איי וועלט איז דאון!! (נישט ממש)
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2512
איי וועלט איז דאון!! (נישט ממש)
רבותי, איי וועלט איז DOWN.
וואס איז די גרויסע נייעס?
הערט. די סייט ארבעט פיין.
דער בדחן שאץ מאץ האט גראדע יעצט גשריבען א נחמה בריוו, ער טענה'ט אז וועבערמאן און קרויס זענען גלגולים פון א פארקערטע קעיס א צירקע 300 יאר צוריק.
אבער די וועלט דארט איז DOWN.
עס כאפט א פחד וויאזוי אזא גרויסע ציבור דארט האט אנגענומען פאר א אמתע אמת אז להד"ם.
אך-און-וויי א ניק זאל דארט מעלה זיין אן השערה און דעבאטירן דעם ענין.
והנני חוזר ומדגיש, שאין לי שום ידיעה ודאית בענין כזה או כזו.
מיט רעכט פאסט צו זאגן : איי-וועלט איז דאון.
זיי וואוינען אין די הרי חושך - און דערפאר רופט מען זיי "יושבי חושך"
פרעגט נאר שיטה מקובצת... (גראדע האבן זיי קאפירט זיין קינה אויף וועבערמאנ'ס פסק)
גראדע קען איך פערזענליך א גרויסער שרייבער אויף אייוועלט וואס איז אליינס א מאלעסטער, סנפלאות הבריאה וויאזוי א מאלעסטערס מח ארבעט, אבער איין זאך קען איך זאגן מיט א זיכערקייט אז אויף די אלע זאכן וואס מ'רעכנט דארט אויס ווי למשל גיין צו א מגי"ש אהיים איז דייקא יא א סכנה עצומה ושומר נפש ירחק מזה, ווייל דאס בלוט ווען מען אים מאנען, שוין איך האב גארנישט געזאגט.
ביסט מחוייב צו מפרסם זיין.
נישט זיין ניק
נאר זיין נאמען
נישט פאר מיר
נאר פאר פאליציי
אן דעם וויקטים'ס קאאפערעישן איז א שאד די טעלעפאן קאל.
גיין צו א מגי"ש אינדערהיים איז נישט קיין סכנה פאר די בחור, עס איז א סכנה פאר די מגי"ש, ליידער וואו מען האלט היינט
אנעים זמירות איז זיך זייער גוט מחוליק
קודם כל וויל איך באדאנקען ר' שאץ מאץ פאר די יעצטיגע שיינעם ארטיקעל, און פאר אלע אנדערע שיינע באשרייבעכצער. הגם איך גיי זיין שטארק מחולק מיט אייך פארמינערט עס נישט פון מיין שעץ, וכאמרם ז"ל קיינער זאגט נישט בקרו גמל.
לא'מיר אנהייבען מיטען תורה'דיגען בךיק אויף מאלעסטעישאן. ראשית כל אויב הייבט מען אהן טענה'ן וואס די דיני התורה זענען לגבי אונס ומפתה ותו לא, בלייבט שווער א קשיא, מאלעסטעישאן (משמוש ידים) ווערט אינגעאנצען נישט דערמאנט - צי האט מען נישט באשטראפט דערויף? נאך מער, ממש פארגוואלטיגען א יונגעל באופן וואס טראגט א חיוב מיתת בי"ד, איז נאר געוועהן באופן ווען עס זענען געוועהן עדים והתראה - צי האט דען איינער געקענט ארומגיין טוהן מעשים אשר לא יעשו ככל העולה על רוחו, אבי ער געבט אבאכט נישט צו ווערן געפאקט בעדים ובהתראה?
געוויס איז נישט אזוי געוועהן און עס איז נאריש בכלל צו קלערן אז יא. מיר ווייסען דעם כלל אז בי"ד מכיון ועונשין שלא כדין (נפסק ברמב"ם) ווען עס האט אויסגעפעלט למיגדר מילתא, טא פארשטייט אז ווען עס איז געוועהן יד בי"ד תקיפא פלעגן זיי היטען דעם כלל ישראל מיט א וואכזאמען אויג און א לאנגען שטעקן. איז אה"נ עפ"י עונשי התורה קען זיך אן עברין אמאל ארויסדרייען פון דעם עונש וואס קומט זיך איהם אבער מען האט נישט געלאזט ס'זאל ווערן א הפקר וועלט.
לא'מיר אצינד אבער קוקען מיט וואספארא הארבקייט די תוה"ק רעכענט דעם ענין פון מאנס. אין פסוק שטייט דער לשון כי כאשר יקום איש על רעהו ורצחו כן הדבר הזה - פארגוואלטיגען א פרוי (אדער קינד\בחור) איז גלייך ווי מען וואלט איר געקוילעט. ריכטיג אז חז"ל דרש'ענען שוין הרי זה בא ללמד ונמצא למד, אבער עס האט א פשוט'ע משמעות אויך.
א ראיה האסטו ווייל מיר טרעפען דער זעלבע נקמה ווי ביי רציחה. ווען איינער הרג'עט דעם צווייטען האט דער גואל הדם א רעכט (אדער חוב לויט איין דעה) צו הרג'ענען דעם רוצח. אויב איז עס געוועהן א שוגג גמור האט די תורה געגעבן דעם רוצח א מקום מקלט, אבער ברגע וואס ער גייט ארויס איז דמו בראשו. אין תורה טרעפט מען ווען שכם האט מאנס געוועהן דינה זענען געגאנגען שמעון ולוי און אויסגע'הרג'עט דער גאנצע שטאט. (יעקב אבינו האט טאקע געהאט טענות אבער נאר אויף די אנדערע איינוואוינער, נישט אויף שכם אליין.) ביי די מעשה פון אמנון ותמר וואס לא נקרא ולא מיתרגם איז אויך געוועהן דע זעלבע זאך.
פארקערט גאר, אין א צייט ווען די ראשי העיר האבען צוגעלאזט מען זאל מאנס זיין און נישט אליין מעניש געוועהן בכל חומר הדין איז געוועהן די פרשה פון פילגש בגבעה וואו עס זענען ל"ע כמעט אגעמעקט געווארען א גאנצע שבט - און נאכער האט געדויערט יארען לאנג ביז מען האט זיך נאכאמאל משדך געוועהן מיט זיי. באלעסטיגען א צווייטען איז בגדר רציחה ממש - כאשר יקום איש על רעהו ורצחו כן הדבר הזה!
