☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » רעקארד! קיין געשטאכענע, געשניטענע, געשאסענע אין נ.י סיטי

רעקארד! קיין געשטאכענע, געשניטענע, געשאסענע אין נ.י סיטי

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2449

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:43 am

· #65577
רעקארד! קיין געשטאכענע, געשניטענע, געשאסענע אין נ.י סיטי
די נ.י. סיטי פאליציי באאמטע שטייען ערשטוינט!!!

ערשטוינט האביך געזאגט? ניין, פלאבערגעסטעד!

דעם פארגאנגענעם מאנטאג איז אין ני. סיטי נישט פארגעקומען קיין איין שיסעריי! קיין איין שטעכעריי! קיין איין סלעשעריי! איר הערט?? די פאליציי קען נישט געדענקן נאך אזא טאג אין די היסטאריע. "א שיינער וועג אנצוהייבן דעם נייעם וואך" האט זיך אויסגעדריקט פאליציי קאמישינאר פאול בראון.

אבער ווארט. דער שטן האט זיך אויף עפעס אן אופן געמוזט אריינמישן. איין שיסעריי איז דאך געווען, אבער נישט קרימינאליש. א טינעידזשער האט זיך בטעות אליין געשאסן אין די הענט.
------

מעיאר בלומבערג הערענדיג די נייעס האט בארואיגט די ניו יארקער עולם נישט צו זיין באזארגט אז אן שיסערייען שטעכערייען וועט דעס גאנצע ניו יארק סיטי חן פארלוירן גיין. ס'וועט נישט צו לאנג אנהאלטן די שטילקייט טענה'ט ער.
-----

ווען חברה שומרים האבן געהערט די באריכט האבן זיי עס אוועקגעמאכט מיט ביידע הענט און איין פיס. "וויפיל מאל דארף מען זיך בעטן ביי די חסידים זיי זאלן אלעס באריכטן?" האט געשריגן יאנקל זרח פון די וויליאמסבורג שומרים, "צענדליגער חסידים ווערן יעדן טאג געשטאכן פון די ווייסע שטעכעדיגע פעדעמער אין די G&G סוט'ס, נאר קיינער באריכט עס נישט."
-------
היינטיגע נייעס איז געספאנסערט ביי רויטה קלאדינג. אונזערע סוטס שטעכן נישט אדער איר באקומט צוריק אייער געלט.

נאו בעק טו יו, שעפטל.

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 11:49 am

· #65583
און וואס איז מיט נוי ג'ערסי?

מ גפני » מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 2:15 pm

· #65673
זר זהב
די נ.י. סיטי פאליציי באאמטע שטייען ערשטוינט!!!

נאו בעק טו יו, שעפטל.

😂 די ביסט גוט, אשפג

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:08 pm

· #65969
פארוואס נישט דא?

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:09 pm

· #65970
ווייל ס'נישט עפעס סתם א נייעס. וק"ל