☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די וועלט ענדיקט זיך! (דעצעמבער 21, 2012)

די וועלט ענדיקט זיך! (דעצעמבער 21, 2012)

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2506

זר זהב » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:15 pm

· #68876
סעוועדזש מאכט חוזק פון די קאלענדער, און זייער קולטור

איך האב עס געהערט לייוו

http://youtu.be/Dy0XnsXENIc?t=1m47s

http://www.youtube.com/watch?v=Gz7UELUpecY

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 5:19 pm

· #68878
אריין אין Y2K אשכול.
אה, נאכנישט דא?

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:12 pm

· #68905
עס געפעלט מיר ווי די מענטשן ווערן נישט נתפעל נאך אזוי פיל נבואות'ן אז די וועלט גייט זיך ענדיגן וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, און האלטן נאך אן זייער אמונה אין אזעלכע משוגעת'ן. דאס זאגט אסאך אויף די נאטור פון אזעלכע פאנאטישע גלויביגע.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 7:50 pm

· #68913
[ציטאט אראפגענומען]

עז לאנג די ניק געפילטע פיש איז נישט צושמעטערט זעמיר אקעי.

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:36 pm

· #68977
עז לאנג עז אנאנים נעמט מיר מיט אין שעלטער גייט מיר נישט אן אויב איך ווער צושמעטערט.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 6:04 am

· #69099
און אויב וועט עס נישט געלונגען די נבואות?
איז נישט עק וועלט..

ביבער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:07 am

· #69103
סורווייווט מיט מי רגלים און מעיאנעיז

ביבער » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 7:10 am

· #69104
אין אנדערע נייעס, היינט גייט זיין 12:12:12 12/12/12 דאס גייט זיין סלעצטע מאל פאר אונז אלע (אפילו פאר די ןואס לעבן איבער די ענד) וואס אלע נאמבערס זאלן זיין די זעלבע!

יאיר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:09 pm

· #70410

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:23 pm

· #70414
און אז מען רעדט שוין,

וויאזוי וועט אויסזעהן דער וועלט ערב ר"ה, שנת תתקצ"ט לפ"ק, ווען אלע וועלען ציטערען אז דאס איז די לעצטע מינוטען אויף די וועלט???

פארשטייט זיך אז מען האפט אויף בית המשיח בב"א, אבער טאמער ח"ו ער קומט נישט, ווי אזוי וועלען אונז יודען פארברענגען דעם לעצטען ר"ה עלי אדמות, וועלען די גוים לאכען פין אונז דעמאלס?

וועט אן אייניקעל פין מעכעל וויינער אויך שטיין און לאכען און זאגען אז די קאלענדער איז געריקט מיט אפאר יאר כמבואר בספר מאור עיניים (הקדמון) און ממילא דארף מען נישט מורא האבען?

וועט מען זאגען אז מען האט נאך א יאר ווייל מען רעכענט בהר"ד פאר א יאר?

אדער וועט מען טענה'ן אז היות דער ערשטער צוויי און האלב טויזענט יאר איז נישט געוועהן קיין תורה, האט מען דערפאר נאך 2500 יאר?

אדער וועלען זיין וואס וועלען זאגען אז עס איז נאר א דעת יחיד?

אדער וועט מען זאגען אז די גמרא רעדט הויכע זאכען, פין די שמיטות וכו', און ממילא מיינט עס נישט כפשוטו?

עכ"ז וועט מען ברענגען ראיות אז מען דארף זיך גרייטען צו ענדיגען דאס לעבען, און די קולות ביי סליחות וועלען גיין עד לב השמים, בפרט ביי "לבטל מהם כתוב אמרתי אפאיהם" אשביתה מאנוש זכרם.

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:37 am

· #71413
זעהט אויס אז עפעס יש דברים בגו,

http://www.foxnews.com/science/2012/12/ ... p=obinsite

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 10:42 am

· #71417
איחוד פעלד
זעהט אויס אז עפעס יש דברים בגו,

http://www.foxnews.com/science/2012/12/ ... p=obinsite

די אסטרויד איז שוין פארביי געפלויגן די וועלט 7 טעג צוריק.

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:00 am

· #71422
יידל
איחוד פעלד
זעהט אויס אז עפעס יש דברים בגו,

http://www.foxnews.com/science/2012/12/ ... p=obinsite

די אסטרויד איז שוין פארביי געפלויגן די וועלט 7 טעג צוריק.

אך שאטס.

האסט געמוזט אויסזאגען?

עפעס שמעקסטו פין כפירה........

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:18 pm

· #71525
[quote="מ גפני"]Mayan end-of-world rumors prompt Michigan officials to close 33 schools

More than 30 Michigan schools closed for the holidays two days early, in part because the Mayan calendar predicts the world will end on Friday, an official said.

