☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #2359

אשכול אן א טיטל #2359

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2359

— » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:26 pm

· #61527

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אוהב דעת » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:44 pm

· #61535
ווען מוועט טוישן די סיסטעם פון די וועג וויאזוי אונזער חתונת ארבעטן אין יעדער וועט גיין נאר צו די חתונה פון גאר נאנטע קרובים וועט זיך דאס אויך טוישען (איי עס איז דא מענטשען וואס דארפען א outting באנאכט ווי צו פאברענגען און socializatiom אויף דעם האט מען שוין אמאל גרעדט דא אין שטיבעל מקען מאכען א קלאב ווי אינגעלייט וואס האבען נישט ליב צו פארברענגען אין שטוב וועלען פארברענגען.....) 

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:45 pm

· #61536
מ'טאנצט נישט ביי אונז פשוט וויל ס'דא צופיל דעפרעסטע מענטשן אין אונזערע קאמיוניטיס. ס'נישט אזוי טיעף.

עפל פאי » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:51 pm

· #61538
זר זהב
מ'טאנצט נישט ביי אונז פשוט וויל ס'דא צופיל דעפרעסטע מענטשן אין אונזערע קאמיוניטיס.


א טיף ווארט.

אוהב דעת » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:58 pm

· #61541
זר זהב
מ'טאנצט נישט ביי אונז פשוט וויל ס'דא צופיל דעפרעסטע מענטשן אין אונזערע קאמיוניטיס. ס'נישט אזוי טיעף.

לאוו דוקא א דיפרעסטע מענטש קען אויך טאנצען ווען סאיז עם אינטרסאנט די טאנצעריי, והא ריאה ביי די modern orthodox אדער ליטווישע ווי מטאנצט יא ,טאנצען אויך די דיפרעסטע, אויב די מצב/ חתונה איז עם אינטרסאנט ,אלא אל כרחך כאמרתי (כגיי נישט אריין צו ביי אונז איז דא מער דיפרעסטע) 

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:03 pm

· #61544
דארט איז דא א קלענערע פרעצענט דעפרעשען רעיט. און א 0 פראצענט 'קאמפלעקס' רעיט. וק"ל

אוהב דעת » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:18 pm

· #61546
זר זהב
דארט איז דא א קלענערע פרעצענט דעפרעשען רעיט. און א 0 פראצענט 'קאמפלעקס' רעיט. וק"ל

איך וויי נישט ווי סאיז דא א קלענערע דיפרעשען רעיט ,ביזטו מיר מודה אז א דיפרעסטער מענטש קען טאנצען אויב וויל ער?
קאמפלעקס מענטשען איז דא איבעראל ,איך מיין אז דארט וויבאלד יעדער נארמאלע מענטש טאנצט ,וועט דער קאמפלעקסט מענטש ,וואס וויל טון וואס טוט וואס יענעם געפעלט /לויט ווי אזוי סאיז די סדר המקום וועט ער אטאמעטקלי דארט יא טאנצען ״ווייל ער איז קאמפלעקס״

הציץ ונפגע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:34 pm

· #61549
זר זהב האט ווארשיינליך פארגעסן אז ער אליינס האט אין דעם ווייטען עבר שוין געשריבן איבער דעם נושא <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/700">viewtopic.php?f=23&t=700</a><!-- l -->

הוספה: איך האב נאכן שרייבן דעם תגובה באמערקט אז זר זהב האט שוין ארויפגעשטעלט דעם ווידעא דריי טעג צוריק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/60844">viewtopic.php?p=60844#p60844</a><!-- l -->

שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:59 pm

· #61551
הציץ ונפגע
איך האב נאכן שרייבן דעם תגובה באמערקט אז זר זהב האט שוין ארויפגעשטעלט דעם ווידעא דריי טעג צוריק
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/60844">viewtopic.php?p=60844#p60844</a><!-- l -->


און 'שמואל הלוי' האט עס שוין ארויפגעשטעלט פארגאנגענעם מוצש"ק.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/60155">viewtopic.php?p=60155#p60155</a><!-- l -->

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:19 pm

· #61556
אפשר וואלסטע געדארפט עפעס שרייבן איבער'ן ווידעא, איך האב עס נישט באמערקט.

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:37 pm

· #61559
אוהב דעת
זר זהב
דארט איז דא א קלענערע פרעצענט דעפרעשען רעיט. און א 0 פראצענט 'קאמפלעקס' רעיט. וק"ל

איך וויי נישט ווי סאיז דא א קלענערע דיפרעשען רעיט ,ביזטו מיר מודה אז א דיפרעסטער מענטש קען טאנצען אויב וויל ער?
קאמפלעקס מענטשען איז דא איבעראל ,איך מיין אז דארט וויבאלד יעדער נארמאלע מענטש טאנצט ,וועט דער קאמפלעקסט מענטש ,וואס וויל טון וואס טוט וואס יענעם געפעלט /לויט ווי אזוי סאיז די סדר המקום וועט ער אטאמעטקלי דארט יא טאנצען ״ווייל ער איז קאמפלעקס״

יא, כ'בין מודה. פונקט ווי א נישט דעפרעסטע מענטש קען 'נישט טאנצן' אויב וויל ער...

