☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אשכול אן א טיטל #2369

אשכול אן א טיטל #2369

111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2369
בלאט: 1 2 3

— » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 9:53 am

· #62003

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:15 am

· #62014
649 איז די ביליגסטע וואס כ'האב געזען

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:17 am

· #62016
פאר די מאדעל

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:04 pm

· #62080
ס'איז פאראן מאדעלס פון 300 ביז 1,500. די שאלה איז, וואס זוכסטו? וואס גייסטו טון דערויף? ווי גרויס די סקרין? ווי גרינג/שווער? ווי לאנגע באטערי?

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:39 pm

· #62094
וויפיל אינטש סקרין האסטו? און ווילאנג ווילסטו דיין בעטערי זאל האלטן? און ווי שווער מעג עס זיין? (ד.ה. זיצטו רוב צייט דערמיט אויפן טיש/בעט, אדער שלעפסטו עס אסאך ארום און דארפסט א לייכטע זאך?)

וויפיל האסטו געצאלט פאר דיין אלטע? ס'קוקט אויס צו זיין גאנץ א בעיסיק מאדעל.
רוב לעפטאפ'ס היינט וועלן דאס איבערשטייגן.

אז דו ענטפערסט מיינע שאלות קען איך פרובירן רעקאמענדירן.

היינט איז אין סטייל (פאר אביסל מער געלט) די "אלטרע-בוקס" גאר דינע און לייכטע לעפטאפס, אבער זיי האבן נישט קיין DVD דרייווס (וואס רוב מענטשן נוצן ממילא נישט 99% פון די צייט) און האבן בלויז געציילטע פארטס (למשל נאר 2 USB, נישט קיין נעטווארק נאר ווייערלעס, וכדו').

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:46 pm

· #62097
[ציטאט אראפגענומען]


לויט דיין לעצטע לעפטאפ, איז דאס צופיל פאר דיר. קענסט טרעפן אביסל ביליגער.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:48 pm

· #62099
דיין לינק אויף עמעזאן איז נאר א 15 אינטש סקרין. איז דאס גענוג פאר דיר?

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:51 pm

· #62101
i5 איז לכאורה מער ווי גענוג.
7200 רפ"מ איז זייער נישט מצוי היינט, איבער 90 פראצענט לעפטאפס האבן די 5400 רפ"מ.
פאר רוב מענטשן איז עס נישט קיין ביג דיעל, בפרט אויב נעמסטו מיט א SSD פאר ווינדאוס (אויב ווייסטו וואס איך רעד)

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:51 pm

· #62103
ASUS איז לעצטנס געווארן זייער א אויפגעכאפטע קאמפעני, און יא, זיי הייסן א "פרימיום" קאמפעני. מ'צאלט טאקע אביסל מער פאר זיי.

לאדיך אפ » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:55 pm

· #62107
כמיין אז ווינדאוס 8 איז נישט גוט. נעם ענדערש ווינדאוס 7. פארוואס דארפסטו א i5? א i3 איז לכאורה גענוג פאר דיר. און דו האסט נישט גענטפערט שמעקי'ס פראגע וועגן שוועריקייט. דו קענסט באקומען גאנץ ביליגע אבער ס'וועגטאסאך. סוי אויב דו שלעפסט עס ניש ארום נעם ווי שווערער ווייל סקומט אויס ביליגער.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:02 pm

· #62108
[ציטאט אראפגענומען]


גערעכט, פאר א i7 און 7,200 הארד דרייוו איז עס גאנץ גוט.
פארגעס נישט אז אויף א 15 אינטש סקרין וועסטו קענען זעהן ווייניגער ווי אויף א 17, ס'איז נישט אלעס קלענער, נאר אלעס די זעלבע גרויס נאר א קלענערע רעזאלושען.
זיי שרייבן אז עס וועגט 8 פונט. ס'מאכט נישט קיין סענס, ס'איז צו שווער פאר א 15 אינטשער. אבער ביי "שיפינג וואג" זאגט עס בלויז איין פונט. א מאדנע טעות.
ס'האט א DVD דרייוו, 4 USB פארטס, 2 דערפון די נייערע שנעלערע USB 3.0, ס'האט א נומעריק קיפעד (נומבערס רעכטס פונעם קיבאורד), אבער איך זעה נישט אויב ס'האט בעק-לייט אויף די קיבארד (מסתמא נישט).
די מייזעלע פעד האט נישט קיין "עכטע" באטענס, נאר מ'קליקט אריין אינעם פעד; ס'נעמט אביסל צייט זיך צו געוויינען.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:06 pm

· #62109
לאדיך אפ
כמיין אז ווינדאוס 8 איז נישט גוט.