איך גלייב אז עס זענען אודאי דא אזעלכע וואס קלערן, "מאך נישט אזא טראסק, טרייב נישט איבער, ס'ז זייער ווייטאגליך אבער גאנץ ווייט פון רציחה..." א.א.וו., וכדומני אז הרב שאץ אליין איז פון די (לויט ווי ער שרייבט), זאג איך ענק, רבותי, עטס זענטס גליקלעך אז עטס ווייסטס נישט דערפון אבער עס איז רציחה ממש!
זאלט עטס וויסען אז עס זענען היינט פארהאנען הונדערטע פורקי עול (אויב נישט מער) וואס זענען אפגעפארען בלויז וועגן דעם!
איך ווייס אז עס איז אפשר נישט קיין תירוץ בדיני שמים ווייל די תורה איז פאר יעדער. ריכטיג. איך ווייס אז טייל פון זיי זענען אויך פריער געוועהן 'קיהל' וכדו'. ריכטיג. איך ווייס אז עס אז עטוואס אריין אין סטייל היינט אזוי צו טענה'ן. ריכטיג. איך ווייס אז עס איז א פעיוואריט שפראך ביי רשעי עמנו אראפצונעמען די פ-אראנטווארטליכקייט פון פורקי עול. ריכטיג.
אבער...דער וואס פארשטייט מיר נישט איז בלויז ווייל ער האט קיינמאל אליין מיטגעמאכט דעם געפיהל פון ווערן באלעסטיגט און ער פארשטייט פשוט נישט וואס דאס מיינט. ווען איינער ווערט באלעסטיגט, בפרט באופן תמידי, ועל אחת כמה וכמה בן בנו של ק"ו ווען עס פאסירט דורך איינעם וואס מען געטרויט (טאטע, מחנך, טעראפיס וכדו') ווערט מען אין א בחינה פון טוב מותי מחיי.
רובא דרובא וואס פארען אפ צוליב דעם איז נישט 'נקמה צו נעמען' אין יודישקייט (אדער אין כביכול רח"ל), נאר ווייל עס ווערט ביי זיי פארלאשען יעדע פינק פון חיות און מען פאלט אריין אין אזא מרה שחורה אז מען זעהט ווי דער גאנצע וועלט איז חושך ענן וערפל. דער טעם גייט ארויס פון מצוות ומעש"ט און מען שפירט נישט דער מינדעסטע געשמאק אין לערנען.
אני הגבר ראה עני - איך האב גערעדט מיט מערערע סארווייוארס, טייל פון זיי וואס זענען געוועהן תמימים וכשרים ממש במלוא מובן המלה ביז עס איז געקומען א רשע שר"י און זיי מטמא געוועהן. מען טראגט א שרעקליכע געפיהל פון בושה אז אזאנס האט פאסירט און מען באשולדיגט זיך אליין פארוואס עס האט געקענט געשעהן. אזא איינער שפירט כאילו דער גאנצע וועלט ווייסט אז ער\זי איז פארשמירט, ומצד שני וואונדערט מען זיך פארוואס קיינער זעהט נישט ווי מען ליידט און קיינער ווישט נישט די טרערן.
[איך בין אליין געווארען בארירט אמאל אין מקוה אלץ יונגע בחור פון בערך 14, און כאטש עס איז געוועהן איינמאל און דורך איינער וואס איך האב בכלל נישט געקענט (אריינגעקומען עש"ק ווען איך בין געגאנגען אין א ליידיגע מקוה, אפגעטוהן זיינס און געהויבען פיס), וואס דערפאר האט עס מיר ב"ה נישט בארירט בכלליות, האט עס מיר גענומען איבער צעהן יאר ביז איך האב איינעם פארציילט דערוועגן. און איך בין פון די 'לאקי וואנס', ווייל ביי אנדערע איז עס אסאך שטערקער עושה רושם.]
איך האב נאך געוואלט ממשיך זיין מיט די אנדערע נושאים וואס דו האסט בארירט, דהיינו פאליציי ווערסאס וועד הצניעות, געטרייע מלמדים, רעדן מיט קינדער ועוד נאר איך האב אצינד קיין צייט (ב"ה פארנומען אין געשעפט). בעזה"י בקרו
איך האב גערעדט צו אזעלכע וואס האבען געהאלטען גאר ווייט און זענען צוריגקעקומען בעזה"י, און פירען היינט שיינע יודישע היימען (מער ווי איינס). זיי האבען מיר פארציילט ווי זיי זענען פריער געוועהן ערליך, האבען הנאה געהאט צו דאווענען, פלעגען שעות זאגען תהלים א.א.וו. (וואס ביודעי ומכירי אז זיי רעדן אמת). נאך זיי זענען געווארען געטשעפעט האט זיך פשוט פארלאשען אין זיי דער פונק און עס האט זיך געעפענט א טיפע וואונד. סיי בעשה טוב האבען זיי שוין נישט געפילט קיין שום טעם און חשק צו טוהן און סיי בסור מרע האבען זיי געזוכט מיט וואספארא נארישקייטען מען קען פארטעמפען דעם ווייטאג.
אויב איך ווייס פון עטליכע (וואס זענען היינט פרום, און האבען פארציילט נישט אלץ בלעים, נאר איך זאל פארשטיין וואס איז מיט זי אריבער), גלייב איך עס זענען דא נאך פיהל מער, און איך דענק אז 'הונדערטער' איז נישט קיין גוזמא.
בד"וו, בקיצור נמרץ (ווייל איך מוז גיין צינדען), עס איז נישט אזא מרחק פון שלאגען א קינד (באכזריות וכדו') ביז באלעסטיגען. ביידע קומען פונעם תאוה צו געוועלטיגען איבער יענעם (דער גראם פון טעיפ האט נישט קיין שייכות צום הנאה פון דרך גבר בעלמה, נאר צום הנאה פון שליטה).
