עסן טריפות!

פרענטש וואנילע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:05 pm

· #70204
outspoken
פרענטש וואנילע
פרייליך
דאס מיינט א רבי.. ער האט נישט מורא ארויצוזאגען די אמת .....אפי עס איז קעגן זיין ברידער!!!!!!!!!!!


בד"וו, די דרשה קוקט נישט אויס ווי ער מיינט עמיצען, ס'איז א וועג פון עדווערטייזען זיין פראדאקט..


דאס זיכער נישט, ער זאגט דאך,

דער אייבישטער איז מיין עדות, כ'מיין נישט דא קיין געשעפטן, כ'מאכט נישט קיין געלד כ'האב נישט קיין ריווח פון בית השחיטה כ'בין נישט קיין שותף, ס'בלייב ממילא נישט איבער קיין שום וואך נישט קיין כזית בשר, איך זוך נישט קיין קונים. דער אייבישטער איז מיין עדות ס'טוט מיר וויי אז אידן חסידישע אידן עסן טריפות!


דאס זאג איך דאך, דאס וואס ער זאגט איז די גרעסטע ראי' אז ער מיינט דאס און נאר דאס..

פיינע קאווע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 2:25 pm

· #70219
קיין עיינע הרע ווי מען לערנט פשט און גריבעלט אין זיינע דברות קודש. א נחת צו זעהן.

אריינגעטראכט » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:53 pm

· #70262
פרענטש וואנילע


גראדע האלט איך אז ער מיינט נישט דא זיין ברודער, ווארום די שלאכט הייזער ווי זיין קליינער ברודער שעכט האט כמעט נישט געהאט קיין צומות הגידין פראבלעם, די פראבלעמען זענען בעיקר געווען ביי די וואס קויפען איין ביליגע טשיקענס און ווי פארשטענליך, יו געט וואט יו
פעי פאר", דאך איז מען ביים "קליינעם" ברודער ווי מנעמט נאר טאפ קוואליטי עופות איז דא משגיחים וואס זענען
געהעריג בודק די צומות הגידין...

בד"וו, די דרשה קוקט נישט אויס ווי ער מיינט עמיצען, ס'איז א וועג פון עדווערטייזען זיין פראדאקט..


איך וואלט געוואלט פארשטיין דעם מאיר הירשן ,
ער איז דאך יא א ביזנעסמאן,
לויט וויפיל איך שאץ, און פון וואס איך האב פארשטאנען פון מענטשן וואס ארבעטן אין בדיקות וכדומה,
אז אזא שפיל פון בודק זיין צומות הגידין,
קאסט א מילליאן דאלער א יאר,
נו פארוואס קען ער נישט צאלן די פאר צענט מער פער טשיקען,
צו קויפן די מער טייערערע קלאס טשיקעלעך,
וואס פאר א גוט יאר פעלט אים אויס די עקסטערע עקספענס אין קאפ ווייטאג???????

גאלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:20 pm

· #70271
די זאליס האבן די ריינע ראסע הינער

פרענטש וואנילע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:23 pm

· #70272
עטליכע יאר צוריק וואלט געפלויגען נישט ווינציגער ווי אן "עפרא לפומיה" פאר אזוינע ווערטער, טאקע פון דעם זעלבען בעל דרשן..

גאלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:31 pm

· #70273
עטליכע יאר צוריק האט עס דער קאשויער רב געזאגט, דאן איז געווען דער ניגון "האט דען א רב נישט א רעכט צו זאגן זיין דעת תורה"??
אבער ווען ר' אהרן זאגט אקוראט די זעלבע זאך צירייסט מען איהם אויף שטיקר
האיך יתקיימו שניהם??
נאר וואזשע דען???
לאמיר זאגן אלע איניינעם...
ה-א-------ל-ן------ו-ה-א-------ל-ה-ו !!!!

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:33 pm

· #70274
פרענטש וואנילע
עטליכע יאר צוריק וואלט געפלויגען נישט ווינציגער ווי אן "עפרא לפומיה" פאר אזוינע ווערטער, טאקע פון דעם זעלבען בעל דרשן..


למעשה האט ער אים איבערגעבעטען ברבים, וואס איז געווען גאר א שיינע זאך פון אים. האפענטלעך וועט ער איבערבעטען אויף די רייד.

קלאר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 4:55 pm

· #70283
אריינגעטראכט
פרענטש וואנילע


גראדע האלט איך אז ער מיינט נישט דא זיין ברודער, ווארום די שלאכט הייזער ווי זיין קליינער ברודער שעכט האט כמעט נישט געהאט קיין צומות הגידין פראבלעם, די פראבלעמען זענען בעיקר געווען ביי די וואס קויפען איין ביליגע טשיקענס און ווי פארשטענליך, יו געט וואט יו
פעי פאר", דאך איז מען ביים "קליינעם" ברודער ווי מנעמט נאר טאפ קוואליטי עופות איז דא משגיחים וואס זענען
געהעריג בודק די צומות הגידין...

