☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איך וויין (וועבערמאן)

איך וויין (וועבערמאן)

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2492
בלאט: 1 2

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:00 pm

· #68382
איך וויין (וועבערמאן)
איך וויין.
איך זיצט דא צווישן מענטשן, מיינע אויגן ווערן נאס, זיי דזשענערעיטען טרערן.
פיר, פינף, זעקס מאהל קוק איך איבער צו כ'האב גוט געליינט.
כ'קען נישט וועבערמאן, כ'קען – ברוך השם – נישט קרויס/דייטש.
כ'האב קיינמאל נישט גענומען א שטעלונג. ווער בין איך? כ'האב נישט שטודירט געזעץ.
אבער איך וויין.
פארוואס?
האב איך נאך א פינטעלע איד?
זעהט אויס.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:06 pm

· #68389
עמך אנכי בצרה.
איך האלט עס נישט אויס.
אלע 59 שולדיג? שלא כדרך הטבע, אן קיין שום פרוף.
מען שמייסט אונז פון הימל.

מיקוה נייעס » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:17 pm

· #68405
וויפל יאהר גייט ער דארפן זיצן
?

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:23 pm

· #68414
נחמיה, וואס קען איך טוהן פאר דיר,
איך וועל דיר שרייבן בריוו וועכנטליך,
איך בין שולדיג דיין מאמע הכרת הטוב.
זי איז געווען מיין בעבי-סיטער.
איך געדענק נאך ווי זי האט מיר געוויזען אירע אושוויץ נומערען.
אוי. איך פיל נישט גוט.

signout » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:23 pm

· #68416
מיר זענען אין גלות, מען האט באשילדיגט א יוד אן קיין שום באווייז ליידער מיט די הילף פין אסימילירטע מוסרים, אבער דער מענטשליכער געפיהל פאדערט צו זעהן די נקמה אין די שונאי ישראל, איך האב נישט קיין ספק אז זיי וועט דאס אהיימקומען, איך בעט נאר ד', נקום 'לעינינו' נקמת דם עבדיך השפוך,

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:32 pm

· #68423
ימ"ש אמריקה
איך הייב אן צו נעמען פוד-סטעמפט אין גרויסען.
כ'הער אויף צו צאהלן טעקסט.
מ'וועט דאך סייווי מיך איינזעצען אויב א מיידל אין גאס האט נישט ליב מיין נאז

לעמיל » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:43 pm

· #68432
איאיינעם מיט אלע ערהליכע אידן בין איך צושאסן, צובראכן, מיין הארץ איז צופיצלט אויף שברי שברים נאך די היינטיגע פסק. נישטא קיין ווערטער!!

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:45 pm

· #68434
וויאזוי קען איך נקמה נעמען?

signout » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 3:47 pm

· #68437
עפעס דראסטיש מיז געשעהן, איך ווייס נישט וואס

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:07 pm

· #68450
לעמיל
איאיינעם מיט אלע ערהליכע אידן בין איך צושאסן, צובראכן, מיין הארץ איז צופיצלט אויף שברי שברים נאך די היינטיגע פסק. נישטא קיין ווערטער!!


<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=632552#p632552">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 52#p632552</a>

signout » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:11 pm

· #68451
קען איינער מיך דערמאנען פין זוהר הק' די עונשים פין אשת פוטיפר?

קפנדריא » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:25 pm

· #68454
All we have to do, raise our eyes and hopes to Hashem, he did not abandon us and never will,

געוואלד געשריגן » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 4:31 pm

· #68458
whether he was actually guilty or innocent is not 100%. But either way, it's a sad day for the Jews. The people that believe he's guilty should not be happy either. That's the most bothersome of all

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:15 pm

· #68481
ווען ב''ד להבדיל האט געהרגט מיין זיידע פאר חילול שבת האט דער עולם אויך געווינט אויף קאווע שטיבל. ס'מיינט נישט אז ב''ד איז נישט געווען גערעכט. דאך האבן מיר אלע געוויינט. נעבעך אוועקגעריסען א טאטע פון קונדער .

יתרו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:53 pm

· #68491
נולד מאוחר א גוטע נקודה,
איך מיין איך האב געקענט דיין זיידע

בן-זומא » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:56 pm

· #68493
.