פארוואס "מיינסטו" אזוי? אסאך מאל, אז מען מיינט נארט מען זיך.
עס האט א געוואלד מעלות, שנעלער, גרינגער, אבער איז אביסל שווער זיך צוצוגעוויינען.
מיט אפאר מינוט זיך קען מען עס מאכן אויסזעהן פונקט ווי ווינדאוס 7.
מען דרוקט דעם ווינדאוס קנעפל + D, און ביסט אין דעסקטאפ מאוד.
נאכדעם איז דא א פלאג-אין וועלכע אינסטולירט א סטארט קנעפל, און מאכט אז ווינדאוס זאל באאטן אינע דעסקטאפ מאוד, און ס'איז א מחי' פון אלע זייטן.

לאדיך אפ
פארוואס דארפסטו א i5? א i3 איז לכאורה גענוג פאר דיר.

וואס הייסט לכאורה? די 3 איז נאר גענוג פאר די בעסיק מינימום.
אז איינער וויל אביסעלע מער, לוינט זיך צו צאלן פאר די i5.

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:41 pm

· #62113
אויב ער האט געהאט א celeron dual core פראסעסער וועט עני i3 זיין גענוג, און i3 i5 און i7 זענען אזעלכע מעדזשיק ווערטער, אבער ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס, ס'דא דריי גענעראציעס, די ערשטע (פארגעסן די נאמען, סענדי ברידזש און אייווי ברידזש. און אין יעדע גענערעישען איז דא אנדערע מאדעלקע'ס, סא אויב דארפסטו דאס נאר פאר בעיסיק וועב און מייקראסאפט אפיס וועט עני "i" זיין גענוג.
דו דארפסט א הויכע רעזאלושען? דו וואטשט מאוויס דערויף? פאטאשאפ?

און יא, איך וואלט געזאגט זאלסט צו ווארטן, פאלאו די סעילס סייסט, קענסטוך שפארן 50-100 דאלער.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 2:00 pm

· #62119
פאר 50 דאלער ביליגער פארלירסטו די שטארקע פראסעסאר, די 7200 הארד דרייוו, און 500 גיג אנשטאט 750.
ס'לוינט נישט לפענ"ד.

און ווי געפילטע זאגט, מען קען טרעפן גוטע מציאות בלעק פריידעי.
אויב קענסטו צואווארטן נאך א וואך, קען עס נישט שאטן.

בונם » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 2:02 am

· #62220
[ציטאט אראפגענומען]

דאס קוקט מיר אויס בעסער און ביליגער.

בונם » זונטאג נאוועמבער 18, 2012 12:26 pm

· #62289
[ציטאט אראפגענומען]

דער דא האלט פון asus, אבער עס איז באמת א קליינע נפק"מ צווישן די קאמפאניס, אויסער די וואראנטי און נאך קלייניגקייטן, און מען דארף מער קוקן אויף די ספעקס ווי אויף די קאמפאני נאמען.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:24 am

· #62931
דאס איז נישט שלעכט פאר די פרייז, אבער ס'האט נאר א 90 טאג ווארענטי ווייל ס'איז ריפערבישט, אבער קענסט עס קויפן מיט א קרעדיט קארטל וואס געט דיר א ווארענטי ביז א יאר.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:11 am

· #62952
איינער פון מיינע חברים האבן אזוינס און ס'איז גאנץ שטאט.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:00 pm

· #62967
געפילטע פיש
ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס,


אבער א שטאטערע i5 איז בעסער ווי א שנעלערע i3. ס'האט אנדערע טעכנאלאגיעס און ע"פ רוב מער קאורס, און דעריבער איז עס טייערער.
די שנעלקייט פון א פראסעסאר פארציילט נישט די גאנצע מעשה. עט-ליעסט נישט היינט צו טאגס. אמאל איז דאס געווען דער עיקר פאקטאר, היינט שוין נישט.

