☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איי וועלט איז דאון!! (נישט ממש)

איי וועלט איז דאון!! (נישט ממש)

100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2512
בלאט: 1 2

זר זהב » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:43 pm

· #70351
בכלל נישט! איך וועל אריינענעמן א גואישע גויאישע זאך, א אידישע גויאישע זאך בשו"א נישט. ערבוביא טוב עם רע קען איך נישט פארנעמען.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:48 pm

· #70352
ממי שאמרו, איך פריי מיך באמת צו הערן אז איר וועט מהנה זיין אויך די אידן וואס געפינען זיך אין זייער אייגענע אפגעזונדערטע (אידישע?) וועלט. אויב איך מאך נישט קיין טעות זענט איר דער ערשטער צו שרייבן מיט דעם זעלבן ניק אויף ביידע פלעצער, דאס איז א גוטע סימן אז ביידע פלעצער קענען לעבן בשלום, שלי שלי ושלך שלך. אדרבה, מען דארף זען צו טיילן די ידיעות פון די מגיבים אויף ביידע ערטער.

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:58 pm

· #70355
נע, ווייט נישט דער ערשטער. דער ערשטער איז כמדומה לי געווען ידידינו היקר אךשמח.

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:24 pm

· #70362
רבותי, ס׳צרות

מנהלים, אחראים מאכט׳ס פלאץ עס קוקט אויס אז אנעים זמירות פון לונדון וועט זיין דא צוריק בקרוב

קוקטס דארט אהין די כעוורע האבן זיך גענומען אויף זיינע ביינדלעך, און נישט סתם כעוורע נאר אזוינע ריזן ווי שטארקזיך

מען גיבט אים מנה אחת אפים, זיי חשד׳ענען אז ער ארבעט פאר יעקל הורוביץ,

יתרו » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:49 pm

· #70364
אז מען רעדט שוין פון אייוועלט, וועל איך מיטיילן מיטן עולם א מעשלהע וואס איך האב געהאט מיט די באנדיטן דארט,
ומעשה שהיה כך היה, איין טאג האב איך געלייענט דארט א מיעסע תגובהלע אקעגן ק"ש און דער יעניגער האט געשריבן דארט עפעס אזוי "זייער גוט אז ע האט זיך געפענט א ק"ש אזוי וועט אייועלט זיין א ריינערע מקום ווייל אויב איינער ווועט זיך האבן עפעס אויסגרעבסן (מלשון גיהוק ופיהוק) וועט ער גיין קיין ק"ש, א קיצור מער האט נישט אויסגעפעלט עס האט מיר אנגעכאפט אזא סארט קנאות, ענליכעס צו מיין אייניקל פנחס (פארגעסט נישט אז ער איז געווען בן פוטי), איך האב מיר זאפארט געמאכט א ניק דארט אין איך האב מקנא געווען קנאת ק"ש און זיין געשריבן, בערך אזוי " ברוך השם עס איז שוין דא ווי צו מגהק ומפהק זיין ווייל ביז יעצט איז נאר געווען א פלאץ ווי זיך אויסצו'מייכנען
שטייצעך אז ביז א פאר מינוט איז מיין ניק געווען פארמאכט,

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:29 am

· #70438
יתרו

יתרו ביסט ריזיג, מייכענען טאר מען שוין אויך נישט???
ממי שאמרו לאמרי נאר האפען אז די חברה דארט וועלן דיך נישט פארכאפען אינגאנצען און וועסט מער נישט אריינקומען, אונז קען מען טאקע ליינען דארט אויך, אבער מיר דארפען דיך וויכטיג דא האבען.

איינער » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 11:05 am

· #70460
יואליש
די גאנצע "כ'האב געהערט אין ק"ש" איז די שפראך פון א קינדערישע קאנקורענץ קוק ווינקעל. קאנקורענץ פארשלייערט אין פרומקיייט.

דאס איז שוין גארנישט קינדעריש אדער קאנקורענץ, קאווע שטיבל שטייט ווי א דארן אין אויג פאר אזעלכע ווי ״שאץ מאץ״, נישט לאנג צוריק האט ער געקענט זיין דער אפיציעלער אינטערנעט בעל השקפה, און ווען ״איינער״ האט זיך געוואגט צו שרייבן אנדערש האט מען אים גלייך פארמעקט. אוי האט דער טריפה׳נער קאווע שטיבל דאס געטוישט.

