☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מיטל-מזרח פלאקערט: אפעראציע "עמוד ענן"

מיטל-מזרח פלאקערט: אפעראציע "עמוד ענן"

234 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2355
בלאט: 1 2 3 4 5

outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:51 pm

· #61720
סעלפאון'ס ארבעט שוין.

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:55 pm

· #61724
משיח'ס צייטן?

שטערן » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:56 pm

· #61726
שרייבער
זר זהב
אפשר יעצט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל טון צום זאך.

לא כך למדנו רבינו הקדוש ז"ל


אפשר האט ער א צווייטע רבינו הקדוש

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:58 pm

· #61729
שרייבער
זר זהב
אפשר יעצט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל טון צום זאך.

לא כך למדנו רבינו הקדוש ז"ל

ער מיינט טון צו די זאך און אויף געבען די מדינה

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:59 pm

· #61730
די מצב ווערט ערגער פון מינוט צו מינוט לאמיר ארויס נעמען א תהלים און בעטן אז עס זאל נישט קאסטן אידישע נפשות השם ירחם........

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:06 pm

· #61739
מקוה נייעס זאגט ריכטיג, נישטא קיין עצה, נאר תפלה ותחנונים.

זר, לאמיר לייגן די "שיטה" אין די זייט. איז דען מעגליך צו "טון צו דער זאך"? לאגיש? פראקטיש?
ולו יהא אז מען קען שיסן ריזיגע באמבעס צו זאגאר אן אטאם ה"י, און חרוב מאכן די גאנצע חברה דארט, איז עס דען יושר פאר אזויפיל אומשולדיגע מענטשן, ווייבער און קינדער וועלכע זענען בכלל נישט בעצה אחת עמם מיט די שקצים באמבאדירער?
און דו האלטסט אז די וועלט וועט עס פארשווייגן? לעצטע מאל האט די "קאמיטע" קיינעם נישט באשולדיגט, נאר מדינת י(שראל), טראץ אלע זייערע פארטיידונגען.
ס'נישט אזוי פשוט ווי דו מיט די אלע "וואס-איז-נייעס" חיות פאנטאזירן.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:08 pm

· #61742
ווייסט וויפיל ציוועלע זענען אומגעקומען ביי די אמעריקאנע באמבאדירינגען אויף דרעזדען? ווייסט וויזוי די 2'טע וועלט מלחמה האט זיך געענדיגט?

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:11 pm

· #61743
זינט נעכטן זענען שוין דערווייל געשאסן געווארן 379 ראקעטן פון עזה, די מיסל פארטיידיקונג האט ראאפגעשאסן 105 דערפון, און די איבריגע 250 זענען אנגעקומען אין די דרום שטעט.

די צה"ל האט שוין באמבאדירט 250 ציהלן.

יידל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:12 pm

· #61745
מיקוה נייעס
זינט נעכטן זענען שוין דערווייל געשאסן געווארן 379 ראקעטן פון עזה, די מיסל פארטיידיקונג האט ראאפגעשאסן 105 דערפון, און די איבריגע 250 זענען אנגעקומען אין די דרום שטעט.

די צה"ל האט שוין באמבאדירט 250 ציהלן.

טו א טובה און גנב'ע נישט. א דאנק
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=624574#p624574">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p624574</a>

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:23 pm

· #61758
שרייבער
זר זהב
אפשר יעצט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל טון צום זאך.

לא כך למדנו רבינו הקדוש ז"ל

רבינו הקדוש האט אונז גראדע יא אזוי געלערנט:

קליגער איד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:30 pm

· #61766
יידל אן ערענסטע גניבה אפשר מאכסטו א פאליס רעפארט ???

נס קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:39 pm

· #61770
שמעקעדיג
מקוה נייעס זאגט ריכטיג, נישטא קיין עצה, נאר תפלה ותחנונים.