בד"וו, די דרשה קוקט נישט אויס ווי ער מיינט עמיצען, ס'איז א וועג פון עדווערטייזען זיין פראדאקט..


איך וואלט געוואלט פארשטיין דעם מאיר הירשן ,
ער איז דאך יא א ביזנעסמאן,
לויט וויפיל איך שאץ, און פון וואס איך האב פארשטאנען פון מענטשן וואס ארבעטן אין בדיקות וכדומה,
אז אזא שפיל פון בודק זיין צומות הגידין,
קאסט א מילליאן דאלער א יאר,
נו פארוואס קען ער נישט צאלן די פאר צענט מער פער טשיקען,
צו קויפן די מער טייערערע קלאס טשיקעלעך,
וואס פאר א גוט יאר פעלט אים אויס די עקסטערע עקספענס אין קאפ ווייטאג???????


גיט געזאגט 👍

וויילאנד האט געהאט דירעקט שוואכע טשיקענס, אין דאך האבען די זאליס געשריגן אז זייערע טשיקענס האבען עפעס א ספעציעלע סיעתא דשמיא
אין ביי זיי איז נישטו קיין צומות הגידין....

ליצים זאגען אז די זאליס פארלאנגען מ'זאל אוועקשיקן אלע משגיחים פין די שחיטה פין זייער בוטשער קויפט איין
זיי האבען עניוועי א מורא'דיגע סיעתא דשמיא אין זכות פונעם ראב''ד וואס באזיכט יעדע וואך אין בוטשער..
זיכער צו מאכען אז מ'פירט גענוי ווי החזרת עטרה ליושנה אפי' ביים זאלצען..
מ'וועט ווייזן פאר דעם ר' אהרנ'ן ער וועט אינז נישט זאגען וואס איז כשר

משכיל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 5:26 pm

· #70289
סאטמאר [שני הצדדים] האט א מנהג צו מרעיש עולמות זיין אויף זייערס א דעת יחיד:י

ציונות [ליפ סערוויס],י
עירוב [שקר]י
מציצה בפה,י
פסולי חיתון [ליצנות]י
צומת הגידין,י

דער צד השוה איז אז אויף יעדע זאך איז דא אן אנדערע דיעה, און זיי שרייען כאילו עס איז לכולי עלמא,י
און אפילו אויב די כוונה איז א פאליטישע שרייען זיי כאילו זיי מיינען כבוד שמים,י

אבער ערכאות שטערט זיי נישט,י
אויך מסירה איז א.קעי, י

שרייבער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:07 pm

· #70311
אריינגעטראכט
פרענטש וואנילע


גראדע האלט איך אז ער מיינט נישט דא זיין ברודער, ווארום די שלאכט הייזער ווי זיין קליינער ברודער שעכט האט כמעט נישט געהאט קיין צומות הגידין פראבלעם, די פראבלעמען זענען בעיקר געווען ביי די וואס קויפען איין ביליגע טשיקענס און ווי פארשטענליך, יו געט וואט יו
פעי פאר", דאך איז מען ביים "קליינעם" ברודער ווי מנעמט נאר טאפ קוואליטי עופות איז דא משגיחים וואס זענען
געהעריג בודק די צומות הגידין...

בד"וו, די דרשה קוקט נישט אויס ווי ער מיינט עמיצען, ס'איז א וועג פון עדווערטייזען זיין פראדאקט..


איך וואלט געוואלט פארשטיין דעם מאיר הירשן ,
ער איז דאך יא א ביזנעסמאן,
לויט וויפיל איך שאץ, און פון וואס איך האב פארשטאנען פון מענטשן וואס ארבעטן אין בדיקות וכדומה,
אז אזא שפיל פון בודק זיין צומות הגידין,
קאסט א מילליאן דאלער א יאר,
נו פארוואס קען ער נישט צאלן די פאר צענט מער פער טשיקען,
צו קויפן די מער טייערערע קלאס טשיקעלעך,
וואס פאר א גוט יאר פעלט אים אויס די עקסטערע עקספענס אין קאפ ווייטאג???????