געפילטע פיש » דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:00 pm

· #62996
שמעקעדיג
געפילטע פיש
ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס,


אבער א שטאטערע i5 איז בעסער ווי א שנעלערע i3. ס'האט אנדערע טעכנאלאגיעס און ע"פ רוב מער קאורס, און דעריבער איז עס טייערער.
די שנעלקייט פון א פראסעסאר פארציילט נישט די גאנצע מעשה. עט-ליעסט נישט היינט צו טאגס. אמאל איז דאס געווען דער עיקר פאקטאר, היינט שוין נישט.

ביזט זעכער? איך ווייס נישט וועגן דיר, אבער אויך וואלט אויסגעוועלט די i3 פון ציווישן די צוויי.

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 6:43 pm

· #63463
שווער צו ענטפערן. עס איז די ביליגסטע, און גאנץ ענליך צו די אנדערע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים.
איך אין דיינע הויזן וואלט מסתמא גענומען דאס, אבער איך קוק אויף מער דיטעילס ווי דו, ממילא אין מיינע הויזן דארף איך האבן מער ריסוירטש.
הצלחה בכל אשר תפנה.

אגב, K9 מאכט פראבלעמען מיט ווינדאוס 8.
כ'העט געקענט באשטיין צו עפענען א אשכול פאר ווינדאוס 8 (קענסט באשטיין? עפן! וואס רעדסטו אזויפיל? אמור מעט ועשה הרבה!)
איך וויל וויסן צי איינער דא האט עס שוין און האט וואס צו שרייבן? צי אזא אשכול וועט פארבלייבן כקול קורא במדבר פאר א וויילע?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:29 pm

· #63812

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:40 pm

· #63814
איז פאראן נאכאיינער דא וואס די "עראו" קנעפלעך פון די HP שטערט זייער?
די צוויי זייטיגע קנעפלעך זענען גרויס, די מיטלסטע 2 פיצעלע, זייער שווער צו נעוויגאטירן מיט אזעלכע קנעפלעך.
📎 HP arrow keys-.jpg 📎 HP arrow keys.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:53 pm

· #63831
מזל טוב און הצלחה רבה!
לאמיר וויסן דיינע עקספיריענס מיטן לעפטאפ בכלל, און מיט ווינדאוס 8 בפרט.

בונם » פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 11:21 am

· #64153
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב פארשפעטיגט און האסט אין געאייל געקויפט פון בעסט ביי, און עס איז טאקע א גוטער ביי, אבער האסט זיך נישט געדארפט אזוי יאגן, ווייל די סעילס הייבט זיך טאקע אן היינט אינעם שווארצן פרייטאג אבער האלט אן בערך א וואך צייט. און די געשעפטן קומען ארויס טעגליך מיט פרישע סעילס.

מיר זעט אויס אז דער לעפטאפ וואס איך האב דיר דא ציטירט איז בעסער ווי דער בעסט ביי דיעל, ווייל עס האט א בעסערע פראסעסאר און א i7 טשיפ אבער האט דער חסרון אז עס איז א קלענערע סקרין און אויב א "17 איז דיר וויכטיג האסטו געמאכט דער בעסטער אויסוואל פאר דיין געלט.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 6:04 pm

· #64932
שקויעך זיידעטשקע,
דער לעפטאפ איז נישט רעקאמענדירט פאר איינעם וואס וויל א נארמאלע סייז סקרין,
דאס האט א אויסנאמליכע ברייטע סייז, און אסאך מענטשן רעדן זיך אפ דערויף.
עס איז ביליג פאר א סיבה.