יתרו » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:25 pm

· #68509
רעדאגירט שוין מער נישט נוגע,

sunbar » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:33 pm

· #68513
קאווע טרינקער
נחמיה, וואס קען איך טוהן פאר דיר,
איך וועל דיר שרייבן בריוו וועכנטליך,
איך בין שולדיג דיין מאמע הכרת הטוב.
זי איז געווען מיין בעבי-סיטער.
איך געדענק נאך ווי זי האט מיר געוויזען אירע אושוויץ נומערען.
אוי. איך פיל נישט גוט.


איך האב געמיינט אז די קענסט נישט וועבערמאן...?

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:10 pm

· #68522
איך וויין צוליב די תגובה אויף אייוועלט:

לדעתי אז מען האלט שוין דא דארף מען מאכען נאכאמאל א געלט אקציע פארן אפיעל איןן די ארמארי זאל מיט אלע תושבי ווילאמסבורג מיט אלע רבנים,
צו ווייזען אז מיט זענען דא און מיר וועלן זיך נישט לאזען, מען האט באשילדיגט אימזינס א יוד אן א טראפקעלע עווידענס,
אויכעט צו שיקן א מעסעטש פאר די קומענדיגע פראסעקיוטער וואס לויפן און די וואלן, און פארן גאבערנער עטליעסט צו מאכען גרינגער ר' נחמי'ס ארטייל

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:33 pm

· #68528
און איך וויין צוליב די תגובה אין אייוועלט, השם! יאסעלע לאזט אונז איבער, יתומים היינו ואין יאסעלע, ווער וועט צינדען אונזער פארלאשענע מנורה? ווער וועט אפטוהן די חרון אף פון אונז? מיר בלייבן איבער ווי א פיש אינמיטן ים, ווער וועט ברענגן וואסער פאר די אויסגעדורשטע נשמות וואס האבן ליב צו לייענען איינזייטיגע תגובות?

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:38 pm

· #68530
פארפאלן, מ'עט מוזן טרינקען די ביטערע קאווע אן הייסע קאכעדיגע זידיגע וואסער. מען קען דאס צושרייבן צו איינע פון די חמש פורעניות וואס האבן פאסירט אין דעם ביטערן טאג.
הוי, מי יגדור גדר, מי יעמוד בפרץ... אהההה...

בן-זומא » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:47 pm

· #68568
יתרו
בן-זומא
נולד מאוחר
ווען ב''ד להבדיל האט געהרגט מיין זיידע פאר חילול שבת האט דער עולם אויך געווינט אויף קאווע שטיבל. ס'מיינט נישט אז ב''ד איז נישט געווען גערעכט. דאך האבן מיר אלע געוויינט. נעבעך אוועקגעריסען א טאטע פון קונדער .


ביזט נעבעך קריטיש פארוואונדעט. (יא, איך האב *באמת* נישט וואס צו ענטפערן אויף דיין לאגישן פארגלייך.)

און וואס ערווארטסו יעצט בן זומא אז נולד זאל דיר ענטפערן עפעס ענליכס אזויווי די פאריקטע קליינקעפיגער?
איך מיין קענסט ענטפערן ווי א מענטש, ער האט ערווענט א נקודה, ביסט מחולק זיי דיך מסביר פארוואס!
די אלע טיטלן גערופטכטס לאז איבער פאר אייועלט,

גערעכט. כהאב עס אראפגענומען

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 10:02 pm

· #68573
מיין פוינט איז אז אפי איינער האלט אז וו''ב איז שולדיג קען ער און מעג ער אויך מיט וויינען דא מיט אונדז.
והא ראיה מיין זיידע און צייטן פון סנהדרין. האט דער עולם געווינט אפי ער איז געווען א מחלל שבת.

גימפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:27 am

· #68600
וועבערמאנ'ס שילד אדער אום-שילד און א זייט.

למעשה, איז די היינטיגע טאג א שרעקליכע סעטבעק פאר וויקטימעס אוף אביוז צווישען היימישען ציבור, און א שטארקע געווינס פאר היימישע מאלעסטערס. דעי קעיס איז געווען א שרעקליכע עקזעמפל פאר עני וויקטעם וואס חלום'ט נאר פון קומען פארווערד. און די מאלעסטערס קענען ווייטער אנגיין אומגשטערט, וועם גליסט'זוך דען אדורך צי גיין די רדפיות וואס ק. איז אריבער?

ואל אלה אני בוכיה.