Read more[/quote]

מ גפני » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:21 pm

· #71528
שכוח יידל ס'געהערט טאקע ענדערש דא, כ'האב נאר פארגעסן פון דעם אשכול

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:11 am

· #71756
סעוועדזש האט היינט געזאגט אויף זיין שוי אז ער האט באקומען א טעלעגראם.. פון אויסטראליע (וואו ס'שוין געווען מארגן) אז די וועלט אינישט חרוב געווארן

יואליש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 4:58 am

· #71796
עולם כמנהגו נוהג, און שוטים שקלקלו, און האבן נישט פארשטאנען די עומק הענין פון בונה עולמות ומחריבן, און עס אפגעלערענט כפשוטן ווארטענדיג צו זעהן מיט זייער פליישיגע אויגן ווי די עולם העשיה גייט צוריק צו תוהו ובוהו, זענען עתיד ליתן את הדין, ווייל די מכשול איז ליידער זייער גרויס. מענטשן וועלכע זעהן אז די עולם העשיה גייט ווייטער אן כתמול ושלשום, וועלן ליידער זאגן אז פונקט אזוי ווי די דאזיגע אפאקאליפס איז שקר, זענען חלילה אלע אנדערע, ווי טייל צווייפלן שוין אין די שית אלפי שני הוו עלמא און זיכן זיך פשט'לעך און תירוצים. דער אמת איז זייער שטותים איז בלויז דאס, שטותים. מיר האבן קלארע נביאות'ער, ווי למשל אין דניאל "ומעת הוסר התמיד ולתת שקוץ שמם ימים אלף מאתים ותשעים, אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלשים וחמשה יג ואתה לך לקץ ותנוח ותעמד לגרלך לקץ הימין."

יידל » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:08 pm

· #71964
דאס מאל איז די וועלט טאקע נישט חרוב געווארן, אבער אין איין-ביז-צוויי ביליאן יאר אדער פינף-ביז-זיבן ביליאן יאר (געוואנדן לויט וואס חרוב מיינט) וועט די וועלט טאקע חרוב ווערן.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 11:04 pm

· #71973
זייט נאכנישט אזוי פרייליך, אן ארכעאלאג זאגט אז צוליב די צומישטע און סתירות'דיגע מאיא קאלענדארן איז מעגליך אז דער אמת'ער ענד פון די וועלט איז מארגן, זונטאג. קאנספיראציע גלויביגע, אפילו חרב חדה וכו' אל תתייאש.

צדיקל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:19 am

· #72270
יואליש
עולם כמנהגו נוהג, און שוטים שקלקלו, און האבן נישט פארשטאנען די עומק הענין פון בונה עולמות ומחריבן, און עס אפגעלערענט כפשוטן ווארטענדיג צו זעהן מיט זייער פליישיגע אויגן ווי די עולם העשיה גייט צוריק צו תוהו ובוהו, זענען עתיד ליתן את הדין, ווייל די מכשול איז ליידער זייער גרויס. מענטשן וועלכע זעהן אז די עולם העשיה גייט ווייטער אן כתמול ושלשום, וועלן ליידער זאגן אז פונקט אזוי ווי די דאזיגע אפאקאליפס איז שקר, זענען חלילה אלע אנדערע, ווי טייל צווייפלן שוין אין די שית אלפי שני הוו עלמא און זיכן זיך פשט'לעך און תירוצים. דער אמת איז זייער שטותים איז בלויז דאס, שטותים. מיר האבן קלארע נביאות'ער, ווי למשל אין דניאל "ומעת הוסר התמיד ולתת שקוץ שמם ימים אלף מאתים ותשעים, אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלשים וחמשה יג ואתה לך לקץ ותנוח ותעמד לגרלך לקץ הימין."

יואליש, כ'וועל דיר דן זיין לכף זכות, און זאגן אז דיין ברענגן די נביאה פון דניאל האסטו געמיינט לטובה. אבער אז מ'ברענגט די פסוקים דארף מען ברענגן די פרידיגע פסוקים אויך, ס'זאל נישט זיין ווי מ'זאגט out of context, נאר מ'זאל זעהן אז דניאל אליין זאגט אז ער האט נישט פארשטאנען דעם חשבון, און ס'וועט טאקע זיין רשעים וואס וועלן מאכן חשבונות און טאקע זיך טועה זיין, א בחינה ווי חז"ל זאגן אין מדרש רבה, אויף נעשה אדם אז משה רבינו האט געזאגט, רבון העולם מה אתה נותן פתחון פה למינים, אתמהא, אמר לו הקב"ה משה, כתוב! וכל הרוצה לטעות, יטעה! ווי דו האסט אנגעהויבן השוטים קלקלו עתיד ליתן את הדין. ע"כ אמלא את דבריך און ברענגן די פסוקים.

ואשמע את האיש לבוש הבדים אשר ממעל למימי היאר וירם ימינו ושמאלו אל השמים וישבע בחי העולם כי למועד מועדים וחצי וככלות נפץ יד עם קדש תכלינה כל אלה: ואני שמעתי ולא אבין ואמרה אדני מה אחרית אלה: ויאמר לך דניאל כי סתמים וחתמים הדברים עד עת קץ: יתבררו ויתלבנו ויצרפו רבים והרשיעו רשעים ולא יבינו כל רשעים והמשכלים יבינו: ומעת הוסר התמיד ולתת שקוץ שמם ימים אלף מאתים ותשעים: אשרי המחכה ויגיע לימים אלף שלש מאות שלשים וחמשה: אתה לך לקץ ותנוח ותעמד לגרלך לקץ הימין:

רש"י
"יתבררו ויתלבנו" - החשבונות האלה: "ויצרפו" - בהם רבים להבינם: "והרשיעו רשעים" - את החשבונות לחשבם שלא כמשפט וכשיכלו יאמרו אין עוד גאולה: "ולא יבינו" - אותם כל רשעים: "והמשכילים יבינו" - אותה בבא עת קץ

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 12, 2020 5:27 pm

· #448479
שטעל זיך פאר עס וואלט טאקע אזוי פאסירט, מיר וואלטן יעצט זיך נישט געמוטשעט מיט קאראנאוויירוס