געפילטע פיש » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 7:01 pm

· #64964
ס'איז געמאכט צו וואטשען מאוויס וואס קומען אין א 21:9 עספעקט רעשיו.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:24 am

· #65073
שמעקעדיג
געפילטע פיש
ס'דא i3 וואס זענען שנעלער ווי געוויסע i5'ס,


אבער א שטאטערע i5 איז בעסער ווי א שנעלערע i3. ס'האט אנדערע טעכנאלאגיעס און ע"פ רוב מער קאורס, און דעריבער איז עס טייערער.
די שנעלקייט פון א פראסעסאר פארציילט נישט די גאנצע מעשה. עט-ליעסט נישט היינט צו טאגס. אמאל איז דאס געווען דער עיקר פאקטאר, היינט שוין נישט.


כ'זיך צו קויפן א נייע לעפטאפ. איך קיק בעיקר אויף ספיד. ס'שנעלסטע וואס איז שייך היינטצוטאגס. כ'ניץ עס פאר ביזנעס און פלעזשור. וואספארא פאקטארן מיז איך אין באטראכט נעמען?

צווייטע פראגע: היות איך פלאן אויך צו קויפן א טעבלעט וואס דאס וועט זיין מיין טלטול הדרך, מאכט סענס איך זאל קויפן א דעסקטאפ פאר אינדערהיים? וועל איך באקומען בעסערע ספיד אזוי? אדער איז חבל על המקום און א לעפטאפ איז פונקט אזוי גיט?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 9:23 am

· #65086
א i7 פראסעסאר איז נומבער איינס,
א SSD הארד דרייוו נומבער 2.
6 אדער 8 גיג רעם נומבער 3.

פאר אביסל מער פרטים, זעה דא:

<a class="postlink" href="http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=246&pid=2752#pid2752">http://balboos.com/forum/showthread.php ... 52#pid2752</a>

petergrifin » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 1:03 am

· #68158
[ציטאט אראפגענומען]

װאס איז דער סקרינס רעסעלאשאן און דער הארד דרײװ ספיד
איך האב געזיכט אבער כקען עס נישט געפינען

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:30 am

· #68166
אלע טאשיבא הארד דרייווס זענען 5400 רפ"מ.
רעזאלושען איז כמעט אלע די געווענליכע 1366×768, און זיכער די ביליגע.

petergrifin » מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 9:26 pm

· #68560
שמעקעדיג
אלע טאשיבא הארד דרייווס זענען 5400 רפ"מ.
רעזאלושען איז כמעט אלע די געווענליכע 1366×768, און זיכער די ביליגע.

שכוח פאר די אינפא

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:17 am

· #79718

יואליש » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 2:42 pm

· #80540
שמעקעדיג
א i7 פראסעסאר איז נומבער איינס,
א SSD הארד דרייוו נומבער 2.
6 אדער 8 גיג רעם נומבער 3.

פאר אביסל מער פרטים, זעה דא:

<a class="postlink" href="http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=246&pid=2752#pid2752">http://balboos.com/forum/showthread.php ... 52#pid2752</a>


Thanks for educating me!!!

Here's what I'm looking at and I wonder if you or anyone else has any suggestions.

Toshiba Satellite U845W-S414

As stated before, I'm obsessed with speed. This laptop gives me an i-7 processsor, 6GB RAM, and a Solid State Drive.

Because I wanted an SSD yet keep it within my price range, I had to settle for 256GB of space only . I plan on dealing with this space shortage by having an externeal storage device to store data that isn't needed on a daily basis (family pictues and vedios, and archival documents.)

The laptop will be used for private use (web-browising, shopping, youtube, Netflix and Kaveshtiebel), as well as average businees use, i.e. Quickbooks, Word, Excell and email

What do you think? Better ideas?

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:29 am

· #80696
דערווייל נעם עס נישט. איך האב נישט קיין צייט צו מאריך זיין יעצט. ועוד חזון אי"ה.

ונבנתה העיר » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:46 am

· #80721
יואליש, דאס זעהט אויס אסאך בעסער, עס האט אסאאאך שנעלערע פראסעסאר, און איז אסאאאך ביליגער.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 18, 2013 10:37 am

· #80762
ונבנתה, עס איז נישט קיין שלעכטע דיעל, אבער עס האט א שטייטע 5400 רפ"מ הארד דרייוו.