איחוד פעלד » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:47 am

· #68603
אהין און אהער, אלעס בלייבט די זעלבע.
אויף אייוועלט האט איינער געשריבען
"איך וויל נישט אז מען זאל מיך באשייגעצען דא אבער לויט מיר קוקט אויס האט די דזשורי געבויט זייער שולדיג אורטייל אויף די סמך אז די מיידל איז נישט געגאנגען גראד צו די פאליס אדער דיסטריקט אטורני אנגעבן אירע קלאגעס, וואס אויב יא מאכט מער סענס אז זי האט עס אויפגעטראכט, אבער די דזשורי האט איבערגעהערט די טעסטעמאני פון די טערעפיסט, און לויט ווי זי האט געזאגט האט זי זיך אויסגערעדט צו איר אזוי אומוויסנדיג און אפילו ארויסגעלאפן ביי די ערשטע מאל דערציילן צוליב די בושה, לויט מיין מיינונג טראגט די גרעסטע שולד די אידישע טערעפיסט/סאושעל ווארקער, וואס לו יצוייר זי וואלט פארלוירן אירע לייסענס פאר נישט קומען עדות זאגן, טאר זי ע"פ הלכה נאכאלץ נישט גיין העלפן איינזעצען א איד אין תפיסה פאר'ן גאנצען לעבן (אפילו מען זאל אננעמען אז די מעשה איז געווען אמת למחצה לשליש ולרביע), זי וואלט געדארפט קומען צו די רבנים דא, און זיי וואלטן שוין קעיר גענומען, און העכסטענס וואלט מען שוין נישט געשיקט קיין קינדער צו אים.
עס איז א גרויסע ווייטאג פאר כלל ישראל און פאר ר' נחמי' און די משפחה, און זאל דער רבוש"ע העלפן אז כלל ישראל זאל אפקומען אלעס דערמיט און ר' נחמי' זאל ווי שנעלער ארויסקומען מאפילה לאור גדול בתוך שאר אסירי ישראל, אמן"

ווי עס זעהט מיך אויס, זענען גאר אסאך מענטשען משוכנע אז אפילו אויב עס איז אמת, טאר מען נישט גיין אין קארט.

ועל אלה אני בוכיה.

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 1:28 am

· #68609
גימפל, קיין סעטבעק איז עס נישט ווייל פארדעם איז אויך קיינער נישט געקומען פארווערד.
ס'דא אן אנדערע ריזען פארוואס ס'איס א סעטבעק פאר ניפגעים. מיין אינגעלס מלמד האט געפאטשקעט מיט עם למשל. איך וויל עם מעניש זיין ווען איך ווייס אז ער גייט זיצען א האלבע יאר א יאר וואלט איך עם פארמסרט(פארשטייט זיך מיט א היתר א רב) . יעצט האב.איך מורא זיי וועלן עם געבן פינעף צען יאר. איך בין נישט גרייט עם אזוי צי באשטראפן. קען זיין מיחן אינגעל האט נישט גענוג געליטען.
במילא וועלן וועלן וויקטעמס נישט קומען פארווארד.

טעפל » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 3:36 am

· #68632
קאווע טרינקער
וויאזוי קען איך נקמה נעמען?

נקמה איז קיינמאל נישט געווען די וועג, אבער עפעס דראסטיש מוז געשעהן.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:15 am

· #68648
נולד מאוחר
גימפל, קיין סעטבעק איז עס נישט ווייל פארדעם איז אויך קיינער נישט געקומען פארווערד.
ס'דא אן אנדערע ריזען פארוואס ס'איס א סעטבעק פאר ניפגעים. מיין אינגעלס מלמד האט געפאטשקעט מיט עם למשל. איך וויל עם מעניש זיין ווען איך ווייס אז ער גייט זיצען א האלבע יאר א יאר וואלט איך עם פארמסרט(פארשטייט זיך מיט א היתר א רב) . יעצט האב.איך מורא זיי וועלן עם געבן פינעף צען יאר. איך בין נישט גרייט עם אזוי צי באשטראפן. קען זיין מיחן אינגעל האט נישט גענוג געליטען.
במילא וועלן וועלן וויקטעמס נישט קומען פארווארד.

