☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » זענען די פאלעסטינער פאלנע טעראריסטן?

זענען די פאלעסטינער פאלנע טעראריסטן?

81 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2399
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:44 am

· #64335
נאך איינער
צו די וואס שרייבן אז עס זענען דא פאלעסטינער שוין 3 דורות פליטים, וואו אזוי איז דאס מעגליך 3 דורות, די זיידע איז אנטלאפן איינמאל זענען דען די קינדער צוריק און מען האט זיי פארטריבן נאכאמאל?! ניין! איז מיט וואס פונקטליך זענען די קינדער פליטים?

לשיטתם פון די רוצחים בין איך א מלחמה איבערלעבער, מיין זיידע איז געווען אין אוישוויץ און איז ב"ה ניצול געווארן, דערנאך האט ער אויפגעשטעלט א אידישע שטוב. אויב די מושג פליטים גייט אריבער פון דור צו דור, אפשר זאל מלחמה איבערלעבער אויך אריבערגיין. דייטשלאנד וועט מיר אויך געבן געלט.

דריי דורות פליטים וואס וואוינען אין refugee camps.

עוד מישהו » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:10 am

· #64390
געפילטע פיש, זיי זענען נישט דריי דורות פליטים, דאס איז נישט אונזער טעות, די טעות ליגט אין די יו ען, עס איז א טעכנישע טערמין וואס ווערט באנוצט בטעות אויף אזאך וואס איז נישט אמת.
וואס יא דריי דורות מענטשן וואס וואינען אין פליטים לאגערן, וואס מ'האט אויפגעשטעלט פאר זייער זיידע

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:17 am

· #64395
למען האמת האב איך געהערט אז לעצטענס איז דא א מעגליכקייט פאר די קינדער פון מלחמה איבערלעבער צו באקומען געלט, פאר די פון אונז וואס זענען רעכטע אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער דארף קיינער נישט מסביר זיין אז די ערשטע דור זענען אויך מלחמה סארווייוארס, זיכער נישט אויף די זעלבע מדרגה ווי א אוישוויטץ געליטענע אבער אויך ווייט פון אזא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:23 am

· #64399
יא, מיר זענען אלע מלחמה געליטענע!!!
דו"ק ותשכח!

עוד מישהו » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:44 am

· #64405
שמעקעדיג
יא, מיר זענען אלע מלחמה געליטענע!!!
דו"ק ותשכח!


איך אויך
למען האמת האב איך געהערט אז לעצטענס איז דא א מעגליכקייט פאר די קינדער פון מלחמה איבערלעבער צו באקומען געלט, פאר די פון אונז וואס זענען רעכטע אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער דארף קיינער נישט מסביר זיין אז די ערשטע דור זענען אויך מלחמה סארווייוארס, זיכער נישט אויף די זעלבע מדרגה ווי א אוישוויטץ געליטענע אבער אויך ווייט פון אזא איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין א נארמאלע שטוב.


קומטס מאנען געלט פון דייטשלאנד, די געלט וועט אונז זיכער נישט שאטן. די מלחמה וואס איך האב דורכעלעבט אלס קינד, איז געווען אונטער א דירעקטע השפעה פון מיינע עלטערנס אויפוואקסן ביי מלחמה איבערלעבער.

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:54 am

· #64409
נאך איינער

ביסט דאך אזוי גערעכט, ווי פיל דורות וועט מען נאך ליידען דערפון?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:58 am

· #64410
אונזערע קינדער שוין נישט.
מען רעדט דאך ערנסט פון טוישן "דעם סיסטעם"......
אשרינו מה טוב חלקינו פון אונזער חברי השטיבל...

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 12:06 pm

· #64446
לעת עתה קען נאר די ערשטע דור עפעס קריגן, אפשר אויב מ'וועט אראנזשירן אז די באאמטע זאלן ליינען קאווע שטיבל וועלן מיר אייניקלעך אויך קריגן.

outspoken » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 4:59 pm

· #64564
שעפטל
כ'האף אז כאמאס ערקלערט א מאסן שחיטה אויף זייערע מענטשן. זכה נעשה מלכתו ע"י אחרים..