איין מינוט פארוואס טאנצט דארט יעדע נארמאלער מענטש? פאר אן ענטפער קוק דא

קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:05 pm

· #61600
ערשטענס עס פעהלן די חברים פונעם חתן
וואס אין די היבש לאנגע אשכול, איז קיין גוטע הסבר נאך נישט ערשינען דארט.
ועוד, פאמליע סטייל איז נישט בנמצא - איך האב גארנישט מיט מיינע 17 פעטערס
ועוד, ס'איז דא חתונות יעדע נאכט, אנדערש ווי ביי די מאדערנע, וואס א חתונה איז א גאנצע עסק.

אוהב דעת » מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 8:57 pm

· #61606
בנוסף יעדער ווייסט אז ביי די בעלי שמחות איז די הארץ פארקלעמט וועגן די חובות, איז עס בגדר עני שאין מספיק סעודתו, נו וויאזוי קען איך זיך פרייען מיט יענעמ'ס צער און נאך טאנצן אויכעט ? אונז זענען נישט אזעלכע אכזרים.....

קפנדריא » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:53 am

· #61707
איך קען נישט זען דעם ווידיא, ווארשיינליך ווייל איך האב א פעסטן פילטער אויף מיין כלי, אבער בעצם וועגן טאנצן ביי היימישע חתונות זעט מען גאר אסאך היימישע חתונות וואו מ'טאנצט גאר שיין און לעבעדיג אז דער שפילער גלוסט זיך גארנישט אויפצוהערן שפילן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:00 pm

· #61732
פאר ווער עס קען נישט זעהן דעם ווידעא,
סך הכל זעהט מען די פוס פון אפאר מענטשן וועלכע "שפאצירן" ארום געמיטליך ביים חתונה, כאילו ס'איז א שפאציר תשעה באב נאכן אויספאסטן.

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:06 pm

· #61738
מ'וואקט פשוט אפ די דיכטל וואס מ'האט נארוואס געגעסן

town1 » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:21 pm

· #61889
יא, עס איז ליידער א פאקט עס זענען דא אסאך דיפרעסטע מענטשן ביי אונז

פרענטש וואנילע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 7:33 pm

· #61927
town1
יא, עס איז ליידער א פאקט עס זענען דא אסאך דיפרעסטע מענטשן ביי אונז


אינטערסאנט, בי "'אונז" איז דא דעפרעסטע מענטשען, און ביי "זיי" וואס ווייסען בכלל נישט וואס דעפרעסיע מיינט (?) האלט מען זיך אין איין נעמען דאס לעבען..

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:06 pm

· #61959
פרענטש וואנילע
town1
יא, עס איז ליידער א פאקט עס זענען דא אסאך דיפרעסטע מענטשן ביי אונז


אינטערסאנט, בי "'אונז" איז דא דעפרעסטע מענטשען, און ביי "זיי" וואס ווייסען בכלל נישט וואס דעפרעסיע מיינט (?) האלט מען זיך אין איין נעמען דאס לעבען..

יכול להיות שהסבה שאצלינו אינו מצוי כל כך מאבדים עצמם לדעת, מפני שאנשים חוששים מאד ממה שנאמר בו, שאין לו חלק בעולם הבא, ויכול להיות שבלי חשש זה היה קורה אצלנו התאבדות המונית,

דולה ומשקה » דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:09 pm

· #183640
דאס קומט אז ביי קידוש וויינט מען
מ'זינקט דביקות'דיגע ניגונים וואס ברענגט צו וויינען
ביים מצוה טאנץ איז מען מספיד
פורים האט מען שוין צוטיילט אז עס אויך דא ווען צו וויינען
ל"ג בעומר וויינט מען
שלש סעודת וויינט מען
יום טוב וויינט מען
פסח ביים סדר וויינט מען - ביים צווייטעם האלב פי כמה
מ'כאפט זיך צו צי שובבי"ם א אפציעלע תירוץ צו וויינען

איבעראל האבעם רבי'ס / חסידים געזאגט אז עס איז א העכערע זמן, מ'קען זיך אויסבעוטען, ס'איז א שעת הכושר, אוטומאטיש ווערט די שמחה איבערגעדרייט צו מדרייט זיך און מ'דרייט זיך ארום און ארום, מ'קוקט נאר בלויז ווי יענער איז בשמחה.

דער אמת איז - אז מ'טאנצט ביי חתונות סתם יוצא צו זיין, נו אז מ'וויל יוצא זיין גייט מען רינגס ארום.