טעפל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:53 am

· #70733
[ציטאט אראפגענומען]

נאדיר נאך א לייק 👍 אזאלעכע גוטע שרייבער'ס וואו דו מאכען דעם פלאץ געשמאק!

נו גוט נו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:54 am

· #70788
אנעים האט געשריבן יעצט א לענגערער ארטיקל אז ער גייט זיך מער נישט אנקעגן שטעלן די (איי)וועלט און ער גייט מער נישט שרייבן וואס די עולם וויל נישט הערן.
די אשכול איז געווארן פארשפארט גיי ווייס פארוואס

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:58 am

· #70789
מסתם ווייל ס'איז א מעסעדזש פון אים פון זיינע פלענער, און מ'דארף עס נישט דעבאטירן

נו גוט נו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:00 pm

· #70790
זר זהב
מסתם ווייל ס'איז א מעסעדזש פון אים פון זיינע פלענער, און מ'דארף עס נישט דעבאטירן

ווייל עס איז נישט ״קאווע שטיבל״ און מ׳טאר עס נישט דעבאטירן

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:09 pm

· #70795
נו גוט נו
זר זהב
מסתם ווייל ס'איז א מעסעדזש פון אים פון זיינע פלענער, און מ'דארף עס נישט דעבאטירן

ווייל עס איז נישט ״קאווע שטיבל״ און מ׳טאר עס נישט דעבאטירן

געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 12:37 pm

· #70809
It's pretty boring. Everyone agrees with everyone else..

יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:25 pm

· #70822
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:31 pm

· #70827
גראדע יעצט טוהט זיך דארט אויף טישן און בענק.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:34 pm

· #70830
יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

דאס איז דאך כעין דיין חתימה
contraria contrariis curantur

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 4:10 pm

· #70863
יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

אמת, אבער זיי האבן אנגעהויבן... איך דיסאגריע נישט מיט אלעם וואס זיי זאגן, אבער דאס זיך זעלבסט קלאפן אינעם רוקן און כסדר ווייזן די כשרע פיסלעך איז א גרויל.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:44 pm

· #71008
קאווע טרינקער
יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

דאס איז דאך כעין דיין חתימה
contraria contrariis curantur

ראשאקאל, איך מיין יודל וואס מיינט דיין חתימה ? זאג מיר אין מאמע לשון

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:10 am

· #71059
יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

דארט רעדט מען יעדען טאג קעגן דעם אזוי גערופענעם "קאווע שטיבל" (ק"ש בלע"ז) נאר ברמיזא ווייל אפענערהייט קען מען פארשפארען פאר אזא זאך.

משה געציל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:26 am

· #71070
יתרו
קאווע טרינקער
יידל
גענוג מיט די אייוועלט בעשינג. אייוועלט איז איין סארט סייט, קאווע שטיבל א צווייטע. ביידע ערפילן א תפקיד.
ווי האט דער סטייפלער געזאגט? כלל ישראל מעג גיין צו די בחירות, אבער מ'דארף אויך א נטורי קרתא וואס זאל שטיין אין שרייען אז מ'טאר נישט. והנמשל מובן.

דאס איז דאך כעין דיין חתימה
contraria contrariis curantur

ראשאקאל, איך מיין יודל וואס מיינט דיין חתימה ? זאג מיר אין מאמע לשון

אין ענגליש ווערט דאס איבער געטייטשט= opposites cure opposites
דאס איז א פראזע וואס ווערט גענוצט אסאך אין די מעדעצינישע וועלט, לדוגמא- א מענטש איז זייער קאנסטאפעטיט וועט מען אים געבן א מעדעצין וואס ביי א נארמאלע מענטש פאורזאכט עס שלשול.
וה״ה ביי אסאך אנדערע זאכן איז גילטיג דעם כלל, ווען עס איז דא עקסטרעמיזים אויף איין זייט לדוגמא ציממערמאן-קלאר, וועט עס ווערן באלאנצירט מיט עקסטרעמיזים פון די צווייטע זייט לדוגמא ראזענבערג-הארוויץ. (איך האב נאר געזאגט לדוגמא ווייל למעשה אין דעם פאל האט די ציממערמאן-קלאר צד ע״פ רוב די אויבערהאנט).