זר, לאמיר לייגן די "שיטה" אין די זייט. איז דען מעגליך צו "טון צו דער זאך"? לאגיש? פראקטיש?
ולו יהא אז מען קען שיסן ריזיגע באמבעס צו זאגאר אן אטאם ה"י, און חרוב מאכן די גאנצע חברה דארט, איז עס דען יושר פאר אזויפיל אומשולדיגע מענטשן, ווייבער און קינדער וועלכע זענען בכלל נישט בעצה אחת עמם מיט די שקצים באמבאדירער?
און דו האלטסט אז די וועלט וועט עס פארשווייגן? לעצטע מאל האט די "קאמיטע" קיינעם נישט באשולדיגט, נאר מדינת י(שראל), טראץ אלע זייערע פארטיידונגען.
ס'נישט אזוי פשוט ווי דו מיט די אלע "וואס-איז-נייעס" חיות פאנטאזירן.

וויפיל אומשולדיגע מענטשן דארט זענען נישט בעצה אחת מיט די שקצים?

טעפל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:43 pm

· #61771
ונבנתה העיר
שרייבער
זר זהב
אפשר יעצט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל טון צום זאך.

לא כך למדנו רבינו הקדוש ז"ל

רבינו הקדוש האט אונז גראדע יא אזוי געלערנט:

כהאב געוואוסט אז ס'איז דא נאך א רבינו הקדוש.

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:55 pm

· #61776
כיפת הברזל vs טיל פאג'ר
📎 ברזל.jpg

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:57 pm

· #61777
די לוי' פון דעם הויכן כאמאס קאמאנדיר וועלכער איז נעכטן אומגעברענגט געווארן.
📎 לֹויו.jpg

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:58 pm

· #61778
יענץ געלעכטער. השי"ת זאל האלטן ס'רעכטע האנט. אם ד' לא ישמר עיר!

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:58 pm

· #61779
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען באמבאדירט יעדן איינעם ביי די לוויה.

שעפטל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:59 pm

· #61780
ס'דאך שוין לאנג אויס וועלט

לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:01 pm

· #61781
זר זהב
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען באמבאדירט יעדן איינעם ביי די לוויה.

איך מיין זאלסט ווערען דארט ראש ממשלה וועסט מאכען סדר מיט די אראבערס

נס קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:03 pm

· #61782
זאכן וואס כ'וויל וויסן
ווי לאנג נעמט פון ווען ס' פייפט ביז ס קומט אהן?
פארוואס רייסן אסאך אויף אויף ליידיגע שטחים?

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:04 pm

· #61784
עס איז פארגעקומען א פראטעסט אין כיכר פאריז אין ירושלים, קעגן אן ארמיי אינוואזיע אין עזה.

און איר האט געמיינט אז די נטורי קרתא זענען עקסרעמיסטן...
איך וואלט עס ווען געלייגט דא, ווען ס'ווען נישט אין צימעס.
📎 הפגנה.jpg

ונבנתה העיר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:07 pm

· #61785
ווי האט דער לב שמחה געזאגט? מען דארף הענגן אן אראבער אין שער שכם אויף צען טעג.

דאס איז געווען בימיו, היינט דארף מען אודאי צורעכענען אינפלעישן...

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:07 pm

· #61786
אין די ספארטלערס האבן אויך וואס צו זאגן:
כעת מתקיים משחק של מכבי תל אביב נגד מלאגה במסגרת היורוליג בכדורסל.

הקהל של מכבי תל אביב פורש תפאורות ובו רשום "תושבי הדרום אנחנו איתכם".

נס קאווע » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:14 pm

· #61788
מ' האט טאקע געהאנגען איך מיין אראפגעלאזט אן אראבער בריש גלי און טאקע אזא אינפלעשן איינער און כ' זעה נישט ס' זאל עפעס שוואכער ווערן

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:21 pm

· #61789
My heart and prayers go out to our dear brothers and sisters in Israel! Lets all pray for them
📎 isrealjpg.jpg

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:30 pm

· #61792
עס כאפט א פחד!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
📎 אטע העלף.jpg

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:33 pm

· #61795
נישט דא קיין ווערטער.
📎 wow.jpg

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:38 pm

· #61800
איך זעה האסט געהאט 4 ווערטער

מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:52 pm

· #61804
איז נישט א גרעסערע סכנה זיך צו באהאלטן נעבן א קאר אוואו ערגעץ אנדערש? וואס איז אויב ח"ו די קאר שיסט אויף פון א ראקעט

מיקוה נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:53 pm

· #61805
וועגן דעם זאלן זיי בלייבן און קאר ???

