שטעלט אייך פאר, ס'קומט איינער א שטארקע מענטש, כאפט אייך אן ביים קארג, ווארפט אייך און די גאנצע משפחה ארויס פון אייער אייגן הויז, ער רוקט זיך אריין אינעם הויז מיט זיין גאנצע משפחה און לייגט אייך מיט די גאנצע משפחה אריין אין אייער גארטזש, ואין נכנס ואין יוצא, איר זענט אנגעוויזן אויף זיין חסדים אז ער זאל אריין לאזן עסן און באדערפענישן וואס מענטשן שיקן אייך פון אינדערויסן, פארשטייט זיך נאכן פארזיכטיג איבערקוקן אלעס אז איר זאלט נישט דורך שווערצן עפעס וואס קען אייך באפרייען, ער האט גוטע שטעקענעס וואס ער קען טיילן מיט א ברייטקייט אויב רודערט איר ארום, און איר קענט ''גארנישט'' טון.
אבער אהה, איין זאך קענט איר יא טון, ער האט א קליין קינד וואס איר קענט אים אריין נארן אין גארטזש, איר ברעכט אים אן די ביינער אז זיין טאטע זאל שפרונגען און שפירן וואס ער האט געטון פאר אייך און אייער משפחה, אזוי אפשר וועט איר געהאלפן ווערן, זענט איר א חיה און שלעכטער וואס שלאגט קליינע אומשולדיגע קינדער שלא טעמו טעם חטא?
איצט צום אונזער ענין. ביי די 2'טע וועלט מלמה איז פאלעסטינע געווען אונטער די בריטישע רעגירונג, עס האבן דעמאלטס דארט געוואוינט 400,000 אידן און בערך 1,000,000 אראבערס האנט ביי האנט. נאך די מלחמה זענען ארויפגעקומען אסאך אידן און די ציונים האבן אנגעהויבן פארפירן אז זיי דארפען אן אייגענע א''ג אידישע לאנד. 1947 האט די UN דערקלערט אז פאלעסטינע גייט ווערן צוטיילט אויף צוויי רעגירונגען, האט זיך דעמאלטס אויסגעבראכן א ציווילע קריג ציוושען די אראבערס און די ציונים, (די בריטישע רעגירונג האט זך נישט אריינגעמישט ווייל זיי האבן שוין געהאט צופיל קרבנות-סאלדאטן פון די אצ"ל, באקאנט אלץ דער אירגון און לחי טעראריסטן, און האבן זיך שוין געוואלט ארויסזען פון דעם מיטל מזרח), ווי די אראבערס זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער אלס פחד פון די אומרוען (אפציעלע מדינת ישראל ווערסיעׂ) אדער געווארן פארטריבן דורך די ציוני'סטישע קרעפטן און ציווילע שחיטות (אראבישע ווערסיעׂ) קיין עזה.
די ציונים האבן זיך ארגאניזירט אן אדמיניסטראציע און אן ארמיי ווען UN דערקלערונג איז אריין אין קראפט אום 1948, ווידער די אראבישע שלי-מזל'עך האבן זיך געשלאגן צווישן זיך און פון זייער רעגירונג האט זיך אויס געלאזט א בוידעם. (ווי זאגט די וועלט אויף די פאלעסטינער: The Arabs never miss an opportunity to miss an opportunity).
למעשה האט מדינת ישראל נישט אהיים געלאזט די פליטים, און מ'האט זיי בא'גנב'ט זייערע הייזער און פעלדער, און זיי זיצן נאך אין פליטה לאגערן ווי די צוקוועטשטע סארדינען, זיי האבן נישט קיין אייגענע ארמיי, געלטער און עירפארטס, און זענען אנגעוויזן אויף מדינת ישראל'ס חסדים אז זיי זאלן אריין לאזן הילף פון אינדערויסן. איין כח וואס זיי האבן נאך אז זיי קענען שיסן אייגן פאבריצירטע קורץ-שטרעקיגע ראקעטן (אדער געשמוגעלטע לאנג-שטרעקיגע ראקעטן פון איראן) אויף מדינת ישראל ציווילע בירגער, אפשר דורך דעם וועט זיי געלונגען צוריק צו באקומען זייערס.