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:10 am

· #71755
סאו בעיסיקלי זאגסטו, ווען מען וויל א גוטן משל אויף צימערמאן/קלאר, איז די ריכטיגע זאך קאנסטיפעישאן און שלשול. נראה מאוד.

נו גוט נו » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:02 pm

· #72165
יעצט איז טאקע אייוועלט דאון מ׳קען נישט אריין
גרייט׳ס ענק אן צו א איבערפלוס פון געסט אדער מעמבערס דא און ק״ש

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:23 pm

· #72177
נו גוט נו
יעצט איז טאקע אייוועלט דאון מ׳קען נישט אריין
גרייט׳ס ענק אן צו א איבערפלוס פון געסט אדער מעמבערס דא און ק״ש

וועלכע רבי האט געגרעבטסט אז אייוועלט האט אן איבערפלוס פון ליינערס?
איז דא אן אשכול ווי יעדער שרייבט וויאזוי ער פאסט?

נו גוט נו » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:24 pm

· #72178
ארבעט שוין,
העמיר יעצט ווארטן צו הערן וואס עס איז פארגעגאנגן, אזוי עס איז געווען ווען ק״ש איז געווען דאון, אדער ניין מ׳דארף נישט מודיע זיין, ״פריי דיך אז מ׳געט דיר ווי צו פאברענגען איך מיז דיר נישט געבען קיין דין וחשבון איך טו וואס איך וויל״

נו גוט נו » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:26 pm

· #72179
נולד מאוחר
נו גוט נו
יעצט איז טאקע אייוועלט דאון מ׳קען נישט אריין
גרייט׳ס ענק אן צו א איבערפלוס פון געסט אדער מעמבערס דא און ק״ש

וועלכע רבי האט געגרעבטסט אז אייוועלט האט אן איבערפלוס פון ליינערס?

געווען א צען מינוט וואס מ׳האט נישט געקענט אריין, פון די אחראים האט מען געהערט אז ארענדער ארבעט אויף די פראבלעם.
א איבערפלוס איז לכאורה נישט געווען ווייל עס איז געווען בערך 56 איינגעשריבענע בשעת עס האט אויף געהערט צו ארבעטן.

טרופ תלמיד » מאנטאג פעברואר 11, 2013 6:01 pm

· #86169
אנטשולדיג איך בין א נייע ניק דא. וואז איז דאס אייוועלט?

sunbar » מאנטאג פעברואר 11, 2013 6:12 pm

· #86171
טרופ תלמיד
אנטשולדיג איך בין א נייע ניק דא. וואז איז דאס אייוועלט?

א סייט ווי מען קראכט אייער.

יידל » מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:36 pm

· #86206
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה דיין ארטיקל בעצם. אויב ס'אינוואלווד סאטמאר, קלויזענבורג און ציונות אין איין זאץ, נאכדערצו ווען עס איז די ערשטע הודעה אין אן אשכול, איז דאס גענוג סיבה צו פארמעקן.

א געלעכטער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:33 pm

· #86350
טרופ תלמיד
אנטשולדיג איך בין א נייע ניק דא. וואז איז דאס אייוועלט?

<!-- w --><a class="postlink" href="http://www.ivelt.com">www.ivelt.com</a><!-- w -->

א געלעכטער » דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:42 pm

· #86356
יידל
[ציטאט אראפגענומען]

לכאורה דיין ארטיקל בעצם. אויב ס'אינוואלווד סאטמאר, קלויזענבורג און ציונות אין איין זאץ, נאכדערצו ווען עס איז די ערשטע הודעה אין אן אשכול, איז דאס גענוג סיבה צו פארמעקן.

איר זענט נישט גערעכטן! עס איז נישט געווען קיין סיבה צו פארמעקען!
דער אשכול איז דארט געפארען גאנץ איידעל, אזוי וויא דער אשכול דא און שטיבעל.
וואס באדערט מער איז דאס פארמעקען אהן קיין שום תגובה פארוואס און פארווען. כאטשיג זאלען זיי מודיע זיין א ריזען!
אבער ניין!
דער אשכול ווערט נעלם און .. טענו את בעירכם ..... גיי טענהעטס מיט די .....

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 3, 2013 2:29 pm

· #130451
טעות.

