☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » להסיר מכשול! Windows 8 איז אסור צו נוצן

להסיר מכשול! Windows 8 איז אסור צו נוצן

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2621

ידען » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 7:28 am

· #73040
להסיר מכשול! Windows 8 איז אסור צו נוצן
די וואך אין די צייטונג איז דא א איסור פון בעל שבט הלוי ואתו עמו כל גדולי ישראל וואס זענען געווען ביי די כינוס, אז Windows 8 קען מען נישט פילטערען און וועגן דעם טאר מען עס נישט נוצען.

איינער האט געזען די חתימה פון די רבנים אדער "טעג" האט באקומען די סטעמפ פון די רבנים אפצומאכען וואס ס'איז אסור? אדער ווייל מען קען עס נישט פילטערן איז עס א חלק פון די גרויסע איסור פון די רבנים?
📎 20121226_071026.jpg

ידען » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 7:35 am

· #73041
פארוואס איז די בילד ליגעדיג?

וויזוי קעמען עס אויסדרייען?

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:59 am

· #73058
ידען
פארוואס איז די בילד ליגעדיג?

וויזוי קעמען עס אויסדרייען?


כ'האב עס פארראכטן.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:04 am

· #73061
די מעשה מיט ווינדאוס 8 איז אזוי.
עס האט 2 מאודס, די נייע "טאטש" מאוד, וואס האט געהייסן "מעטרא" און מייקראסאפט האט משנה שם געווען, וואס דאס קוקט אויס אנדערש ווי ביז יעצט (זעה בילד).
אויף יענעם מאוד ארבעטן נישט קיין פילטערס אויף די בראוזערס. נישט נאר דער וועד ארבעט דערויף, נאר אלע קאמפאניס ווי K9.
אויב ארבעט מען אין רעגולער דעסקטאפ מאוד, ד.ה. אז ווינדאוס קוקט אויס פונקט ווי ביז יעצט (ווי ווינדאוס 7) אויף יענע בראוזער ארבעט אלעס געהעריג.

די עצה דערווייל איז, צו אנ-אינסטולירן די בראוזער עפפ פון די מעטרא/טאטש חלק, און נוצן נאר די דעסקטאפ מאוד ווערסיע.
ס'איז נישט קיין שלימות'דיגע עצה, ווייל מען קען דאך צוריק אינסטולירן סיי ווען די עפפ, אבער עס איז א הצלה פורתא.
📎 win8.jpg

ידען » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:15 am

· #73069
שמעקעדיג
ידען
פארוואס איז די בילד ליגעדיג?

וויזוי קעמען עס אויסדרייען?


כ'האב עס פארראכטן.

ישר כח.

שמעקעדיג לעבן. כאב געפרעגט צוויי קשיות, זיי מוחל ענפער מיך א תירץ.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:13 am

· #73083
פשוט. דו כאפסט דעם בילד ליגעדיג/זייטיג.
קענסט עס איבערדרייען מיט יעדע פשוט'ן פיקטשערס פראגראם. אפילו מיט די פשוט'ע ווינדאוס Picture Viewer.
טרעף א דרייעדיגע עראו אונטן
📎 Pic_Rotate.jpg

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:18 pm

· #73110
מ'מעג ניצען Windows 8.

אפילו אויב ס'איז אסור צו ניצען א קאמפיוטער אן קיין פילטער, איז דאך שייך צו לייגן א פילטער אויף די גאנצע נעט-ווארק, למשל סאניק-וואל, וואס דאס בלאקט - לויט ווי איינגעשטעלט - אפילו א windows 8.

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:23 pm

· #73114
ס'וואלט געווען איטערעסאנטער ווען די איסור קומט ווען ארויס אויף איינער פון די אנדרויד ווערסיעס, "מ'טאר זיך נישט באנוצן מיט דזשעלי בין!". "אייס קרים סענדוויטש איז אסור בתכלית האיסור!".

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:46 pm

· #73120
positive.yid
מ'מעג ניצען Windows 8.

אפילו אויב ס'איז אסור צו ניצען א קאמפיוטער אן קיין פילטער, איז דאך שייך צו לייגן א פילטער אויף די גאנצע נעט-ווארק, למשל סאניק-וואל, וואס דאס בלאקט - לויט ווי איינגעשטעלט - אפילו א windows 8.