אלא מאי קום צום אויספיר..........
מוז זיין אז ס'איז א פראבלעם איבעראל, נישט עפעס א מעשה מיט שוואכע טשיקנס

גראדע האב איך הנאה וואס פרענט ווענילע זאגט אז ער מיינט נישט די זאליס, ווייל דארט איז מען יא בודק, ווייל ווען ער מיינט די זאליס וואלט מען טאקע נישט געקענט אויפטון ווייל מען וועט זאגן ער מיינט פאליטיק, אזוי רעדט ער דאך בכלל נישט פון זיי

קלאר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:20 pm

· #70315
די זאליס האבען נישט קיין אייגענע שחיטה
אין מארוויד - פין ווי די זאליס נעמען איז מען נישט בודק
אין מען האט לעצטנס אנגעהויבן צו קוקען נאר די ערשטע קעסטלעך פין יעדע טראק (שמעתי)
וואס וואלט געווען גענוג ביי א חשש מיעוט שאינו מצוי

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:04 pm

· #70336
קלאר
די זאליס האבען נישט קיין אייגענע שחיטה
אין מארוויד - פין ווי די זאליס נעמען איז מען נישט בודק
אין מען האט לעצטנס אנגעהויבן צו קוקען נאר די ערשטע קעסטלעך פין יעדע טראק (שמעתי)
וואס וואלט געווען גענוג ביי א חשש מיעוט שאינו מצוי


לאמיר דיר אויסבעסערען, מ'קוקט נאר די ערשטע קעסטלעך פין יעדע טראק צו זען אויב ס'איז א מיעוט שאינו מצוי.(און ווען מ'טרעפט, טשעקט מען יעדע עוף)
און די זעלבע טוט הרב גרובער ביי EMPIRE.

אריינגעטראכט » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:04 pm

· #70359
outspoken
קלאר
די זאליס האבען נישט קיין אייגענע שחיטה
אין מארוויד - פין ווי די זאליס נעמען איז מען נישט בודק
אין מען האט לעצטנס אנגעהויבן צו קוקען נאר די ערשטע קעסטלעך פין יעדע טראק (שמעתי)
וואס וואלט געווען גענוג ביי א חשש מיעוט שאינו מצוי


לאמיר דיר אויסבעסערען, מ'קוקט נאר די ערשטע קעסטלעך פין יעדע טראק צו זען אויב ס'איז א מיעוט שאינו מצוי.(און ווען מ'טרעפט, טשעקט מען יעדע עוף)
און די זעלבע טוט הרב גרובער ביי EMPIRE.


לאמיר דיר אויסבעסערן
איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי די בודקים וואס זענען בודק צומות הגידין אין ק"י
האט זיך מיר ארויסגעשטעלט דאס בילד
אז מיעוט המצוי קען מען נישט מעסטן אויף אזא אופן (אז מאיז בודק בלויז די ערשטע פאר קעסטלעך)

פארוואס טאקע נישט??
וועל איך דיר מסביר זיין
זונטיג האט מען געטשעקט עס איז געווען פון די גאנצע טרעלער טשיקענס בלויז 2 פערצענט
מאנטיג שטעלט זיך ארויס אז עס איז דא פון די גאנצע טרעלער 18 פערצענט
זאגט ער מיר נאכמער
אז זייער אסאך טעג מאכט זיך אז פון די ערשטע 500 טשיקענס איז נישטא בלויז 1 פערצענט (מיעוט שאינו המצוי לכו"ע)
און פון די וואס געפינען זיך טיעפער אונעם טרעילער טרעפט מען אפילו ביז 18 פערצענט (מיעוט המצוי לכו"ע)

נו פון דעם רעדט מען דאך
מטשעקט בלויז די ערשטע פאר קעסטלעך ????
וואס ווייזט דאס אויף די איבעריגע קעסטלעך
עס איז דאך לכאורה דא דארט אויסגעמישט
אין די איבעריגע קעסטלעך
טשיקעלעך וואס האבן אין זיך די פראבלעם פון איבערגעריסענע אדערן אין די פיס,

סאו קבל את האמת און זיי בודק ביטע......


און דאס וואס די שרייבסט אז ווען מטרעפט טשעקט מען יעדע עוף
איז נישט ממש אזוי
משיקט דאס אוועק דעם גאנצן טרעילער
צומאל שיקט מען אהים די שוחטים פארן טאג (אויב איז נישט דא נאך א טרעילער וואס מטשעקט פריש)
צומאל קען נאך אנקומען פרישע טשיקעלעך

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:15 pm

· #70361
''אריינגעטראכט'', איך האב גענוצט קלאר'ס לשון ''די ערשטע קעסטלעך'' למעשה מאכט מען א RANDOM CHECK , וואס לויט די בודקים אין ק"י וואלט דאס לכאורה אויך נישט געהאלפען, אבער סאיז א חידוש אז פון די זעלבע LOT זאל די ערשטע 500 טשיקענס האבען בלויז 1 פערצענט, און פון די וואס געפינען זיך טיעפער אונעם טרעילער טרעפט מען אפילו ביז 18 פערצענט.
אדרבה, זיי עס מסבר.