איך האב פארפעלט איין נקודה, אפשר ווען די מאמע זאגט פארן קינד הייב זיך אויף וכו' נאך ער איז געווארען באלעסטיגט וואלט גארנישט געוועהן. דער פראבלעם איז אז ער האט דאס געטראגען אין הארץ יארען לאנג און קיינער האט נישט געווישט זיינע (אדער איהר) טרערן.
[ציטאט אראפגענומען]
קען מען זיך שוין צוריק פאראייניגען
דער ווערט מיר א גאנצע שאץ מאץ ווען א בחור פון פיצען יאר האט געהערט דאס ווארט רעיפ און וויל וויסן וואס דאס מיינט. דאס איז מיין אינגל האט ביי די פינעף יאר געמיזט זיצן אין לאנטש רום און הערן פון א חסידישע איד מיט א ברייטן ביבער היט איבערן חטא הידוע, טאטשען ווי מ'טאר נישט, קוקען ווי מ'טאר נישט וכו' דאס ארט אים נישט! נאר מאלעסטעשאן און רעיפ טאר ער נישט וויסן, עפעס וואס קען זיין בחור ראטעווען פון זיין א קרבן אדער חלילה גאר א רוצח.
(ער אליין הייבט אן מיט די פסוקים פון אונס ומפתה וואס זיין 15 יעריגע אינגעל א מתמיד האט זיכער באגעגענט בייים מעביר סדרה זיין.)
איך לייען כמעט נישט איי וועלט. כ'האב גארנישט קעגן יענעם סייט. איך פיל זיך נאר באקוועמער אין קאווע שטיבל ווי דארט.
פןן דעם ביסל וואס כהאב דארט געבליקט באקומט זיך דעם איינדרוק אז דער עולם זאגט דארט מער וואס מען "דארף אפיציעל זאגן" ווי וואס מען טראכט און שמועסט באמת צווישן זיך. (איך רעד נישט דווקא וועגן דער יעצטיגער פרשה, נאר בכלל.) איך האב נישט ליב דעם פארמעלן אטמאספער. עס פילט זיך געקינצלט און געצווינגען. אבער, קען זיין איך בין נישט גערעכט.
אקוראט אזוי. יעדער פרובירט צו צייגן ווי מער סימני כשרות פון מעלה גרה, אז מ'איז פרומער און מער פאנאטיש פונעם צווייטן. ס'האט נישט קיין שפיר פון חיות, שמועסן, עקסטשענדזש פון איידיעס, און ס'איז פיל מיט מוח אויסשאלטערונג קלישעס. ס'הערט זיך ווי א זונטאג אין די קירכע פון די דרום שטאטן, ווי יעדער שרייט אריין "יע, יע!" און דער מיניסטער פרעדיגט צו די כאר.
אדער ווי
אנדערע רופן דאס "אן עכא-קאמער".
יואלישאקוראט אזוי. יעדער פרובירט צו צייגן ווי מער סימני כשרות פון מעלה גרה, אז מ'איז פרומער און מער פאנאטיש פונעם צווייטן. ס'האט נישט קיין שפיר פון חיות, שמועסן, עקסטשענדזש פון איידיעס, און ס'איז פיל מיט מוח אויסשאלטערונג קלישעס. ס'הערט זיך ווי א זונטאג אין די קירכע פון די דרום שטאטן, ווי יעדער שרייט אריין "יע, יע!" און דער מיניסטער פרעדיגט צו די כאר.
איך האב מיך געפענט א ניק דארט בערך אין די זעלבע צייט ווי איך האב דא געפענט, אבער פאר סאם ריזען שפיר איך זייער אומבאקוועם אויסצודריקן מיין מיינונג דארט, ממילא שרייב איך נישט דארטן אבער איך ליין גאנץ אסאך.
מיר קריכט אויף די געהירן ווי ניקס פראבירן צו דעמאנסטרירן ווי פרום זיי זענען מיטן צוטרין גאנצטע שטיקלך פון דא צולייגענדיג; ״דאס פאלגענדע איז פון ק״ש באקומען אין אימעיל״.
ח״ו! איך אויף קאווע שטיבל?! קיינמאל! פערצאפאל האב איך עס באקומען פון איינעם...
אדער; ״דאס האט איינער געשריבן אויף קאווע שטיבל איך לייג דירעקט נישט קיין לינק ח״ו נישט מכשיל צו זיין קיינעם״.
איך פארשטיי... דער פאסט, טיימס, דעלי ניוס, וכו׳ מיט אלע זייערע שומציגע קאמענטס מעגסטו לינקן, קאווע שטיבל?! ח״ו! דער שאץ מאץ וועט דיר נאך מאצשאצן פון אלע וועלטן...
ועוד כהנה וכהנה, איך האב נאר געשריבן צוויי דוגמאות וואס איז מיר יעצט דורכגעלאפן אין קאפ.
קאווע טרינקער איך ווייס נישט צו איך זאל זאגן שקויעך אדער פארקערט...
איך האב שוין לאאאאנג נישט געליינט אזויפיל שטותים מיט לאקשן ווי פון דעם ארטיקל פון שאץ מאץ...קוקט אויס אז כאב שוין לאנג נישט געליינט אן ארטיקל פון אים....
בכל אופן איז אבער הערליך צו זעהן ווי איידל און בייסיג אנעים׳ל שנייד אין אריין מיט שכל און ישרות...יאסל שרייבער ציטערט נעבעך בהאי פחדא. און ער פארוואס
און דערוילעם דארט קלאטשט אזוי הויעך פאר שאץ, עס קוקט אויס ווי נאך א דרשה פון א גביר וואס רעדט צאם נארישקייטן און דער ציבור שרייט יישרכח
שלום עליכם טייערע אידן.
לכתחילה האב איך מיך נישט געוואלט דא איינשרייבן צוליב וואס דא ווערט געשריבן טיילמאל אפענע אפיקורסות, אבער אזוי ווי איי-וועלט איז לעצטענס געווארן ממש עקסטרעם אז זיי לאזן נישט זאגן א מיינונג אנדערש ווי די פירער דארט, (איך בין שוין א מעמבער דארט א שיינע פאר יאר, מיט א שטיקל הפסק אינדערמיט און א נייע נאמען), און איך אליינס פיל דעם חילוק פון יעצט און עטליכע יאר צוריק, האב איך נישט קיין ברירה און איך האב מיך געמוזט דא איינשרייבן.