שרייבער » מיטוואך יולי 3, 2013 2:35 pm

· #130453
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט וואס דו ביסט אזוי ווילד, ער שרייבט דאך זיינע רבי'ס, נו אויב ר' אביגדור איז קעגן די שיטה פון זיינע רבי'ס האט ער נישט קיין רעכט אים צו דאמפן? איז ר' אביגדור כביכול אליין? (איך האב גארנישט קעגן ר' אביגדור, איך האב שוין אסאך געליינט זיינע ספרים, אבער מילכיגער איז כלל נישט אזוי עקסטרעם, און קוק די סוף פון יענע אשכול ווי ס'האט געהאלטן נעכטן גלייכט מען זיך זייער גוט אויס)

ס"ה ביסטו ברוגז אויף א סטעיטמענט, "אויב א גדול זאגט פארקערט ווי מען האט מיך מחנך געווען, און ווי אזוי מיינע רביס האבן מיר געלערנט, איז ער אין מיינע אויגן אין א גרעי עריע"
וואטס סאו ראונג וויט דיס סטעיטמענט? ס'קען אפשר שטערן דיין מציצה בפה מערכה?

מ. גליקמאן » מיטוואך יולי 3, 2013 2:38 pm

· #130454
ער איז בכלל נישט ברוגז אויף קיין סטעיטמענט, ער האט סך הכל גוט אראפגעלייגט זייער מהות אז זיי מעגן אלעס און יענער גארנישט.

שרייבער » מיטוואך יולי 3, 2013 3:15 pm

· #130471
ס'איז געווען אסאך רביס וואס מען האט געהאלטן פון זיי, און ווען מען איז געוואר געווארן אז זיי האבן "איין" פאלשע השקפה האט מען זיך אפגעלאזט פון זיי, איך וויל נישט שרייבן קיין נעמען ווייל נאכדעם וועסטו זאגן אז איך בין מדמה ר' אביגדור צו יענעם

און דאס וואס ער שרייבט "מיין טאטע" איז פשוט שמע בני מוסר אביך, און יעדער מענטש האט רעכט צו גיין לויט ווי ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן, וואס מיינט מסורת אבות אויב נישט דאס? בפרט אויב זיין טאטע איז א ת"ח.

אביגדור » מיטוואך יולי 3, 2013 3:17 pm

· #130473
זעה דא.

דבילה » מיטוואך יולי 3, 2013 3:34 pm

· #130477
מדברי מילכיגער:

מ'קען נישט בלייבן ווייס ווען מ'האלט שד"ל פאר גרוי, סה"כ ווערט מען A LIGHTER SHADE OF GRAY...

ויהי לפלא ווי אזא שטארקע אייוועלטיסט קען פארנעמען צו נוצן לשונות וואס זענען א דירעקטע רמז אויף ניוול וכיעור.

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/dp/0345803485/ref=cm_sw_r_an_am_at_ws_us?ie=UTF8">http://www.amazon.com/dp/0345803485/ref ... us?ie=UTF8</a>

chosen people » מיטוואך יולי 3, 2013 4:03 pm

· #130490
[די ארטיקל אין אייוועלט, האט אויכט זייער א שלעכטן גערויך, דער וואס ליינט אביסל אייוועלט ווייסט זייער מעטעליטי, עס קיקט אויס, זיי וועלן נישט טוהן קיין זאך וואס די רבנים לאזן נישט, נאך אביסל ליינען דארט, דאכט זיך עס, אז אויב אזעלכע חשובה ניק'ס שרייבן דארט מיט זיין אז עס האט א הכשר, איך האב געזיכט די הכשר, איך האב עס נאך אלץ נישט געפונען. בין איך אריבער דא צו קאווע שטיבל האב איך זיך געפיהלט זייער היימיש, נא אויף היימישע זאכן דארף מען נישט קיין הכשר..
עכ''פ צוריק צום ארטיקל. די אייוועלט טאטע'ס מעגן זיצן אויפן אינטערנעט שלא לשם פרנסה, ווען הרב וואזנער האט געפסקנ'ט אז קינדער פון אזעלכע טאטע'ס מעג מען ארויס ווארפן פון מוסדות, אבער ח''ו ושלום געבן פאר די קינדער ארטיקלן וואס קומען פון די אינטערנעט... היפעקריטס... איך מיין איך ווייס שוין פון וועמען די otd גיין ארויסקומען.. דעס מיינט אן עכטע פאלטשע חינוך.. די אייוועלט'ניק די רעדט זיך איין, אז דיינע קינדער ווייסן נישט אז די דרייסט זיך אויפן אינטערנעט, זיי ווייסן אפילו אייער ניק..