יעצט גערעדט מיט א משגיח ביי הרב גרובער, ער זאגט אז זעלטן זאל זיין ביי זיי מער ווי 1% .

אריינגעטראכט » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:35 pm

· #70384
די פרעגסט וויאזוי איז דאס מעגליך
איך ווייס נישט

אבער אויף דעם זאגט שוין דער אדמור מהרא אז זייט מוחל ווער עס גלייבט נישט זאל אראפקומען און מיטהאלטן וויאזוי עס איז די מציאות הדברים

לגבי דעם אז די האסט גערעדט צו א משגיח
איך וועל אויך פרובירן צו רעדן צו א משגיח פון הרב גרובער און הערן אם אמת הדבר
ווייל דאס איז אסאך ווייניגער מסתבר אז מטרעפט נישט בלויז 1 פערצענט
אינדערצייט וואס ביי אנדערע טרעפפט מען אפילו ביז 18 פערצענט

וועגן רענדאם טשעק קען זיין אז סאיז א נייע מנהג ווייל ביז לעצטנס פלעגט מען נאר פון אנהייב טאג בודק זיין
(ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן ביים כפרות שלאגן אויף ראדני סטריט, ווי עס זענען אנוועזנד געווען אפאר סקווירא יונגעלייט, אין בודק געווען די ערשטע פאר הונדערט, און דאן זיך געפאקט די פעק)

outspoken » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 10:03 pm

· #70396
אריינגעטראכט
די פרעגסט וויאזוי איז דאס מעגליך
איך ווייס נישט

אבער אויף דעם זאגט שוין דער אדמור מהרא אז זייט מוחל ווער עס גלייבט נישט זאל אראפקומען און מיטהאלטן וויאזוי עס איז די מציאות הדברים

ניין, נישט אויף דעם (אז פון די זעלבע LOT זאל די ערשטע 500 טשיקענס האבען בלויז 1 פערצענט, און פון די וואס געפינען זיך טיעפער אונעם טרעילער טרעפט מען אפילו ביז 18 פערצענט).האט ער געזאגט אז מ'זאל אראפקומען און מיטהאלטן וויאזוי עס איז די מציאות הדברים

לגבי דעם אז די האסט גערעדט צו א משגיח
איך וועל אויך פרובירן צו רעדן צו א משגיח פון הרב גרובער און הערן אם אמת הדבר
ווייל דאס איז אסאך ווייניגער מסתבר אז מטרעפט נישט בלויז 1 פערצענט
אינדערצייט וואס ביי אנדערע טרעפפט מען אפילו ביז 18 פערצענט

אדרבה רעד צו א משגיח פון הרב גרובער אז די קענסט איינעם

וועגן רענדאם טשעק קען זיין אז סאיז א נייע מנהג ווייל ביז לעצטנס פלעגט מען נאר פון אנהייב טאג בודק זיין

די משגיח האט מיר געזאגט אז מ'מאכט רענדאם טשעק, אבער פונקטליך וואס ס'מיינט ווייס איך נישט (קען זיין מ 'נעמט אנהויב טאג עופת פון אסאך BOXES און מ'איז דאס בודק)


(ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן ביים כפרות שלאגן אויף ראדני סטריט, ווי עס זענען אנוועזנד געווען אפאר סקווירא יונגעלייט, אין בודק געווען די ערשטע פאר הונדערט, און דאן זיך געפאקט די פעק)

אריינגעטראכט » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 10:08 pm

· #70397
.

אריינגעטראכט » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 10:15 pm

· #70399
outspoken
אריינגעטראכט
די פרעגסט וויאזוי איז דאס מעגליך
איך ווייס נישט

אבער אויף דעם זאגט שוין דער אדמור מהרא אז זייט מוחל ווער עס גלייבט נישט זאל אראפקומען און מיטהאלטן וויאזוי עס איז די מציאות הדברים

ניין, נישט אויף דעם (אז פון די זעלבע LOT זאל די ערשטע 500 טשיקענס האבען בלויז 1 פערצענט, און פון די וואס געפינען זיך טיעפער אונעם טרעילער טרעפט מען אפילו ביז 18 פערצענט).האט ער געזאגט אז מ'זאל אראפקומען און מיטהאלטן וויאזוי עס איז די מציאות הדברים

F]יא, אויף דעם אין אויף אלעס וואס די פארשטייסט נישט, אדער די גלייבסט נישט קום ביטע אראפ און איבערצייג דיר אליינס[/color]