אלץ ראי לדברי וועל איך ברעגנען א תגובה וואס איך האב דארט געשריבן און די חברה האבן עס אראפגענומען, עס איז ליידער געשען מיט עטליכע, נאר די האב איך געסעיווט, און אדרבא ירא הקהל וישפוט וואס עס איז שלעכט מיט די תגובה.
alte zida האט געשריבן:יעדער האט דא פיינע פלענער און עצות,
יעדער (כמעט) איז דא צישאסן און ציבראכן.
יעדער פון מיינע גוישע ארבייטער קוקט מיך און ווי א מידגליד פון א שעדליכן קולט נאכן ליינען אלע העסליכע נייעס ארטיקלען.
יעדער איד וואס האט פיינט א חסיד קוקט מיר אן מיט א שמייכל, נו מיר האבן ענק פיין ציגעפיקסט!
די וועבערמאן קינדער שרייען מיט געוויין און פאר די קליינע קען מען ניטאמאל מסביר זיין וואס די בילבול איז.
ר׳ נחמי זיצט און תפיסה מיט די ערגסטע פארברעכער וואס יעדע מינוט הענגט א סכנה אויף זיין לעבן.
יעדע בלאג פאסקוועמאקעט זיך מיט שמיץ אויף אינז וואס זענען ליגנט למחצה שליש ולרביע.
יעדע יודישע ראדיא סטאנציע איז אויף און בשמחה און זאגט אז עס איז א נס חנוכה עפ״ל.
נ״ר באשמיצט יעדן רב, רבי, עסקן מיט דאס ערגסטע וואס מעגליך.
נ״ר גייט אן מיט וויטנעס אינטימעדעישן אויף זיין האטליין אויפן העכסטן פארנעם!
ווי זענען אונזערע רבנים????
ווי זענען די געבערס פאר נטרונה??? פארוואס איז נאכנישט דא קיין פול פעידזש עד און אלע גוישע צייטאנגען מסביר זיין אונזער שטעלונג?
פארוואס איז דא אויף איי וועלט נאר דא פארשלאגן??? גענוג מיט די עצות מען דארף טון למעשה די הויט ברענט!
ווי זענען אונזערע עסקנים???
ווי לאנג נעמט צו הייערן א פי אר קאמפעני.
״מיר שלאפן אזוי ווי די אידן זענען געשלאפן ווען היטלער האט געדראעט די אידן פאר די צווייטע וועלט מלחמה״
דאס האב איך געבערנגט אין א פריער'דיגע תגובה
"מיין מיינונג איז מהרז"ל זאלצוזאמרופן א מיטינג מיט ערענסטע רבנים ובתוכם זיין נעפיו די רב פון די אנדערע סאטמארע קהלה אין וויליאמסבורג, און עם שיין מסביר סזיין וואס דא גייט פאר, עם מסביר זיין וואס אונזער קאמיוניטי איז, און וואו שיין מען האט מיט עם מיטגעארבייט איבער קול הצדק, און ווייזן אז מען האט יא געטוהן, אפשר טאקע נישט גענוג, אבער מיר האבן היבש קעיר גענומען פון אונזערע מאלעסטערס, אא"וו.
עם פארהאלטן היתכן נחום רז"ב האט א פרייע האנט צו סלענדערן און אינטימידעיטן אנדער, און ווען אנדער האבן געכאפט בילדער נישט פאר אינטימידעיטן נאר ווייל זיי האבן געטוהן א קינדערישע שריט גייט מען גיין אקעגין זיי מיטן חומר הדין, פארהאלטן איבערן עולה וואס ער האט געטוהן מיט ארעסטירן דיע מישקאלצער קינדער זתם ווייל זיי האבן אראפגענומען זייער טאטעס השגחה פון דייטש'ס געשעפט.
עם פרעגן היתכן דא וואס קיין הארד עווידענס איז נישט געווען עס איז געווען נאר א הי סעיד און שי סעיד, וויאזוי האבן די דזשוריס ארויסקומען נאך 90 מינוט מיט א פארטיגע גילטי פסק, דערנאך וואס מען האט געזעהן קלאר אז די אנדערע דזשורארס האבן געהאלטן אס עס וועט זיין א ספליט פסק, איז נישטא קיין ספק וויאזוי די מידיע האט אונז אונטערגעברענגט צוזאמען מיט די די עי, מען האט אונז באטיטולט אלץ די ערגסטע מענטשן אין אמעריקא, אלץ א געפערליכע קולט, אדרבה פרעג עם וואו ער האט מער פראבלעימען דא ביי אונז צו און אונזער שכינות, מען זאל עם צייגן וויפיל טויזענטער יודן האבן אנגעפילט די ארמארי'ס ביי די כ"א כסליו, און א כינוס אקעגין דיח אינטערנעט וואס די גוי קוקט אויך ארויף, זאל פאפא ווייזן זיירע קהלה, און זאוי בעלז וויזניץ קלויזענבורג אא"וו, און ווייזן די OTD וויזאוי זייער התנהגות איז און וויפיל זיי זענען,
מען זאל זיך פארנעמען עם צו פראטעקטן אלל די וועי, עם צייגן וואס וועט דיר נחום ברענגן און וואס וועלן מיר דיר ברענגן, מיר וועלן אויפנעמנען א פי אר קאמפאני די זאלסט אונז פראטעקטן, מיר וועלן מיט דיר מיטארבייטן, אבער נישט יעדע זאך מוז גיין צו די פאליס,
אולי ואולי עס וועט עפעס אויפטוהן
קרעדיט ק"ש"
נאר אזוי קוקט מען אויס ווען מען האט עסקנים ווי קלאר-צימערמאן וואס קענען נאר שרייען שבת וואס דאס איז היינט די גרעסטע עבירה אדער מאכן יעדע צווייטע טאג א פראטעסט פאר איזרעילישע קאנסולאט, אדער קעגן יעדע נייע סטאר אין וויליאמסבורגהבדלה ווייןשר העשר הודעות: 35זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am
צוריק אויבן
--------------------------------------------------------------------------------
Advertisement
דורך יהיה כן » מיטוואך דצמבר 12, 2012 4:36 pm
אם אין דעת 'הבדלה' מנין?