נעה זעץ עם נישט איין, זיי א מרחם על האכזרים, און ווען דיין ליבליכע יונגעל וועט אי"ה אויפוואקסן און לויט אלע סטאטיסטיקס וועט ער אליינס ווערן א מאלעסטער און דו וועסט האבן א שיינעם חלק און דעם אויך. דער מינימום וואס דו דארפט טוהן איז מאכן זיכער דער חזיר ווערט זאפארט אויס מלמד און באלעסטיגט נישט נאך טייערע ריינע נשמות, אז נישט האב איך מורא אז מען קען זאגן דו האסט א חלק אין זיינע רדיפות.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 9:52 am

· #68661
sunbar
קאווע טרינקער
נחמיה, וואס קען איך טוהן פאר דיר,
איך וועל דיר שרייבן בריוו וועכנטליך,
איך בין שולדיג דיין מאמע הכרת הטוב.
זי איז געווען מיין בעבי-סיטער.
איך געדענק נאך ווי זי האט מיר געוויזען אירע אושוויץ נומערען.
אוי. איך פיל נישט גוט.


איך האב געמיינט אז ד(י)[ו] קענסט נישט וועבערמאן...?

איך קען אים נישט. אלץ קליין בעבי, פלעגט זיין מאמע מיך היטן.
דו קענסט אלע קינדער פון דיין אייגינע בעבי סיטער?

sunbar » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:18 pm

· #68735
קאווע טרינקער
איך קען אים נישט. אלץ קליין בעבי, פלעגט זיין מאמע מיך היטן.
דו קענסט אלע קינדער פון דיין אייגינע בעבי סיטער?


יא

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:19 pm

· #68736
איך אויך
נולד מאוחר
גימפל, קיין סעטבעק איז עס נישט ווייל פארדעם איז אויך קיינער נישט געקומען פארווערד.
ס'דא אן אנדערע ריזען פארוואס ס'איס א סעטבעק פאר ניפגעים. מיין אינגעלס מלמד האט געפאטשקעט מיט עם למשל. איך וויל עם מעניש זיין ווען איך ווייס אז ער גייט זיצען א האלבע יאר א יאר וואלט איך עם פארמסרט(פארשטייט זיך מיט א היתר א רב) . יעצט האב.איך מורא זיי וועלן עם געבן פינעף צען יאר. איך בין נישט גרייט עם אזוי צי באשטראפן. קען זיין מיחן אינגעל האט נישט גענוג געליטען.
במילא וועלן וועלן וויקטעמס נישט קומען פארווארד.

נעה זעץ עם נישט איין, זיי א מרחם על האכזרים, און ווען דיין ליבליכע יונגעל וועט אי"ה אויפוואקסן און לויט אלע סטאטיסטיקס וועט ער אליינס ווערן א מאלעסטער און דו וועסט האבן א שיינעם חלק און דעם אויך. דער מינימום וואס דו דארפט טוהן איז מאכן זיכער דער חזיר ווערט זאפארט אויס מלמד און באלעסטיגט נישט נאך טייערע ריינע נשמות, אז נישט האב איך מורא אז מען קען זאגן דו האסט א חלק אין זיינע רדיפות.

די חלק וואס די זאגסט אז מיין קונד גייט אויס וואקסן א מאלעסטר אויף דעם גייט נישט העלפן אז איך זעץ איין די מלמד.
אויף די אחריות וואס די טענה'סט אז איך האב, עם צי מאכן אויס מלמד. דאס איז נישט מיין אחריות מער ווי דיינס.
ביסט גרייט מיר צי העלפן? די ערשטע סטעפ וויל איך זאלסט רעדן צים מלמד און עם פרעגן צי ער וויל ברצונו הטוב אויפגעבן די מלומדת.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 12:58 pm

· #68750
sunbar
קאווע טרינקער
sunbar
קאווע טרינקער
נחמיה, וואס קען איך טוהן פאר דיר,
איך וועל דיר שרייבן בריוו וועכנטליך,
איך בין שולדיג דיין מאמע הכרת הטוב.
זי איז געווען מיין בעבי-סיטער.
איך געדענק נאך ווי זי האט מיר געוויזען אירע אושוויץ נומערען.
אוי. איך פיל נישט גוט.


איך האב געמיינט אז ד(י)[ו] קענסט נישט וועבערמאן...?

איך קען אים נישט. אלץ קליין בעבי, פלעגט זיין מאמע מיך היטן.
דו קענסט אלע קינדער פון דיין אייגינע בעבי סיטער?