לגבי דעם אז די האסט גערעדט צו א משגיח
איך וועל אויך פרובירן צו רעדן צו א משגיח פון הרב גרובער און הערן אם אמת הדבר
ווייל דאס איז אסאך ווייניגער מסתבר אז מטרעפט נישט בלויז 1 פערצענט
אינדערצייט וואס ביי אנדערע טרעפפט מען אפילו ביז 18 פערצענט

אדרבה רעד צו א משגיח פון הרב גרובער אז די קענסט איינעם
אי"ה איך וועל פרובירן צו מאכן קאנטאקט

וועגן רענדאם טשעק קען זיין אז סאיז א נייע מנהג ווייל ביז לעצטנס פלעגט מען נאר פון אנהייב טאג בודק זיין

די משגיח האט מיר געזאגט אז מ'מאכט רענדאם טשעק, אבער פונקטליך וואס ס'מיינט ווייס איך נישט (קען זיין מ 'נעמט אנהויב טאג עופת פון אסאך BOXES און מ'איז דאס בודק)

דאס אלעס קען זיין איז א נייער מנהג, וואס איך האב נישט אזוי געהערט אז מזאל זיך פירן, (איך וועל דאס בודק זיין)

(ווי איך האב אליינס מיטגעהאלטן ביים כפרות שלאגן אויף ראדני סטריט, ווי עס זענען אנוועזנד געווען אפאר סקווירא יונגעלייט, אין בודק געווען די ערשטע פאר הונדערט, און דאן זיך געפאקט די פעק)

קלאר » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 11:49 am

· #70471
הרב אוטספאוקען, איך האב שוין אויבן געמערקט אז די האסט א אגענדע
דארפסט זיך בעסער נאכפרעגן די פשוט'ע מציאות בעפאר די שרייבסט
ווי אריינגעטראכט האט דיר שוין אנגעוויזען עטליכע מאל

קודם כל, עמפייער איז בודק יעדע עוף פינדרויסן א נישט גרינטליכע בדיקה, נאכדעם וואס זיי זענען בודק די ערשטע פאר קעסטלעך מיט א גרינטליכע בדיקה
(לויט סאטמאר רבי, די עדה אין אנדערע רבנים פין אירופה איז דאס נישט גענוג אין מ'דארף בודק זיין יעדע עוף)
אבער מארוויד פין קאנדא איז נאר בודק די ערשטע פאר קעסלעך
עס איז נישטו אזא זאך אז זיי זאלען בודק זיין יעדע עוף, אין בעסטן פאל שיקן זיי אוועק די טראק אין פראבירן צו באקומען א צווייטע שיפמענט - אויב מעגליך
(דאס איז געווען די לעצטע מכה בפטיש וואס האט פארשפארט מהדרין שחיטה, זיי האבען נישט געקענט באקומען פרישע שיפמענטס אין געדארפט אהיימשיקן ארבייטער זייער אפט)

איך ווייס נישט צו וועלכע משגיח די האסט גערעדט פין הרב גרובער
ווייל איך האב פריער נאכגעטשעקט ביי אן ארבייטער פין מיעל מארט (די גרעסטע קאסטומער פין עמפייער)
זאגט ער מיר אז די עמפייער פלענט איז אינטער די השגחה פין נירבאטור
אפי' ווען הרב גרובער פלעגט געבן א הכשר איז עס נישט געווען אויף די גאנצע שחיטה

אגב, דאס פארשטייסטו אז דער גוישער פארעם האט אינטערעסע מ'זאל אים נישט צירוקשיקען די טרעילער
אין ער ווייסט זייער גיט אז מ'איז בודק די ערשטע פאר קעסלעך, אין ער קען זיך גרינג באווארענען,
אין מ'האט שוין באמערקט עטליכע מאל אין קרית יואל - ווי מ'איז יא בודק יעדע עוף, אז די ערשטע פאר קעסטלעך קוקן אויס בעסער ווי די איבריגע
אין אפי' דאס זאל נישט זיין דירעקט אזוי, איז פארט נישט קיין היתר צו בודק זיין די ערשטע פאר קעסטלעך אויב קען עס אנקומען צו 18% טריפה

ישמעאל הכהן » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 11:56 am

· #70473
האט זיך נישט צומת הגידין אנגעהויבן אין די קר"י שחיטה? אויב איך געדענק גוט האט זיך די גאנצע צומת שערורי' דארט אנגעהויבן, איז וויאזוי האט ער אזוי אויסגעדרייט דעם דאשיק אויף אנדערע? עפעס כאפ איך נישט דא.