זאג נאר וואס האסטיך אזוי צילאזט?
מען דארף האבן עפעס א 'לייסענס' צו זיין אן עסקן?
אויב נישט, זיי מוחל שלאג דיך אליינס יעצט גוט אן, דערלאנג דיר אליינס צוויי גוטע פראסקעס פארן נישט עסק'נען פאר דיינע 'קלוגע' עצות.
(מילא ווילאנג דו האסט נישט געשריבן קיין נעמען, נו מילא גיס אויס דיין כעס, אבער אז דו שרייבסט שוין יא נעמען, זיי מוחל נעם דיךאיבער דיר אליינס קודם)
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)
הבדלה וויין
וועסט שוין נישט קענען זיין ביים קומזיץ היינט
[ציטאט אראפגענומען]
ביז דער חשוב'ער מנהל ברענגט דיר צו א בענקל (ס'איז היפש פול דא, ווי דו זעסט דאך אליין.) וועל איך דיר מאכן א קאווע. (וויפיל לעפל צוקער?)
שאץ מאץ שרייבט ווי א מאלעסטער! און זיין ארטיקל איז א לייסנעס פאר מאלעסטער עפ"י תורה (עפ"ל), ער איז מגלה פנים בתורה, מטהר השרץ בק"נ טעמים. אונזער תורה האט נישט מפקיר געווען אונזערע קינדער און זיי דערנידערט צו 100 טויזנט דאלער. לאמיר נאר נעמען די מעשה פון פילגש בגבעה, ווען די שאץ מאץ וואלסט דארט געווען וואלסטו געווען פון די ראשי העיר וואס האבן נישט געוואלט ארויס געבען די שולדיגע און כלל ישראל וואלט געטון....
א דאנק פאר "אנעים" וואס האט אים גענטפערט צודערזאך דארט אינעם לייבן גרוב.
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיינע פילינגס זאגן מיר פאר א העווי סעקס סקאנדאל אויף נחום ר"ב, נוסח עליאט ספיצער, לויט די וועג וויאזוי ער ארבעט מוז ער זיין אדער א וויקטים (וואס ער וואלט שוין לכאורה לאנג ווען אויסגעקלאפט) אדער א מאסן מנוול און ער וויל מיט דעם מחפה זיין זיינע מעשים.
איך האף אז סנישט אמת ווייל די חילול השם דעמאלט וועט זיין אומבאשרייבליך.
מיינסט א קידוש השם!
אדרבה, זאל מען זיך איבערצייגן מי ומי ההולכים.
זיידעטשקעאיך האב זיך שוין געווינדערט: ווער זענען די שרייבערס פון אייוועלט?? איך דריי מיך אין ביהמ״ד, אין מקווה, אין גראסערי, אין ביזנעס, איך רעד צו אסאאאאך היימישע אידן פון ווילי און ב״פ, מאנסי, ק״י וכו׳, און יעדער צו וועם איך רעד האט כאטש א שטיקל ספק אז אפשר איז וועבערמאן שילדיג. פארשטייט זיך ס׳דא פארשידענע דרגות - געוואנדען ווי אויפגעקלערט מ׳איז, אבער איך האב נאך נישט געטראפן אפילו איין מענשט וואס זאל רעדן אזוי ווילד און עקסטרעם ווי מ׳שרייבט אין אייוועלט. ווי דרייען זיך די מענטשן פון אייוועלט וואס זענען אזוי ראדיקאל פארגלייבט אין וועבערמאן?? ס׳שפיגעלט בכלל נישט אפ די ״ריעל ווארלד״ -
הלוואי ביסטו גערעכט, איך בין היינט געווען און מקוה [נישט ווייל איך האב אויסגעהערט נחום'ס האט ליין] א יוד דארט הא מפקפק געווען און וועבערמאן'ס שולד, מען האט געמאכט פון עם קטורת אזוי הדק היטב היטב הדק, שפעטער און שול האט זיך איבערגעחזרט ענליכס מיט א צווייטען, מען האט עם באשריגען און באזידעלט מען האט ממש ארויסגעפירט פין בית המדרש בשתי ידים, האסט געקענט מיינן אז ער רעדט על ה' ועל משיחו ועל ננתקה.
איך פערזענליך האב אנגעפילט א מויל מיט וואסער, איך רעד מער נישט פון וועברמאן פרשה משום מעשה שהיה, איך האב אנגענומען בנימין פרענקל'ס עצה עם וועבערמאן תתוואבערמאן ועם קרויס תתקראסאס,
ס'איז פלאי פלאים קילע מענטשן ווערן עפעס אזוי צוהיצט און עמאשינעל ביי די פרשה אז עס איז א פחד, קוקטס דא אין קאווע שטיבעל אליין אזא באלאנסירטע שרייבער ווי זר זהב האט זיך אזוי צופירט די הענט אזאש אז סאונבאר האט געדארפט אנטלויפן פון דא צוליב זיינע קללות.
שלום עליכם הבדלה וויין, א איד פון די הרי חושך.
מאך דיך באקוועם, און געוויינד זיץ צו צו א פרידליכען ציבור
בנוגע דיין חשש פון אפיקורסות. חלילה מיר אלע גלייבן.
נאר אז איך וועל זאגן אויף אייוועלט אז "פרויען מעגן יא טרינקען הבדלה וויין", וועט מען שרייען "שגץ ארויס". אדער פארשפארן דיין ניק.
משא"כ דא אין קאווע, וועט יידל און יענקל וויסן צוצוצייכענען אן ארטיקל אין "חקירה" פון ווי די מנהג שטאמט.
ברוך הבא.
חפץ חיים איז דאון (נישט ממש)
יעצט געלערנט אביסל הל' שמירת הלשון פון ר' ישראל און ס'שטויענד וויאזוי ער לאזט נישט גלייבן אז אפשר איז די מעשה מיט וועבערמאן אמת. כ'פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען זיין אזוי איינזייטיג.
דער יצר הרע קען זיך אויך באנוצען מיט'ן "חפץ חיים" כדי צו פארדעקען נחיצות'דיגע ענינים.
אפילו בדבר שנאמר בהן "חוץ", איז אויך נישט קיין כלל.