יא

אפשר ווייל דו ביסט נאך אלץ ביי איר.
איך בין שוין נישט ביי א בעבי-סיער **** יאר...

sunbar » דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 2:51 pm

· #68809
עס קען זיין.🙂

קפנדריא » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:53 am

· #69178
נולד מאוחר
גימפל, קיין סעטבעק איז עס נישט ווייל פארדעם איז אויך קיינער נישט געקומען פארווערד.
ס'דא אן אנדערע ריזען פארוואס ס'איס א סעטבעק פאר ניפגעים. מיין אינגעלס מלמד האט געפאטשקעט מיט עם למשל. איך וויל עם מעניש זיין ווען איך ווייס אז ער גייט זיצען א האלבע יאר א יאר וואלט איך עם פארמסרט(פארשטייט זיך מיט א היתר א רב) . יעצט האב.איך מורא זיי וועלן עם געבן פינעף צען יאר. איך בין נישט גרייט עם אזוי צי באשטראפן. קען זיין מיין אינגעל האט נישט גענוג געליטען.
במילא וועלן וועלן וויקטעמס נישט קומען פארווארד.


ווי איך פארשטיי איז דאס בלויז א משל מיט דיין זון'ס מלמד, כדי לשבר את האוזן, אבער אויב איז עס אמת האסטו א שרעקליכע אחריות אויף דיין געוויסן, דו בסיט מחוייב עפ"י תורה און מענטשליכקייט צו ראטעווען דיין קינדע און אנדערע אידישע נשמה'לעך פון א משחית ומחטיא את הרבים, די חורבנות קענען ח"ו זיין לדורות, די ערשטע דארפסטו גיין צום מנהל, און אין רוב מוסדות איז דא א וועד החינוך, אויב דער מנהל איז א טעמבל מוזטו גיין זאפארט צום וועד החינוך, רובא דרובא מוסדות האבן א זערא טאלעראנץ אויף די זאכן, זיי וועלן אוודאי וועלן טון בירורים פאר מ'הרג'עט אים אינגאנצן, [ווי נישט ווי הערט מען דאך כסדר אויף מעשיות אז מ'האט ליידער באגראבן א איד מיט זיין משפחה אויף א חשד וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין לעכערליך און פאלש], אבער דו מוזט טון תיכף ומיד צו די זאך, און די זאך וועט האפנטליך ערנסט באהאנדלט ווערן אויף די תורה'דיגע וועג, יעדע טאג קען מיינען נאך א אידיש קינד ח"ו.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:02 pm

· #81550
אמאל און היינט

קאווע טרינקער
איך וויין.
איך זיצט דא צווישן מענטשן, מיינע אויגן ווערן נאס, זיי דזשענערעיטען טרערן.
פיר, פינף, זעקס מאהל קוק איך איבער צו כ'האב גוט געליינט.
כ'קען נישט וועבערמאן, כ'קען – ברוך השם – נישט קרויס/דייטש.
כ'האב קיינמאל נישט גענומען א שטעלונג. ווער בין איך? כ'האב נישט שטודירט געזעץ.
אבער איך וויין.
פארוואס?
האב איך נאך א פינטעלע איד?
זעהט אויס.


איך זיצט דא צווישן מענטשן, מיינע אויגן זענען טרוקען.
פיר, פינף, זעקס מאהל קוק איך איבער צו כ'האב גוט געליינט.
כ'קען נישט וועבערמאן, כ'קען – ברוך השם – נישט קרויס/דייטש.
כ'האב קיינמאל נישט גענומען א שטעלונג. ווער בין איך? כ'האב נישט שטודירט געזעץ.
אבער איך בין קאלט.
פארוואס?
האב איך פארלוירען דאס פינטעלע איד?
זעהט אויס.

אפשר ווייל ס'שוין נישט קיין שאק?

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:07 pm

· #81558
דאס פינטעלע איד קען מען נישט פארלירן. "פינטל".

נישט קיין שאק? דע סיבה איז זייער מעגליך. ס'איז ביי יעדן אביסל אזוי, ליידער.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:08 pm

· #81559
ניחמתני.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:30 pm

· #81573
ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 22, 2013 7:22 pm

· #81589
זאגסט איך דארף ארבעטען אויף מוח שליט על הלב?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:11 pm

· #81635
נולד מאוחר
ווען ב''ד להבדיל האט געהרגט מיין זיידע פאר חילול שבת האט דער עולם אויך געווינט אויף קאווע שטיבל. ס'מיינט נישט אז ב''ד איז נישט געווען גערעכט. דאך האבן מיר אלע געוויינט. נעבעך אוועקגעריסען א טאטע פון קונדער .

ווען איז דאס געשעען? וואו איז עס געווען באריכטעט אין איד, אין בלאט אדער אין צייטונג?