שרייבער » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:09 pm

· #70475
יא, דארט האט מען עס באמערקט די ערשטע, און מען האט תיכף ווען מען האט געזען אז ס'איז א פראבלעם האט מען אנגעהויבן בודק זיין, ווידער אנדערע האבן גע'טענה'ט ביי אונז איז נישט דא, מיטן כלל אז מען קוקט נישט טרעפט מען נישט
מען האט נישט אויסגעדרייט קיין שום דאשיק, מהר"א טענה'ט אז מען טרעפט ווייטער ביי אים, אבער אז מען טרעפט ביי אים מיינט דאס אז איבעראל איז דא, און ממילא אויב מען איז נישט בודק עסט מען טריפות

קלאר » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 1:02 pm

· #70496
אנגעהויבן האט זיך עס אין ארץ ישראל
ווי ר' מאיר בראנדסדארפער ז''ל האט עס איינגעפירט אין דערנאך אין אירופע
עס האט גענומען צייט ביז עס אנגעקומען קיין אמעריקא

(אין אמעריקא איז עס נאר אנגעקומען ווי מען איז בודק
די וואס זענען נישט בודק די האבען עס נישט
איך האלט אז קרית יואל זאל אויפהערן בודק זיין ויאכלו ענוים וישבעו)

איך האב שוין דא באשריבן באריכות וויאזוי די שעררי' איז אנגעקומען אויף קרית יואל, אין די אנדערע האבען פראבירט צו לייקענען אז זיי האבען א אנדערע ראסע הינער,

אריינגעטראכט » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 1:15 pm

· #70499
ישמעאל הכהן
האט זיך נישט צומת הגידין אנגעהויבן אין די קר"י שחיטה? אויב איך געדענק גוט האט זיך די גאנצע צומת שערורי' דארט אנגעהויבן, איז וויאזוי האט ער אזוי אויסגעדרייט דעם דאשיק אויף אנדערע? עפעס כאפ איך נישט דא.


יא יא געדענקסט זייער גוט!!!
נישט אז עס האט זיך דארט אנגעהויבן
נאר פשוט אז פון דארט ווייסטו בכלל צו זאגן אז א הינדל האט אין זיך צומות הגידין

מהאט בודק געווען אין ק"י די גידין ווייל אזוי האט זיך פארלאנגט ע"פ הלכה
וויבאלד דער עולם איז נישט געווען באהאווענט
אין די ענינים
האבן עס די אנדערע בתי שחיטה אויסגעניצט
צו פארשמירן די מהודרדיגע ברענד נעים
פון די ק"י בית השחיטה
ווי כאילו די ק"י שחיטה האט פראבלעמען
(וואס דאס האט זיך פיין פארקויפט אין די גאס)

למעשה איז דורך א שטיק צייט
אין וויינלאנד, מהדרין, האט מען אויך אנגעהויב ן צו טרעפן (ווייל מהאט אביסעלע בודק געווען)
צוליב דעם וואס די דעזיס
האט זיך פארשפרייט אויף א שטערקערן אופן
(און דאס האט גורם געווען א גרויסע שאדן פאר זייערע בעה"ב
וואס האט צום סוף צוגעברענגט א גענצליכע אפשפארונג אויפן פלענט
ווייל ביזנעסווייז האט זיך נישט געלוינט פאר די שותפים מער צו אינוועסטירן,
אין דארפן אויפנעמען בודקים,
אוועקווארפן א גרויסע צאל טשיקענס,
טוישן די אויסשטעל פונעם פלענט,
די סיסטעם זאל פארן אסאך שטייטער ווי בעפאר, ועוד)
און ניין זיי האבן נישט געהאט די אפשען
פון באשטעלן די טייערערע און בעסערע ראסע טשיקענס
וואס האבן נישט די סארט פראבלעם
ווייל אזא סארט עקזעסטירט נישט היינטיגע צייטן,

ויהי היום און עס איז אנגעקומען די דעזיס צו א הימלשרייענדע ציפער
אזויפיל ווי 18 פראצענט
וואס מקען זיך נישט ארויסדרייען פון נישט דארפן בודק זיין

און גארנישט די אנדערע עקזעסטירענדע היימישע שחיטות מאכן זיך נישט וויסנדיג פונעם פראבלעם
(צוליב פארשטענדליכע סיבות
ווייל עס קאסט זייער אסאך געלט
ווי פריער דערמאנט)

שטעלט זיך אויף אן אדמור און פארפירט אז מדארף בודק זיין
ווייל עס איז טריפה פלייש
נו לאמיר זיך צוהערן צו זיין געשריי און צוהעלפן צו די ארטיגע רבני המכשירים
צולייגן דריק אויף די בעלי בתים צו אינוועסטירן נאך געלט אונעם פלענט
כדי דאס אוועקצושטעלן הלכהדיג כדת של תורה