נאר וואס דען, דו דארפסט נישט גלייבן אין דעם קעיס. אבער ס'כדאי צו וויסען אז אלץ איז מעגליך.
איינער זאגט אנדערש?
יא
די יושבי חושך וצלמות - ועי"כ אסירי עני וברזל
קיינער זאגט נישט אז מ'דארף פארדעקן (הגם נישט יעדער אז מסכים אז מ'מוז אננעמען הדרכה פון נ.ר. און די ענינים).
און כ'כאפ נישט פארוואס די נושא איז יעצט מער אקטועל ווי א צווייט מאל, אויב האסטו געהאט א פראבלעם מיט א צווייפלהאפטיגע סיסטעם האט עס נישט מיט די יעצטיגע פרשה גארנישט, דאס אז א עבריין (לכל הדיעות) האט ארויסגעלאזט א שם רע אויף איינעם מיט וועם זי האט געהאט חשבונות איז בכלל נישט רעלעווענט.
פארווע...
עפען דיין אויגן און מאך דיך פליישיג.
זי האט טאקע מוציא געווען דעם שם לרע, אבער נישט ממציא געווען.
וואט-עווער
אממערסטנס איז מיר געפאלן ווי עטליכע ניקס דארט קלאטשן הן פאר 'שאץ מאץ' און הן פאר 'אנעים זמירות', הגם אז דאס וואס דער צווייטער שרייבט איז אין שארפן קאנטראסט צו דאס וואס דער ערשטער האט געשריבן...
סמעטענעאממערסטנס איז מיר געפאלן ווי עטליכע ניקס דארט קלאטשן הן פאר 'שאץ מאץ' און הן פאר 'אנעים זמירות', הגם אז דאס וואס דער צווייטער שרייבט איז אין שארפן קאנטראסט צו דאס וואס דער ערשטער האט געשריבן...
יא, ווייל ביידע זאגען גוטע פוינט'ס, ניין?
איך קען נישט וועבערמאן און נישט די אנדערער צד, אבער צו וועם איך רעד נאר און גאס גלייבט מער אז וועבערמאן איז אימשלדיג, איך זעי נישט וואס עס איז ראנג מיט די אייוועלט חברה וואס האלטן אזוי, לדעתי די אלע וואס טאנען אז אולי יש דברים בגוי האלטן נישט באמת אזוי, (חברה פליז נאר צוריק שיסן קליינע שטיינער)
נאט אייך א קליין שטיינדל. עס איז ידוע דער ווארט, ווי אימער עס געפינען זיך צוויי אידן זענען פארהאן דריי דעות. קוקט נאר אין קאווע שטיבל וועט איר זען צוויי הונדערט אידן, זעקס הונדערט ניקס און באלד א טויזענט דעות. קוקט אין אייוועלט, איר וועט זען טויזענט אידן, דריי טויזענט ניקס און... בלויז איין דעה. זאגט איר אליין, איז דאס נישט קיין פלא?
און לאמיר נישט רעדן פון דעם וואס לעגענדעס און מעשה'לעך געפינען אין אייוועלט א פראמינענטע ארט צווישן די היסטאריע אפטיילונגען.
זייער אינטערעסאנט צו קוקן דארט.
שאץ שרייבט אלע יונגלעך קלאטשן, אנעים איז געוואגט און טרעט שארף ארויס און צוביסלעך קלייבן זיך אנדערע צונויף ארום אים....טייל טענה׳ן אז ער דינגט זיך נישט מיט שאץ...
שאץ אליין רעגט זיך געפערליך פארוואס אנעים בא׳גנב׳ט אים זזזיין אשכול מיט ׳ווילד פרעמדע׳ נושאים )לאל) און דערנאך קומט צוגיין הרב מיללער וואס איז שטארק צום פארדאנקן דאס ביסל סטאבילקייט וואסק הערשט דארט און ער שרייבט א שטיקל וואס איז געהעריג ראוי דא אין ק״ש יע״א, אבער אזוי גייט דאס
יאיראון לאמיר נישט רעדן פון דעם וואס לעגענדעס און מעשה'לעך געפינען אין אייוועלט א פראמינענטע ארט צווישן די היסטאריע אפטיילונגען.
למשל?
איך אויךיאיראון לאמיר נישט רעדן פון דעם וואס לעגענדעס און מעשה'לעך געפינען אין אייוועלט א פראמינענטע ארט צווישן די היסטאריע אפטיילונגען.
למשל?
נאט אייך א
דוגמא.
איך מוז זאגען איך בין שטארק מחולק מיט די אסעסמענט פין שאץ מאץ, אויף בלויז הונדרעט טויזענט דאלאר פאר בושת.
וויפיל וואלט איינער גענומען עס זאל הייסען זיין טאכטער האט מזנה געוועהן מיט וו"מ, איך פארשטיי אז איך וואלט גענומען צוויי מיליאן פארדעם, נישט קיין פעני ווייניגער.
שאץ מאץ האט אויך פארגעסען פין רעדען פין די אנדערע חיובים, לאמיר רעדען וועגען נזק, נזק מיינט די פשוטער היזק, ווייסט ער נישט אונזער חשובער שאץ מאץ וויפיל די בתולים פין א מיידל זענען ווערט? לעצטענס האט איינער פארקויפט אויף די בתולים, און זי האט באקומען זיבען הונדרעט און צוואנציג טויזענט דאלאר פארדעם!!! און דא ווען זי איז נאך געוועהן אזוי פיל יונגער, גייט די פרייז ארויף דראמאטיש, סא לאמיר סעטלען פאר א מיליאן.
האלטען מיר שוין ביי דריי מיליאן דאלאר.
יעצט קומט מען צו צער, די צער וואס ער האט איר מצער געוועהן דורך די נגיעות, און די ביאות, און אלע אנדערע ווייסעך וואסערע ברענערייען, פארדעם וואלט איך שוין געוועהן מער לינק, און געזאגט אז אזעלכע צער וואלט איך שוין פארשטאנען אז עס איז ווערט בערך צוויי הונדרעט טויזענט דאלאר (והמוסיף מוסיפין לו....).
האלטען מיר ביי 3.2 מיליאן.