יואליש, דיין לעפטאפ וואס דו לינקסט האט מען שוין דערמאנט אויבן ערגעץ-וואו. עס איז א אומגעווענליכע ברייטע סקרין וועלכע קומט זיך נישט גוט אויס מיט רוב פראגראמען. שטיי אוועק דערפון.

נאך א וויכטיגע זאך וואס איך וויל ארויסברענגען דא, בפרט אז דו זאגסט אויף וואס דו ווילסט עס נוצן.
רוב סקרין רעזאלושענ'ס (פאר לעפטאפס ביז 15") זענען בלויז 1366 ביי 768, וואס איז נישט שלעכט סתם אזוי פאר אביסל וועב-בראוזינג וכדומה, אבער איז נישט פראקטיש ווען מען דארף לענגערע רעפארטס א.א.וו.
אויב גייסטו נוצן קוויק-בוקס אויף אזא רעזאלושען (בפרט אויב נוצטו די נייע 2013 וואס האט צוגעלייגט א ריבאן, א שטייגער ווי מייקראסאפט אפיס האט לעצטנס) גייסטו פלאצן ביי יעדן אינוואויס, סעילס רעסיט, רעפארט. דו וועסט נישט קענען זעהן מער ווי געציילטע שורות אויף אמאל.

אלס דעם לוינט זיך צו אינוועסטירן אויף אביסל א העכערע רעזאלושען, לכל הפחות 1600 ביי 900. דאס מאכט טאקע אלעס אביסעלע קלענער, די אותיות, אייקאנס, אבער דער סקרין איז שארפער, קלארער, און לאזט אריינפיטן מער אינפארמאציע אויפן סקרין.
עס איז פאראן נאך א שארפערע רעזאלושען, 1920 ביי 1080, און דאס איז משוגע שארף (עכטע HD), אבער איך קען עס נישט רעקאמענדירן ווייל עס מאכט זייער פיצי אלעס אויפן סקרין.
(אין אנדערע ווערטער, שטופט עס אריין אינפארמאציע וואס מען זעהט געווענליך אויף א גרויסן 24 אינטש סקרין אין א קליינע 14 אדער 15 אינטש סקרין. דאס איז געאייגענט פאר אזעלכע וואס ארבעטן בעיקר מיט בילדער און ווידעאוס, און זיי דארפן האבן א אויסטערלישן שארפן סקרין, און ס'אינטרעסירט זיי נישט די פיצעלע אייקאנס און אותיות וועלכע נעמט ארויס די אויגן.)
ממילא טוה איך רעקאמענדירן דעם אויבנדערמאנטן 1600 ביי 900, דער העפי מידיאם, וואס זאל לכאורה זיין פונקט גענוג.

נאר דא קומט אריין דער פראבלעם, אז דו וועסט זייער שווער קענען טרעפן די 2 קאמבינירט.
א SSD דרייוו איז גאר שווער צו טרעפן אין לעפטאפס, און די העכערע רעזאלוציע סקרינ'ס איז אויך נישט זייער בנמצא, און אודאי די 2 צוזאמען איז א זעלטנהייט, ממש געציילטע.
און דא קוומט אריין דיין "בודזשעט". וויפיל איז דיין מאקסימום? ביז וויפיל ביזטו גרייט צו ספענדן? ווייל פאר גוט געלט קען מען עס טרעפן (פון $1,300 און העכער)
איך רעקאמענדיר געווענליך יא צו צאלן מער ווי אביסל, אפשר אפילו בארגן אויף פעימענטס, ווען מען קויפט א קאמפיוטער פאר וויכטיגע ענינים. עס איז א אינוועסטמענט וואס צאלט זיך אויס.
ערגעץ האב איך געזעהן א שטודיע אז מענטשן פארלירן צייט מיטן סקראולן אסאך, מיט שטייטע קאמפיוטערס, טיים איז מאני, מען כאפט זיך נישט אז בשעת'ן קויפן שפארט מען זיך טאקע א 200 דאלער, אבער במשך די יארן וואס דו נוצט עס גייען שעות ארוכות אוועק אין מיסט.

אלענפאלס, יואליש. זאג מיר ביז וויפיל דו ביזט גרייט צו ספענדן, און איך וועל דיר זוכן עפעס פאסיג.