יא, איך האב דאס געוואלט פרעגען, אויב ס'איז אויפן אינטערנעט די פילטער איז א חילוק וועלעכע ווינדאוס??

positive.yid » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:11 pm

· #73127
קיין חילוק, אז די פילטער איז ביים מקור, איז נישט קיין חילוק וועלכע טעפ"ל דו ניצט צו שעפן.

יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:41 am

· #73306
דאס אז מען קען עס נישט פילטערן איז פשוט א טעות אדער נאכלעסיגקייט פון מייקראסאפט, אדער איז דאס וויבאלד עס איז מער פארגעשריטן, וואס מיינט אז לעתיד לבא וועט מען מער נישט קענען פילטערן ווינדאוס?

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:18 am

· #73312
ס'איז עצת היצר, די ציונים טוען עס דוקא כדי מכשיל צו זיין אחב"י מיט ראיות אסורות.

דעתי הענייה » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 2:08 am

· #73315
געפילטע פיש
ס'איז עצת היצר, די ציונים טוען עס דוקא כדי מכשיל צו זיין אחב"י מיט ראיות אסורות.

וואס עפעס ציונים? איך מיין דאס איז פון די פרומע פארטייען....

אז מען רעדט שוין, איינער וואס האט נישט קיין פילטער אויפן נעטווארק קען סייווי זיך א עצה געבן מיט 99% פילטערס, ממילא איז windows 8 נישט קיין גרויסער פריץ.

K-קאפ » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:28 am

· #73322
איך מיין אז דער עיקר פראבלעם מיט windows 8 איז אז עס ארבעט מיט ״touch" און מ׳קען ח״ו צוקומען צו ״נגיעה״!

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:12 pm

· #74344
באקומען אין אישית:


here is an filter that works with winsows 8
<a class="postlink" href="http://venishmartem.com/vcf">http://venishmartem.com/vcf</a>

ידען » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:53 pm

· #74353
שמעקעדיג
באקומען אין אישית:


here is an filter that works with winsows 8
<a class="postlink" href="http://venishmartem.com/vcf">http://venishmartem.com/vcf</a>

די נייע ועד האט געגעבען זייערע הסכמה צו דעם?

אז מע רעט שוין. די נייע tag קאמפאני וואס איז געווארען באשאפען נאך די כינוס כלל ישראל מאכט געלט ערגעץ אדער פון נדבות פון מענטשען?

sunbar » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:13 pm

· #74361
ידען
אז מע רעדט שוין. די נייע tag קאמפאני וואס איז געווארען באשאפען נאך די כינוס כלל ישראל מאכט געלט ערגעץ אדער פון נדבות פון מענטשן?


לשם מצוה

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:48 pm

· #88721
אין די צייטונגען לעצטע וואך איז באריכטעט, אז עס איז שוין מותר צו נוצן, "טעג" האט שוין ב"ה געטראפן א סאלושען.
דער "איד" שרייבט אז ווען דער עולם האט געהערט די נייעס זענען זיי נתרגש געווארן עד כדי דמעות.
(פורים איז אראונד די קארנער)

טעפל » מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:52 am

· #89057
דער איד שרייבט עס אינעם פורים סעקשאן אדער אין די נארמאלע? (אויב מ'קען עס אזוי אנרופן?!)

positive.yid » דאנערשטאג יולי 3, 2014 7:35 pm

· #209750
ידען
די וואך אין די צייטונג איז דא א איסור פון בעל שבט הלוי ואתו עמו כל גדולי ישראל וואס זענען געווען ביי די כינוס, אז Windows 8 קען מען נישט פילטערען און וועגן דעם טאר מען עס נישט נוצען.

איינער האט געזען די חתימה פון די רבנים אדער "טעג" האט באקומען די סטעמפ פון די רבנים אפצומאכען וואס ס'איז אסור? אדער ווייל מען קען עס נישט פילטערן איז עס א חלק פון די גרויסע איסור פון די רבנים?

שוין צוויי און א האלב יאר, און טעג האט נאך אלץ נישט געמאלדן - ווי צו געזאגט - אויב ווינדאוס 8 איז שוין מותר. עד מתי?

קליגער אינגערמאן » זונטאג יולי 6, 2014 11:02 am

· #210182
@positive.yid איך האף אז די האסט נישט געווארט שטייעדיג...