יעצט גיימיר צו ריפוי, ריפוי פין דער מיידל נאך דעם, די אלע הוצאות פין די סאשעל ווארקער אין דער "ווייניגער רעליגיעזער" שולע, און אזוי אויך די טייערע שכר לימוד דארט און די אלע אנדערע עקספענסעס פין היילען די טראמא פין דער מיידל, אז זי זאל קענען זיין נאך אמאהל א נארמאלע פרוי, די אלע זאכען קאסטען אפ לכאורה נאך א צוויי מאות.
האלטען מיר ביי 3.4 מיליאן.
איך וועל מיך אפשטעלען ביי דעם סומע.
אלזא, בי"ד הגדול גיט ארויס דער פסק, און דער בחור האט נעבעך נישט דאס געלט, וויפיל עלילת 75 קען מען אזוי מאכען?
בקיצור מען הענגט פלאקאטען אז מען קען קויפען א עבד עברי פין 54 יאר אלט, מען קוקט אהן דעם בחור, מען זעהט נישט אויף וואס מען קען אים ניצען. אויף וואס טויג ער? וויפיל איז ער ווערט. פאלט איינער אויף די המצאה, היות עס איז רבו מוסר לו שפחה כנענית, קען מען דאך אים קויפען, און אים געבען א באנטש שפחה כנענית'ליך פין 12 13 יאר, און זאל זיי געבען "טעראפי" און אזוי ארום וועט מען האבען פלענטי שיינע געלונגענע עבדים ושפחות'ליך, און מען וועט קענען מאכען א לעבען.
מען קויפט אים, ער האט א גוד טיים, אזוי לאנג ווי עס איז מיט גוים גייט קיינער נישט אהן, ער לאזט אפ אידישע מיידלעך, און שלום על ישראל. נאך זעקס יאר זאגט ער אהבתי את אשתי ואת בני לא אצא חפשי, און ועבדו לעולם, און יעדער איז העפי.
דיסקלעימער, איך האלט בכלל נישט ווי דאס, איך האב נאר געשריבען על דרך שאץ מאץ, כמובן מאיליו.
אייוועלט איז טאקע דאון! קוקטס וואס שאץ מאץ שרייבט
דא, ווען איינער דא אין שטיבל שרייבט ווען אזאנס וואלט ווען שאץ גשופרט יללות מיט תקיעה גדולות;
דער אשכול באדערט מיך זייער!!!
יעדער זאל מיר אנטשולדיגן, איך האב געהאט א ריינע כוונה, מיטן עפענען דעם אשכול, צו לאזן הערן איין זאך, מיר מוזן נישט טראכן ווי קיין גוים, איך האב הנאה אז מאנכע האבן צוגעברענגט פוסקים, א שטייגער ווי שוועמל וועלכע האט צוטירט תשובות וואס איז תורה'דיג און וואס איז נישט, ועל כולם האט מיללער נאך דאס בעסטע געשריבן, אז מיר האבן נישט אפי' איין רב בזמן הזה וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן מורי ורבותי, דאס און דאס איז דער דעת תורה, נעבאך.
איך בין מוחה ווי מען לייגט דא צו נאר אזא חשובע יונגערמאן ווי שץ
הציץ ונפגענאט אייך א קליין שטיינדל. עס איז ידוע דער ווארט, ווי אימער עס געפינען זיך צוויי אידן זענען פארהאן דריי דעות. קוקט נאר אין קאווע שטיבל וועט איר זען צוויי הונדערט אידן, זעקס הונדערט ניקס און באלד א טויזענט דעות. קוקט אין אייוועלט, איר וועט זען טויזענט אידן, דריי טויזענט ניקס און... בלויז איין דעה. זאגט איר אליין, איז דאס נישט קיין פלא?
פארוואס ווען איך רעד מיט אידן אויפן גאס טרעף איך נישט די אנדערער דעות??? (ביי די ענין שטייצעך) עס קוקט נישט אויס ווי זיי האבן מורא אז מ׳גייט זיי באשטיינער׳ן אז זיי גייען לייגן א ספק און די מעשה.
משה געציליואלישאקוראט אזוי. יעדער פרובירט צו צייגן ווי מער סימני כשרות פון מעלה גרה, אז מ'איז פרומער און מער פאנאטיש פונעם צווייטן. ס'האט נישט קיין שפיר פון חיות, שמועסן, עקסטשענדזש פון איידיעס, און ס'איז פיל מיט מוח אויסשאלטערונג קלישעס. ס'הערט זיך ווי א זונטאג אין די קירכע פון די דרום שטאטן, ווי יעדער שרייט אריין "יע, יע!" און דער מיניסטער פרעדיגט צו די כאר.
איך האב מיך געפענט א ניק דארט בערך אין די זעלבע צייט ווי איך האב דא געפענט, אבער פאר סאם ריזען שפיר איך זייער אומבאקוועם אויסצודריקן מיין מיינונג דארט, ממילא שרייב איך נישט דארטן אבער איך ליין גאנץ אסאך.
מיר קריכט אויף די געהירן ווי ניקס פראבירן צו דעמאנסטרירן ווי פרום זיי זענען מיטן צוטרין גאנצטע שטיקלך פון דא צולייגענדיג; ״דאס פאלגענדע איז פון ק״ש באקומען אין אימעיל״.
ח״ו! איך אויף קאווע שטיבל?! קיינמאל! פערצאפאל האב איך עס באקומען פון איינעם...
אדער; ״דאס האט איינער געשריבן אויף קאווע שטיבל איך לייג דירעקט נישט קיין לינק ח״ו נישט מכשיל צו זיין קיינעם״.
איך פארשטיי... דער פאסט, טיימס, דעלי ניוס, וכו׳ מיט אלע זייערע שומציגע קאמענטס מעגסטו לינקן, קאווע שטיבל?! ח״ו! דער שאץ מאץ וועט דיר נאך מאצשאצן פון אלע וועלטן...
ועוד כהנה וכהנה, איך האב נאר געשריבן צוויי דוגמאות וואס איז מיר יעצט דורכגעלאפן אין קאפ.
נאך א פרישע לאטקע לכבוד חנוכה
יאסעלע שואב מיםדער טאטע פון מיסס קרויס האט קלאר עדות געזאגט אנקעגן ר׳ נחמי שליט״א און א בריוו צום קארט.