און ס'נישט געווען סתם אזוי ארויסגעווארפן פון די הייזער, די בריטישע מאנדאט האט געוועלטיגט אין פאלעסטיין און טראנס-ירדן זייט נאך די ערשטע וועלט קריג.
אין 1917 איז ארויסגעקומען די באלפור דעקלעראציע אז אין פאלעסטינע וועט מען מאכן א היים פאר די אידישע פאלק אן עיר מקלט פאר די אידן, די אראבער זענען געווען שטארק דערגעגן און אויסגערופן א הייליגע קריג אקעגן די אידן, פון דעם איז קיינמאל גארנישט געווארן, אידן האבן אנגעהויבן אריינוואנדערן קיין פאלעסטינע און געלעבט אונטערן בריטישן מאנדאט. נאך די צווייטע וועלט קריג האט די UN געזאגט אז די בריטישע וועלן זיך ארויסציען און מ'וועט מאכן צוויי סטעיטס זייט ביי זייט, פאר די אראבער וואס האבן געהאט מער מענטשן האט מען געגעבן רוב לאנד, און די אידן האבן באקומען די מדבר אין דרום זייט, און שטיקלעך דא און דארט.
די אראבער זענען אבער נישט געווען צופרידן און האבן דערקלערט א הייליגע קריג קעגן די אידן, און פון אלע זייטן לבנון, סיריע, ירדן, עגיפטן, און איראק, אלע באפאלן דעם קליין שטיקל לאנד וואס די UN וויל געבן פאר די אידן, די אידן זענען אבער ארויסגעקומען פון דעם מיט ריווח און איינגענומען אלעס ביז וואס ווערט היינט אנגערופן Pre '67 boarders, סא ווען די חברה וויינען אז זיי ווילן די פרי 67 בארדערס, זיי האבן געקענט האבן מער פון דעם רואיגערהייט, אבער זיי זענען נישט געווען צופרידן דערמיט, זיי האבן געוואלט אלעס! נא, אז מ'וויל אלעס בלייבט מען מיט גארנישט.
זיי האבן עס נישט גע'גנב'עט פון אונז. מען האט אונז דאך פארטריבן פון דארט ביים חורבן ביהמ"ק, און זינט דעמאלס האבן מיר קיינמאל נישט צוריקבאקומען.
מיר האבן גארנישט צוגענומען פון זיי, די בריטישע און פראנצויזן האבן דאס צוגענומען פון די אטעמען עמפייער ביים ערשטן וועלט קריג און עס געוואלט צוטיילען ציווישן די אראבער און אידן.
דא איז א Open letter to the world פון מאיר כהנא וואס ברענגט גאנץ גוט ארויס די "רחמנות" געפילען צו די "אונטערדרוקטע" פאלעסטינער.
צו די וואס שרייבן אז עס זענען דא פאלעסטינער שוין 3 דורות פליטים, וואו אזוי איז דאס מעגליך 3 דורות, די זיידע איז אנטלאפן איינמאל זענען דען די קינדער צוריק און מען האט זיי פארטריבן נאכאמאל?! ניין! איז מיט וואס פונקטליך זענען די קינדער פליטים?
לשיטתם פון די רוצחים בין איך א מלחמה איבערלעבער, מיין זיידע איז געווען אין אוישוויץ און איז ב"ה ניצול געווארן, דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א אידישע שטוב. אויב די מושג פליטים גייט אריבער פון דור צו דור, אפשר זאל מלחמה איבערלעבער אויך אריבערגיין. דייטשלאנד וועט מיר אויך געבן געלט.