יאיר » פרייטאג יולי 5, 2013 12:13 am

· #130947
איך מיין אז דאס וואס שיטה מקובצת האט דערמאנט וועגן די טענה'ריי אין איי וועלט צו רבי אביגדור מיללער האט געהאט א גרויע בארד אדער א גאלדענע בארד איז א כלליות'דיגע פראבלעם פון אונזער סאסייעטי אז אין אידישקייט מוז אלעס זיין שוארץ אדער ווייס. אויב ער האלט מיט איין זאך אנדערש ווי אונזער מסורה, איז ער טאטעלי אראפ פון די מאפע. שיטה זאל מיר מוחל זיין, אבער כמדומה לי אז זיין רבי איז אויך געגאנגען אביסל אויף דעם מהלך, כגון, אויב גלייבסטו אין עוואלוציע, ביסטו א כופר בעיקר וועמענ'ס ציל איז אונטערצוברענגען אידישקייט וכדו'. אלזא, מיליכיגער האט געהאט א גוטער רבי פון וועמען זיך צו לערנען.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:05 pm

· #145008
אין פאל ס'ווערט פארמעקט.

הודעה דורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:47 pm

קאפי/פעיסט איז נישט ערלויבט.

הודעה דורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:48 pm

מומחה עצום האט געשריבן:
קאפי/פעיסט איז נישט ערלויבט.

קאפי אדער קאווע?

הודעה דורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:49 pm

ביידע

-------
א 👍 פאר: ק.נ.א. וועטער.

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:17 pm

· #145017
בד"וו איך זעה עפעס א ניק אין אייוועלט "@לעיקוואד", ווייסט איינער מער פרטים?

לעיקוואד » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:22 pm

· #145022
ידי לא שפכו את הדם הזה.
ווארט יענער א שטרענגע קאפירייט לאוסוט

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 25, 2013 4:23 pm

· #145023
פשוט'ע פרטים?
אמר הקב"ה: כל מה שאסרתי לך בתורה, התרתי לך כנגדו.

סאו וואט » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:46 pm

· #145062
באמערקט נאך איינער אז מ'ענטפערט נישט דארט סקווירא דיין אויף זיינע פראגע'ס?

אביגדור » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:56 pm

· #145066
לא מסתבר.

ידען » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:11 pm

· #145072
סאו וואט
באמערקט נאך איינער אז מ'ענטפערט נישט דארט סקווירא דיין אויף זיינע פראגע'ס?

וועלעכע פראגעס?

DotCom » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:50 pm

· #145088
אמת, און צו באקומען עני שטיקל אינפארציע דארף מען דארט מישן 5 בלעטער ווייל אלעס איז אנגעפולט מיט קאמפלימענטס. א שאד.

DotCom » זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:13 pm

· #145097
העי, ס'דא א לייק באטען פארדעם! אחוץ אז דו ווילסט נאר ווייזן וויאזוי עס קוקט אויס ווען נישט.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:03 am

· #145254
אין אנדערע ווערטער, א ניק וואס האט דא 2000 הודעות און שוין געלייקט למשל 1653 מאל, וואלט ער שוין אין איי וועלט געהאט א סך הכל פון 3653 הודעות, וויבאלד יעדע לייק דא איז אן הודעה "געוואלדיג" "פשיהאאאא" דארט.

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:37 am

· #145262
און איך בין עכט לאנגווייליג דארט.
זיי האבן נישט עכט צופיהל נושאים פון וואס צורעדן. אלעס קומט צוריק איבער איין נושא וויזוי תשובה צו טאן, און זיך האלטן ערליך. ס'הערשט א אנגעזעצטקייט וואס ווערט מזמן לזמן איבערגעהאקט פון א זאלציגע וואסעריגע דזשאוק.
און ווען לכתחילה אריבער קומט דרשנ'ען וועגן סייענס דערמאנט עס מיר פונעם גלח אין דער מיטלאלטער וואס דרשנ'ט וועגן רחמנות.

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 25, 2015 12:47 pm

· #249974
ס'וואלט אפשר געווען אן איידיע ווען זיי האבן אן אשכול וואס איז נישט לויט זייערע סטאנדארטן זאלן זיי עס קענען אהערפירן קיין צימעס
בלאט: 1 2