נ.ב. נאך א קליינע הערה, וואס איך גלייב נישט וועסט עס וועלן נעמען אין באטראכט, אבער אפשר איז יא כדאי פאר דיר אדער פאר א צווייטן מעיין צו זיין דערין.
די SSD דרייווס וואס מען קויפט פארטיג מיט די קאמפיוטערס האט אין זיך 2 חסרונות:
איינס, עס קומען כסדר ארויס פרישע מאדעלן SSD דרייווס, וועלכע ווערן שנעלער און מער רעלייעבל. אבער די קאמפיוטער מאנופעקטשורערס וועלכע האבן נאך סטאק פון די עלטערע מאדעלן, יאגן זיך נישט צו נוצן די נייערע, נאר נוצן קודם אויס וואס זיי האבן.
פארשטייט זיך אז דו וועסט קיינמאל נישט טרעפן קיין ספעקס SPECS וועלכע SSD דרייוו זיי לייגן, כאטש זיי זענען ווייט נישט די זעלבע איינס ווי דעם אנדערן.
און אפילו פון די נייערע, זענען אויך נישט אלע קאמפאניס אייניג. כאטש אלע זענען בלעזינג שנעל, זענען דא צווישן זיי די שנעלערע און אביסל שטייטערע. סעמסאנג איז די טאפ אויף די ליסטע. זעה דא.
צווייטנס, די מאנופעקטשורערס בעטן משוגע'נע הויכע פרייזן פאר די SSD אפגרעידס. זיי מאכן דערויף א הון תועפות. זיי בעטן פאר א 256 ג"ב אפגרעיד מער פון וויפיל עס קאסט א נייע 512 ג"ב אין געשעפט!

ממילא זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן עצה היעוצה, מען זאל יא קויפן א לעפטאפ מיט א פשוט'ע ביליגע הארד-דרייוו, פאר א פארהאלטניסמעסיג ביליגע פרייז, און זיך אליינס איינקויפן א SSD דרייוו אנליין, פאר ביליג.
רוב SSD דרייווס, אויב מען איז אביסעלע הענדי, קען מען אליינס ריפלעיסן און אפגרעידן פון די מאנופעקטשורערס הארד-דרייווס, און עס קומט געווענליך מיט אינסטרוקציעס ווי אזוי אריבערצופירן די דאטא און אינפארמאציע פון די אלטע הארד דרייוו צו די נייע.
און אויב איז מען נישט הענדי, לוינט זיך אפאר דאלער פאר א פראפעשאנעל זאל עס טון. נאכאמאל, עס איז א אינוועסטמענט וואס צאלט זיך אויס זייער שיין.

וועל איך שוין מסיים זיין דא. כ'רעד שוין צופיל. לאמיך וויסן אויב דו האסט נאך עפעס שאלות.

יואליש » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:31 pm

· #80795
א ריזן דאנק פאר דיין צייט און עקספערטיז וואס דו שמקסט אוועק. בנוגע א מעניועל אפגרעיד האב איך געליינט אז ס'קען שאפן קאמפליקאציעס. לגבי די רעזעלושען, איך פלאן צו צוטשעפען א געווענליכע דעסקטאפ מאניטער פארן טאג טעגליכע באניץ.

כ'וועל צאלן מער פאר א גיטן עקספעריענס. 1300 איז פיין.

גוטע פינטעלך » פרייטאג יאנואר 18, 2013 2:31 pm

· #80801
יואלי'ש אונז קען מיר קוים ווארטען ווען די וועסט שוין האבען דיין שנעלע קאמפיוטער, איין זאך פארגעס נישט אז וינדאוס 8 קען מען נאכנישט פילטערן ...

יואליש » פרייטאג יאנואר 18, 2013 4:15 pm

· #80806
גוטע פינטעלך
יואלי'ש אונז קען מיר קוים ווארטען ווען די וועסט שוין האבען דיין שנעלע קאמפיוטער, איין זאך פארגעס נישט אז וינדאוס 8 קען מען נאכנישט פילטערן ...


אן א פילטער וועל איך מיזן אכט געבן מיין לעפטאפ זאל נישט אריינפאלן אין ווערעמדיגע וואסער.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:28 pm

· #81032
ווי שוין געשמועסט אין דעם אשכול, איז שוין יא פאראן פילטערס פאר ווינדאוס 8.

