לעיקוואדberlbalagulehלעיקוואדר' קאווע
אנא ממך פארמיש נישט דער פינטעלער יוד מיט פשוטע הרגשות פון רחמנות אויף איינער וואס קומט זיך רחמנות וואס איז א פראסטע מענטשליכע הרגשה מיט אלע חולשות און חסרונות פון מעטשליכע הרגשות.
די דייטשן אדער פאלאקן ימ"ש ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן אויך געהאט מענטשליכע הרגשות פון רחמנות? 😳
יא, אוודאי, נאר זיי האבן זיך מתגבר געווען אויף דעם כדי לקיים מצוות הפיהרר.
דער ערשטער מאל וואס הימלער האט באזוכט א לאגער האט ער געחלש'ט זעהנדיג וואס טוט זיך דארט מיט יינע אייגענע אויגן. וכן עד"ז הרבה סיפורים.
דאס איז אן אינטרעסאנטער פאקט. ס'איז פארהאן נאך אינפארמאציע וועגן הימלער אז ער האט געוואלט פארהאנדלען מיט די פארשטייערס פון די אידן איבער פארלייכטערן זייער מצב פון פיין און יסורים. פארשטייט זיך נאכ'ן אוועקנעמען אללע זייערע מענטשליכע רעכטן און פארמעגן. נאר די אנדערע נאצי פיהרערס האבן איהם נישט געלאזט. איך האב פארשידענע טעאריעס איבער זיין אפשטאם. אויף די בילדער פון זיין יוגנט קען מען זען אז ער איז נישט פון ארישן אפשטאם. ענדערש אריענטאליש.