עס איז דא א קאפיע דערפון אויף ק״ש (איך ברענג עס נישט ווייל איך טוה נאך תשובה פארן שרייבן אויף א סייט וואס איז געבויט קעגן דעם הייליגן באשעפער)
דאס גאנצע בריוו פרייטאג איז לטובת עפעס א טעלעפאן בוך והמיבין יבין.
ער קוקט אויס צו זיין אנגעווייטיגט אז אידן זענען אנטקעגן ר"נ וועבערמאן.
יאסעלע וואסער טרעגעראיך וויל מיך דא באדאנקען בשער בת רבים פארן חשובער מנהל פארן האלטן דאס מקום דא ריין און נישט צולאזן אז מען זאל פארשווייגן ריפארטס און מיינונגען אויף אזא וויכטיגע נושה.
בכלל דארפן מיר דא אלע זיין דאנקבאר פארן מנהל פאר די שווערע ארבייט וואס ער לייגט דא אריין צו אהערשטעלן א היימישן פלאטץ זיך אויסצישמיעסן צווישן חבירים.
ישר כח
אינטערעסאנט, מיט
א קנאפע וואך צוריק איז נאך דער פלאץ געווען נישט סתם אויסגעהאלטן נאר טאקע היימיש, און אין אזא קורצע צייט אפשניט איז עס שוין געווארן א ריין כפירהדיג׳ע מקום.
אוי וויי! יאסעלע איז כטובל ושרץ בידו, בו בזמן וואס ער טוט תשובה אויף שרייבן דא זעט מען אין די ליסטע פון "ווער איז דא געווען?" אויפן הויפט בלאט אז יאסעלע ליינט נאך דא...
📎 Yosele.GIF
ער טוט דאך נאר תשובה אויפן ״שרייבן״... זעט אויס אז מען מעג עסן פארדארבענע פיש וואס א צוויייטער האט געמאכט...
משה געצילמיר קריכט אויף די געהירן ווי ניקס פראבירן צו דעמאנסטרירן ווי פרום זיי זענען מיטן צוטרין גאנצטע שטיקלך פון דא צולייגענדיג; ״דאס פאלגענדע איז פון ק״ש באקומען אין אימעיל״.
ח״ו! איך אויף קאווע שטיבל?! קיינמאל! פערצאפאל האב איך עס באקומען פון איינעם...
אדער; ״דאס האט איינער געשריבן אויף קאווע שטיבל איך לייג דירעקט נישט קיין לינק ח״ו נישט מכשיל צו זיין קיינעם״.
איך פארשטיי... דער פאסט, טיימס, דעלי ניוס, וכו׳ מיט אלע זייערע שומציגע קאמענטס מעגסטו לינקן, קאווע שטיבל?! ח״ו! דער שאץ מאץ וועט דיר נאך מאצשאצן פון אלע וועלטן...
ועוד כהנה וכהנה, איך האב נאר געשריבן צוויי דוגמאות וואס איז מיר יעצט דורכגעלאפן אין קאפ.
איך אגריע מיט דיר אז ס'עקלט עט טיימס צו ליינען אזעלכע מיחזא כיוהרא'דיגע קאממענטס, נישט אז ס'מוז זיין אז זיי האלטן נישט דערביי, ס'נאר וויזוי מ'האלט עס אין איין פאמפן און זיך קלאפן אין די רוקן מיט חנופה איינער דעם צווייטן. אבער איך קען לשטתם פארענטפערן די שטיקל וואס איך האב גע'היילייטעד לגבי לינקען צום פאוסט אד"ג יא אבער ח"ו נישט צו דא. היימישע אניטיסעמיטן קען מען ווייניגער טאלערעיטן ווי גויעשע וואס שרייבן ווי דער הלכה בידוע. פאר די זעלבע ריזען (לגבי אן אנדערן נושא) פלעג איך אריינעמען אין שטוב גויאישע צייטונגען אבער ח"ו נישט דער המודיע אד"ג.
וויפיל עס עקעלט דאס שרייבעכטס פין דער ב"ש "באקומען אין אימעיל" וכו', טוהן אסאך פין אונז די זעלבע אין מקוה אדער אין א פיזישער קאווע שטיבעל, וואס מען זאגט "איך האב געהערט" אדער איינער האט מיר געשיקט, בזמן וואס מען ליינט דא און אנדערע פלעצער.
אלזא, יעדער שטעלט זיך צו צום ארומיגען מקום און קולטור, דא אז מען ערלויבט אביסעל מער, שרייבט מען אביסעל מער, אבער אויך נאך נישט אלעס וואס מען וויל באמת.................
די גאנצע "כ'האב געהערט אין ק"ש" איז די שפראך פון א קינדערישע קאנקורענץ קוק ווינקעל. קאנקורענץ פארשלייערט אין פרומקיייט.
איך האב געהערט אין א. וו 😉
זר זהב
איך אגריע מיט דיר אז ס'עקלט עט טיימס צו ליינען אזעלכע מיחזא כיוהרא'דיגע קאממענטס, נישט אז ס'מוז זיין אז זיי האלטן נישט דערביי, ס'נאר וויזוי מ'האלט עס אין איין פאמפן און זיך קלאפן אין די רוקן מיט חנופה איינער דעם צווייטן. אבער איך קען לשטתם פארענטפערן די שטיקל וואס איך האב גע'היילייטעד לגבי לינקען צום פאוסט אד"ג יא אבער ח"ו נישט צו דא. היימישע אניטיסעמיטן קען מען ווייניגער טאלערעיטן ווי גויעשע וואס שרייבן ווי דער הלכה בידוע. פאר די זעלבע ריזען (לגבי אן אנדערן נושא) פלעג איך אריינעמען אין שטוב גויאישע צייטונגען אבער ח"ו נישט דער המודיע אד"ג.
דיין נישט אריינעמען המודיע אין שטוב און דער צייט וואס גויעישע צייטונגען נעמסטו יא, איז לענ״ד צוליב די חינוך וואס דו האסט באקומען אז א יעדע איד וואס איז נישט אין ליניע מיטן שיטה הקדושה צריך בדיקה אחריו.