יעצט פאר א גוטן שנעלן לעפטאפ וואלט איך גע'עצה'ט צו גיין צו די וועבסייט פון SONY, און דארטן קאסטומייזן כאוות רצונך.
לאז מיר וויסן אויב עס ארבעט פאר דיר.

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 10, 2013 4:35 pm

· #85815
גאנץ פיין.

atmybest » זונטאג פעברואר 10, 2013 5:20 pm

· #85825
גוט

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:08 pm

· #86104
די לעצטע פאר יאר האב איך שוין געהאט עטליכע כלים מכלים שונים, TOSHIBA איז מיין רעקאמענדירטע, כ'האב זייער הנאה פון איהר, חוץ אויב די זוכסט עפעס ספעציעל.

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 11, 2013 5:39 pm

· #86161
וואס איז געווען די הנאה פון זיי איבער אנדערע? טאשיבא איז נישט שלעכט, עס איז מידל אף די פעק, אבער וואס ספעציפיש האסטו הנאה געהאט?
איך האב ליב טאשיבא נאר צוליב די אויסשטעל פון זייער קיבארד.

מאראנצןזאפט » מיטוואך מאי 22, 2013 10:40 am

· #116735
ווייסט איינער א ביליגן טעבלעט, פאר גימעיל, ווארד, און ווייפיי.
א גראדןן לינק צום מוכר ביטע.

יואב » מיטוואך מאי 29, 2013 5:41 pm

· #119383
איך וויל קויפן א נייעם לעפטאפ, איך דארף ארום אזא סארט.
אונטער $500.
א מעסיגער סייז, ס'גייט מיר נישט אזוי אן די וואג.
א שנעלער פראסעסער.
באקוועמע קנעפלעך.
איך בין נישט אינטערסירט אריינצולייגן א סאך פראגראמען, און איך פלאן נישט אנצושטאפן מיט סחורה.
איך דארף דאס בעיקר פאר טייפן, און פאר אינטערנעט.
איך קען באשטיין א גוטע קוואלעטי.
סטייל, מאדעל, דיזיין, פירמע נאמען גייט מיר אן קנאפ.

וואס וואלט איר מיר רעקאמאנדירט?
יישר כח למפרע.

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:02 pm

· #161929
אפטעמיסט
איך זיך צו קויפן א נייע לעפטאפ פאר נישט מער ווי $400, ביטע מיך ארויסהעלפן וועלכע צו קויפן און ברענגן א לינק. שכוח.

דא האסטו צוויי ענליכע: איינס האט א 11.6 אינטשיגע טאטש סקרין און קאסט 396, די אנדערע האט א 15.6 געהעריגע סקרין און קאסט 370.

דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:53 am

· #162796
איך העט געוואלט טרעפן א 14 אינטש לעפטאפ, פראסעסאר זאל זיין 2.4 גהצ, אינטעל קאור i3 אדער העכער, 4 גב רעם, מעמארי איז נישט קיין גרויסע נפק"מ, ווינדאו'ס 7 דייקא, ועל כולם עס זאל זיין ארום צוויי הונדערט דאלער, העכסטנס אביסל מער. איז דא שאנסן צו טרעפן אזוינס, לפחות אין די שאפינג סעזאן הבעל"ט אדער אויף די מציאות סייט'ס?

אפטעמיסט » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 10:31 am

· #162810
ונבנתה העיר
אפטעמיסט
איך זיך צו קויפן א נייע לעפטאפ פאר נישט מער ווי $400, ביטע מיך ארויסהעלפן וועלכע צו קויפן און ברענגן א לינק. שכוח.

דא האסטו צוויי ענליכע: איינס האט א 11.6 אינטשיגע טאטש סקרין און קאסט 396, די אנדערע האט א 15.6 געהעריגע סקרין און קאסט 370.

די צווייטע קאמפיוטער פאר $370 געפעלט מיר. איז דאס איז גוטע קאמפיוטער? ביטע אויסרעכענען די מעלות און חסרונות.
בלאט: 1 2 3