Cairo - A Muslim Brotherhood member was killed and 60 people were injured on Sunday in an attack on the main office of the Brotherhood in the Egyptian Nile Delta town of Damanhour, the website of the Brotherhood’s Freedom and Justice Party said.
Advertisement:

“Brotherhood member, Islam Fathy Masoud, 15, was killed and 60 were injured after thugs attacked the Muslim Brotherhood’s headquarters in Damanhour in the total absence of police forces,” the website said

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/118133/2012/11/25/cairo-one-killed-60-hurt-in-an-attack-on-egypts-brotherhood-office">http://www.vosizneias.com/118133/2012/1 ... ood-office</a>

אשכולות אויפוועקער » דאנערשטאג יולי 10, 2014 8:23 am

· #211196
אויפגעוועקט

בר דעת » דאנערשטאג יולי 10, 2014 12:54 pm

· #211229
די פאלעסטינער זענען נישט דווקא טעראריסטן, כאמאס איז יא

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 10, 2014 1:17 pm

· #211232
די תורה האלט אנדערש ווי אייך, 'והוא יהיה פרא אדם ידו בכל ויד כל בו ועל פני כל אחיו ישכון' - רש"י, פרא אדם, אוהב מדבריות לצוד חיות (אנשים) , ידו בכל, פרש"י - לסטים, ויד כל בו - הכל שונאין אותו. וכו'

מ גפני » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:16 pm

· #211248
די שאלה שטעלט זיך נאר אויב די היינטיגע פאלעסטינער און סתם אראבער זענען טאקע אייניקלעך פון פעטער ישמעאל

יין שרף » דאנערשטאג יולי 10, 2014 2:18 pm

· #211249
בר דעת
די פאלעסטינער זענען נישט דווקא טעראריסטן, כאמאס איז יא


ער האלט אביסל אנדערש...

ישראל קאפקע » מיטוואך יולי 16, 2014 8:32 pm

· #212245
אוודאי זענען "זיי" רוצחים, דאס מאכט נאך נישט די גאנצע פאלעסטינער פאלק פאר טערראריסטן,
שטעל זיך נאר פאר אויב די ענגלישע מאנדאט וואלט ראגירט צו אצ"ל און לחי אזויווי מדינת ישראל טוט מיט די פאלעסטינער פאלק,

מאטי » דאנערשטאג יולי 17, 2014 2:53 am

· #212296
אצ"ל און לחי זענען זיך טאקע ווערט דאס געלט. למעשה האבן זיי נישט געצילט קיין ציווילע איינשטאלטן, נאר פאליטישע. והשנית האבן זיי געהאט א גערעכטע טענה אז די בריטישע פאלגן נישט אויס דעם מאנדאט וואס גיט קלאר די רעכט פאר אידישע קאלוניסטן זיך צו באזעצן אין אלע שטחים, און האבן גענוצט געוואלטאטן בלויז דאס צו דערגרייכן.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יולי 17, 2014 3:13 am

· #212297
א פדיון הבן אין עזה.
📎 1405581058752.jpg

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:31 am

· #212304
מאטי
אצ"ל און לחי זענען זיך טאקע ווערט דאס געלט. למעשה האבן זיי נישט געצילט קיין ציווילע איינשטאלטן, נאר פאליטישע. והשנית האבן זיי געהאט א גערעכטע טענה אז די בריטישע פאלגן נישט אויס דעם מאנדאט וואס גיט קלאר די רעכט פאר אידישע קאלוניסטן זיך צו באזעצן אין אלע שטחים, און האבן גענוצט געוואלטאטן בלויז דאס צו דערגרייכן.

איך האב בכלל נישט באהאנדלט די פאקט אויב אצל און לחי זענען טעראריסטן אדער נישט, איך האב געפרעגט אויב דאס בארעכטיגט אזא רעאקציע ווי דאס וואס מדינת ישראל צו די פאלעסטינער, און ארויסגעברענגט אז פונקט ווי דעמאלט ווערט נישט די גאנצע פאלק טעראריסטן.
זיי האבן נישט געצילט קיינע ציווילע? אוודאי האבן זיי געצילט ציווילע, רוב רובו פון די אטאקעס זענען געווען אויף ציווילע.
זיי האבן געהאט א "גערעכט טענה" ? נע איי דאונט טינק סאו.

בר דעת » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:15 am

· #212310
אויב איך געדענק גוט זענען די אטאקעס פן אצל און לחי געווען קעגן בריטישע סאלדאטן און נישט קעגן קיין ציווילע

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:41 am

· #212311
ליידער איז די אמת נישט אזוי.
דא איז בלויז איין אינצידענט: <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Deir_Yassin_massacre">http://en.wikipedia.org/wiki/Deir_Yassin_massacre</a>

בר דעת » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:46 am

· #212313
די אינצידענט איז געווען בשעת די מלחמת העצמאות אין 1948, אן אנדערע געשיכטע אינגאנצן, א מלחמה איז א מלחמה. איך רעד איבער די גרופעס וואס האבן קאמאנדעוועט פאר צוואנציג דרייסיג יאר אין ארץ ישראל קעגן די בריטישע. יא, בשעת מלחמת העצמאות האט מען פארטריבן און געהרגעט אראבער. אבער געדענק, דאס זענען געווען האלאקאסט סורווייווערס קעמפענדיג א מלחמת קיום קעגן א גאנצע אראבישע וועלט וואס וויל זיי איינשלינגען

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:53 am

· #212314
כאמאס איז נישט אצ"ל. כאמאס'ס ציל איז ציווילע, אצ"ל האט געצילט מלחמה על פי רוב. אבער האמת לא יגונה אז צומאל זענען די לויזע ביניהם געגאנגן פראסט און פשוט אויף פראגראמען פאר נקמה, טאקע נישט אפט, אבער גענוג מאל.