עפל פאי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:39 pm

· #61821
Security Message for U.S. Citizens
United States Embassy Tel Aviv


November 15, 2012

The U.S. Embassy will be operating at reduced staffing levels on Friday, November 16, and routine consular services are being suspended for that same day. Embassy families have been asked to not send their children to school on Friday, November 16. Non-essential official travel by Embassy staff to the south of Israel remains prohibited.

U.S. citizens are encouraged to exercise caution and take appropriate measures to ensure their safety and security in light of the escalating level of violence in Gaza and Israel. U.S. citizens should pay close attention to their surroundings and news reports, and follow the civil defense guidance provided by the Home Front Command. The Government of Israel’s Home Front Command website provides information on how to choose a secure space or room in a home or apartment. Visitors may also seek information on shelters from hotel staff or building managers. Please click here for further emergency preparedness guidance provided by the Home Front Command <a class="postlink" href="http://www.oref.org.il/International/14-en/PAKAR.aspx">http://www.oref.org.il/International/14-en/PAKAR.aspx</a>.

For the latest security information, U.S. citizens traveling abroad should regularly monitor the Department of State’s Internet website where the Worldwide Caution, Country Specific Information for Israel, the West Bank and Gaza, Travel Warnings, and Travel Alerts can be found, including the current Travel Warning for Israel, the West Bank and Gaza. You can also follow the Bureau of Consular Affairs on Twitter and on Facebook. Up-to-date information on security can also be obtained by calling 1-888-407-4747 toll-free in the United States and Canada, or, for callers outside of the United States and Canada, on a regular toll-line at 1-202-501-4444. These numbers are available from 8:00 a.m. to 8:00 p.m. Eastern Time, Monday through Friday (except U.S. federal holidays).

U.S. citizens are advised to maintain valid travel documents and enroll with the Department of State or the U.S. Consulate General in Jerusalem through the State Department Smart Traveler Enrollment Program website, <a class="postlink" href="https://travelregistration.state.gov/">https://travelregistration.state.gov/</a>.

For further information, U.S. citizens may telephone the Consulate General in Jerusalem at (972) (2) 630-4000 or the Embassy in Tel Aviv at (972) (3) 519-7575 during working hours. After hours (for emergencies), U.S. citizens may telephone either the Consulate General at: (972) (2) 622-7250, or the Embassy in Tel Aviv at: (972) (3) 519-7551. Up-to-date information on security conditions can also be accessed at <a class="postlink" href="http://israel.usembassy.gov">http://israel.usembassy.gov</a> or <a class="postlink" href="http://jerusalem.usconsulate.gov/">http://jerusalem.usconsulate.gov/</a>.

a1b2 » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:39 pm

· #61822
די אוגעקומנע מירי שארף ז"ל
📎 img383111.jpg

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:28 pm

· #61832
זר זהב
אפשר יעצט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל טון צום זאך.

זר, כ'האב געמיינט די האלטס זיך פאר א סאטמערער

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:29 pm

· #61833
מיקוה נייעס
וועגן דעם זאלן זיי בלייבן און קאר ???


ווען מ'פארט אין קאר
אין די סיירינס פייפן דארף מען זיך שטעלן אין די זייט ,ארויסגייען פין קאר
אין זיך אראפלייגן אויף דער ערד

קוקט אויס ווי ער האלט אינמיטן אויספאלגען די רעגולאציעס

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:44 pm

· #61836
קלאר
זר זהב
אפשר יעצט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל טון צום זאך.

זר, כ'האב געמיינט די האלטס זיך פאר א סאטמערער


אז דו מאכסט שוין יא צימעס דא (ווי געווענליך...), ווייסטו דאך אז זר איז פון די "סאטמאר החדש" און האט גארנישט מיט די פריערדיגע סאטמארע...

לענינינו:
איך לייען יעצט אויף ווא"נ (וואס איז נייעס), אז פראנקרייך פרובירט משכנע זיין ביידע צדדים זיי זאלן זיך מונע זיין פון א מלחמה.
כ'ווייס נישט וואס עפעס פונקט פראנקרייך (כ'האב נאר געליינט די העדליינס), אבער לאמיר האפן אז זיי וועלן מסכים זיין.