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:25 pm

· #81637
נולד מאוחר
מיין פוינט איז אז אפי איינער האלט אז וו''ב איז שולדיג קען ער און מעג ער אויך מיט וויינען דא מיט אונדז.
והא ראיה מיין זיידע און צייטן פון סנהדרין. האט דער עולם געווינט אפי ער איז געווען א מחלל שבת.

מ'האט איהם אבער פארגרינגערט זיין סענטענס. מילא. פארשטיינערן האט מען איהם געמוזט. אבער מ'האט גענומען א סאך קליינע שטיינדלעך. ווי ס'שטייט אין פסוק "וירגמו אותו[/b] באבנים[/b]. ביי איהם האט מען גענומען איין גרויסן שטיין. ווי ס'שטייט אין פסוק "וירגמו אותו אבן. משא"כ דעם מחרף (איש הישראלי) ומגדף

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:39 pm

· #81639
berlbalaguleh
נולד מאוחר
ווען ב''ד להבדיל האט געהרגט מיין זיידע פאר חילול שבת האט דער עולם אויך געווינט אויף קאווע שטיבל. ס'מיינט נישט אז ב''ד איז נישט געווען גערעכט. דאך האבן מיר אלע געוויינט. נעבעך אוועקגעריסען א טאטע פון קונדער .

ווען איז דאס געשעען? וואו איז עס געווען באריכטעט אין איד, אין בלאט אדער אין צייטונג?


הרוגי בית דין אין מתאבלין עליהן, ובאין קרוביהן ושואלים את שלום העדים ואת שלום הדיינים להודיע שאין בלבם עליהן כלום שדין אמת דנו
קרעדיט: רמב"ם

יאיר » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:43 pm

· #81640
לעיקוואד
ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.

וואס דען איז דער פינטעלע איד אויב נישט מענטשליכע הרגשים?

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 5:05 am

· #81737
יאיר
לעיקוואד
ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.

וואס דען איז דער פינטעלע איד אויב נישט מענטשליכע הרגשים?

איך ווייס נישט, אבער מענטשליכע הרגשים איז פינטעלע מענטש, נישט פינטעלע יוד. דאס האט א גוי אויך. פינטעלע יוד דארף לכאורה זיין יודישע הרגשים, אדער בעסער, עפעס טיפער פון רגש.

לעיקוואד » מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:15 am

· #81749
קאווע טרינקער
זאגסט איך דארף ארבעטען אויף מוח שליט על הלב?

איך האב גארנישט קעגן לב, ווען ער האט ריכטיגע הרגשות, נאר אז נישט איז נישט. נישט די סארט הרגשות איז די פינטעל וואס אויף דעם דארף א מענטש זיך בעיסען.

signout » מיטוואך יאנואר 23, 2013 12:04 pm

· #81812
מען דארף שטאמען שלא מזרע ישראל נישט צו ווערן צושוידעט זענדיג אזא ארטיקל, איך טרייסט מיך אז המן הרשע האט אויך געלאכט א שטוק צייט
📎 BBTx3cpCUAE25dO.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:12 pm

· #81974
א פחד עצום.
בפרט ווען מען לייענט די וערטער "גוד-ביי וועבערמאן", "דאאמד טו דיי אין דזשעיל".
השם ירחם!

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:26 am

· #82023
לעיקוואד
ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.

די דייטשן אדער פאלאקן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן אויך געהאט מענטשליכע הרגשות פון רחמנות? 😳

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:38 am

· #82025
שמעקעדיג
א פחד עצום.
בפרט ווען מען לייענט די וערטער "גוד-ביי וועבערמאן", "דאאמד טו דיי אין דזשעיל".
השם ירחם!

זיי (די מידיא און אלע אינשי דלא מעלי) ווייזן ארויס זייערע הרגשים אן פחד אדער בושה. און זיי זענען נאך די "וויקטימ'ס"

לעיקוואד » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:59 am

· #82062
berlbalaguleh
לעיקוואד
ר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.

די דייטשן אדער פאלאקן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן אויך געהאט מענטשליכע הרגשות פון רחמנות? 😳

יא, אוודאי, נאר זיי האבן זיך מתגבר געווען אויף דעם כדי לקיים מצוות הפיהרר.
דער ערשטער מאל וואס הימלער האט באזוכט א לאגער האט ער געחלש'ט זעהנדיג וואס טוט זיך דארט מיט יינע אייגענע אויגן. וכן עד"ז הרבה סיפורים.
בלאט: 1 2