בר דעת » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:01 am

· #212317
ליין די בוך פון בעגין, דער פירער פון די טעראריסטן, ער איז געווען א מענטש משכמו ולמעלה, א מענטש פון יושר און רחמנות, יא, עס האט זיך געקענט מאכן א טעות, אבער צוגלייכן זיי צו כאמאס איז א רשעות.
יא, עס איז געווען א שפלינטער גרופע פון לחי וואס האט א שטיק צייט געטון ווילדערע אקטן, אבער די הנהגה האט זיי געסטאפט

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:05 am

· #212318
בר דעת
אויב איך געדענק גוט זענען די אטאקעס פן אצל און לחי געווען קעגן בריטישע סאלדאטן און נישט קעגן קיין ציווילע

נישט אזוי איז דער ווארהייט, אין יפו אליינס אין ווייניגער ווי צוויי אהאלב חדשים פון יאנואר 1 ביז מערץ 9 1948 (ווען סאיז געווען די באוואוסט שחיטה אין דיר יאסין) זענען געווען איבער 55 טערראריסטישע אטאקעס מיט ווייניגסטנס 57 ציווילע טויט, און הונדדערטער פארוואונדעט,

מאטי » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:10 am

· #212322
בקיצור די ציל איז נישט געווען ציווילע, און אויב עטליכע צוהיצטע האבן פון מאהל צו מאהל יא גע'הרג'ט ציווילע איז דאס פארשריגן און קאנדעמנט געווארן ביי דעם הויפט הגנה און די רבנים אז ס'איז קעגן "טוהר הנשק" אזוי ווי רויטע'ס לינק זאגט בפירוש.

איך אויך » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:12 am

· #212323
רויטע וואנצעס
כאמאס איז נישט אצ"ל. כאמאס'ס ציל איז ציווילע,

זאג איבער פליז??

בר דעת » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:14 am

· #212324
קאפקע, 1948 איז געווען די גרויסע מלחמה וואס האט געמאכט די מדינה. עס איז געווען א מלחמת קיום פון האלאקאסט סורווייווער קעגן א גאנצע אראבישע וועלט, האט זיך געמאכט טרויעריגע אינצידענטן

בר דעת » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:15 am

· #212325
איך אויך
רויטע וואנצעס
כאמאס איז נישט אצ"ל. כאמאס'ס ציל איז ציווילע,

זאג איבער פליז??

ער מיינט כאמאס "צילט" ציווילע. עס איז געוויס א טייפא

איך אויך » דאנערשטאג יולי 17, 2014 11:23 am

· #212328
דאס מאכט שוין סענס.

יין שרף » דינסטאג יולי 22, 2014 9:30 pm

· #213140

קרעמער1 » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 4:58 pm

· #215065
די פאלעסטינער זענען נישט קיין טעראריסטן
די ראדיקאלע איסלאמיסטן (ווי: כאמאס, על קאידא און מוסלעמענער ברודערשאפט) זענען

ס'איז פארהאן א עגיפטישער פראפעסער וואס האט ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען "די ווארצלען פון דזשיהאד" וואו ער איז מסביר אז די וועג ווי אזוי מ'לערנט די היינטיגע מוסלעמענער יוגנט (איבערהויפט די "סאלאפי" לערנונג וועלכע קומט פון סאודי אראביע) איז דער דירעקטער גורם אז די מוסלעמענער אקצעפטירן און זענען אפי' מחשיב געוואלדטאטן

נאך אלעם דארף מען געדענקען אז מוחמד האט אפיציעל געהייסן פארשפרייטן איסלאם דורכן שווערד
און די היינטיגע אומציוויליזירטע מוסלעמענער וואלטן שטארק געוואלט דאס מקיים זיין

דא קענט איר זעהן א סעריע ווידעאוס פון דר חאמיד וואו ער ערקלערט זיין שיטה
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=Fj2Ag5PiaWg">http://www.youtube.com/watch?v=Fj2Ag5PiaWg</a>
בלאט: 1 2