זר זהב » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:52 pm

· #61837
פראנקרייך קען נישט צוקוקן א מלחמה, ס'עפעס וואס זיי קענען נישט. זיי ווערן דזשעלעס.

אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:54 pm

· #61838
קריכטס אראפ פון זר
וואס פארשטייט איר נישט
ווען מען רעדט פון א נארמאלען לאנד סטאטוס
דארף מען זיך נעמען צו די חיות-ראקעטען-שיסער איינמאל פאר אלעמאל
אמעריקא איז נאך ניין עלעווען געגאנגען ביז קיין איראק בודק חמץ זיין און טאקע מקיים שריפת חמץ
אפי' נישט טרעפנדיג קיין איין ברעקל חמץ.
רוסלאנד איז געגאנגען מאכן א וויזיט אין גרוזיע,
בלויז ווייל זי האט צו הויך אנגעצינדן א טעיפ שפעט ביינאכט, און נישט געלאזט דעם רוסישן בער שלאפן,
און דער רוס האט דארט קאמאנדעוועט ווי עס פאסט פאר קאזאקן פון זיין מאיעסטעט דער צאר,
יעצט דא, האלט מען אין איין כאפן אזעלכע בודנלעך וואס זענען גורם א ברענעריי, פון עפעס א טעראריסטישער נישט לעגאלער רעגירונג
איז נארמאל זיי צו לאזן פילן אביסל פון איינשטיין'ס חכמה!
און אז מען קען נישט, דארף מען טון וואס מען קען,
דאס איז אלעס גערעדט מצד פאליטיש אויסגעהאלטן
אלץ די רעכטן וואס קומט זיך פאר יעדע לאנד איבער די וועלט
אבער אז די הייבסט אן מיט שיטה דעמאלט איז די זאך טאקע אנדערש,
נו האט ער נישט געוואלט לערנען מיט ביבי, יעצט די שיטה איז וואס ???

אויס מענטש » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:03 pm

· #61839
אין מאחורי וואלט מען יא געמעגט ארויס שרייבן מדינת ישראל ???

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 5:21 pm

· #61840
ניין. אין מאחורי זענען זאכן נאך שטרענגער ווי מלפני. 😛

קלאר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:17 pm

· #61886
ווי ווייט איז בני ברק פין תל אביב?
דאכט זיך ס'זייער נאנט

עפל פאי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:44 pm

· #61943
א מאפע
📎 phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg

עוד מישהו » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:03 am

· #62010
מיט צען מינוט צוריק געווען א ראקעט אין ירושלים. די אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין.

עפל פאי » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:14 am

· #62013
פון ווי נעמסטו עס? מקור?
ווי האט עס געלאנדעט?

ניו יארק » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:20 am

· #62017
נאך איינער
מיט צען מינוט צוריק געווען א ראקעט אין ירושלים. די אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין.

די אויבערשטער זאל טאקע שומר ומציל זיין, אבער וואס איז די חידוש? ירושלים איז נענטער ווי תל אביב, טאקע און א אנדערע ריכטונג, אבער דאך נענטער.

זר זהב » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:22 am

· #62019
דער חידוש איז אז איזרעאל האט אויפגעהערט אטאקירן ווייל פרעה איז יעצט דארט אויף א באזוך. א מין פאריקט לאנד

עפל פאי » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:23 am

· #62020
די בערג מאכן שווערער צו שיקן משא"כ צו תלאביב

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:54 am

· #62036
איך הער אז אשדוד האט זיך געצויגן קיין ירושלים. מען שפרייט אויס בעטן און מאטראצן אין די בתי מדרשים.

שעפטל » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 10:56 am

· #62039
זאלן זיי שוין לויפן ווייטער, אין ירושלים איז שוין אויך דא סיירינס (כך שמעתי)

a1b2 » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:05 am

· #62045
📎 ההרוגים.jpg

a1b2 » פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 11:07 am

· #62047
📎 306745_441695049212922_464059923_n.jpg📎 602416_10151290656292277_107591265_n.jpg
בלאט: 1 2 3 4 5