מיטן אראפרייסן דעם אדמו"ר וועט עס נאכנישט ווערן אויס טריפה

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:20 pm

· #70535
קלאר
הרב אוטספאוקען, איך האב שוין אויבן געמערקט אז די האסט א אגענדע
דארפסט זיך בעסער נאכפרעגן די פשוט'ע מציאות בעפאר די שרייבסט
ווי אריינגעטראכט האט דיר שוין אנגעוויזען עטליכע מאל
😞 😞 😞 😞
קודם כל, עמפייער איז בודק יעדע עוף פינדרויסן א נישט גרינטליכע בדיקה, נאכדעם וואס זיי זענען בודק די ערשטע פאר קעסטלעך מיט א גרינטליכע בדיקה

זיי קוקן אויב ס'האט א לקותא, און דאס קוקט מען איבעראל, און אויף נאך פלעצער פונם עוף, און מ'האט דאס אייביג אוועקגעווארפען (זעע תשובה פון קר''י דיין צום סוף <a class="postlink" href="http://www.mysatmar.com/docs/tzomas_hagidin_dayen.pdf">http://www.mysatmar.com/docs/tzomas_hagidin_dayen.pdf</a>

(לויט סאטמאר רבי, די עדה אין אנדערע רבנים פין אירופה איז דאס נישט גענוג אין מ'דארף בודק זיין יעדע עוף)
אבער מארוויד פין קאנדא איז נאר בודק די ערשטע פאר קעסלעך
עס איז נישטו אזא זאך אז זיי זאלען בודק זיין יעדע עוף, אין בעסטן פאל שיקן זיי אוועק די טראק אין פראבירן צו באקומען א צווייטע שיפמענט - אויב מעגליך
(דאס איז געווען די לעצטע מכה בפטיש וואס האט פארשפארט מהדרין שחיטה, זיי האבען נישט געקענט באקומען פרישע שיפמענטס אין געדארפט אהיימשיקן ארבייטער זייער אפט)

איך ווייס נישט צו וועלכע משגיח די האסט גערעדט פין הרב גרובער
ווייל איך האב פריער נאכגעטשעקט ביי אן ארבייטער פין מיעל מארט (די גרעסטע קאסטומער פין עמפייער)
זאגט ער מיר אז די עמפייער פלענט איז אינטער די השגחה פין נירבאטור
אפי' ווען הרב גרובער פלעגט געבן א הכשר איז עס נישט געווען אויף די גאנצע שחיטה

ניין, די עמפייער פלענט איז נישט אינטער די השגחה פין נירבאטור, (אויף זייער סייט ווערט ניטאמאל דערמאנט די השגחה פין נירבאטור) נאר ביז די זומער פלעגט מיעל מארט האבן א עקסטערע RUN , אזוי ווי ''מלכות'' וואס איז אונטער די השגחה פון הרב גרובער, אבער פון די זומער האט נירבאטור APPROVED אלע שוחטים, דערפאר מאכט שוין נישט מיעל מארט א עקסטערע RUN פאר טשיקענ'ס נאר פאר טורקי'ס


אגב, דאס פארשטייסטו אז דער גוישער פארעם האט אינטערעסע מ'זאל אים נישט צירוקשיקען די טרעילער
אין ער ווייסט זייער גיט אז מ'איז בודק די ערשטע פאר קעסלעך, אין ער קען זיך גרינג באווארענען,
אין מ'האט שוין באמערקט עטליכע מאל אין קרית יואל - ווי מ'איז יא בודק יעדע עוף, אז די ערשטע פאר קעסטלעך קוקן אויס בעסער ווי די איבריגע
אין אפי' דאס זאל נישט זיין דירעקט אזוי, איז פארט נישט קיין היתר צו בודק זיין די ערשטע פאר קעסטלעך אויב קען עס אנקומען צו 18% טריפה

יש''כ פאר די סברה, די שאלה איז אויב ס'איז טאקע אזוי אז די פארם קען וויסען וואסערע טשיקען איז גוט און וואס נישט אינעם זעלבען LOT.


אריינגעטראכט » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:51 pm

· #70540
הרב ספאוקס'
עפעס שרייבסטו לקותא - ק"י דיין - איבעראל
נישט קלאר זיך מסביר געווען אפשר זאלסטו אביסל מער מרחיב בדיבור זיין

א גרויסער ייש"כ פארן אהערברענגען דער דייןס תשובה
וואס קען העלפן פאר די וואס אינטרעסירט באמת די הלכהדיגע חלק

וויפיל איך פארשטיי איז ווי פאלגענד
1. לקותא איז א סימן אויף די הינדל
פון אינדרויסן אז עפעס גייט פאר אינעווייניג
(וואס דאס האט געמאכט קומען צום באוויסטזיין פונעם פראבלעם)
2. נישט אלע וואס האבן נישט קיין לקותא האבן נישט די פראבלעם
(ווי עס שטעלט זיך ארויס ביים בודק זיין)
3. פון אנפאנג האט מען טאקע נאר בודק געווען די וואס האבן געהאט די סימן פון אינדרויסן
שפעטער צוליב דעם וואס סאיז געווארן מער מצוי איז מען בודק יעדן עוף באזינדער
4. און איבעראל ווי מאיז בודק גייט עס צו אויף דעם אופן
דורך ראיה און מישוש (כלשון הדיין שליט"א)
אפילו די וואס זענען נאר בודק די ערשטע פאר קעסטלעך
זענען אויך בודק דורכן אויפשניידן די הינדל אין באקוקן פון אינעווייניג
5. פון אנפאנג איז דאס געווען א חומרא
היינט צו טאגס איז עס שוין א חיוב


לגבי דעם אויב די פארמער קען וויסן פון פאראויס
האסטו דאך געשריבן אביסעלע פריער עפעס וועגן לקותא
וואס דער פארמער קען דאס אויך באמערקן
און שטעלן אינעם טיעפערן חלק פונעם טרעילער

אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז טאקע די קעיס דא
די קעיס איז אז אויב טרעפט מען אזא גרויסע פראצענט
דארף מען בודק זיין
און אז מזיכט טרעפט מען
און אז מזיכט נישט טרעפט מען נישט
(נישט אזוי קאמפליצירט)

ווען סוואלט ווען נישט געווען קיין מחלוקת אין כלל ישראל וואלסטו אויך געגעסן כשרע טשיקענס וואס מהאט בודק געווען די צומות הגידין בעפארן עס אפליפערן צו די היימישע מקילין של בשר
(אויף מיין לעצטע שורה קען מען אפשר מחולק זיין)

outspoken » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:53 pm

· #70561
אריינגעטראכט
ה

ווען סוואלט ווען נישט געווען קיין מחלוקת אין כלל ישראל וואלסטו אויך געגעסן כשרע טשיקענס וואס מהאט בודק געווען די צומות הגידין בעפארן עס אפליפערן צו די היימישע מקילין של בשר
(אויף מיין לעצטע שורה קען מען אפשר מחולק זיין)


דאכט זיך, אז נאר מיט דיין לעצטע שורה טו איך נישט מחולק זיין,

אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די עוולה צו זאגען אויף אידן

מ'עסט טריפות! מ'עסט טריפות אין עופות, אז מ'איז נישט בודק עסט מען טריפות! טריפות דאורייתא! ווען ער זאגט אליין זאגט נאכדעם ''מ'קען טרעפן קולות, יא מצוי נישט מצוי, אבער נישט ביי חסידישע אידן האט מען אזוי געהאנדעלט, ביי חסידישע אידן איז מען נישט אזוי צוגעגאנגען צו כשרות''.

אריינגעטראכט » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:13 pm

· #70564
ווייטער דיין פראבלעם איז וויאזוי דער אדמור רעאגירט צו די פראבלעם

אבער די פראבלעם, פון נישט בודק זיין די הינדלעך, וואס די גידין זייערע זענען נפסק געווארן פאר זיך,דארף מען מתקן זיין

אגב פארשטיי איך נישט דיין פראבלעם וואס איז אז ער זאגט אז חסידישע יודן עסן טריפות
ממעג עס נישט זאגן
נו וויאזוי ווילסטו עס וויסן אז מוועט עס נישט זאגן
די מיינסט אז אמאל ווען מהאט פארפירט אויף די קצבים האבן זיי אפגעהאקט דעם קאפ און געגאנגען ניין זיי האבן עס געשאכטן מיט א מעסער
אפשר ביי פינקל וואלט מען אויך נישט געמעגט זאגן אז יודן האבן געגעסן טריפות

איך האב שוין גראדע כמ"פ געלעזט און אייער פרעסטידזשפולע צייטונג
וויאזוי זיי שילדערן די ק"י נבילות וטריפות
אינטרעסאנט עס האט מיר נישט געקיצלט וויאזוי ער שרייבט)

טראכט אריין פארוואס טאקע עס באדערט דיך קען זיין אפשר דערפאר ווייל די זעסט א אמת דערין
טא דאן צו די זאך
איך געב דיר אפאר אפשעןס
1. קויף נאר פון די שחיטה וואס מאיז בודק
2. עס נישט קיין טשיקן פלייש
3. פיר איין ביי ענקערע בתי שחיטה אז מזאל בודק זיין
בלאט: 1 2